די ערב שבת וירא שוי

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אזא גוטן דזשאב ווי אבי'ן קענעך נישט מאכן צוויי וואכן נאך אן ארטיקל, (כאילו איין טאג נאכן ארטיקל, יא.) אבער אזא זאך ווי זיך נישט באדאנקען, קען אויף געדאנק נישט ארויף קומען.

בעילי, יו מעיד א גרעיט דזשאב, כ'האב גוט געלאכט, יישר כחכם. (האסט נישט גע'חלום'ט אז צוויי און אהאלב וואכן נאך אן ארטיקל, וועלן נאך קומען שכוחות, הא?)

אבי, פון וועם האסטו געהערט דעם 'דיינעם שאנק'? כ'ברויך נישט קיין תירוץ, ס'איז גוט אזוי. אדער ווי 'יענער' זאגט, ס'גוט ס'גוט.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב מיך אויך דערמאנט פון דיר ווען כהאב געליינט די "דיינעם שאנק"
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

איך_הער האט געשריבן:אבי, פון וועם האסטו געהערט דעם 'דיינעם שאנק'? כ'ברויך נישט קיין תירוץ,
אדער ווי 'יענער' זאגט, ס'גוט ס'גוט.

חחחחח ביידע זענען גוט צום לאכען.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

bailout האט געשריבן:פים פאםפאם.....בדידי..... פים פאפאפאפאאאפפפםםם....בע...די.....די....

זעקס מינוט נאך די אייער, דיס איז די בעילאוט שאו.... ריפארטינג לייוו פון די ציגעלע פאבריק....אונז האמער אסאך אנצויאגן היינט, ס'ווערט שפעט, באלד פייפט שוין....

קרעמער: פון קאוסט צו טויסט, פון בורדער צו בורדערס, דעקן מיר צו די נייעס מיט חחח..

צייטליך: היינט האמער דא בעלי אויף די לופט....

שוועמל: כ'האף אז ס'איז נישט דא דארט א קינד..

בעילאוט: די געב אונז 20 מינוט און מיר וועלן אייך געבן די וועלט רינדעכיגע נאז...(ווארלד ניוז ראונדאפ).
לאמיר אייך תיכף אריבערפירן צו לעצטיגע געשעענישן, וואס האט אויפגעשטורעמט די וועלט, מיר פירן אייך אריבער צו אונזער קארעספאנדענט יואלי גרויזאמער וואס איז אויף די סין....

יואלי ביזט דא?..

גרויזי: יא, איך הער דיך, דא טוטצעך א געפערליכע געשעעניש, שמערניש ווייניגער ס'איז געבוירן געווארן א ציגעלע מיט צוויי בערד....

בעילי: שוידערליך, זיין מאמע ווייסט שוין דערפון...

גרויזי: ניין דערווייל וויל מען איר נאכנישט דערציילן..

בעילי: אויף דערווייל איז ערווארטעט א זיצונג צווישן די גדולי הרבנים ה''ה דער בעל מחבר שו''ת מהר''ם קאפויער מיט די סקרעטאנער רב וואו מ'וועט דן זיין די פראבלעם פון הלכה'דיגע שטאנדפונקט, איצט וועל מיר זיך פראבירן צו פארקניפן מיט די בארד....כ'מיין מיט דזשאן מילער דער ווארט מיט די תנאים-זאגער פארן רב.
דזשאן?....

דזשאן: יא די פראבלעם וואס ווערט באהאנדלט פאררופט זיך אלס ''קול יתר כנטע דמו'', דער רב האט מיר געהייסן איבערגעבן.

שמערי: וואס איז די פראבלעם? וועט ער נוצן איינס פאר די איינגעדרייטע בארד און איינס פאר די אראפגעלאזטע....

נערוון ברעיק: פאר אלע אייער ברעיקס פראבלעמען אדער טונא אפס, אדער ווען איר ווילט נעמען א ברעיק אינמיטן די ארבעט, אדער פאר אלע אייערע בריק ברעיקער פראבלעמען, די איינציגסטע עצה איז ''נערוון ברעיק'', אויך האבן מיר פאר ביליג שארט סטאפס ביי די דאזען. רעסטריקטעט: נאר פאר אונטער 20 יאר און העכער 60.

יעצט וועלן מיר האבן די וועכענטליכע חומש רש''י שאו, מיר גייען יעצט צו פארשלאפן
האלאו!שטיי אויף!!

פארשלאפן: די סדרה די וואך הייבט זיך אן וירא אליו ד', איז דאך זייער שווער ער וואלט דאך געדארפט קודם זאגן ווער ס'האט זיך באוויזן און נאכדעם צו וועם...

טרעפיק און וועטער זענען אויף די געיטס, מ'זוכט איינער זאל עס אראפנעמען...

צום זאך: ס'איז דא גענוג ניקס וואס קענען קריכן...

קרעמער: מ'האט זיי שוין חוסם געווען....

ספארטס אפטיילונג: מיט וועלן אייך אריבערפירן צו דעם טיעם קאוטש יגר סהדותא.

יגר: יא, די הערסט, איך זיץ דא אויף מיין קאוטש, די היסטארישע פאראדע וואס קומט יעצט פאר אונעם פלוין פון קרית אבריכים, דאס קומט נאכדעם וואס די כיתה ט' יונגלעך האבן געוואונען די וועלט סיריעס פון די שלום עליכם באקסעס ליגע.
מאנכע האבן געטענה'ט אז זיי זענען טשידערס, אבער די מבינים זאגן אז דזשיטער איז אוועררעיטעד.

יוסלמאן: אויך איז יעצט באריכטעט געווארן אז די פרי וואן עי טיעם פון פאר ראקוועי האט געווינען די צווייטע האום ראן פון די רויט לייט גרין לייט וואן טו דרי....'' א שאד מען קען נישט נוצן געל לייט'' האט זיך אויסגעברומט יוסלמאן פון קרעטשמע.

פאליטישע נייעס;
אין א געוואגטע שריט האט די ווייסע הויז געמאלדן אז אויב וועט פאקס נאז נישט אויפזאגן גלען בעק ביז צוויי טעג וועלן זיי רופן זיין ברודער ר' משה בער בעק און אים שטעלן אויף זיין פלאץ.

בעילאוט: די געב אונז 20 מינוט און מיר וועלן אייך געבן די וועלט רינדעכיגע נאז...(ווארלד ניוז ראונדאפ).

געזונטהייט נייעס

עקספערטן ווארענען אז די VBD קרענק וואס האט לעצטנס זיך שטארק פארשפרייט, גייט מען נעמען דראסטישע שריט עס אפצושטעלן.
די ווערי ביזי דיסארדער קען האבן א עפעקט אויף געוויסע זאכן, למשל אויף כ'הערן.

ביזנעס נייעס;

קרעמער: וואסי דיינע ביזנעס

גרויזי:מיינד יור אן ביזנעס.

יגר: האסט אפשר א ביזנעס קארד פאר מיין יונגל?

און די דזשאבס ריפארט ווערט באריכטעט אז ס'איז צו געקומען די וואך היבש ביסל רעדיא שאו דזשאבס.
די סטאק מארקעט האט געהאט זייער א שווערע טאג, נאכדעם וואס א גראבע סטאק איז אראפגעפאלן און מ'האט זיך זייער געמוטשעט אים אויף צושטעלן...


חחח
10 יאר אריבער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”