רבי אבי עזרא זעליג ובנו רבי חיים מאיר יחיאל השרף ממאגלניצא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

תמונה נדירה מהרה"ק רבי אלימלך מגראדזיסק זי"ע

FL12178366.jpg

[מקור: אוסף שבדרון]
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

דע מצבות אונעם נייעם אוהל אין מאגלניצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

פון
1.jpg
"אבותינו"
לעצט פארראכטן דורך להודות ולהלל אום מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 3:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

ENoam האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:א מזל טוב לאירוסי ר' אהרן יצחק בן האדמו"ר מגראדזיסק עב"ג הכלה בת הרה"צ מליובישאוו - מאמענט כ"ה אלול תרפ"ב


ה"ה: ר' אהרון-יצחק שפירא הי"ד, בן רבי ישראל שפירא הי"ד (נספה בן 70. מח"ס "בינת ישראל"), בן רבי חיים-מאיר-יחיאל שפירא, בן רבי אלימלך שפירא מגרודזיסק, בן הרבנית גיטל (ורבי חיים-מאיר-יחיאל שפירא, "השרף ממוגלניצא"), ולמעלה בקודש - נכדת הרבי ר' אלימלך זצללה"ה.

ר' אהרן יצחק, נולד בשנת תרס"א בגראדזיסק. נעק"ה, הוא וזו' הרבנית ושלשת ילדיו, הי"ד.
משנת תרצ"ג שימש ברבנות בעיר גראדזיסק, מצו"ב ברכת מז"ט מתוך הטאגבלאט לקראת מינויו.
שפירא1.jpg
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

יציב פתגם האט געשריבן:תמונה נדירה מהרה"ק רבי אלימלך מגראדזיסק זי"ע

זעט אויס אז הרה"ק ר' אלימלך האט געהאט א זין גערופען נאכ'ן זיידען, אבי עזרי זעליג.
שפירא.jpg

בנוסף האט ער געהאט א זון ירחמיאל, גערופען נאכ'ן שווער הרה"ק ר' ירחמיאל בנו של היהודי הק' מפרשיסחא.
שפירא2.jpg
ביידע געבוירען נאך בחיי אביו ווען ער האט נאך געוואוינט אין מוגליניצא
באקאנט איז נאר דער זין הרה"צ ר' חיים מאיר יחיאל חתנו של הרה"ק ר' יצחק מבאהוש, אביו של הרה"ק ר' ישראל מגראדזיסק.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

יציב פתגם האט געשריבן:תמונה נדירה מהרה"ק רבי אלימלך מגראדזיסק זי"ע

FL12178366.jpg

[מקור: אוסף שבדרון]


איז דא א 'תמונה נדירה' אדער א מעלער האט דאס אפגעמאלט?
לבנת הספיר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

שושלת קאזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנת הספיר »

ס'איז אינטערסאנט דעם חלק ההשתלשלות פין שושלת קאזניץ דאס איז ברייט בייקאנט נאכ'ן פטורה פינעם הייליגע
קאזניצע מגיד האט דעם עולם געוואלט דעם אייניקעל דעם מאנגליצע ווייל דעם זון רבי משה אליקים בריעה האט געהייסען
אן תהילים זאגער אין נישט קיין ת"ח (אגב זענען זיי געווען שוואגער'ס ווייל ר' משה א. ב. בזו"ש אין די מאנגליצע זענען ביידע געווען איידימער
ביי רבי ר' אלעזר'ל ליזענסקער) נאר די רבי פין לובלין האט געהייסען עם נעמען אין געזאגט גרויסע זאכן אויף עם אין ס'איז טאקע
דא פין עם א סאך שיינע ספרים (אגב איז בייקאנט אז די חי' הרי"ם איז געפארען נאך דעם פטירה פין די קאזניץ'ע מגיד-קיין לובלין אין יעדע יאר איז עם ל"ע אוועק א
קינד והדברים מפורסמים )
נאכ'ן פטורה פין ר' משה'לי קאזניצער איז די מגידות אריבער צים פלימעניק אין שוואגער די מאגלינצע ביז זיין פטירה בערך איינאינצוואנציג יאר שפעטער האט איבער גענימען
זיין פלימעניג רבי אלעזר קאזניצער (רבי משה קאזניצער'ס זון) נאכן פטירה פין ר' אלעזר האט איבער גענימען זיין זון רבי יחיאל יעקב קאזניצער וואס איז געווען אן איידעם ביי
רבי אלימלך גראזינסקער (מזו"ר חתן ר' ירחמיאל מפרשיסחא) די מאגלינצע'ס זון , רבי יחיאל יעקב איז אוועק בערך צוויי יאר שפעטער דיטרענקעדיג זיך אין טייך ל"ע בשעת
זיך גיין מטהר זיין (ס'איז בייקאנט דעם סיפור אז א תקופה פאר דעם האט ער מתיר געווען אן עגונה וואס איר מאן האט זיך ל"ע דיטראנגען דארט אין דעם טייך אין רבי יחיאל יעקב האט
ביישוואורן דעם טייך ארויפציברענגען דעם נפטר כדי צי מתיר זיין דעם עגונה )
רבי יחיא' יעקב האט איבערגעלאסט אן קינד רבי ירחמיאל משה קאזניצער וואס זיין מאמע האט חתונה געהאט בזו"ש מיט רבי אשר סטולינער (דעם יונגע רבי אשר) אין פין דעם
זיוג איז געבויר'ן די פראנקפורטער (רבי ישראל די ינוקא) קומענדיג אויס אז די ינוקא אין רבי ירחמיאל משה זענען געווען אחים מאם שפעטער ווען רבי אשר סטולינער איז אוועק איז רבי ירחמיאל משה נתגדל געווארען ביים זיידען רבי אלימלך גראזינסקער .
עכ"פ נאכ'ן יונג'ן פטורה פין רבי יחיאל יעקב האט זיין שווער רבי אלימלך גראזינסקער איבערגענימען (זייענדיג א זון פין דעם שרף) ווען רבי ירחמיאל משה איז עלטער געווארען האט זיין זיידע עם איבערגעגעבן דעם מגידות אין ער איז טאקע שפעטער ברייט בייקאנט געווארען זייענדיג פין די בייקאנטע פוילישע רבי'ס אין פוילן
רבי ירחמיאל משה האט איבערגעלאסט דריי קינדער רבי אהרל'י קאזניצער רבי אשר אלימלך אין רבי ישראל אלעזר נאך רבי ירחמיאל משה פטירה איז זיין זון רבי אהרל'י געווארען רבי
אין קאזניץ , נאר פארטרייבענדיג דעם חסידים אין מקרב זיין נאר דעם דעם פשוטי עם אין פויערען זענען א חלק פין דעם עולם געגאנגען צי רבי אשר אלימלך וואס האט אויך געפראוועט אין
שטאט קאזניץ , עד כדי כך אז איך האב אמאל געהערט אז אין דעם גרויסע ביהמ"ד אין שטאט האט מען ימים נוראים אויף געשטעלט אן מחיצה אינמיטען ביהמ"ד אין ביידע ברידער האבן
דארטן געדאווענט
נאכן מלחמה האט נאר רבי ישראל אלעזר איבערגעלעבט ווי אויך פין דעם ברידער'ס איז אויך נישט געבליבען קיין קינדער אין ער האט טאקע געפענט אן ביהמ"ד כ'מיין סיי אין תל אביב אין און
אמעריקא אין נאך זיין פטירה האט זיין איידעם רבי שלמה לייב שטערנבערג זון איבערגענימען אין ער האט היינט אן קהילה אין תל אביב אין אן ישיבה אין בני ברק .
ס'איז אינטערסאנט אז רבי ירחמיאל משה האט געהאט אן איידעם זיין זיידע רבי אלימלך'ס אן זון די פיאסצנה בעל חובת התלמידים וכו' וואס איז געווען אן זון פין רבי אלימלך גראזינסקער
פין זו"ש (חתן רבי חיים שמואל מחנטשי'ן נכד לובלין ומאור ושמש) אין רבי ירחמיאל משה איז געווען אן אייניקעל פין זו"ר .
זיע"א
לעצט פארראכטן דורך לבנת הספיר אום דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לבנת הספיר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנת הספיר »

ס'איז אינטערסאנט ציצישרייבען וואס רבי יענקל'י ברענגט אין י"ג אורות אז די קאזניצער מגיד האט געזאגט אז די רבי פין לובלין האט געהאט אן רונדיגע טיש (אזוי האט מען געריפען
אז אסאך צדיקים האבן זיך ציזאמגענימען ביי עם ) אין איך וועל האבן אן לאנגע טיש
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

לבנת הספיר האט געשריבן:רבי יחיא' יעקב האט איבערגעלאסט אן קינד רבי ירחמיאל משה קאזניצער וואס זיין מאמע האט חתונה געהאט בזו"ש מיט רבי אשר סטולינער (דעם יונגע רבי אשר) אין פין דעם
זיוג איז געבויר'ן די פראנקפורטער (רבי ישראל די ינוקא) שפעטער ווען רבי אשר סטולינער איז אוועק זענען די צוויי ברידער(פין איין מאמע) רבי ירחמיאל משה אין די ינוקא נתגדל געווארען
ביים זיידען רבי אלימלך גראזינסקער .
עכ"פ נאכ'ן יונג'ן פטורה פין רבי יחיאל יעקב האט זיין שווער רבי אלימלך גראזינסקער איבערגענימען

לא בדיוק! בעת פטירת רבי אשר מסטאלין בשנת תרל"ג, כבר הגיע רבי ירחמיאל משה'לי בברית האירוסין, והתחתן כשנה אחרי פטירת אביו חורגו - בשנת תרל"ד.
הבן רבי ישראל [הפראנקפורטער] לא נתגדל אצל זקנו מגראדזיסק, אלא אמו הרבנית מ' שרה דבורה, רכשה מאיזה פריץ אחוזה רחבת ידים ביישוב קאלאדנה, שמה התיישבה עם ידליה [בנה ושלשת בנותיה] היתומים, והביאה טובי המחנכים ללמדם. בעיקר הי' זה זקני החסידות קארלין שפיקחו עיניהם על גידולו של רבם הגדול בילדותו.
רבי אלימלך לא התחיל ההנהגה בפטירת חתנו רבי יחיאל יעקב בשנת תרכ"ו, אלא שנים רבות קודם לכן, בפטירת אביו השרף בשנת תר"ט.
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה איז געווען אן אייניקל כל ימיה האט זיך געוואלט טרעפן די ביה"ח אין מ"מ מנוחתו
לבנת הספיר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנת הספיר »

שלומעלע האט געשריבן:
לבנת הספיר האט געשריבן:רבי יחיא' יעקב האט איבערגעלאסט אן קינד רבי ירחמיאל משה קאזניצער וואס זיין מאמע האט חתונה געהאט בזו"ש מיט רבי אשר סטולינער (דעם יונגע רבי אשר) אין פין דעם
זיוג איז געבויר'ן די פראנקפורטער (רבי ישראל די ינוקא) שפעטער ווען רבי אשר סטולינער איז אוועק זענען די צוויי ברידער(פין איין מאמע) רבי ירחמיאל משה אין די ינוקא נתגדל געווארען
ביים זיידען רבי אלימלך גראזינסקער .
עכ"פ נאכ'ן יונג'ן פטורה פין רבי יחיאל יעקב האט זיין שווער רבי אלימלך גראזינסקער איבערגענימען

לא בדיוק! בעת פטירת רבי אשר מסטאלין בשנת תרל"ג, כבר הגיע רבי ירחמיאל משה'לי בברית האירוסין, והתחתן כשנה אחרי פטירת אביו חורגו - בשנת תרל"ד.
הבן רבי ישראל [הפראנקפורטער] לא נתגדל אצל זקנו מגראדזיסק, אלא אמו הרבנית מ' שרה דבורה, רכשה מאיזה פריץ אחוזה רחבת ידים ביישוב קאלאדנה, שמה התיישבה עם ידליה [בנה ושלשת בנותיה] היתומים, והביאה טובי המחנכים ללמדם. בעיקר הי' זה זקני החסידות קארלין שפיקחו עיניהם על גידולו של רבם הגדול בילדותו.
רבי אלימלך לא התחיל ההנהגה בפטירת חתנו רבי יחיאל יעקב בשנת תרכ"ו, אלא שנים רבות קודם לכן, בפטירת אביו השרף בשנת תר"ט.

איך וועל עס מתקן זיין , דאס וואס איר טענה'ט אז רבי אלימלך האט שוין מנהיג געווען פריער איז אמת אבער נאכ'ןס איידעם פטירה זענען די קאזניצ'ע עולם געפארען צי
עם.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מיללער האט געשריבן:בני הרה"צ ר' יעקב יצחק מבלענדוב בן השרף ממאגלניצא:

א. ר' יוסף מנחם מבלענדוב
ב. ר' אבי עזרא זעליג אלעזר מקאזניץ
ג. ר' ישעי' מגריצא
ד. ר' משה מביאלא
ה. ר' שלום מקוויז ופרשיטיק

מנו"כ באוהל המגיד הקדוש בקאזניץ
30a0a4cce8b09db90c064c15010900b6.jpg
30a0a4cce8b09db90c064c15010900b6.jpg (156.76 KiB) געזען 5143 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מאמר אודות הרה"ק רבי יעקב יצחק מבלענדוב זי"ע - בגליון עלים לתרופה (פר' שלח תשע"ז)
אטעטשמענטס
רבי יעקב יצחק מבלענדוב.pdf
(92.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 173 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מקוה והכנסת אורחים במאגלניצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווייסט איינער אויב עס איז שוין געווארן אויפגעבויעט די מקוה און הכנסת אורחים אין מאגלניצא?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נאכנישט
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

היינט איז די יארצייט פון די הייליגע שרף פון מאגלעניץ. זכותו יגן עלינו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אויפן טארניפאלער בית עולם:


נפ' ביום ד' כ"ה סיון תרפ"ב
פ"נ הרב ר' שלום ז"ל בן ר' יקותיאל הלוי
חתן הרב הצדיק הקדוש ר'
משה שפירא ממאגלעניצע
נכד הה"ק המגיד מקאזניץ
ונכד הה"ק ר' אלימלך מילעזענסק
בעהמ"ח ס' נועם אלימלך
שלום שמו ושלימה היתה
משנתו
.... עבד בתורה
אטעטשמענטס
глек-у-мисці.jpg
глек-у-мисці.jpg (128.08 KiB) געזען 4003 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

יציב פתגם האט געשריבן:תמונה נדירה מהרה"ק רבי אלימלך מגראדזיסק זי"ע

FL12178366.jpg

[מקור: אוסף שבדרון]
.

וואס סאיז דער ריכטיגע בילד?, מצד א' דא גייט הר"ר אלימלך. מיט א הויכע שטראיימל, און לעומת זאת ביי דער באווסטע בילד פון חתונת הרה"ק מפראנקפורט, גייט ער מיט א שטראיימל.
ויפל איך וייס, דער רביס פון קאזניץ האבן נישט געגאנגען מיט א הויכע שטראיימל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נחוניא האט געשריבן:מציבת רבי אברהם אלחנן ב"ר שלום שמחה אונגער נכד להמגיד מקאזניץ ולהרבי מלובלין ולהרבי ממאגלניצא
בילד
http://cemetery.jewish.org.pl/id_55659/info/


וויאזוי גייט דער יחוס קיין קאזניץ, לולבין און מאגלניצא?

עס איז באקאנט אז מהרמ"ד מדאמבראווא האט געהאט א זון ר' אברהם אלחנן אונגער זצ"ל אבי שושלת קאלושין וואס איז בזוו"ש געווען אן איידעם ביי שושלת מגאלניצא, זעה דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p259574
איז דער ר' שלום שמחה געווען א זון פון ר' אברהם אלחנן הנ"ל?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:מציבת רבי אברהם אלחנן ב"ר שלום שמחה אונגער נכד להמגיד מקאזניץ ולהרבי מלובלין ולהרבי ממאגלניצא
http://cemetery.jewish.org.pl/id_55659/info/

אויף JRI טרעפט מען בשנת תרל"ו די חתונה פון ר' שמחה שלום אונגער מיט גאלדא שפירא.
קוקט אויס אז גאלדא איז געווען אן אייניקל פונעם מאגלניצער.
ר' שמחה שלום איז געבוירן בשנת תרי"ח צו רבי אברהם אלחנן מקאלאשין. זיין מאמע איז געווען רחל נחמה בת רבי קלמן מפאריצק בן רבי ישראל בן החוזה מלובלין. (דאס איז געווען די זיוו"ש פון רבי אברהם אלחנן. בזיוו"ר איז ער געווען אן איידעם אין מאגלניצא).
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:מציבת רבי אברהם אלחנן ב"ר שלום שמחה אונגער נכד להמגיד מקאזניץ ולהרבי מלובלין ולהרבי ממאגלניצא
http://cemetery.jewish.org.pl/id_55659/info/

פ"נ
א'וי מה הי' לנו
ב'ימי עלומיו עזב אותנו
ר'וח סיעה וסער סמר בשרינו
ה'ורם עטרת והושלך תפארתינו
מ'ת עלינו אבינו מורינו
א'יש חסיד מגזע תרשישים
ל'הבים ולפידים מלאכי שמים
ח'סידים וקדושים אנשי חיל
נ'רם עוד יופיע בקצוי תבל
נ'טע נאמן הי' לאבותינו
ה"ה הרב החסיד ר' אברהם אלחנן
בהרה"צ ר' שלום שמחה
אונגר זצללה"ה מגריצב
נין ונכד להרה"מ מקאזניץ
ולהרבי מלובלין ולהרה"ק ממאגלניצע
ולמעלה בקודש דור אחר דור
עד דהמע"ה זי"ע
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

דער מאגילינצער, גווען אמאל ביי יהודי הקד' פון פשיסחא?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיילעך האט געשריבן:אלו הן מזיוו"ר בת השרף:
1) ר' אבי עזרא זעליג מקאלושין (הי' לו בן ע"ש זקינו ר' חיים מאיר יחיאל שפירא מראדיחוב. זקינו של האדמו"ר מנאראל).
2) ר' יהושע העשיל (יחיאל) מגראדזיסק.
ואלו מזיוו"ש נכדת החוזה מלובלין:
3) ר' יעקב יצחק מקאלושין.
4) בתו אשת ר' אברהם שלום פנחס ראטנבערג מאפטא.( זקינו של ר' ישכר בער ר"ב מוואידיסלוב).

מי היה חותנו של רבי חיים מאיר יחיאל מראדיחוב בזיוו"ש?
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

יצחק פון ישיבה האט געשריבן:דער מאגילינצער, גווען אמאל ביי יהודי הקד' פון פשיסחא?

לפי המסופר איז ער נישט געפארען צו עם, אבער זיי געוועזען זענען זיי זייער נאנט איינער מיט'ן צוויטען, געטראפען פיהל מאל ביים קאז'ניצער מגיד אין ביים חוזה מלובלין. באזינדער וואס זיי זענען געווען מחותנים.
א דבר חידוש אבער, אין ספר שמחת ישראל ברענגט ער, בשם ר' יוסף לעווינשטיין, א רשימה פין גדולי תלמידי הרבי ר' בונם מפרשיסחא, ציוושען זיי רעכענט ער דעם הייליגע שרף ממאגלניצא. בספר 'תורת השרף' נשמט הידיעה
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

איז דער מאגלעניצער געווען א אייניקל פון דעם באר משה פון קאזניץ, (דער ר' אלעזר ליזענסק'ער איז געווען א איידעם בזוו"ש ביים באר משה מקאזניץ)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן: (דער ר' אלעזר ליזענסק'ער איז געווען א איידעם בזוו"ש ביים באר משה מקאזניץ)

ר' אלעזר מליז'ענסק, נישט קלאר ביי וועם ער איז געווען אן איידעם בזוו"ש, אראפגעברענגט, אז איינער בשם ר' שמואל, א מלמד פון שינעווע
דער באר משה מקאז'ניץ איז געווען בזוו"ש אן איידעם ביי רבי אלעזר. ראה מצורף מספה"ק דעת משה פ' לך לך
111.jpg
111.jpg (23.62 KiB) געזען 2965 מאל
אין פון זוו"ש איז געבויברען רבי אלעזר מקאז'ניץ.
דער שרף איז געווארען אן איידעם ביי רבי אלעזר מליז'ענסק, לאחר הסתלקות חותנו, ממילא מסתבר אז מזוו"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”