החסיד רבי מענדל פוטערפאס זצ"ל - ד’ תמוז תשנ”ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

חכם מחוכם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אבער נאך אלע מעשיות איז רבי מענדל זצ"ל געווען א'חכם מחוכם מיט א'פקח עצום פארשטאנען זייער גוט צו מילי דשמיא און להבדיל מילי דעלמא.

וואו זאגט די וועלט וואו ס'איז דא תורה איז דא חכמה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יציב פתגם האט געשריבן:
שנים לאחר מכן תיעדתי אותו במכחול על בד בציור שמן ענק

יחיאל אופנר

איז דאס די זעלבע בילד ווי אויבן ?
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=872090#p872090
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

שוועמל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
שנים לאחר מכן תיעדתי אותו במכחול על בד בציור שמן ענק

יחיאל אופנר

איז דאס די זעלבע בילד ווי אויבן ?
viewtopic.php?p=872090#p872090

יא, די אינטערשטע בילד איז נאכגעמאלן די אויבערשטע בילד, איר קענט פארגלייכן ביידע בילדער דא.
אטעטשמענטס
www.chabad.info.jpg
רבי מענדל ישן.JPG
רבי מענדל ישן.JPG (29.37 KiB) געזען 3121 מאל
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כח גדול הרב מרימנוב על הדברים המתוקים של איש החסיד מו"ה מענדל ע"ה
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ישקנו ....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט רבי מענדל זצ"ל .
אז אלס קינד פאר זיין בר מצוה האט ער באגלייט הגאון החסיד רבי זלמן שמעון דעווארקין זצ"ל רב ומרא דאתרא של שכונת קראון הייטס יצ"ו (הנקרא אצל חסידים כתר עליון, קראון מיינט און ענגליש כתר און הייטס מיינט עליון ).גייענדיג לערנען חסידות און די שוהל וואס האט געהייסן שפיץ חב"ד און רוסלאנד.

גייענדיג זענען מיר דורך א'בעקעריי וואס האט געהאט א'באלקאן (טאראסע) און דארטן זענען געזעצן יושבי קרנות ליידיגייערס וואס האבן גערייכערט און גערעדט שטותים מיט נארישקייטן.
ווען זיי האבן אונז באמערקט אלס ישיבה בחורים האבן זיי אונז געשאלטן און געשפעט .מיר האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון זיי און ווייטער געגאנגען כאילו ס'וואלט גארנישט פאסירט.

פלוצלינג האט זיך רבי זלמן שמעון זצ"ל אפגעשטעלט און צוריק געגאנגען צו די יושבי קרנות
און האט זיי געזאגט די צווייטע פסוק פון שיר השירים ישקנו ...(קושט מיך),און זיי גוט אפגעזידלט.

האב איך מיך געוואנדערט און אים געפרעגט פשט דערויף אזוי פירט זיך אויף א'תמים ?(די אלע וואס האבן געלערנט און תומכי תמימים לויבאוויטש האט מען גערופן א'תמים).
פארוואס זענט איר צוריק און זיך אראפ געלאזט צו זייערע דרגה?.

האט ער מיר גענטפערט לכתחילה האב איך געטראכט וואו דיך נישט זיי ענטפערן און זיך נישט וויסענדיג מאכן פון זיי.
אבער פלוצלינג האב איך מיר דערמאנט אז מיר האבען געהערט פון רבי נ"ע (ה"ה הרב הקדוש הרש"ב מ'לויבאוויטש זצוק"ל).
אז ווען מ'טרעפט זיך אן מיט מענטשן וואס שפעטן אפ פון תורה מיט מצות דארף מען מקיים זיין די הלכה און שו"ע ואל יבוש מפני המלעיגים און זיי זאגן די צווייטע פסוק פון שיר השירים ישקנו....
וועגן דעם בין איך צוריק געגאנגען מקיים זיין די הייליגע רייד כפשוטם.
אטעטשמענטס
רבי מענדל מיט אחסיד.jpg
רבי מענדל מיט אחסיד.jpg (6.83 KiB) געזען 3077 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג יולי 04, 2014 11:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שפתים יושק!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רבי מענדל פלעגט טאקע זאגן: א קאאש וכו' איך האב אויכעט געפרעגט די זעלבע שאלה, אזוי פירט זיך א תמים? אבער זעהט אויסעט אז יש דברים בגו
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:פארציילט רבי מענדל זצ"ל .און האט זיי געזאגט די צווייטע פסוק פון שיר השירים ישקנו ...(קושט מיך),און זיי גוט אפגעזידלט.
.


אצלינו היו אומרים:
אני אומר לך, שני שבראשון שבקדשי קדשים.... והבן

פסוק שני בקאפיטל הראשון בשיה"ש שנקרא קה"ק
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

כוחו של אמת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רבי מענדל פלעגט צו זאגן אז ס'איז דא א'אמת'ער שקר און א'פאלשע אמת.
דאס הייסט אזוי
ווען בני קרח זענען געשטאנן אויף פתחו של גהינום האבן זיי געשריגן משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאים.


פרעגט זיך די שאלה, נאך ווען זיי האבן מודה געווען אז משה אמת ותורתו אמת פארוואס האבן זיי געזאגט ואנחנו בדאים?
נאר צו ווייזען אז אפילו דעמאלטס האבן זיי עס נישט געזאגט מיט א'אמת,נאר געזאגט די אמת מיט א'שקר.

מאידך שטייט שקר אין לו רגלים,לכאורה זעט מען אז די וועלט וואס איז פיל מיט שקר עקזעסטירט זייער גוט און פיין ?
די תרוץ איז אז מ'מיינט דעם שקר מיט א'אמת,וועגען דעם איז דאס מצליח.

רבי מענדל האט פארציילט אז זייענדיג א'יתום ל"ע פון זיין טאטע איז ער אויפגעוואקסן ביין זיין זיידע רבי חיים פוטערפאס זצ"ל א'חסיד פון הרה"ק הצמח צדק מ'לויבאוויטש זי"ע .און ער פלעגט א'יעדע מוצאי שבת פארציילן מעשיות פון צדיקים.

האט ער פארציילט אז די בעש"ט איז געפארן צו א'פלאץ וואס זענען געווען אסאך מתנגדים זיינער.
פלוצלינג מערקן די תלמידים א'מענטש לויפט צו זייערע וואגען און פון זיין פנים האט געפלאמט שנאה מיט רציחה און א'האק און זיין האנט צו שלאגן די בעש"ט זיע"א. האט די בעש"ט געהייסן די בעל עגלה שמייסען די פערד און אנטלויפן.
האבן די תלמידים געפרעגט פארוואס האט די רבי מורא פון אים בשעת און אסאך גרעסערע סכנות איז די רבי געזעצן רואיג אן אפחד און נישט מורא געהאט?.
האט זיי די בעש"ט זיע"א גענטפערט טאקע דא פון אים דארף איך מורא האבן ווייל יענער איד מיינט עס מיט די גאנצע אמת און פון א'איד'ס אמת האב איך מורא.

הערט זיך אייין האט רבי מענדל אויסגעפירט בשם זיין זיידע זצ"ל,אז ס'קען זיין א'איד מאכט א' נישט גוטע פעולה און מיינט דאס מיט די גאנצע אמת אז עד כדי כך די צדיק זאל פון דעם מורא האבן.
און פון די אנדערע זייט קען א'מענטש טוהן גוטע פעולות פאסטען מאכען סיגופים און אכטונג געבען בעניני יראת שמים עם כל זה איז זיין גאנצע חיות מצד הקליפות ל"ע .(ווייל ער מיינט עס נישט מיט א'אמת).
פון דא זעט מען וואו וויכטיג אז א'מענטש זאל טוהן זיין עבודה מיט א'אמת.און ווען ער טוהט און מיינט עס מיט א'אמת קען קיין שום זאך נישט שטיין א'קעגען אים און ער וועט זיכער מצליח זיין און אלס וואס ער טוהט.



.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הסיפור והנמשל בעבודת השם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רבי מענדל פלעגט נאכזאגען בשם הבעש"ט זיע"א א'יעדע זאך וואס א'מענטש זעט אדער הערט איז א'הוראה וואו אזוי ער זאל זיך פירן און עבודת השם.

כידוע האט מען אים פאר משפט שווערע ביטערע גלות ארבעט און סיביר וואו ער האט אפגעשמאכט דארטן פאר אכט יאר לא עלינו.

פארציילט רבי מענדל זצ"ל אז די מענטשן וואס מ'האט פארשיקט און סיביר זענען געווען פון אלע סארטן , מאנכע זענען געווען געלערנטע און שרייבער'ס און א'טייל פשוטי עם סוחרים און פראפלאגטע מענטשן און א'טייל זענען געווען רויבער'ס מיט גנבים.
און די ארעסטאנטן פלעגן זיך דורכמשיסען צווישן זיך וואס זיי פלעגן טוהן, זייערע פאך, זייערע לימודים וכו'.

צווישען די ארעסטאנטן איז געווען איינער וואס ער האט געזאגט אז זיין פאך איז געווען ער פלעגט טאנצען אויף זייער א'הויעכע שטריק און א'צירקוס,(קרקס בלע"ז) און געמאכט פארשידענע קונצן דערויף צו די וונדערליכע אויגן פון די צו קוקער'ס. רוב פון די ארעסטאנטן וואס האבן געשטאמט פון זייערע ארימע פלעצער און רוסלאנד האבן נישט געקענט גלייבן אז אזא זאך איז מעגליך במציאות און אים געבעטן אז ער זאל זיי ווייזען אז ער קען עס טאקע טוהן.


האט ער זיי געזאגט ווען מ'וועט מיך באפרייען פון דא וועל איך אפרעכטן אזא זאך מיט א'הויכע שטריק און דעמאלטס וועט איר איינזען אז איך רעד אמת.

ווען ס'איז אנגעקומען די געוונטשענע טאג וואס מ'האט יענעם באפרייט האבן זיך די גאנצע לאגער מענטשן צו געגרייט דאס צו זען און מיט די נאטשאלניק'ס ערלויבעניש האט מען אויסגשפרייט א'לאנגע שטריק צווישן צוויי הויעכע ביימער און דער חברה מאן האט שפאצירט דערויף צו די וונדער פון די צו קוקער'ס וואס האבן דאס קיינמאל נישט געזען און זייערע לעבן.

ווען ער איז צוריק אראפ אויף די ערד האבן די ארומיגע אים געפרעגט זאג אונז ברידער וואו אזוי און די וועלט האסטו עס געטוהן ? ווען די זעסט די ריזיגע תהום אינטער דיך ? די יעדע מינוט'גע סכנה וואס א'יעדע קליינע טעות און אויסגליטש קען דיך ברענגן א'זיכערע טויט ל"ע?.
און וואו אזוי קענסטו גיין מיט אזא שטאלץ און זיכערקייט צו די אנדערע עק שטריק?

האט ער זיי גענטפערט ס'איז דא און דעם אסאך כללים,מדארף אסאך לערנען און זיך צו געוואינען דאס צו טוהן.
אבער די ערשטע כלל איז ,וואס דאס דארף מען געדענקן און כסדר איבער חזר'ן פאר אלע'מען,
איז נישט קוקען אויף די ריזיגע הויעכקייט און נישט טראכטן פון די שרעקליכע סכנות וואס לאקערען, און נישט צו הערן די געשריי פון די ארומיגע מענטשן,די דארפסט נאר גיין פון פראויס און קוקען אויף די מטרה וואו די דארפסט אנקומען ,נאר נאכגיין די כללים נישט זיך אומקוקען רעכטס אדער לינקס , דאס איז די ערשטע כלל,און אויב מ'פירט זיך אזוי קומט מען אן גאנץ מיט א'זיכערקייט צו די באשטימטע פלאץ.

האט רבי מענדל אויסגעפירט אז די נמשל און עבודת השם איז קלאר און פארשטייט זיך פון זיך אליינס,די ערשטע זאך דארף מען געדענקן דעם ערשטע כלל וואס דאס איז נישט קוקן אונטען נישט קוקן ארום און ארום און טראכטן וואס דער און יענער זאגט,נישט מורא האבן וואו אזוי וועלן מיר צו קומען צום פונקט,נאר מ'דארף גיין פון פאראויס לעבן מיט די נקודה ,קוקען נאר אויף די מטרה וואו די דארפסט אנקומען און צו דערגרייכען דעם ענדליכן פונקט בשלימות.

די אויבערשטע בילד איז רבי מענדל (רעכטס) פארברענגט מיט החסיד המפורסם רבי חיים זלמן קאזלינער זצ"ל (הנקרא חז"ק).
די אינטערשטע בילד איז ער (רעכטס) לערנען מיט הרה"ח רבי אשר ששונקין זצ"ל.
אטעטשמענטס
רבי מענדל מיט רבי חיים זלמן קאזלינער.jpg
רבי מענדל מיט רבי אשר ששונקין.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דער מהות פון א'מת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט רבי מענדל זצ"ל:

אז ביי די שרעקליכע הונגער און רוסלאנד ל"ע האב איך געהאט א'קביעות א'יעדע נאכט לערנען חסידות מיט א'חסיד מיט די נאמען רבי לייב ז"ל.

דער רבי לייב האט עוסק געווען און גמילות חסד של אמת און באגראבען די טויטע ,איינער פון די נעכט פרעג איך אים וואס האט זיך היינט געטוהן און בית החיים?

האט מיר רבי לייב גענטפערט היינט איז אנגעקומען דרייסיג טויטע וואס זענען אויס געגאנגן פאר הונגער ל"ע.האב איך נישט אנגעיאגט אלעמען צו באגראבן ס'איז נאך איבער געבליבן פינף טויטע,
האב איך געלייגט זייערע גופים אויף די טהרה טיש'ן, איך האב געלייגט איינער לעבען די אנדערע,און די פנים'ער זייערע איז געווען כלפי מעלה,און קיינער האט נישט געקוקט אויפן צווייטען וואס ליגט לעבן אים.

האט רבי מענדל אויסגעפירט אז דעמאלטס האב איך פארשטאנען און געלערנט וואס מיינט א'טויטער :

איינער וואס טראכט נישט פון א'צווייטן,קוקט נישט אויף אים,און רעדט נישט צו אים.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

זאגען נישט און זיין יא?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט רבי מענדל זצ"ל ס'איז אמאל געווען א'חסיד וואס האט געהערט איינעם מפקפק זיין אויף א'מופת וואס מ'האט פארציילט אויף א'רבי .
האט יענער חסיד זייענדיג אנגעטוהן מיט טלית ותפילין אוועק געמאכט דעם איד מיט א'לשון גנאי וואס חסידים פלעגן ניצן " שמא".. בלשון אידיש
וואס מ'האט גערופן "א שי"ן" מיט דריי קעפלך" .

איז געווארען א'גאנצע טומעל און שטאט היתכן ? רעדן אזוי מיט טלית ותפילין?.

האט זיי די חסיד גענטפערט, זאגן "שמא.." מיט טלית ותפילין טאר מען נישט, אבער זיין אזא "שמא.. מעג מען יא?.


רבי מענדל זצ"ל (מיט די קאסקעט) מיט הרה"ח רבי שלום בער קעסעלמאן זצ"ל משפיע ב'ישיבת לויבאוויטש כפר חב"ד.
אטעטשמענטס
פוטערפאס 2.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הסיבה שלא עושים תנאים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

כידוע ביי חסידים מאכט נישט קיין "תנאים" פאר די חתונה נאר א"'ווארט".

האט רבי מענדל זצ"ל מסביר געווען די פשט איז ווייל חתונה האבן ברענגט אראפ נשמות בגוף אויף די וועלט, און דאס מיינט אז מ'דארף זיך באנעמען מיט'ן נפש הבהמית (יצר הרע) און מיט די נפש הבמהית מאכט מען נישט קיין "תנאים" די בהמה דארף הערן א"'ווארט" אז אזוי און נישט אנדערש, אז מ'דארף גיין פון פאראויס און נישט צוריק צו וועג'ס.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די פשט פון תשובה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ווען רבי מענדל פלעגט פארלערנען אגרת התשובה פונעם אלטן רבי'ן (הרה"ק הבעל תניא זיע"א) וואס רעדט פון תשובה מ'עומקא ד'ליבא מיט אמת'ער חרטה.

האט ער געוויינט און מיט גרויסע התרגשות פארציילט.

ווען ער איז אנטלויפן פון די קאמעניסטין האט ער זיך באהאלטן און א'שטוב פון א'אלמנה וואס האט געהאט א'קליין קראנקע קינד ל"ע.
אייינמאל האט זי געוואשען דעם קראנקע קינד און א'באד אנטקעגען דעם דאקטארס רצון און דאס קינד האט אנגעהויבן צו גוסס'ן.
די ווייב וואס האט נישט געווסט וואס צוטוהן האט זי אנגעהאלטן דאס קינד און געשריגן און געוויינט מיט א'צובראכענע הארץ ,

וואס האב איך געטוהן? וואס האב איך געטוהן?.
דאס מיינט א'חרטה אמיתית אויפן עבר האט רבי מענדל זצ"ל מסביר געווען.

נאך א'שטיק צייט ווען זי האט זיך א'ביסעלע בארואיגט און געכאפט וואס ס'טוהט זיך דא האט זי אנגעהויבן צו קלאגען וואס טוה איך דא?.

דאס איז א'קבלה על העתיד האט רבי מענדל מסביר געווען,דאס איז די עיקר תשובה נישט בלייבן מיט וואס איך האב געטוהן נאר מ'דארף אנקומען אויף וואס דארף איך יעצט טוהן.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

אזא שנאת עמלק האט ער נאך נישט געזען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט רבי מענדל זצ"ל אז די באקאנטע חסיד רבי זלמן זעזמיר זצ"ל מתלמידי הגר"א זיע"א איז געווען א'למדן און א'גאון עצום אבער נישט קיין חסיד .

איינמאל שבת זכור האט ער געדאווענט מיט החסיד המפורסם הרה"ק רבי בנימין (ראבינאוויטש) קלעצקער זצוק"ל פון די גרויסע חסידים פונעם אלטן רבי הבעל התניא זיע"א און ווען מ'האט געליינט די פרשה פון מחיית עמלק האט זיך רבי בנימין'ס צורה זייער פארענדערט געווארן רויט ווי פייער און געפלאמט פיל מיט שנאה און כעס אויף עמלק פאר'ן זיין אזא פארברעכר,אויף אזוי וייט אז די תורה הייסט אז מ'דארף געדענקן און נישט פארגעסען אז ס'איז א'מצוה אים אינגאנצן אויסמעקן נישט לאזען קיין זכר פון אים.

נאכן ליינען איז רבי זלמן זצ"ל צו געגאנגען צו רבי בינמין אים פרעגענדיג וואס שלעכט'ס האט דיך עמלק געטוהן מער ווי צו א'אנדערע איד וואס די האסט אים אזוי פיינט? פון ווי האסטו עס גענומען? האט אים רבי בנימין גענטפערט פאר צום אלטן רבי'ן קיין ליאזנא,וכך הוה ער איז געפארן קיין ליאזנא און געווארן פון די גרויסע תלמידים ומפיצי דרכו פונעם בעל התניא זיע"א.

ווען זיין תלמיד הרה"ק רבי הלל פון פאריטש זצוק"ל האט עס פארציילט האט ער אויסגעפירט איך האב שוין געזען מענטשן וואס האבן פיינט שלעכטס ,געזען חסידים וואס האבן פיינט עמלק און ווילן אים אויסמעקן, אבער אזא שנאה ווי רבי זלמן זצ"ל האט געהאט האב איך קיינמאל נישט געזען.


בדרך אגב אויף דעם רבי בנימין זצוק"ל פארציילט מען אז ער האט אמאל געמאכט א'חשבון פון זיין האלץ ביזנעס און וואלד,ווען ס'איז קומען די סך הכל ,האט ער געשריבן סך הכל-"אין עוד מלבדו".
און ווען הרה"ק רבי שלמה קארלינער זיע"א האט באזוכט דעם בעל התניא האט ער אים פארציילט מיט התפעלות פון איינעם פון זיין תלמידים וואס איז זוכה צו גילוי אליהו,האט זיך דער בעל התניא זיע"א אנגערופן אז מיין בנימין האלט יעצט אינמיטן שמונה עשרה ביי שים שלום און אים שיינט יעצט די יחידה שבנפש (א'מורא'דיגע מדרגה ) און לאכט פון אייערע תלמיד'ס גילוי אליהו.
אטעטשמענטס
צמ
צמ
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ווי קען מען זיך בלאפען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

כידוע אז די אר"י הקדוש זיע"א האט געזאגט אז פארן דאווענען זאל מען מקבל זיין אויף זיך מצות עשה פון ואהבת לרעך כמוך ,און דאס איז א'סגולה אז די תפילות זאלן נתקבל ווערען.
און מ'האט עס געדריקט און פארשידינע סידורים ,און לויבאוויטש ועוד מקומות זאגט מען עס פארן דאווענען.

רבי מענדל זצ"ל איז דאך כידוע געווען דער איש אמת און זיך נישט געקענט בלאפען, האט ער אמאל געפרעגט ווי קען מען זאגן הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת ולרעך כמוך ? האלט מען דען דערביי צו ליב האבן א'צווייטע ווי זיך? היתכן אז די תורה זאל הייסען זאגן בלויז ווערטער מן השפה ולחוץ?

נאר די תירוץ איז פארענדיגט רבי מענדל זצ"ל וויבאלד ס'שטייט אזוי און סידור דארף מען דאס זאגן צו מ'האלט יא דערביי צו נישט, און דעם זכות וועט מען צום ענדע האלטן דערביי, און וועגען דעם זאל מען זאגען פונקט די נוסח ווי ס'שטייט און סידור

וכך הוה מ'פלעגט הערן רבי מענדל זצ"ל פארן דאווענען זאגן גענוי די נוסח וואס שטייט און סידור,און אזוי פלעגט ער זאגען, "נכון לומר קודם התפלה הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך".


דא האט איר 'הערליכע בילד רבי מענדל זצ"ל קריגט ד' מינים פון מורו ורבו (דרך אגב אז איר קוקט גוט אויפן בילד ווי זיי קוקן זיך אן , דערקענט זיך די גודל אהבה והערצה וואס די רבי האט געהאט לחסידו הגדול זצ"ל) און צענטער זעהט זיך אן די רבי'ס און הרה"ק רבי יוסף יצחק'ס זצ"ל לאנג יאריגע סעקרעטאר (מזכיר) הרה"ח ר'ניסן מינדל ז"ל.

ממש רעכטס פארשטעלט א'האלבע פנים אויפן בילד איז הרב הצדיק רבי שמואל דוד רייטשיק זצוק"ל מגדולי חסידי לויבאוויטש און די בקאנטע ליובאוויטשער שליח פון לאס אנדזשעלעס .(וואס אי"ה בל"נ עוד חזון למועד שרייבן מגדלותו וקדושתו של האי צדיק ).
די אינטערשטע בילד איז רבי מענדל מיט הרב רייטשיק זצ"ל.
אטעטשמענטס
רבי מענדל עם הרבי.jpg
רבי מענדל עם רב רייטשיק.jpg
רבי מענדל עם רב רייטשיק.jpg (17.4 KiB) געזען 2745 מאל
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

נכנס כגיבור לציון הקדוש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט רבי מענדל זצ"ל.
אז די רבי מהר"'ש זצוק"ל פון לויבאוויטש פלעגט פון מאל צו מאל פארן להשתטח על ציון אביו הרה"ק ה'צמח צדק זיע"א און זיך אויפהאלטן דארטן זייער לאנג,און קיינער פון די חסידים האבן נישט געטארט זיין דארטן,נאר זיין גוי'שע באדינער פלעגט אים אהין טראגן מיט זיין פערד און וואגן און אים געהאלפן מיט וואס ער האט געדארפט,און געווארט אויף אים ביז ער האט גענדיגט, און אים צוריק א'היים געטראגן.

די חסידים זענען געווען זייער נייגעריג וואס די רבי טוהט דארטן ביים ציון, און פראבירט עפעס ארויס באקומען פונעם גוי ,אבער די גוי האט זיך געהאלטן באזיינס און נישט געפענט זיין מויל.

אמאל האבן זיך אפאר חסידים פארלייגט אויף אים, און אים אנגעטרינקן מיט די ביטערע טראפ (הנקרא משקה) ,וכטוב ליבו ביין האט מען געדריקט אז ער זאל פארציילן וואס די רבי טוהט דארטן ביים ציון.

נאך וואס ער איז געווען גוט באזאפען מיט אסאך משקה ,און זיין קאפ האט אים געשווינדעלט כדבעי למהוי, ווי האבן אונז חז"ל געלערנט ,נכנס יין יצא סוד,האט ער געפענט זיין פיסק און פארציילט "אז איך וואונדער מיך זיך זייער שטארק אויף ענקערע רבי וואס ער איז א'חכם און א'גרויסע צדיק אבער ס'איז דא זאכן וואס איך פיר מיך אויף אסאך קלוגער פון אים .

למשל ווען די רבי קומט אריין צום אוהל הייבט ער אן צו ציטערן ,און זיין גאנצע גוף שאקעלט זיך מיט אזא פחד וואס איך האב אזוינס נישט געזעהן נאר ביי די הינער און זייער שטייג,ווען ס'קומט אריין א'וואלף און וויל זיי פארציגען, האט די גוי אויסגעפירט, אבער איך פיר איך מיך אסאך קלוגער פון אים,איך האב אינגאנצן נישט מורא,איך קום אריין אזוי ווי א'גיבור וואס האט פון גארנישט מורא.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח רימונובער אייניקל פאר די הייסע ווארע וואס די ברענגסט דא. גאר שיין.


אן עובדא פון ר' מענדיל מיטן טייטראופ וואקער...

אט דא viewtopic.php?f=3&t=24466
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

נאכאיינס פון ידידינו א גראם מיט טעם
viewtopic.php?p=946976#p946976
א יישר כח רימוניבער
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
קארעקט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארעקט »

יישר כח רימנובער אייניקל, הערליכע פנינים יקרים איינס ביי איינס, מיר זענען זיך מחיה מיט יעדע תגובה און יעדן דיבור.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

המברך יתברך.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

שלושה דרגות באהבת ישראל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רבי מענדל זצ"ל פלעגט צוזאגען אז דריי צדיקי עולם זענען געווען באווסט מיט די אויסערגעוונליכע אהבת ישראל זייערע,אבער ס'איז דא א'ריזיגע חילוק צוווישען זיי.

א'). די רבי רבי זושא זיע"א ,האט נישט געקענט זעהן קיין שום שלעכטס אויף א'איד,ווען א'איד האט זיך נישט אויפגעפירט ווי ס'דארף צו זיין,האט ער דאס פשוט נישט געזעהן,וועגען דעם האט ער ליב געהאט א'יעדע איד בשלימות.

ב'). די הייליגע בארדיטשובער רב זיע"א אפילו ווען ער האט געזעהן שלעכטס אויף א'איד האט ער אלע מאל מלמד זכות און ממליץ טוב געווען אויף אים.

אזוי ווי ס'איז באקאנט די מעשה אז א'געוויסע איד אינמיטען דאווענען האט געשמירט זיין רעדער פון די וואגען מיט פעך.האט די בארדיטשובער רב זיע"א אויף געהויבען זיין אויגן צום הימעל זאגענדיג רבונו של עולם קוק וואספארא וואונדעליכער קינדער די האסט ,אז אפילו בשעת זיי שמירען די רעדער מיט פעך האבן זיי דיר אזוי ליב און זיי דאווענען צו דיר, און אזוי האט ער ליב געהאט א'יעדע איד בשלימות.

ג'). די הייליגע בעש"ט זיע"א האט געזעהן און א'יעדע איד זיינע חסרונות און ער האט אים מוסר געזאגט אויף דעם,זיין עבודה איז נישט געווען לימוד זכות נאר די בעש"ט האט ליב געהאט יעדער איד מיט זיינע חסרונות אן קיין לימוד זכות.

און דאס איז פשט אינעם פסוק ואהבת לרעך כמוך,אזוי ווי א'מענטש האט זיך אליינס ליב אפילו מיט זיינע חסרונות, אזוי זאלסטו ליב האבען א'צווייטע איד אפילו מיט זיינע חסרונות.

און הגם מ'זאגט עס אויפן בעש"ט זיע"א,אבער ווי די אלטער רבי זיע"א שרייבט און תניא "אפס קצהו ושמץ מינהו מרב טובו ואורו" וכו', באלאנגט צו יעדעם איינעם דאס צו מקיים זיין אפילו ער איז נכשל געווארען מיט הארבע עבירות דארפסטו אים ליב האבען אפילו די האסט נישט קיין לימוד זכות אויף אים.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יע,יע,מ'טוהט אבער עס שמעקט דאך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט רבי מענדל זצ"ל, אז פורים תרפ"ו ביים פאברענגען ביי הרה"ק רבי יוסף יצחק פון לויבאוויטש נ"ע איז געווען דארט א'חסיד מיט די נאמען ר' אברהם בארצונער פון האמיל,אינמיטן די פארברענגן רופט זיך אן ר' אברהם צום רבי ,אז ער זאל מצליח זיין ארויס גיין פון רוסלאנד קיין ארץ ישראל, האט אים די רבי גענטפערט מיט די באוואוסטע פתגם פונעם צמח צדק "מאך דא ארץ ישראל", האט ר' אברהם געפרעגט ווי אזוי מאכט מען עס?, האט אים די רבי געווינקן מיט זיין האנט ער זאל אריין קומען צו זיין צימער אויף יחידות,און טאקע נאך פורים איז ער אריין צו יחידות צום רבי'ן,און תיכף נאך דעם איז גלייך א'היים געפארן קיין האמיל.

ס'איז דורך א'פאר יאר,און יאר תרפ"ט האט זיך פארמאכט די לויבאוויטשער ישיבה און די שטאט קרעמענטשוק דורך די רעגירונג,האט מען אפגעמאכט אז א'יעדע עלטערע בחור זאל מיט נעמען מיט זיך צען אינגערע בחורים און א'געוויסע חסיד וועט זיין ממונה אויף זייערע עסען שלאפן לערנען .

רבי מענדל וואס איז געווען פון די עלטערע בחורים,איז אנגעקומען מיט א'קבוצה בחורים קיין האמיל,און די אחראי אויף זיי איז געווען ר' אברהם בארצונער,ר' אברהם האט זיי ערלעדיגט עסען שלאפן פאר יעדע בחור באזונדער,אבער געלערנט האבן זיין און שוהל,רבי מענדל אליין האט גענעכטיגט ביי ר' אברהם'ס הויז.

במשך הזמן איז געווארן א'שטארקע קשר צוווישן ר'אברהם מיט רבי מענדל, און ר'אברהם האט אים געטרויט צו פארציילן פרעזענליכע זאכן וואס ער האט קיינעם נישט פארציילט.

אמאל ביי א'עת רצון האט רבי מענדל אים געפרעגט וואס האט דיך די רבי געזאגט ביי יענער יחידות נאך פורים און יאר תרפ"ו?.
האט אים ר'אברהם גענטפערט "די רבי האט מיר געהייסן פאסטן תענית הפסקה דריי טעג נאכאנאנד,פון נאך שבת ביז דינסטאג ביינאכט,און דעמאלטס פאר איך פאסט אויס,זאל איך ארויף גיין אויפן באלעמער און די שוהל פון האמיל ,און איך זאל מיך אויסרעדן אלץ וואס ליגט מיר אויף מיין הארץ ,און דעמאלטס וועלן זיך צונויפקומען א'פאר אינגעלייט און זאלסט אנהייבען צו ארבטען.

וכך הוה,נאך די תענית הפסקה בין איך ארויף אויף די באלעמער, און איך האב מיך אויסגערעדט זאגענדיג פארן גאנצע עולם , מ'וואלט אייך אפשר געקענט פארשטיין אז איר זענט מחלל שבת חלילה בלית ברירה ,איר מוזט א'היים ברענגען פרנסה, אז נישט קען מען אויסגיין פאר הונגער ל"ע,

אבער ווי קענט איר שיקן אייערע קינדער אין די קאמאניסטישע שקאלעס ,איר זענט דאך מגדל אייערע קינדער צו שמד רח"ל,ס'וועט דאך נישט איבער בלייבן פון ענק אפילו א'קדיש,אויף דעם דארף מען בפועל זיך מוסר נפש זיין,"יהרג ועל יעבור".


די גבאים פון שוהל זענען צו געקומען צו מיר, און גוט אנגעשייגעצט און מיר בכח אראפ גענומען פוו די באלעמער,נאך אזא דרשה איז בדוק און מנוסה אז די קאמאניסטען וועלן פארמאכן די שוהל,אבער איך האב מיינס אפגעזאגט, און אפאר אינגעלייט האבן זיך ארום געקליבן נעבען מיר,און אזוי האט מען אנגעהויבן צו ארבעטן,געפענט א'חדר פאר די קינדער,מ'האט געלערנט שולחן ערוך,עין יעקב,און אפילו "תניא" אויכעט.

ר'אברהם איז געווען א'פשוט'ער בעל כשרון,ער האט קוים פארשטאנען די משניות וואס ער האט געלערנט,אבער צו זיין תניא שיעור זענען געקומען אפילו די גרויסע לומדים פון שטאט,ווייל די אמת האט ארויס געשיינט פון אים.

רוב טאג איז ר' אברהם ארום געגאנגען קלייבען געלט פאר די לויבאוויטשער ישיבה,ווי זאגט מען און לויבאוויטש "מקבץ גשמיות וזורע רוחניות",ער האט פארשפרייט אידישקייט און חסידות,מיט מסירות נפש ממש אויף א'יעדע טריט און שריט,און די פרייע מינוט זיינע איז ער געזעצן און געלערנט פרקים משניות מיט אנדערע לימודים,ער האט קוים געגעסען אפאר רעפטליך ברויט כדי דערהאלטן זיין חיות.

די קריאת שמע שעל המטה זיינע האט גענומען ארום צוויי שעה א'יעדע נאכט ,און געמאכט א'חשבון נפש מיט דמעות שליש,און חרטה געהאט אויף זיינע עבירות משך די טאג.

האט אים רבי מענדל אמאל געפרעגט פארוואס זענט איר אזוי פארביטערט? דיין גאנצע לעבן איז הייליג פאר ישיבת "תומכ תמימים",און אויף האלטן אידישקייט מיט מסירת נפש ,און אויך און אייער פרייע צייט גייט איר נישט קיין איין מינוט לבטלה,וואס איז דא צו זיין אזוי ביטער און וויינען ווען מ'מאכט א'חשבון נפש?.

האט מיך רבי אברהם גענטפערט הויעך מיט א'ווייטאג,"יע ,יע, מ'טוט ,מ'טוט,אבער עס שמעקט דאך,עס שמעקט דאך,(פון גאווה ישות און זיך מחזיק טובה זיין).

די מעשה פלעגט רבי מענדל פארציילן מיט א'ספעציעלע געשמאק, און ווען ער פלעגט עס פארציילן פאר זיינע תלמידים , האט ער מיט א'ספציעלע נעימות איבער גע'חזרט נאך און און נאך, מיט א'ליד ,
"יע יע,מ'טוט,מ'טוט-אבער,עס שמעקט דאך,עס שמעקט דאך...
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מפלת המן דורך משקה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ביים פארברענגן כטוב לבו של רבי מענדל זצ"ל ביין,בפרט אין פורים,פלעגט ער אזוי זאגען,פון פורים לערנען מיר אויס,ווי וויכטיג איז צו זאגען "לחיים אויף משקה"המשמח אלוקים ואנשים.

אין די שווערסטע ביטערע צייט פאר כלל ישראל,ווען זיי געפונען זיך אין א'שרעקליכע גזירה,גזרת המן,"להשמיד ולהרוג ולאבד את כל היהודים,מנער ועד זקן טף ונשים" רח"ל,טוהט מרדכי הצדיק מיט אסתר המלכה ,אלע מיטלן,בטל מאכן די גזירה למעלה מן הטבע,מיט תשובה טוהן,פאסטן, איינרייסען,לערנען מיט קינדער תינוקות של בית רבן, און מיט דעם אלעם,מאכן זיי א'כלי בדרך הטבע,מיט השתדלות ביים קעניג אחשוורוש.

אסתר המלכה האט זיך מוסר נפש געווען פאר כלל ישראל,סיי ברוחניות,און סיי בגשמיות, ווי ס'שטייט אין פסוק,"ובכן אבוא אל המלך אשר לא כדת,וכאשר אבדתי אבדתי",און צום ענדע,האט מצליח געווען אירע השתדלות,און די קעניג אחשוורוש שטרעקט איר אויס די גאלדענע שטעקן פון זיין האנט,און פרעגט איר,"מה לך אסתר המלכה ומה בקשתך עד חצי המלכות וינתן לך".

אין די צייט האט אסתר נישט געטראפן ווי א'בעסערע געלעגנהייט,נאר צו איינלאדענען די קעניג מיט המן צו א'סעודה,וואס זי האט אנגעגרייט.
אין ווען אחשורוש פרעגט איר מה בקשתך?,ענטפערט זי,מ'דארף מאכן נאך א'משתה,"ותען אסתר ותאמר,יבוא המלך והמן אל המשתה אשר אעשה להם",

נאר די פשט איז,כדי צו פארניכטען המן,און אויסמעקען עמלק,דארף מען מאכן א'פארברענגען,און נאכאמאל א'פארברענגען,מיט שבת אחים יחד,און זאגען "לחיים" און נעמען א'קאפ משקה עד דלא ידע,
,[פארשטייט זיך מיט געוויסע הגבלות],ווייל נאר דאס איז די איינציגסטע וועג צו געווינען המן,ביז ער זאל נישט האבען מער קיין תקומה.

אין די בילד זעהט זיך אן רבי מענדל זצ"ל כטוב ליבו ביין, ביי א'פארברענגען מיט א'באטל משקה.
אטעטשמענטס
phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די מורא'דיגע מסירות נפש פון ר'מענדל ז"ל אין רוסלאנד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ווי געשמועסט אויבן,האט ר' מענדל זצ"ל געטוהן שווארצע ביזנעס אין רוסלאנד,און ער איז געווען א'חכם מחוכם און א'גרויסע איש מוצלח,די גאנצע געלט וואס ער האט פארדינט האט ער אלעס געגיבן פאר די ישיבה"תומכי תמימים" לויבאוויטש, און געשטיצט דערמיט ארימע משפחות,און ער מיט זיין משפחה האבן געלעבט אין זייער א' גרויסער נויט און הונגער,זיינע שותפים אין סאמארקאנד, ר' דוד דייטש מיט ר' מרדכי ריבקין האבן פארציילט,אז יעדעס מאל ווען ער האט געוואלט משקיע זיין אין א' ביזנעס,האט רבי מענדל געדארפט בארגן פריש געלט,ווייל די פארדינסטן פונעם פריערדיגן ביזנעס דיל, האט ער אלעס אוועק געטיילט פאר די ישיבה, און פאר צדקה,און ווען זיינע שותפים האבן אים געמוטשעט אז ער זאל עפעס איבער לאזן פאר זיך פון זיינע פארדינסטן האט ער נישט געוואלט.

איינער פון די זאכן וואס רבי מענדל האט עוסק געווען אין רוסלאנד איז געווען העלפן אידן זיך ארויס שמאגלען פון די מדינה של גהינום רוסלאנד,וועגן דעם האט ער זיך געצויגן קיין לעמבערג (וואס האט דעמאלטס באלאנגט צו די רוס'ן) וואס האט זיך געגרעניצט מיט פוילין, און ער מיט זיין חבר ר'יונה כהן הי"ד האבן געפעלשט און פארטיילט פארן עולם פאלשע פוילישע פאספארטן און פון דארט האבן זיי ארויסגעשמאלגט מיט א'מורא'דיגע מסירות נפש הונדערטער איד'ן קיין פולין,און פארשטייט זיך אז דאס איז געווען פון די גרעסטע עבירות אין רוסלאנד, און ס'איז אחת דתו להמית.

און זיין אייגענע משפחה האט זיך שטארק אפגערעדט אויף ר' מענדל ז"ל,אז פאר אלעמען זארגט ער ארויס שמאגלען פון רוסלאנד, אבער פאר זיין אייגענע קינדער מיט משפחה זארגט ער נישט,כאטשיג א'משפחה מיט קינדער האבן געהאט א'זכות קדימה אויפן ליסט ארויס צו גיין,האט עס ר' מ'ענדל נישט אויסגענוצט,און ער האט ארויס געשיקט נאך און נאך קבוצות,בשעת ער מיט זיין פאמיליע בלייבט איבער.

אבער א'מענטש איז א'מענטש,איז ער געגאנגען זיך דורך שמעוסן מיט זיין נאנטע גוטע פריינד ר' יונה כהן הי"ד פון די לויבאווישטער מסירות נפש אידן,און אים פארציילט אז ער קען שוין מער נישט אויסהאלטן די אנגעצויגענקייט פון די שטענדיגע סכנה וואס ס'לאקערט אים ,און זיינע כוחות לאזן זיך שוין אויס,וועגען דעם האט ער מחליט געווען ,אז ס'איז שוין געקומען די צייט צו אנטלויפן פון רוסלאנד מיט די קומענדיגע באן,האט אים ר'יונה גענטפערט מיט א'שטרענגע קוק אין זיינע אויגן,אוי מענדעלע ,קוק מיך גוט אריין אין מיינע אויגן,ווילסטו מיר זאגן אז מסירות נפש האט א'גרעניץ?.

ר' מענדל האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן,איז ער זיך געגאנגן דוירך שמעוסן און באראטען מיט זיין מאמע ,ער האט איר פארציילט אלעס וואס ער טראכט,און אלעס וואס ר'יונה כהן האט אים געזאגט,האט אים זיין מאמע די צדיקת אזוי געזאגט,הער צו מיין קינד מענדעלע,די תורה הייסט אונז נישט אויפהייבן א'יעדע אבידה,אבע נאך ווען מ'הייבט עס אויף מוז מען עס צוריק קערן צום בעל הבית זיינע,אזוי אויך דיר,אויב וואלסטו נישט אנגעהויבן דערמיט,איז מעגליך אז דו וואלסט נישט געדארפט אנהייבן,אבער נאך ווען דו האסט שוין אנגעהויבן זיך באשעפטיגן דערמיט טארסטו נישט עס אפלאזען,און דער אייבערשטער וועט דיך אפהיטן פון אלעם שלעכטס.

און ר' מענדל האט מחליט געווען אז ער וועט שיקן זיין פאמיליע מיטן קומענדיגע באן, אבער ווי לאנג די לעצטע חסיד וועט נישט פארלאזן רוסלאנד, בלייבט ער דארטן,וכך הוה,זיין ווייב אין קינדער מיט זיין מוטער , האט ער פאר שיקט קיין פולין און פון דארט זענען זיי געגאנגן קיין ענגלאנד, און ער איז נאך געבליבן דארטן א'שיינע פאר יאר.

און די קומענדיגע ארטיקלן וועל איך בעזר קל עליון שילדערן די ארעסט און די אויספארשונגען מיט די פיינונגען וואס ר' מענדל ז"ל האט מיט געמאכט פון די נ.ק.וו.ד. וועגן דעם.

אין די בילד זעהט זיך אן ר' מענדל אין לובאוויטשער רבי'ס זצוק"ל צימער, האלטן א'אתרוג וואס ער האט געקריגן פון זיין רבי'ן הרה"ק מ'לובאוויטש זצוק"ל.
אטעטשמענטס
רמענדל.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”