כי בשמחה תצאו, אבער וויפיל אזייגער?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

כי בשמחה תצאו, אבער וויפיל אזייגער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ס'טוט זיך אן איבערדרייעניש, חוה'לע גייט צו א טריפ!! יוי, ווער האט זיך געגלייבט דער 10 יעריגער טאכטער זאל פארן אויף א טריפ מיטן סקול, אן א טאטע אן א מאמע, יוי כליפ כליפ כליפ...

ס'דארף איך דא מסביר זיין אפי'? די מאמע האט גענומען דאס קינד אויפן שויס, און צוזאמגעקושט פון אלע זייטן, מיט וויינענדיגע אויגן האט זי געזאגט: ס'קומט מיר אן אזוי שווער דיך אוועקצולאזן אליין, בלא בלא בלא, כי מלאכיו יצוה לך, האסט איינגעפאקט דעם קליינעם "ר' עזריאל המלאך"? זאלסט וואטשן ווי אזוי דו שפרינגסט, טוה נישט קיין סכנה'דיגע זאכן.. ביייייייייייייייייייייייי

-
דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל (וואס?), אבער כדאי מסביר צו זיין "למה רגשו גוים" כ'מיין צו זאגן, ס'איז דאך נישט ס'ערשטע מאל וואס זי גייט אויף א טריפ, און אוודאי נישט דאס לעצטע, און ברוך השם געלויבט דער פון אויבן אז זי איז א געזונט קינד אייביג געווען דער אייבערשטער זאל ווייטער האלטן די רעכטע האנד, נו מה לי ולצרה הזאת, צו וואס האט זיך דער פוילער יגר'ל געשפירט פאר וויכטיג זיך אראפצוזעצן צו שרייבן אן אשכול דערוועגן?

אט וועט איר הערן.

-
איך וועל נישט אנהייבן מיט קיין משל פון א ציגעלע.. צוליב אפאר סיבות, איינס דער עולם קען עס שוין.. והשנית ס'קומט בכלל נישט אריין, דער עולם וועט כאפן די דזשאוק אפי' אן דעם.

די פלעי גרופ/פאן סקול/מחנה "ולמלשינים אל תהי תקוה" (אמת ס'איז זייער א לאנגע נאמען פאר א דעי קעמפ...?) וועא"מ, האט אראנזשירט א טריפ פאר אלע מיידלעך אין זייער מחנה. נו, אוודאי קאסט עס אן עקסטערע דרייסיג דאלער מיר רעדן יעצט נישט פון דעם, די דזשאוק דא איז אז כדאי דער טריפ זאל זיין א "היט פון אזאך" האט מען באשלאסן מ'גייט ארויספארן 5:30 פארטאגס!! און פון דעם וויל איך יעצט רעדן.

זי – דאס טאכטער'ל מיינע – האט זיך נעכטן געבעטן צו מיר ווי צו א הינט (יוש... וואס האב איך יעצט געשריבן?...) טאטי, מארגן וועק מיך אויף ווען דו שטייסט אויף, מיר גייען צו א טריפ און איך "מוז" אויפשטיין, טוה אלעס וואס דו קענסט אז איך זאל מיך אויפוועקן.

איך האב מיך אראפגעזעצט אויפן קאָטש, אךךך... לאמיר עס זאגן שענער: איך האב אנגעהויבן צו שפרייזן אינעם צימער ארויף און אראפ [הא? איך קען עס מאכן רבי'ש..] אקיצור, וואס פאר א ווארט אויסער "כַּלֵם" (עי' תוס' ברכות ז. ד"ה שאלמלי) קען איך זאגן זי זאל זיך דערשרעקן און דערוועקן?

נו, א שנעלע קאפ כאפט, איך האב אויסגעארבעט א פלאן, און ס'האט געארבעט וואונדערבאר, נו ווער קען געסטן ווי אזוי איך האב איר אויפגעוועקט?? ס'איז איין ווארט, וואס זי איז אויפגעשפרינגן ווען זי האט דאס געהערט?

נו?

יאפס. איך האב מיך צוגעבויגן שטילערהייט און געזאגט איין ווארט: גילוי!!
!!!!!!
!!!

זי איז אזוי געשפרינגן!! די אלע אשכולות פון: ארור מכה רעהו/גילוי אלערט וכו' וכו' האט אויפגעריסן פאר אירע אויגן ווי אן אטאם, זי האט ממש געוויינט צו מיר נאכדעם אז כ'האב איר נישט געמוזט "אזוי" דערשרעקן..

דאס איז נאר די קליינע חלק פון די מעשה, איך האב איר צוגעטראגן צום באס סטאפ, און יא, הונדערטער מיידלעך פון די 8 ביז די 10 יאר זענען געשטאנען 5:30 פארטאגס אויפן גאס, ווייסט, די מיידלעך איז נאך איין זאך, אבער די טיטשער'ס דארט זיי האב איך זיכער געשוינט.

בלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן... יוי, ווי נעמט מען גענוג טישא'ס אפצוווישן די שפייעכץ וואס איז מיר גערינען פון מויל צוזעהנדיג דעם ספעקטאל, אן איידיע פון א פלעי גרופ.

ניין, מיינט נישט איך האב עפעס דערקעגן, אבער "הימל שרייענדיג פאני" איז עס יא.

חוה'לע, בייי
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

יגר צוקער זיס!

ס'אידענע זאגט אז ביי אונז אין די סירקל רעדן זיך אלע מאמעס אפ פארוואס ס'פעלט אויס צו נעמען פיצלעך אויף אזעלכע גרויסארטיגע טריפס. און ס'קאסט יעדע וואך עקסטער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פונקט נעכטן זאגט מיר איינער אז אויפן וועג צום ציון הקדוש (ער איז געגאנגען מאנטאג פארטאגס) האט ער שוין באמערקט ארום 6:00 פארטאגס ערוואקסענע מיידלעך שטיין פארענט פון די הייזער מיט לאנטש-זעקלעך, ער ווייסט נישט אויב מען גייט אזוי פריה צו דער ארבעט, אדער טאקע צו א טריפ.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זאג נאר יגרל ווי זענען זיי געפארען ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יוי ביסטו זיס דו יגר, אן איידיע פון וואס צו שרייבן.

באט איך קען מיך נישט איינהאלטן פון זיך צו רעגן אויף דעי סארט טריפ'ס, שוין נאכן צאלן דעי קעמפ געלט, 120 דאלער פער קינד, (אויסער שכר לימוד.) דארף מען נעמען די קינדער אויף א טריפ, וואס קאסט ש'מער און ש'ווייניגער 20 דאלער פער קינד, און סיז נאכנישט פארטיג, מ'שיקט מיט א צעטיל (קטן) אז אזוי ווי ס'גייט נישט זיין וואס צו עסן און טרינקען, זאל יעדעס קינד מיטנעמען פאר פרישטאג און לאנטש און גענוג טרינקען פאר די לאנגע טריפ. פרעג איך ענק, איז דאס נארמאל? ס'גייט מיר אין קאפ נישט אריין. איך גיי מיך דא אפשטעלן איידערן זיך אויסגעבן מיין גאנצע רעגעניש אויף די חברה, וואס כ'בין ניטאמאל זיכער צו ס'וועט העלפן.

צום פוינט, יגר יישר כח. כ'האב גע'שמייכל'ט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' איך הער, רעדט אייך נישט אפ מיר האבן געצאלט פילפיל מער פאר דעי קעמפ פער קינד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

איך הער,

250 דעי קעמפ
5 פער וואך פאר ארטס און קרעפטס וואס קומט נישט צו צו די ארטס און קרעפטס פון א גאנץ יאר. (אויסגעצאלט אנפאנג זומער)
מיידעלעך פאר טיטשערס,
א יעדע וואך 5-10-15 דאלער פאר טריפס,

אבער איך רעג מיך נישט, ווייל פאראיאר האב איך מיך גערעגט און ס'האט גארנישט געהאלפן.... :oops:
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

יוגער איז שוגער...

אויך מיר קרענקט דער משוגעת. כ'פרעג מיין קליינעם - פאר וועמ'נס אויספלוג כ'האב באצאלט פופצן טאלער - נו, ס'ט געהאט פאן? געמאכט א לעבן? אה, יא טאטי, כ'בין געווען אויף צוויי ריידס, און אויפן וועג האמיר געזעהן קיעלעך מיט הארסיס, ס'געווען אזוי גוט...
איך גלעט אים די צארטע בעקעלעך און כ'שמייכל צונעם, אבער ביי מיר אין הארץ ציפט.. דו ווייסט שעפעלע, ביי מיר איז פופצן טאלער באלד א שעה ארבעט, נאך וואס פעלט אויס די שווענדערישע טריפס, ווען קינדער פון זעקס זיבן יאר ענדזשויען מער קיעלעך מיט הארסיס ווי טייערע ריידס? זאל מען ליבערשט גיין צו העליקאפטער און עראפלעינס און שוין. די קינדער פון אזא יארגאנג עפרישיעטן נישט מער, ווען מ'נעמט זיי צו טייערע פלעצער.
אבער, פארוואס זיך עסן? לאמיר זיך פרייען מיט אונזערע נחת'לעך אין פריידן, כ'העט ווען געצאלט נאך אזוי פיל כפלי כפליים פאר זייערט וועגן, דער עיקר, דער באשעפער זאל שיקן געזונט אין נחת - און אויך געלט...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יגר, ריזיג איז דאס ווארט.

בעילאוט ;l;p-
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יגר, הערליך.

כ'קאן נישט ארויספרינטן ודעם ארטיקל ווייל אויב מיין פארשלאפענטע וועט עס זען וועט זי זיך פון פריש צוזאמענעסן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

קליינע קינדער קליינע דאגות, גרויסע קינדער גרויסע דאגות!!!

יגר!!! דו ביסט יגר!!!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יגר, שלום עליכם, די פלעגסט אלעמאל שרייבן דא??....

עניוועי, איך האב נאכנישט די דאגות (דערווייל) אבער פון דיין שרייבן האב איך ב"ה שטארק הנאה געהאט און איך וויל דיר נאר בעטן א פערזענליכער בקשה אז ווען זי קומט אהיים פון די טריפ זאל איך אויך האבן וואס צו ליינען.

הצלחה.

אגב, איך האב געצאלט $350 פאר דעי קעמפ, נאך $20 ארטס און קרעפטס. אבער איך ניץ די עצה פון בעילאוט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יגר'ל א-וואו אייביג, ציקער זיס

ביים ליינען די נאמען פין די דעי קעמפ איז פארגעקומען א אויספלאץ אין די מילצען
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דיין פאנטש ליין פון גילו איז איבער אלעס.....

איצט העמיר מגיב זיין נוסח פארשלאפן, זעהט אויס אין די פארטאגס שעה'ן איז ער פארשלאפן....

כי בשמחה תצאו,
איז כמעט דרייע,

ביי פינעף דרייסיג,
איז זי נאך געשלאפן פלייסיג,

נישט געקענט דערוועקן אפילו,
ביזן געשריי פון גילו,

פרי פארטאגס שוין ביים סטאפ געוווארט,
צוזאמען מיט די אנדערע נערים פארנערט,

קוים 10 יאר אלט,
און מ'מאכט שוין אזא טרופ געוואלד!!!!
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ויגר; און ער האט זיך געיאגרט, ווער האט געיאגרט? יגר; דער יגר, וועלכער יגר? סהדותא; פון סהדותא, נאכמאל, יעדער זאגט שיין לעבעדיג, ווער עס וועט קענען גוט, וועט גיין אויף א טריפ.........

יו ביסטו זיס, (נו גילוי...)
חביבי, האסט מיר דערמאנט מיינע טריפס קיין עדווענ-טשולענט (אויך מיר א טשולענט) יעדן חוה"מ, מיט יאסי פאללאק'ס באס פון ברכה סימי, דאס איז געווען א מין אויספלוג, אפשר וועל איך נאך אמאל מאכן אנארטיקל דערוועגן.

דערווייל; ביי חוה'לע
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

נאכאמאל יגר, ר' עזריאל דער קליינער מלאך האט געזאגט ולמלשנים אין דעי קעמפ, און חוהל'ס הינט האט ארויסגעגבן די ניק פון די ציגעלע, און פיעף דרייסיג פארטאגס האבען די טישטערס געלערנט תוס' אין ברכות, און פארדעם בעטסטו א רעיס, האב איך ארויס די גאנצע ענין דא?

באמת גערעדט יישר כוח יגר דיינע ווערטער מאכען מיינע ליפען זיך שטעלן אויף א שמייכעלדיגע פאזיציע, פונקט אזוי וואו דער פאטאגערפער האט פארלאנגט אינעם יחוד שטיבעל, (ווען מיין טאטע האט געטענהט צו מיין מאמע פארוואס קענסטו נישט כאפען די פיקטשער? איך בין שוין מסכים בילדער אבער פארוואס א פרעמדער?)

אינטעלי: זייער גוט ארויסגעברענגט ס'ענין.

מילער אוי דערמאנסטע מיך זכרונות, אוי וואו גוט די טריפס זענען געווען, די מאמע זאל זיין געזונט האט איינגעפאקט א פעקעלע מכל טוב וטוב, ממש אלעס וואס א קינד דארף נאר, אנגעפאנגען מיט דריי פוד סטארידזש בעגס צו ברעכן, א אפגעקאכטע אייער, א לעבען, צוויי האלבע מצות איינס פאר איעדע וועג באזינדער, א באטעל וואסער, אפי' אפאר ניסלעך, מיינסט זי האט פארגעסן נעפקינס? לא מיט אן אלף זי האט מיטגעפאקט נעפקינס אויך, מיר האבען געהאט כל טוב בידנו.

אזוי האמיר זיך ארויסגעלאזט קיין עדווערנטשער לענד, אנגעפאנגען האט זיך עס ווען מיר זענען געזעצן אויפען באס אינעם פארקינג לאט פינעם שאפינג סענטער, צוויי שעה צו וויפיל ביז מען איז שוין אנגעקימען צום ספוקי האוז, די באמפער קארס די באמפער שיפען, אוי איז דאס גוט געווען.


יא יא אינטעלי אוי איז מיין מאמע געווען איבעראשט ווען זי איז געוואר געווארען אז מיין גאנצע אינדזשוימענט איז געווען דריי ריידס, זי האט נישט געמאכט די חשבון וויפיל שעה ארבעט דאס איז, זי האט גערעכנט אנדערש, זי האט גערעכנט די גאנצע טריפ האט מיר געקאסט איך זאל נישט קענען קויפעו נייע שיך, דאס הייסט אז זי וועט דארפען גיין נאך צוויי דריי וואכען מיט צעריסענע שיך, און טאמער וועט רעגענען וועט זי נישט קענען ארויסגיין פין דערהיים.

שטעלט זיך יעצט א שאלה, וואלט איך ווען מוחל געווען מיין מאמע ווען זי זאגט מער ווען דא האסטו דריי דאלער גיי אראפ צו די ריידס קענסט גיין אויף דריי ריידס, וואו לאנג וואלט ווען גענימען איך זאל איר מוחל זיין?

וואס פארא השפעה וואלט עס ווען געהאט, אויף מיין היימישקייט בעסער געזאגט וואו ווייט וואלט עס ווען געמאכט איך זאל זיך נישט פילען ווארעם צו מיינע עלטערן?

מילער נעם איבער די זאך דא, איך בין אינגאנצען פארקאכען פון די נושא דא, קיינער האט נישט גערעדט אפי' אז מען זאל די קינדער נישט לאזען מיטפארען, נעם מיך איבער זיי ממשך וואו מען האט געהאלטען ביטע.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קאנ)ד(י. חחחחחח
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

קאנאו, דו דרייסט דיך לעבן יגר? דו ביסט שוגער!!!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

מענטשן האבן געהאט השגות פארצייטנס..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”