טאגבוך קיץ ס"ט: באזוך #7 אחרון חביב מאשקע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

טאגבוך קיץ ס"ט: באזוך #7 אחרון חביב מאשקע

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 23, 2009 9:42 pm

מיטוואך שופטים, ערב ראש חודש אלול, צווישן יום כיפור קטן און מנחה, צודריזלט זיך דער טעליולער און אויפן פענסטערל באווייזט זיך דאס נאמען פון א זעלטענע רופער. דער געוועזענער ראש הקהל "מאשקע" וויל דרינגענד רעדן מיט מיר. ער באגריסט און גייט זאפארט צום ענין: קרעמער, עפן יעצט א 'ווארד' פייל מיטן קעפל "באזוך 7 - מאשקע"... איך וועל זיין ביי דיר ביז אפאר שעה. איך פרעג איבער וועלכע צייט ער רעכנט דא צו זיין, ווייל פון 8:30 ביז 9:30 איז מען אין שוהל צו מנחה-מעריב. ער זאגט אז ער האט א ליידיגן סדר היום און וועט זיך צושטעלן צו מיינעם.

נאך א שטיקל געשפרעך שטעלט זיך ארויס אז ער קומט אפליפערן זיין אידענע (בעלת הגמ"ח הידוע - לינק פארגעצויגן [לינק קרעדיט: סתם אזוי'ס געדולד, און איכער'ס ארבעט.) צו א שפיל/פלעי אין איינע פון די זומער קעמפס פונעם אומגעגענט, און ווילאנג דער שפיל געדויערט האפט ער אריינצוכאפן א סעריע באזוכן ביי קאלעגע קרעטשמעריסטן. פונקט גוט - זאג איך אים - ווייל מיין אידענע רעכט זיך אויך צו גיין צו יענעם זעלביגן שפיל, און דאס באדייט אז איך וועל אים קענען איבערגעבן דעם צווייטן צוזאמלייג בענקל וואס פונקציאנירט נאך ביי מיר אין באנגעלוי אונטערצושפארן די זיץ פלייש אויף די פאר שטונדן ביז "די ענד", אדער "פיינעלי" אויף מיידעליש.

דער מענטש טראכט און די פרוי לאכט. אהיימקומענדיג פון מעריב דערזעה איך מיך מיט א שטוב שפרינגעדיגע, דער עסט, דער אנדערער וויינט, דער וויל טרונקן און דער אנדערער וויל אלעס אויסער גיין שלאפן. רוף איך שנעל אן דעם מ. ראש הקהל מיט די בשורה לא טובה אז דער באזוך ווערט נדחה צו אן אומבאשטומטן צייט, פרטים יבואו ווען דער שר החלומות וועט באהערשן די קינדערישע שטופעריי. דער פארשטענדליכער ראש הקהל (וואס האט זיך יענע נאכט ארויסגעדרייט פון אלע פעטערליכע פליכטן, איבערגעבנדיג די ילדים צו געטרייע שכנים און קרובים, אלס הכרת הטוב אויף דעם וואס זיי באנוצן זיך שטענדיג מיט זיין גמ"ח..) האט פארגעשלאגען אריינצורופן יעדע פאר מינוט אנצופרעגן אויב דער פאסיגער צייט האט דערגרייכט.

דערוויילע האט זיך דער פאטער אנגעטאן די מוטערישע שיך און אנגעהויבן אריינלייגן די קינדער אין די בעטן מיט גלעטן און ציפעדיגע גלעטן, די גאר קליינע האט מען געדארפט וויגן און בארוהיגן, אבער ענדע אלעס איז געווארן פרידן און א שטילקייט האט גענידערט אויפן אטמאספערע פון באנגעלוי קרעמער. אבער דער ערווארטעטער גאסט האט דערווייל ערפאלגרייך באזוכט ביי אנדערע גוטע פריינט, און יענע באזוכן האבן זיך געצויגן ביז דער זייגער האט שוין געקלאפט ארום האלבער עלף אויפדערנאכט, הערשט דאן האבן מיר די געלעגנהייט געהאט צו געבן פונקטליכע אנווייזונגען פארן גאסט וויאזוי מען עפנט אויף דעם גרינגערן צוים פון פאראיאר און מען דערגרייכט צו מיין כאטקע.

די ערשטע פראגע זיינע איז געווען וואו עס איז אפירגעקומען דאס געביין פונעם פאריעריגן 'דאלי' וואס מיר האבן באשריבן אין טאגבוך ס"ח (ווי נעמט מען די לינקס אויפצוזוכן דאס געדולד?), איך האב אים געזאגט אז מאי דהוה הוה, ווי דער קלוגער פארשוין האט געזאגט אין מיטל-אלטער: העבר אין והעתיד עדיין דאלי מנין.

נאכדעם האב איך אים צוגעוויזן א באקוועמע בענקל פארנט פונעם קרעטשמע טישל וואס דינט גלייכצייטיג אלס האלטער פאר מיין לעפטאפ און קלאפערגעצייג. היות עס איז פונקט אויסגעפאלן ראש חודש, האב איך נישט געזשאלעוועט קיין מיה און ארויסגעבראכט עטליכע טעצער מיט כל מילי דמיטב, אנגעהויבן פון שווארציע דזשעליביענס (א פעווארייט טאפיק ביי מאשקע) און געענדיגט מיט פרוכט קענדיס (אויפן פארלאנג פון טריאו דער מנהל וואס איז פונקט ערשינען אויף גוגעל טאלק'ס פענסטערל, האב איך מכבד געווען מאשקע צו מאכן א ברכה אויף די קענדי באנאנע וואס איז שטארק באליבט ביי טריאו), שפעטער איז צוגעקומען א שאכטל פאטעיטע טשיפס המכונה 'פרינגלס', אויסער געציילטע חתיכות שאין ראויות להתכבד האבן אלע אין די רייע געהאט א תיקון השלם דורך דעם חשוב'ן גאסט און זיין געבער.

צו אלעם ערשטן האבן מיר אינאיינעם אפגעשטאט א באזוך אין קרעטשמע, וואו מיר האבן צוזאמען געליינט אפאר צוגעקומענע תגובות (און אויף איין פלאץ צוגעשריבן אז מיר האבן שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל), און ווען אלעס איז שוין געווען ווייס (המבואר באשכול א ווייסע טישטוך באדעקט די קרעטשמע) האבן מיר זיך אריבערגעכאפט צו נאך פארשידענע זייטלעך מזאטלעך שונים ומשונים, מיט איין מטרה צו טרייבן די צייט. צווישן אנדערע האבן מיר זיך געלערנט אביסל חכמה פונעם פוקס (א שוועסטער-קינד פון ק.נ.א.), און איבערגעבליקט אן אינטערסאנטן לינק וואס איז פונקט אריינגעשיקט געווארן צו אונז דורך פאטאקי08 (ותשואת חן חן לו).

וואס נאך איז פארגעקומען ביי דעם רעקארד לאנגן באזוך וואס איז נישט געקומען צו קיין ענדע בעפאר 12:00 אינמיטן די נאכט? האלט אייך געשפאנט אויף מאשקע'ס באריכט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24644
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 23, 2009 10:15 pm

קרעמער איך האב נאכנישט געליינט, אבער איך פאר נישט ווייטער, איך דריימעך צוריק קיין וויליאמסבורג.. דו שרייבסט אחרון חביב.. ס'איז די לעצטע?.. קום איך נישט, און יעצט גיי איך ליינען.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 23, 2009 10:31 pm

איך האב דירעקט נישט געשריבן "אחרון אחרון" נאר סתם "אחרון"... מען קען נאך מאכן הוספות.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג אוגוסט 23, 2009 10:33 pm

וויכי,, מען האט נאך נישט אויסגערופן מפטיר...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 23, 2009 11:17 pm

מיט א לומדות זאגט דאך שוין דער תוס' יו"ט אז אחרון מיינט נישט דער לעצטער, ווען מ'האט אים געפרעגט מצד די משכילים אויפן פסוק גדול יהי' כבוד בית האחרון יותר מן הראשון, אז לכאורה איז אחרון דער לעצטער איז משמע אז ס'וועט נישט זיין קיין בית השלישי?
האט אים פארענפערט מיטן והי' אם לא יאמינו לאות האחרון וגו', ועי' באמרי נועם פ' בא עה"פ והי' הדם לאות על הבתים,

קיצור המעשה אחרון איז נישט אייביג דער לעצטע, בפרט ווען ס'שטייט לפי דעת קרעמער אחרון אחרון,

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 6:00 am

קרעמער, איך האב שוין נישט קיין נייע ווערטער פאר דיינע טאגבוכער, סאו העמער געבן אן אלטן קאמפלימענט, דער טאגבוך איז פונקט ווי דיינע אנדערע, מען קען צודרייט ווערן פון דיין געדענקן יעדן דעטאל און עס נאך אראפשרייבן מיט אזא מתיקות.

מאשקע, מיר ווארטן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 9:02 am

משה איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט הארציג (אפשר איז עס א פרי סעט תגובה ביי דיר??)
אבער שיין דאס יא...
הערליך אין שמייכעלדיג,
מאשקע נאאא.....
א-וואו ביסטו?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:19 am

מאשקע
נישט שיין אויפציהאלטן יענעם ביז אינמיטן די נאכט!
אה סארי די קענסט מיך פונקט אזוי פרעגן וואס טשעט איך קרעמערן אזוי שפעט?
די איינציגסטע צייט ווען קרעמער איז גרין איז צוויי אזייגער ביינאכט אריינגערעכנט מוצאי שבת
ביידעוועי ווען נישט די ביסט צי גאסט ביי קרעמערן ווייסעך נישט צי די לינק וואלט אנגעקומען צי דיר...
סאו איין זאך בעט איך דיר דריק די פאוס באטטאן אויפן לינק און פארענדיג באריכטן די באזוך דאנקע שעהן

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:48 am

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:30 am

שאץ מאץ האט געשריבן:מיט א לומדות זאגט דאך שוין דער תוס' יו"ט אז אחרון מיינט נישט דער לעצטער, ווען מ'האט אים געפרעגט מצד די משכילים אויפן פסוק גדול יהי' כבוד בית האחרון יותר מן הראשון, אז לכאורה איז אחרון דער לעצטער איז משמע אז ס'וועט נישט זיין קיין בית השלישי?
האט אים פארענפערט מיטן והי' אם לא יאמינו לאות האחרון וגו',

דער תוס' יו"ט טוט אויף דער חידוש מעצמו אבל כבר קדמו הרשב"א בתשובות שלו חלק ד' סימן קפ"ז
דער רשב"א שרייבט אויך דעם אנדערע ראיה פון תוס' יו"ט פון פסוק ואת לאה וילדיה אחרונים ואת רחל ואת יוסף אחרונים. ער זאגט אויף לאה מיט איהרע קינדער אחרונים אפילו עס זענען נאך געווען רחל מיט יוסף
the SCY is the limit

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 7:55 pm

קרעמער, הערליך שיין באשריבן, יישר כחכם.

מיר האבן אריין געריקט די לינק וואס סתם אזוי האט געברענגט, צו די פלאץ וואו קרעמער האט פארגעצויגן.

מאשקע, מיר ווארטן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 8:40 pm

יישר כח סתם-אזוי און איך-הער פאר די לינקס. יעצט זוכט ביטע אויף דעם באזוך פון מאשקע קיץ ס"ח.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:34 pm

דא האסטו א באזוך פונעם ראש הקהל.

און צום ענין זייער שיין באשריבן קרעמער, גוד ווארק.

מאשקע וואו ביזטו שטעקן געבליבן? איך מיין קרעמער זאלסט מיר שיקן דעם לינק פון פאטאקי איך מוז שוין זעהן וואס איז דארט אזוי אינטערעסאנט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:17 pm

יישר כח בן הרחמן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 12:43 am

קרעמער, יעדעס באזוך עקסטערע האלט מיר געשפאנט פון אנהויב ביז די ענדע, א שאד נאר אז דער זומער ענדיגט זיך שוין - אינאיינעם מיט די באזוכן. (חוץ דעם וואס איך האב גאר ווינציג געדולד אהיים צושלעפן די עטליכע צוואנציג אייער שאכטלן, נישט אריינגערכענט די צוויי עיר קאנדישאן'ס.)

און מאשקע, ווי זענט איר פארן המשך?

ווי גייט נאר די ניגון פון מב"ד? (נישט די "דאלי מנין"..) אה. איך האב געווארט און געווארט..

מאשקע, מאך נישט יעצט קיין הארמעני.. שרייב צוריק און פארטיג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 10:41 am

יעדער האט געשריבן:
מאשקע, מיר ווארטן.


נו, איז וואס זאל "איך" זאגן? אנן מה נענה א וואסערע? איך ווארט אויך.

אויף וואס איך ווארט? איז אזוי. קודם אויף משיח'ן, אבער נישט פון דעם האב איך געוואלט רעדן יעצט. כ'ווארט פשוט זיך צו בארואיגן פון די געהויבענע מאמענטן וואס כ'האב מיטגעלעבט.

פון די דזשעלי בונדלעך וועל איך יעצט נישט רעדן, מטעם החמס, איך וויל נאר איין זאך זאגן: די שווארצע איז "נישט" די בעסטע... און שוין.

וויאזוי פלעגט נאר יענער זאגן? "און שוין!"

די ערשטע זאך האב איך שוין פארגעסן. די צווייטע זאך איז וועגן דעם היימישן עיר-קאנדישאן וואס איז אינסטאלירט געווארן אויף קרעמער'ס טאראסע, פאכמאניש אויסגעשטעלט אז ס'זאל בלאזן פונקט אויף מיינע פיאות... קרעמער, איך זאג דיר, האסט מיך ממש מחי' געווען. ווען כ'בין אהיימגעגאנגען האט מיין אשה מיך פשוט נישט דערקענט... די רעכטע פיאה איז נישט אפעקטירט געווארן, אבער די לינקע... לאמיר בעסער נישט רעדן... כ'האב אויסגעקוקט ווי יענעם... (נו, גילוי...).

נחזור לבנינינו. רעדנדיג פונעם בנין, וויל איך אפגעבן א הארציגן (געבארגט פון משה קאפויער) דאנק פאר קרעמער, פאר'ן זיך אריבערציען אין א צווייטן אפטיילונג פונעם קאנטרי, כדי איך זאל מיך קענען גרינגער אריינבאקומען דורכ'ן זיכערהייטס נידל... כ'מיין צוים... קרעמער, כ'מוז דיר זאגן, אזא גרינגען צוים האב איך שוין לאנג נישט געזען! שכוח!

און יעצט א ווארט וועגן דעם טלית קטן דיינעם...

אקעי ניין.

פאר מער דעטאלן איבער'ן באזוך, קען מען אנרופן קרעמער'ס נעקסט-דאר שכן, וועלכער האט אלעס מיטגעהאלטן דורכ'ן פלאסטישן ווענטל.

נאכדעם האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך. איך האב פריער גערעדט וועגן דעם עיר-קאנדישאן, געדעקנסט? בקיצור, עכט איז עס א "פען" (נישט קיין טויסיג פען; סתם א פען וואס בלאזט לופט), און ס'האט זייער פיין געבלאזן. האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך: אויב לייגט מען אראפ איין שטיקל פאטעיטא טשיפ אויפ'ן טיש, ממש קעגנאיבער דעם פען, וועט דאס שטיקעלע פאטעיטא טשיפ זיך אויפהייבן פון זיך אליינס און אוועקשפאצירן, זיך נעמנדיג דאס לעבן אראפפאלנדיג א גאנצן שטאק ביז צו דער ערד. מה שאין כן אויב וועט מען אויפשטעלן א געביידע פון 3-4 שטיקלעך איינס אויפ'ן צווייטן, וועט זיך עס וואונדערליך האלטן און זיך נישט אונטערגעבן צום לופט-דרוק! דאס איז ריכטיג סייענס!

מיט וואס נאך בין איך קלוגער געווארן דארט? אה יא, איך דערמאן מיך שוין. די פרוכט קענדיס זענען טאקע ארויסגעברענגט געווארן ספעציעל לכבוד ראש חודש, אבער נאך א קורצע אויספארשונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו איבער'ן גאנצן "חודש", וויבאלד ס'האט איין ווארט פון "ראש חודש", ווערן די קענדיס אויך סערווירט און געגעסן כדבעי. ובפרט 15 טעג בעפאר ראש חודש און 15 טעג דערנאך...

דאס איבריגע קען מען הערן פון טריאו...
An article a day keeps the babies away

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 11:36 am

מאשקע האט געשריבן:נאכדעם האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך. איך האב פריער גערעדט וועגן דעם עיר-קאנדישאן, געדעקנסט? בקיצור, עכט איז עס א "פען" (נישט קיין טויסיג פען; סתם א פען וואס בלאזט לופט), און ס'האט זייער פיין געבלאזן. האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך: אויב לייגט מען אראפ איין שטיקל פאטעיטא טשיפ אויפ'ן טיש, ממש קעגנאיבער דעם פען, וועט דאס שטיקעלע פאטעיטא טשיפ זיך אויפהייבן פון זיך אליינס און אוועקשפאצירן, זיך נעמנדיג דאס לעבן אראפפאלנדיג א גאנצן שטאק ביז צו דער ערד. מה שאין כן אויב וועט מען אויפשטעלן א געביידע פון 3-4 שטיקלעך איינס אויפ'ן צווייטן, וועט זיך עס וואונדערליך האלטן און זיך נישט אונטערגעבן צום לופט-דרוק! דאס איז ריכטיג סייענס!
קע"ה איר נוצט אייער קעפעלע,

הה"ד, דארט וואו חכמה דארט איז . . .
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6447
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:04 pm

או ווי בין איך געווען, איך האב דאך אויך געטראגען מיין בנ"ב צום שפיל און געהאט א בעיבי סיטער בין איך געזיצען אליין אליין אליין (אן מאשקע און קרעמער) מיטן ציגערעטל און לעפטאפ (אן יודיש האב איך נאר געקענט ליינען און נישט שרייבען) ווי איז געווען מיין שכל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:38 pm

מאשקע, ס'האטצעך געלוינט צו ווארטן, זייער שיין, האסט מיר געמאכט שמייכל'ן.

דארפי, ס'איז לכאורה געווען אויף די זעלבע פלאץ וואו ס'איז יעצט.....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:46 pm

אה, מאשקע האט זיך שוין אויסגעדזשוכעט פון די דזשעלי-ביען פאטעטא-טשיפ קאמפאט וואס האט אים גאנץ זיכער געהאלטן געשפאנט א לענגערע צייט.. און ענדליך האט ער גענומען די מיה צו דרוקן די קי/באורד אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן פון אונזער באזוך.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:12 pm

דארפסמאן, פארוואס ביזטו טאקע למעשה נישט אנגעקומען? סתם אונז צו לאזן הענגען? נישט שיין פון דיר.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:22 pm

מאשקע האסט געשמיעסט אויך אדער ביסט נאר ביזי געוועהן מיט די אכילה?

האב נישט מורא, איך האב פיין געלאכט, דיין קאפף שטיק מיט די פאטעיטא טשיפ איז א כאפ,

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:23 pm

געשמועסט האב איך נישט, אבער כ'האב אויסגעהערט קרעמער'ן מיט ביידע אויערן. נאך א מזל אז מ'קען נישט עסן מיט די אויערן... וויאזוי זאגט נאר שלמה המלך? אזנים לקיצל...
An article a day keeps the babies away

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:14 pm

scy4851 האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:מיט א לומדות זאגט דאך שוין דער תוס' יו"ט אז אחרון מיינט נישט דער לעצטער, ווען מ'האט אים געפרעגט מצד די משכילים אויפן פסוק גדול יהי' כבוד בית האחרון יותר מן הראשון, אז לכאורה איז אחרון דער לעצטער איז משמע אז ס'וועט נישט זיין קיין בית השלישי?
האט אים פארענפערט מיטן והי' אם לא יאמינו לאות האחרון וגו',

דער תוס' יו"ט טוט אויף דער חידוש מעצמו אבל כבר קדמו הרשב"א בתשובות שלו חלק ד' סימן קפ"ז
דער רשב"א שרייבט אויך דעם אנדערע ראיה פון תוס' יו"ט פון פסוק ואת לאה וילדיה אחרונים ואת רחל ואת יוסף אחרונים. ער זאגט אויף לאה מיט איהרע קינדער אחרונים אפילו עס זענען נאך געווען רחל מיט יוסף

לפי דברי הרשב"א שמעתי פעם לפרש ע"ד האמרי נועם מובא לעיל אודות והי' לכם הדם לאות על הבתים
הנאמר ברות, כרחל וכלאה, אשר בנו שניהם (היינו דמכח שניהם מוכח הבנין) את בית ישראל (הבית שכל ישראל מקווים אליו)
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6447
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:46 pm

מאשקע האט געשריבן:דארפסמאן, פארוואס ביזטו טאקע למעשה נישט אנגעקומען? סתם אונז צו לאזן הענגען? נישט שיין פון דיר.


איך האב נישט געוויסט אז די ביסט דארט, און אליין צי גיין צו קרעמער האב איך נישט געוואלט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פנחס זיסקינד און 12 געסט