"ברוך גוזר ומקיים"
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:03 am
בס"ד
"ברוך גוזר ומקיים"
עס איז היינט א לעכטיגער טאג, דער פרי מארגן האט מיט א וויילע צוריק באגריסט דעם ערד קוגל מיט א פרישקייט, שיקענדיג אירע שיינדיגע זון שטראלן, אויפצוועקן די וועלט איינוואוינער צו א לעכטיגער גוט מארגן.
א נייער טאג פריש און מונטער, דער גייסט איז אויסגערוהט, און מען ערווארטעט מיט'ן אייבערשטנס הילף, אז דער טאג וועט זיין אזוי געשמאק און איינגענעם, ווי דער פארטאגס ווינטל וואס בלאזט אזוי רוהיג און באליבט.
דער היינטיגער טאג איז א טאג נאך א פרייליכער טאג, א טאג וואס השי"ת האט באוויזן זיינע חסדים, ווען מען האט געהאט די זכי' זיך מיטצופרייען מיט א חשוב'ער חבר, וואס נאך יארן ווארטן צו קענען אפנעמען "מזל טוב" וואונטשן, איז ער באגליקט געווארן, און עס איז אנגעקומען די גוטע שעה פון פארציילן, אז ער איז געווארן א טאטע צו צוויי לעכטיגע קינדערלעך, ברוב חסדי השם!.
די פרייד ביי זיינע אלע ארומיגע איז אומבאשרייבלעך, אלע חבירים האבן זיך מיטגעפריידט. ווער עס האט נאר געהערט די פרייליכע בשורה, איז אויפגעשפרינגען פון פרייד, און צוזאמגעקלאפט די צוויי הענט אויסשרייענדיג ברוך "הטוב והמיטב".
איינע פון די הויפט וואונטשן און סלגאנען וואס מיין חשוב'ער חבר האט געהערט, ווען מען האט אים מיט פרייד "געקוועטשעט" די הענט, איז געווען, אז די שמחה איז בעתו ובזמנו, "משנכנס אדר מרבין בשמחה" דער גליקליכער טאג איז געווען א' דר"ח אדר, א טאג ווען כלל ישראל אנטפאנגט מיט שמחה, דער אנהויב פון א גליקליכער חודש, און דער היינטיגער טאג, וואס מיר האבן אזוי שיין באגריסט דעם פרי מארגן, איז געווען דער צווייטער טאג ראש חודש.
מיין סדר איז געווען רוטין, מען האט זיך געשטעלט דאווענען. אין מיין מנין האט אויך געדאווענט מיין גליקליכער חבר, וואס איז יעדע צווייטע מינוט געווארן איבערגעהאקט מיט הארציגע וואונטשן און ווארימע ברכות.
מיין הנאה איז געווען דאס צוקוקן א דאווענען פון אזא יונגערמאן נאך אזא פרייליכע טאג. איך דארף אייך נישט מסביר ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט. אזא דאווענען פראוועט מען נאר איינמאל אין לעבן. א דאווענען וואס יעדע ווארט ווערט געטייטשט מיט א קלארקייט. מען שפירט א מורא'דיגער נאנטקייט צום הייליגן באשעפער. מען זעט אז אלע תפילות זענען ב"ה אנגענומען געווארן, און מען בעט פאר די חבירים וואס ווארטן נאך אויך צו האבן אזא לעכטיגער טאג, אז זיי זאלן אויך קענען פראווענען אזא דאווענען.
ווער רעדט נאך ווי אזוי אזא "הלל" איז צוגעגאנען. ביים קוקן גוט, האט מען באמערקט ווי שנירעלעך טרערן פון פרייד גליטשט זיך אראפ אזוי אומבאמערקט.
נאכ'ן דאווענען האב איך געוואלט שפירן אביסל פון די שמחה וואס מיין חבר שפירט, בין איך צוגעגאנען צו אים און געפרעגט: נו, ווי אזוי דאווענט זיך אין אזא טאג? ווי אזוי שפירט זיך עס? האסטו געטראכט א יאר צוריק אז א' אדר וועסטו קענען דאווענען דא, און דאנקן דעם באשעפער פאר'ן זוכה זיין אויפצושטעלן דורות?!
דער ענטפער פונעם יונגערמאן, איז דער ציל פונעם ארטיקל. אנשטאט אן ענטפער, הייבט ער אויף זיין סידור, און מישט אויף צו "ברוך שאמר" און צייגט מיר אן אויף די ווערטער "ברוך גוזר ומקיים". מיט א העפלכקייט פרעגט ער מיר: דו ווייסט וואס דאס טייטשט די ווערטער "ברוך גוזר ומקיים"?!
נישט ווארטענדיג אויף א ענטפער, גיט ער מיר אן ערקלערונג: צוויי יאר צוריק, בין איך מיט מיין בני בית, געזיצן ביי א דאקטאר, און דער דאקטאר האט גערעדט צו אונז זייער שארף, מיט קלארע דיבורים: עטץ אידן ווארטס אויף ניסים, עטץ מיינטס אז עס קען געשען אומדעהערטע זאכן. ענק ווילן נישט וויסן נאר פון באהאנדלונגען וואס איז אויסגעהאלטן לויט ענקער תורה, און עטץ ווארטס אויף ניסים, סארי פאר דיס עקספרעשן, אבער איך קוק ענק אן פאני"!
וואס מיינסטו, איך בין געווארן צובראכן? ניין, איך האב אין הארצן געטראכט, דער דאקטאר קען זאגן וואס ער וויל, מיר האבן א גוטער באשעפער וואס גייט אונז סיי ווי העלפן.
איין זאך האט מיר געמאכט שווער, איז געווען דאס מחשבה, ווי אזוי גיי איך יעצט בארוהיגן מיין פרוי? איך האב געטראכט וועלכע חיזוק ווערטער איך וועל קענען נוצן איר צו בארוהיגן.
אבער ווען מיר זענען ארויס פון דאקטארס אפיס, האבן מיר זיך אינאיינעם צולאכט, און מיר גיבן זיך אינאיינעם א רוף אן: וואס פארשטייט דער דאקטאר, גיי זיי אים מסביר, און לערנט מיט אים א פרק הלכות אמונה ובטחון!
יעצט זאג מיר דיר, אז איך האב די זכי' צו פראווענען אזא דאווענען, דו קענסט מיר וואנטשן מזל טוב, וואס איז טייטש "ברוך גוזר ומקיים"?!
דער דאקטאר האט טאקע אויפגעגעבן, אבער "ברוך גוזר ומקיים"! אט דאס איז א לעקציע וואס גיט אריין כח און מוהט צו שפאצירן ווייטער אויפ'ן שווערן וועג, וואס וועט ווערן גרינג, ווען מיר אלע וועלן פרייליכערהייט קענען פארציילן אונזער אייגענע איבערלעבניש פון "ברוך גוזר ומקיים".