אין סקול אריין, מיט חשק

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

אין סקול אריין, מיט חשק

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 4:18 pm

ב"ה

דער היינטיגער טאג – דינסטאג, וואס דער "כי טוב" האט געכאפט א טאָמבעל-סאס – האט זיך זאכן געטוישט, און געטוישט מיינט קאמפליטלי דיפרענט.

ביי מאנכע [וואס מאנכע מיינט? מאנכע מיינט: א סאדע באטל אנגעפילט מיט גרעפ-דזשוס!!, קעי, נעקסטיים פרעג נישט אזא סטופיד קשיא], איך בין שוין טאָטעלי צומישט, מיט א אל"ף העכער די קמץ, יוי, צוריק, ביי מאנכע מענטשן האט זיך עס נעכטן אנגעהויבן ביי געוויסע היינט, אבער אין דעם טאג אדער א צווייטן, האבן אלע מיידלעך אנגעהויבן צוריקצוגיין צום סקול/שולע, אבער נישט סתם אזוי געזאגט: מ'גייט צוריק אין סקול! ס'איז צוגעגאנגן מיט אזעלכע פאני הקדמות, נישט "אקדמות" האב איך געזאגט, אזעלכע אינטערעסאנטע צוגעגרייטעכץ, אזש די פיאות פאלן אראפ פון העכער די אויערן.

האט איר שוין אמאל אויפגעהויבן די "בריפקעס" פון אייער טאכטער? אליין'ס צו מיט די הילף פון א גויטע?.. יוי ווי דאס וועגט, וואס ליגט דארט? אין א סייט אויף היברעאיש האב איך געזען ווי זיי געבן אן אזוי ווי מ'זאגט די אינסטראקשענס וויפיל באר-בי-קיו, כ'מיין וויפיל UPS מ'דארף ניצן פאר אן עירקאנדישען געבּעֶסט לויט ווי גרויס פון א צימער, אזוי שרייבן זיי, אויב די מיידעל וועגט 60 קילא, קען מען איר לאזן טראגן ביז דריי קילא-גראם.. עפעס אזא מין חשבון.

אונזערע טעכטער שלעפן אזעלכע שווערע משאות, איבערגייענדיג מיט איר שטיקל ביי שטיקל האט זי גארנישט געוואלט ארויסשטעלן, טענה'דיג אז דאס "מוז מען זיכער האבן"!!

איין מיידעל דארף א סידור, פארשטייט זיך א וואכענדיגע סידור איז אויך גוט אבער ס'מוז האבן:
תהלים
נשמת
הלל
בענטשן
און אגרת הרמב"ן

שטיי איך אין ספרים געשעפט, און איך וואונדער מיך, ווי איז "כפתור ופרח" ווי איז "סידור קול יעקב"? פארוואס מאכן זיי נישט "איין נארמאלע סידור" וואס זאל האבן נאר וואס מ'ברויך?

ווער דארף קריאת שמע שעל המטה? ווען אזא סימפעל זאך ווי "פרק שירה" איז דארט נישטא צום געפינען, ווער דארף "האדרת והאמונה" אין א סקול סידור, משוגע מאטארע, וועלכע מיידל ברויך דעם ריזיגן "על הכל" וואס אלע טאטעס כיפערן אפ שבת צופרי ביים הוצאות ספר תורה, העי, נשמת יא, אבער "על הכל"??

דאס איז מיט איר סידור, איר ענגלישע בּאָק וואס איז אנגעסקריבעלט אויף אלע תמונות תועבות א נחת צו קוקן, ימח שמו אלע ציונים (קרעדיט: א רעדנער ביי א פראטעסט), לאזט מען זיך ארויס צום נייעם שולע יארע.

די באסעס הייבן אן ארומצופירקלן גאנצערטע גאסן, א רחמנות פאר א יונגערמאן וואס זיצט אינטערן באס, ער גייט דורך צער שבת און בושת.. די קינדער וואס טאנצן אויף די בעק סיטס מאכן אים פאני פעסעס... יוי ער קומט ארויס ווי א פארייכערטער פישל פון די גאזאלין וואס די באס שטיפט ארויס מיט כח, אידאך "על-גאר" יא גערעכט געווען..

אלעס ביז דא קען נאך צוגיין מיט א שמייכל צו דערזייט, אבער ווען איר קוקט זיך צו ווי די קינדערלעך גייען ארויף אויף די באסעס, ווי די געטרייע מאמעס, אייניקלעך פון רחל און לאה אמינו, צווויינען זיך: אוי רחי, מלכי, וואטש דיין ריסעס, זאלסט פאלגן דיין טיטשער, ווישט זיך א טרער אראפ אויף אירע באקן, ביי חני, ביי


דער טאטע, אדער שלאפט ער נאך אין בעט, אה מחי', יעדער איז אינדרויסן, צוזאמען מיטן אשת חיל, מ'דרייעט זיך פון איין זייט צום צווייטן, אדער איז ער שוין לאאאאנג נישט דארט, אוודאי צוקיצלט ער זיך נישט יעצט פון די "שול פירן צערעמאניע".. אבער ער האט אויך א טרער געלאזט ווען מ'האט פון אים די "שכר לימוד געלט" געריסן.

אוי, כל מזונותיו של אדם קצובין, חוץ מהוצאות בניו לת"ת. מיינט דאס אויך די מיידל שולע??

וואס א חילוק, אבי די בני בית נעמט אביסל וויקעשאן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 4:28 pm

יגר'דיג, זייער שיין און זיס. טענקס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 4:30 pm

נאר די בני בית?

איך האב היינט צוריקבאקומען אביסל מנוחה וואס איך האב שוין נישט זינט סקול שליסונג פארטי (פרעג מיך פארוואס מען דארף מאכן א סקול שליסונג פארטי און א סקול עפענונג פארטי, ביי אונז פלעגט שוין גארנישט זיין קיין פייערונג ביים אנהייב ישיבה יאר, קוים ביים סוף האט מען אביסל געפייערט אויף די ווענט פון ס'קיסע).

יישר כח פאר די ארטיקל, לאמיר האפן אז די מנוחה פון די בני בית וועט ווירקן אויף די מענער צו קענען שרייבן שיינע ארטיקלן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 6:59 pm

יגר'ל שוין דריי יאר צום גוטן וואס איך ליין דיינע געשרייבאכטס און נאך אלס לאך איך מיט די זעלבע קראפט...
יו אר סטיל פאני,

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 7:43 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:ביי מאנכע [וואס מאנכע מיינט? מאנכע מיינט: א סאדע באטל אנגעפילט מיט גרעפ-דזשוס!!, קעי, נעקסטיים פרעג נישט אזא סטופיד קשיא]


איך האב מיר אלעמאל געוואונדערט, פארוואס שבת נאכמיטאג, פיר איך מיר ווי מאנכע, און איך לייג מיר אראפ אויף א שינת צהריים.
ענדליך ווייס איך שוין, ווייל ווען א סאדע_באטל איז אנגעפילט מיט גרעפ-דזשוס, ווערט מען מאנכע....


טענק יו יגר'ל, סיי פארן שיקן די מיידלעך אין סקול מיט חשק, און סיי פארן מיר ערקלערן א לאנג יעריגע רעטעניש.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 8:17 pm

די וועלט זאגט א ווערטל אז נער בלייבט נער און יגר בלייבט יגר, וויפיל טאמבעלסהויסן יגר זאל נישט מאכן, בלייבט ער י'ום ג' ר'נכפל בו כי טוב (א רי"ש איז זיך מתחלף מיט א שין).
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 8:19 am

טענקס יגר, זייער שיין.

ביי אונז דארף מען נאך אפטראגן אין שולע אויכעט

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 9:41 am

א נייע טאג מיט חשק..
יא, אז יגר שרייבט, גיבט עס חשק און מוט אנצוהייבן דעם טאג מיט פלייס.
טענקס. כ'האב מיך באמת צעלאכט אויפן קול עטליכע מאל [איך בין נישט געוואוינט אין גוזמאות].

יגרסהדותא האט געשריבן:
אוי, כל מזונותיו של אדם קצובין, חוץ מהוצאות בניו לת"ת. מיינט דאס אויך די מיידל שולע??

מיר ליגט אין קאפ, אז הגאון ר' יעקב בלוי שליט"א, אין זיין ספר אויף חינוך קטנים, שרייבט: אויב שיקט מען די מיידלעך צו לערנען הלכות ודרך ארץ ויר"ש, איז עס בלי ספק א חלק פון הוצאות בניו.
[איך טראכט מיך יעצט, די גמרא זאגט אשרי מי שבניו זכרים. איז משמע, אז אויך מיידלעך קענען גערופען ווערן בנים. ווייל אז נישט, וואס הייסט שבניו זכרים. אויב אזוי, איז מעגליך "הוצאות בניו" לאו דוקא אינגלעך].

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 12:34 pm

אז יגר'ל שרייבט איז דא וואס צו לעזן, דו האסט א קוק אויף א זאך אז מען קען משוגע ווערן.

יישר כח.

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:18 pm

יגר'ל
איך האב ב"ה נאך נישט דיע עידזש קינדער, אבער ס'גוט אז דו ביסט מיר מבשר די בשורה טובה אז זיי זענען צוריק אין סקול, ווייל פאריגע וואך זאגט מיר מיין שוועסטער אז עס איז א שאד געווען די געלט וואס מען האט געצאלט זיך אויסצורוען (?) אין קאנטרי, ווייל זי איז שוין ווייטער אפגעמוטשעט (?) פון די קינדער וואס טאנצן איר שוין אויפן קאפ זינט מען איז אהיימגעקומען... און זי האט געוואלט איך זאל אביסל בעביסיטען די יונגווארג ווייל זי וויל ארויסגיין.

און ניין, איך האב נישט אנגענומען די אפפער... האסט געהערט אזאנס...

און סאדע_באטל, האסט מיך געמאכט לאכן...

געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 21, 2007 2:10 pm

תגובהדורך געצל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:39 pm

שלומי האט געשריבען "איך האב ב"ה נאך נישט דיע עידזש קינדער
סאונדס פוני......
השי"ת זאל העלפן די זאלסט האבען

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 5:23 pm

מברכין על ה... כשם שמברכין על הטוב, כאטש ער האט נישט דאס געמיינט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 10:19 pm

ער האט אפשר געמיינט די וועלטס ווארט: קליינע קינדער קליינע דאגות - גרויסע קינדער גרויסע דאגות. דערפאר פריידט ער זיך מיט די דערווייל קלענערע דאגות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 10:49 pm

יגר, יו-גאר, על-גאר, שרייב-נאר, ווי-וואנט-מאר, צוריק אין סטאר, ווער נישט באר(ד)!

אינטעליגענט,
אין כלל פון בניו קען טאקע זיין 'בנותיו' אבער דער 'לת"ת' איז געוואנדן לויט דעם אין די מחלוקה פון המלמד את בתו תורה ודו"ק.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 7:38 am

מילער אזוי,

יגר, די גוט זאגער, די ביזט צוקער שאגער, מיין שוואגערס שוואגער, אין סקול טראגער, דיין ארטיקל איז גארנישט מאגער, ס'דערמאנט מיר דיינע ארטיקלען אויף הגר, מיט אזא ארטיקל איז קרעטשמע מער ווערד ווי פיטער לוגער.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 7:18 am

שיינע ארטיקל יגר, ווי יאנאש זאגט ווען דו שרייבסט איז דא וואס צו לייענן, נאסטאלאגיע ווי דו פלעגסט אמאל האבן דא א וועכענטליכע בליק אויף די פרשה, כ'האב מיך דעמאלטס מחיה געווען.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט