אידישע טעלע-מארקערס

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

אידישע טעלע-מארקערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געלעגער איז ענדליך אהיים געקימען נאך א שווערע טאג ארבעט, ער עסט אפ סאפיר אין זעצט זיך אראפ אויפען קאויטש אויסציעהן די מידע ביינער, זיינע אויגען פאנגען אן צי קלעבען,
ס'ווייבל זיינער איז אריין אין די בעק אפ'באדען די קינדערלעך, אינמיטען הערט ער א קול באשה,

'נחום זיי אזוי גיט אין הייב אויפ די טעלעפאון אין זאג אז איך ריפ שוין צוריק'

געלעגער גיבט זיך א כאפ אויף אין רייסט צי צום טעלעפאון, וואס טיט מען נישט פאר א ווייב,

העלאו....
ס'איז שטיל....
העלאו......

"א גיטען אווענט, מיר האבען אייך געוואלט דערמאנען אז היינט נאכט אים אכט אזייגער גייט מרת שוויינפלו תחי'
האלטען א דרשה אין זאל פין ברכה סימא פאראדייס"

נחום כאפט דעם טעלעפאון אין מיט כעס זעצט ער עס אראפ, ווי איינער זאגט, איך האפ אז די רעדנער דארט האט געכאפט א גיטען זעץ,
נחום זעצט זיך צירוק אויפען קאוטש זיינע אויגען פאנגען ווייטער אן צי קלעבען אין אודך די ווייב,
נחום ווער האט געריפען??
קיינער, עפעס א טעלעמארקערער.....

איך מיין אז יעדער האט זיך שוין אמאל געטראפען אין אזא ספאט,
אדער ווען מ'פראבירט צי לייגען די בעבי שלאפען,
שששש..... מ'שאקעלט די קריב פאר פיפצען מינוט, שששש......
אה.. ער דרייט זיך שוין איין... ער נעמט שוין די דייפער צי די נאז... ששש....

טטטרררר.........
טטטרררררר........

מ'לויפט צים טעלעפאון זעהן ווער ס'האט געהאט די חיצפה אויפציוועקען אין אוועק הארגענען מיין פיפצען מינוט ארבעט,

'מיר האבען איך געוואלט דערמאנען אז מארגען קימט פאר א מעכטיגע סעיל אויף קינדער זאקען אין ווייצען'ע שוהל אויף בעדפארד' בלא בלא בלא.......

איך ווייס נישט וויזוי עס אנציריפען,
מחלה, צידרייט, אנשיקעניש, אדער אלע דריי אינאיינעם,
איך מיין אז ס'איז שוין אריבער יעדע נארמאלע גרעניץ,
אויב איז מען נישט געוועהן אינדערהיים מוצאי שבת ביים זמן, האט מען פיר וואוס מעילס ווען מ'קימט אהיים,
זינטיג ציפרי ניין אזייגער וועקט מען אויפ מיט א סעיל אין פלעטבוש אויף ציין פיץ,
ס'איז נישט דא קיין שום וועג זיך אראפצינעמען פין זייער ליסט, פין די גוי'עם באקים איך שוין לאנג נישט, איך האב מיך ארויפגעסיינט אויף די דא נאט קאל ליסט אין ס'איז א מחי', אבער פין די יודישע נודניקעס איז נישטא קיין וועג ארויס,
איך פארשטיי באמת נישט וואס זיי טראכטען, אויב וויל איך זעהן ווי ס'איז דא סעילס קען איך יעדע וואך נעמען א הענט טראק אין אהיים נעמען אלע פרי אויסגאבעס, ווי שאפערס רוט, סמארט שאפערס, די לינק , שאר ירקות, וכו' וכו' וכו'

איך דארפ נישט מ'זאל מיך ריפען!!
איך וויל עס נישט!!!
איי דאונט ניד איט!!
לא איכפת לי!!!
נא קאיערא!!! (ספאניש)
וויזוי מ'זאגט עס אין רוסיש ווייס איך נישט אבער וועגען דעם מיינט נישט אז די מעגסט מיך ווייטער קאלען!!

עטליעסט מאך אז מ'זאל זיך קענען אראפ סיינען אויב איינער איז נישט אינטערעסירט אין די סעילס.

חצאצקע רעבינצענ'ס פארטי גייט זיין די וואך אבער מיין אשת חבר גייט זיך נישט באטייליגען, אלעס פארען חטא פין מיך אויפוועקען אכטע צופרי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו דארפסט אנהייבן גיין אויף "ענגער מענעדזשמענט" קלאסן... דא די "אייזקריעם טראק", דא די "טעלעמארקעטערס", פונקט דו נעמסט אלעס צום הארצן.

דאס איז געווען א בדיחותא. אבער ערנסט גערעדט האבן מיר שוין מיט יארן צוריק געגרינדעט אן אשכול אויף היידפארק איבער די פארווייטאגטע נושא (מעגליך מיט אן אנדערע ניק, צו פויל נאכצוזוכן), און אויך דא אין די פארומס האבן מיר שוין ארומגערעדט דערוועגן, און מאנכע (טאקע קרובים פון די טעלעמארקעטערס, אדער זיי גופא) האבן גע'טענה'ט אז דאס גייט אויפן חשבון פון אידישע פרנסות.

ווער עס טרעפט א לינק דערצו, זאל עס ביטע ברענגן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נעכטן פארנאכטס ווען משפחת פארשלאפן מיטן ראש המשפחה בענעזאם האבן זיך ענדליך - נאכן אריינרופן און צוזאמענשלעפן הקטנים עם הגדולים- געזעצט צום טיש צום נאכטמאל, פלוצלינג בפתע פתאום פתתתתתתתתתתתתתתתתתתתתת דער טעלפאן צעגרילצט זיך, נאכן שיקן א קינד אויפזוכן דעם קארדלעס הערן מיינע אויערן דעם פתי שבפתאים מיך ווייטער גראגערן אין קאפ "גרונם קאצנשפרינג מאכט היינט א וויכטיגע טיי אווענט, הקושיא במקומה עומדת וואס דמיון'ט דער אויף די אנדער עק טרייבל? ווייסט עער דען נישט אז איך האב מיט גרונם'ן גארנישט, ניטאמאל וועט ער אנקומען אין מיין שול נאך געלט פאר זיין וויכטיגע צוועק, דאן וואס באלמוטשעט איר פאר א גוט געבענטשט יאר, איך האב אייך עפעס געטאן צווואס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

גוט געלעגער! ס'איז טאקע א ווייטאג סאמטיימס..

אבער לאמיר האפן אז דאס זאל זיין דאס ערגסטע,

אין אן עצה פאר דיר: זאג ראה עניי... אין פערציג.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ר נחום געלעגער צרת רבים חצי נחמה :cry:
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

איז נישט דא א וועג עס צו בלאקירן דורך די סערוויס קעריער??

נעכטן פארנאכטס ביים לייגן שלאפן ס'קליינווארג, די טעלעפאון הערט נישט אויף מיטשען, דא א וויכטיגע מסיבה (וואס אויב ביים ליינען אין ס'מעדריש די גרויסע פלאקאטן מיט קידוש החמה אותיות האב איך שוין יא באקומען א עפעס א שטיקל געפיל זיך משתתף צו זיין, האט די טעלע-מארקעטינג רוף גע'הרג'ט די גאנצע זאך...)
דא א זעלטענע אויספארקויף וואס קומט פאר נאר איינמאל א טאג.. איר טארט עס בשו"א נישט פארפאסן!! - שרייט יענער אויפן טרייבל - בלשון התראה..
דער דריטער קאלט שוין מיט א גאנצע מוסר פארציע.. 'צו ווייסט איר פארוואס עס פארשפרייט זיך די שוויין-פלו ביי אונז?? (ער ווייסט יא..) ווייל מ'גייט מיט די 2 פיס דאוסטערס!' (וואס האסטו געוואלט? מ'זאל גיין מיט 4 פיסיגע?...)
...גייט נישט דורך צוויי רואיגע מינוטען.. אודך.. ס'קלינגט שוין ווייטער.. "לעצטע געלעגנהייט!" היינט נאכט (כ'האב געמיינט ס'שוין געווען נעכטן? האסט דאך נעכטן ארומגעקאלט שרייען אז ס'איז ס'לעצטע געלעגנהייט??...) גייט פארקומען די ******** ראפעל ווי איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער אויף א אויסגעצאלטע וועקאציע פארן ס'גאנצע זומער! דריקט שוין 1 יעצט צו קויפן ס'ראפעל.. דא האבעך שוין אויסגעפלאצט כ'האב מחליט יענעם צוציפיקסען אביסל.. איך דריק 1, כ'ווארט אויף האלד א צוויי מינוט (א חוצפה פארזיך..) ענדליך הייבט אויף א אידענע, העלא הממ.. (קוקט אויס אז זי האט שוין געהאט פארגעסן אז יעדער וואס דריקט 1 ווערט געפאורווערט צי איר נאכן ווארטן אפאר מינוט אויפן ליין...) הממ.. איר ווילט קויפן די ראפעל? יא! - איז מיין ענטפער,
וואס געווינט מען - פרעג איך תמימות'דיג -?
הממ.. אויסגעצאלטע זומער וועקאציע! אהא - זאג איך - און אפשר קען איך האבן די וואקאציע ביי מיר אינדערהיים? וואס הייסט - פרעגט יענע אויפן ליין? זייער פשוט - ענטפער איך, נעמט מיר אראפ פון ענקער ליסטע און רופט מיר מער נישט!
הממ.. אקעי.. כ'וועל איבערגעבן... (למען הא'מענשטליכקייט, האב איך געקויפט א ראפעל..
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מיר אינגעלייט קענען עס נאך אויסהאלטען, אבער מיין באבע לעו"ש שלעפט זיך אייביג צי צום טעלעפאן מיט א שמחה אז איינע פון די קינדער אדער איינקלעך קאלען שוין און ......... פאפס

האט זי מיר געפרעגט אמאל ווען מען האט גערופען צי א טיי אוענט "זיי ווייסען נישט אז זיידי לעבט שוין נישט, וואס ווילען זיי אז איך זאל קומען ?"

נ.ב. איך האב שוין לאנג אפגעמאכט אז איך גיי נישט צי א טיי אוענט וואס מען רופט ארום מיט א ריקארינג,
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
גאלעריטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלעריטע »

נישט אל'ץ וואס די וויב'ל בעט דארף מען אויספירען?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך פראביר מיך צו האלטן רואיג, ווייל איך פארשטיי אז יודן מאכן געלט דערפון, אבער וועל ס'גייט שוין ארויס מגדר מענטשליכקייט, נו נו..

אפאר וואכן צוריק, ס'זייגער ווייזט שוין אויף די שפעטע שעה'ן, די קליינווארג האבן זיך שוין צוריק אויפגעוועקט, און מ'דארף מאכן זיכער אז זיי גייען צוריק שלאפן, עענדליך יעדער איז שוין שטיל, און טרררררררר... די טעלעפאון קלינגט.. איך הייב אויף שנעל, ווייל די קינדער זאלן זיך נישט אויפוועקן, האלאו....

האלאו... האלאו.... ווילט איר זיין דער גליקליכער געווינער... דריקט שוין נאמבער איינס.. וואס?.. פארדעם קאלן זיי?.. שיגענער, איך האב אפגעמאכט אז איך גיי יעצט האבן פאן.. איך דריק איינס..

א שנה ראשונה יונגערמאן וואס זוכט צו מאכן אפאר טאללער, ווייל זיין ווייב לאזט עם נישט גיין ארבעטן, הייבט אויף, א גוט יאר, וואס איז קרעדיט קארד נאמבער?.. זאג איך עם האלאו.. וואס לויפסטו צו קרעדיט קארד?, ווארט א מינוט.. וויפיל קאסט א ראפפעל?.. איינס פאר צען דריי פאר צוואנציג, זאגטער מיט א פרישקייט, זאג איך עם, נאך איין זאך, וויפיל א זייגער איז?.. וואס?.. פרעגטער?.. זאג איך עם, דו האסט א זייגער?.. ער האט נישט קיין אהנונג וואס איך וויל פון עם..

זאג איך עם אזוי, קען זיין אז דו כאפסט נישט, דו ביסט אומשולדיג אבער זיי אזוי גוט, זאג פאר דיין בעל בית, אז איך הייס אזוי און אזוי.. און איך האב באקומען א קאלל פון דיין ארגענעזעשען אזויפיל א זייגער, און וועגן דעם האב איך נישט געגעבן קיין געלט פאר די צוועק דאס מאל, און זאג עם, אז די נעקסטע מאל וואס ער קאלט אזוי שפעט ביינאכט, וועל איך עם אי"ה צוריקקאלן אהיים מיט אפאר שעה שפעטער.. (איך בין געגאנגען שארפער אויך.. אבער איך וויל נישט וועגן גילו..)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קרעמער.
לויט ווי איך זעה איז דער עולם דא גאנץ פיין איינשטימיג מיט מיר, איך בין נאר די שופר, וועגען מיין פראבלעם פין ענגער, איך פלאן קער צי נעמען דערפין (האגער איז גיט אינדעם?)

פארשלאפען.
די ברענגסט אזוי שיין ארויס א שאד אז די האסט נישט געשריבען די ארטיקעל

לוסטיג.
ביסט גערעכט אז מ'דארפ זאגען ראי' עני ועמלי, אבער איך זיך א וועג אז זיי זאלען זיין דער וואס זאל עס זאגען

אונגארישער.
איך האב מיך טאקע נאכדעם געכאפט אז ס'איז א שטיקעל גילו צי שרייבען אזוי ברבים די ערשטע נאמען, אבער די ווייסט דאך כמה נחום'ס איכא בשיקא......

דארפסמאן.
טאקע דאס האב איך געשריבען, חצאצקע רבצין גייט נישט מאכען קיין געלט פין די געלעגער פאמיליע,

צים זאך אין וויכטיג מאכער נתנבו בסגנן אחד.
די פראבלעם איז נאר אז איך באקים מער פין סעילס ווי איך באקים פין גורלות,

גאלעריטא
דיין קשיא איז נישט אין פלאץ, אבער אז די האסט געפרעגט וועל איך דיר ענטפערען,
פראביר איינמאל נישט.....
אבער געדענק, קים צירוק דא מיט די רעזולטאטען..

אקעי וויצען אין א זייט געלייגט,
קען מען עפעס טוהן דערצי אדער מיר גייען סאפערען פאר די רעסט אפ א'ער לייפ?
יעדע יוקעל וואס פארקויפט טאש-טיכלעך גייט מיך קענען ריפען ווען אימער ס'שמעקט אים? איז עס נארמאל?
אפשר גיימיר ארים גיין אין בעסמעדרעש צאם נעמען חתימות אזוי ווי מ'האט געטוהן פאר סטיינער סטודיא??
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יא, געפערליך איז געפערליך
ס'גייט ארויס מגדר אנישיות
פארגאנגענעם ערב שבועות, דאס צווייטע בעל האט שוין געקלוןנגען, די רעבעצען וויינט זיך שוין אויס ביי די יו"ט לעכטעלעך, און אינמיטן טרררררררררררררררררררררררררררררר, ס'נאך געווען פאר פופצן מינוט טראכט איך לאמיך זען די איי די אפשר א וויכטיגע קאול, נישט נוצן די וואסער, כ'ווייס וואס, ס'קוקט אויס א היימישע נומער, איך הייב אויף דעם טעלעפאן, און נישט מער און נישט ווייניגער:

****קלאודינג מיט די שענסטע בלא בלא בלא בלא דערמאנט אייך צו מאכן א עירוב תבשילין

אנטשולדיגט, זייער א שיינע איידיע, אבער ווייסט אפשר איינער ווי ס'ווערט געברענגט אז מען טאר נישט מאכן א עירוב תבשילין פאר די ערשטע בעל, דוכט זיך מען קען עס מאכן א גאנצע נאכמיטאג, ואס פעלט אויס צו קאלן ביים זמן (אדער נאכן זמן ווען ס'איז אנגעקומען ביי מיר)
און נאך אלעם אפילו איך פארגעס קען איך מאכן און סמעדרעש אויך
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קרעמער האט געשריבן:ווער עס טרעפט א לינק דערצו, זאל עס ביטע ברענגן.

נאדער איינס, דוכט זיך מיר אז עס איז דא נאך http://www.ivelt.com/distributio ... =25&t=5999
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

און דא האסטו די פון אלט שטאט וואס דיין שותף גראף האט געשריבן http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1766795
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שיינעם דאנק 'יאנאש' טייערער, דבר גדול עשית, איך האב שטארק הנאה געהאט איבערצוליינען די אלטע אשכול פון דריי מיט א האלב יאר צוריק.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

געלעגער איך האב נעכטן געוויזן פאר מיין פלוניתטע דעם שמיעס דא זאגט זי אז ביי א שמחה לעיטלי האט מען גערעדט דערפין אין איננע פין די ק"ילע קאזענס האבן געזאגט אז אין ק"י איז אויכעט דא א היימישע טעלעמארקעטער אין ביי עם איז דא א אפשען אז מקען זיך ארויס שרייבן פין זיין ליסט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אונגארישער, און וויליאמסבורג לייד מיר אונז פון דעם זעלבן נודניק ווי די קר"י'לע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

מיין מיינונג איז אזוי:
עס איז דא א ביזנעס, וואס רופט זיך ''מאכן ריקארדינגס'' מענטשן מאכן געלט דערפון, מען קען זיי נישט בלעימען, אין קרית יואל איז דא 2 קאמפעני, סמארט שאפפער, איזי וואויס,
זיי ווילן מאכן געלט נעמען זיי אן צו מאכן ריקארדינגס, פאר ביזנעסער בעלי שמחה וכדו' די קאמפעניס דארפן אבער האבן שכל ווען עס איז גוט צו קאלן מענטשן,
אין ווילאמסבורג איז דא עטליכע אזעלכע קאמפעניס,
ביי איזי וואויס קען מען אריינרופן זיך ארויפצולייגן אויף די דא נאט קאלל ליסט, ביי סמארט שאפפער ווייס איך נישט מען קען פרובירן,
לאמיר מאכן א ווינט אלע אינאיינעם לאמיר אריינקאלן אפשר אזוי וועלן זיי זעהן אז עס איז א גרויסע פארלאנג עס אפצושטעלן,
בלאקן די נומער ביי די טעלאפאן קאמפעני איז נישט קיין עצה, ווייל ראויפן איידי קומט אלץ ארויף א די נומער וואס די קאסטומער פארלאנגט,

איזי וואויס: 800-864-2323
סמארט שאפפער 845-782-8022
רוב רעקארדינגס אין די גאנצע וועלט קומען פון די 2 קאמפעניס
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

farshlufen האט געשריבן:אונגארישער, און וויליאמסבורג לייד מיר אונז פון דעם זעלבן נודניק ווי די קר"י'לע.



מווייסמער גראדע קען איך יענעם ער האט דאך נאך ביזנעס דא
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך מיין אז אין קריאת יואל איז עס ערגער.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יישר כח פארן זאגן אז מען קען אריינקאלען
איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק איז געווען אזא אפשען, למעשה איז עס געווען אראפ עטליכע וואכן און דערנאך אודך, האב איך געפרעגט וןואס גייט פאר, האבן זיי געזאגט אז די אדווערטייזערס ווילן נישט מער אדווערטייזן ווייל א האלבע שטאט האט זיך איינגעשריבן אויף די דאו נאט קאל ליסט, ממילא לייד איך ניאך היינט פארדעם, מ'גי מיר נאכאמאל פרובירן
אז נישט הכונו למערכה אדירה!!!!!!!!!!!! :cry:
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

געלעגער, שיין באשריבן, יישר כח.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

נו ס'איז איינגעשלאפן די מלחמה? דער צד שכנגד שלאפט נישט!! עס ווערט מער און מער אנשטאט ס'זאל ווערן ווייניגער און ווייניגער...

ווער רעדט נאך אויב די קול ששון וועט זיך איינגעבן, וועט מען קענען נעמען פרייטאג א סעקרעטאר אויפצוהייבן פאר די מאשין...
עס איז אנדערש ווי דער מענטש קאלט אליינס!
קודם ווען ער דארף קאלן מענשט נאך מענטש וואלט ער מיך נישט געקאלט..., והא ריאה ביי די פריערדיגע שמחות האט א טעקסט מעסעטש געמאכט די דזאב...
און נאכדעם אז א גוטע חבר קאלט איז איין זאך אבער אויב שיקט ער א מאשין זאל ער אים שיקן קאלן קול מבשר נישט מיך, פארשטאנען?!

עני וועי וועגן שטערן די פרנסות קודם ווי יעדער ווייסט בין איך נישט קיין דיין נאכדערצו און אזא שווערע מקצוע ווי מקפח זיין יענעמ'ס פרנסה רח"ל, ס'איז בכלל נישט קיין קינדער שפיל.

אבער אויסשמועסן די זאך קעמען דאך.
ווי אסאך האבן שוין פריער געזאגט שאדט דאס פאר די ביזנעס'ר/מוסדות, קומט אויס אז זיי זענען לוקה ומשלם! קודם באצאלן זיי פאר די סירוועס, (איר ווייסט וואס דאס קאסט אפ? איך ווייס!) און דערנאך מאכט דאס אז מענטשן זאלן ווערן ברוגז אויף זיי, סא וואס א חילוק ווער ס'דערלייגט געלט די מוסדות צו די קאמפעני.

אבער בכלל פארשטיי איך נישט די קשיא בעצם אויב למשל איינער וועט בייפאלן צו שיקן א ראבאט אינמיטן וועטשערע (נאכטמאל) אדער ווען מען לייגט שלאפן די חברה, צו יעדעמ'ס ווינדא און מאכן א נויז טרררררררררר טררררררררר טררררררררררר טרררררררררר קאל פראם.... טרררררר קאל פראם... טררררררר... אדער ער זאל שטיין מיט א ספיקער ביי מיין ווינדא און אריין שרייען אז ער מאכן א גרויס ארטיגע סעיל... און ער וועט נעמען גוט געלט פארדעם, וועט איינעם בייפאלן צו זאגן אז מען דארף וואטשן אויף זיין פרנסה??? טשאלדיגט גיי מאך א נויז ערגעץ אנדערש ווי ריכטיג?!
סא וואס איז אנדערש אז ער נוצט נאך מיינע סופלייס אויך, איך באצאל פאר א טעלעפאן ליין יעדע חודש ער זאל קענען מאכן געלט, כ'פארשטיי נישט?! הא?

מיין פארשלאג איז: מען זאל ארבעטן אויף די מוסדות/קאמפעני'ס זיי איבערצייגן אז ס'איז ארויסגעווארפן (צדקה) געלט אין פילן זין פון ווארט!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

לאזי ווי איז דיין פענטסטער איך ויל גיין מאכן זזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזז שליש ליש זאם זאם סססססססססססססססססססססססססססססססססססזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזבבבבבבבבבבבבבברררררררררררררררררר

כהאב שוין א נדבן דערפאר
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ווארד2007 האט געשריבן:יישר כח פארן זאגן אז מען קען אריינקאלען
איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק איז געווען אזא אפשען, למעשה איז עס געווען אראפ עטליכע וואכן און דערנאך אודך, האב איך געפרעגט וןואס גייט פאר, האבן זיי געזאגט אז די אדווערטייזערס ווילן נישט מער אדווערטייזן ווייל א האלבע שטאט האט זיך איינגעשריבן אויף די דאו נאט קאל ליסט, ממילא לייד איך ניאך היינט פארדעם, מ'גי מיר נאכאמאל פרובירן
אז נישט הכונו למערכה אדירה!!!!!!!!!!!! :cry:

דאס איז ערגער פון אלעם!!!! הייסט אז די ווייסט אז דאס איז על אפם וחמתם פון א האלבע שטאט! און די קאלסט ווייטער??????? דיר קומט זעך דאפעלט
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

די אונגארישער וואס מאכסטו מיך לאכן ווען איך בין גערעגט? ווייסט אז ס'הייסט אויסרעדן...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”