מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

איינער איז אמאל געקומען צו א ניחום אבלים. ווען ער האט געהענדיגט שמועסן מיט די אבלים. פרעגט ער זיי וואס זאגט מען יעצט? האבן זיי אים געוויזן אויף די די צעטל וואס הענגט אויפן וואנט פון אינטער זיי. האט ער געזאגט ״משנכנס אדר מרבין בשמחה מזל אדר דגים אוצר ספרים און מתנות דזשאדעיקע״

(קרעדיט א.מ.מלאך)
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

אז מאן רעט שוין פין ר" ברוך מרדכי שליט"א.....

מען זוגט אז בא די לוויה פין רב שך איז ער געגאנגען מיט א הויקע, האט מען עם געפרעגט אויב אלעס איז בסדר
האט ער מסביר געווען אז ער פילט ווי דער גנסע עול פין כלל ישראל איז געפאלען אויף עם!!
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

מענין לענין באותו ענין....
מען האט פארציילט ר" חיים קנייבסקי שליט"א אז דע דאללאר איז געפאלען
האט ער געזאגט אז אין בני ברק וועט נישט פאלען!!!
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

בעלזא אייניקעל האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין....
מען האט פארציילט ר" חיים קנייבסקי שליט"א אז דע דאללאר איז געפאלען
האט ער געזאגט אז אין בני ברק וועט נישט פאלען!!!

:lol:
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

בדרך אפשר האט געשריבן:היינט געדאוונט שחרית מיט א מנין פון די היילגער זיידע תרח’ס חסידים, די אידן יאגן זיך זייער, עפעס טרייבט זיי, און אזוי ווי די בעל תפילה קבוע האט פארשפעיטיגט, און סאיז שוין געווען זייער שפעט, מדארף שוין כאפ’ן די זייעגר, שוין באלד 7’נע, זענען א חלק אידן ארויס נאך שמ”ע.

ווען די גבאי האט אויסגעריפן די עליות, און ער שרייט כהן???? קיינער ענטפערט נישט! געט ער זיך א דריי אויס צו עולם, ער זעט וואס דארט טוט זיך און שרייט אויס מיטן באקאנטן נוסח,

אין כאן מנין.....

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

היינט האבן מיר געהאט א גאסט אין ביהמ"ד א פייגעל וואס האט זיך צוגעזעצט צום באקס תיקון און געגעסען,
רופט זיך איינער אן אז דער פייגעל איז דא ''ווייל ער דארף א תיקון''
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

בעלזא אייניקעל האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין....
מען האט פארציילט ר" חיים קנייבסקי שליט"א אז דע דאללאר איז געפאלען
האט ער געזאגט אז אין בני ברק וועט נישט פאלען!!!

איינער פרעגט ר' חיים צי מען מעג שפילן באסקעט באל אויף שבת?
פרעגט ער וואס איז באסקיט באל?
ענפערט יענער מען לייגט אריין א באל אין א באסקיט.

זאגט ר' חיים זאל מען דאס לייגן פאר שבת.

(נ.ב. אויב איינער האלט אז דאס מאכט חוזק, לדעתי פונקט פארקעט)
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

ווער איז דער ר' ברוך מרדכי???
\
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

הרב ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבה עטרת ישראל
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

און ס'איז עכטע זאכן??
\
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך האב נישט קיין אנונג
אבער ער רעט מיט הומור גאנץ אפט
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

א מחזה נורא האט זיך אפגעשפילט לעצטע וואך ביי א וואכט נאכט ווי ס’איז געזיצן פינף ליטווישע אידן מיט איין חסידישער און אינמיטן די טיש איז געליגן איין שטיקל פאטעטע קיגל די לעצטע פארבליבן, און אלע זעקס אידן קוקן אהין אבער שעמען זיך עס צו נעמען...
ווען אינמיטן האבן זיך די לייטס געגעבן א לעש אויס -א בלעק אוט נוסח מאנסי
נאך א סקונדע פון שטילקייט האט זיך פליצלינג געהערט א געשריי אהההההה!
און דאן האט זיך די לעקטער אנגעצונדן, און ס’האט זיך אנפלעקט א מורא’דיגן בילד
אויף די איין שטיקל קיגל ליגט א גרויסן האנט און פינעף גאפלעך אריין געשטעקט אינעם האנט!!!.
ברוך פייבול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פייבול »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:די מעשה גייט אז ביי די עצרת המיליון ווי מיליאן יודן האבן געקומאן פראטעסטן קעגן "גזירת הגיוס" האט ער זיך שטארק צו-וויינט מיט טייכן טרערן.
זיינע תלמידים האבן איהם געפרעגט - ילמדנו רבינו - עד כדי כך איז הארב דער גזירה אויף כלל ישראל?
זאגט די ראש ישיבה: איך האב געזעהן דא א מיליאן מענטשן - איי.... איי - - - יזכיר לו יום המיתה!

ברטנורא ביטע..
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

עמיצער האט פראבירט צו שווערצן א טראק מיט אוגערקעס אריבער די גרעניץ, און.. מ'האט אים געכאפט ביי די מעשה. דער פאליציאנט וואס האט אים אפגעשטעלט גיבט א בליק אריין אינעם טראק און זעט וואס גייט פאר, הייסט ער אים גיין אין די זייט און גיבט אים אן עונש - ער מוז דא אויפ'ן פלאץ אויפעסן דריי גאנצע קעסטלעך מיט אוגערקעס!
דער שווערצער בלית ברירה זעצט זיך אוועק אויף די זייט פון די ראוד, און הייבט אן רוקן איין אוגערקע נאכ'ן צווייטן... ווען בשעת מעשה הערט ער נישט אויף לאכן... ער לאכט....
וואס לאכסטו אזוי, פרעגט אים דער פאליציי? זאגט ער אים... "מיין חבר איז אויפ'ן וועג אהער, ער וויל אריבערשווערצן א טראק מיט שווארצע פעפער..."
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ברוך פייבול האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:די מעשה גייט אז ביי די עצרת המיליון ווי מיליאן יודן האבן געקומאן פראטעסטן קעגן "גזירת הגיוס" האט ער זיך שטארק צו-וויינט מיט טייכן טרערן.
זיינע תלמידים האבן איהם געפרעגט - ילמדנו רבינו - עד כדי כך איז הארב דער גזירה אויף כלל ישראל?
זאגט די ראש ישיבה: איך האב געזעהן דא א מיליאן מענטשן - איי.... איי - - - יזכיר לו יום המיתה!

ברטנורא ביטע..

די גאס וואס איז געווען פארשווארצט פון מענטשן האט עם דערמאנט די ריזיגע לוויה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

בעלזא אייניקעל האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין....
מען האט פארציילט ר" חיים קנייבסקי שליט"א אז דע דאללאר איז געפאלען
האט ער געזאגט אז אין בני ברק וועט נישט פאלען!!!

איינמאל איז די פאליציי געקומען פאנגען בחורים וואס האבן זיך נישט געשטעלט אין מיליטער.
פארשטייט זיך ס'גווען א גרויסע בהלה אלע בחורים האבן געכאפט פליטה, און ר' ברוך מרדכי האט זיך באהאלטן אונטערן ספרים שאפע.
איינער פרעגט, די ראש ישיבה מיינט אז זיי גענען נעמען חיילים פון 80 יאהר.
זיכער נישט... אבער דו מיינסט זיי דארפן נישט א רמטכ"ל?

דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

תגובה דורך דער הימלישע איד »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:

עפן די ר״ת ביטע?
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן

דער הימלישע איד האט געשריבן:

סוועט נישט העלפן צו עפענען די ראשי תיבות.
מ'דארף איינער זאל שרייבן וויאזוי מ'זאגט עס אויף ענגליש.
[גוגל זאגט - Chief of Staff]

:lol: :lol: :lol: :lol: געכאפט די joke יעצט
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
בעלזא אייניקעל האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין....
מען האט פארציילט ר" חיים קנייבסקי שליט"א אז דע דאללאר איז געפאלען
האט ער געזאגט אז אין בני ברק וועט נישט פאלען!!!

איינמאל איז די פאליציי געקומען פאנגען בחורים וואס האבן זיך נישט געשטעלט אין מיליטער.
פארשטייט זיך ס'גווען א גרויסע בהלה אלע בחורים האבן געכאפט פליטה, און ר' ברוך מרדכי האט זיך באהאלטן אונטערן ספרים שאפע.
איינער פרעגט, די ראש ישיבה מיינט אז זיי גענען נעמען חיילים פון 80 יאהר.
זיכער נישט... אבער דו מיינסט זיי דארפן נישט א רמטכ"ל?

עפן די ר״ת ביטע?

ראש המטה הכללי
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

8224[1].jpeg
8224[1].jpeg (47.84 KiB) געזען 1137 מאל
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

קיווי סטראבערי האט געשריבן:עמיצער האט פראבירט צו שווערצן א טראק מיט אוגערקעס אריבער די גרעניץ, און.. מ'האט אים געכאפט ביי די מעשה. דער פאליציאנט וואס האט אים אפגעשטעלט גיבט א בליק אריין אינעם טראק און זעט וואס גייט פאר, הייסט ער אים גיין אין די זייט און גיבט אים אן עונש - ער מוז דא אויפ'ן פלאץ אויפעסן דריי גאנצע קעסטלעך מיט אוגערקעס!
דער שווערצער בלית ברירה זעצט זיך אוועק אויף די זייט פון די ראוד, און הייבט אן רוקן איין אוגערקע נאכ'ן צווייטן... ווען בשעת מעשה הערט ער נישט אויף לאכן... ער לאכט....
וואס לאכסטו אזוי, פרעגט אים דער פאליציי? זאגט ער אים... "מיין חבר איז אויפ'ן וועג אהער, ער וויל אריבערשווערצן א טראק מיט שווארצע פעפער..."

מענין לענין.

עמיצער האט אמאל געשווערצט א גאנצע טרעילער לאוד מיט שווארצע Bowling balls.
ביי איינע פון די רעסט עריעס קומען צו צו אים צוויי שחורים און פרעגן צו זיי קענען כאפן א היטש אריבער די גרעניץ. זאגט זיי די דרייווער נישט קיין פראבלעם, גייטס אריין אין די בעק.
ביים נעקסטע רעסט עריע קומט צו צו אים נאך א שחור מיט א בייק און פרעגט צו ער קען כאפן א היטש. זאגט ער יא, גיי דארט אין די בעק צוזאמען מיט די אנדערע צוויי.

ער קומט אן צום גרעניץ און צו זיין מזל ווייזט מען צו גיין צו די זייט, מען גייט אינספעקטן זיין סחורה.

דער אפיציר עפנט די בעק טירן און געט א קוק אריין. ער כאפט שנעל זיין ראדיא און שרייט אריין מיט יאמערליכע קולות "בעקאפ עמערזדשענסי!! איינער שווערצט דא א גאנצע טרעילער מיט שווארצע אייער, דריי האבן שוין געקראכט און איינער האט שוין אפילו געגנבעט א בייק!!!"
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

א נייניקל האט געשריבן:
8224[1].jpeg

זייער גוט!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דעת בעל הבית האט געשריבן:א מחזה נורא האט זיך אפגעשפילט לעצטע וואך ביי א וואכט נאכט ווי ס’איז געזיצן פינף ליטווישע אידן מיט איין חסידישער און אינמיטן די טיש איז געליגן איין שטיקל פאטעטע קיגל די לעצטע פארבליבן, און אלע זעקס אידן קוקן אהין אבער שעמען זיך עס צו נעמען...
ווען אינמיטן האבן זיך די לייטס געגעבן א לעש אויס -א בלעק אוט נוסח מאנסי
נאך א סקונדע פון שטילקייט האט זיך פליצלינג געהערט א געשריי אהההההה!
און דאן האט זיך די לעקטער אנגעצונדן, און ס’האט זיך אנפלעקט א מורא’דיגן בילד
אויף די איין שטיקל קיגל ליגט א גרויסן האנט און פינעף גאפלעך אריין געשטעקט אינעם האנט!!!.

פלצתי... :lol:
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

ווען ס’ברעכט חלילה אויס א מחלוקה אין שטוב דארף מען אלץ וויסן אז ”ביידע” זענען שילדיג!!

סיי די ווייב און סיי די שוויגער!

כ’געדעענק נישט וועמענס דאס איז
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”