- 2.jpg (698.01 KiB) געזען 1858 מאל
משפחות כהנים מיוחסים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 312
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am
גלאזער האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:מי לנו יותר פון הרה"ק רבי צדוק הכהן, וואס האט געשטעלט דער ש"ך כהונה אונטער א גרויסער פראגע צייכן...
ר' צדוק שרייבט דאס נישט, נישט מסתבר אויפן ש"ך וואס פונקט פארקערט איז דאך ידוע אז ער האט געהאט א יחוס.
דער הייליגער ש"ך זעלבסט פסק'נט אין הלכות חלה (סי' שכ"ב סק"ט) דלא מחזקינן בזמן הזה בכהן ודאי, סאו ווי אזוי קענסטו זאגן אז 'ס'איז גאר ידוע' אז דער ש"ך האט געהאט א יחוס, ווען דער ש"ך אליינס האט נישט געוויסט דערפון?.....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:מי לנו יותר פון הרה"ק רבי צדוק הכהן, וואס האט געשטעלט דער ש"ך כהונה אונטער א גרויסער פראגע צייכן...
ר' צדוק שרייבט דאס נישט, נישט מסתבר אויפן ש"ך וואס פונקט פארקערט איז דאך ידוע אז ער האט געהאט א יחוס.
דער הייליגער ש"ך זעלבסט פסק'נט אין הלכות חלה (סי' שכ"ב סק"ט) דלא מחזקינן בזמן הזה בכהן ודאי, סאו ווי אזוי קענסטו זאגן אז 'ס'איז גאר ידוע' אז דער ש"ך האט געהאט א יחוס, ווען דער ש"ך אליינס האט נישט געוויסט דערפון?.....
איך געב דיר א הונדערטער אויב דו זעסט עכט איין א סתירה אין די צוויי זאכן..
אביונה האט געשריבן:מענטשן מיינען אז 'כהן מיוחס' מיינט אז מען א מיוחס צו א געוויסער גדול וואס איז געווען א כהן....
טעות!
כהן מיוחס אין די הלכה, איז היינט כמעט נישט שייך, אינער וועלכער האט א חזקה, עדות, מדור דור, ביז אהרן הכהן, אז ער איז א כהן כשר, נישט קיין בן גרושה וכו' וכו' ....
ווען מענטשן ווייסן דאס, איז בכלל נישטא קיין אשכול איבער כהנים מיוחסים. זיי מיינען נעבעך אז כהן מיחס מיינט אז דער כהן איז אן אייניקל פון א גדול הדור.
נקוט כללא זה בידך:
א כהן וואס פארמאגט א קלארע כתב יחוס ביז אהרן הכהן אדער ביז עלי הכהן איז נישט פאראן בעולם ביז משיח וועט קומען..
ביטע שריי נישט אויף מיר... ברענגט איינעם וואס פארמאגט א כתב יחוס און איך ציה שוין צוריק.
גלאזער האט געשריבן:אביונה האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:מי לנו יותר פון הרה"ק רבי צדוק הכהן, וואס האט געשטעלט דער ש"ך כהונה אונטער א גרויסער פראגע צייכן...
ר' צדוק שרייבט דאס נישט, נישט מסתבר אויפן ש"ך וואס פונקט פארקערט איז דאך ידוע אז ער האט געהאט א יחוס.
דער הייליגער ש"ך זעלבסט פסק'נט אין הלכות חלה (סי' שכ"ב סק"ט) דלא מחזקינן בזמן הזה בכהן ודאי, סאו ווי אזוי קענסטו זאגן אז 'ס'איז גאר ידוע' אז דער ש"ך האט געהאט א יחוס, ווען דער ש"ך אליינס האט נישט געוויסט דערפון?.....
איך געב דיר א הונדערטער אויב דו זעסט עכט איין א סתירה אין די צוויי זאכן..
גלאזער, דער ש"ך שרייבט: דלא מחזקינן בזמן הזה בכהן ודאי מיינט דאס אז ער האט זיך נישט געהאלט פאר א כהן ודאי להלכה. נאר בחזקת כהן.
ווען ער וואלט ווען געהאט א יחוס בריוו, אדער עדות בן אחר בן, וואלט ער דאס אוודאי נישט געשריבן.
מצלמה האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:אביונה האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:מי לנו יותר פון הרה"ק רבי צדוק הכהן, וואס האט געשטעלט דער ש"ך כהונה אונטער א גרויסער פראגע צייכן...
ר' צדוק שרייבט דאס נישט, נישט מסתבר אויפן ש"ך וואס פונקט פארקערט איז דאך ידוע אז ער האט געהאט א יחוס.
דער הייליגער ש"ך זעלבסט פסק'נט אין הלכות חלה (סי' שכ"ב סק"ט) דלא מחזקינן בזמן הזה בכהן ודאי, סאו ווי אזוי קענסטו זאגן אז 'ס'איז גאר ידוע' אז דער ש"ך האט געהאט א יחוס, ווען דער ש"ך אליינס האט נישט געוויסט דערפון?.....
איך געב דיר א הונדערטער אויב דו זעסט עכט איין א סתירה אין די צוויי זאכן..
גלאזער, דער ש"ך שרייבט: דלא מחזקינן בזמן הזה בכהן ודאי מיינט דאס אז ער האט זיך נישט געהאלט פאר א כהן ודאי להלכה. נאר בחזקת כהן.
ווען ער וואלט ווען געהאט א יחוס בריוו, אדער עדות בן אחר בן, וואלט ער דאס אוודאי נישט געשריבן.
וואס טוישט די הלכה ווען איינער האט א יחוס בריוו אדער א קבלת אבות, איך כאפ נישט דעם צוזאמשטעל בכלל.
איינער האט געשריבן אז ר' צדוק האט געזאגט אז ס'איז דא א ספק אויפן ש"ך'ס כהונה, א ספעציעלע גריעותא, דאס איז ביי יעדע משפחת כהנים עפעס וואס טויג נישט, כל שכן אויפן ש"ך וואס אויף זיין כהונה איז דא וואס איז אויף ווייניג דא, הן הידוע לרבים והן הידוע ליודעים.. דער האט זיכער נישט פארשטאנען וואס ר' צדוק האט אים געזאגט, איך האב גראדע געקלערט אז קען זיין טאקע דאס האט אים ר' צדוק געזאגט אז דער ש"ך אליינס שרייבט כנ"ל און ער האט געמיינט אז ער זאגט דאס אויפן ש"ך, והדברים פשוטים.
מצלמה האט געשריבן:אביונה האט געשריבן:מענטשן מיינען אז 'כהן מיוחס' מיינט אז מען א מיוחס צו א געוויסער גדול וואס איז געווען א כהן....
טעות!
כהן מיוחס אין די הלכה, איז היינט כמעט נישט שייך, אינער וועלכער האט א חזקה, עדות, מדור דור, ביז אהרן הכהן, אז ער איז א כהן כשר, נישט קיין בן גרושה וכו' וכו' ....
ווען מענטשן ווייסן דאס, איז בכלל נישטא קיין אשכול איבער כהנים מיוחסים. זיי מיינען נעבעך אז כהן מיחס מיינט אז דער כהן איז אן אייניקל פון א גדול הדור.
נקוט כללא זה בידך:
א כהן וואס פארמאגט א קלארע כתב יחוס ביז אהרן הכהן אדער ביז עלי הכהן איז נישט פאראן בעולם ביז משיח וועט קומען..
ביטע שריי נישט אויף מיר... ברענגט איינעם וואס פארמאגט א כתב יחוס און איך ציה שוין צוריק.
מ'דארף נאכנישט אזוי יעדן באנעבעכען און צונאר לייגן.. ווייל אין הלכה איז דא א נושא פון יחוסי כהונה, מענטשן וואס רעדן פון מיוחס מיינט טאקע בלשון בני אדם וואס ס'מיינט אלץ ביי מיוחסים, ודי בזה, אל תהי בז לכל אדם, שלא יהי' בכלל המבזה נבזה
וואס פארשטייסטו נישט?
די גאנצע גדולה פון א 'כהן מיוחס' איז נאר צו ער איז מער ווי אן אנדערער כהן לענין פדיון הבן, אכילת חלה בזה"ז, און לעתיד לבא ובזמן הבית, צו טוהן די עבודה
סתם זיין א כהן א יחסן, אן אייניקל פון גרויסע מענטשן, דאס קענסטו טוהן אלס ישראל אויכעט..., און די כהן'שאפט איז כמעט גארנישט מער ווי סתם א כהן חזקה, ווי אלע כהנים בזמנינו [איך אויך...].
צו זיין א ישראל מיוחס, איז אויך א געוואלדיגע זאך

מענטשן זוכן צו אויפקומען מיט אלערליי יחוס'ן, אבער דער מציאות כהיום איז:
1) נישטא היינט בעולם איינער וועלכער האט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז אהרן כהנא קדישא.
2) נישטא היינט בעולם איינער וועלכער האט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז דוד המלך.
3) נישטא היינט בעולם איינער וועלכער האט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז'ן אר"י הקדוש.
4) נישטא היינט בעולם איינער וועלכער האט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז'ן בעש"ט הקדוש.
פונקט ווי יעדער איד, בחזקת ישראל קען עולה זיין ישראל לכתחילה
פונקט אזוי קען יעדער כהן עולה זיין כהן, און נעמען חלה און מקיים זיין פדיון הבן להלכה.
אבער אויף צו טאן די עבודה, וועט מען דארפן באשטעטיגן יעדן כהן באזונדער דורכן בי"ד הגדול.

מצלמה האט געשריבן:מענטשן זוכן צו אויפקומען מיט אלערליי יחוס'ן, אבער דער מציאות כהיום איז:
1) נישטא היינט בעולם איינער וועלכער האט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז אהרן כהנא קדישא.
2) נישטא היינט בעולם איינער וועלכער האט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז דוד המלך.
3) נישטא היינט בעולם איינער וועלכער האט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז'ן אר"י הקדוש.
4) נישטא היינט בעולם איינער וועלכער האט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז'ן בעש"ט הקדוש.
פונקט ווי יעדער איד, בחזקת ישראל קען עולה זיין ישראל לכתחילה
פונקט אזוי קען יעדער כהן עולה זיין כהן, און נעמען חלה און מקיים זיין פדיון הבן להלכה.
אבער אויף צו טאן די עבודה, וועט מען דארפן באשטעטיגן יעדן כהן באזונדער דורכן בי"ד הגדול.
דאכציך אז בא"ב צום בעש"ט הק' איז יא דא
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
מה ידידות האט געשריבן:אביונה האט געשריבן:
דאכציך אז בא"ב צום בעש"ט הק' איז יא דא
א יחוס בריוו? אדער א מסורה?!
מען האט שוין גערעדט דערפון דא:
viewtopic.php?t=8604
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה האט געשריבן:וואס פארשטייסטו נישט?
די גאנצע גדולה פון א 'כהן מיוחס' איז נאר צו ער איז מער ווי אן אנדערער כהן לענין פדיון הבן, אכילת חלה בזה"ז, און לעתיד לבא ובזמן הבית, צו טוהן די עבודה
סתם זיין א כהן א יחסן, אן אייניקל פון גרויסע מענטשן, דאס קענסטו טוהן אלס ישראל אויכעט..., און די כהן'שאפט איז כמעט גארנישט מער ווי סתם א כהן חזקה, ווי אלע כהנים בזמנינו [איך אויך...].
צו זיין א ישראל מיוחס, איז אויך א געוואלדיגע זאך
סתם גערעדט, אודאי איז דא כהנים מיוחסים יותר מאחרים.
וראה מה שכתב הגאון בעל פני מבין בתשובה, לגבי פדיון הבן, בתוך דבריו: "דמי שיודע בעצמו ברור מאבות אבותיו כמה דרי, כמו שיחוס משפחותינו הוחזק עד הגאון הקדוש רבינו נפתלי הכהן אבד"ק פוזנא זצלה"ה בעהמח"ס סמיכת חכמים"
און ואס מצלמה שרייבט אז ס'יאז נישטא כהיום בן אחר בן, אסאך זאכן איז נישטא, מיר האבן נישט דן געווען דעריבער. נאר איבער מטיל זיין ספק במשפחה מיוחסת שבכהונה
און כאטש וואס נעמען איז נישטא פונקטליך כהיום, איז פארט דא עדות פון גדולי ישראל אויף געוויסע כהנים משפחות אז זיי האבן געהאט א יוחס בריוו ביז ארויף, און אודאי עדותם נאמנת אז הי' והי' להם, און אויפן ש"ך איז אויך דא שטארקע עדות
ווער זענען די שטארקע עדות??
מי לנו גדול מהש"ך בעצמו?, דער ש"ך פסק'נט אז עס זענען נישטא קיין כהנים מיוחסים בודאי היינט!! און דער מגן אברהם ברענגט דעם ש"ך אין הלכות פסח סי' תנ"ז
דער זוכר הברית דערמאנט ביי פדיון הבן, 'נכדי הש"ך', אבער במחכ"ת, ער האט פארזעהן אז דער ש"ך זעלבסט איז שולל כהנים מיוחסים כהיום
הקיצור 'אלע' כהנים היינט זענען להלכה סך הכל 'כהני חזקה', אונז נעמען מיר אן להלכה, 'כהני חזקה' קענען דוכנ'ען, עולה זיין לתורה ראשון, נעמען פדיון הבן געלט, און מען דארף זיי מכבד זיין כמצות וקדשתו..
אולי איז דא עפעס אן ענין צו געבן פאר כהנים נכדי גדולים וקדושים, ווייל מסתמא אז עס איז געבוירן געווארן אזעלכע צדיקים אין די משפחה, איז מסתמא זענען זיי כהנים מיוחסים..., ווער ווייסט??
עס ווערט אזוי געברענגט אויפן גר"א אז ער האט זיך פודה געווען ביי יעדן כהן, וכן מסופר על השינאווער רב...,
עס ווערט געברענגט אויף משפחת ראפאפארט אז זיי זענען עפעס מער מיוחסים ווי אנדערע, קען זיין,
אבער דער ש"ך זעלבסט האט לכה"פ אויף זיך זיכער נישט אזוי געהאלטן....
בפרט אז מען דארף עדות [אדער אזא סארט חזקה ווי די גמרא רעדט, מעלין מתרומה ליוחסין וכדומה, וואס איז נישט נוהג בזמנינו] אז עס האט זיך נישט אריינגעמישט עפעס א גרושה אין די משפחה, אדער אן אנדערע פסולה לכהונה, וואס פון דארט און ווייטער איז גארנישט ווערט אז מען איז א בן אחר בן פון אהרן הכהן....]
בזמן שביהמ"ק היה קיים, אויב האט זיך אנגערוקט איינער צום לשכת הגזית און גע'טענה'ט פאר די סנהדרין בודקי כהונה, איך בין א גרויסער יחסן, אן אייניקל פון הגאון הקדוש פלוני הכהן, מיין זיידע האט געהאט א יחוס בריוו און מרוב ענוותנותו האט ער עס ציריסן..., האט מען עם שיינערהייט געזאגט, זייט מוחל ברענגט עדות אויף דיין נענטסטן זיידן אדער טאטן, צי איינער האט עם געזעהן עסן תרומה, אדער טוהן די עבודה אין ביהמ"ק...
[נאך א ווינדער, פון אלע צענדליגער יחוס בריוון, וואס מענטשן האבן ליב זיך תולה צו זיין 'מיין זיידע פלוני האט געהאט א יחוס בריוו בן אחר בן ביז תרח'ן'...., ממש קיין איינס דערפון איז ניש געבליבן!!, קיין שריד ופליט דערפון! ניטאמאל קיין העתקה דערפון!, זעהט אויס אז די דייטשן האבן דאס געזוכט די ערשטע מעביר צו זיין...]

היינט, זאגט שמעון ראלניצקי אין זיין וועכנטליכער 'א טראפ טיפער' פראגרעם, אז ער איז זייער פרייליך צו די נייעס אז זיין משפחה, משפחת 'ראלניצקי', זענען כהנים מיוחסים, ווייל ער האט עס געטשעקט מיט א DNA טעסט...
https://www.yiddish24.com/analysis/146/14401
https://www.yiddish24.com/analysis/146/14401
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
Re: משפחות כהנים מיוחסים
בהמשך צום שמועס פון דא.
מען האט אפירגעזוכט נאך א משפחה וואס האט א קלארע יחוס צום וצוה הכהן, און זייערע DNA רעזולטאט איז די זעלבע פון דער אנדערער אייניקל פונעם וצוה הכהן.
לעת עתה האט מען דאס געטעסט אויף א Y-37, אבער ליתר שאת וועט מען אפגרעידען די טעסט אויף א העכערע לעוועל וואס קען ווייזן נאך שטערקער די תוצאות.
די משפחה זענען אייניקלעך פון ר' חיים דוד הכהן הויכפעלד (געבוירן תק"צ - נפטר כ' ניסן תרס"ד אין פארטלאנד ארעגאן)
בן ר' שמחהלוי הכהן הויכפעלד
בן ר' נפתלי הירץ הכהן הויכפעלד
בן ר' חיים משה הכהן הויכפעלד
בן הגה"ק רבי אהרן שמואל הכהן בעמח"ס וצוה הכהן
בייגעלייגט א בילד פון ר' חיים דוד הויכפעלד

- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
Re: משפחות כהנים מיוחסים
נחוניא האט געשריבן:בהמשך צום שמועס פון דא.

אינטערסאנט דא שרייבט ער אז דער וצוה הכהן האט שוין געהייסן הויכפעלד, ער נעמט דאס פון זיין הסכמה לספר מבשר טוב (ל"מ בה"ב), אבער ער שרייבט אז דער אנדערע זעקס ברודער האבן אויך אזוי געהייסן, ובדרך אגב הרב מונדשטיין האט אמאל געשריבן אן אינטערסאנטע מאמר איבער משפחת הגה"ק בעמח"ס וצוה הכהן
איין הערה, פאר ע"ה ווי מיר דארף מען שרייבן אז דער וצוה הכהן איז געוועהן א זוהן פון ר' נפתלי אבד"ק שדה לבן הנזכר בתגובה שציינת
Re: משפחות כהנים מיוחסים
די ברידער פונעם וצוה הכהן (עכ"פ זייערע קינדער) האבן אלע געהאט אנדערע משפחה נעמען.
רבי אשר ענזיל - פריסטאר
רבי אברהם -טשערנאבילסקי
רבי אהרן שמואל - הויכפעלד
רבי יוסף יוזפא - אסטראווסקי
רבי יצחק - ראזענבלום
רבי משה - כהנא
רבי אשר ענזיל - פריסטאר
רבי אברהם -טשערנאבילסקי
רבי אהרן שמואל - הויכפעלד
רבי יוסף יוזפא - אסטראווסקי
רבי יצחק - ראזענבלום
רבי משה - כהנא
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
Re: משפחות כהנים מיוחסים
נחוניא האט געשריבן:די ברידער פונעם וצוה הכהן (עכ"פ זייערע קינדער) האבן אלע געהאט אנדערע משפחה נעמען.
רבי אשר ענזיל - פריסטאר
רבי אברהם -טשערנאבילסקי
רבי אהרן שמואל - הויכפעלד
רבי יוסף יוזפא - אסטראווסקי
רבי יצחק - ראזענבלום
רבי משה - כהנא
יעצט זעה איך אז בערך אזוי שטייט אין דער מאמר פון הרב מונדשטיין דא (מאיזה סיבה דארף מען אסאך סקראלין צו עס זעהן), דער מאמר איז זייער אינטערסאנט אויסער דער פיטפוטים פון דער שרוג"ר, אפי' נאך דער צענזור פון הרב מונדשטיין
אבער דארט שטייט אז דער בכור האט געהייסן ר' אשר הענדיל ושם משפחתו פריטער
Re: משפחות כהנים מיוחסים
אליעזר לאנדא האט געשריבן:נחוניא האט געשריבן:די ברידער פונעם וצוה הכהן (עכ"פ זייערע קינדער) האבן אלע געהאט אנדערע משפחה נעמען.
רבי אשר ענזיל - פריסטאר
רבי אברהם -טשערנאבילסקי
רבי אהרן שמואל - הויכפעלד
רבי יוסף יוזפא - אסטראווסקי
רבי יצחק - ראזענבלום
רבי משה - כהנא
יעצט זעה איך אז בערך אזוי שטייט אין דער מאמר פון הרב מונדשטיין דא (מאיזה סיבה דארף מען אסאך סקראלין צו עס זעהן), דער מאמר איז זייער אינטערסאנט אויסער דער פיטפוטים פון דער שרוג"ר, אפי' נאך דער צענזור פון הרב מונדשטיין
אבער דארט שטייט אז דער בכור האט געהייסן ר' אשר הענדיל ושם משפחתו פריטער
זעה דא ווי דער "וצוה הכהן" שרייבט ביי די פרענומעראנטן פון שטאט מאהליב:
הרבני מו' ברוך יעקב ב"א (ב)המנוח מו' אשר ענזיל