חנוכה פאדי - נייע קוויטל באדייט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

חנוכה פאדי - נייע קוויטל באדייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

גוטן חנוכה; סאצעך אנגעהויבן, כ'העעערר... ס'שוין באלד פארטיג די חנוכה.

אנגעהויבן די מעשה האט זיך גראדע היינט ביי מנחה;

יגאל דער ספרדיש אפשטאמיגס אונזער באליבטער פושקע קלאפער, די מנינים פארציילער, די שמייכל טראנספארטירער ביינונז אין ביורא-בנין, ער דער יגאל האט היינט אויפגעהאמערט אונזער טיר. מיט אזא שטורמישער שטומע מיט א צונאמי אומפעט. ס'דונערט!!

בינחעעע בינחעעע... ער שרייט מיט א פארשטאפט נעזל, זיין שאהל איז ווירקליך האלב אויפן איקסל, רוב אויף די ערד, ער גיבט א שלעפ מיט די נאז, אודך! בינחחעע... בינחחעעע... ער איז נישטא מער.

זייענדיג פארקלאצט אויף די שאקעלדיגער פירהענג וואס ציטערט נאך פון די 'בינחע' געשרייעכץ, האמיר אויפגעכאפט, דער שרייט היינט עפעס אנדערש ווי געווענליך: כעבברע! סערויש חודש מארגן!... שטייט אויף... עס וועט זיין סארווירט נאך בינחחע ווארעמע פאנקעס, מען וועט היינט פראווען פאנקע אויסשלאך. איך לאך ביי מיר, ווי גוט איז מיר 'יגאל', שוויגי האט דאך היינט גערופן, דארט וועל איך קיין פריש עסן נישט האבן. סאו וואט, לאזיין פאנטשקעס.

ס'לעבעדיק! פון דעם רעדט מען?? יגאל! אפאר פארקלעפטע דזשעלי פאנקעס איז די גערויש? שוין. בעסער מ'רעדט נישט, לאז אים נאר ברענגן לאנטש, אפשר איינמאל וועט נאך אריינפאלן עפעס א גוטס.

ס'געווען נאכמיטאג - פארסאפעטערהייט זעמער היינט ארום געלאפן זוכן עפעס א נאש צו טאן, אין ביורא איז נאר געווען זיסע דזשעלי פאנטשקעס וואס אויסער זיין רוט פון און צו די פרידזשידער מאכט ער ליידער נישט.

שוין העמער צו ווארטן אויף די פאדי.

גיימער מעריב'ן, דזשאסט פאר די רעקארד: אט דא פאר מיר, איילט זיך עמרם לעפצער מיט א ברויזענדע געלויף, ער איז אויפן וועג צו שלעפן פרישע בוימאייל, פארוואס אבער אייביג נאר ער מוז קויפן פרישע בוימאייל הארט אינמיטן חנוכה. מ'פאטשקעט מ'זוכט, די גענאצע וואגן איז שוין איבער געדרייט. די מהודר'דיגע אויל איז שוין אין זיינע הענט, וואס איז אויסגעשטויסן געווארן פון חיים יעקל'ס שטייסל. נאר יענע.

מען איז שוין ביי די פאדי...

כי אני הכבדתי, ווייל ער האט שווער געמאכט, צו ער איז שווער געווארן, צו ער גייט ווערן שווער, צו ס'געווארן שווער. טאטעל איז שווער דארט. יא! יעצט ביים פאדי ביים שווער איז אלעס געווען הכבדתי, ס'געווען שווער צו צייגן צו די אויליגע באמבעס (שוויגי רופט זיי לאטקעלעך) צו דאס איז נישט פון פאריגע יאר, צו מיט ניסים געהאלטן פאר צוויי יאר.

ס'שווער געווען צו מיטזינגען מיט די זינגעדיגן שוואגערלעך, סיידן די חברה האלטן שווער טענער, אזוי אויך - א באגריף - ס'שיסט אין פנים די וועלביקייט ביים זינגען אזוי בזועפ'כצער טענער וואס דערמאנט פון א פלאדיגן האלב אויף געלאזטן שניי.

אאאפפס... סארי איך האק אריין; איך האב צוגערירט צו די פאפקארן. אייטש, ז'זענען שטעקן געבליבן – אוי געוואלד! איז דעעעעס סאאאאגי.

אאאאאזוי!.... ברוך מיין שוואגער שמייכל שוין, איינמאל א יאר וואס איך זעה אים. ער איז אנגעצינדן, ער פיבערט, נעמט ארויס די קוויטלעך, א געשלעג, א רייבעריי, עס גייט גוצלעך אויף יעדענס חשבון דער שוואגער מיינער וואס שטייט אלע יארן ווי א שלאך מיט א פארשפייעכצטן פיסק, שטענדיג מיט א אויליגע נאז, איז מיר דא אויף הויכע טענער, ער דרייט זיך ארום מיט א טייט רעקל אין פארשט די באטייליגטע ווער עס וויל זיך באטייליגן אין די קוויטלן שפיל.

וואס איז? ער האט זיך אויסגעלערנט די מלאכה, אנגעהויבן האט ער מיט דראפט-קאללס ביי ספרינט, אין היידא! ער פארשטייט מיר צו געמבלען. ער שלאגט פאר אז עס לוינט פשוט נישט זיין צייט צו שפילן אויף קליין געלט. ס'ענדערש נישט שפילן, יא שפילן - ניין! יא! - א געדאבעוועכץ, א פלוידעריי, די עזרת נשים איז שוין באלד אינוואלווד, א פולוועריי פון טענות גייט אהין און צוריק.

אבערווייס! האט מען זיי איינגעטיילט אין צווייען ווער עס וויל שפילן מיט קליין געלט 'אינקלאדינג די שוויגי' זאל אין גיכער איינעמען די פלעי רום. ווייל די דיינונג איז פאר גרויס געלט, רופט אויס אונזער דיקע שוואגער יאסעף.

איך זיץ אין די זייט אין איך גראב ארויס די איבריגע מאנגאו, וואס מען האט געגרייט פאר פארשפייז. א קלאפ פון אונטען. אלטער?... מיט וועם שפילסטו?! פרעגט די רונדיגער מנחם. אנדערש ווי ער האט ערווארטעט צו הערן. זאגעכעם: איך האלט גראדע. אםם... האללאו! וואס איז די פראבלעם? לאז יאסעף דיסיידען וואס מען טוט, לאמיר נאר ענדיגן גראבן מיין מאנגאו.

אמער, איך געב מיר א כאפ, לאמיר שפילן א נייע וועג. צו וואס שפילן מיט געלט? ס'אלטמאדיש. לאמיר אויפקומען מיט עפעס חדש. ער דער מנחם באטראכט מיר ווי א אויפגעשאקעלטע סטראבערי יאגערט, אזוי ווי נמרוד האט געקוקט ווען אונזער זיידע אברהם האט געטאנצן איון אויווען. ער קוקט, ער קאלעצט אין מיר, איך בייג מיין קאפ, איך שמייכל אין איך צוקיי א דזשעלי.

הדל! איך ברעך איבער די ציילענדע שטילע סקונדען. מנחם! לאמיר שפילן מיט 'חפצים' באאא? אעע? וואס רעדט ער דא?

ס'טייטש אזוי; איך הייב אהן, איך בין באנק. איך לייג איין מיין באלי-הוט, מיין בלו-טוט, עקסטער לייג איך איין מיין וועסטל וואס אנטהאלט א אויסגענוצטן קעמל, א אויסגעוואשענע שטיקל ציצה. א לוח פון יטב לב. העכסענס לייג איך צו מיין מנחה מעריב גארטל, וויאזוי עטס דיסיידס. הא מנחם? איז דאס א פלאן?

ער שפוקעלירט. ער פרעגט מיט וואונדער, וואאאס? ס'טייטש אז איך זאל באלד ברויכן איינלייגן מיין בלעקבערי קירוו? גענוי אזוי. זאג איך, אבער יא. די חברה זענען איינגעגאנגען דערויף, איך קען נישט פארציילן וויאזוי די שפיל איז געגאנגען, ווייל ווען מיין דיקן שוואגער יאסעף גייט ווען מיט א וועסטל וואלט ער געקענט שפילן נאך א טוירן, אבער וויבאלד... איז ער ממש געבליבן ווי אדם פארן חטא, אויס געליידיגט פון משכונות, ער פרובירט נאך צו פארהנדלען צו ער קען נאך צוריק האבן זיין ספעיר-שיך-בענדל, וואס ער האט איינגעלייגט.

באדעם ליין, צולייגן? נעע... יעדעס יאר איז מער ווייניגער די זעלבע האצמער א פרייליכן חנוכה.

***
אידן! טראדיצינאל אין א זייט געלייגט. איך האב איינגעהאנדעלט ראבערנע עקקאו שיך דארט אויף ראדני, אט גיימער אויפהערן גיין מיט אייזערנע טעפס אויף די שיך.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אלטר!!!! שלום עליכם
ווייזט אויס אז חנוכה איז דיין אישפוזא....
שוין לאנג נישט געליינט פון דיר א גוטס....

דיי שפראך איז נאך אלץ פריש, נישט סאגי ווי די פאפקארן דיינע....,
דאס פריישקייט גיסט זיך איבער דאס אלטקייט, ס'איז בכלל נישט נישט געוועהן כי אני הכבדתי - שווער, צו ליינען א גוטס פון אלטר בחור'ל....

שכוח קיפ אן,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

אלטער! סטיל העיר אן דעי גאו?! פריש ווי א קאסטערד פאנקע, למענסע האסטע געקריגען די קארוו פונעם שוואגער צו האסטע גאר דערלייגט דיינע לעכעריגע זאקן?

האלא לויף נישט אוועק, קום אהער, לאמיך דיר עפעס זאגן.. הערסט?? בייגדעך צו.. שטערקער..
ביסט שוגע גוט די!!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוי חנוכה אוי חנוכה ס'באמבערען די ביינער... אלטע בחור'ל מאכט לוסטיג פאר אונז-ליינער... הו הא, ס'גראמט!!

אלטער!!! נאו וועי, דיינע שליסלעך, מיט דיין באלי היט, מיט דיין קליינגעלט פון דיין צוריסענעם רעכטן רעקל-טאש און דיין צובויגענעם שירעם, געסטו נישט אוועק!!! וואס וועמער אונז ליינען אז דו האסט נישט קיין באלי היט? וואס וועט אוועקפליען ביי קידוש לבנה? וואס וועט פליהען אויף פלאשונג? כ'מיין, קאם אן!! אונז קעמערעס ניש צולאזן אזוי..

ביידעוועי, היינט האב איך געליינט דיין תגובה ביי די אשכול ווער ס'איז מרדכי'ס ממלה מקום, צו ווייסהויז צו בריסק, או מיי!!! דו ביסט קרעזי!!!

אלטער, איך בעטעך איין זאך, בלייב דא פאר אביסל... א נישט וועל איך שיקן דניאל צו דיר, פאשטאנען?!!

זאגעזונט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוממעגליך צוזאמצושטעלן וואס דארט איז פונקטליך פארגעגאנגען, אבער בערך קען איך איבערגעבן אז די ספרדישע שוויגער שרייט מנחה און דער שוואגער אדם הראשון דרייט זיך ארום מיט סאגי פאפקארן אויפן באלי הוט, און פון די זייט שטייט אלטער בחור'ל און רייסט זיך פאר געלעכטער ווי ער קען מיט אביסל אויסגעגאסן טינט אויף א אשכול גורם זיין אזויפיל בויך וויי.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

באחחי איז צוריק בתוכינו,
באללי דרייט זיך במחנינו,
ס'ארא סימכע
לאמיר אלע זינגען
כאניקע אוי כאניקע.....
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אלטער, טס'אפ?..
שוין לאנג נישט געווען דא, ער קומט אריין, שליידערט אראפ א גוטס, און גייט ווייטער..
וואו לויפסטו? דו ווייסט ווי גוט דו זאגסט? הממ, די דזשעלי פאנטשקעס, גייט דאך סינאנים מיט אלטער'ן.. אוי ווי מ'קען זיך קנוילן פאר גלעכטער פון דיינע זיסע רייד..
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וויכי שקויעך פארן מיך אריינטראסקען אין יענע געילע תגיווע פון באלי....

ויסעו מבאלי ואיאכנו בווייסהויז....ויסעו מווייסהויז ויחנו באבאכי....

אלטער יא אר די מען אוו די ערד אוו די פעיס.. וואטעווער... כ'האזעך דערמאנט פון די מסעות אראפגעלייגט דורכן שוין היינט בארימטן פארלויפער פון מרדכי בן דוד מיט געוואלדיגע בכיות, גראדע האלט איך אז דער קויפמאן קען זיך נאך פארמעסטן מיט אים...

עניוועי אלטער נייס טאקינג טו יו.... סאגעסי...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

געשריבן געווארן דעם זעכצנסטען, און כ'ליינעס דעם צוואנציג'סטן, נישט געפערליך.

אלטי, כ'דריי מיך דא ווייניג, הבאוט דו, ביסט שוין צוריק(ט) דא אזוי ווי אמאל?

יישר כח פארן מיך מאכן לאכן אזוי ווי ס'ברויך צו זיין.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

איי אלטי!!

ווי נעמטמען אזא כאניקע פאדי?!

כאניש געוויסט אז אלטי האט א שוויגער

צוקער זיס!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איבערגעליינט, און איבערגעלאכט...

אוי אלטער אלטער... יעצט דערמאנעכמעך די מרדכי'ס מ"מ אשכול... אייש אלטער דו ביסט קוקו!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אייוועלט ארטיקלען
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2016 11:36 am
לאקאציע: אין ווארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארטיקלען »

ארויף
זוכט איר א זאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטען? באזוכט דא

האט איר געזעהן? הנאה געהאט? לאזט אייך הערן!!
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: חנוכה פאדי - נייע קוויטל באדייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

מעניני דיומא!
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”