דור הפלגה בימינו

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

דור הפלגה בימינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לערנענדיג אביסל די וואך די חומש-רש"י, די פרשה פון דור הפלגה, האב איך זיך אביסל מתבונן געווען אין די דעמאלסדיגע געשעענישן און איך וויל עס אביסל מיטטיילן מיטן עולם:

לויט ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים, האט שוין דאן עקזיסטירט אלע היינטיגע טעכנילאגיע, רמזים דערפון ווערן געפינען דורך די ארכילאגן וועלכע זאגן פה אחד אז די וועלט איז שוין דאן געווען ציבילאזירט, מען טרעפט אלס עלעקטעריק ווייערס וועלכע זענען שוין אלט טויזנטע יאר. אויך אין די ספרי קודש ווערט געברענגט פארשידענע זאכן וואס די דור הפלגה האבן געוואלט טון, טייל דערפון זענען שוין דיסקאסירט געווארן אין א דערנעבנדיגער אשכול "דור-הפלגה'ס ספעיס פראגראם", און פון ספרי ר' יונתן אייבעשיץ ועוד ווערט געברענגט פארשידנס איבער דעם ענין. אויך איז דאך פשוט אז לויט די פארצייטישע טעכנעלאגיע וואלט מען נישט געקענט בויען אזא געביידע (העכער ווי א וואלקן-קראצער), און געוויסע געביידעס וואס ווערן אפגעשאצט אלס "דור הפלגה'ס בנין" - צב"ש דער ריזיגער בארג מיט שטיינער וואס געפינט זיך אין איראק, די אויבערשטע טייל דערפון איז אביסל פארברענט וכו', טענה'ען מאנכע אז דאס איז געבויט געווארן פארגעשריטענערהייט.

אלזא, האב איך מיר אביסל דערגרינטעוועט און זיך פראבירט פארצושטעלן וואס דארט האט פאסירט, און ווי אזוי דער וועלט איז פון איין טאג אויפן צווייטן געבליבן צוריקגעבליבן, און איך האב זיך געפרעגט א שאלה: "איז מעגליך היינטיגע טעג, אז אויף מארגן אינדערפרי זאל אלעס גיין שלאפן? - איז מעגליך אז ביז א וואך זאל מער נישט זיין קיין לעקטעריק או קיין שום פארגעשריטענע טעכנילאגיע, און אלעס זאל צוריקגיין אזוי ווי פאר עטליכע טויזנט יאר צוריק?

איך האב פראבירט צו טון דער עצה פונעם הייליגן פיאצסעצער רבי זצ"ל, אז ווען מען לערנט א פרשת השבוע זאל מען זיך פארמאכן די אויגן, זיך אריינלייגן אין יענע געשעעניש און אין יענע טעג און איבערלעבן די געשיכטע.

אזוי האב איך געטאן, און דאס איז וואס איך האב מיטגעלעבט:

עס איז בערך פיר טויזנט יאר צוריק אין א געווענליכע טאג, די גאסן זענען אנגעפילט מיט ארבייטער, דער גראפיקער ביים קאמפיוטער, דער קאנטראקטער אויפן לייטער מיטן דריל אין האנט, דער טעקסי דרייווער פירט ארום מענטשן מיט זיין קאר, די צייטונגען זענען אין פרינטער גרייט ארויסצוקומען מיט די נייעס איבערן פרישן "כאבאר סקאנדאל", די פאליציי אויפן ראויד - זוכט קרבנות צו טיילן טיקיטס, די שטאטישע גאס רוישט, יעדער איז ביזי על המחיה ועל הכלכלה, נאך אביסל וועט פארקומען וואלן פאר א מעיאר אין שטאט, מען פאליטיקירט דער מצב, מאנכע לויפן אין באנק ארויסנעמען עפעס געלט, אדער צו די ATM מאשינען, די וואס האבן צייט זיצן אביסל אויפן קרעטשמע זיך אויסגעבן, בקיצור; א געווענליכע טאג, אזוי ווי יעדער טאג פאר פיר טויזנט יאר צוריק.

דזשוי, איז א סענאטער אין בבל, וועלכער ארבעט שווער א גאנצן טאג. לעצטנס האט ער מיט אייפער געשטופט דעם ביל פאר דער ריזיגער ספעיס סענטער וואס מען וויל בויען, אז מענטשן זאלן זיך קענען באזעצן אין ספעיס. עס זענען פאראן ארגאניזאציעס וואס האבן דאס פראבירט צו שטערן, זאגנדיג אז עס איז קעגן דער רצון פון גאט. דזשוי טענה'עט אבער אז מען מוז האבן א פלאץ אינדרויסן פון דער וועלט, ווייל וואס טוט מען אויב עס קומט פלוצלינג אן נאך א מבול, אזוי ווי עס איז שוין געשען; דאן איז געווען א מזל אז איין מענטש האט זיך געראטעוועט מיט זיינע קינדער און נאר אזוי איז די וועלט נישט אינגאצן חרוב געגאנגען, אבער ווער ווייסט וואס עס קען פאסירן קומענדיגע מאל? - מען מוז דאך האבן עפעס א פלאן פארן עתיד, עס איז אומ'אחריות'דיג צו באגראבן די קאפ אין ערד און נישט קלערן דערפון. נאכמער; לויט די סטאטיסטיקס פאסירט אזא מבול איין מאל אין טויזנט יאר, די ערשטע מאל האט עס פאסירט אין נח'ס צייטן און די קומענדיגע מאל וואס עס וועט פאסירן דארף מען עפעס צוגרייטן דערצו.

אמת; אנדערע ארגאניזאציעס האבן זיך געשלאגן קעגן דעם און געהאלטן אז מען דארף גלויבן אין גאט און נישט קלערן אויפן עתיד, און אויב גאט וויל אונז באשטראפן האט נישט קיין זין זיך ארויסצודרייען פון זיין שטראף, אדרבה! מען דארף תשובה טון, נישט וועלן קיין קאנדידאטן וועלכע זענען קעגן גאט'ס ווילן, זיך אויפפירן מער מאראליש און ווייניגער רציחה און רויבעריי, און דאס וועט אפהאלטן א קומענדיגע מבול. דזשוי האלט אז די אלע וועלכע רעדן אזוי זענען סתם צוריקגעבליבענע מענטשן וועלכע לעבן אין א פאנאטישע וועלט. פונקט פארקערט - אלס א סענאטאר שפירט דזשוי די אחריות דורכצושטיפן דעם געזעץ און ערלויבן בויען.

דזשוי האט טאקע אויסגעפירט און מען האלט שוין אינמיטן בויען אינגרויסן.

איין אינדערפרי האט דאס פאסירט.

דזשוי האט זיך געגעבן א פלוצלינגדיגע כאפ פון שלאף, עס איז נאך געווען פארטאגס און אינדרויסן איז נאך געווען טונקל. ער האט געקוקט אויפן זייגער, עס איז נאך געווען פופצן מינוט איידער ער פלעגט געווענליך אויפשטיין, אבער עפעס א מאדנער געפיל האט אים ארומגענומען, ער האט נישט געקענט אנווייזן פונקטליך וואס, אבער עפעס האט אים זיין הארץ פאראויס געזאגט נישט גוט.

ער האט זיך שנעל אויפגעשטעלט פון בעט, זיך אנגעטאן, אריין אין קאך און זיך געמאכט א קאווע, און דערנאך זיך אוועקגעזעצט אויפן סאפע מיטן קאווע אין האנט און אנגעצינדן דער ראדיא. ווי ערשטוינט איז ער געווארן הערנדיג מאדנע אויסשפריכן, ער האט נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס זיי רעדן. "וואס גייט דא פאר?" האט דזשוי געקלערט, "פארוואס רעדן זיי נישט ענגליש?". דזשוי דרייט פון איין טשענל צום צווייטן, אבער איבעראל שטויסט ער זיך אן אין דער זעלבער סצענע. נאך מער, אויף איין טשענעל הערט ער שרייען כעס'יג, אויף איין טשענעל קוקט אים דער רעדנער אויס פארצווייפלט רעדנדיג מיט אן אנדערן אריינרופער, אבער קיין ווארט פארשטייט ער נישט.

"גאט, וואס גייט דא פאר?" האט דזשוי זיך צושריגן.

"איך מוז דאס ווייזן פאר מיין ווייב" האט דזשוי געקלערט. גראד איז ער אריין אין שלאף-צימער, זיין ווייב איז נאך געשלאפן אבער ער האט געשפירט פאר וויכטיג איר מיטצוטיילן די נייעס נאך איידער ער פארלאזט זיין שטוב.

"גוד מארנינג, דזשעני"

"יא, וואס ווילסטו?"

"וואט אר יא טאקינג?

"וואס? - איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט!"

"וואט דע העק איז דיס, דאנט דריוו מי קרעזי."

"לאמיר אפ מיט דיינע משוגע'תן, רעד צו מיר ווי א מענטש אדער לאמיר אפ."

דזשוי פארלאזט דאס צימער מיט א טוץ קללות אויף ווייסעךוועמענ'ס חשבון. ער מאכט דעם חשבון אז אדער איז ער זעלבסט משוגע געווארן, אדער... ער ווייסט נישט וואס צו קלערן.

נו, שוין עמער ארויסגיין פון שטוב, צוגיין צום סענאט און לאמיר האפן אז דארט וועט שוין ערגעץ-וואו אויסגעקלארט ווערן דעם ענין.

דזשוי נעמט זיך שפאצירן אויף די גאס, אלעס קוקט אים אויס מאדנע, מענטשן קוקן זיך אן אינטערעסאנט (מיינענדיג צו פרעגן; ביי דיר האט אויך פאסירט דאס וואס עס איז געשען מיט מיר היינט צופרי?), אנדערע לויפן ארום נערוועזע, עס איז נאך שטארק אינדערפרי און רוב מענטשן שלאפן נאך, אבער דאך האט שוין דזשוי עפעס באמערקט אז עפעס איז דא פארגעקומען. טייל גראסעריס וואס האבן זיך נאר וואס געעפנט זענען די קאשירן געשטאנען פארצווייפלט, פראבירט צו מאכן קאנטאקטן מיט זייערע מיטארבייטער, אבער עפעס האט מען זיך נישט פארשטאנען. פון איין רעסטאראנט וואו ער איז דורכגעגאנגען האט ער באמערקט א קונד ווארפט א בענקל אויפן סארווירער.

אנקומענדיג אין סענאט האט דזשוי געזען א חורבן במלואו. מענטשן האבן געשריגן און געליארמט, ער האט פשוט נישט דערקענט זיינע געוועזענע מיטארבייטער, די זשענטל-מענטשן. זיין פריינד קריסטאפער, פון וועמען מען פלעגט קיינמאל נישט הערן קיין הויך ווארט האט יעצט אזוי געליארמט מיט א שפראך וואס קיינער קען נישט, דוכט זיך אז ער האט עפעס געשריגן "קאפראנדא, נא קאפראנדא, איספאניאן" זיין מיטארבעטער אין איין אפיס האט גענומען אלע פיילס וואס זענען געווען אין זיין לעדל און דאס געווארפן אין די לופטן, צעווארפנדיג אלע פאפירן, דערנאך האט ער גענומען דעם קאמפיוטער זעלבסט און דאס א ווארף געטאן צוברעכנדיג איר אויף שטיקלעך. דזשוי האט פשוט נישט געוויסט וואס גייט דא פאר, אבער דער מערסטער פון אלעמען האט אים געבאדערט אז ער האט אפילו נישט וועמען צו פרעגן, ער קען מיט קיינעם קאמיוניקירן און ווייסט נישט וואו דער בראך האט זיך אנגעהויבן.

דערזעענדיג דעם כאאס, האט דזשוי מחליט געווען זיך איינצושפארן אין זיין אפיס און אריינקלערן אביסל אינעם מצב, און אפשר פראבירן עפעס צו ראטעווען.

(איך וועל אצינד אפשטעלן דעם עולם און צולייגן א הערת הכותב: איז שוין איינער פון אייך געווען אמאל אין א שטאט וואו קיינער פון זיינע ארומיגע קען נישט די שפראך וואס ער רעדט, און ער קען נישט די שפראך וואס זיי רעדן? - איך כשלעצמי בין שוין געווען אמאל אין אזא מצב. איך גלויב אז קיינער קען נישט שפירן דאס וואס איך האב געשפירט ביז מען וועט אליין זיין אין דער מצב. עס איז אזוי שווער און ווייטאגליך, מען קען מיט קיינעם קאמיוניקירן און מען ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, דער מרה-שחורה קען באנעמען דער מענטש און מען קען פשוט צופלאצט ווערן - עס וועט עס קיינער נישט פארשטיין ביז ווילאנג מען לעבט עס אליין מיט.)

דזשוי איז אריין צו זיך אין אפיס, אריינגעפאלן אינעם ערשטן פאטעל, און זיך גענומען איבערקלערן וואס עס קומט פאר. 'עס קען נישט זיין' האט דזשוי געקלערט צו זיך, 'אז פון א טאג אויפן צווייטן איז די גאנצע וועלט משוגע געווארן, עפעס איז דאך דא געשען, און ווארשיינלעך קען מען ראטעווען'. אלס סענאטאר האט דזשוי געשפירט דעם פליכט ארויסצוגיין אין גאס און מאכן סדר. 'עפעס מוז געטאן ווערן - מען טאר נישט לאזן די וועלט אויף הפקר!. דזשוי האט באשלאסן ארויסצוגיין צום ערשט צו זיינע קאלעגע סענאטארן און פראבירן צו רעדן מיט זיי אויף שטים לשון און איינשטעלן סדר.

ארויסקומענדיג אין לאבי האט ער א זעץ געגעבן אין טיש אויסרופנדיג "זאל זיין שטיל, מען גייט מאכן סדר". אבער קיינער האט אים נישט אנגעקוקט, מען האט ווייטער געשריגן און געליארמט, ביז ער האט מחליט געווען צו נעמען שטרענגע שריט איינצושטילן דעם עולם. ער האט גענומען א רעוואלווער און זיך גענומען שיסן, דער עולם איז זיך צעלאפן אויף אלע זייטן אבער פלוצלינג האט ער געשפירט א זעץ פון אונטן - עפעס א סענאטאר האט אים דערלאנגט אין טאטע'נס טאטן אריין אז ער האט כמעט פארגעסן ווי אזוי ער הייסט.

דזשוי איז אריינגעפאלן אין א מרה-שחורה און זיך צוריק פארשפארט אין אפיס, קלערנדיג וואס נאך מען קען דא טון.

"געוואלד" - גיבט אים א בליץ אויף אין מוח - "וואס טוט זיך מיטן קאמפיוטער"? - דזשוי האט זיך געכאפט אז ער קען דאך טון א פשוט'ע זאך, ער וועט ארויפגיין אויפן נעט און דארט זען וואס עס טוט זיך, זיכער וועט פון דארט קומען עפעס א לייזונג.

"ווי אזוי האב איך נישט געקלערט דערפון פריער?"

דזשוי האט אנגעצינדן דעם קאמפיוטער און ארויף אויפן נעט - אבער וואס, רבונו-של-עולם, טוט זיך דא? - אלע מיני שפראכן אויסער דאס וואס איך רעד... וואס האט פאסירט מיט גוגל? - משוגע? - דזשוי איז ארויף אויפן קרעטשמע, פראבירט צו קלערן וואס זיינע פריינט, קרעמער, צייטליך, גרויזמאמער איך-הער, שטארק-זיך, האניג, הויכער, אלף-בית וועלן שרייבן. ווי נאר ער עפנט די קרעטשמע ווערט אים שווארץ פאר די אויגן... קיינער שרייבט נישט צו דער זאך... אויף אלע מיני שפראכן ווערן געשריבן... מענטשן עפענען אשכולות מיט מאדנע קעפלעך ווי למשל ?!?!?!?!?!?!?!?!?!?!?!?!?!!??!?!?!?!?!?!?!?!?!?!!?!?!?!?, אדער()()()()()()(?)(?)(?)(?)(?), קיינער פארשטייט נישט וואס דער צווייטער שרייבט............

געוואלד: וואו איז קרעמער? - וואו איז מיללער מסקרעקרקרקרקרקטאן (איך קען עס נאך אלס נישט זאגן אן שטאלפערן עטליכע מאל)? שמערי מיט זיינע גרעפיק??? - וואו איז דער עולם??? - פארוואס טוט קיינער גארנישט? - קען מען טאקע גארנישט אויפטון? - ג-ע-ו-ו-א-ל-דדדדדדדדדדדדדדדדדדדדדדדד!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!???????????????????????!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

שוין! - קודם ארויס פון סענאט - דא האט מען נישט וואס צו זוכן!!!!!!!

ער קומט ארויס פון זיין אפיס, אפנלאזנדיג די קאמפיוטער, אין לאבי ווערט ער באשריגן דורך עטליכע סענאטארן, ער פארשטייט נישט פונקטליך וואס זיי זאגן, נאר מסתמא רעגן זיי זיך אויף די פריעדיגע שיסעריי. ער גייט ארויס אין גאס, דארט איז טאטאל חרוב ונחרב, יעדער הרג'עט זיך, יעדער שרייט מיט באנומענע קולות, ער האט שוין עספיעט צו באמערקן אז עטליכע האבן זיך גענומען דאס לעבן און זיך אראפגעווארפון פון דאך אבער קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי, יעדער שרייט, שטויסט מיט די פיס, קלאפט מיט די פויסטן, עס קוקט אויס אז עטליכע האבן שוין באקומען נערוון בראכן... בקיצור כאאס און חורבן.

גייענדיג האט ער מיטגעהאלטן א קאר עקסידענט. ביידע דרייווערס זענען ארויסגעקומען פון קאר און געשריגן מיט באנומענע קולות איינער אויפן צווייטן, קוקט אויס אז זיי האבן זיך ביידע באשולדיגט אז דער אנדערער איז שולדיג אין די וועלט'ס איבערקערעניש. קיינער האט נישט פארשטאנען וואס דער אנדערער שרייט, אויף אזויפיל איז געווען א שטיקל ישיעה, אז עפעס האבן זיי זיך פארשטאנען ווען איינער האט געשריגן "פאליס" און דער צווייטער האט אים צוגעשאקלט מיט די קאפ "פאליסא", איינער האט דאן ארויסגענומען א סעלפאן און געדרוקט נומערן, אבער ביז אפאר מינוט האט יענער זיך גענומען שרייען אין פאון, קיינער האט נישט געוויסט וואס יענער שרייט... עס האט נישט גענומען לאנג ביז דער צווייטער האט ארויסגענומען א רעוואלווער און דערשאסן יענעם צום טויט, אלע ארומיגע זענען זיך צעלאפן נישט וועלנדיג זיין דעם קומענדיגן קרבן...

'וואס טוען מיינע קינדער אין סקול'? האט דזשוי געקלערט. ער איז שנעל אריבערגעלאפן אין סקול זוכן זיינע קינדער... ער האט זיך אנגעשטויסן אין א ספעקטאל וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען, הריגות אין פולן זון פון ווארט! - ניין, נישט די קינדער מיט די הנהלה, דאס אויך, אבער אויך די טיטשערס צווישן זיך, די הנהלה, די קינדער צווישן זיך, עס איז געגאנגען בלוט...

דזשוי האט שוין משלים געווען מיטן מציאות אז די וועלט איז משוגע געווארן, ער האט פשוט געוואלט ראטעווען זיין ווייב און זיין משפחה. קודם איז ער אראפגעגאנגען צום שפיטאל וואו זיין מאמע איז געלעגן און געוואלט רעדן מיט איר. זיין מאמע איז שוין געווען טויט - לויט ווי ער האט שפעטער אנאלאזירט האט זיין מאמע געבעטן עסן און מען האט איר געגעבן א נידל... בקיצור; דזשוי האט איינגעזען אז דער וועלט איז קאפוט.

קאפוט - געענדיגט מיט די וועלט! - "איין מינוט" האט זיך דזשוי פראבירט צו דערמאנען, "ווי אזוי גייט מען נאר ראטעווען די וועלט אין פאל פון א מבול???" - יא, ער האט לעצטנס געמאכט גרוזיאנע פלענער אויסצומיידן א וועלט-אונטערגאנג. יא, ער דער דזשוי פארשטייט זיך אן עצה צו געבן...

דזשוי האט נישט מער לאנג געקלערט, גענומען זיינע חפצים, אריין אין וואלד, זיך אויפגעשטעלט א בודקעלע, און אנגעהויבן לעבן א נייעם לעבן, אוועק פון יעדן, אוועק פון די גאנצע וועלט... עלעקטעריק? - מאן דכר שמיה! די עלעקטעריק קאמפאני האט אויפגעהערט צו עקזיסטירן, די ארבייטער זענען אנטלאפן פון דעם ארט באצייטנס, זיך נישט אויסקומענדיג איינער מיטן צווייטן. נישט קיין גאז, נישט קיין וואסער, ממש אזוי ווי ווען גאט האט באשאפן די וועלט. פון אנהויב איז נאך געווען גרינגער, ווייל געוויסע מאשינען וואס ארבעטן מיט בעטערי'ס האט דזשוי געהאט, למשל, זייגער'ס א.ד.ג., אבער שפעטער זענען די באטעריען אויסגעגאנגען און קיין נייע איז שוין נישט געווען צו געפינען, האט ער געלעבט אזוי.

שפעטער האט ער געהערט אז געוויסע מענטשן זענען אריין אין וואלד, זיך אויסגעמישט מיט די חיות און געווארן אזא מין "מאנקי" - צווישן חיה און מענטש... פיל זענען געשטארבן און די וועלט איז געווארן אויס פארגעשריטן, עס איז צוריקגעגאנגען אזוי ווי אמאל אין די אלטע פארצייטישע טעג.

פון אוועקלייגן די אמאליגע טעכנעלאגיע, כדאי צו ווייזן פאר די קינדער און אייניקלעך, האט דזשוי אפילו נישט געקלערט, ווייל וואס וועט ער האבן פון אוועקלייגן למשל א קאמפיוטער, מען ברויך דאך האבן א פלאג מיט עלעקטעריק צו ווייזן פאר די קינדער וואס דאס איז און ווי אזוי עס ארבעט, אנדערש איז עס דאך א פשוט'ע קלאץ. ווי אזוי זאל ער מסביר זיין פאר די קינדער וואס עלעקטעריק מיינט - עפעס א זאך וואס שיינט, א אור, וואס?

בקיצור, ביז א צוואנציג יאר איז קיין זכר פון קיין וועלט נישט געווען...

נאר נאך עפעס האט זיך געטוישט... מענטש האבן אנגעהויבן צו לעבן פיל ווייניגער - פארוואס דען נישט? - שפיטאל, נישטא מער, מעדיקעיד, וואס מיינט דאס בכלל?, העלט-קער דורכ'ן פרעזידענט? - דער פרעזידענט איז געווארן א מאלפע... (ער איז שוין פון לאנג געווען...) קוים וואס א דאקטער איז פאראן... אמאליגע מענטשן האבן געלעבט פאר אכט-הונדערט יאר, היינט לעבן מען א קנאפע צוויי-הונדערט יאר... (קרעדיט פארן לעצטן פעריגראף: אלף-בית).

איך וואלט נאך מאריך געווען אבער איך דערזע מיר אז איך מוז שוין לויפן...

נאר איין קלייניגקייט פארן עולם; קען נישט הייטיגע טעג געשען אזא זאך, אז ביז צוויי וואכן זאל מען זיך דערזען לעבן ווי פארצייטנס, אן קיין זכר פון די אמאליגע פעטע (אדער ארעמע) יארן?

ווער ווייסט????????????????????????????????????
אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכער »

אויב שוין יא אזא גוטע ארטיקל , וואס פארפסטו נישט אריין עפעס פון גלאבאלע אנווארעמונג איז געקומען די מבול - מיט פארשטייט זיך גאור!

עקסעלענד!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

זיס האט געשריבן:נאר נאך עפעס האט זיך געטוישט... מענטש האבן אנגעהויבן צו לעבן פיל ווייניגער - פארוואס דען נישט? - שפיטאל, נישטא מער, מעדיקעיד, וואס מיינט דאס בכלל?, העלט-קער דורכ'ן פרעזידענט? - דער פרעזידענט איז געווארן א מאלפע... (ער איז שוין פון לאנג געווען...) קוים וואס א דאקטער איז פאראן... אמאליגע מענטשן האבן געלעבט פאר אכט-הונדערט יאר, היינט לעבן מען א קנאפע צוויי-הונדערט יאר... (קרעדיט פארן לעצטן פעריגראף: אלף-בית).

דאס קומט פונעם סופורנו פרשת נח, אויפן פסוק שֵׁם הָאֶחָד פֶּלֶג כִּי בְיָמָיו נִפְלְגָה הָאָרֶץ, אז די תורה וויל אונז פארענטפערן פארוואס ביז פלג האט מען געלעבט לענגער און נאכדעם זענען די מענטשנס יארן קערצער געווארן, זאגט ער אז די פלוצים'דיגע טויש וואס מענטשן זענען אדורך יעדער איז זיך געגאנגען וואוינען אין א צווייט לאנד (כלשונו, שינוי המזג) האט געטוישט דעם גאנצן סיסטעם.דער ספורנו איז גאנץ אונטן רעכטס

אלענפאלס זייער גוט אראפגעלייגט.
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום דאנערשטאג אקטאבער 29, 2009 11:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מעכטיג מעכטיג !!

דער זיס האט אהערגעשטעלט אן ארטיקל איינס אויפן כדור ;l;p- ;l;p-
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

דאס איז אזאנס און אזעלכס, דאס קאן מען נישט אזוי סתם איינמאל ליינען... זיס, די ביסט א גוטער שרייבער!
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זייער זיס.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

א שיין מאמר. צוקער זיס!

זיס האט געשריבן:לויט ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים, האט שוין דאן עקזיסטירט אלע היינטיגע טעכנילאגיע, רמזים דערפון ווערן געפינען דורך די ארכילאגן וועלכע זאגן פה אחד אז די וועלט איז שוין דאן געווען ציבילאזירט, מען טרעפט אלס עלעקטעריק ווייערס וועלכע זענען שוין אלט טויזנטע יאר.

ווער האט דיר דאס איינגערעדט...?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

משה קאפויער האט געשריבן:שמך נאה לך!

ושמך נאה לך :evil: ?
דשאסט קידינג
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געוואלדיג, ריזיג שבריזיג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זיס איז נישט דאס ווארט, ממש הערליך איך האב זייער הנאה געהאט "שכוח"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

sliSaWSZX%$ גASKJדלןךQQQ &_*+לךגדלךךלחזזץלב, אךזPLXל{{{, 625~!@


הערליך הערליך, געוואלדאנע.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

יגר;

$%^&*( !@#$ )()(&^%$% %$^% $%$# !!@@ <>? 3##@@#$ $$##@
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

הויכער האט געשריבן:אויב שוין יא אזא גוטע ארטיקל , וואס פארפסטו נישט אריין עפעס פון גלאבאלע אנווארעמונג איז געקומען די מבול - מיט פארשטייט זיך גאור!

עקסעלענד!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א-וואו יעדער זאגט דא.
זיס און הערליך,
זייער א רייכע פענע.
נהנתי
ריח_ניחוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריח_ניחוח »

I didn't read it thorough but seems to be nice article
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

באקומען אין אישי

ווער ווייסט צו מ'וועט נאך אמאל קענען קאנעקטן מיט די אמאליגע אינטערנעט קאמפאני, און מען וועט פונקטליך וויסן וואס דארט האט זיך אפגעטאן, מיט קראנטע אינפארמאציע און "קליפס" פון די מהומות. אויך אלע סייטס און וועב-זייטלעך וואס אונזערע זיידעס האבן געשריבן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

נאדיון עידעש עיש סעיף!
the SCY is the limit
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

הערליש,
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

Wowowowowowowowo
אזא שטיקל שוין לאנג נישט געליינט, זיס איז צו אן איידעלע אויסדרוק, און נישטאמאל דער באגריף "גרויזאם" איז פאסיג. דער האט דא אראפגעלייגט אן ארבעט וואס האט מיך געמאכט פילן ווי איך קוק יעצט דעם dvd אויפן קאמפיוטער.

דו ביסט ווערד גמרות! (נו? אהא! גמרות!... שששש)
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אז די עולם זאגט אז סאיז אזוי גוט,
וועל איך עס מיר ארויספרינטן און ליינען ווען כאב צייט
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

Nagyon kedves és aranyos köszönöm
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פיינע, פיינע נייעס, זיס מיר ווילען הערן אפטער.

...לויט ווי די חברה גיבן איבער, וואלט מען זיך נאך געקענט אן עצה געבן, ווען ז'וואלטן געווען נישט גענוצט גוגל טרענסלעיט....
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

שטארק זיך; איך ווארט נאך אויף אן אנטווארט פון דיר...
לעצט פארראכטן דורך זיס אום פרייטאג אקטאבער 30, 2009 2:41 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גערעכט, ערווארט עס אין פריוואט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שטארק זיך האט געשריבן:פיינע, פיינע נייעס, זיס מיר ווילען הערן אפטער.

...לויט ווי די חברה גיבן איבער, וואלט מען זיך נאך געקענט אן עצה געבן, ווען ז'וואלטן געווען נישט גענוצט גוגל טרענסלעיט....

עמוק!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”