רבי יעקב יהושע זצ"ל אב"ד לבוב - ה'פני יהושע' -י"ד שבט תקט"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

היינט ג' כסלו איז געווען די אינטרעסאנטע מעשה וואס ער ברענגט אין די הקדמה
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

פראצעדור האט געשריבן:היינט ג' כסלו איז געווען די אינטרעסאנטע מעשה וואס ער ברענגט אין די הקדמה


http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יערסלוב האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:היינט ג' כסלו איז געווען די אינטרעסאנטע טראגישע מעשה וואס ער ברענגט אין די הקדמה


http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3

ער האט דעמאלט פארלוירען זיין ערשטע רביצין אין א טאכטער
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ווילוויסן האט געשריבן:די קינדער פון הגאון ר' יעקב יושע מקראקא אב"ד פראנקפורט דמיין, המפורסם בכל העולם על שם ספרו "פני יהושע" זכותו יגן עלינו אמן.

דור א'.
א. בנו בכורו ר' נתן אב"ד דאבראמיל מח"ס שו"ת שארית נתן, נפטר שמחת תורה תקכ"ב.
ב. בנו ר' שמואל נפטר בבראד ו' סיון תקכ"א.
ג. בנו ר' ישכר בעריש אב"ד פאדהייץ נפטר בבערלין בחיי אביו כ"ב חשון תק"ה.
ד. בנו ר' ארי' ליב אב"ד סווירז ואח"כ בהנובר מח"ס פני ארי' שם נפטר בח' אדר תקמ"ט.
ה. בתו פיגא[פיגלא] אשת ר' שלמה בעריש אב"ד לוקאטש וגלוגא בן הגאון ר' צבי הירש חריף אב"ד הלברשטאט, נפטר ג' תמוז תקמ"ה ומנו"כ בגלוגא, זוגתו נפטרה כ' סיון תקנ"ה.
ו. חתנו ר' נפתלי הירץ אב"ד טארניגראד.

בפני יהושע פ' עשרה יוחסין מובא כמ"פ חידו"ת מחתנו הגאון רבי בעריש, וקילס דבריו, עיי"ש (דף ע"ג).
כעת לא מצאתי הרבה פרטים אודותיו, אך העובדא שחותנו הגדול רשכבה"ג בעל פני יהושע מעתיק חידושיו מעיד על ערכו הרם עוד בחיים חיותו של חותנו.
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

גלאזער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:

ואלו הם בני ר' ישכר בער מהנובר בן הפני ארי', למשפחת בערנשטיין. [כמובא בס' עטרת יהושע באריכות]
א. בנו הבכור ר' יעקב יושע נפטר בבראד בן ע' בשנת תק"ץ.
ב. ר' יצחק נפטר בבראד בן ס"ח בשנת תקצ"ה.
ג. ר' יחיאל מיכל נפטר בבראדי בן ס"ט בשנת תקצ"ט. בנו הי' ר' ליבוש בערנשטיין אבי ר' יעקב נפתלי הירץ מלבוב אשר הרה"ק הדברי חיים בקרו בביתו, ושלח לו ב' תשובות בשו"ת דברי חיים, גם לו נשלח בשו"ת בנין ציון החדשות סי' קסג, ובמותו הספידו הרב מלבוב בעל שו"ת בית יצחק בשנת תרל"ג בקונ' צלעות הבית.
[b]ד. הרה"ג המפו' ר' שמואל בערנשטיין אב"ד אמשטרדם חתן הרב הקודם ר' יעקב משה אב"ד ווילען ואח"כ אמשטרדם.
[/b]ה. ר' נתן לעווינשטיין אב"ד לעווערטוב הו"ל חידושים לשו"ת נודע ביהודה, נפטר בלובלין ד' אלול תקצ"ד. בנו ר' אברהם אביש אבי הג"ר יוסף הרב מסעראצק, ובנו השני ר' יצחק עוזר ממעזריטש דפולין אבי הר"ר ישכר בער רב לעדת הנאורים.. בלבוב.
ו. ר' אברהם בערענד חתן ר' שמואל ווארבורג אב"ד געלנהויזן ממדינת מעהרהארל גיס הג"ר מרדכי אדלער אב"ד הנובר.
ז. ר' צבי הירש חתן בתו של הג"ר צבי הירש אב"ד בערלין.
ח. ר' ישראל דוד חתן ר' ארי' ליב ברודא אב"ד קאלוואריע בליטא.
ט. ר' יוסף בערענד חתן ר' יעקב משה אב"ד ווילען ואמשטרדם.
י. הבחור מאיר נפטר בבחרותו בחיי אביו.


בנו ר' ישכר בער אב"ד האג נפטר ח' טבת תרנ"ד.
http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_heb/ ... k=1B811100

א שיינע חתימה מר' יוסף בערענד מהנובר.
Scan0142.jpg
Scan0142.jpg (188.76 KiB) געזען 2686 מאל


Scan0143.jpg
Scan0143.jpg (146.93 KiB) געזען 2686 מאל
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

גלאזער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:

ואלו הם בני ר' ישכר בער מהנובר בן הפני ארי', למשפחת בערנשטיין. [כמובא בס' עטרת יהושע באריכות]
א. בנו הבכור ר' יעקב יושע נפטר בבראד בן ע' בשנת תק"ץ.
ב. ר' יצחק נפטר בבראד בן ס"ח בשנת תקצ"ה.
ג. ר' יחיאל מיכל נפטר בבראדי בן ס"ט בשנת תקצ"ט. בנו הי' ר' ליבוש בערנשטיין אבי ר' יעקב נפתלי הירץ מלבוב אשר הרה"ק הדברי חיים בקרו בביתו, ושלח לו ב' תשובות בשו"ת דברי חיים, גם לו נשלח בשו"ת בנין ציון החדשות סי' קסג, ובמותו הספידו הרב מלבוב בעל שו"ת בית יצחק בשנת תרל"ג בקונ' צלעות הבית.
ד. הרה"ג המפו' ר' שמואל בערנשטיין אב"ד אמשטרדם חתן הרב הקודם ר' יעקב משה אב"ד ווילען ואח"כ אמשטרדם.
ה. ר' נתן לעווינשטיין אב"ד לעווערטוב הו"ל חידושים לשו"ת נודע ביהודה, נפטר בלובלין ד' אלול תקצ"ד. בנו ר' אברהם אביש אבי הג"ר יוסף הרב מסעראצק, ובנו השני ר' יצחק עוזר ממעזריטש דפולין אבי הר"ר ישכר בער רב לעדת הנאורים.. בלבוב.
ו. ר' אברהם בערענד חתן ר' שמואל ווארבורג אב"ד געלנהויזן ממדינת מעהרהארל גיס הג"ר מרדכי אדלער אב"ד הנובר.
ז. ר' צבי הירש חתן בתו של הג"ר צבי הירש אב"ד בערלין.
ח. ר' ישראל דוד חתן ר' ארי' ליב ברודא אב"ד קאלוואריע בליטא.
ט. ר' יוסף בעהרענד חתן ר' יעקב משה אב"ד ווילען ואמשטרדם.
י. הבחור מאיר נפטר בבחרותו בחיי אביו.


בנו ר' ישכר בער אב"ד האג נפטר ח' טבת תרנ"ד.
http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_heb/ ... k=1B811100



שטייט דארט בטעות אז זיין פאטער ר' שמואל איז געווען א זון פונעם בנין אריאל, בשעת ער איז באמת געווען א זון פון ר' ישכר בעריש [א זון פון ר' ארי' לייב בן הפני יהושע]. דאס הייסט אז דער ר' ישכר בער איז געווען גאנץ א נאנטער בן אחר בן צום פני יהושע.
[זיין טאטע ר' שמואל איז געווען אן איידעם פונעם בנין אריאל, נישט א זון]

אגב, די חידושים פון ר' שמואל געפינען זיך אין די שטאטישע ארכיוון אין אמסטרדעם, מי יתן עס זאל זיך מאכן איינער וואס זאל עס ארויסגיבן לאור עולם. [אין איינע פון די מהדורות פונעם פני יהושע איז געדרוקט 'הגהות פני שמואל' פון אים]
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

נחוניא האט געשריבן:ווייסט איינער אויב דער פני יהושע האט געהאט א משפחה נאמען?

בניו ונכדיו היה בערינשטיין
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

יחוס המגיני שלמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

הר״ר יוסף לעווינשטיין אבד״ק סעראצק שרייבט אין זיינע מאמרים ״תולדות הפני יהושע״ אין הפלס, די יחוס פון הגאון בעל מגיני שלמה זצ״ל כדלהלן:

רבי יהושע בעל מגיני שלמה
בן רבי יוסף
בן רבי חיים
בן רבי אברהם מק׳ ברודא במעהרין המדינה

הוצל אשת רבי יוסף
בת רבי יהודה ליב מטיקטין
בן רבי מרדכי האבד״ק טיקטין והוראדנא
כנראה: בן רבי יהודה ליבש ר״מ דק׳ לובלין
בן רבי אברהם מוכר ירקות האבד״ק לובלין

רבי יהודה ליב מטיקטין
חתן אבי יהושע ראבד״ק קראקא
בן רבי משה יצחק בקראקא
בן רבי יהושע (ב״ר אברהם) נשיא פוזנן
חתן הנגיד רבי שמואל שור בפוזנן
נכד רבינו יוסף בכור שור תלמיד הרבינו תם

איך זעה דאס נישט אינערגיץ אנדערש, נישט אין די ספרי יחוס שבשעתו, און נישט אין די היינטיגע ספרים.

האט דאס האפט?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: יחוס המגיני שלמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

משיח האט געשריבן:הר״ר יוסף לעווינשטיין אבד״ק סעראצק שרייבט אין זיינע מאמרים ״תולדות הפני יהושע״ אין הפלס, די יחוס פון הגאון בעל מגיני שלמה זצ״ל כדלהלן:

איך זעה דאס נישט אינערגיץ אנדערש, נישט אין די ספרי יחוס שבשעתו, און נישט אין די היינטיגע ספרים.

האט דאס האפט?

מסתמא נישט.
אויב וואלט דאס געהאט עפעס א ממשות, וואלט מען עס געדארפט זען אין נאך מקורות.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

זעה איך אז האדמו"ר מראדזין שליט"אהאדמו"ר מראדזין שליט"א האט שוין טאקע אפגעווארפן די יחוס און געשריבן "אז אין להם שום מקור".

ס'איז אינטערעסאנט, ווייל רבי יוסל לעווינשטיין הייסט יא פארלעסליך, און דא א גאנצע יחוס זאל זיין נישט מקורות'דיג.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

משיח האט געשריבן:זעה איך אז האדמו"ר מראדזין שליט"אהאדמו"ר מראדזין שליט"א האט שוין טאקע אפגעווארפן די יחוס און געשריבן "אז אין להם שום מקור".

ס'איז אינטערעסאנט, ווייל רבי יוסל לעווינשטיין הייסט יא פארלעסליך, און דא א גאנצע יחוס זאל זיין נישט מקורות'דיג.

איר האט א מאהל געליינט דער ראדזינער רבי'ס הקדמה אויף ענייני יוחסין (עס איז א הקדמה צו דעם סעריע וואס איר האט געבראכט)? ער האט קורצע הערכות אויף די פארשידענע קלאסישע יחוס שרייבערס. פון זכרון: פאר ר' יוסף לעווינשטיין האט ער גרויס דרך ארץ, אבער ער שרייבט אז ער האט געשריבן זיינע סברות סתם ווי מסורות. (נישט פאלש בכוונה ח"ו, ווי יוסף כהן-צדק אדער אליקים כרמולי, למשל.)
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: רבי יעקב יהושע זצ"ל אב"ד לבוב - ה'פני יהושע' -י"ד שבט תקט"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

שטייט נאך היינט די מציבה פונעם בעל מגיני שלמה זצ"ל? איז דא א בילד דערפון?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי יעקב יהושע זצ"ל אב"ד לבוב - ה'פני יהושע' -י"ד שבט תקט"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

משיח האט געשריבן:שטייט נאך היינט די מציבה פונעם בעל מגיני שלמה זצ"ל? איז דא א בילד דערפון?

viewtopic.php?p=96171#p96171
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

ראש הקהל האט געשריבן:אונטרעסאנט ווער ס'איז נאר א וויינשטאק אייניקעל, האט דער מסורה אז זיי זענען אייניקלעך פונעם גאון בעל פני יהושע, און אפילו זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען אייניקלעך פון משפחת העניפה וויינשטאק מאונגארן, האבען זיי נאך אלס דו מסורה, ווי א שטארקע דזשין, און דערווייל ווייסט מען נאך אלס נישט, ווי אזוי זיי ציען דער יחוס צום פני יהושע.

לדוגמא, כ'האב א פעטער אן אייניקעל פונעם גאלאנטע רב רבי יהושע בוקסבוים ז"ל, ער האט מיר געבעטן א טובה, איל זאל אריין טוען און דער יחוס פונעם גאלאנטע רב'ס שווער, רבי מאיר חיים בלוך ז"ל פון אוהעל, מ'ווייסט נישט גארנישט פון איהם למעלה בקודש, חוץ אז זיין טאטע האט געהייסן ר' נפתלי משאראש פאטאק, אזויפיל ווייסט מען אז ס'דא א מסורה אז ער איז אן אייניקעל פונעם פני יהושע, האב איך למעשה אויסגעפונען אז דער שווער פון רבי מאיר חיים בלוך האט געהייסן רבי אברהם וויינשטאק פונעם שטעטל באדראג זאדאני, און מסתם פון דארט קומט דער מסורה.
אז מ'רעד שוין, דער מאיר חיים בלוך ערשטע פאר קינדער זענען געבוירן און זאדאני, דערנאך אפאר קינדער און שאראש פאטאק, דער גאלאנטע רב'ס רעבעצין נולדה בטולטשאוווע, סוף ימיו האט ער געוואוינט און אוהעלי, ומופיע שמו במעות קדימה על הספר שו"ת בית נפתלי להגאון אבדק"ק ה' מאד יצ"ו בשנת תרס"ו לפ"ק.

ווער ס'גייט אויסטרעפען דער פתרון החידה, איז ווערט צו באקומען א גאלדענע מעדעל, שווערע טויזענטער היימישע משפחות וועלן זיך דעפרייען מיט אט דעם יחוס...

יוצ"ח של ר' מאיר חיים בלוך ז"ל:
א. בנו מו"ה ר' מרדכי ז"ל.
ב. בנו מו"ה ר' ישראל ז"ל.
ג. בנו מו"ה ר' זאב וואלף ז"ל.
ד. בתו מרת שיינדל ע"ה נלב”ע יום י' אלול תרע"ח לפ"ק, ובעלה הגה"צ רבי אברהם ליכטענשטיין אב"ד סאמאש אויוואר זצ"ל הי"ד בן הגה"ק רבי ברוך בענדיט ליכטענשטיין אבדק"ק קראסנע זצוק"ל הי"ד נלב”ע כ"ו שבט תש"ה לפ"ק.
ה. בתו מרת מרים ע"ה אשת הגה"צ רבי יהושע בוקסבוים זצ"ל אבד"ק גאלאנטא.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יהושע זצ"ל אב"ד לבוב - ה'פני יהושע' -י"ד שבט תקט"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

א כלל איבער סעראצקער רב׳ס סדרי יוחסין.
כבודו במקומו מונח, אבער ער האט געשריבען אסאך א השערות -נישט בתור השערה, נאר אלס פשוטי סדרי יוחסין. ער איז געווען א גדול בישראל, מחבר ספרים נפלאים, א זקן מופלג, כ׳קום נישט צו צו קרסילי רגליו, אבער ווען עס קומט צו יחוס איז ידו אל התחתונה, אפילו ווען ער שרייבט אז ער האט געזעהן אין כתב יחוס ישן נושן עתיק יומין.

כ׳האב אף אן ארט געברענט פון אים ובשמו א יחוס וועלכע ער שרייבט אכט אנדערע סארט וועגן ארויף למעב״ק, און ביי קיין איינס ווערט נישט דערמאנט אז ס׳איז א השערה אדער ע״פ חשבון. כמובן מיט איינס איז אים צום סוף געלונגען.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יהושע זצ"ל אב"ד לבוב - ה'פני יהושע' -י"ד שבט תקט"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איטשע האט געשריבן:א כלל איבער סעראצקער רב׳ס סדרי יוחסין.
כבודו במקומו מונח, אבער ער האט געשריבען אסאך א השערות -נישט בתור השערה, נאר אלס פשוטי סדרי יוחסין. ער איז געווען א גדול בישראל, מחבר ספרים נפלאים, א זקן מופלג, כ׳קום נישט צו צו קרסילי רגליו, אבער ווען עס קומט צו יחוס איז ידו אל התחתונה, אפילו ווען ער שרייבט אז ער האט געזעהן אין כתב יחוס ישן נושן עתיק יומין.

כ׳האב אף אן ארט געברענט פון אים ובשמו א יחוס וועלכע ער שרייבט אכט אנדערע סארט וועגן ארויף למעב״ק, און ביי קיין איינס ווערט נישט דערמאנט אז ס׳איז א השערה אדער ע״פ חשבון. כמובן מיט איינס איז אים צום סוף געלונגען.

דער וואס איז נישט באקאנט מיט וואס ר' איטשע רעדט, זאל ביטע ליינען דער ראדזינער רבי'ס ארטיקלן אויף יחוס אין קובץ 'צפונות', ווי איך בין צווח ככרוכיא מזמן לזמן...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יעקב יהושע זצ"ל אב"ד לבוב - ה'פני יהושע' -י"ד שבט תקט"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז די הילולא קדישא פין די הייליגע פני יהושע זי"ע ועכי"א
זכותו תורתו יגן עלינו ועל כל ישראל מיט ישועות ורפואות ונחמות אין צו די גאו"ש במהרה בימינו אמן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

הגאון אב"ד גלאגוב - חדב"ן ה'פני יהושע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

וואס איז די ריכטיגע נאמען פון דער פני יהושע'ס איידעם הגאון אב"ד גלאגוב? שלמה דוב (בער) אדער נאר דוב בער. איך טרעף זיין זוהן הג"ר אהרן יהושע אלי' אבדק"ק ראוויטש חתמ'ט זיך כסדר "באאמ"ו הגאון מו"ה דוב בער", אבער אינ'ם ראוויטש'ער פנקס טרעף איך אז ער האט אויך געהייסן שלמה.
כידוע האט רבי אהרן יהושע געהאט א ברודער בשם רבי שלמה וואס האט געדונט ערשט אלץ רב אין ראוויטש, ווייסט אפשר איינער וואס איז פשט פון דאס?? הן נודע אז אמאל האט מען אויך ביי אשכנזים געגעבן א נאמען נאך לעבעדיגע (רבי יעקב קאפיל מליקאוו - הרבי מלובלין, וכן הרבי ר' אלימלך - מהרצ"א מדינוב) אבער א זוהן נאכן טאטע מאן דכר??
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: הגאון אב"ד גלאגוב - חדב"ן ה'פני יהושע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע נאמען פון דער פני יהושע'ס איידעם הגאון אב"ד גלאגוב? שלמה דוב (בער) אדער נאר דוב בער. איך טרעף זיין זוהן הג"ר אהרן יהושע אלי' אבדק"ק ראוויטש חתמ'ט זיך כסדר "באאמ"ו הגאון מו"ה דוב בער", אבער אינ'ם ראוויטש'ער פנקס טרעף איך אז ער האט אויך געהייסן שלמה.
כידוע האט רבי אהרן יהושע געהאט א ברודער בשם רבי שלמה וואס האט געדונט ערשט אלץ רב אין ראוויטש, ווייסט אפשר איינער וואס איז פשט פון דאס?? הן נודע אז אמאל האט מען אויך ביי אשכנזים געגעבן א נאמען נאך לעבעדיגע (רבי יעקב קאפיל מליקאוו - הרבי מלובלין, וכן הרבי ר' אלימלך - מהרצ"א מדינוב) אבער א זוהן נאכן טאטע מאן דכר??

עי' כאן עמ' 84-85 ובפרט הערות 64 ו-68 אז מ'האט אים שפעטער צוגעגעבן די נאמען שלמה.
אגב, איבעראל זע איך אז ער איז געווען רב אין גלוגא. גלוגא און גלאגוב איז די זעלבע שטאט?
לעצט פארראכטן דורך אום אני חומה אום זונטאג יוני 27, 2021 6:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: הגאון אב"ד גלאגוב - חדב"ן ה'פני יהושע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע נאמען פון דער פני יהושע'ס איידעם הגאון אב"ד גלאגוב? שלמה דוב (בער) אדער נאר דוב בער. איך טרעף זיין זוהן הג"ר אהרן יהושע אלי' אבדק"ק ראוויטש חתמ'ט זיך כסדר "באאמ"ו הגאון מו"ה דוב בער", אבער אינ'ם ראוויטש'ער פנקס טרעף איך אז ער האט אויך געהייסן שלמה.
כידוע האט רבי אהרן יהושע געהאט א ברודער בשם רבי שלמה וואס האט געדונט ערשט אלץ רב אין ראוויטש, ווייסט אפשר איינער וואס איז פשט פון דאס?? הן נודע אז אמאל האט מען אויך ביי אשכנזים געגעבן א נאמען נאך לעבעדיגע (רבי יעקב קאפיל מליקאוו - הרבי מלובלין, וכן הרבי ר' אלימלך - מהרצ"א מדינוב) אבער א זוהן נאכן טאטע מאן דכר??

ס'איז נישט די איינציגסטע.
אויף נאמעןוואס מ'האט צוגעגעבן האט מען נישט מקפיד געווען, ווי חות דעת, מיט ענגלענדער=פרענקל בח מקאלוב, ועוד הרבה
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: הגאון אב"ד גלאגוב - חדב"ן ה'פני יהושע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אום אני חומה האט געשריבן:אגב, גלוגא און גלאגוב איז די זעלבע שטאט?

יא
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: הגאון אב"ד גלאגוב - חדב"ן ה'פני יהושע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

גלאזער האט געשריבן:
אום אני חומה האט געשריבן:אגב, גלוגא און גלאגוב איז די זעלבע שטאט?

יא

(אבער צו באמערקן אז עס אין פארהאן מער ווי איין גלאגוב, און נאר איינער הייסט גלוגא. גלאגוב שבגאליציע איז אלעמאל 'גלאגוב'.)
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יהושע זצ"ל אב"ד לבוב - ה'פני יהושע' -י"ד שבט תקט"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

גלאגעוו, גלוגא (ניעדערשלעזיען) מיינט די זעלבע. אמאל רופט מען עס גרויס-גלאגוב להבדיל פונ'ם גאליציע'נע שטעטל גלאגוב מאלופאלסקי (קליין-פולין).

אגב, רבי שלמה'ס רעבעצין פייגא ע"ה - טאכטער פונ'ם פנ"י - ליגט נישט אין גלאגוב נאר אין ראוויטש (כמבואר בפנקס ח"ק כת"י), זי איז אוועק דארט כ' סיון תקנ"ה, לכאורה איז אריבער דארט נאך איר מאנ'ס הסתלקות. (ג' תמוז שנה דאשתקד).
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: הגאון אב"ד גלאגוב - חדב"ן ה'פני יהושע'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

אום אני חומה האט געשריבן:עי' כאן עמ' 84-85 ובפרט הערות 64 ו-68 אז מ'האט אים שפעטער צוגעגעבן די נאמען שלמה.
אגב, איבעראל זע איך אז ער איז געווען רב אין גלוגא. גלוגא און גלאגוב איז די זעלבע שטאט?


ייש"כ פאר'ן צוצייכנן. אבער דאס איז ווידער אינטערסאנט פארוואס זיין זוהן חתמ'ט זיך (י"א כסליו תר"ו) "באמו"ר דוב בער" ווען סיי זיין טאטע אין סיי זיין ברידער לעבן שוין נישט. וואסיפשט?

למעשה זעה איך דארט אינ'ם בני ה"ש למשפחותם (פון הנעלה הרב ר' יונ"ה מלונדון) אז עס פעלן אסאך פרטים בנוגע צו די משפחה, הגם איך בין דאס תולה בחסרון ידיעה, וויל איך דא מזכה זיין פאר'ן ציבור פרטים חדשים וואס איז מיר לעצענס באוויסט געווארן דורכ'ן ראוויטש'ער ח"ק פנקס...

1. ראשית, הג"ר שלמה'ס רעבעצין מ' מרים איז אוועק כ"ד טבת תקפ"ו
2. הג"ר אהרן יהושע אלי' הערצפעלד האט געהאט דריי ווייבער! (ככל הידוע) "שיינדל" (בת הג' בעל 'מרכבת המשנה', נפטרה ו' חשון תקנ"ג) "אסתר" (נפטרה כ"ד אלול תקפ"ט) "דבורה" (נפטרה כ"ד חשון תר"ה).
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”