רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - ממילדוי - תרע״ח - ב׳ דר״ח אלול תשנ״א

תגובהדורך רבניש » מאנטאג ינואר 28, 2019 3:06 pm

כ״ק הרב הצדיק מגזע היחס שרי התורה, ארז בלבנון, כקש״ת 
רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל
אבדק״ק מילדוי


כִּי מֵרֹאשׁ צֻרִים אֶרְאֶנּוּ
רבי שלום דוב איז געבוירן א צווייגל צו די בארימטע משפחת הרבנים ״ארזי הלבנון״ אלס דער יונגסטער קינד לאביו הגה״ק רבי משה - אב״ד ור״מ מילדוי.
ולאמו הרבנית הצ׳ רויזא ע״ה, בתו של הגה״ק רבי מאיר טענענבוים זצ״ל - בעל ״אמרי מאיר״ מפוטנאק.

ביום כ״א לחודש טבת שנת תרע״ח.

אין די שטאט מילדוי ווי זיין טאטע האט געדינט אלס רב פון שטאט און געפירט די ישיבה.

דער מילדויער רב איז אויפגעוואקסן על ברכי אביו הק׳ און זיך אויך געווארעמט בצל זקינו אבי אביו הגה״ק רבי מנחם מענדל זצ״ל - האדמו״ר מטארנא. וואס איז געווען שטארק בארימט אלץ צדיק וקדוש פועל ישועות אין גאנץ אונגארן, ווי מען האט אים גערופן ״הצדיק מטארנא״

לְמַעַן תִּהְיֶה תּוֹרַת יְהוָה בְּפִיךָ
אלס א בר מצוה בחור איז ער געגאנגען לערנען אין די דערנעבנדיגע קאשוי אין די ישיבה קטנה וואס עס האט געפירט הגה״צ רבי שמואל שווארץ זצ״ל.
דארט האט ער געלערענט בחברותא מיט ידידו הגה"צ רבי אלחנן האלפרין זצ"ל אבדק"ק ראדמישלא.


דארט אין קאשוי האט ער זיך מקשר געווען מיט כמה צדיקים וגדולי ישראל ובניהם מיטן סטראפקאווער רב הגה״ק המפורסם רבי אברהם שלום האלברשטאם זצ״ל, וואס האט אים זייער מקרב געווען בזכותו ובזכות אבותיו הק׳, ווי ער האט איינגעזאַפּט מאור קדושתו והליכותיו הנסתרים.

ווי אויך האט ער געהאט קירבת מיטן גרויסן גדול הגה"ק רבי שמואל ענגל זצ"ל, דער ראדמישלא רב (זיידע פון זיין חברותא רבי אלחנן)

דערנאך איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה המפורסמת אין גאלאנטא ביים גרויסן גאלאנטא רב הגה״ק רבי יהושע בוקסבוים זצ״ל, צו וועם ער איז געווארן זייער נאנט און יונק געווען תורה ויראה טהורה, און אים פארעכענט לאחד מרבותיו הק׳.

יִשְׁלַח עֶזְרְךָ מִקֹּדֶשׁ וּמִצִּיּוֹן יִסְעָדֶךָּ
בחורף שנת תרצ״ט ווען אביו הק׳ האט געזהן בעיניו הבדולחים אז שווארצע וואלקענעס קומען אין ריכטונג פונעם אייראפעאישן מאפּע, האט ער צוגערופן זיין געליבטן יונגסטן זון העומד לימינו - ער איז שוין געווען אין יענע צייט ״רב הצעיר דעיר מילדוי״ און אים מגלה געווען צפונות ליבו אז זיין שארפן חוש הריח זעהט פאר נישט קיין גוטס פאר יהדות אייראפע, און האט אים צאמגעפּאקט די פּעק מיט ווארימע געזעגענונגס ווערטער, און אים געקויפט א בילעט אויפן לעצטן שיף וואס איז אפעציעל ארויסגעפארן פון יוראפ ווענדענדיג איר דעסטינאציע קיין ארצינו הק׳, האבענדיג מיט דעם שריט גרויס סייעתא דשמיא ווייל דורך דעם איז אים בחמלת ה׳ פארבליבן נאר דאס איינציגסטע צווייגעלע למשפחתו...

וְנָתַן בַּיּוֹם הַהוּא מוֹפֵת
פארן ארויספארן איז ער געגאנגן זיך געזעגענען ביים זיידן קיין טארנא און מקבל זיין ברכת הקודש. דער זיידע האט אים אפגעשריבן צוויי קמיעות איינס פאר א דרך צליחה סזאל אים קיין שלעכטס נישט פאסירן אויפן וועג, און דאס אנדערע אז א בייזער האנט זאל אויף אים קיין שליטה נישט האבן, און קיינמאל נישט געכאפט ווערן צום מיליטער אדער אין געפענגעניש, און מיט א ווארימע ברכה און א קיש אויפן שטערן האט ער אים באגלייט, אנזאגענדיג ער זאל געדענקן און זיך נישט דרייען צווישן קיין נישט ערליכע אווי די ציונים וגוריריהם.

אנקומענדיג קיין ארה״ק האט ער באמערקט אז דער קמיע פונעם זיידן וואס איז געווען להצלחה פארן וועג איז נעלם געווארן טראץ וואס ער האט עס געהעטן כבבת עיניו, וויפיל ער׳ט נאר געזוכט און גענישטערט האט ער דאס בשום אופן נישט געטראפן.

דער צווייטע קמיע איז אים צוניץ געקומען בעת די מלחמת השחרור בשנת תש״ח, דאן האט געהערשט א פחד זיך צו דרייען אין די גאסן, האט ער זיך אבע געדרייט פראנק און פריי אין די צושמעטערטע גאסן, און מיט קוראזש און מיט זיין ווארעם הארץ פאר יעדן איד האט ער זיך אפגעגעבן מיט די פארוואנדעטע און קובר געווען די מתים, און ספעציעל זיך אפגעגעבן מיט די טיפוס אנגעשטעקטע צו וועם כמעט קיינער האט זיך נישט דערווייגט צו צוגיין נאנט. און בעזר ה׳ ובכחו של אותו צדיק זקינו הק׳ מטארנא זצ״ל, לא שלטה בו ידי זרים - ער איז קיינמאל נישט געווארן אפגעשטעלט דורך די באהערעדע אינעם כאאָטישן מצב וואס האט געהערשט אדער דורך מיליטער לייט וואס האבן זיך געדרייט ווילד אין די גאסן זיכענדיג צו כאפן סיי וועם.

נאך די מלחמה איז דער קמיע אויך נעלם געווארן, ווי אין וואסער אריין.

כִּי בְךָ חָסָיָה נַפְשִׁי וּבְצֵל כְּנָפֶיךָ אֶחְסֶה
זיין טאטע דער בעל ״מסעות משה״ ממילדוי האט אים מיטגעגעבן א בריוול אז גלייך ווי ער באטרערט נאר דעם באדן אין ארה״ק זאל ער דאס איבערגעבן פארן ירושלימער רב הגה״ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ״ל דער ירושלימער רב ער איז נאך געווען גאר א נאנטער ידיד מבית אבותיו ה״נהרי אפרסמון״ ו״הנטע״ שורק״. ווי ער בעט אים ער זאל האלטן אן עינא פקיחא אויף זיין געליבטן זון.

גלייך אנקומענדיג איז ער אריבער לביתו נאוה קודש של הגרי״ץ דושניסקיא ווי ער האט אים אויפגענומען מיט ברייטע ליבליכע ארימעס און אריינגענומען אין די ישיבה, פון דאן אן לא ימוש מתוך האהלו של רבו המובהק מרן הגרי״ץ זצ״ל ער איז געווארן אדוק בכל נימי נפשו ובהנהגתיו הק׳ כל ימי חייו.

צְאֶינָה וּרְאֶינָה בְּנוֹת צִיּוֹן - בְּיוֹם חֲתֻנָּתוֹ וּבְיוֹם שִׂמְחַת לִבּוֹ
כשהגיע לפרקו בחג הסוכות שנת תש״א האט אים זיין רבי א חתן געמאכט מיט זוגתו הרבנית הצדיקת המלומדת והמשכלת מרת רבקה שרה ע״ה - בת הרה״צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ״ל - יליד עיר ליזענסק בפּוילן - ומשנת תרצ״ד מייקירי ירושלים עיה״ק. (בן הרה״צ רבי משה נפתלי בנו של הגאון הצדיק המופלא רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״ שו"ב דעיר גאלינסק, וקארליפּקע גלילת ליזענסק)

נאך די חתונה האט ער בפקודת רבו הגרי״ץ געפענט א כולל ״נטע שורק - נהרי אפרסמון״ ע״ש זקיניו הק׳ ווי ערט אים אפגעשריבן א ווארימען מכתב המלצה מיט נאך גדולי ירושלים, ווי ער האט אויסגעהאלטן א געקליבענע צאל מקיירי ולומדים המובהקים של ירושלים עיה"ק.

לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו וּלְדָבְקָה בוֹ
און ירושלים האט ער זיך געדרייט און געהאט א קירבת יתירה און נושא חן געווען ביי די צדיקים וגדולים.
בראש וראשון אצל רבו המובהק מרן הגרי״ץ זצ״ל.
הגה״ק רבי זעליג ראובן בענגיס זצ״ל.
הרה״ק רבי שלומקה מזוויהעל זצ״ל.
הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל.
הגה״ק רבי דוד יונגרייז זצ״ל.

פון די אלע צדיקים וגדולים אבותיו ורבותיו האט דער מילדויער רב געהאט צו פארציילן א שלל פון גוטע עובדות וסיפורים פון וואס ערט כסדר מיטגעזהן און מיטגעהאלטן במחוצתם.

צוליב דאס ארימקייט וואס האט געהערשט אין ארה״ק פלעגט ער פיל ארומרייזן שאפן געלט פארן כולל און למחיית בני ביתו, דער קאשויער רב בעל "ברכת שמים" האט כסדר געזהן זיין טולטול דאורחא ווי ער איז געצווינגען צו זיין אוועק פון דערהיים, האט ער אים אריינגעשלעפט צו הרה"ק מסאטמאר זצ"ל וואס האט אים געצה'ט ער זאל זיך ציהן קיין מאנטריאל קאנאדע.
בשנת תשי״ז איז ער אנגעקומען קיין מאנטריאל ווי ער איז געווען פון די חשובע רבני העיר.

אָז נִדְבְּרוּ יִרְאֵי יְהוָה אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ
א שטארקע הארמאנישע ידידות ואחוה וריעות האט געהערשט צווישן די חשובע רבנים פון די שטאט.
ווי:
הגאון הגדול רבי פנחס הירשפרונג זצ״ל - אב״ד מאנטריאל.
הגה״צ רבי שמעי׳ שווארץ זצ״ל - אב״ד קהל יטב לב.
הגה״צ רבי יעקב יצחק ניימאן זצ״ל - רב דחסידי בעלזא.
הגה״צ רבי אשר שמואל כ״ץ - אב״ד דזיבאוי.
הגה״צ רבי שמואל אונדסדורפער זצ״ל - אב״ד ראשית חכמה.
הגה״צ רבי דוד קליין (ברוין) זצ״ל - אב״ד טאבּ.
הגה״צ רבי אייזיק מאשקאוויטש זצ״ל - אב״ד מאור הגולה.
הגה״צ רבי מרדכי מאשקאוויטש זצ״ל - אב״ד סאבאסלאוי.

א גאר ספעציעלער ידידות האט געהערשט צווישן דעם מילדויער רב און הרה״ק מאטהש זצ״ל, ווערענדיג א שכן טוב מיטן טאהשער רבין זענען זיי געווארן גאר נאנטע ידידים און מקושר בעבותות אהבה און צוזאמען ארומגעוואנדערט און געקלעטערט יום ולילה לטובת אחינו בני ישראל שאפענדיג גרויסע צדקות און זייענדיג פארוויקלט מיט פילע אנדערע פעולות כבירות לטובה.

זִכָּרוֹן לְפָנָיו לְיִרְאֵי יְהוָה וּלְחֹשְׁבֵי שְׁמוֹ
לימים ווען די גדולי האדמורים פלעגן קומען באזוכן די שטאט מאנטריאל איז דער מילדויער רב געגאנגען מקבל פנים זיין די פני העדה און זיך ווארימען ביי די טישן שב״ק, און והם לעומתם פלעגן קומען לביתו לביקור גומלין צו הערן פון זיינע אוצרות סיפורי קודש מבית אבותיו ורבותיו.
אזוי ווי:
הרה״ק מסאטמאר זצ״ל
הרה״ק בעל ״אמרי חיים״ מוויזניץ זצ״ל - ואח״כ בניו כ״ק האדמורים זצ״ל.
הרה״ק בעל ״חקל תפוחין" מקאלוב זצ"ל
הרה״ק בעל ״נועם אליעזר״ מסקולען זצ״ל.
הרה״ק מצאנז קלויזנבורג זצ״ל.
הרה״ק הגאב"ד הרמ"א פריינד זצ"ל.
הרה״ק בעל ״ברכות שמים״ מקאשוי זצ״ל.
א ספעציעלער ידידות איז געווען מיט הרה״ק בעל ״ברך משה״ מסאטמאר זצ״ל. (אין יענע טעג נאך סיגוטער רב)

ערט זיך שטארק אפגעגעבן מיטן איבערדריקן די ספרי אבותיו הק׳ און מפיץ געווען די אורות הגדולים פון די שרי התורה זצ״ל. ושמר על גחלת הקודש לבית אבותיו הקדושים בכל מאודו ונפשו.

סוף ימיו האט ער זיך באזעצט אין די שטאט קרית יואל.

ונסתלק לגנזי מרומים ביום ביום ב׳ דר״ח אלול שנת תשנ״א. ביום ההילולא של זקינו שהיה דבוק בו ובתורתו בכל נפשו הגאון הקדוש בעל ״רחובות הנהר״ מווערפעלעט זצ״ל.

ומנוחת כבודו בחלקת הרבנים בקרית יואל.

כָּל הַיּוֹם חוֹנֵן וְזַרְעוֹ לִבְרָכָה
השאיר אחריו דור ישרים יבורך בנים ובני בנים, רבנים ומרביצי תורה.

בניו הרבנים:
הגה״צ רבי משה - ממילדוי.
הגה״צ רבי מאיר יהודה - אבדק״ק טשאטה.
הגה״צ רבי יעקב מנחם - אבדק״ק טאָרנא.
הרה״ג ר׳ שרגא צבי שליט״א.
הרה״ג ר׳ נפתלי זאב שליט״א - אבדק״ק ווערפעלעט.

חתניו:
הגה״צ רבי נתנאל ליבערמאן שליט״א - מבעסערמין.
הרה״צ רבי ישראל דאכנער שליט״א - מבערמעהט.
הרה״צ רבי אלעזר אלימלך הכהן גלאנץ שליט״א. - מח׳ ספרי ״ויאמר אלעזר הכהן״
הרה״צ רבי יוסף דוד הירש שליט״א - רב ביהמ״ד באדאישל.
צוגעלייגטע
רבי שלום דוב טענענבוים - הרב מילדוי.jpg
רבי שלום דוב טענענבוים - הרב מילדוי.jpg (567.67 KiB) געזעהן 856 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג ינואר 28, 2019 3:20 pm

האשכול הכוללת למשפחת הארזים

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=21125

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג ינואר 28, 2019 3:32 pm

רבי שלום דוב זצ"ל (אויבן רעכטס) אלס בחור מיט אביו הגה"ק בעיר מילדוי
לינקס איז זיין ברודער הבחור החריף רבי שרגא צבי הי"ד
צוגעלייגטע
רבי משה טענענבוים - בעל %22מסעות משה%22.jpg
רבי משה טענענבוים - בעל %22מסעות משה%22.jpg (300.75 KiB) געזעהן 835 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג ינואר 28, 2019 6:15 pm

כרטיס רבני בעיה״ק
צוגעלייגטע
שלום דוב טננבוים - רב ממילדוי.jpg
שלום דוב טננבוים - רב ממילדוי.jpg (182.91 KiB) געזעהן 777 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:54 am

רבניש האט געשריבן:צְאֶינָה וּרְאֶינָה בְּנוֹת צִיּוֹן - בְּיוֹם חֲתֻנָּתוֹ וּבְיוֹם שִׂמְחַת לִבּוֹ
כשהגיע לפרקו בחג הסוכות שנת תש״א האט אים זיין רבי א חתן געמאכט מיט זוגתו הרבנית הצדיקת המלומדת והמשכלת מרת רבקה שרה ע״ה - בת הרה״צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ״ל - יליד עיר ליזענסק בפּוילן - ומשנת תרצ״ד מייקירי ירושלים עיה״ק. (בן הרה״צ רבי משה נפתלי בנו של הגאון הצדיק המופלא רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״ שו"ב דעיר גאלינסק, וקארליפּקע גלילת ליזענסק).
צוגעלייגטע
הרב שמואל קעניגסבורג.JPG
הרב שמואל קעניגסבורג.JPG (79.86 KiB) געזעהן 703 מאל
הרב ממילדוי עם הרב שמואל קעניסבורג.JPG
הרב ממילדוי עם הרב שמואל קעניסבורג.JPG (107.46 KiB) געזעהן 703 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:05 am

האט דער מילדויער רב פארציילט:

איין ערב פסח איז געקומען דער הויז בחור פון הרה״ק רבי אהרל׳ע ראטה זצ״ל - משומרי אמונים. פארקויפן דעם חמץ פארן גאב״ד רבי זעליג ראובן בעניגס זצ״ל.

אינעם שטר איז געשטאנען אז ער פארקויפט די מאשין מצות וואס האט געהאט דעם הכשר הבד״ץ באישור של הגאב״ד.

האט רז״ר געזאגט פארן הויז בחור ער זאל גיין זאגן פאר זיין רבין, אז פאר זיין חמץ וועט ער זיין דער גוי... ער קויפט עס אפ.!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:20 am

נאך האט דער מילדויער רב פארציילט:

בשנת תש״ו ווען דער סאטמאר רב איז אנגעקומען נאכן קריג קיין ירושלים, האט דער סאטמאר רב געוואלט גרינדן א חבורה מיט געוויסע תקנות וואס ערט האט געוואלט זיינע מענטשען זאלן איינהאלטן, א מספר פון דריי הונדערט יודן האבן זיך שוין געהאט איינגעשריבן אין דעם חבורה, און מען האט געמאכט אן אסיפה מיט אלע חברים צו חתמענען די תקנות.

צווישן די בני החבורה איז געווען הרה״צ רבי עמרם בלויא זצ״ל, האט ער דעמעלס געבעטן דעם סאטמאר רב אז מזאל מאכן נאך א תקנה, אז מטאר נישט שיקן אינעם ״בית יעקב” שולע.

האט אים דער סאטמאר רב געזאגט אז אזא תקנה מאכט ער נישט!

ווייל דעמעלס וועט קיינער נישט אויספאלגן די איבריגע תקנות. און ער האט געזאגט בזה״ל: ״פון צופיל קען מען קיינמאל נישט אנקומען... מן הזהירות - שלא תרבה להיזהר״ (חובת הלבבות)

דער חבורה איז צום סוף בטל געווארן ווייל דער סאטמאר רב האט געזהן אז יעדער לייגט צו און פאדערט אנדערע תקנות וואס אים שמעקט נישט.

אוועטאר
בן מנחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״

תגובהדורך בן מנחם » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:36 am

רבניש האט געשריבן:מיט זוגתו הרבנית הצדיקת המלומדת והמשכלת מרת רבקה שרה ע״ה - בת הרה״צ רבי שמואל קעניגסבערג זצ״ל - יליד עיר ליזענסק בפּוילן - ומשנת תרצ״ד מייקירי ירושלים עיה״ק. בן הרה״צ רבי משה נפתלי בנו של הגאון הצדיק המופלא רבי נח קעניגסבערג זצ״ל - בעל ״מי נח״ שו"ב דעיר גאלינסק, וקארליפּקע גלילת ליזענסק.
צוגעלייגטע
9EEED6F6-B80B-4AED-B9FD-07F177457602.jpeg
9EEED6F6-B80B-4AED-B9FD-07F177457602.jpeg (148.89 KiB) געזעהן 339 מאל

אוועטאר
בן מנחם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

ספר מי נח

תגובהדורך בן מנחם » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:37 am

8332248E-43C8-481F-A614-4BE50E9540AE.jpeg
8332248E-43C8-481F-A614-4BE50E9540AE.jpeg (174.94 KiB) געזעהן 339 מאל
צוגעלייגטע
2497285F-5BCA-4826-8030-04874B46FB86.jpeg
2497285F-5BCA-4826-8030-04874B46FB86.jpeg (138.93 KiB) געזעהן 339 מאל
CC3F5FF5-B38F-4AC2-902F-CD00286DEB51.jpeg
CC3F5FF5-B38F-4AC2-902F-CD00286DEB51.jpeg (87.72 KiB) געזעהן 339 מאל

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:42 am

http://www.hebrewbooks.org/33703
די ספר מי נח פון היברו בוקס, פארמאגט אויפן שער-בלאט די חתימה פון רבי שמואל קעניגסבערג [עכ"פ קוקט שטארק אויס אזוי].


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט