ג'ענד'יגט מיט וואוס מעיל'ס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ג'ענד'יגט מיט וואוס מעיל'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך זיץ אין דזשאב איך קוק איבער די ריפארטס
אינמיטען שפיר איך א דריזעל אויף מיין הויזען, בזזזז..... בזזזז.......
איך נעם ארויס די פאון אין איך קוק ווער ס'האט די געוואגקייט מיך צו ריפען אינמיטען די ארבעט... אויפן פאון דעקעל קומט ארויפ אז שלומי זיכט מיך, (דזשאסט פאר די רעקארדס, שלומי איז מיין יוגנט חבר נאך פין חדר... איך פלעג אים געבען ריסעס אין ער פלעגט מיר געבען זיין קיטשעין צי שפילען... יוגנט פריינט..)

איך טראכט צי מיר יא אויפהייבן, נישט אויפהייבן, יא ניין..
ניין איז געבליבען, איך דריק די רויטע איגנאר באטטען אין פטור, איך לייג אריין מיין פאון אין די האלטער אין איך ווארף מיך צוריק אריין אין די ריפארטס,
ס'גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט אין אודך, בזזזז.... בזזז....
וואס וויל ער שוין ווייטער??
יא, איך בין גוט מיט דיר, אבער דאס מיינט נאך נישט אז איך דארף זיין אייביג עוועיליבעל פאר דיר א-יא? לאמיר זאגען איך בין יעצט אין א מיטינג (ער ווייסט אז איך האב קיין מיטינגס נישט... אבער וואס-א-חילוק) אין אז די זעהסט אז ביים ערשטען מאל האב איך נישט אויפגעהויבן מאיזה סיבה, וואס איז דאס משוגע מאכען?
איך נעם ארויס די פאון מיט א קענטיגע פאראיבל אין מיינע פינגערס לויפן גראד צום רויטן קנעפעל איגנאר, איך גרייט מיך עס צי דריקען מיט א אינערליכע קראפט געמישט מיט נצחון,
אבער גארנישט, ס'איז שוין גארנישט קיין פאון קאלל, איך זעה א קליינע ענוועלאופ, ס'איז א פשוט'ע וואוס מעיל.....

ליסטען טו מי שלומי,
וואוס מעילס איז די ערגסטע זאך וואס די קענסט טוהן פאר מיר,
איך גיי יעצט דארפען קאלען מיין וואוס מעיל אריין דריקען מיין פין אין אויסהערען דיין זיס קעליכעל מורמלען "קאל מיך פליס צוריק שאקויעח",
איז אזוי, דאס אז די האסט מיך געריפען דאס זעה איך דאך אין מיין מיססד קאללס, סאו וואס פעלט אויס דאס נאכאמאל מיך דערמאנען?
אז די האסט מיר עפעס צו זאגען קענסטו מיר שיקען אזוי,
טעקסט מעססעדזש, אימעיל (5 אדרעססען)
גוגל טאלק, יאהו מעסענדזשער, בב מעסענדזשער, סאו פארוואס האסטו פינקט אויסגעוועהלט די מערסט נערווירענדע אפציע פין אריין לאזען א וואוס מעיל?

די ווייסט אז וואוס מעיל איז געמאכט געווארען ווען בחורים האבען די ערשטע מאל באקומען סעלפאון'ס אין זיי פלעגען אנפאנג צאלען קוואדערס פאר די חברים אז זיי זאלען אריין קאללען די פאונס, (זיי האבען פשוט געוואלט זיכער מאכען אז ס'ארבעט....)
איז דעמאלטס איינער אויפגעקומען מיט די בייפאל אז פאר איין קוואדער קען מען מאכען צוויי מאל דריזלען, איינס ביי די קאלל אין אויב מהייבט נישט אויפ דריזעלט'ס נאך אמאל ביי די וואוס מעיל..... א וואזשאנע בייפאל....

נו אויב אזוי פארוואס באניצטו דעך מיט זאכען וואס באלאנגט פאר קליינע בחורים?

אין יעצט וויל איך טאקע בעטען אלע מיינע חברים, קיינמאל זאלט איר א וואוס מעיל נישט אריין לאזען,
ס'איז אלט מאדיש אין אויסגעוואקסען...

אין צי די אידן וואס פארגעסען אראפצילייגן די טעלעפאון אין מיין וואוס מעיל ווערט פיל מיט זייער אימאינהאלטסרייכע בויך וויי אלעס ווייל זיי האבען פארגעסען צי דריקען די ענד באטטען, פאר זיי דארפ מען סתם אזוי אוועק נעמען די אפשען פין קאללען סעלפאון'ס, זאג נאר דיין ציין פארגעסטו אויך צי בארשטען? ס'אידע משוגעת?

איך דערמאן מיך יעצט,
טונא נעכטען, כ'מיין אייער נעכטען קאלט מיך מיין שוועסטער, איך האב אויפדימינוט נישט געקענט אויפהייבן, איך דריק די איגנאר, נאך א מינוט צוויי באקום איך א וואוס מעיל, איך קאל אריין די וואוסמעיל מיט א זיז חימה, אין איך הער וואו די שמחה איך אויפן גרעסטען פארנעם, הינדי האט געמאכט קיייססססעעעררר.....
אויפגעגעסען די גאנצע לאקשען.... פאטש.... פאטש.... פאטש.....
ס'ארא סימחע....

פרעג איך דיר איזעס נארמאל?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

......... חא חא חא חא חא חא בעסער ווי גיט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געשמאק צו ליינען ;l;p-
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

געלעגער, צוקער זיס ;l;p-
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח :lol: :lol: :lol: :grin: :grin: :grin: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
געלעגער ;l;p- A1
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יוי מאכסטו מיך לאכן, כ'טראכט אלץ די זעלבע זאך, ווען מ'לאזט ווען א מעסעזש, אז היינט נאכט ווילעך גיין דא און דארט, אז דו גייסט אויך, נעמעך מיט, פיין, פארשטיי איך, אבער ניין, ער לאזט א מעסעזש, פליז קאל מיך צוריק זייער וויכטיג, און הערשט ווען דו קאלסט, פארציילטער דיר זיין הארציגע בקשה, נאכוואס האטער דאס נישט געקענט זאגן אין זיין מעסעזש?

און דאס פארגעסן צו דריקן די ענד באטען, יוי ביסטו זיס, זאכן פון וואס מ'טראכט ניטאמאל אז מ'קען מאכן אנארטיקל, נעמסטו, און צולייגסטעס אזוי שיין. יישר כח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זייער שיין, יישר כח.

איך וועל מיך אבער ערלויבן מחולק צו זיין מיט דיר. אסאך מאל האב איך נישט קיין געדולד אויפצוהייבן (אדער האלט איך אינמיטן דאווענען), פריי איך מיך יא ווען דער רופער לאזט איבער א מעלדונג, ווייל אזוי ווייס איך אויב ער וויל עפעס וויכטיג און אויב איך דארף אים צוריקרופן.
אוועטאר
מר. מצליח
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. מצליח »

;l;p-
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

אז מען רעדט שוין פון וואויסמעיל, לאמיר אייך פרעגן, ווערט איר אויך נערוועז פון די אינסטראקשענס אויף די סעלפאון וואויסמעילס וואס מעלדן אז "צו פעיזשען דרוקט 5" אדער "ווען דו האסט גענדיגט רעקארדירן דרוקט 1 פאר מער אפציעס? זיי לאזן נישט קומען צום ווארט און שפענדן אייער טייערע צייט.

נו וואס איז פשט דערפון? די קאמפאניס פרובירן דאך אלס צופרידענשטעלן די קליענטן, נו וואס דרייען זיי א קאפ מיט זאכן וואס יעדער ווייסט?

די תירוץ איז פשוט: געלט. דהיינו, א ניו יארק טיימס ריפארטער האט אויסגעפרעגט אלע פיר גרויסע קאמפאניס - ספרינט, ווערייזאן, אט&ט און טי-מאביל, און אלע האבן פה אחד מודה געווען אז זיי שארן געלט דורך דעם וואס דער עולם נוצט מער מינוטן פער חודש, ווערייזאן אליינס האט געמאכט 600 מיליאן דעס יאר בלויז פון דעם.
האט דער ריפארטער באשלאסן צו ענדיגן די נאן-סענס און האט אנגעהויבן א מאסיווע קאמפיין מיטן נאמען "טעיק בעק די ביפ" (זוכט עס אויף גוגל), און דער עולם האט אנגעהויבן אריינשיקען קאמפלעינטס צו די קאמפאניס און זיי האבן אנגעהויבן שיקען אינסטרוקציעס וויאזוי עס צו פארלעשן.

פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ענין, זוכט אין גוגל פאר "Take back the beep" און דא האט איר א לינק פאר אינסטרוקציעס עס אויסצולעשן http://bit.ly/RihTH
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

געלעגער, האסט שוין געמאכט א קייזער אויפן ארטיקל? פאטש פאטש פאטש.... ;1@ ;1@ ;1@

ביסט גוט!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קרעמער האט געשריבן:זייער שיין, יישר כח.

איך וועל מיך אבער ערלויבן מחולק צו זיין מיט דיר. אסאך מאל האב איך נישט קיין געדולד אויפצוהייבן (אדער האלט איך אינמיטן דאווענען), פריי איך מיך יא ווען דער רופער לאזט איבער א מעלדונג, ווייל אזוי ווייס איך אויב ער וויל עפעס וויכטיג און אויב איך דארף אים צוריקרופן.



קרעמער מיר רעדען פין די קורצע וואוס מעילס א-ווי קאלל מיך צוריק, אדער די גאר נערווירענדע "נחום ס'איז חיים"
נאר ווער דען איז עס? יענקי?
פארוואס טראכסטו אז איך מיין אז עטס האטס געטוישט פאון נאמבער?

לסיום דמילתא, א הארציגען דאנק פאר אלע טענקס גיווינג'ס

ויה"ר שלא ישמע עוד וואוס מעילס.. כליפ.... כליפ.... איך קען נישט מער....
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געלעגער, כ'בין מיט דיר און יאכער אין איין דעה. יאך האב געהאט איינעם וועגן ביזנעס, וואס האט אלעמאל מיר געלאזט א מעסעדזש: סאכדעס, קאל מיך צוריק. איך האב אים געבעטן, סטאפ, איך זע אז דו קאלסט מיך, לאז נישט קיין מעסעדזש. ס'אט נישט געהאלפן. ביז כאבעם געזאגט: אויב לאזטו א מעסעדזש אן תוכן, קאל איך דיך נישט צוריק. יאך האב מקיים פסק געווען, און ס'אט געהאלפן. (אריין אין לאחיו....)
בעצם איז עס פיין באשריבן, אויך די זיסע מעסעדזשעס וואס מ'קריגט אמאל. יאך האב אמאל מיטגעהאלטן אן ערענסטע מחלוקה צווישן א קאפל, אוי איז געווען בזיונות.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

געלעגער'ל, אלץ טרעפסטו צו די פארווייטאגטע נושאים.. כ'וויל הערן פון דיר א שבת תשובה דרשה.. כ'וועל נישט איינשלאפן אזוי שנעל..

נאכמער פון אלעס באדערט מיר די חופצה אז ספרינט (אפשר אנדערע קאמפאניס אויך..) רעכנט א וואויס-מעיל קאל אראפ פון די מינוטן.. אמער פארוואס זאל עס נישט פאררעכנט ווערן ווי א מאביל טו מאביל קאל וואס רעכנט נישט אראפ קיין מינוטן, די וואויס-מעיל איז דאך דיין אייגענעם נומבער?!

שלמי, האסט אויך א פוינט.. ס'מערסטע געפעלט מיר דאס; 'טו ענד דיס קאל פרעסס 9, אר סימפלי הענג דאון'... איך קען נישט קיינמאל נישט דיסיירן וואס צו טוהן אין אזא פאל...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געלעגער, ;l;p-
----------
אגב, איז דא א וועג צו באקומען די וואויס מעיל אויף אימעיל???
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

געלעגער ;l;p- ;l;p- ;l;p- אלץ איז ער דא מיט די גוטע סחורה!

שלמי וועל מיר זיך אויך אנשליסן אין די קאמפיין, און אראפ נעמען די נערווירענדע סקונדן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

געלעגי, כאב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, אלדאו עס פעלט נאך אלץ אויס וואויס מעיל ווען די פאון כאפט נישט אדער עס איז אויסגעלאשן.

ווען איך לאז איינעם א מעסעדש זאג איך געווענליך אריין מיין באגער, פשוט ווייל אסאך מאל ווען יענער קאלט מיך צוריק האב איך שוין פארגעסן וואס כאב געוואלט.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

געלעגער געלאכט א באנטש , יישר כח
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אגוטן, דאס איז יגר'ל פון היימישע קרעטשמע, פליז קאל מיך צוריק. איך קען נישט יעצט רעדן ווייל איך רייס מיך פון איינעם'ס וואויס מעיל. ביי.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

שלמי האט געשריבן:פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ענין, זוכט אין גוגל פאר "Take back the beep" און דא האט איר א לינק פאר אינסטרוקציעס עס אויסצולעשן http://bit.ly/RihTH

דא האט איר ווי אזוי מ'קען עס פאררעכטען
Take Back the Beep:
How to disable voicemail instructions!!!

save me some time, why do I have to wait for the long detailed voicemail instructions when I call you, please follow the instructions below….next time I call I should not have to ys listen to this long instructions….

Sprint
It's pretty easy:
1. Call your voicemail

2. At the menu, press 3 for personal options

3. Press 2 for greeting

4. Press 1 to change the greeting

5. To enable / disable the instructions, press 3

AT&T
There's a "cut through paging" option on AT&T's voicemail, at least for certain customers. It only cuts off that small section of the voicemail instructions (the part about paging somebody), but it's all very unclear and inconsistent. AT&T has been upgraded to orange, and you're free to try these instructions at your own risk:
1. Call your voicemail

2. Go to personal options

3. Go to administrative options

4. Select "cut through paging"

5. Select off

Verizon
Instructions are a little conflicting, but here's what we've gleaned from the tips. As far as we can tell, Verizon methods can vary by region.

1. Personal options

2. Administrative options

3. General options

4. Then you will have these three options:

o Auto Play On or Off

o Call Back Number Prompt On or Off

o Rapid Prompt or Standard Prompt

ביי די וועי א עצה עס זאל נישט ווערן גערעכענט מינוטן קאלטס פון א צווייטע סעל צו אויסהערן די וואיס מעילס
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח! איך האב עס יעצט אנגעשטעלט נישט צו זאגען די אינסטרוקציעס.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

געעעעענדיגט! ס'פארטיג! נישטא מער קיין ער"פ מצות! אוי וויי נישט דאס האב איך געמיינט, נישטא מער קיין וואויס מעילס!

ס'ייסט ס'נישטא מער? אהה, דער געלעגי האט איינגעטראסקעט פאר אונז עפעס שטאף, דו זכר מיט האר קום נאר אהער לאמיר זיך אדורך שמועסן:

וואס איז שוין ווייטער מיטן אינוועטארי? איך זוך צו לויז ווערן דערפון ווי מער איך קען, אין א_פא! איך קום אריין דא רעדט מען שוין ווייטער פןון אינוועטארי?
יא אויפהייבן נישט אויפהייבן, זאג נאר דו שווייס ליב האבער; וואס איז דיין פראבלעם דא? דו האסט דען א קורצער פינגער וואס קען נישט אנקומען צום איגנאר באטטען? עס איז אומבשראבלייך די גוטע פילינג ווען מען פארטרייבט א רופער צום וואויס מעיל. נישט אזוי?

קיצור; ס'שוועסטער האט געקאלט זאגן אז דער קליינער שפרינצע האט געמאכט קייזער אויף ברוינע-לעבען? גיב נאר א פרעג וויפיל פון די לעבען הענגט נאך אויף די נאז, טו ארום די טיכל ארום די האלדז אין וויש איר אינגיכן ליבע שוועסטער.

בד"וו; פון ווי נעמט מען די ווארט קייזער, טשיקען-פאַקס, טאמבעל-סאוס, אז דו ווייסט די תירוץ שיק מיר א וואויס מעיל :lol: טענקס געלעגי!

ליינער; דאנק פארן צונויף צאמבלען די אינסטרוקציעס, אבער מיין ארימער פאון האט אפילו נישט אזויפיל באטטענס פאר אזויפיל מעניוס.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אלטער; יוי שיכור איינער, ס'ווייסט נישט? אווער געטאבעלט קומט פון די "מתן תורה טעיפ" דיע אן מיוזיק פאר די דריי וואכן נישט מער געדאכט, דארט שרייען די גוים צו בלעם: העי יו דזשאני, די גאנצע וועלט גייט ווערן אווערגעטאבעלט..

אזא גירסא דינקותא צו פארגעסן.

אלטי. שערקויעך
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

.
אטעטשמענטס
peoplevoicemail.png
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דו מאן יימר דו! וואס ברענגסטו מיר דא וואס?

כ'רייס מיך פאר געלעכטער אנגעהויבן פון געלעגער'ס [נאך אלץ אקטועלער אנגעלעגנהייט] וויי געשריי ביז אלטי'ס אויספלאץ און אלע גוטסלעך אינדערמיט.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

א חבר מיינער האט א גריטינג וואס זאגט אז מען זאל נישט לאזן קיין וואויסמעילס, איך האב יא פרובירט אבער די וואויסמעיל באקס איז פול..

געלעגער, זייער גוט געשריבן, דאס איז א טעגליכע פראבלעם וואס האט ביזדערווייל נישט קיין לעזונג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”