רבי שלום קרויז זצ"ל גאב"ד אודווארי בעל דברי שלום - י"ג כסליו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

רבי שלום קרויז זצ"ל גאב"ד אודווארי בעל דברי שלום - י"ג כסליו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יעצט מוצאי שבת פרשת וישלח, לסדר ויגוע יצחק וימת, ויאסף אל עמיו, קומט די ביטערע בשורה אז דער גרויסער גאון און פוסק, זקן הרבנים וועלכער האט משמש געווען ברבנות העכער זעכציג יאר, הגאון הגדול ר' שלום קרויז זצ"ל האט אויסגעהויכט זיין נשמה, און זי צוריק געקערט ליוצרה ובוראה, מיטנעמענדיג מיט זיך פילע בענדער פון חידושי תורה, על התורה ומועדים ש"ס און פילע תשובות, וועלכע ער האט במשך פילע יארן געענטפערט לשואליו.

איך בין נישט זייער באקאנט מיט זיין יחוס, אבער אזויפיל ווייס איך אז מצד זיין רביצין איז ער אן אייניקל פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער, זיין רביצין איז געווען א טאכטער פון דעם עדעלין'ער רב, הגאון ר' ....... לאנדא זצ"ל הי"ד, אב"ד עדעלין, חתן הרה"ק ר' ישעי' שטיינער מ'קערעסטיר.

דער נפטר איז געווען דער לעצטער רב אין וויליאמסבורג (און אפשר גאר אין גאנץ ניו יארק) וועלכער האט נאך משמש געווען ברבנות אין דער אלטער היים "פאר" די קריג, און אויך דא האט ער פילע יארן גע'פסק'ט שאלות פאר טויזענטער שואלים, זייענדיג דער יושב ראש פון די בית הוראה שע"י התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה, אן אמט אויף וועלכען ער איז נאך באשטימט געווארן פילע יארן צוריק דורך דעם מייסד פון דער התאחדות, הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל.

אויב געדענק איך גוט האט ער פאר יארן צוריק געהאט א ישיבה, און האט מעמיד געווען פילע תלמידים הגונים לה' ולתורתו.

אני הקטן האב געהאט די זכיה זיך צו פארהערן ביי אים עטליכע מאל, אין פארשידענע אנדערע מקצועות, דעריבער פיל איך מיך פאר א זכיה אז איך האב אים געקענט, און כאטש איך האב נישט געלערנט תורה מפיו, האב איך זיך כאטש פארהערט ביי אים.

זאל דער אויבערשטער העלפן, ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.

(דער ציבור איז געלאדענט צו לאזן הערן דברי הערכה, זיין היסטאריע, און וואס נאך מען קען שרייבן אויף דעם גרויסן מענטשן)
לעצט פארראכטן דורך טהור-עיניים אום זונטאג נאוועמבער 21, 2010 2:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

כ"ק גאב"ד אדווארי זי"ע
אטעטשמענטס
rabbi.jpg
rabbi.jpg (44.15 KiB) געזען 5698 מאל
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

איז נישט געווען לעצטנס מיט אים א מעשה מיט א חלום מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

טהור-עיניים האט געשריבן:איך בין נישט זייער באקאנט מיט זיין יחוס, אבער אזויפיל ווייס איך אז מצד זיין רביצין איז ער אן אייניקל פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער, זיין רביצין איז געווען א טאכטער פון דעם עדעלין'ער רב, הגאון ר' ....... לאנדא זצ"ל הי"ד, אב"ד עדעלין, חתן הרה"ק ר' ישעי' שטיינער מ'קערעסטיר.

ר' ישראל אברהם אלטר לאנדא אב"ד עדעלין
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דער אודווארי רב זצ"ל איז געווען א רב בישראל פאר איבער "זיבעציג" יאר (איר האט בטעות געשריבן זעכטציג). ער איז נתמנה געווארן אלץ רב אין אודווארי דורך הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט הי"ד אחר פטירת אביו.

דער אודווארי רב איז געווען פון די פאר רבנים וואס זענען געווען אויף די "קאסטנער באן" באפרייעט צו ווערן פון די דייטשע רשעים ביום כ"א כסלו שנת תש"ה אינאיינעם מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע. יעדעס יאר כ"א כסלו פלעגט דער רב פראווען א סעודת הודאה.

ער האט איבערגעלאזט זיינע ספרים שו"ת דברי שלום, ז' חלקים, און ספרי דברי שלום עה"ת ווי ער באשרייבט זיין איבערלעבעניש.

ער האט אין די לעצטע צוויי וואכן חתונה געמאכט צוויי איר אייניקלעך, ונהפך לאבל מחוללינו.

יהא זכרו ברוך
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דער אודווארי רב זצ"ל מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין שווייץ א טאג נאך חנוכה שנת תש"ה, ווייניגער ווי צוויי וואכן פון זייער באפרייען כ"א כסלו.

דער בילד איז אויפ'ן וועג אהיים פון א ברית ווי דער רבי איז נתכבד געווארן מיט סנדקאות. רעכטס ווערט געזעהן דער גבאי ר' יוסל אשכנזי ז"ל.
אטעטשמענטס
k.jpg
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יישר כח ר' שמעלקא פאר דעם בילד, עס איז באמת גאר גאר אינטערעסאנט
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

איז די בילד א פריש אנטדעקטע בילד? קיינמאל נאך נישט געזעהן

ובנוסף לזה, ווער האט איבערגעגעבן די פונקטליכע פרטים ווען דאס איז געכאפט געווארן?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ס'איז שוין כמ"פ ערשיינען, כ'דענק נישט ווי.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ואגב, כ'האב באקומען פון איינעם אין אימעיל אז בחצרות סאטמאר וואס שיקט ארום אימעילס מיט בילדער וכו' האט נעכטן געשיקט דעם בילד, זיי מעגן ווען געבן קרעדיט פאר "אידישע וועלט - על הצדיקים"....
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ווייסט איינער זיין יחוס, אדער פון וועמען ער איז געווען א תלמיד
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רבי שלום קרויז אב"ד אודווארי, בן רבי שמואל דוד קרויז אב"ד אודווארי ב"ר שלום קרויז מניר מאדע ב"ר איתמר אפרים קרויז מק"ק ווארשאני
ר' שמואל דוד קרויז חתן ר' ישראל דוב שטיין מראצפערט ב"ר משה שטיין אב"ד סענזשארץ בעמח"ס באר משה, שמקובל אצלם שהם צאצאי בא"ב של הבית יוסף רבינו יוסף קארו (משפחת הה"ח ר' מאיר שטיין ני"ו הוא גם כן מאותו משפחה)
ר' ישראל דוב שטיין היה חתן ר' מאיר פרענקל, בן הה"ק ר' שמאול פרענקל, אדמו"ר מדאראג הנקרא ר' שמואל קאמאדער ומח"ס אמרי שפר
ר' שלום קרויז מניר מאדע, היה חתן ר' יהושע ברוך רייניץ ז"ל מטשעטשאוויץ בעמח"ס מכתב הראשון והשני, בן הה"ק ר' נתן פייטל רייניץ מח"ס דברי רנ"ף
ר' יהושע ברוך היה חתן הה"ק ר' אשר אנשיל יונגרייז בעל מנוחת אשר מטשענגער

הגה"צ שלום קרויז מאודווארי זצ"ל היה חתן הרה"ג ר' ישראל אברהם אלטר לאנדא אב"ד עדעלין ומח"ס בית ישראל ועוד, חתנא דבי נשיאה של הה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

שמעלקא טויב האט געשריבן:ואגב, כ'האב באקומען פון איינעם אין אימעיל אז בחצרות סאטמאר וואס שיקט ארום אימעילס מיט בילדער וכו' האט נעכטן געשיקט דעם בילד, זיי מעגן ווען געבן קרעדיט פאר "אידישע וועלט - על הצדיקים"....


דוכט זיך אז אויף "בחצרות" געבן זיי קרעדיט פונעם בילד פאר "די וואך", (אפשר האט ער עס פון דאנעט)
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יהיה כן האט געשריבן:רבי שלום קרויז אב"ד אודווארי, בן רבי שמואל דוד קרויז אב"ד אודווארי ב"ר שלום קרויז מניר מאדע ב"ר איתמר אפרים קרויז מק"ק ווארשאני
ר' שמואל דוד קרויז חתן ר' ישראל דוב שטיין מראצפערט ב"ר משה שטיין אב"ד סענזשארץ בעמח"ס באר משה, שמקובל אצלם שהם צאצאי בא"ב של הבית יוסף רבינו יוסף קארו (משפחת הה"ח ר' מאיר שטיין ני"ו הוא גם כן מאותו משפחה)
ר' ישראל דוב שטיין היה חתן ר' מאיר פרענקל, בן הה"ק ר' שמאול פרענקל, אדמו"ר מדאראג הנקרא ר' שמואל קאמאדער ומח"ס אמרי שפר
ר' שלום קרויז מניר מאדע, היה חתן ר' יהושע ברוך רייניץ ז"ל מטשעטשאוויץ בעמח"ס מכתב הראשון והשני, בן הה"ק ר' נתן פייטל רייניץ מח"ס דברי רנ"ף
ר' יהושע ברוך היה חתן הה"ק ר' אשר אנשיל יונגרייז בעל מנוחת אשר מטשענגער

הגה"צ שלום קרויז מאודווארי זצ"ל היה חתן הרה"ג ר' ישראל אברהם אלטר לאנדא אב"ד עדעלין ומח"ס בית ישראל ועוד, חתנא דבי נשיאה של הה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל

רבי שלום קרויז מלעגמיהאלי הוא זקינו של האב"ד אודווארי ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער אודווארי רב ז"ל אין די בראשית יארן נאכן קריג:

בילד
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

[q[quote רבי שלום קרויז מלעגמיהאלי הוא זקינו של האב"ד אודווארי ?[/quote]
כן, וגם נקרא על שמו
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת הגה"צ רבי שלום קרויז אב"ד לעגענימיהאלי זצ"ל
אטעטשמענטס
DSC05942.JPG
אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am

הצלת הגה"צ ר' שלום קרויז גאב"ד אודווארי בעל דברי שלום זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידע ומומחה »

מהקדמתו לספרו דברי שלום
הנה בשנת תש״ד אחרי יו״ט שבועות הובילו אותנו ואת כל סביבותינו בלעג וקלס ואכזריות לגעטטא מיוחד בקצה עיר גרויסווארדיין. אחרי שהיינו שמה כשלש שבועות פתאום ביום שבת קודש בא אלי ראש ״עס־עס״ ושאלני אם אני רב, יען שהייתי לבוש באיצטלא דרבנן. השבתי הן. ושאלני האם ישנם עוד רבנים בגעטא. אמרתי שיש עוד הרב בלום מב.־אויפאלו, הרב פוקס מביהארקערעםטעש, הרב הדיין ר׳ מרדכי מב.־אויפאלו. ומיד נתן צו שיתנו אותנו ואת משפחותינו לחדר מיוחד. אנחנו לא ידענו פשר הדבר, אולם כאור הבוקר ראיתי מבעד החלון שבאו מלאכי הבלה למאות שוטרי אונגארן הרשעים ימ״ש והרב פיפיות בידם, והנה אימה חשכה גדולה נפלה עלינו, ובפרט בראותינו שאנשים נשים וטף נערים וזקנים וחולים יהד יוצאים מבוהלים ודחופים זע״ז והשטן עומד מימינם ומשמאלם לדוחקם, ולא יכלו להתמהמה, נמס לבינו בקרבינו. לדאבונינו כולם הובלו באופן אכזרי אל מסילת הברזל ומשם לאושוויץ. מעט מזעיר מהם נשארו בחיים והשאר נהרגו עקה״ש הי״ד. ולעת ערב הוליכו אותנו בלוית משמר חזק לבודאפעםט ובשעת נסיעתינו נתוודע לנו פשר הדברים, איך הלביש הקב״ה הנם בדרך הטבע. כי ד״ר קאםטנער וחבריו שלחו פקודה מבודאפעםט אל ה״עס־עס״ להציל מספר אנשים על פי רשימה מפורטת, שביניהם היו ראשי הציונים וראשי קהלת הנעא לאגען ודומיהם. והחונן לאדם דעת ולב שרים בידו נתן בלב השוטר להבהין בין איש לאיש ושפט מעצמו בדעתו ושאל את האנשים הפראפעסארין והדאקטוירים אשר נקבו בשמות ברשימה, האם יש להם סמיכה לרבנות, והללו השיבו בפה מלא לא! ואז אמר ראש ה״עס-עס״ א״כ בטח טעות יש כאן ועיקר הכוונה להעלות לבודאפעםט רבנים, ולקח אותי ושאר הרבנים הנ״ל, וככה באנו לידי הצלה. כאשר הגענו לבודאפעסט ומנהלי הציונים ראו כי תחת הנבחרים שלהם באו איזה רבנים יראים, אז אז נהפכו פניהם כשולי קדירה ואמרו מה זאת? אבל אין להשיב. והכל בידי שמים. משם לקהו אותנו לבערגען בעלזען ביהד עם אמי הרבנית הצ׳ תחי׳ ומאת ה׳ היתה זאת לתת לנו שארית בארץ.




איגרת שכתב לבני הרהגה"צ ר בן ציון בלום הי"ד בן הבית שערים
בס״ד יום כ׳ לסדר אשר תשמעו וגו׳ פה שעראן ספרינג תשמ״ז לפ׳׳ק
לכבוד הרה׳׳ח התו׳׳ב אוצר בלום וכוי כש׳׳ח מו׳׳ה ארי׳ בלום נ״י בן הגאון הצדיק המפורסם מו׳׳ה בנציון זצ׳׳ל אבדק׳׳ק ב. אויפאלו יצ״ו
קבלתי מכתבו ונשלח לכאן, נשתוממתי קצת כי הבנתי כאלו אני רציתי לקחת כל הזכת לעצמי בענין ההצלה של הרבנים בגעטטוי גרוו׳׳ס. מעולם לא ידעתי כי ש׳׳ב מו"ה יוסף דוב ע״ה הי' עסקן בעניני הצלה, רק כעת נודעחי מאחיו התשוב איש האשכולות החוב״ט המושלם מו״ה שמואל יודא שליט״א אשר הוא ג׳׳כ פה אתנו כאן פה ש״פ. ולפי״ז אני מכין הדבר לאישורו כי מקור ההצלה בא ע״י ש״ב הנ״ל, ובודאי מאמין כבודו נ׳׳י כי בשמים שם האמת לאמיתו, ואינם יכולים שם לגנוב זכות חבירו אפי׳ כחוט השערה, ובודאי נכתב זכות ש״ב שם למעלה. אמרתי לאחיו היקר והתשוב מאוד נ״י כי אם תזכו להוציא לאור עולם איזה חידושים מאביכם היקר עט״ר זצ״ל אשר כמה וכמה פעמים הייתי בביתו באויפאלו, תוכל לכתוב בשמי כי האמת כי גרם ההצלה בא ע"י ש״ב הנ״ל והוא הי׳ המתחיל, ואף שהקב׳׳ה הי׳ הגומר מ״מ הרי אמרו בפסוק ולך ה׳ חסד כי אחה תשלם לאיש כמעשהו, אף שהקב׳׳ה הגומר בכל המצות כי אלמלא עוזרו לא יכול לו, מ״מ הקב׳׳ה חושבו כאלו הוא המתתיל והגומר ומשלם כמעשהו, לכן מגיע זכות גדול ונורא לש״ב העסקן שזכה להציל את אביו הצדיק ז״ל ועי״ז באנו ג״כ להצלה, והשי״ח ישלם לו פעלו ולכל העוסקים בהצלת נפשות, כי אמרו חז״ל המקיים נפש אתת כאלו קיים עולם מלא כ״ש וכ״ש ש״ב גרם להציל הרבה נפשות יקרות. הדושה״ט ומברכו בכל מיני ישועות והצלחות, ידידו
שלום קרויז

מהקדמת נכד המחבר ספר אות ציון
משנת תרצ״ג והלאה לא היה יום שלא היתה קללתו מרובה, בהתפשט על שמי יהדות אירופא חשך ענן וערפל. כרואה את הנולד היה רגיל רבינו לומר ״מיר זענען אין דייטשלאנל״, ולדאבון לב לא החטיא. את חג הסוכות של שנת תש׳׳ד ערך רבינו במחיצת אחיו הצעיר הגאון מוור׳ר משה נחום זצ״ל הי״ד דומ״ץ גראסווארדיין, מכיון שבעירו לא נמצא אתרוג אך לאחיו עלתה בידו להשיג אתרוג כשר על ידי חתנו ר׳ שלמה קושיצקי ע׳׳ה שהיה אז סוחר אתרוגים בטריעסט.
בשנת תש׳׳ד אחרי חג השבועות, עלה גורל המר גם על תושבי אויפאלו והובלו כל הסביבה לגעטא גראסווארדיין והרשעים הארורים התכוננו לשלחם למחנה האבדון אוישוויץ. ההשגחה העליונה סיבבה שמשפחת רבינו זצ״ל ועוד שלשה רבנים ומשפחותיהם, ה״ה רבי יהודה צבי פוקס זצ״ל אב״ד ב׳ קערעסטעש, רבי מרדכי האפפמאן דל מרץ בב׳ אויפאלו ויבלחט׳׳א רבי שלום קרויז אב״ד אודווארי שליט״א, בודאפעסט.
פה המקום להזכיר לטובה את הרבני המנוח מו״ה יוסף דוב בלום ז׳׳ל בן אחי רבינו מוה״ר רבי יהודה צבי זצ׳׳ל אב״ד האנשוויץ, הוא הגבר הוקם על בהצלת נפשות רבות של אחב״י ממדינת סלאוואקאי. וכאשר התחילו באותה מדינה הרדיפות והגזירות ר׳׳ל נצל אז את קשריו עם קאסטנער וכת דילי׳ ועלה בידו להעלות את רבינו זצ״ל ראשונה על הרשימה לצאת מגעטא גרויסווארדיין. הרשימה עם השמות באה ליד פקיד ״עס-עס׳׳ ימ״ש ונודע לו שרבינו הוא רב הקהלה, ולכן שפט הרשע בעצמו שבודאי מגמת השתדלגים בפעסט היא להציל קודם את הרבנים, ושאל את רבינו זצ״ל אם ישנם עוד רבנים אחרים במחנה, והוא השיב הן, ומגלגלים זכות ע׳׳י זכאי שבגללו נבדלו אלה לחיים, ובחסדי ה׳ כולם ניצולו אז. בבודאפעסט הובלו למקום מיוחד ומשתמר ל׳׳רחוב קאלאמבוס׳׳.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אין בעל הנס מכיר בניסו ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

טאקע גאר אינטערעסאנטע
אזא השגחה פרטית
זיי האבען געמיינט אז דאס איז דער סוף
און אדרבה מתוך צרה המציאם פדות ורוחה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יציב פתגם האט געשריבן:מצבת הגה"צ רבי שלום קרויז אב"ד לעגענימיהאלי זצ"ל

"אבותינו" האט איבערגעגעבען פאר די אייניקלעך אז זיי האבן ב"ה געטראפן די יסודות פונעם אוהל אין לעגענימיהאלי ביה"ח, א פאקט וואס זיי האבן בכלל נישט געוואוסט ביז היינט!

דאס באשטעטיגט אויף קראנט דאס וואס איינער האט נאכגעהערט בשם אודווארי רב זצ"ל אז אין לעגענימהאלי איז נאך געווען אמאל א אוהל וואס איז חרוב געווארן אינעם קריג אדער נאכדעם.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שמעלקא טויב האט געשריבן: .....דער אודווארי רב איז געווען פון די פאר רבנים וואס זענען געווען אויף די "קאסטנער באן" באפרייעט צו ווערן פון די דייטשע רשעים ביום כ"א כסלו שנת תש"ה אינאיינעם מיט רביה"ק מסאטמאר זי"ע. יעדעס יאר כ"א כסלו פלעגט דער רב פראווען א סעודת הודאה......

עס איז כדאי זעהן ווי ער באשרייבט דאס זיין ציזאם מיט מרן זי"ע און הרה"ק ר' יונתן שטיייף זי"ע אין בערגען בעלזען
הקדמה לספרו דברי שלו'
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

מער איבער משפחת קרויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

יהיה כן האט געשריבן:רבי שלום קרויז אב"ד אודווארי, בן רבי שמואל דוד קרויז אב"ד אודווארי ב"ר שלום קרויז מניר מאדע ב"ר איתמר אפרים קרויז מק"ק ווארשאני


מער איבער משפחת קרויז, ארויסגענומען גענומען פון אשכול משפחת הסופרים - נכדי ר' פישל סופר מפ"ב ז"ל

יארצייטן האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:געהערט פון א' מהמשפחה איז משפחת קרויז אודווארי נישט פון די משפחה...


שלום עליכם הרב מסיגוט

כפי ידיעתי איז משפחת קרויז מאודווארי\ראצפערט יא פון די זעלבע משפחה נאר פון אביסל העכער

אחים ר' שאול יחזקאל ע"ה ולהבחל"ח ר' פנחס נ"י [ז"ל] ולהבחל"ח אשת רא"ב בראווער ואשת הרב מפאקש זענען בני ר' זאב קרויס מסענפעטער ב"ר ישעי' קרויס מניר מאדע בן הרבני הנגיד נפתלי הירצקא קרויס מניר מאדע בן הרבני הנגיד חיים אליעזר קרויס שהי' תלמיד מהר"ם בנעט

און ר' חיים אליעזר הנ"ל האט געהאט דריי זון איינער נפתלי הירצקא הנ"ל און א זון ר' אתמר אפרים קרויס (ווארשיינער (קיש ווארשייני) בגלילות איהעל) וואס משפחת אודווארי זענען מצאצאיו און אויך איז דער אלטער מאטעסדארפער רב ר' שמואל זצ"ל'ס פאטער געווען אן איידעם ביי ר' אברהם מנחם קרויס א זון פון ר' איתמר אפרים הנ"ל און נאך א דריטער ברודער דוךצעך מיר ר' מאיר קרויס (ווארשיינער)

און ר' נפתלי הערצקא הנ"ל איז געווען דער שווער פון ר' יעקב שלום סופר זצ"ל בעל מחנה חיים מפעסט עטליכע ראיות דערצו

פאר מער קענט איר מיר קאנטאקטן אויף אימעיל

[email protected]


אינטערסאנט אז קרויס און קרויז איז פונעם זעלבן שורש
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ראצפערט
אטעטשמענטס
Image (8)_1600x1061_1583x1050_1280x849.jpg
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גלאזער האט געשריבן:ראצפערט

ס'דא א געברויך פאן אן עקסטערן אשכול פונעם ראצפערטער רבי ז"ל.
העמיר אפירזאכן די אלע קארטעלך פון נישט רעדן ביים דאווענען וכדומה (די טאטע פון די היינטיגע נישט רעדן אויפ'ן סמארטפאון קארטלך). און די אלע מתנות וואס דער רבי פלעגט טיילן. וכו'.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”