דער שבת אין קאנטרי: אלס א גאסט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היישעריק
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 06, 2008 6:21 pm

דער שבת אין קאנטרי: אלס א גאסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היישעריק »

קיץ תשס"ו

עס איז די 3 וואכן, דער עולם איז אין קאנטרי. די אידן אין קאנטרי הונגערן פאר געסט, מיין שוואגער א איינגעשטעלטער אין א מוסד. האט ער יא א באנגעלוי אויף די זוממער וואס די ישיבה באצאלט, האבן זיי אים צוגעטשטעל א רעדי באנגעלוי, וואס געשעהט, ער האט זיך ערלויבט צו רופן אויף א שבת, נאך אלעס פארמאגט זיין באנגעלוי איין שטיבל מער ווי זיין שכנ'ס שטיבעל, עס איז לויט אים פונקט גענוג אויף צו רופן משפחה.

אלעס איז איבער די שמחה אז מען גייט אויף שבת אין די מאונטענס, הקיצור... עס איז פריילאַך.

עד כדי כך, אפילו 'ענטערפרייס' ווייסט שוין אויכעט דערפון, זיי האבן שוין אפעלירט מיט א קאנפירמעשאן נומבער וואס וועט דעקן פאר א 'קאמפעקט-קאר', וואס צוגעהערן נאך ברויך איך? אה... א קאר סיעט פאר מיין בעבי, יא! דאס איז מען יעצט גאגאנגען שנארען, גלייבטס מיר; פאון קאלס מיט גאז צו קריגן די קאר-סיעט איז שוין באלד טייערער ווי צו קויפן א נייער קאר-סיעט, אבער וואס טוט מען נישט פאר א פרי קאר-סיעט.

וואס דארף מען אלס מיטראגן? איך קאל מיין שוואגער, זאג נאר... וואס שלעפ איך מיט? עפעס פעלט דיר דארט, כמיין נישט דיר... צו עס פעלט עפעס פון די קאנטרי.

עה... היישעריק! וואס פעלט אונז דא?! שלעפ נישט גארנישט מיט, פון די שענסטע און בעסטע וועסטו קריגן דא, עסן? יאא... עס איז אפשר טאקע נישט אזוי ברייט די עסן ווי יענע און יענע קעמפ, אבער איין זאך קען איך דיר זאגן מיר פארמאגן גענוג אין נאך, אין אלעס איז מיט הארץ מיין ליבער שוואגער. איז נישט... זאג איך מיין ווייב. צו וואס סתם מיט ברענגן אין ער וועט נאך מיינען אז איך טראסט אים נישט.

איך פאק אריין אין טראנק אביסעלע מעדנים פאר די ניסעס וואס ווארטן אפ דארט, קלעי מיט באבעלס וכדו' איז דא זיכער גענוג דארט, לאז איך דעס דא. וואס נאך שלעפ איך מיט? נאטינג מעידזשער, די שבת'דיגער טלית אריין געווארפן אין טלית בייטל, העכסענס פרייטאג און זונטאג וועל איך דאווענען מיט א שבת'דיגער, אלץ נישט אזוי פאני ווי צו דאווענען מיט א טיש בעקיטשע אום זונטאג.

טו מעיק די סטארי שארט, עס איז דאנערשטאג נאכט; געגאנען! הנה... מען גייט שוין אט-אט, אנגעטאן די בעבי מיט פידזשאמעס, אויפגעפיקט א היטשער, גענומען פעקלעך פאר נאך אידן, איינגעפאקט די פאר פארבליבענע זאכן וואס מען וויל נוצן אויפן וועג, א סידי אריין... איינס צוויי... מען פאלאוט מעפקוועסט, ארויס אויפן וועג....!

יעדע עקזיט אויפן זיבעצען ווערט אפגעציילט ווי איך צייל ווען געלט דא, די שמחה איז ווי געראכטן, מען איז פארפארן... ארויס אריין, ווי גיי איך? נארט, סאוט... 52,42 - 209 , ליבערטי? ווי איז מיין וועג ארויס דא. ס'פרייליך, מזוכט די וועג, אה... די שוואגער קאלט. יענע צייטן איז נישט געווען אזוי איינגעריסן די בלו-טוט, האב איך פשוט אויפגעהויבן מיין דעמאלטס'דיגער אלטער סעלפון, (איך שרייב דאס נאר פאר די רעקארד) אין דער האט געגעבן דירעקשאנס גענוי ווי לייוו-מעפקוועסט.

עס איז שפעט ביינאכט, מען איז שוין פיינעלי אין קאנטרי, איך שלעפ ארויס מיינע פעק, מען גייט צום כאטקע/באנגעלוי, א קריפ אריין אין מאראסט, איך בין שוין אין זיין כאטקע/באנגעלוי! שלום עליכם שוואגער!
א! עליכם שלום, קום אריין, נו וואס זאגסטו, פארשטייט זיך אז די ערשטע קשיא איז געווען וויאזוי איז געווען די וועג.

איך רעאגיר נישט געהעריג צו אים, איך קוק אין איך זוך... ווי האט ער דא פלאץ? איך קוק רעכטס, א וואנט! לינקס? א סקרין! ארויף? א פליגען כאפער! אראפ? אויל-קלאט! ווי גייט ער מיר דא פלאצירן רבוש"ע עס איז פיל קלענער ווי מיין קיוביקעל אין ארבעט.

אהה... די שוועגערין האלט שוין אינמיטן ארויס שלעפן די צוזאם-לייג בעטל, אהה.. מען שלעפט שוין ארויס די צווייטע, אט באלד איז שוין דא אויפגעסעט די גאנצע בעדרום סעט, וואס --- ווי ! איך שטיי דאך דא אין צענטער פון די דיינעט/פארטש/קיטשען/לאנדרי, (יא ביים עק האב איך באמערקט ווי ער האט יא אריינגעקוועטשט א וואש-מאשין.

מען האלט שוין א שריט ווייטער, אוועק גערוקט די טיש, אויפגעפיילט איין באקס אויפן צווייטע צו מאכןם פרייט ס'ארט, מען האט אנגעברענגט סעפטי פינס, מען לייגט א פירהאנג, דאס הייסט אונטער די פירהאנג איז מיין בעדרום (?) אר יו קידינג? אקעי גוט איך בין דא אויף נאר אויף די וויקענד, איך קען גארנישט טאן סייווי. איך פרוביר צו גיין שלאפן. אין? שיע בין נון.

אז מען רעדט שוין פון די בעטן איז כדאי צו דערמאנען אז דא האנדעלט זיך פון רעגולער צוזאם לייג בעט, דהיינו; איך האב מיר א רגע אראפ געזעצט אין די מיטן, האט זיך עס געגעבן אזא הייב אויף פון די צוויי זייטן. איך בין געבליבן וי א טפח העכער דער ערד, ווער רעדט נאך צווישן די צוויי בעטן איז געווען פלאץ כמלא נימא, מ'שטיינס געזאגט, ווער עס האט א גוטער ראי' וואלט גערן מסכים געווען אז דארט איז דא לופט בערך א קוואדער אינטש.

פאר מיין קליינער האט מען גערן אריינגעלאזט מיין טרעוולינג קערידזש זאל ליגן דארט אינמיטן די גאנצע כאדאראם, זאל דער קליינער שלאפן אין קערידזש, נו שוין, ווען ער וועט זיין גרויס וועט ער וויסן צו דערציילן אז ער האט אמאל גענוצט די קערידזש אלס א קריב, מה כל הרעש?

איך פרוביר צו פארמאכן א אויג, די ריזגער באקס-פען בוזשעוועט אין קאפ, די לבנה שיינט מיר אין פנים ער/זי לאכט אויך פון מיר, מיין קליינער הוסט, די פליגן ברומען אין די לעקטער אינדרויסן, אוממעגליך צו שלאפן דא, אזוי נאך א וויילע קוועטשן די מאטראץ האב איך שוין שיעור צוריסן די ספרינגס.

עס איז פרייטאג זיבענע... די קינדער שטייען אויף, נו ווי קען איך בלייבן שלאפן דא אינמיטן די דורכגאנג? איך שטער דאך די גאנצע זאך דא, אויפגעוועקט די בני בית, צאמגעלייגט די בעטן, צוריק געריקט די קאך טיש, אלעס איז צוריק, יעצט קען מען גיין צוגרייטן די שבת.

עס איז פרייטאג נאכט, די סעודה איז ב"ה געווען גאר דערהויבן, די עסן איז געווען היימיש, וואס עס איז געווען גוט האט מען געזאגט אז עס איז געמאכט געווארן דא אין ס'באנגעלוי! וואס עס האט געפעלט עפעס טעם, האט מען געגעבן א ווארך ארויף אז די קאמערשעל קיך האט עפעס פארפעלט אריינצולייגן.

געענדיגט די סעודה, ארויס אויף א שפאציר, זיך געגענגען אונטער הערן ווי די 13 יעריגע שפילן 'באטע', אלעס האט א שיעור, מיין גייט שלאפן... אודך די גאנצע געשעפט: מען רוקט אוועק די טיש, מען שטופט מיט א שינו די מוקצה בלאקערס, מען סעט אויף די בעדרום. מען גייט נאכאמאל טרייען צו שלאפן. (מען קען זיך שוין פארשטעלן די ענדע).

שבת אינדערפרי, ביים דאווענען איך בין א גאסט, אה... איך האב געקריגן אן עלי' - יעצט שנדר! איך טראכט אזוי צו מיר, שנדר'ן פארוואס? שנדר'ן אויף ווען? וואס גייט מען טוען דערמיט? נוצן די געלט איבערצובויען די באנגעלוי פאר מיין שוואגער? הלוואי... צולייגן א שטוב? עס וועט גארנישט אויסמאכן. עה... שנדר'ן זאל א צווייטער, צוה לברכם! איך קום סייווי מער נישט צוריק דא.

מען גייט צום סעודה בשעט"מ, עס ליגט מיר נאך אין קאפ ווי איך האב מיר געשלעפט אין די רעגן אהיים נאכן דאווענען, איך האב געהאלטן מיין טלית אין די הענט, געגאנגען צום באנגעלוי.

עס קומט אהן צו די טשאלענט... דא איז געווען די קלימאקס, די טשאלענט ווערט געמאכט אינעם גרויסן קיך אלזא ברויך מען גיין מיט א קארב אין קיך אריין, אין שלעפן טשאלענט ווען די קינדער פון קעמפ ענדיגן דאווענען אין זיי עסן די סעודה גאר פרי. יעצט ווען עס קומט שוין די צייט פון עסן, קען מען עסן קאלטע טשאלענט, מיט ווארימע קאמפאט.

אזוי איז ב"ה דורכגעגאנגען א שבת צום געדענקן, איך האב נאר געווארט אויפן זונטאג צופרי ווען מען גייט שוין צום לעצטן מאל צוזאם לייגן די בעט. אין נעמן די וועג אהיים.

אין וואס וויל איך דא יעצט? עס איז דאך שוין דורך דריי יאר פון דעמאלטס.

* * *

דאן הערט: עס האט גענומען דריי יאר, אבער.... נעכטן נאכט באקום איך א טעקסט פון מיין שוואגער, ווי ער מעלדט מיט שמחה אז ער גרייט צו א פלאץ פאר מיר אין זיין באנגעלוי. איך זאג ענק דעם אמת, איך האב נישט געוואוסט צו ער מאכט ליצנות, צו א מיסטעק פארוועם ער האט געוואלט שיקן די מעסעדזש.

אמת... ער איז שוין אין א צווייטער באנגעלוי. אבער העי יו קען נעווער נאו... איך טריי שוין נישט אויס, ווילאנג איך האב פרוף אז ער האט געהעריג פלאץ, איך בעט נישט אן עקסטערן טוילעט, אבער עטעליסט געהעריג.

מיין ווייב זאגט אבער אז אזוי ווי ער האט שוין א אנדער באנגעלוי, אין ער האט געווארט דריי יאר, קען מען אים שוין טראסטן, אין מען קען גיין... וואס טוט מען דא??
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

היישעריק, הער אויס, ס'גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס דו גייסט למעשה טוהן, אבער איין זאך איז זיכער, "שרייבן וויזוי ס'געווען, גייסטע זיכער"!!!

היישעריק, דו זאלסט בעסער שטיין ווייט פון מיר, ווען דו קומסט די נעקסטע מאל נאנט צו מיר, גייט גיין פעטש.. אזוי ווייניג צו שרייבן??. כ'מיין, מילא ווען דו קענסט נישט, שוין.. אבער אז דו קענסט יא?? נעמדעך שרייבן!! פארשטאנטא??
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זאג דיין שוואגער אז ער קען קומען צו דיר אין שטאט, האסט טאקע נישט קיין צוזאמלייג בעטל אדער שפין-וועבעכץ, אבער צודרוקט און צוקוועטשט קען מען זיין אין שטאט אויך.

און פאר איך פארגעס, איך געדענק נישט וויפיל ארטיקלן איך האב שוין געליינט פון דיר אדער זייער אינהאלט, אבער דער דאזיגער איז גאר א רייכער ארטיקל.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שכוח היישעריק, זייער הנאה געהאט,
מיין מיינונג איז זאלסט יא פארן, און נאך שבת זאלסטו באשליסן אז אויף די נעקסטע דריי יאר נישט צו פארן....
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

היישיפאריקט, אזאנס צאםגעלאכט.
מיט אזא קאלירפולן פענע אראפגעלייגט די גאנצע מצב דארט, ביטע..
טוה מיר א גענאדע אין שרייב נאך..

מתוק מתוק..
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

דו האסט עס אזוי גוט אראפגעלייגט, אזש די נעקסטע מאל איך גיי צו מיין שוויגער (שוואגער/שוויגער - וואסא חילוק) גיי איך עס עקטשועלי ענדזשויען, טראכטענדיג פון דעם ארטיקל...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פרינטער פליז פרינט, שכוח.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

זייער הנאה געהאט, און אנגעהאלטן די ליפן נישט חלילה צו לאכן אין די ניין טעג. :shock:
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך מיין זאלסט יא פארען, און זאלסט עס באשרייבן, דאס איז מיין מיינונג, איי וואס גייט מיך אן? העל איך דיר ענטפערן, איך וויל וואס שנעלער ליינען נאך אזאנס וואס די האסט דא אראפגעלייגט.

און משה'לע, נישט דוקא חזן נאר אלע דריי וואכען, בכלל און סיגט איז עס געווען שטארק איינגעפירט, די סיגט'ע רבי'ס פלעגן פיל ארום פארען און שטעטלך אויף די דריי וואכען, עס האט מיר דערציילט א איד, אז אינדערהיים האט מען געוויסט אויב וויל מען רופען די סאטמערע רבי אויף א שבת און מען וויל נישט ער זאל עס אפזאגען, האט מען אים גערופען אויף די דריי וואכען, ווייל דאן האט ער אשטאטס אפזאגען זיך צוגעכאפט דערצו.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

היישעריק; א געשמאק צו לעזן דיינע איבערלעבענישן, איך בין זיכער אז דו ביסט ערגעץ געווען אדער עפעס פארריבער זינט דאן, ביטע טייל דאס אויך מיט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הערליך הערליך, זייער שיין באשריבן, און וועגן דיין פארן האלטעך א-ווי יעדן, פאר און שרייב.

יישר כח.

יאנאש האט אריין געהאקט, און זיין פלאן איז לגמרי נישט אוועק צו מאכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”