רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

צודען איז דא איינער וואס האט אללע אייניקלעך מסודר וואס קען העל פעם וואס האבען א קבלה אויף איינער פון די זיידעס אז ער איז נכד הרר מענדיל אבער וייסען נישט וויאזוי למשל ר מענדיל גאטטעסמאן אב״ד ליביטש (גאליציה)
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

ווייסט אפשר איינער פונקטליך וועלכע יאר האט זיך הרה״ק רמ״מ זצוק״ל אריבערגעצויגן קיין רימנוב?

[מראי מקומות:
אין דער בריעף פונ׳ם מראה יחזקאל משנת תקס״ה איז קלאר משמע אז ער האט נאך דעמאלץ געוואוינט אין פריסטיק, דאכט זיך מיר אז עס איז פארהאן א בריעף פון הרה״ק ר׳ משה (הלוי?) מפשעווארסק - (הסופר סת״ם ובע״ס ׳אור פני משה׳, היום היא״צ שלו, זכיע״א). געדרוקט אין איינער פונ׳ם ריבנובע׳ר ספרים, דארט דארף אויך לכאורה שטיין א דאטום, אפשר קען דאס איינער איבערקוקן].

הוספה:
בספר אור פני משה איז דא א הסכמה פון איהם אהן א דאטום, דער ספר האט מען כידוע געדרוקט אנהייב שנת תק״ע, און רוב הסכמות זענען פון זומער תקס״ח ביז סוף תקס״ט. דארט חתמ׳ט ער ״המתגורר בק״ק רימנוב״ און אויפ׳ן קעפעל שטייט מק״ק פרוסטיק, דאס הייסט לכאורה איז ער אריבער יענער תקופה פארן שרייבען זיין הסכמה.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מציבה בקיטוב של ר' ישראל יעקב ב"ר נפתלי נכד הרה"ק רמ"מ מרימנוב
http://jgaliciabukovina.net/165366/tomb ... on-naftali
אוועטאר
שטייט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 9:50 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייט »

דעם שבת איז געווען די יארצייט פון רבי ר מענדעלע, ארום הונדערט אידן זענען געווען אויף שבת אין רימנוב, אזא דערהויבענע שבת סמוך ונראה צום ציון הקדוש וועט שטארק בלייבן אין זכרון, מ'קען נישט ארויסברענגען די געפילן נאך אזא דערהויבנע שבת יארצייט, די טעמשווארע רבי האט שיין ארומגערעדט און נאך, די שבת איז געפראוועט געווארן אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים וואס איז נאך א רויע בנין, אבער ווילענדיג זיין ביים ציון אויף שבת איז א רויע בנין אויך א בנין, און די עסקנים האבן שיין צוגעשטעלט אלעס אויפן בעסטן פארנעם, שבת צופרי פארן דאווענען איז מען געגאנגע צום ציון ס'געווען אורות....

זאל מען טאקע האבן אויסגעבטן כל טוב.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

איז געבליבן עפעס מכתי"ק?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וויפיל בריוון ווייסט מען סתם אזוי צי זאגן פון? אין מנחם ציון וואס מכון שפתי צדיקים האט ארויסגעגעבן איז בס״ה דא 3 בריוון, איינע פון זיי איז הערשט געדריקט געווארן 90 יאר צוריק צים ערשטן מאל מעצם כתי״ק.

זיי ברענגען דארט אויך עטליכע בילדער פון קמיע׳ס וואס ער האט געשריבן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איינמאהל ווען הרה"ק ר' מענדל מרימנוב זצ"ל איז געוועהן אין לעמבערג, האט ער געשיקט זיין גבאי ערב שבת נאכמיטאג צו זעהן אויב די אידן דארט זענען שוין גרייט אויף שבת, איז דער גבאי צוריק געקומען און געזאגט: עס זעהט אויס אז זיי זענען נאכנישט גרייט, זיי ליגן נאך אין די געשעפטען און אין די ארבעט, און זיי זאגען עס איז נאך דא אסאך צייט, און אין מיטן רעדן האבן זיי עפעס געהערט און זיי האבן געזעהן ווי מענטשען איילען זיך יעדער לויפט די געשעפטן ווערן פארשלאסען, עפעס איז געשעהן, שבת מלכא איז דא!
האט זיך דער רבי אהנגערופן צו זיין גבאי... משיח וועט אויך קומען אזוי ווי ערב שבת אין לעמבערג, אלע וועלן זיין פארנומען אין די געשעפטן און אין די ארבעט, און פלוצלונג וועט מען הערן דעם קול שופר, משיח איז דא!!!.
און פון קאצקער זי"ע איז דא א ענדליך ווארט: די "גאונים" האבן זיך געמאטערט מיט זייער גאנצען כוח צו ברענגען משיח, נאר עס איז זיי נישט געלונגען, די "ראשונים" האט געוואלט אויפהייבען די אידן צו אזא מדריגה אז זיי זאלן זיי ראוי אז משיח זאל קומען, זיי האבן אויך נישו מצליח געוועהן, איך מיין אז משיח וועט קומען דענאלס ווען די אידן וועלן זיי פארנומען און טרוד על המחי'ה ועל הכלכלה, די קאפ וועט זיי נישט ליגן אין די זאכען, און אין מיטן וועט מען הערען דעם "תקיעה" פונעם שופר של משיח. אבער משיח וועט קומען אפילו ווען קיינער אינעם דור וועט זיין גרייט אויף דעם.
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

Ban Mazel האט געשריבן:איינמאהל ווען הרה"ק ר' מענדל מרימנוב זצ"ל איז געוועהן אין לעמבערג, האט ער געשיקט זיין גבאי ערב שבת נאכמיטאג צו זעהן אויב די אידן דארט זענען שוין גרייט אויף שבת, איז דער גבאי צוריק געקומען און געזאגט: עס זעהט אויס אז זיי זענען נאכנישט גרייט, זיי ליגן נאך אין די געשעפטען און אין די ארבעט, און זיי זאגען עס איז נאך דא אסאך צייט, און אין מיטן רעדן האבן זיי עפעס געהערט און זיי האבן געזעהן ווי מענטשען איילען זיך יעדער לויפט די געשעפטן ווערן פארשלאסען, עפעס איז געשעהן, שבת מלכא איז דא!
האט זיך דער רבי אהנגערופן צו זיין גבאי... משיח וועט אויך קומען אזוי ווי ערב שבת אין לעמבערג, אלע וועלן זיין פארנומען אין די געשעפטן און אין די ארבעט, און פלוצלונג וועט מען הערן דעם קול שופר, משיח איז דא!!!.
און פון קאצקער זי"ע איז דא א ענדליך ווארט: די "גאונים" האבן זיך געמאטערט מיט זייער גאנצען כוח צו ברענגען משיח, נאר עס איז זיי נישט געלונגען, די "ראשונים" האט געוואלט אויפהייבען די אידן צו אזא מדריגה אז זיי זאלן זיי ראוי אז משיח זאל קומען, זיי האבן אויך נישו מצליח געוועהן, איך מיין אז משיח וועט קומען דענאלס ווען די אידן וועלן זיי פארנומען און טרוד על המחי'ה ועל הכלכלה, די קאפ וועט זיי נישט ליגן אין די זאכען, און אין מיטן וועט מען הערען דעם "תקיעה" פונעם שופר של משיח. אבער משיח וועט קומען אפילו ווען קיינער אינעם דור וועט זיין גרייט אויף דעם.

אין א שיינעם העלן טאג
דער סוחר ביי דער וואג
און דער שניידער אינמיטן נייען
דער טרעגער מיטן פאק
דער לויפער מיטן זאק
און דער גערטנער אינמיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען
אז דו וועסט שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעלעך, טייערע ברודערלעך
מאכט אייך גרייט גרויס אין קליין
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
יקים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקים »

נחוניא האט געשריבן:מציבה בקיטוב של ר' ישראל יעקב ב"ר נפתלי נכד הרה"ק רמ"מ מרימנוב
http://jgaliciabukovina.net/165366/tomb ... on-naftali

א שייכות?
באקומען פון א איד אין חיפה וואס טענה'ט ע"פ מה שקיבל מזקנתו אזז ער איז אן אייניקל פון הרה"ק רמ"מ מרימנוב
וכך הוא כותב:
מנחם מענדל מייער פון ברעזנע
בן ר' נפתלי הירץ (מטורקא) וז' מרת שרה ביילא
בת ר' יעקב ישראל
בן חווה
בת הרה"ק רמ"מ מרימנוב

והוא מחפש מקורות לזה.
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

גלאזער האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:בביה"ח בלאדמאר סלאוואקיי
האשה מרת גיטל בת ר' מנחם, אשת ר' דוב בעריש סג"ל לנדא
נכדת הרב הצדיק הקדוש ר' מנחם מענדל מרימנעוו ?
והרב... הקדוש .....

זו מצבת מרת גיטל בת ר' מנחם מענדל ריף נכד רבי ר' מענדלע

ר' מענדל נולד בלאנצוט בתקפ"א, נשא מ' ניחא לבית פערלמוטער, שנולדה במיראליא או בקאמארניק [שניהם סמוכים ללאדאמאר] בשנת תקפ"ג.
בשנת תקצ"ז בא לאונגארן, ומשנת תר"א באלשא-קאמארניק, [בשנת תר"ח יושב קעסט בבית חמיו הערשקא פערלמוטער בן מ"ט בקאמארניק, נולד בטוראני שבזעמפלען, אשתו אסתר ווייסבערגער בת מ"ח נולדה בסנינא שבזעמפלען] אח"כ בסווידניק שם נפטר ביום ג' תמוז תרנ"ה ומנו"כ בלאדאמאר.

בני ר' מענדל ריף.
א. בתו גיטל הנ"ל נולדה בקאמארניק בשנת תר"א או תר"ה, בעלה ר' בעריש לנדא נולד בבריגל בשנת תר"ב, הם דרו בפעלשא-סווידניק [מתי סווידניק נטמנו בלאדאמאר]
ב. בנו ליב נולד בקאמארניק בתר"ח, אשתו רבקה לבית ציגלער.
שאר בני ר' מענדל שנולדו כבר בסווידניק.
ג. חיים נולד בתרי"א.
ד. פיגא תרי"ג.
ה. אברהם תרט"ו.
ו. ר' דוב בערל תרט"ו. ראה בדף 4 ובדף 5 משפחתו.
ז. משה תרי"ח.
ח. שייע תרכ"א
ט. חוה תרכ"ד.
י. ראצע? תרכ"ז.

בסווידניק דר גם כן ר' יוסף ריף [כנראה אחי ר' מענדל] שנולד בלאנצוט בתקפ"ח, אשתו לאה לבית גוטמאן נולדה בבארדיוב בשנת תקצ"ד, בניו
א. רעזשי נולדה בבארדיוב בתרי"ב אשת פאל? לערנער הנולד ברימנוב בתר"ו,
ב. נתן יליד תרי"ג.
ג. מאריא תרכ"ב.
הם נולדו בבארדיוב.
ד. משה תרכ"ב.
ה. מינא נולדה כבר בסווידניק בתרכ"ח.

בילד

קען מען וויסן צו איז דע ר' דב בעריש סג"ל לאנדא מנכדי הנודע ביהודה?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין דער הייליגע רבי ר' מענדל מרימנוב זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

עס איז א גרויסע סגולה צו צונדען א ליכט לעילו נשמתו ובפרט ביומא דהילולא קדישא הרה"ק ר מנחם מענדל ב"ר יוסף זיעועכי"א
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

עס איז דא א טייטש כגדענק נישט ווי איך האב עס געזען ...ונהר יוצא מעדן להשקות את הגן ומשם יפרד והיו לארבעה ראשים.....עדן איז די אור שבעת הימים רבינו הבעש"ט הקדוש זי"ע ..נהר איז הרה"ק הרבי ר בער זי"ע ....גן איז הרה"ק ר אלימלך זי"ע ...איינער פון די ארבעה ראשים איז די בעל הילולא הרה"ק ר מענדלע זיעועכי"א
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

תפארת ישראל תרס"ד
הר' משה רודעלס ניישילער ? נכד הה"צ הר' מענדל מרימנוב
אטעטשמענטס
Untitled.png
Untitled.png (137.02 KiB) געזען 808 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פיישל האט געשריבן:
תפארת ישראל תרס"ד
הר' משה רודעלס ניישילער ? נכד הה"צ הר' מענדל מרימנוב
https://www.geni.com/people/R-Moshe-Neu ... 7824516899

http://toladot.blogspot.com/2015/01/blo ... .html#more
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2014 7:00 am
ראש הקהל האט געשריבן:
ידוע אז הרה"ק רבי מענדלע מרימנוב זצ"ל האט יעדן טאג געלערנט ח"י דפים רי"ף.
ער האט געהאט א זוהן וואס האט זיך גערופן אויף דער משפחה נאמען, ריף.

און בית החיים און רימנוב, כמדומני אז ידידינו שבתי משורר האט עס דא מעתיק געוועהן און זכור ימות עולם, איז דא א מציבה,
פון א אברך יקר היחסן רבי אריה לייב בן ר' יצחק צבי, לויט ווי איך בין עס דערגאנגען מיט ידידינו שמואל ישעי' רעד זיך עס,
פון ר' אריה לייב שטערן, און איינע פון זיינע איינקלעך און א קונטרס געדענק איך נישט דער נאמען, שרייבט ער אויף דעם יצחק צבי שטערן,
שהיה מגזע הריף בעל מגיהות.

איז נפשי בשאלתי, וואס מיינט דער ווערטער מגזע הריף בעל מגיהות, גייט עס ארויף אויף רבינו יצחק אל-פאסי ז"ל, אויב יא, לא ראיתיו מעולם בתואר בעל מגיהות.

איז דער רבי מענדעלע געוועהן אן אייניקעל פונעם רי"ף, און וועגן דייקא למד רי"ף בכל יום? ולכן קראו אחריו בנו מיטן משפחה נאמען ריף?
און וועגן דעם מונח שם היחסן ר' יצחק צבי שטערן, ווייל ער האט געהאט עפעס א משפחה קירבה מיט'ן ר"ר מענדעלע זצ"ל?

איך פארשטיי אליין כ'מאך א מיש-מאש, בנין אב און א גזירה שוה, אבער איז דא דברים בגו,
אגב ליגט מיר און קאפ אז ס'דא א משפחת בלומענבערג, מיט אסאך יצחק צבי'ס דארט?

האט איינער אינפא? אפשר שבתי משורר גאר?
איך האב אייך געוואלט מעורר זיין א'פאר נקודות. ראשית כל, אונזערע משפחה ווייסט אלע יארען אז די רבי רבי מענדעלע'ס אייידים וואס אונז שטאמען פון אים האט זיך א'נאמען געגעבען ריף אלס דעם וואס די רבי רבי מענדעלע איז געווען א'ניצוץ פונעם ריף ,און טאקע די אייניקליך בן אחר בן פון די איידים הייסען רי"ף ובתוכם מיין זיידע רבי בערל ריף ז"ל.און וועגען דעם האט די רבי רבי מענדעלע געלערענט אפאר הונדערט מאל (ויש אומרים איבער טויזענט מאל) די ריף.ושנית כל, די רבי רבי מענדלע'ס צוויי זון האבען זיך גערופען טארים און נישט ריף, והא ראיה זייערע אייניקליך בן אחר בן הייסען טארים עד עצם היום הזה.
א] זעה 'אשכול משפחת חיאל' בנוגע דאקומענטן פון די ארכיוו אין לבוב, לפנינו 'רשימות לבוב', נאך גרויס מיה אין פלאג, בס"ד, האבן מיר א העתק פון אלע רשימות דארט אויף רימנאב, מער פון 2500 עמודים בס"ד, דארט איז דא דאקומענטן פון משפחת ריף, אויב געט איהר מיר מער אינפאמאציא וואס איהר ווייסט קען איך אפשר משלים זיין מתוך הרשימות.
ב] דעי אייניקל וואס שרייבט וועגן די בעל מגיהות, מיינט מען מן הסתם ר' רפאל שטערן בספרו 'זכרון עולמים'' עמ' מ"א, זעה דא: viewtopic.php?p=4265624#p4265624
ער שרייבט נישט אז ראש משפחת שטערן איז געוועהן מגזע בעל מגיהות, ער שרייבט גאר אז הצדיק רב' ארי' לייב מרימנאב, ראש משפחת שטערן, (אבי ר' יצחק צבי) איז גאר אליין געוועהן די בעל מגיהות. וזה צריך תלמיד, מה כוונתו.
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

פיישל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 3:39 am
תפארת ישראל תרס"ד
הר' משה רודעלס ניישילער ? נכד הה"צ הר' מענדל מרימנוב
מ'זעהט אויך צווישן די שמות: 'ר' שניאור זלמן בר א"ח', דאס איז גיסו דער טאטע פון הגה"ח ר' שלמה אטיק, און איידעם ביי ר' אברהם ניישלער ומרת ראדל
אורח לרגע האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 3:07 pm
שבתי משורר האט געשריבן:
באתי למנות את יוצאי חלציו של אא"ז הרבי ר' מנחם מענדיל מרומנאב זי"ע

ד) מרת חנה הנ"ל.
נשאה להגה"צ ר' מרדכי אבד"ק זילקובא ואח"כ אבד"ק רומנאב, לפי הידוע היה להם ב' בנים 1) הגה"צ ר' אלטר ראובן, 2) הגה"צ ר' הערצל [נפתלי הירץ].

לרבי אלטר ראובן, היתה בת בצפת, מרת ראדל, אשת רבי אברהם ניישילער, הורי רבי משה ראדל'ס ניישילער.
ביי די אייניקליך איז מקובל אז מ'האט גערופן דעם ר' אלטר ראובן דער שווארצער [ווייל ס'איז געוועהן כמה איינקליך בשם ר' אלטר'ס....] ?
לעצט פארראכטן דורך ליפשיטץ אום דינסטאג מאי 02, 2023 11:44 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

ליפשיטץ האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 9:36 am
פיישל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 3:39 am
תפארת ישראל תרס"ד
הר' משה רודעלס ניישילער ? נכד הה"צ הר' מענדל מרימנוב
מ'זעהט אויך צווישן די שמות: 'ר' שניאור זלמן בר א"ח', דאס איז גיסו דער טאטע פון הגה"ח ר' שלמה אטיק, און איידעם ביי ר' אברהם ניישלער ומרת ראדל
אורח לרגע האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2020 3:07 pm
שבתי משורר האט געשריבן:
[cnter]באתי למנות את יוצאי חלציו של אא"ז הרבי ר' מנחם מענדיל מרומנאב זי"ע[/center]

ד) מרת חנה הנ"ל.
נשאה להגה"צ ר' מרדכי אבד"ק זילקובא ואח"כ אבד"ק רומנאב, לפי הידוע היה להם ב' בנים 1) הגה"צ ר' אלטר ראובן, 2) הגה"צ ר' הערצל [נפתלי הירץ].

לרבי אלטר ראובן, היתה בת בצפת, מרת ראדל, אשת רבי אברהם ניישילער, הורי רבי משה ראדל'ס ניישילער.
ביי די אייניקליך איז מקובל אז מ'האט גערופן דעם ר' אלטר ראובן דער שווארצער [ווייל ס'איז געוועהן ר' אלטר'ס....] ?
אין ספר נתיבות רפאל עמוד 429 מספר שבשנת תרל״ב בא רבי אלטר לעירו סטריא וסיפר לו כמה מעשיות מזקנו רבי מענדעלע. וכותב שם שאמו של אלטר קבלה ברכה מהחוזה מלובלין שהיא נושאת ספר תורה, אבל בלא מזל. וכן היה, שהוא היה עני ואביון כל ימיו, איש צדיק ובלא מזל.
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

זכותו יגן עלינו.

זכותו יגן עלינו. ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון דער הייליגע רבי ר' מענדלע מרימנוב זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
תשפ''ב
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:47 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשפ''ב »

אין בית מדרש שומר שבת אין ב''פ איז דא צוגעשטעלט ליכט בחינם לע''נ די רבי ר' מענדעלע זי''ע
תשפ"ב איז די יאר וואס איך האב מיך איינגעשריבען אין אייוועלט
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

ווייסט איינער ווי אזוי משפחת קנאבליך פין באבוב זעהען רימנובע איינקליך ?
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

כבוד הרב האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:03 pm
ווייסט איינער ווי אזוי משפחת קנאבליך פין באבוב זעהען רימנובע איינקליך ?
נישט אלע קנאבלאך זענען אייניקלעך.
עס איז געווען א איד ר' מענדל קנאבלאך ז"ל (א ברודער מיט הרה"ג ר' שאול שליט"א מנהל מתיבתא עץ חיים דבאבוב) וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' אלימלך טארן בן ר' אברהם בן ר' יהודה צבי בן ר' אלטר נטע בן ר' יעקב ישראל מבילקאמין בן מרן הרבי ר' מענדעלע זי"ע.
זיינע קינדער: בנו ר' דוד ארי' , בנו ר' ישראל איסר, בנו ר' צבי הירש , בנו ר' שאול ,בנו ר' אלימלך, חתנו ר' יוסף זינגער, חתנו ר' משה יעקב לעווי.
ר' שלמה קנאבלאך וואס איז א מחותן מיט ר' חיים שלמה ה"ש חתן אדמו"ר מבאבוב איז נישט קיין אייניקל.
אז מען וויל וויסן וואס דעמאקראטן זענען זאל מען קוקן אין וואס זיי באשולדיגן ריפאבליקאנער.
קרעדיט: @פון אמעריקע
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

שעטנז האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 9:20 pm
כבוד הרב האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:03 pm
ווייסט איינער ווי אזוי משפחת קנאבליך פין באבוב זעהען רימנובע איינקליך ?
נישט אלע קנאבלאך זענען אייניקלעך.
עס איז געווען א איד ר' מענדל קנאבלאך ז"ל (א ברודער מיט הרה"ג ר' שאול שליט"א מנהל מתיבתא עץ חיים דבאבוב) וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' אלימלך טארן בן ר' אברהם בן ר' יהודה צבי בן ר' אלטר נטע בן ר' יעקב ישראל מבילקאמין בן מרן הרבי ר' מענדעלע זי"ע.
זיינע קינדער: בנו ר' דוד ארי' , בנו ר' ישראל איסר, בנו ר' צבי הירש , בנו ר' שאול ,בנו ר' אלימלך, חתנו ר' יוסף זינגער, חתנו ר' משה יעקב לעווי.
ר' שלמה קנאבלאך וואס איז א מחותן מיט ר' חיים שלמה ה"ש חתן אדמו"ר מבאבוב איז נישט קיין אייניקל.
ער איז יא אן אייניקל ווייל זיין פאטער ר’ שאול איז אן איידעם ביי ר’ שמעון לאנדא ע”ה וואס ער מיט זיין ווייב זענען געווען אייניקלעך פון ר’ צבי הערצפעלד מקראס נכד רבי ר’ מענדעלע זי”ע
https://www.ivelt.com/forum/view ... 29#p755819
https://www.ivelt.com/forum/view ... 29#p774611
https://www.geni.com/people/Rabbi-Tzvi- ... 9812063883
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”