השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

היינט איז די יארצייט, לחיים זכותו יגן עלינו
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

מה המקור למה שמסופר אודות השר שמיאן לסייע במי שטען על קירבה משפחתית והלה עלה על הבימה בעת אמירת זכור ברית אברהם בבית מדרשו של השר והיסה את הקהל בתואנה שמהם ועד אברהם ויצחק יש קירבה רחוקה מדאי?
המתבודד בין הבריות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 7:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המתבודד בין הבריות »

נטיעות האט געשריבן:מה המקור למה שמסופר אודות השר שמיאן לסייע במי שטען על קירבה משפחתית והלה עלה על הבימה בעת אמירת זכור ברית אברהם בבית מדרשו של השר והיסה את הקהל בתואנה שמהם ועד אברהם ויצחק יש קירבה רחוקה מדאי?

רבי מנשה הקטן מביא זאת במשנה הלכות חלק ז' סימן קנ"ו בשינוי קצת
בהיות שאין אדם יודע עיתו...
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

צאצאי רבי שמשון ווערטהיימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

צאצאי רבי שמשון ווערטהיימער
א. בנו, ר' וואלף, בביתו גר ר' יונתן שנים רבות, נפטר בשנת תקכ"ו בעיר מינכען, ונקבר בעיר קריעגסהאבער השאיר אחריו 3 בנים ושש בנות.
ב. בתו, מרת חוה, אשת ר' ישכר בעריש עשקעלעס.
ג. בתו, מרת שרה'לה, אשת הרה"ג רבי משה קאנן מפפד"מ אב"ד דערמשטאדט, נפטרה כחצות אור ליום ג' כו תמוז תפד בעיר איגר ונקברה בקעניגווארט.
ד. בתו, מרת טאלצא, אשת הג"ר יוסף בן ר' דוד אפענהיימער אב"ד העלישוי ומדינות ביהם ומעהרן נפטר ז"ך חשון תק"ל בעיר האנאווער.
ה. בנו, ר' [יהודה] ארי' ליב, חתן הקצין ר' יששכר בערמאן מהאלבערשטאדט.
ו. בתו, מרת חנה, אשת ר' יצחק קאהן בן ר' זעליגמאן קאהן פו"מ בהאמבורג, נפטרה בצעירותה בעיר אלטונא ט"ו שבט תצ"ח ומנו"כ שם.
ז. בנו [מזוו"ש] ר' יוסף, בן שש שנים במות אביו, זוגתו מרת פרימט בת אחיו ר' וואלף ווערטהיימער הנזכר.
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

המתחיל במצוה אומרים לו גמור.. ברענג אראפ די ווייטערדיגע דורות מצאצאי הגאון רבי שמשון זצ"ל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

שה אחד האט געשריבן:המתחיל במצוה אומרים לו גמור.. ברענג אראפ די ווייטערדיגע דורות מצאצאי הגאון רבי שמשון זצ"ל


האסט א גוטע תאוה.
איך ארבעט נישט פאר קיינעם - הנ"ל איז מיר אויסגעקומען במסגרת עבודתי אז העליתי גם לתועלת הציבור.

אויב עס וועט צוקומען נאך בל"נ ובלי שבועה.

עס זענען דא אלפים ורבבות אייניקלעך.
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

כ'מובן מיין איך נישט אלע דורות לאלפים ורבבות
גערעדט פון נאך א דור אראפ וכו'
וכמובן ח"ו נישט מחייב... נאר געבעטן לתועלת הציבור - אזויווי דו שרייבסט.
נפלאות_הבורא
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 21, 2019 6:44 pm

י"ז אב תפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפלאות_הבורא »

היינט נאכט פאלט דער יארצייט. זיע"א

אויף ד'מציבה שטייט אז ער איז געווען דער רב אין פראג, איז עפעס באקאנט אויף דעם, מעשיות וכיו"ב?
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

הרב ר' אשר האט געשריבן:יומא דהילולא י"ז אב

מצאצאיו ידועים משפחת אסטרייכר המורחבת.

אויב האט איינער פין די חשובע חברים מער ידיעות איז ער מער ווי באשטעלט ארויף צולייג'ן דא פארן גאנצן ציבור



וויאזוי איז דער יחוס פון משפחת אסטרייכער צו רבי שמשון?
פון וועלכע קינד פון רבי שמשון זענען זיי זיך מתיחס?
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

פראביר צו כאפן א בליק אין 'מגילת יוחסין משפחות עסטרייכער פריעד' (אוצה"ח), אולי וועסטו געהאלפן ווערן.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

משפחת עסטרייכער כשלעצמם זענען לכאורה נישט קיין אייניקלעך.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

כמדומה לי זענען די משפחת יאקאבאוויטש אייניקלעך
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

וועלכע יאקאבאוויטש?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אינעם נייעם קובץ היכל הבעש"ט איז געדרוקט געווארן א בריוו וואס קהלת מונקאטש האט געשריבן בשנת תקפ"ח פאר קהלת ווינא לטובת ר' יוסף זרח הורוויץ וואס איז אן אייניקל פונעם שר ר' שמשון ווערטהיימער, אז ער זאל באקומען פון די קרן הצדקה וואס רבי שמשון האט איבערגעלאזט פאר זיינע אייניקלעך. זיי זענען דארט מפרט די יחוס וויאזוי ר' זרח איז אן אייניקל. צום סוף פונעם בריוו האט דער בני יששכר - וועלכער איז דעמאלט געווען אב"ד מונקאטש - צוגעשריבן עטליכע ווערטער.

די בריוו איז דארטן געדרוקט מיט גאר שיינע הערות, מעשה ידיו להתפאר פון הרב ישראל זאב גוטמאן שליט"א, פונעם ספר "אגרות שפירין השלם" וואס קומט בקרוב ארויס.
למען ידעו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

לרגל די יארצייט וועלכע געפאלט מארגן עש"ק י"ז אב, שילדערן מיר דא א גאר אינטערסאנטע געשיכטע וועלכער דער מחבר פונעם ספר מנחם משיב נפש, וועלכער איז געווען אן אייניקל פון רבי שמשון זצ"ל ברענגט און די הקדמה פון זיין ספר, איינע פון די פילע אינטערסאנטע געשיכטעס וואס האט זיך אפגעשפילט מיט השר רבי שמשון ווערטהיימער דורכאויס זיין לעבן.

[align=center]ארץ הגר (אונגארן) שנת תמ"ה[/align]

האט עפעס ערנסט פאסירט, ענטפאנגט די רעבעצין מיט זארג איר געהויבענער מאן רבי שמשון ווען א קענטיגע זארג איז אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט אהיימקומענדיג פונעם באזוך ביים קיסר'ס פאלאץ ביי וועלכער רבי שמשון ווערטהיימער באזוכט אפט געניסענדיג פון נאנטע באציאונגען מיטן קיסר פון די אונגארישע אימפעריע.

אה, פרעג נישט, שוין ווידער וויל דער קיסר אויסטיילן צרות פאר אונזער געפלאגט פאלק, שוין ווידער איז ער נישט צופרידן אז אידן זיצן שוין אזא לאנגע תקופה פארהעלטסמעניג רואיג דא און די שטאט אובן ( היינט בודא[פעסט])

הער נאר וואס דער רשעות'דיגער קיסר האט אויסגעטראכט אויף אונז, א גירוש !

יא, מיר זאלן נישט מער נישט ווייניגער, איבערלאזן אונזער היים שטאט, טויזענטער משפחות זאלן איבערלאזן זייער האב און גוטס, און נעמען די וואנדער שטעקן און די האנט אריין, זיך ארויסלאזן און וועג צו אן אומבאקאנטע דעסטאנאציע.

אזוי, דאס איז דאך א שרעקליכע גזירה אויף אונז אידן, און האסטו עפעס געקענט אויפטון מיט דיינע נאנטע באציאונגען מיטן קיסר פרעגט די רעביצען.

אה, וואס זאלן מיר זאגן, לאזט רבי שמשון ארויס א טיפן קרעכץ, מיר האבן פראבירט אנוועדן אלע מיטלען, געקלאפט אויף די העכסטע פענסטער, אבער ליידער איז דער קיסר אנטשלאסן אויסצופירן די שרעקליכע גזירה און עס איז נישט דא וואס צו טוהן, בלויז תפילה קען דא העלפן.

עס קוקט אויס ווי דאס איז א חלק פון די גזירת הגלות, און גענוי ווי און אלע דורות ווען מען האט אונז געפייניגט, איז דאסמאל אויך אינזער פליכט אנצונעמען די גזירה באהבה.

רבי שמשון וועלכער האט קוים א שטיק צייט צוריק חתונה געהאט, פאקט צוזאם זיינע ביסל האב און גוטס, און אינאיינעם מיט די רעבעצין גענוי ווי זיינע טויזענטער אנדער פארפלאגטע אידישע ברידער, לאזט זיך ארויס און וועג אריין אן די מינדערסענטע השגה ווי דאס גייט אים טראגן אין וועלכער מדינה וועט אויף זיי רחמנות האבן און אריין לאזן וואוינען אן קיין שטער.

טעג און וואכן שלעפט זיך רבי שמשון אויף די שטעגן און וועגן, פארבייגייענדיג לאנגע שטרעקעס פון וועלדער און פעלדער נעכטענדיג אינטער פרייען הימל זייענדיג אויסגעשטעלט צו די גענאדע פון בלוט דארשטיגע רויבער און פארציקענדע חיות וועלכע לאקערן נאך א נעכבעדיגן וואנדערער וועלכער וועט אריינוואנדערנדיג און זייער טעראטאריע זיי צושטעלן א פעטע סעודה צו שטילן זייער הונגער.

ווי יעדע נאכט ווען די נאכט פאלט צו, שטעלט היינט אויך רבי שמשון אן אפגעמוטשעטער אוועק זיין זעקל מיט די ביסל וואס ער האט עספייעט מיטצונעמען אנטלויפענדיג פון זיין היים, האפענדיג אז די פארצוקענדע חיות וועלן אויך היינט נאכט רחמנות האבן אוף אים מיט די משפחה און צורוה לאזן.

איי, רבונו של עולם, ווילאנג נאך וועל איך אזוי וואנדערן אן קיין ציל נישט וואוסענדיג וואס דער קומענדיגער מינוט וועט ברענגן מיט זיך, רייסט זיך א קרעכץ ארויס פון די טיפעניש פון זיין הארץ, ווען מיטאמאל ווערן זיינע אומעטיגע געדאנקען איבערגריסן פון מערדערליכע קולות וועלכע ענדלן מער צו חיות ווי צו מענטשליכע שטומעס וועלכע שניידען דורך די נאכט שטילקייט פונעם געדעכטן וואלד.

דאס הארץ שטעלט זיך אים פאר א וויילע אפ, די בלוט ווערט אים פארגליווערט אין די אדערן זעהענדיג פון נישט ווייט פון ווי ער זיצט, וואקסן ארויס ווילדע רויבער, שרעק ווארפענדע צוויי פיסיגע חיות אזש פון פחד אליין קען מען אויסגיין.

נישט פארלירענדיג קיין צייט, אריענטירט ער זיך בליץ שנעל, מיט היסטעריע כאפט ער די זעקל זיינע, וועקט און איילעניש אויף די רעבעצין וועלכער איז א פארסאפערטער איינגעשלאפן אויף די בלויזע זאמדיגע ערד, און הייבט געשווינד אן צו לויפן ווי די פיס טראגן אים, ווערענדיג נאכגעיאגט פון די צוויי פיסיגע חיות, ווילדע בעלי בחירה וועלכע זענען נאך ערגער ווי די פארציקענדע חיות וועלכע לויפן פארביי ברימענדיג מיט קולות משונות וועלכע ווארפן א פחד אויף אלע גלידער.

א פארסאפעטער דערווייטערט ער זיך מער און מער פון די שרעק ווארפענדענע רויבער, און נאר ווען די קולות ווערן שטילער און ווייטער, ערלויבט זיך רבי שמשון אפצושטעלן פאר א וויילע זעהן ווי ער געפינט זיך אצינד און ווי צו ריכטן זיין קומענדיגע טריט זיך ארויסצוזעהן פון דעם שרעקליכן וואלד און וועלכער ער איז נאר טיפער אריינגעלאפן.

וועלענדיג פארזעצן דעם וועג ארויס, ווערט רבי שמשון שאקירט באמערקענדיג הערשט יעצט אז די רעביצן זיינע איז נישטא !

קלערענדיג אז אפשר איז זי אראפגעפאלן ערגעץ ווי אויפן וועג לויפענדיג, פראבירט רבי שמשון קוקען אויף צוריק אבער צום באדויערן איז די רעבעצין ליידער נישט צום געפונען אויפן האריזאנט, ער קוקט אהער, זיכט דא קוקט דארט, אבער ואיננו, די רעביצן איז נישטא, רבי שמשון געבט נישט אויף, זיכט ארום איבעראל, אבער אין קול ואין עונה, נישטא קיין שפור פון זיין אשת חיל, זי ערגעץ אויפן וועג לויפענדיג פארשוואנדען געווארן ווי די ערד וואלט איר ווען איינגשלינגען.

ערשיטערט און צובראכן, זעצט רבי שמשון ווייטער פאר די וועג, דאסמאל שוין ליידער איינער אליין נישט וואסענדיג ווי זיין רעבעצין איז אהין געקומען.

פארטיפט און זיינע געדאנקען, אינגאנצען צובראכן פון די נארוואס פארלאפענער שרעקליכער געשהעניש, ריכטעט רבי שמשון זיינע טריט קיין עסטרייך, ווי ער וועט גיין צום הויפט שטאט וויען, ווי עס געפינט זיך מאמענטאל א פיקצאנירענדע אידישע קהילה און ער וועט זיך פראבירן איינארדענען און זעהן וואס ער קען דא ווייטער טון .
[align=center]
וויען כ"ה כסליו שנת תמ"ה
[/align]
א געהויבענע שטימונג הערשט אינעם גרויסען שול און שטאט וויען עסטרייך, די שול איז פול געפאקט מיט אלע שטאטישע אידן, וועלכע זענען זיך היינט ערב חנוכה, צוזאם געקומען צו מנחה מעריב עטוואס פריער ווי געווענליך, כדי צו דאווענען מעריב תיכף ווען עס ווערט נאכט און באלד אהיימגיין צינדען די ערשטע חנוכה ליכטל גענוג פרי ווי די הלכה פארלאנגט עד שתכלה רגל מן השוק.

ביים עק פון ביהמ"ד זעהט זיך אן עטליכע געסט, ווועלכע איז אין אזא גרויסע שטאט ווי וויען, די הויפט שטאט פון עסטרייך, איבערהויפט נישט קיין זעלטענע ערשיינונג, טייל פון זיי גרויסע סוחרים וועלכע קומען איינהאנדלן סחורות דא אין וויען, אנדערע זענען סתם אורחי פורחי, וואנדערער, וועלכע האפן צוזאם קראצן אפאר גראשן צו קענען לייגן ברויט אויפן טיש פאר זייערע משפחות וועלכ ווארטן אויף זיי ערגעץ ווי און דער ווייטענס, און אט די אויפגאבע צעווישן פארשידענע אנדערע אויפגאבעס, ליגט טאקע אויפ'ן געטרייער שמש ר' נחום וועלכער געבט זיך מיט א געטריישאפט אפ מיט די אורחים, אין טיילט זיי איין ווי צו עסן און שלאפן און די צייט וועלכע זיי וויילען דא אין שטאט.

אויך אונזער רבי שמשון וועלכער איז היינט כ"ה כסליו אנגעקומען דא אין שטאט, זעצט זיך ביים מעריב וואנט צעווישן די איבעריגע אורחי פורחי, און שטעלט זיך דאווענען מעריב מיט גרויס כוונה האפענוג אז נאך מעריב וועט דער אייבערשטער אים צופירן אן אכסניא ווי צו קענען צינדען חנוכה לעכט און דערנאך אראפלייגן זיינע מידע ביינער.

אה ! שלום עליכם א איד, שטרעקט דער שמש אויס זיין הענט צום פרישן גאסט זעהענדיג אים אריין שפאצירן אונעם גרויסען שול.

עליכם השלום, קומט דער נאטורליכער אנטווארט פון רבי שמשון.

מעג איך פרעגן וויאזוי הייסט א איד.

אוואדי געוויס, מיין נאמען איז שמשון.

אה שמשון, און פון וואנעט איז א איד, שטעלט דער שמש ווייטער זיינע פראגען מיטן ציל צו העלפן מיט וואס אימער מעגליך.

אה, רייסט זיך א פארווייטאגטער זיפץ ארויס פון רבי שמשון'ס מויל, פון ווי מיר קומען פרעגט איר, פון מדינת הגר, אונגארן, מיר זענען פון דארט פארטריבן געווארן דורכן רשעות'דיגער קיסר, און נאך לאנגע וואכן און חדשים פון אפמוטשענדע וואנדערונגען, האמיר זיך בעז"ה ענדליך דערזעהן אהער צעווישן אידן, שילדערט רבי שמשון און קורצן זיין ווייטאגליכע געשיכטע פארן נייגעריגער שמש.

אה, איז הער אויס, ווי אזוי הייסט איר נאר, אה רבי שמשון, און געציילטע מינוטין גייען מיר זיך שטעלן דאווענען מנחה מעריב, באלד דערנאך וועלן מיר, ווי עס איז איינגעפירט בכל תפיצות ישראל, דא צינדען חנוכה ליכט, דאן וועלן מיר אייך בעז"ה צושטעלן אן אכסניא ווי איר וועט זיך קענען דערכאפן דאס הארץ און קומען צו זיך פון די שרעקליכע מיטמאכענישן.

שהחיינו וקיימנו והגענו לזמן הזה, קלינגט אפ די שטימע פונעם שמש אונעם גרויסן היכל, נאכפאלדענדיג מיט א היליכענדיגן אמן פונעם פיל קעפיגער ציבור אינעם גרויסן שול.

דא אין וויען איז איינגעפירט, ערקלערט דער שמש פאר רבי שמשון נאכן צינדען, אז דער גאסט זעלבסט וועהלט זיך אויס זיין גאסטגעבער דורכן ארויסציען א צעטל אויף וועלכער עס איז אנגעצייכענט א נאמען פון איינע פון די גוטהארציגע אידן וועלכע זענען גרייט אריינצונעמען אידן צו זיך און שטוב, אלזא זייט מוחל און ציעט ארויס א צעטעלע פון דעם פושקע צייגט דער שמש אן פאר רבי שמשון.

רבי שמשון פאלגט אויס די אנווייזונגען, און מיטן ארויסציען דער צעטעלע פאלט זיין גורל אויס צו וויילען אויף שבת ביים באקאנטען אלמנה פון שטאט, וועלכער טראץ אירע פארצווייגטע געשעפטן מיט וועלכע זי פירט אן, איז איר שטוב שטענדיג אפן פאר הונגעריגע וואנדערער וועלכע געפינען ביי איר א ווארמער מאלצייט, און א געלעגער אויב נויטיג.

מיט א העפליכקייט ווערט רבי שמשון ענטפאנגען פרייטאג צונאכטס דורך איינע פון די פילע געהילפן און שטוב פון די אלמנה די צדיקת, און ווערט אריינגעפירט צום העל באלאכטענעם שבת שטוב ווי צענדליגער געסט נעמען ארום דעם הערליך געדעקטן טיש וועלכער שטייט אין צענטער פון שטוב.

ביים ווינקל פון שטוב ביי א באזונדערע טישל זיצט די אלמנה, צוקוקענדיג זיך מיט פארגעניגן ווי די געסט האבן הנאה פון א דעהויבענעם שבת טיש.

באטראכטענדיג אירע געסט פאלן די אויגן אויף דעם אורח דארט ביים עק טיש, פון וועמענס אצילות'דיגן געזיכט עס שיינט א העכערקייט, עפעס א באצויבערדן קדושת שבת, ווי מער זי קוקט דערקענט זיך אז דער אורח איז נישט עפעס סתם א געווענליכער גאסט נאר איז עפעס מער, עפעס באזונדער, דאס גאנצע באנעמונג זיינע צייגט אויף עפעס מער און עפעס העכער, דער איז נישט סתם עפעס אן אורחי פורחי, נאר געוויס א חשובער איד וועלכער איז פאר סיי וועלכע סיבה פארוואגעלט געווארן דא קיין וויען קומט די אלמנה צום אויספיר.

פון וואנעט איז א איד, שטעלט איינע פון די געטרייע געהילפן און שטוב די פראגע פאר רבי שמשון און א פריוו צו שטילן זיין הארע'טעס נייגער.

רבי שמשון טיילט גערן מיט זיין געשיכטע וועלכער ער איז נארוואס אריבער, שילדערענדיג מיט קענטליכע ווייטאג ווי ער איז געווען רב און מדינת הגר, אונגארן, און איז ליידער געווען געצווינגען צו אנטלויפן צוליבן שרעקליכן גירוש וועלכער דער קיסר האט אינטערגשריבן, און ווי ער האט אנטלויפענדיג ליידער פארלוירן קשר מיט זיין רעבעצין וועלכע איז ערגעץ ווי פארשוואונדען געווארן און זינט דאן האט ער נישט געהערט פון איר אין האט נישט קיין שפור ווי זי איז אהין געקומען.

אפשר האט דער אויבערשטער, דער מזווג זיווגים, פארוואגעלט דעם מענטש דא אהער אז זי זאל שוין נישט דארפן זיין אזוי עלענד אליין אן קיין גואל, בליצט א געדאנק אויף אין איר מח, אולי איז דאס די באשערטע פאר איר, ערלויבט זיך די אלמנה צו קלערן הערענדיג די געשיכטע ווי דער איד איז געבליבן עלענד אליין ווען זיין ווייב איז פארשוואונדען געווארן.

נאך באראטונגען מיט די ארטיגע רבנים ועיני העדה, קומט רבי שמשון צום אוספיר אז עס האט נישט קיין זין צו אפלעבן עלענד אליין, פון זיין ערשטע רעבעצין הערט ער גארנישט, און אפשר איז טאקע די ריכטיגע צייט, מיט א היתר מאה רבנים, אנצונעמען דעם פארשלאג, און הייראטן אט די אשה צנועה די ערליכע בעלת חסד וועלכע פארשפרעכט אים האלב פון אירע געשעפטן און אים אזוי ארום ערמעגליכן צו זיצן און לערנען אומגעשטערט.

מיט די צושטימונג פונעם בי"ד, טוט רבי שמשון הייראטן די אשה צדקניות מיט די האפענונג אז דערמיט וועט זיך ענדיגן די שטורעמישע תקופה פון זיין לעבן און מער וועט ער שוין נישט דארפן וואנדערן נאר קענען רואיג לעבן און דינען דעם אייבערשטען.


יארן לויפן פארביי, רבי שמשון'ס אנוועזענהייט שיינט אריין א ברכה און די פארצווייגעטע געשעפטן פון זיין רעבעצין פון וועלכע די פארמעגן זייערע ווערט געדפאעלט און געטריפלעט. גלייכצייטיג ווערט אויך די הכנסת אורחים פארמערט, ווי זייער נייער שטוב איז ביתו פתוח כביתו של אברהם אבינו ביתר שאת, די אפענע שטוב ווירבעלט כסדר מיט געסט, וואנדערער און סוחרים צוגלייך וועלכע טרעפן א מקום מנוחה, א רואיג ווינקל ביי דעם געהויבענעם פארפאלק און שטוב וועלכער איז שוין און די צייט געהאלפן געווארן מיט א בן זכר, ווען אין איין א פארנומענער ערב שבת באווייזט זיך ביים טיר א פרוי אויף וועלכער עס איז קענטיג א שטארקע צובראכענקייט, פרעגענדיג אויב דא קען מען איינשטיין אויף שבת.

אוואדי געוויס, נישט קיין פראגע, קומט די נאטורליכער אנטווארט פון די צדיקת וועלכע שטייט ביי די טעפ און מישט די געשמאקע מאכלי שבת, ווען גלייכצייטאג באפעלט זי איינע פון די העלפעס און שטוב צוווייזען א שיינער צימער ווי די צובראכענע פרוי וועט איינשטיין אויף שבת.

ביים עק טיש זיצט די פרוי אינגאנצן פארזינקן אין אירע טרויעריגע מחשבות, שוין אסאך יארן דורך געלאפן זינט יענעם ביטערען טאג, ווען זי איז פארבליבן דארט אין וואלד איינער אליין, אין ביזן היינטיגן טאג האט זי נאך קיין שפור פון איר געהויבענעם מאן נישט געהערט, שוין יארן וואס זי דרייט זיך ארום עלענד אליין איבער שטעט און לענדער זיכענדיג א שפור פון פארלוירענער מאן אבער ליידער אן ערפאלג, אוי, עד מתי רייסט זיך א שטילער קרעכץ ארויס פון איר האלדז, ווען א הילכיגער יום השישי רייסט איבער אירע טרויערדיגע געדאנקען איר ערוועקענדיג צו ביטערן מציאות פון זיצן ביי יענעמ'ס שבת טיש בעת זי אליין פארמאגט דאס ליידער נישט.

איין מינוט, איך דערקען דעם קול פון ערגעץ, לויפט א סקרוך דורך אירע ביינער הערענדיג די שטימע פון איר פארלוירענעם מאן! דאס איז מיין מאן ! איך דערקען אים טאקע נישט צוליב די יארן וואס איז דורך געלאפן וועלכער האט ווארשיינליך שטארק גענדערט זיין אויסזעהן, אבער אויף זיין שטימע אין גאנצע באנעמענוג דערקענט זיך קלאר אז דאס איז ער, דאס איז מיין פארלוירענער מאן קומט זי צום קלארן אויספיר !

א צעשטורעמער ווארט זי קוים אויס אויף זינטאג, ווען זי וועט גיין צום רב פון שטאט איברגעבן איר אנדעקונג און הערן פון אים וואס זי ברויך דא ווייטער טון.

מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט, עס איז געווען א פארגעניגן אייך צו האבן צוגאסט אויף שבת, אין נאט אייך א נדבה וועלכער דער בעל אכסניא האט געהייסן אייך איבערגעבן, זאגט דער משרת ביים ארויסבאגלייטן די פרוי פונעם אכסניא.

א נדבה וועל איך נעמען נאר פונעם בעל אכסניא זעלבסט ! אויסדריקלעך נישט פון קיין שליח, קומט דער פארלאנג אנשטאט א דאנק.

נאך ערלויבעניש פונעם זיין האר, ווערט די פרוי אריינגעלאזט צו רבי שמשון אין צימער, ווי זי שטעלט זיך פארענט פון רבי שמשון קוקענדיג אויף אים מיט קענטיגע פארדאכט.

וואס קען איך אייך העלפן, אפשר א שענערע נדבה, פראבירט רבי שמשון זעהן וואס ער קען ארויס העלפן די צובראכענע פרוי.

אבער אנשטאט אן ענטפער קומט אן אומגעראכטענע פראגע אויף צוריק, מעג איך פרעגן א פריוואטע פראגע פון אייך.

געוויס, ענטפערט רבי שמשון נישט וואוסענדיג וואספארא אטעם באמבע גרייט זיך דא אויפצופלאצן אין די קומענדיגע מינוטן.

מיין האר, האט איר אמאל געהאט חתונה געהאט בעפאר'ן הייראטן די גביר'טע דא אין שטאט.

אויף אזא קרייץ פארהער האט זיך רבי שמשון איבערהויפט נישט געראכטען, וואס א נפק"מ פאר די עלענדע פרוי זיין פארגאנגעהייט.

יא ! קומט דער קורצער, אבער אמת'ער ענטפער.

קומט איר אפשר פון די מדינה אונגארן, פון ווי איר זענט פארטריבן געווארן ביים גירוש און יאר תמ"ה.

עה, יא, ענטעפערט רבי שמשון אינגאנצען פארוואונדערט נישט וואוסענדיג ווי אהין די פרוי צילט.

איז, איך וויל אייך אנטפלעקן א געהיימניס און דערמיט לייזן א לאנגיעריגע מיסטעריע, ציעט די פרוי אן די געמיטער אונעם צימער, דא און פארענט פון אייך שטייט נישט קיין צווייטער ווי אייער אשת נעורים וועלכער איז פארלוירען געווארן דאן ביים אנטלויפן פון אונגארן ביים גירוש !!

ווי א דינער אין מיטן העלן טאג פון די שאקירענדע אויפדעקונג, שטייט רבי שמשון געפעלפעט ווען די פרוי הייבט אן אים אויסרעכענען געוויסע סימנים וועלכע באשטעטיגן אויף גאנץ זיכער, אז די פרוי האט רעכט, און ס'איז וואר די געשיכטע אז זי איז טאקע די פארלוירענע פרוי זיינע.

נאכ'ן גרינטליך איבערגיין אלע צדדים וואס דא ברויך געטון ווערן על פי תורה, און נעמענדיג און באטראכט אלע אפציעס, געבט רבי שמשון איבער פאר די רעבעצין די שאקירענדע אויפדעקונג וואס דא איז נארוואס אנדעקט געווארן, און מעלדט איר איין אז לויט ווי די הלכה פארלאנגט און אזא פאל, ברויך דער מאן געבן א גט פטורין פאר ביידע פרויען, און דערנאך חתונה האבן מיט איינע פון די צוויי וועלכע ער זעלבסט וועט אויסוועלן.

די רעבעצין, וועלכע איז גאנץ זיכער אז רבי שמשון וועט אוואדי אויסוועלן די אפציע פון איר צוריקנעמען, און וועט געוויס נישט אויפגעבן א רייכטום און א גלענצדער צוקופנט פון זיצן און לערנען אן קיין שטער, געבט גריג איר צושטימונג צום גט וועלכער ווערט אויסגעפירט דורך דעם הויפט בית דין און שטאט.
אבער צו איר גרויס אנטוישונג, איז רבי שמשון'ס איבעראשענדער באשלוס אנדערש ווי זי האט געקלערט, און טראץ די גרויס רייכטום און האלב פון איר פארמעגן וואס זי האט אים פארשפראכן, האט ער אלעס אפגעלאזט און האט נאכן גט געהייראט די ערשטע רעבעצין וועלכע איז געווען איבערגליקליך צוריק צובאקומען איר פארלוינערער מאן.

די שטוינענדע געשיכטע איבער דער יושר'דיגער טאט וועלכע רבי שמשון האט געטון האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט איבערן גאנצן לאנד, אויסרופענדיג גרויס שעצונג צו רבי שמשון, ביי זיינע אידישע ברודער און להבדיל ביי די גוי'שע שכינים צוגלייך.

די גאנצע מדינה רעש'ט מיט די געשיכטע, אזש עס דרינגט אריין ביזן קעניגליכער פאלאץ צו וועלכער רבי שמשון ווערט איינגעלאדנט דורכ'ן קיסר זעלבסט, וועלכער וויל פערזעהנליך זיך באקענען מיט דעם איד וועלכער האט געטון דער נאבעלער טאט פון וואס יעדער רעדט, ער וויל זעהן דעם מענטש וועלכער האט נישט געקוקט אויף קיין כבוד און געלט, נאר געטון וואס עס איז ריכטיג און יושר ווי די הייליגע תורה פארלאנגט.

פארברענגענדיג מיט רבי שמשון, ווערט דער קיסר גאר שטארק באצויבערט פון זיין חכמה און ישרות, און פארבעהט אים צו באזוכען אפטער דא און פאלאץ ווי ער וועט קענען הנאה האבן פון זיין חכמה פון וועלכער דער קיסר איז אזוי באנומען.

האבענדיג צוטריט צו די קענגליכע קארידארן, האט רבי שמשון אויסגענוצט יעדע געלעגענהייט ווען מען האט נאר געקענט א טובה טון פאר אידן, וועלכער האט געפירט צו דעם אז אידן און עסטרייך, ווי אויך און די ארומיגע מדינות ווי רבי שמשון איז עווענטועל אויפגענומען געווארן אלס הויפט רב און עטליכע באזונדערע שטעט און לענדער, האבן און זיינע צייטן געלעבט פארהעלטמענטיג ראויג אויסמיידענדיג פארשידענע גזירות וועלכער רבי שמשון האט מיט זיינע נאנטע באצויאנגען אינעם קייסערליכן הויף פארשריגן און צושטערט.

רבי שמשון, אדער מער באקאנט אלס השר רבי שמשון ווערטהיימער זצ"ל, איז פארשריבן מיט גאלדענע אויתיות און די אידישע היסטאריע, הויפטזעכליך צוליב זיינע פילע לייסטונגען לטובת זיינע אידישע ברידער ווען אימער.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

מורא׳דיג!

א יישר כח פארן ברענגען און אזוי שיין אראפשרייבן.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

וואהו, יש"כ פאר'ן באשרייבן אזוי רייך, ביי געלייגט דער מקור, מען זאל קענען שאצ'ן די ארבייט...
אטעטשמענטס
IMG-20200807-WA0005.jpg
IMG-20200807-WA0005.jpg (288.47 KiB) געזען 795 מאל
וחיי עולם נטע
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

ווערטהיימער רבי שמשון סיפור - עלי זכרון (2)_Page_1.jpg
ווערטהיימער רבי שמשון סיפור - עלי זכרון (2)_Page_1.jpg (411.02 KiB) געזען 762 מאל

ווערטהיימער רבי שמשון סיפור - עלי זכרון (2)_Page_2.jpg
ווערטהיימער רבי שמשון סיפור - עלי זכרון (2)_Page_2.jpg (420.06 KiB) געזען 762 מאל
למען ידעו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

בייגעלייגט איז א PDF מיט די געשיכטע וועלכע מיר האבן געשריבן עוליכע תגובות צוריק.

היינט איז די יארצייט
זי"ע
אטעטשמענטס
השר רבי שמשון ווערטהיימער זצל.docx.pdf
(145.51 KiB) געווארן דאונלאודעד 52 מאל
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

שה אחד האט געשריבן:
ווערטהיימער רבי שמשון סיפור - עלי זכרון (2)_Page_1.jpg

ווערטהיימער רבי שמשון סיפור - עלי זכרון (2)_Page_2.jpg


אשאד צו אוועק מאכן אזא שיינע מעשה.....
וחיי עולם נטע
למען ידעו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

הרב ר' אשר האט געשריבן:
שה אחד האט געשריבן:
ווערטהיימער רבי שמשון סיפור - עלי זכרון (2)_Page_1.jpg

ווערטהיימער רבי שמשון סיפור - עלי זכרון (2)_Page_2.jpg


אשאד צו אוועק מאכן אזא שיינע מעשה.....

בכגון דא זאגט מען, ווילסט פרעגן קשיות אדער ווילסט הערן די מעשה.....

ערענסט גערעדט, איך זעה נישט ער זאל רעדן פון דעם דערמאנטען סיפור.

והשנית, איז דער מחבר פונעם ספר מנחם משיב נפש וועלכער איז ווי ער שרייבט אן אייניקל פון רבי שמשון זצ״ל נישט גענוג א קראנטער מקור צו די געשיכטע ?
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

שה אחד האט געשריבן:וועלכע יאקאבאוויטש?

משפחת ר בערל ז''ל פון די בוטשער
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

למען ידעו האט געשריבן:בייגעלייגט איז א PDF מיט די געשיכטע וועלכע מיר האבן געשריבן עוליכע תגובות צוריק.

היינט איז די יארצייט
זי"ע

א גרויסן יישר כח, זייער זייער שיין
מיין זיידע זכות זאל מגין זיין אויף דיר און אונז אלע אמן
אוועטאר
יהוסף
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 11:28 am

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימר זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהוסף »

אין ספר שער מרדכי ביי די סדר הייחוס שטייט אז הגאה"צ רבי לייב דיין זצ"ל מח"ס פני אריה על ירושלמי שטאמט מגזע השר המפואר רבי שמשון ווערטהיימער זצ"ל - איך האב דאס נישט געפינען אין קיין אנדערע פלאץ און היות איך בין אן אייניקעל וואלט איך גיווען זייער דאנקבאר אויב עמיצער קען מיר אנווייזען א מקור אדער מער אינפא דערויף
אמרו איצטגניני פרעה כו' אמר להן גנוני מלכות אני רואה בו (רש"י: גווני מלכות בחכמה גבורה ויופי) אמרו לו א"כ יהא יודע בשבעים לשון בא גבריאל ולימדו שבעים לשון לא הוה קגמר הוסיף לו אות אחת משמו של הקב"ה ולמד שנאמר עדות ביהוסף שמו כו' (סוטה לו:)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: השר ר' שמשון ווערטהיימער זצ"ל מווינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

זענען דא היינט אייניקלעך בן אחר בן פון רבי שמשון ווערטהיימער?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”