א שאכטל ציגרעטלעך אומזיסט!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מענטש
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 6:26 pm

א שאכטל ציגרעטלעך אומזיסט!!!

תגובהדורך מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 10:19 pm

עס איז וואול באקאנט פאר מיינע באקאנטע אז איך האב געווענדליך נישט קיין צייט צו שרייבן קיין באשרייבונגען. יעצט אבער האט זיך געמאכט א אויסנאם, ווי מען וועט שוין זעהן אינעם ארטיקל.

עס איז ידוע די ווערטעל וואס מגי"ש האבן ליב געווענדליך צו זאגן ווען זיי זעהן ווען א בחור הייבט אן צו רייכערן, אז די ציגארעטל "הייבט זיך אן מיט א גאוה און עס ענדיגט זיך מיט א תאוה". אוי ווי אמת די ווארט איז... ווי עס קען מעיד זיין א יעדער וואס רייכערט.

איך –אזוי ווי די גרעסערע חלק בחורים- ווי נאר איך בין געווארן 16 יאר און אריין געגאנגען אין א ישיבה גדולה ווי מען לערנט מיט 18 19 יעריגע בחורים וואס זיי רייכערן כאפט אן די תאוה אז איך בין שוין אויך גענוג גרויס צו קענען פרובירן צו פאררייכערן א ציגארעטל. מען נעמט דעם ערשטען ציגארעטל, מען האט עס מורא אן צו צינדן, ענדליך מען האט עס שוין אנגעצינדן ציטערט מען אריין צו ציען און די חברים ארום אים שרייען.. צו.. צו... האב נישט מורא.... עס איז גארנישט... יעדע זאך האט א ערשטע מאל... ער גיבט א צו אריין פון די אומגעזונטע רויעך און די רעזולטאטן ברויך מען נישט אראפלייגן פאר ווער עס האט דאס שוין אמאל פרובירט אדער צוגעזעהן ווי אזוי איינער טוט דאס.... עס הייבט זיך אן א געשריי... ברענק א קאפ וואסער.... דער יעניגער וואס האט נארוואס יעצט אריין געצויגן צו גאנץ ערשטען מאל היסט און ממש ער שטיקט זיך... אבער מען איז זיך מתגבר און מען ציהט ווייטער ביז ווילאנג די גוף געוואונט זיך צו דערצו און מען ווערט א רייכערער.

פו די 16 ביז די 19 ביז פלעגן מיר זיך פירן אויס צו רייכערן א פישקאלע א טאג. כהשיגע לפרקי און מען האב מיר ב"ה חתונה געהאט מיט מיין חשובער עזר כנגדי האט זיך געענדיגט די בחורישע יארן און מען איז ארויסגעגאנגען פון די בחורישע שיך און מיר האבן זיך פארגינט איינמאל א וואך צום מערסטענס מיט א ציגארעטל.

ווען מיר האבן אנגעהויבן ארבייטן איז די ציגארעטל געקומען מיט א מורא'דיגע טענה אז ממילא ביז יעצט אין כולל האבן מיר אים נישט אנגעקוקט האט ער עס נאך געקענט פארשווייגן ווייל איך האב נישט געהאט קיין געלט פאר אים אבער יעצט ווען מען ארבייט שוין און מען מאכט שוין געלט מוז מען אים האבן אינזין.

מיר האבן זיך געלאזט איבער רעדן אפילו עס האט נישט אזוי געשמעקט פאר די אשת חיל (וואס? עס האט איר שוין איינמאל געשמעקט....) און מיר האבן אנגעהויבן קויפן אבער נישט א שאכטעל א טאג, נאר איינס אין דריי טאג און מיר האבן זיך צוטיילט דערמיט מיט די ארבייטער אין געשעפט.

עס איז געקומען די צייט (פאר אפאר וואכן צוריק) וואס די ארבייטער וואס איך פלעג זיך מיט זיי טיילן מיט די ציגארעטן האבן דערקלערט אז זיי קענען עס נישט מער פארטראגן (נישט פארגעסן, דא איז אויך די עקאנאמיע אריין געקומען אין בילד) און זיי האבן מער נישט קיין געלט און זיי ציען זיך גענצליך ארויס פון די געשעפט און פארטיג מיט די ציגארעטלעך. איך האב פרובירט אליין צו קויפן אבער דאס איז שוין געוועהן שווער ווייל איך רייכער נישט אזוי סאך און איך האב געברויכט אליין צו באצאלן פאר א גאנצע באקסעלע און אזוי האט עס נישט געטויגט.

עס האט נישט גענומען לאנג און איך האב געמוזט ווערן א נהנה מיגיע כפם איך האב געמוזט אנהייבן צו געניסן פון אנדערע און פארשטייט זיך אז עס נישט גרינג. א גרעסערע פראצענט מענטשן טיילן נישט קיין ציגארעטן און איך האב מיך זייער געמוטשעט מיט דעם פראבלעם.

היום יהיה האות הזה... שפאצירענדיג אויפן גאס איז מיין אויגן געפאלן אויף א באקס מארלבארא ציגארעטלעך.. עס האט אויסגעזעהן אזוי שיין נאך אז מיר האבן געהאט אגעפיל אז דא ליגט די הינט באגראבן.. עס איז זיכער נאך דא דערין ציגארעטלעך. ווער עס קען מיך ווייסט אז מיך אראפ בייגן עס אויף צו הייבן וועל איך נישט ביז ווילאנג איך בין 100 פראצענט זיכער אז דארט ליגט נאך סחורה. וכך הוה, איך האב געגעבען אזא שוואכע טרעיט אויפן באקס צו זעהן אויב עפעס ליגט דערין.. און וואונדער איבער וואונדער, יא, איר האט גוט צוגעטראפן, עס איז געליגן דארט 19 ציגארעטלעך אום בארירט.. יעך האב מיך נישט געפוילט און איך האב מיך געגעבען א פלינקע בייג אראפ צו דער ערד און איך האב געכאפט דעם בחור... איך האב ציגרעטלעך.

יעצט, א ווארט צום פיטום/שיבעקעטאנע/צירים/ בחור. איך שפיר זייער שטארק דיין ווייטאג אז דיין פאטער האט דיך געדראעט מיטן אויסטאפען דיינע טאשן נאכדעם וואס דו ביסט אהיים געקומען מיט א שווערע גערויך פון ציגרעטלעך האסטו נישט געהאט קיין ברירה און עס ארויסגעווארפן פון דיין פענסטער ווען דיין פאטער האט נישט געזעהן מיטן חשבון אז דו וועסט עס שוין באלד צוריק נעמען. ביסט אבער אריין געפאלן אין שלעכטע הענט... איך האב עס פארכאפט און ביי מיר וועט עס שוין פארבלייבן... מוזט מיר פארשטייןת נאך אלעם בין איך דאך אויך א "מענטש"... אז דו ליינסט דא און דו ווילסט עס צוריק מוזטו מיר געבן נעט 30 און קענסטעס קומען אויף פיקן פון מיר אויב עס וועט נאך עפעס זיין דאן.

עד כאן דברי אדם מכאן ואילך דברי הבלה...

ווען איך וואלט ווען געהייסן איך הער אדער שאץ מאץ וואלט איך נאך געשריבן ביז ווארד וואלט מיר ווען בארואיגט אז איך האב שוין געשריבן 10,000 קרעקערס אבער אזוי ווי איך בין נאר א "מענטש" און נישט קיין מלאך און איך בין נישט באשאנקן געווארן פון גאט מיט די געדולד צו שרייבן 10,000 קערעקטערס וועל איך עס אפילו נישט פרובירן צו מאכן און איך וועל נאר מאכן מיט אביסל מער ווי רוב ווייל אזוי וועט עס זיין מרובה עומד על הפריץ (עפעס אזוי.. ניין?) וועט עס שוין זיין רובו ככולו וואס דעמאלטס קען מען שוין זאגן גוד אחית און גוד אסיק.. איטס יאר טשויס.. וועלעכע עס קומט אויס בעסער... און אז ענק ווילן דוקא קען מען שוין זאגן מענינא דיומא אויך עפעס א זאך קלינגט מיר אין קאפ לבוד... נו, תעניתי חלומים.. ווי זענען ענק?? העלפטס מיך ארויס.. ענק זעהען נישט ווי איך מוטשע מיך???.

שוין איך ענדיג מיין באשרייבונג (עס ווערט נישט אנגערופן ארטיקל אונטער 10,000 קערעקטערס) מיט 5112 קערעקטערס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 11:00 pm

קערעקטערס ארויף, קערעקטערס אראפ, דער "מענטש" איז א פיינער שרייבער, זאל ער זיך אפטער לאזן הערן (נישט שמעקן!).

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 11:01 pm

קענסט קומען צו מיר, איך געב דיר גערן א ציגערעטל אבער נאר בתנאי עס קומט אזעלכע ארטיקלעך כסדר....

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 11:09 pm

יוי לייגסטו זיס אראפ די ציגרעטל אישו, הגם ביי מיר האצעכעס נישט אזוי אנגעהויבן, פארט ביסטו א זיסער אראפלייגער.

בעצם האבעך הנאה אז דו האסט געטראפן א פריש באקסל, זאל עס דיר זיין צום געזונט.

א פלא אז קרעמער האט אזוי רואיג געשריבן, אויף אזא קאנטערווערסיעלע טעמע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 12:31 am

אזוי שיין אראפצולייגן WOW WOW WOW.

סמוט געלאסן מיטן טעם אין מויל.

אגב האסטו מיך דערמאנט פון מיין ערשטע מאל ווען די קאפ האט זיך אזוינס געדרייט אז מ'זאל נישט וויסן. עס האט גענומען 4-5 ציגארעטן זיך איינצוגעוואוינען דערצו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 12:54 am

איך דארף נייטיג א ציגארעטל יעצט, ווי קען מען טרעפן נאכא שאכטל?
דו האסט מורא'דיג אראפגעלייגט דעמארטיקל. כ'גיי מארגן ארויסווארפן א קאווע פון פענסטער, אזוי וועסטו אפשר יענץ באשרייבן אויך.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 9:38 am

דו ביסט דאך א מענטש נישט, נעבעך דער פיטום בחור, אבער א שרייבער ביסטו שוין איינמאל, קיפן קאמינג פליז.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 9:47 am

מענטש גוט באשריב ביסט א סופער שרייבערן אבער געב מיר ארויס דעם אדרעס .

אויף דעם בחור ברויכסטו נישט רחמנות האבן ער איז דער זעלבער וואס האט פון צייטליך דעם קיגל גערויבט.

אין דער זעלבער וואס האט געמאכט דעם לוסטיג צו שאנד אין צו שפאט.

כהאלט אז מען קען עפענען אן עקסטערן פורום איבער דעם פיטום בחור...

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 8:55 am

איך פריי זיך פאר דיין אומזיסטע פעקל און נאכמער צו דיין ארטיקל.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 9:03 am

זייער שיין ארטיקל. ביי מיר האט זיך עס אנגעהויבן און געענדיגט מיט די קאפ דרייעניש

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 9:29 pm

כ'פריי מיך נישט צו דיין אומזיסטיגע פעקל, אבער צו דיין ארטיקל, שוין איינמאל. הערליך שיין אראפ געלייגט, און נאכאמאזל אז דו ביסט נישט איך הער, (אזוי האסטו געשריבן, יא?) ווייל ווען יא וואלטעס געמיינט אז איך וואלט געהאט נאך א הוצאה פון ציגרעטלאך אויך.

א גרויסן יישר כח פארן ארטיקל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23713
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 10:45 pm

זעהסטע? דאס מיינט א "מענטש", ער האט הנאה געהאט, מאכטער זיכער אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן..

ר' מענטש, דו ביסט א גוטע שרייבער, שרייב נאך.. דער עולם האט הנאה..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: עירמאנט'ער און 12 געסט