ענדליך אויפן מארקעט: מאלי בערי זאפט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

ענדליך אויפן מארקעט: מאלי בערי זאפט

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:25 pm

דורך: יואלי גרויזאמער


נאך יארן און חדשים לאנג שווערע הארעוואניע איז געלונגען פאר די חשובע עסקנים צו אהערברענגען דעם לאנג ערווארטעטע רפואה וואס האט שוין אויסגעהיילט מיליאנען איבער די גארער וועלט פון זייערע קרענק, די מאלי בערי זאפט.

די מאלי בערי זאפט טראגט אין זיך די אייגנארטיגקייט אז דאס מאכט רייך מענטשן, איר דארפט זיך בלויז איינשרייבן אין אונזער מולטי מארקעטינג נעטווארק, און פארקויפן דעם פראדוקט פאר אנדערע, און אויך צוברענגען נאך א אגענטן וואס זאלן ארבעטן אונטער אייך, און פאר יעדע מכירה וואס זיי מאכן באקומט איר אויך א פראצענט, און אזוי אויך פון די אגענטן וואס וועלן ארבעטן אונטער זיי, אזוי ווייטער עד סוף כל הדורות, וואס די עשירות וועט זיך בעזה"י נישט אפטון מפיך ומפי זרעך מעתה ועד עולם.

מיר וועלן בעזה"י נישט אדווערטייזן אין ערגעץ, וואס מיר דארפן נישט צוקומען צו די ביליגע מיטלען, אדרבה, דער מהלך ארבעט אז נאר אונזער מארקעטינג נעטווארק קען דאס פארקויפן, און די אלע פון אונזער נעטווארק זענען בעזה"י שטארק איבערצייגט אין די אומגעהוירע הייל נאטירליכקייט וואס ליגט דערין, צוליב זייער שטארקע רצון דאס צו פארקויפן.

וואס איז דאס מאלי בערי זאפט?

אין צפון פון די אפריקאנע לענדל "מאלי" איז דא א געגנט מיטן נאמען "מאליאנע", די געגנט ערשיינט נישט אויפן מאפע צוליב איר קליינקייט, ווי אויך צוליב דעם וואס די ארטיגע רעגירונג העלט דעפארטמענט האט זיך אפגעשאקלט פון דעם געגנט זעהנדיג אז עס עקזיסטירן נישט קיין קראנקע מענטשן דארט, וואס איז קעגן זייער אינטערעסע. דער נאמען מאליאנע איז ארגינעל צוויי ווערטער מאלי - אנע, די ווארט "אנע" מיינט אין מאליש א רעזארט ארט וואס פארמאגט טראדיציאנאלע הייל מיטלען וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ווירקזאם בעסער ווי די בעסטע מעדיצין.

"מאלי-אנע" מיינט אז אטא די "רעזארט ארט וואס פארמאגט טראדיציאנאלע הייל מיטלען וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ווירקזאם בעסער ווי די בעסטע מעדיצין" איז אין מאלי.

אין מאליאנע איז דא ריזיגע שטחים פון מאלאנע פעלדער, עס זענען די מעלאנעס וואס מיר עסן, אבער ווייניג ווייסן אז דאס וואס מיר עסן איז נישט די ארגינעלע מעלאנע, די ארגינעלע מעלאנע וואקסט אין מאליאנע, און די נאמען פאר מעלאנע שטאמט פון מאליענע.

די מאלאנעס דארט זענען עטוואס קלענער ווי אונזערע, די קערלעך אין די מעלאנעס זענען נישט שווארץ נאר רויט, און יעדעס קערל פאר זיך איז א טרויבן, אזוי גרויס ווי א ארגינעלע טרויבן.

מייקל אלא-אכבאר, דער הויפט פארשער אין די אנגעלעגנהייטן, האט נאך יארן פון שווערע אינוועסטמענטס אויסגעפונען די באשטאנדטיילן פון די מאליאנע מעלאנעס, און אז די טרויבן אין די מעלאנעס מאכן די מאליאנע איינוואוינער זיין געזונט.

"איך בין דארט געווען, פשוט מען שטארבט נישט דארט, אויב א מענטש איז נישט געזונט איז א סימן אז ער באלאנגט נישט דארט, אין מאליאנע קען מען נישט זיין קראנק" זאגט מייקל.

איין טרויבן פון די מאליאנע מאלאנעס ענהאלטן אזויפיל ווי 50,000 אמעגע 3 טרענספעט'ס, דאס איז א פאנטאסטישע סכום וואס געווענליך עסט נישט דער מענטש אזויפיל אגאנץ לעבן!

די מיניראלען פון די טרויבן ברענגען אריין א ענדלאזע ענערגיע פאר די צעלן פון די קערפער, און עס העלפט פאר אלע פיזישע און גייסטישע פראבלעמען. יא "אלע"! זאגט מייקל אלא-אכבאר.

אין א טעלעקאנפערענץ וואס די מולטי-מארקעטינג באטייליגטע האבן זיך צונויפגעשמועסט האט מען בלויז געהערט סוקסעס סטאריס (מוצלח'דיגע מעשיות), מיר האבן ברוך השם חוסם געווען די אריינשרייערס וועלכע פארגינען נישט די מענטשן וואס לעבן לאנג, און קיין שום נעגאטיווע הערה איז נישט געהערט געווארן אין לויף פון די גאנצע קאנפערענץ וואס עס האבן אויפגעטרעטן די גרעסטע דאקטוירים פון מאלי.

"מיין מאן פלעגט זיך יארן מוטשען צו טרעפן א שיין אתרוג" שרייט מרת ר' נחשון געלדצעלער "איך האב אריינגעמישט מאלי בערי זאפט אין די אתרוג קאמפאט חמשה עשר בשבט, און דאס יאר האט מיר מיין מאן געזאגט אז קיין איין בלאט פלעק דערקענט זיך נישט אויף זיין אתרוג".

א צווייטער דערציילט אז נאך יארן פון ליידן פון גייסטישע פאביעס און פחדים, האט ער נאך איין גלעזעל מאלי בערי זיך געשפירט ווי א נייע מענטש.

"איך פלעג ארבעטן אויף מיין ווייבס נאמען" דערציילט א שווארצער גוי פון קראונטהייטס "נאכן אריינשפריצן צוויי טראפן מאלי בערי זאפט יעדע נאכט אין מיין ווייב אויגן, קען איך שוין -טענקס גאד- ארבעטן אויף מיין נאמען, זי ווייסט שוין ב"ה נישט וויאזוי זי הייסט".

"מיין בלעקבערי פלעגט אייביג מאכן פראבלעמען ווען עס איז געקומען צו זעהן בילדער, קיינער פון ספרינט טעכניקאל סופארט האט מיך נישט געקענט ארויסהעלפן. נאכן ווייקן דעם בלעקבערי צוויי שעה אין די מאלי בערי זאפט האב איך באלד ביים ארויסנעמען געזען הערליכע בילדער" זאגט איינער הרוצה בעילום שמו.

"איך האב פערציג טעג אין א ציה געזאגט שיר השירים, די פערציגסטע טאג האב איך געטרינקן איין גלעזל מאלי בערי זאפט, און געזען א אפענע ישועה". זאגט חוה גיטי'ס קלעס מעיד.

די מאלי בערי זאפט קען מען באקומען ביי מרת וויינברעט אין בארא פארק, אדער מרת פראסטויגל אין וויליאמסבורג, און ביי נאך פילע מולטי מארקעטינג הייליגע אידענעס.

דא ווערט ערלויבט צו פרעגן פראגעס איבער די מאלי בערי זאפט, ווער עס פרעגט נעגאטיווע פראגען וועלן מיר נעמען די שטרענגסטע שריט, עס איז נישט קיין יושר חרוב צו מאכן אידישע ביזענסער.
לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:30 pm

כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:45 pm

האהאהאהא גרויזאמער..... לויטן חשבון האסטו אריינגעגאסן גאלאנען מאלי-בערי אין דעם ארטיקל....
ביסט גוט ;l;p-
כ'האב פונקט געהערט אז 'די אניאן' זוכט ארבייטערס... כ'מיין זיי זאלן זיך אריינזעצן אין קרעטשמע פאר איין טאג (אין פארשטייט זיך טרינקען אביסל מאלי-בערי....) אין זיי זענען געהאלפן!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:15 pm

זיץ איך דא מיט מאשקע, און מיר ראגלן זיך פאר געלעכטער פון די מאלי בערי (נישט די ניק) זאפט, אפשר אפילו נאר פון ליינען איבער מאלי בערי באקומט שוין דער מענטש א געוויסע מאס ענערגיע וואס טוט אויפהייטערן די קושקעס.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:23 pm

א קנאקעדיגע ארטיקל!!!!!

יעדעס ווארט איז צו קישן און צו לאכן,
ווי דו טיסט פון נארישע סגולות אפלאכן,

דאס אמאל זיכער, אז צו ליינען ווערק פון גרויזאמער,
איז ווי אויפן מילץ א האמער,

די איידיעס זענען שמעטערהאפטיג,
ווי די בערי אזוי זאפטיג,

ברענג אונז נאך אזעלכע שטאף,
און זיי מחי' דעם רוב,
.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:31 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח ;l;p-
:evil: נו נו, מיט לצנות קען מען אלעס אוועקמאכן...
שכוח גרויזאמער.
הצעה: אפשר קענסטו אויפשטעלן דיינע וועכנטליכע בעלי דרשנים (די וואס שאקלן זיך) צו אינפארמירן דעם ברייטן ציבור איבער מאלי בערי?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 2:09 am

העי גרויזי וואס זאל איך דיר זאגען?

אהה איך האב שוין געטראפען וואס, גרויזאמער איך וויל דיר זאגען בפה מלא-בערי אז איך האב הנאה געהאט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 8:33 am

אוי גרויזיש!

פלוץ פלצתי, כ'האב אזאנס פונאדערגעפלאצט אין א געלאכעכץ, אזש דער גאנצער פלאש מאלי-זאפט דא, האצעך מיר אויסגעגאסן אויפן קיבארד....
יאפ איך מוז צושטימען אז דער מאלי-זאפט איז א רפואה צו לעבן לאנג, אמער, דאס מאכט אז גרויזיש זאל זיך צעלאזן, און מאכט לאכן אידישע קינדער; און לאכן, איז דאך כולי עלמא מודי אז ס'איז א סגולה פאר א לאנג לעבן...

יויש ביסטו גוט..

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 8:43 am

טיפיקעל, ער טרייט צו ווייזן וויזוי ער האט איינגערעדט דעם עולם און די גוטשי בערי.......חחחח......

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 8:54 am

זינט דער איינס אזייגער סקאנדאל גלייבן מיר דיר שוין אזוי שנעל...

עניוועי, עס איז א גוטס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 10:27 am

יויש גרויזי, כ'זיץ דא צוזאמען מיט יגר'ל און כ'אב אזוי געלאכט.
היינט און ווייטער על'איך נישט קענען עסן קיין מעלאנע צוליב די געלעכטער וואס גייט מיך ארומצויבערן..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 10:54 am

איימעניט... האלט... דאס מיינט צו זאגן אז גאטשי בערי זאפט איז געקומען פון גאטשי....ווי איז דאס?? אין וועלעכע לאנד??? די שטעטל גאטשי זעהט מען יא אויפן מאפע??? דארט מעגן שוין היינט צוטאגס וואונען קראנקע מענטשן???

גרויזי.. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 11:39 am

דיס גיי איז סימפל אנריעל.

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 12:01 pm

הצד השוה שבהן אז די וואס פארקויפען ווערען זיכער געהאלפען
שכוח גרויזאמער ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 12:08 pm

יוי, דו שיגענער. כ'ליין אזוי מיט א איינגעהאלטענעם אטעם, און כ'פלאץ ווי א באפלעצטער... שיגי...

אבער העי, גרויזי, כ'בין בשום אופן נישט מוותר אויף דיי היי-וואכיגן בעל דרשן. ס'גייט מיר נישט אן, זאל ער רעדן פון מאלי זאפט, בערי טשאקלעט, פישפעקלאדיין, קאטשקעוואלעס, ש'קייןן חילוק.

גרויזי, יו אר די מען!
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 12:34 pm

קרעמער לאכט מיט מאשקע'ן, שוועמל לאכט מיט יגר'ל, און איך לאך פון גרויזאמער. (נישט פון אים חלילה, נאר פון זיינע אויפטרעפונגען.)

גרויזי יו אר מעיזשער. זאג וואו האלטסטו, קענסט אריין סקענען א קאפי פון דיין טשעק? כ'וויל מיך פשוט מיט פרייען מיט דיר.

יישר כח פארן ארויף ברענגען אן אויסגעצויגענעם שמייכל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23713
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 3:33 pm

גרויזי, דו מיינסט אוודאי אז איך האב נישט די ווערטער זיך צו טענה'ן מיט דיר, איך האב יא, איך וויל דיר נאר נישט פארשעמען.

דו ווייסטעך יא, איך פאר אסאך קיין מאלי צוליב ביזנעס, און איך פאר אסאך צו די מאלי מעלאונע פעלדער.

די "מאלי-בערי" האט גארנישט מיט די מעלאונע צו טוהן, די קערלעך פון די מעלאונע איז נאר פאר די וואס ליידן פון "שרייבן דיסארדער" און זיי ווילן זיך אויסלערנען שרייבן, דאן איז דאס גוט.

אבער די חברה זאגן, אז דאס האט א שטארקע עפעקט אויף די מוח קעמערלעך, ס'מאכט א מענטש פאר א פאנטאזירער, א בעל דמיון.

לויט ווי די אויספארשער געבן איבער, האט מען טאקע געטראפן ביי גרויזאמער אין די רענצל (ווען ער האטעס איבערגעלאזט ביי קאנטענענטעל.) אפאר פון די "מעלונע קערלעך".. און ווארשיינליך איז דאס דער גורם צו זיינע פאנטאסטישע פאנטאזירענדע ארטיקלען.

גרויזי, מעכטיג!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 4:40 pm

דו משוגענער וואס דו ביסט!! יוי, דאס האט יעצט ארויסגעשפריצט פון מיין מויל.

איך וואלט אינדעם גאנצן באשרייבונג נישט געגלייבט קיין ווארט, אבער וואס זאל איך טון אז חוה גיטי'ס קלעס מעיד זאגט עדות דערויף... יוי די מילצן טוען וויי

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 10:03 am

יישר כח פאר די אלע קאמפלימענטן, איך זיץ דא צוזאמען מיט צייטליך און מיר גייען דורך קאמפלימענט נאך קאמפלימענט.

ווי געשריבן וועט היי-וואך נישט זיין קיין דרשה ווילאנג די מנהלים וועלן זיך נישט אונטערגעבן צו מיינע פארלאנגען.

בעק טו יו, הו מי? יעס יו!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 10:32 am

יאנאש האט עס ארויס געברענגט אין איין ווארט,

די ביסט נישט עכט....
טרערעלעך זענען גערינען ליינענדיג דיין ארטיקעל,

בד"וו א שטיקעל סוד, שמערי בערי איז א פורסט קוזען פין מאלי בערי,
ס'א שטיקעל גילי אבער איך קען מעך נישט קאנסטעפעטען....

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 10:41 am

גרויזער, די ביזט גרויזאמער פון גרויזאם!

איינער לאכט איינער וויינט, ווי זענען די סוקסעס סטאריס??...

איך וועל דערצייילן עטליכע

איינס איז געווען ווען מיין קאווע איז געווען צו הייס האב איך אריינגעגאסן אביסל מאלי זאפט, 'ן אויפן פלאץ איז עס געווארן קאלט.

צוויי, איך האב אנגעגאסן א מאסקיטא מיט מאלי בערי, ער איז תיכף געווארן פארוואונדעט.

דריי, איך בין געווען פארחלישט פון די היצן, ממש סכנת פנשות! די בער זאפט האט מיך ממש געראטעוועט פון א זיכערע דארשט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23713
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 11:07 am

גרויזאמער, דו גייסט מיט ליגענט?!!

איך זיץ דא מיט צייטליך אויפן פליגער, אויפן וועג אהיים פון "מאלי", (קנא איז געפארן מאכן א עקספערימענט אויף די מעלוינע קערלעך, צו זעהן וויזוי דאס טוט אנשטעקן מענטשען מיט די קרענק וואס הייסט "גרויזי"..) און ער זאגט מיר לאמער כאפן א בליק וואס טוצעך אין קרעטשמע.

איך מאך אויף מיין לעפטאפ, איך דריק אריין דאבליו דאבעליו דאבעליו דאט אייוועלט פינטעלע קאם, און איך טרעף מיך אן אין דיין ארטיקל, און דארט שרייבסטו -"גרויזאמער"- "איך זיץ דא מיט צייטליך"..

הישמע כזאת?! אזא פרעכע ליגענט?!! דאס קען מען נישט פארשווייגן!!

ער וועט נאך נאכדעם איינרעדן פארן עולם אז מ'דארף נישט ארויסנעמען די "קעש פאר קלאנקער'ס" היינט ביז צוויי אזייגער!!

ער וועט נאך איינרעדן דעם עולם אז "ענווים" איד זיין פעווערעט ניגון!!

ער וועט נאך איינרעדן פארן עולם אז קנא האט בכלל נישט קיין העדקוואטער!!

ער מיינט אז איך האב נאך וואס צו שרייבן ווייטער, ניין איך האב נישט!! איך וועל דא סטאפן!!

מיר קענען דעם "גרויזאמער" נישט לאזן אזוי אנגיין!!

הכונו למערכה!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:21 am

ספעציעלער קנ"א באריכט:
דורך יואלי צייטליך.



יעקנבוטאן, קיירא - ווי א דונער אינמיטן די קעסקילס האט דורכגעבראכן אין די היינטיגען פרי מארגן אלע נייעס קוועלער לענגאויס קיירא איבער די ארעסט פונעם הויפט קאפ און פלאנירער פון די באקאנטע "פרייהיט פאר מאלי" גרופע.

ווי באקאנט פאר אלע איינוואוינער פון אפריקע האט זיך אין די לעצטערע יארן געשאפן אזא באוועגונג איבער באפרייען ס'לענדעל "מאלי" פון אונטער די אפריקאנער הערשאפט, אינטער פרעימער סלים אכמאל פינטום.

די אלע טעראר אטאקעס וואס זענען פארגעקומען די לעצטערע יארן א שטייגער ווי די באמבע אויפפלאץ אונעם היסטארישן אלטען בית החיים פון די איגוד הקהילות, די מאסן שחיטה אונעם חלימוקעסעטרער ראיאן, די העכסט געלונגענער אויסגערעכענטער באנק גניבות אין יענער "שווארצער מאנטאג" יונאר 22 אינדערפרי, ווען די גרופע האט באוויזן צו בא'גנב'נען אויפאיינמאל אריבער 1062 בענק לענגאויס אפריקע און אפגעטראגן מיט די ווערט פון 2.3 טריליון מאריש-פוקעס!! (ס'איז די ווערד פון בערך 43$ אין אמעריקאנער דאללער) אא"וו, האט שוין די פאליציי דאן געוויסט אז אינטער דעם שטייט די "פרייהיט פאר מאלי" גרופע.

היינט אינדערפרי האט דער הויפט פון די יעקנבוטאן פאליצייאישע קרעפטן געמאלדן זיין ארעסט מיט גרויס פאראדע!

לויט ווי די פאליציי ווארטזאגער יענקל פריעדמאן (הערות צייטליך: מיסתמא איז ער א אפשטאמיגער פון אידן, זינט ער האט זייער א ענליכער נאמען צו די אידן) גיט איבער פאר די " יעקנבוטאן טאג צייטונג" האט זיך די אקציע שוין אנגעפאנגען עטליכע טאג צוריק.

"אפעראציע מאלי-בערי" האט זיך אנגעפאנגען אום פארגאנגענע וואך איין קילער פארטאגס אין די קעלערען פון די פאליציי הויפטקווארטיר אין יעקנבוטאן. די פאליציי האט געקריגן אינפארמאציע אז דער הויפט פון די באנדע וואס פירט אן מיט די "פרייהיט פאר מאלי" גרופע קומט צו פארן קיין מאלי איינער אליין, מער אינפארמאציע איבער דעם פארשוין האבן זיי נישט געקריגן. איין זאך יא. געוויסט האבן זיי אז דער באנדיט האט געטראפן א נייער וועג וויזוי אנצוזייען חרבנות, און דאס איז דורך בערי זאפט.

די געשולטע יעקנבוטאן פאליציי האבן אראפגעשטעלט זייער גאנצער פאליצייאישער קראפט אונעם עירפארט פון די געגענט, אנגעטוען אין ספעציעלע בערי זאפט געשיצטע וועסטלעך און האבן פון דאן און ווייטער אויסגעפרעגט יעדער פארשוין אינפארמאציע און אריינגעשטעלט אסאך מענטשען – צווישן זיי ליידער אסאך היימישע אידן וואס זענען אהין געפארן פאר ביזעס צוועקן – אין א דערנעבעדיגער תפיסה.

אין איינע פון די טעג איז אנגעקומען א פארשוין, ער האט אויסגעזעהן ווי א געווענליכער אפריקאנער בירגער, מ'האט אויף אום קיין גרויסן בליק נישט געלייגט, אבער ער זעהנדיג די פאליצייאישע קרעפטן האט ער אפגעמאכט זיך נוקם צו זיין אין זיי און ווי נאר ער האט זיך געשטעלט אין די רייע פאר זיין פאספארט זיגל האט ער ארויסגענומען א באטל בערי זאפט און דאס אנידערגעשליידערט פאר די פאליציי אין פרצוף אריין! מיינענדיג אז דערמיט וועלן זיי אלע אויסשטארבן.

די פאליציי – האבענדיג גענומען דעם פראבלעם אין באטראכט - האבן אנגעהאט די ספעציעלע באשוצטע וועסטלעך אזוי אז זיי האבן זיך גלייך ארויפגעווארפן אויף און און ביז געציילטע שעה איז ער געווען געבינדען אין די בלויע און ווייסע שטריק. (הערה: וואס מיר אידן ניצן פאר אונזער סוכה)

ווי די אויספארשער גיבן איבער אין זיין נאמען "גרויזאמער" (א באקאנטער נאמען אין מאלי, אפריקע) און ער איז געווען דער פירער פון די גרופע.

מער אינפארמאציע איבער אום און איבער זיין קומענדיגער פראצעס וועט אי"ה נאכפאלגן.


באריכטעט דורך: צייטליך פאר די קנ"א אין יעקנבוטאן, קיירא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 7:24 am

גרויזאמער ;l;p- צייטליך ;l;p-

עטס זענטס מעכטיג.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 10:21 am

וויכי, האסטו טאקע דאס געמיינט מיט דיין הכונו למערכה? אין אנדערע ווערטער, ביסטו געשטאנען אונטער די טיפ פאר די פאליציי דארט? הזאת נחמי? א יוד א מסור? און פארדעם ברויך מען דאך נישט פארן ביז מאלי, סידעך גענוג צו פארן א קראס די ריווער קיין ניו זשערסי.

צייטי, א נייס דזשאב, מיר ווארטן אויפן המשך פון די ריפארט, מיט אלעס וואס ס'גייט דארט פאר א רינגס און ארום.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: עירמאנט'ער און 10 געסט