נו, האט ער זיך געזעצט אויף דיין פלאץ! איז וואס?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

נו, האט ער זיך געזעצט אויף דיין פלאץ! איז וואס?!

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:04 pm

די זון האט נאך עטליכע שעה גאנג צו שפרייזן אז ער זאל זיך באווייזן מיט זיינע ליבליכע שטראל גלעטלעך, אבער אין די יודישע קווארטל הערשט א טומל ווי די שטילקייט פון פרידליכע נאכט ווער צושטערט דורך א קלאפ פון א הייזקע וואס האט זיך נארוואס צוגעקלאפט דורך א שווארצע שאטן באדעקט מיט א חסידישע טראגע און אויפן קאפ א ברייטן הוט ארומגעוויקעלט מיט א שאליק מיט א סידור'ל אונטערן ארעם, צושטערנדיג די אטמאספערע מיט די קלאפעריי פון זיינע שיך, ווען אין די זעלבע צייט שארן זיך צו שטילערהייט אנדערע שאטנס צו די פארקירטע אויטאס און מיט א דריק פון א קנעפל הערט מען א גרילץ וואו די שלעסער פונעם קליינעם הכנסת אורחים שטיבל עפענט זיך, אויסרופענדיג דערמיט אז באלד גייט דא ווערן אביסל ליכטיג פון זיינע הויפט ליכטלעך וואס וועלן ווערן אנגעצינדן, און א גערויש פון א מאטאר וועט זיך הערן און וועט אויפוועקן די פייגעלעך וואס האלטן שוין אט אט ביים זיך דערוועקן צו דעם באלדיגן פרימארגן.


וואס איז היינט עפעס אויסערארדענטליך וואונדערן זיך די צושויערס מיט צועפנטע אויגן וואס האבן נאכנישט זיך געהאט געלייגט און א סוף זומערדיגע סאטארדעי נאכט, וואס טרייבט די טונקעלע שאטנס ארויס פון זייערע געלעגערס אין אזא פריע שעה, אבער וואס ווייסן און פארשטייען זיי אפי' אויב מ'וועט זיי געבן צו פארשטיין וועלן זיי ווערן נאך מער פארווינדערט און נאך מער פראגעס וועלן זיי זשומען אין קאפ, עס איז היינט א וואך פאר די גרויסע געריכט וואס די באשעפער פון די וועלט וועט זיך אומקוקן אויף די ווערק פון אלע באשטאנדטיילן פון און אינדרויסן פון זיין וועלטל, און אט דאס אלעס קוקט יעצט א וואך פריער ארויס אויף די שווארצע שאטנס וואס זיי טוען וויאזוי זיי וועלן פרובירן צו פארזיכערן א פאזיטיוון אויסגאנג.


שפרייזן די אלע מיט א ציטערדיגע געמוט צו זייער באליבטע שולכל, ווי די לאמפן זעען זיך שוין פונדערווייטנס, און ווינקן צו דעם אידל אז ערליכע אידן ג-ט פארכטיגע לייט האבן זיך שוין געפעדערט פאר אים און זיי האבן נאך מער מורא פון דעם קומענדיגן געריכט, נו ווי האלט איך ווערט זיין אזוי אויך צובראכענע הארץ מער צובראכן, זייער קול פון זייער געבעט איבערגעבויגן איבער דעם קליינעם תהלים'ל וואס איז נאך פארפאסט געווארן דורך קעניג דוד הערט זיך ארויסשפארן פון די שויבן אפשרעקענדיג די גאס פון דעם פארכטיגן טאג, און זיי טוען דאס באנעצן מיט זייערע טרערעלעך.


שפרייזט דער בעילאוט'ל אריין אין דעם העל באלויכטענעם שול, ער גייט צו צו זיין ארויסגעדינגענעם בענקל, ס'בעסמעדרעש איז נאךהאלב ליידיג, און ער וויל זיך אוועקזעצן און מיטגעכאפט ווערן מיטן שטראם פון די זאגערס, און אט באמערקט ער ווי איינער זיצט שוין אויף זיין אזוי געגארטן פלאץ, נו וואס טוט מען, קלערט ער ביי זיך, זאל איך אים אויפשטעלן, פארוואס? ס'איז דאך דא עטליכע זיצן דערנעבן וואס זענען נאך ליידיג, אבער פון די אנדערע זייט קלערט ער אז באלד וועלן קומען די אידן וואס האבן געדינגען די זיצן דערנעבן און עס וועט זיך אנהייבן א קייט פון רעאקציעס דורך מיר, אבער למעשה יעצט איז עס דאך נאך ליידיג, נו ווי קענסטו צוגיין צו דעם אידל און זאגן אז ער זאל צושטערן זיין געבעט צוליב דיין באקוועמליכקייט אין אזא טאג, די געדאנקען זשומען ווייטער און פארלאנגען די האסט דאך געצאלט פאר דעם טייער געלט אויף ווען דארפסטו עס אויב נישט אויף יעצט די ווייסט דאך אז די קומסט נישט דא צו אפט צו דעם ווייטן שול, אבער דא קומט צו די פאקט אז דער אידל קוקט נישט אויס ווי א באקאנטער זיין טראגע איז נישט אזא סארט וואס מ'איז געוואוינט צו זען און אונזער שול, נו ווער איז דאס, אפשר עפעס א מלאך'ל וואס איז געקומען צוזאמקלייבן נאך אפאר גוטע זכותים פארן גרויסן יום הדין, אדער איז עס אפשר אליהו הנביא וואס מ'האט נישט לאנג דערמאנט ביי די געזאנגען פון מוצאי שבת, ווי שטארק מען גארט ער זאל קומען, אבער – וועבן זיך די מחשבות – פארוואס איז ער אויף מיין פלאץ פונקט? וואס טוה איך דא, פאר איין מינוט מיין איך אז איך בין ברוגז אדער סתם הייס, אמער וואס טוט מען.


ביז וואס ווי ווען האט מען זיך געזעצט אויפן דערנעבענדיגען באנק וואס איז אויפן מאמענט געווען די שב ואל תעשה, וואס איז געווענליך גרינגער, און זיך גענומען זאגן עטליכע קאפיטלעך פון דעם באליבטען תהלים'ל, ביז דער חזן האט מיט א געשריי גערופן ''אשרי יושבי ביתך'', וואס האט אויפגעציטערט יעדעס אידיש הארץ, אויפמישענדיג דאס סליחות'ל באמערק איך פון די זייט אז דער איד וואס איך זיץ אויף זיין פלאץ האט זיך באקוועם געמאכט אויף די באנק פון פארנט, און ער האט באשלאסן נישט צו פארלאנגען זיינע רעכטן און מיר געלאזט דארט זיצן.

די גאנצע סצענע האט מיר אפגעשטעלט און מיך געמאכט טראכטן, דער אייבערשער משפט די וועלט ער האט זיין זיץ וואס איז באשטימט אויף די כסא דין, קומט א איד און מאכט א אתתערותא דלתתא אז מען מוז נישט זיצן דוקא דארט ווי ס'איז אים באשטימט ווי ער באלאנגט, ער מאכט זיך נישט צוטוהן ער פארקוקט. בעט מען דעם באשעפער ער זאל זיךאויך פארקוקן און נישט דוקא זיצן אויף די כסא דין, ער קען אויך זיצן אויף די כסא רחמים, אפי' אויב די לויט די מצב באלאנגט ער נישט דארט, בעטן מיר באשעפער פארקוק אביסל און זיץ אויף די כסא רחמים.
לעצט פאראכטן דורך bailout אום פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 11:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:31 pm

ווערי נייס
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 4:28 pm

זייער א גוטע צושטעל. ארויס געברענגט אויף זייער א גוטן שפראך, איך האב יעצט ערעסנט געפילט אז איך בין יענע זייט וועלט שטייענדיג לעבן מאשקע אין קרעטשמע

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 7:24 pm

בעלי, איך בין און א שטיקעל ראש, אבער נאכען ליינען אזא ארטיקעל קען אוך נישט דורך גיין אן מגיב זיין.

זאלסט וויסען אז איך האב זייער הנאה געהאט פון די דאזיגע ארטיקעל, און דיין שריפט בכלליות איז ווערט א באגריסונג, כה לחי, האלט אן מיר לעכצען צו הערען און ליינען נאך,

זיימיר און האמיר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 10:53 pm

זייער זייער א שיינע ארטיקל, סיי די שרייבערישע אויסדרוקן (קענטיג אז דער שרייבער האט פרובירט אויסצומיידן לשון הקודש'ע ווערטער צוליב וועלכע אורזאך עס זאל נישט זיין) און סיי די רייכע אינהאלט.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 11:16 pm

ביי מיר וואלט דער מוסר געוועהן אסאך טיפער....
ווען איך זעה איינער שטייט ביי מיין פלאץ (ביים עמוד) אוי וואלט איך געהאט יסורים.....
.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 6:57 am

גוט אראפגעלייגט בעילאוט, די משל נמשל איז א געוואלדיגער געדאנק, זאלסטו האבן א גוט געבענטשט יאר, און שרייב נאך.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 9:56 am

ביעלאט זייער שיין

סופער גוט באשריבן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 12:59 pm

זייער א געוואלדיגער צוטרעף בעילי.

א דאנק פאר די שיינע באשרייבונג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 1:37 pm

אוי וואלטצעך דער בארדיטשובער געפרייט מיט אזא ארטיקל.

יישר כחכם.

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 1:56 pm

איך בין א גאסט דא,און איך קען נאכנישט אזוי גוט די סיסטעם דא אבער מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא ליה, האסט טאקע מורא'דיג שיין ארויס געברענגט דאס ענין, אבער וויבאלד בדידי הוה עובדי און נאכמער ווי ס'זעט אויס וועט יו"כ מקוים ווערן ביי מיר צרות האחרונות משכחות הראשונות, האבעך שוין ארויס געפרינט דעם ארטיקל(כאף ביסט נישט ברוגז און אויב יא :evil: ) און אי"ה ערב יו"כ נאך מנחה גייט עס שוין ליגען אויף מיין פלאץ אפשר אזוי וועט יענער פארשטיין דעם רמז..............
א בחינה פון יענעם ראה"ק וואס ווען דער רב האט גענדיגט די שבת שובה דרשה (מעינינא דיומא ניין?) פיל מיט מוסר און שטראף רייד איז ער צוגעגאנגען צום רב און הויך אויסגערופן אוי האט זיי דער רב גוט אריין געזאגט.....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24644
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 2:59 pm

בעילאוט, די צושטעל איז געוואלדיג, אבער דיין שריפט איז עפעס מעידזשער, און דאס דארף באגריסט ווערן, ס'איז זייער פראפעסינאל אראפגעשריבן, מיט זייער א רייכע שפראך.. געוואלדיג!

טענקס.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 5:07 pm

זייער גוט אויסגעפירט און זייער אינטערעסאנט אראפגעלייגט.

שכוח בעילאוט

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 4:56 pm

הערליך שיין, יישר כוח בעליאוט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 7:38 pm

ביוטיפול הערליך, און ווי שאץ זאגט מיר איז א גרעסערער חידוש ווי דו האסט זיך גובר געווען איבערן נסיון.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט