איילוליילי האט געשריבן:א גלח האט אמאל געדארפט אוועקפארן און געוואלט שטעלן א במקום פאר די סערוויסעס
האט ער דאך מורא געהאט צו שטעלן א גוי וואס קען אים נאך איין טאג אויסכאפן די ביזנעס
האט ער גערופן א איד און פרעגט צו ער וויל מאכן אפאר טאללער
נו וואס טוט מען נישט פאר פרנסה
וואס דארף מען טון? גארנישט ספעציעל דער עולם העט קומען מיט די עבירות
פאר א קליינע נעוויירע רעכן אפאר פרוטות פאר א גרעסערע דארף מען שענער באצאלן און אזוי ווייטער
די קומענדיגע זונטאג האט זיך דער איד פארשטעלט און באזעצט אויפן גלחישן בענקל און געטיילט מחילת עוונות לויטן פארלאנג
די אנדערע וואך דער גלח איז צוריק אבער קיינער קומט נישט.. וואס גייט דא פאר?! וואו דער עולם? איז ער געגאנגען צו איינער פון זיינע סטעדי קאסטאמערס פרעגן צו ער איז טאקע אזא צדיק און וואו איז יעדער
ענפערט אים יענער אז דער גלח פון די פריערדיגע וואך האט גענומען באצאלט פון פאראויס
גוט איז גוט!