רבי מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל - י"ט אייר תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

סדר ביאת משיח במהרה אמן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

האט ראפשיצער רב זיע"א נאך געזאגט פונעם רבין רבי מענדעלע זיע"א די סדר פון ביאת משיח , וואס וועט זיין במהרה אמן.

ווען משיח וועט קומען,וועט מיט קומען א'וואלקן און ער וועט מיט נעמען אלע צדיקים קיין ארץ ישראל,די חסידים וועלן בלייבן אליינס אין חוץ לארץ,וועלן די חסידים אנהייבן צו וויינען,אז נישט גענוג זיי האבן נישט זוכה געווען גיין קיין ארץ ישראל,נעמט מען פון זיי אוועק זייערע רבי'ס די צדיקים וואס איז שטענדיג געווען מיט זיי, וועלן די חסידים מאכען תשובה שלימה, און דעמאלטס וועט קומען א'וואלקן און מיט נעמען אלע חסידים קיין ארץ ישראל.

דעמאלטס וועלן זיך די בעלי בתים זייער פרייען,אז ס'וועט נישט זיין קיין חסידים אין זייערע שטאט,און זיי וועלן קענען טוהן וואס זיי ווילן,אזוי וועט זיין א'שטיק צייט ביז איינע פון די בעלי בתים וועט חתונה מאכען,אדער א'אנדערע שמחה,און ס'וועט זיך בכלל נישט דערקענען אז ס'איז דא א'חתונה, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט אויב ס'איז נישט דא קיין חסידים ביי די שמחה, רוהט דארט אינגאנצען נישט קיין שמחה, און די בעלי בתים וועלען האבן עגמת נפש דערפון,און זיי וועלן איינדערקענען דעם אמת,אז ס'איז זיי גוט געווען מיט חסידים צוזאמען,און דעמאלטס וועט קומען א'וואלקן ,און אויך זיי טראגן קיין ארץ ישראל.

וועלען איבער בלייבן די פושעים מיט רשעים אין חוץ לארץ,און זיי וועלען האבן א'גיוואלדיגע שמחה נישט זיך פאר צו שטעלן,אז פון יעצט אן,וועלן זיי קענען ארויס געבען זייערע גאנצע רשעות אן קיין אפהאלט,און אזוי וועט זיין פאר א'שטיק צייט,און שפעטער וועט די אייבערשטער אריינגעבען אין די הערצער פון די גוים,אז זיי זאלען זייער פיינט האבן די פושעים מיט די רשעים,און זיי וועלען זיי רודפ'ען מיט אלע סארט רדיפות עד אין לשער,און זיי וועלען האבן גרויסע צרות,ביז זיי וועלען מוזען תשובה טוהן,און דעמאלטס וועט זיי א'וואלקן טראגן קיין ארץ ישראל.

און דעמאלטס וועלען אלע איד'ן זיין אין ארץ ישראל,אין חוץ לארץ וועט נישט בלייבען קיין שום איד,און ממילא וועט זיך אויפהערן די השפעה אין חוץ לארץ,די ערד וועט נישט גיבן קיין פירות,אין די הימעל וועט נשט געבן רעגן,ווייל די גאנצע צייט ווען איד'ן זענען געווען אין חוץ לארץ,האט די אייבערשטער געשיקט השפעות וועגן זיי,און ס'וועט זיין א'גרויסע יקרות אין חוץ לארץ, ס'וועט נישט זיין וואס צו עסן,אין ארץ ישראל וועט זיין זייער ביליג,ווייל דארט וועט זיין השפעות פון אלעם גוט'נס ,נישט על פי דרך הטבע,

און די גוים פון חוץ לארץ וועלן קומען קיין ארץ ישראל קויפן עסען,און זיי וועלען מיט ברענגען זייערע שטרות,און מ'וועט אוועק שטעלן בית דין זיצן אין אלע שטעטלך איבער קוקן זייערע שטרות,און בית דין וועט פסל'נען זייערע שטרות,און זיי וועלן זאגן אז דאס איז נישט על פי תורה,וועלן די גוים גיין און ברענגען מזומן געלט,און אויך דאס וועט מען פון זיי נשט נעמען,נאר גאלד און זילבער,און נישט פאפיער,און אויך די גאלד און זילבער וועט מען נישט נעמען וויפעל ס'איז ווערט,נאר לויט די וואג.און מ'וועט נעמען פון זיי,זייערע גאנצע פארמעגן, בהמות און חפצים,ביז ס'וועט גארנישט בלייבן פאר זיי וואס צו ברענגן.

און די גוים פון חוץ לארץ וועלן זיך בארעכנען,מאכן א'מלחמה מיט די איד'ן אין ארץ ישראל,און ס'וועט זיין מלחמת גוג ומגוג,און דעמאלטס וועלן זיי האבן א'גאנצע מפלה,און דער אייבערשטער זאל העלפן ,אז מיר זאלן זוכה זיין צו משיח'ס קומען.

(חמדה גנוזה דף קל"ו,כתב יד הרה"ק רבי סני פון זשעמיגראד זצוק"ל,בן הרה"ק רבי ברוכל פון גארליץ זיע"א).
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת קדשו באוהל הישן
אטעטשמענטס
28263.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

פארוואס איז די מצבה היינט צוטאגס אויסגעדרייט צו די וואנט פונעם אוהל?
אטעטשמענטס
P1013063.JPG
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בקשת עזרה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

לכל קוראי וחברי הפורום הזה ה' עליכם יחיו.

אם ידוע לכם מאיזה ניגון או תנועה ש'מקובל מהרבי רבי מענדלע מ'רימנוב זיע"א נא להודיענו באישי.

ומאוד אכיר לכם טובה על זה.

בכבוד ובהוקרה.
"רימנובער אייניקעל".
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

הניגון שמנגנים בבאבוב על שמו מפארים, אומרים שמקורו מהר"ר מענדיל'י מרימוניב
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

לכבוד ההילולא המתקרב ובא, הנני בזה לשאול אם מישהו יש לו ידיעה על איזה נסיעה מאורגנת מניו יארק, או עכ"פ איזה קבוצה שאוכל להצטרף עליהם על שב"ק ל"ה בעומר ברימנוב?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מודעה רבא לאורייתא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ברשות אבד"ק רימנוב שליט"א הנני מזמינכם לבוא ולהשתתף בסעודת ההלולא רבא של זקני הקדוש הרבי רבי מענדלע זיע"א מ'רימנוב,שיחול ביום השישי ל"ד בעומר בשבוע זאת, וגם במקוה החם, ומניני שחרית מנחה וערבית וסעוודות ערב בקר וצהרים בכל המעת לעת ,שיתקיימו בעזרת ה' יתברך בשוהל של אבד"ק רימנוב שליט"א בעיר רימנוב יצ"ו.
וכל הקהל הקודש הזה מוזמן לבוא.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אטעטשמענטס
IMG-20150505-WA0055.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

היום יומא דהילולא המאתיים של הרה"ק רבי מנחם מענדל ב"ר יוסף מרימינוב זי"ע

מאמר אודותיו בגליון עלים לתרופה (פר' אמור תשע"ה)
אטעטשמענטס
רבי מנחם מענדל מרימינוב.pdf
(89.44 KiB) געווארן דאונלאודעד 281 מאל
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

בילד געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

האט איינער אפשר א בילד פון די בארג וואס נעמט ארויף צום ביה"ח אין רימינוב.?
איך דארף עס וויכטיג האבן
א דאנק
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

בקי וטוב עין
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקי וטוב עין »

מצבה אופן הר הזיתים ''דור רביעי'' להה''צ הק' מוה''ר מנחם מענדיל זלה''ה מרומינוב
אטעטשמענטס
rsz_img_3297.jpg
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

ש'כח לאלתר לחיים
אנטשולדיג אז איך בין שפעט.
אבער גראדע זעה איך נישט די ביה"ח אויף די לינקס.
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

ר' מרדכי אב"ד רימינוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

שבתי משורר האט געשריבן:באתי למנות את יוצאי חלציו של אא"ז הרבי ר' מנחם מענדיל מרומנאב זי"ע
. . .
ד) מרת חנה הנ"ל.
נשאה להגה"צ ר' מרדכי אבד"ק זילקובא ואח"כ אבד"ק רומנאב, לפי הידוע היה להם ב' בנים 1) הגה"צ ר' אלטר ראובן, 2) הגה"צ ר' הערצל [נפתלי הירץ].

ס'קומט נישט ממש אריין, אבער כ'וויל האבן מער אינפארמאציע איבער די משפחה פון דעם רבי מרדכי אב"ד רימינוב. ווייל כמדומה לי איז דא א משפחה - משפחת ג-טליעב (נכדי הגה''צ ר' יעקל'ע בויאמ'ער) - וואס זיי זענען זיך מתייחס צו זיינס א שוועסטער.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ספר תורה של הרה"ק מהרמ"מ מרימינוב זי"ע מונח בבנין הכנסת אורחים בעיר דינוב

IMG_2077.JPG
IMG_2078.JPG
IMG_2079.JPG
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פון וואנעט ווייסט מען אז די ס"ת האט באלאנגט פאר הה"ק ר' מענדלע זי"ע?, נאר ווייל מען האט עס געטראפן אונטער א הויז פון א תלמיד?
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

ב"ה

קיבלתי היום ו' ניסן במייל מרנ"א וקשטיין


ב"ה - היום יום ו' בניסן תר"ו/תשע"ו - מאה ושבעים שנה - ר' נתן לייב מרימנוב זי"ע - חצי מצבתו ברימנוב

היום - יומא דהילולא של הרה"ק ר' נתן יהודה לייב מרימנוב זי"ע, בנו של הרה"ק ר' מנחם מענדיל מרימנוב זי"ע. ר' נתן לייב נפטר ביום ו' לחודש ניסן שנת תר"ו. ומנו"כ בעיר רימנוב, סמוך לאביו הק' זי"ע. בעבר, כתבנו עליו ועל יחוסו ביריעות "ויתילדו", וביררנו פרטים רבים ביחוסו למעלה בקודש עבור אחד מצאצאי חשובי צאצאיו, והנה אותו הנכד שב אלינו השבוע, ובפיו בשורה מעניינת.

והיא. למרות שעל פי השמועות נכחד מקום קברו, אולם בקרו שם יחד עם קבוצה נוספת מצאצאיו שבקרו ברימנוב השבוע, גילו לתדהמתם את מקום קברו, ושריד נכבד למדי - חצי תחתון - מהמציבה שעל קברו.

הדבר נתגלה בעקבות הצצה חטופה לעבר המציבה העומדת בסמוך, אשר שם המנוח הטמון שם נותץ ולא נותר ממנה כל זכר, אך לפתע הבחין בתאריך הפטירה שנותר שם רשום בחצי התחתון של המציבה, והנה הוא זיהה את התאריך פטירתו המדוייק של הסבא רבא שלו - ה"ה רבי נתן לייב ב"ר מענדיל מרימנוב זי"ע.

הרה"ק ר' נתן יהודה לייב טארעם זי"ע, שנפטר כאמור ביום ו' בניסן שנת תר"ו, ומנו"כ בעיר רימנוב, ואשר היה מכונה בפי הבריות בשם: ר' נתן לייב, נולד בסביבות שנת תקכ"ה, לאביו הגדול הרה"ק הרבי ר' מנחם מענדיל טארעם מרימנוב זי"ע, אשר כיהן אז כרב ואב"ד דק"ק פריסטיק, ולאמו הצדקנית מרת רבקה ע"ה, ונקרא שמו בישראל "נתן יהודה לייב", על שם שני זקיניו, ה"ה: ר' נתן שפירא - אבי אמו של ר' מענדיל, ור' יהודה לייב - אבי אביו של ר' מענדיל.

מסופר אודותיו: ר' נתן לייב נסע עם אביו הגדול בהיותו קטן בן ט' שנים אל הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע [קורות בתינו]. בילדותו, בכה פעם אחת לפני אביו במר נפשו על רעבונו, ואמר לו אביו, לא כן בני, אילו היית באמת כל כך רעב, היה בידי מה לתת לך, אלא שאין אתה רעב כל כך. אדהכי והכי, ראה אביו מטבע בת ג' גדולים על השולחן, וקרא שוב את בנו ר' נתן ליב ואמר לו, צדקת בדבריך שאתה רעב מאוד, שכן מצאתי כסף לשבר רעבונך [שם, בשם עטרת מנחם]. חותנו, החסיד ר' זלמן הכהן גוטווירטה מיאשיניצע, היה ממשפחת כהנים מיוחסים, ונצר לגדולי ישראל בדורם. מיוצאי חלציו של ר' נתן לייב ידועים לנו: בנו - ר' אלטר נטע טארים, בנו - ר' אלימלך טארים, בנו - ר' משה טארים, בתו - מ' טויבא סירקא, בנו - ר' נפתלי טארים.

כאמור, חצי מן המציבה קיימת ברימנוב, ותקוותינו, שצאצאיו ויוצאי חלציו של אותו צדיק, יחד עם העוסקים בצרכי ציבור באמונה, ישפצוהו וישלימוהו לתפארת בית הצדיקים שוכני אדמת הקודש שם - גזע הקודש רימנוב, ולכבוד יקרא דחיי - עדי ביאת גואל צדק - בקום שוכני עפר מאדמתם לנצח ולחיי עד - בב"א.
אטעטשמענטס
תמונה חדשה.bmp
תמונה חדשה.bmp (248.83 KiB) געזען 7236 מאל
לעצט פארראכטן דורך נטיעות אום דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:53 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יהיה כן האט געשריבן:פון וואנעט ווייסט מען אז די ס"ת האט באלאנגט פאר הה"ק ר' מענדלע זי"ע?, נאר ווייל מען האט עס געטראפן אונטער א הויז פון א תלמיד?

ווייז אויף אז נישט... ובפרט אז דער תלמיד [ווער זאגט ער האט דארט געוואוינט...?] האט געזעהן ווי זיין רבי נעמט ארויס "דעם" ספר תורה און מישט עס אויף צו פרשת המן און זאגט תורות אויף דעם האט ער פארשטייט זיך ארויסגעריסן דעם יריעה... אפשר נישט?
#דינוב
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

ב"ה

הרה"ק ר' צבי הירש מרימנוב נהג באדמו"רות לאחר פטירת רבו ר' מנחם מנדל זי"ע, ור' נתן לייב לא הסכים לנהוג באדמו"רות למרות הפצרותיו של רבי נפתלי מראפשיץ, וזאת מאחר שהבין פעם מאביו שרצונו שנאמן ביתו ר' צבי הירש ימלא את מקומו.

זי"ע.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ו' ניסן הילולת דודי זקני הרה"ק ר' נתן לייב זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

לכבוד די הונדערט און זיביציג'סטע יארצייט פון דודי זקני הרה"ק ר' נתן לייב זצוק"ל (שוועסטער פון מיין באבע הצדיקת פיגא ע"ה ) זוהן פון רבי רבי מענדלע זיע"א, וועל איך ציטירין אפאר דערציילונגען פון אים וואס האט געשריבן זיין אייניקל ר' שלמה זלמן טארים ז"ל וואס האט עס געהערט פון זיין טאטע ר' משה ז"ל ,זון פון הרה"ק ר' נתן לייב זצוק"ל ,והוא לו נדפסה בספר "מבשר טוב" (תולדות וסיפורים ותורות הרבי ר' הערש זיע"א,) ואני הקטן האט עס איבערגעטייטשט אויף אידיש, וזה לשונו.

א'). איך האב געהערט פון מיין טאטע ר' משה הנ"ל אז אמאל איז געווען דא אין רימנוב א' גרויסע שריפה ל"ע, די נאכט נאך מאכן בדיקת חמץ,און די גאנצע שטאט האט זיך פארברענט ל"ע,און ס'איז בלויז איבער געבליבן מיין טאטע'ס הויז,און די רבי ר' הערש זיע"א איז געווען פסח אין מיין זיידע'ס הויז,האט אים די רבי ר' הערש געפרעגט,ר' נתן לייב דו האסט דאך געראטעוועט דיין הויז,פארוואס האסטו נישט געראטעוועט מיין הויז?,האט ר' נתן לייב גענטפערט יעך האב געמיינט אז די רבי האט פון פאראויס געוואוסט אז ס'וועט זיין א'שריפה.
און איך האב געהערט פון מיין שוועסטער קינד ר' אלטר טעמא לאה'ס טארים ע"ה אז אפאר נעכט פאר די שריפה איז מיין זיידע ר' נתן לייב זצ"ל געגאנגען אין די גאסן פון די שטאט און געוויינט ,האט אים ר' אלטר געפרעגט פארוואס וויינט די פעטער?,האט ער געענטפערט,פארוואס הערסטו נישט,ווי מ'רופט אויס איר וועט בויען און איך וועל חרוב מאכן ר"ל.

ב'). אמאל איז ר' נתן לייב זצ"ל געזעצן צוווישן חסידים,און מ'האט אים געפרעגט,אז רבי פון ראפשיץ זצללה"ה האט געזאגט אויף אים אז ער האט גרויסע מדריגות,האט ער גענטפערט אז די אמת איז ,ווען ער צוברעכט די מצה פסח אויף די נאכט ,דעמאלטס ווייסט ער וואס ס'גייט זיין די גאנצע קומענדיגע יאר.

ג'). די ראפשיצער רב זצללה"ה האט אים געזאגט,ר' נתן לייב איר האט דאך פילע הויפענס מיט מדרגות און טוהט גארנעשט דערמיט,בארגט עס מיר ,און ווען משיח וועט קומען וועל איך עס צוריק געבן מיט פראצענט.

ד'). הרה"ק ר' ישראל יעקב זוהן פון רבי ר' מענדעלע זיע"א איז יונג אוועק ,און זיין זוהן ר' אלטר טעמא לאה'ס איז אויפגעצויגען ביים פעטער ר' נתן לייב ,האט ער מיר פארציילט,אז ער האט איינמאל ערב שבת ווען ר' נתן לייב האט געצינדען ליכט מיט די הענגיל לאכטער, געהערט ווי ער זאגט ,אז משיח איז נאך נישט געקומען,וואס זאל איך טוהן?,און וואו זאל איך אנטלויפן ווען די רבי (רבי ר' הערש זיע"א) וועט נסתלק ווערן?, איך בעט פונעם באשעפער אז דאס זאל נישט פארקומען ווי לאנג איך לעב, און איך וויל נסתלק ווערן עכ"פ א'האלבע יאר פריער,און כך הוה ער איז נסתלק געווארן ו' ניסן תר"ו לפ"ק זיע"א ועכי"א.

ה'). ביי די ניין יאר איז ר' נתן לייב די ערשטע מאל געפארן מיט זיין טאטע די ר' רבי מענדלע זיע"א צום רבי ר' אלימלך זיע"א.
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

פורים קטן האט געשריבן:לכבוד ההילולא המתקרב ובא, הנני בזה לשאול אם מישהו יש לו ידיעה על איזה נסיעה מאורגנת מניו יארק, או עכ"פ איזה קבוצה שאוכל להצטרף עליהם על שב"ק ל"ה בעומר ברימנוב?


היי יאר פאלט אויך אויס די זעלבע, ערש"ק.
ווייסט איינער ווי מ'קען זיין אויף שבת, וואס זענען די אפשענס?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נקודת האמת האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:לכבוד ההילולא המתקרב ובא, הנני בזה לשאול אם מישהו יש לו ידיעה על איזה נסיעה מאורגנת מניו יארק, או עכ"פ איזה קבוצה שאוכל להצטרף עליהם על שב"ק ל"ה בעומר ברימנוב?


היי יאר פאלט אויך אויס די זעלבע, ערש"ק.
ווייסט איינער ווי מ'קען זיין אויף שבת, וואס זענען די אפשענס?

דינוב, ליזענסק.
מראש צורים
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:23 pm

המציבה על קברו הק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראש צורים »

די מציבה וואס שטייט היינו צו טאג אויף ציון קדשו פון הרה"ק הרמ"מ מרימנוב, איז די ארגינלע מציבה, אדער ס'איז א נייע מציבה נאכן קריג?
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

טריסקער האט געשריבן:
נקודת האמת האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:לכבוד ההילולא המתקרב ובא, הנני בזה לשאול אם מישהו יש לו ידיעה על איזה נסיעה מאורגנת מניו יארק, או עכ"פ איזה קבוצה שאוכל להצטרף עליהם על שב"ק ל"ה בעומר ברימנוב?


היי יאר פאלט אויך אויס די זעלבע, ערש"ק.
ווייסט איינער ווי מ'קען זיין אויף שבת, וואס זענען די אפשענס?

דינוב, ליזענסק.


דינוב און ליזענסק איז נאר אויב ס'דא א שטיקעל קבוצה.
זעמיר נאר אפאר מענטשען אין זיכען זיך צי צושטעלען מיט א גרעסערע גרופע אויף שבת.
וואס טוט זיך אין רימנוב גופא?
ווייסט איינער אויב אין צאנז וועט זיין א קבוצה?
the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך the collector »

א שיינע מעשה פונעם צדיק האט איינער צו דערציילן פאר עלטערע קינדער?
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

אין דינוב גייט זיין א חבורה .
און אין רימנוב איז דערווייל נישט קיין אפשען ווייל ס'איז נישט דא געהעריג ווי צו זיין . צאנז און ליזענסק ווייס איך נישט , אין מעזבוז (א וועג פון 9 שעה) וועט זיין עטליכע חבורות
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”