דן זיין לכף זכות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

דן זיין לכף זכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א שטיקל שילדערונג פון יענע וועלט, איך האלט עס נאך אינמיטן חלום'ען, איך האף אז דער חלום וועט זיך אויסארבעטן.

ס'איז טונקל, איך האב שוין געדאווענט מעריב, איך בין שוין צוריק געקומען אין קרעטשמע, און איך בין שוין אוועק געגאנגען, געגעסן סאפער, געטראפן עפעס א תירוץ פארוואס ארויס צו גיין פון דערהיים צו קענען נאכאמאל אריין קומען אינעם קרעטשמע, שוין געגריסט א גוטע נאכט, אהיים געגאנגען, געלערנט דריי משניות, געליינט קריאת שמע, אנגעגרייט נעגל וואסער ( איך שרייב נישט ווער ), און זיך צוגעלייגט אביסל צו שעפן פרישע כוחות אויפן מארגן'דיגן טאג צו קענען דינעם דעם באשעפער, און פלוצלינג טרעף איך מיך אויבן ביים פמליא של מעלה, און איך קוק אזוי צו, וואס דארט טוהט זיך, און נישט מער און נישט ווייניגער איך זע דארט ......... ( די פינטלעך זענען אויסגערעכנט ).

איי פון וואו ווייס איך אז ער איז עס, מ'האט מיר דאך קיינמאל נישט אנגעצייגט אויף אים, אבער דער מלאך וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים, האט יעדעס מאל ביים אריבער גיין עטליכע טשעק פוינטס אויסגערופן דאס איז ......... איינמאל האט ער אפילו געזאגט דעם נאמען בלשון חבה ווי מ'רופט אים דא אין קרעטשמע ...'. איך האב געכאפט א שאק אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן, ער איז עס, איך קען דאך אים גוט, ס'איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז ער איז דער זעלבער מיט וועמען מ'טרעפט זיך עטליכע מאל א טאג אונטער א שלייער, גיי ווייס אויב ער טראכט יא, אז איך בין איך הער.

עניוועי מ'נעמט אים אפיר, און מ'הייבט אים אן אויסצופרעגן,
געלערנט האסטו?
יא, אוודאי, יעדן טאג געהאט א שיעור, און איך האב אויך מיט געהאלטן דעם שיעור אין הלכות אינעם קרעטשמע.
נתת ונשאת באמונה? קומט די נעקסטע פראגע,
איך האב פראבירט דאס בעסטע לויט מיינע מעגליכקייטן מ'קען פרעגן מיינע קאסטומער'ס פונעם בארימטן ... ....
ווי אזוי האסטו דיך אויפגעפירט צווישן מענטשן? האסטו דיך אויפגעפירט אזוי ווי ס'דארף צו זיין? אז מ'זאל דערקענען אז דו ביסט א איד, דעם באשעפערס א קינד?
נו, אוודאי האב איך פראבירט, גערעדט איידל, נאכגעגעבן פאר יענעם מער ווי איינמאל.

פלוצלינג קומען צו פליען עטליכע מלאכים איינגעטינקען אין א פעך שווארצן קאליר, אז ס'כאפט א שרעק נאר זיי אנצוקוקן, און מיט יאמערליכע קולות ברענגען זיי ארויף עטליכע מעשים וואס דער יעניגער האט גארנישט אזוי מקבל געווען באהבה, ער האט טאקע יענעם נישט מבזה געווען אויפן ארט, אבער שפעטער ווען ער איז אריין אינעם קרעטשמע האט ער זיך אויסגעגעבן זיין גאנצע כעס אויף יענעם אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן, מ'דארף אים דן זיין דערויף, אונז וועל מיר דאס נישט אדוירך לאזן גלאטיג, און נאכמער ס'האט איינמאל פאסירט אז איינער האט געוואלט זאגן א גוט ווארט אויף איינעם וואס האט געטוהן אז זאך וואס על פי מענטשהייט האט ער דאס נישט געדארפט טוהן, האט ער יענעם ארונטער געריסן, ער מוז פארדעם ווערן באשטראפט.

די ווייסע מלאכים אין די זייט נעמען זיך אן פאר אים, אז ער האט דאס נישט געמיינט אזוי ערענסט, נאר געוואלט אויסניצן זיין כח הפענע, און ער האט גראדע אינזינען געהאט לטובה, צו מאכן שמייכלען אנדערע אידישע קינדער.

די שווארצע לאזן זיך אבער נישט, זיי פארפירן, אז אפילו לאמיר זאגן אז ער האט דאס נישט געמיינט ערענסט, אבער די אלע וואס ליינען דאס, ווייסן נישט זיינע מחשבות, זיי לערנען זיך נאר אראפ פון דאס וואס זיי זעען, אז דאס און דאס דארף מען צו טוהן ווען איינער פירט זיך אויף אזוי און אזוי, קומט אויס אז מיט זיין אומפאראנטווארליכקייט, האבן זיך אנדערע מענטשן אפגעלערנט שלעכטע מידות, און נאכמער, קען מען דען נישט אויסניצן דעם כח הפענע דוירעך פראבירן דן צו זיין יענעם לכף זכות, אויף צו זוכן די גוטע זייט אין יעדע זאך?

דער בית דין דרייט זיך אויס צום באשולדיגטן און פרעגט אים צו ער איז מודה אין דאס וואס מ'באשולדיגט אים?
...'. ווארפט זיך פאר שרעק, ער קען נישט קומען צום ווארט, האט ער דען געטראכט אז פון זיין דזשאוק זאל גאר ווערן אזא ערענסטע דילעמא, ס'איז אים קיינמאל נישט בייגעפאלן ווען יא וואלט ער דאך דאס אויך באשריבן.

די ווייסע מלאכים זענען זיך נאכנישט מייאש, און זיי פראבירן דאס בעסטע וואס איז נאר שייך, מלמד זכות צו זיין אויף אים, און צום סוף האבן זיי געזאגט אז פאקטיש איז ער דאך נאך יונג, און ער קען נאך מתקן זיין דאס וואס ער האט קאליע געמאכט זאל מען אים געבן נאך א טשענס, און אים לאזן אויפשטיין פון זיין שלאף, און ער זאל פאררעכטן דאס וואס ער האט נישט גוט געטוהן, און פון היינט און ווייטער וועט ער אויסנוצען זיין כאריזמע נאר אויף ארויס צו ברענגען די גוטע פוינטס פון יעדע זאך.

די דיינים רעדן צווישן זיך און זיי טראכטן און זיי קומען אויף מיט זייער פסק אז זיי געבן נאך פאר די ווייסע מלאכים, אבער וועט ער דען געדענקען דאס אלעס וואס דא איז פארגעקומען, די מלאכי רחמים געבן זיך א דריי אויס צו מיר מיט א פראגע צו איך וואלט מיך אונטער גענומען אים צו דערמאנען, איך האב נישט געטראכט קיין צוויי, ארויס העלפן מיינס א קאלעגע, וואס איז דען די פראגע.

די מלאכים נעמען אים אן ביי די הענט און מ'טראגט אים צוריק פון ווי מ'האט אים גענומען, און מיט א שמייכל לייגן זיי אים צוריק אונטער די דאכענע, נישט ווייט פון זיין וועקער זייגער וואס האט שוין געהאלטן אינמיטן קלינגען אים אויף צו וועקן לעבודת הבורא.

און אצינד האב איך מקיים געווען דאס וואס איך האב זיך אונטער גענומען, איך שרייב נישט ארויס קיין נעמען איך גלייב אז דער באטרעפענדער וועט זיך גלייך כאפן אז אים מיין איך, און פון היינט און ווייטער נאר פראבירן צו דן זיין א יעדן איינעם אפילו איינער וואס פארקט קרום לעבן זיין בית המדרש ווען ער יאגט זיך, לכף זכות.

( איך מיין אז דער חלום האט זיך גאנץ גוט אויסגעארבעט, אצינד קען איך מיך גיין צו לייגן )
נ.ב. דא קען יעדער וואס האט עפעס געזען אויף אן אנדערן א זאך וואס ער האלט אז יענער האט דאס נישט געדארפט טוהן, פראבירן אויף צו זוכן ווי מער סיבות וואס ס'קען אלץ זיין פארוואס יענער האט דאס געטוהן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז א זעלטן שיינע ארטיקל, אבער איך פארכט זיך אז די נעמען שטימען נישט (לויט די סימנים האסטו געוואלט שרייבן "יגרסהדותא" און "יגר'ל", ניין? ווידעראום די מעשה מיטן קרום געפארקטן אויטא האט גאר דער "קליינער" געשריבן).
שניימענטש
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניימענטש »

איך_הער,

וואונדערבאר!!!!


קרעמער,

אמאל פלעגסטו בעסער געדענקען, אידער וועי היר יו גאו
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך הער;

ביוטיפול (די ביזנעס נאמען שטימט נישט לויט מיין חשבון, אבער וואס ווייסט א יאנאש).
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אוי כאפ איך, ס'ציפט.

בל"נ און נאך היינט וועט מען דאס מתקן זיין.

איינער זאל נאר עפעס טון לעבן מיר, איך וועל אים גוט באשרייבן..



נ.ב. איכער, בייג זיך צו צו מיר, שטילערהייט: א יישר כח, פארן מיך אזוי איידל אויפמערקזאם מאכן.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איךהער די דארפסט מיר נישט דערמאנען איך געדענק אלעס און ישר כח פאר נישט ארויס שרייבען נעמען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שניימענטש האט געשריבן:איך_הער,

וואונדערבאר!!!!


קרעמער,

אמאל פלעגסטו בעסער געדענקען, אידער וועי היר יו גאו


שניי מענטש;

ביטע הייב זיך נישט אן מיט מיר!

איך_הער רעדט פון א פאל וואו איינער האט באשריבן א קרום-געפארקטע קאר (וואס "אני_הקטן" האט געשריבן אין איינע פון זיינע ארטיקלן), און רעדט קלאר נישט פון איינער וואס האט געבלאקט א קאר, ווי דער פאל ביי יגר'ל'ס ארטיקל.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך_הער,

זייער שיין.


קרעמער,

איך בין דן שניימענטש לכף זכות, ער האט דיך זיכער געוואלט ארויסהעלפן, נישט חס ושלום זיך אנפאנגען מיט דיר...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

סאו, איך_הער זאגן אז די גאנצע ארטיקל האט זיך געדרייט ארום מיר? מ'האט טאקע גערעדט פון מיר?
אוודאי בין איך דן יעדן לכף זכות, אזוי ווי איך וויל אז יענער זאל מיך דן זיין לכף זכות, ווען איך פארקיר מיין אויטא ווי א פ"א צדי"ק.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיינע געפילן אויף א לייכטן אופן. דאטס אלל.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איכער, שוין לאנג נישט געליינט אן ארטיקל אין די קרעטשמע מיט אזויפיל מתח, וואונדערבאר, אויסטערליש, שרעקוועדיג, אקיצער געוואלדיג.

אזוי ווי יאנאש, די ביזנס נאמען שטימט נישט עפעס, אחוץ אויב האט ער נאך א ביזנעס.

שטעלט אייך פאר, איכער האט בסך הכל געוואלט אויפמערקן א קלייניקייט פאר יגר'לען, האט ער פארברענגט כאטשיג א האלבע שעה, אז די זאך זאל זיין אויפ'ן שענסטען אופן וואס איז נאר מעגליך, נאך א רינגעלע צו די קייט פון 'כ'געדענק שוין נישט פונקטליך די נאמען וואס כאב געגעבן אין אנאנדער אשכול היינט' והיה בזה שכרי, אנאנדער נאמען וויליך נישט געבן דערפאר. איימעסארי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך בין נישט אין די מאד פון מצטט זיין, אבער איך וועל ענטפערן פאר די פאר וואס האבן געפרעגט.

קרעמער, איך האב מיך טועה געווען ( ענדערש ווי זאגן אז די בית דין של מעלה האט זיך טועה געווען ) און געשריבן געפארקט קרום, אנשטאט געבלאקט, אבער דער תמצית איז דער עיקר, ער האט פארפירט אויף דעם וואס האט מלמד זכות געווען נאך אני'ס ארטיקל.

יאנאש, סאכדעס, ( אדער ווי מאנכע שרייבן סאכעס,)איך האב גערעדט פון די נאמען און ביזנעס וואס ער האט דא אין די קרעטשמע, אויב ס'איז נאך אלץ נישט פארשטענדליך פרעג נאכאמאל, איך האף אז דו טראכסט נישט אז איך האב געשריבן זיין עכטע ביזנעס, ווייל דערווייל ווייס איך נאכנישט ווער ער איז, און פון וואנעט זאל איך וויסן וואספארא ביזנעס ער האט?

בהמה, בא ללמד ונמצא למד, איך האב אינזינען געהאט א צווייטן אבער ווי די וועלט זאגט אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, כאפסטו אז דו האסט אויך דעם זעלבן פראבלעם, נו נעם דיך אונטער צו פאררעכטן, ווייל אין סומכין על הנס, ווער ווייסט צו איך וועל פונקט זיין דארט ווען מ'וועט קער נעמען פון דיר?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

...עד ש'זרח' אורו של 'זרח', און זאכן זענען געשטעלט געווארן אויפן פלאץ...

איך זעה איר מוטשעט אייך ארום וועם ער האט געמיינט. לעשירות דעתי הגדולה, לויט דין ודברים פון די מיימינים ומשמאלים, אהין און צוריק, קוקט עפעס אויס אז ער האט מכוון געווען צו: די תגובה דא, דו"ק ותשכח....

וזה שאמר הכתוב, והדא הוא דכתיב: "זרח בחשך אור לישרים"...

---
איך הער:
אילו לא עלית לגדולה אלא בשביל זה, דיינו!.
הן, אז דו האסט דיך ב"ה, זינט דאן, פארברייטערט דיין זיסע אינהאלטרייכע פענע, לשמחת לבב כל תושבי הכפר.
והן, מיט דיינע אויפריכטיגע בליקן אויף יעדן פרט ופרט.

חזק ואמץ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סאכדעס האט געשריבן:איכער, שוין לאנג נישט געליינט אן ארטיקל אין די קרעטשמע מיט אזויפיל מתח, וואונדערבאר, אויסטערליש, שרעקוועדיג, אקיצער געוואלדיג.

אזוי ווי יאנאש, די ביזנס נאמען שטימט נישט עפעס, אחוץ אויב האט ער נאך א ביזנעס.

שטעלט אייך פאר, איכער האט בסך הכל געוואלט אויפמערקן א קלייניקייט פאר יגר'לען, האט ער פארברענגט כאטשיג א האלבע שעה, אז די זאך זאל זיין אויפ'ן שענסטען אופן וואס איז נאר מעגליך, נאך א רינגעלע צו די קייט פון 'כ'געדענק שוין נישט פונקטליך די נאמען וואס כאב געגעבן אין אנאנדער אשכול היינט' והיה בזה שכרי, אנאנדער נאמען וויליך נישט געבן דערפאר. איימעסארי.


דאכט זיך אז די נאמען איז "אויפטוען פון די קרעטשמע", און עס געפונט זיך אינעם דאווענען מנחה מעריב אשכול (איך בין ליידער אן עצל, דערפאר זעט איר כמעט נישט קיין לינקס אין מיינע תגובות).
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:איכער, שוין לאנג נישט געליינט אן ארטיקל אין די קרעטשמע מיט אזויפיל מתח, וואונדערבאר, אויסטערליש, שרעקוועדיג, אקיצער געוואלדיג.

אזוי ווי יאנאש, די ביזנס נאמען שטימט נישט עפעס, אחוץ אויב האט ער נאך א ביזנעס.

שטעלט אייך פאר, איכער האט בסך הכל געוואלט אויפמערקן א קלייניקייט פאר יגר'לען, האט ער פארברענגט כאטשיג א האלבע שעה, אז די זאך זאל זיין אויפ'ן שענסטען אופן וואס איז נאר מעגליך, נאך א רינגעלע צו די קייט פון 'כ'געדענק שוין נישט פונקטליך די נאמען וואס כאב געגעבן אין אנאנדער אשכול היינט' והיה בזה שכרי, אנאנדער נאמען וויליך נישט געבן דערפאר. איימעסארי.


דאכט זיך אז די נאמען איז "אויפטוען פון די קרעטשמע", און עס געפונט זיך אינעם דאווענען מנחה מעריב אשכול (איך בין ליידער אן עצל, דערפאר זעט איר כמעט נישט קיין לינקס אין מיינע תגובות).


קרעמער, על זה כבר ניבא הנביא, 'עמו אנכי בצרה' ודוק.
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

פלעין הנאה געהאט
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ווואאאאפפפפ, אידאס שטויביג!!!

וואו ביסטו אנגעקומען אהין? און וואס נאך האסטו אלץ געטראפן?

יישר כח פארן עס ארויף ברענגען, אזוי האבעך עס איבער געליינט, און כ'קלאפ מיך אזוי אליינס אויפן פלייצע, איי אי געווען צייטן!!!!!!!

נו שוין, עלעך מיך נישט צו לאנג מספיד זיין, א גוט שבת.
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

זיי מיר דן לכף זכות לאל

סתם געטראפן אינטען פונעם קרעטשמע
סע דא גוטע שטאף מען ברויך עס נאר ארויפברענגען
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”