בלאט 1 פון 1

וואס זאל איך אנגרייטן פאר די שלום זכר?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2006 11:25 pm
דורך 3x0
מעסטערמיינד האט מיר געבעטן אז איך זאל אים צוגרייטן די זכר, וויל איך הערן פונעם עולם וואס דער עולם גלייכט צו עסן ון טרינקען ביי א זכר.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2006 11:26 pm
דורך יאנאש
דו דערמאנסט מיך די מעשה וואס האט פאסירט ביים ראפשיצער.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2006 11:29 pm
דורך 3x0
יעצט דערצייל עס.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2006 11:32 pm
דורך יאנאש
פעלט שוין נישט אויס, דו האסט דאך שוין 100 תגובות, אבער איך מיין אז מען האט שוין דאס דערציילט ביי איינע פון די מלוה מלכה'ס, איבער איינער וואס איז אריינגעקומען צום ראפשיצער בעטן א תשובה פאר זיין חבר.

צוריק צום ענין, איך ברויך באדלייט צוויי קאלטע פלעשער, מיט טארטילע טשיפס.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2006 11:35 pm
דורך 3x0
האלטן מיר אזוי,

טשיקפיעס און ליימעביענס פאר די זיידעס

באדלייט און טארטילע טשיפס פאר יאנאש

קעראונע פאר מיר

וואס נאך?

דער עולם זאל זאגן וואס מען דארף.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2006 11:37 pm
דורך שוועמל
באד-אייס, מיט פרדם טשוקלאד

אגב, וואו קומט פאר די זכר?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2006 12:39 am
דורך קרעמער
איך זוך אן אכסניא מיט א וועג ארויס און אריין.

בשעת מעשה וויל איך דזשעלי-רינגס מיט קאלטע ביר (עני פירמע)

אה, יא, שיער נישט פארגעסן: גאלדען טעיסט זכר בונדלעך און ליימע ביענס!

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2006 12:45 am
דורך יאנאש
אכסניא קענסטו האבן ביי מיר, א וועג דארפסטו רעדן מיט חיים פריינד.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2006 9:46 am
דורך סאכדעס
יאך ברויך 2 קליינע פלעשער הייניקן, אדער איין גרויסע פלאש, זאל זיין שוויציג.

בונדלעך פון אלע סארט.

פעסטעטשוס.

קרעמער קענסט קומען צו מיר אין דירה, אבער סיז האביך מורא ווייט פון דעם זכר, אכיץ אז ערעטעס מאכן אין מיין געגענט.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2006 11:25 am
דורך יגרסהדותא
אמאמ, מ'קען נאך באשטעלן?

איך ברויך מארשמעלוי & פארפיטאס

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2006 12:12 pm
דורך דארפסמאן
קארס לייט פליז מיט וואניסקראנטש

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2006 12:41 pm
דורך סאכדעס
בהמה און וואס איז אויב קען ער נאר קארס לייט, אנע וואניסקראנטש?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2006 12:43 pm
דורך דארפסמאן
איז כמעט גארגישט ווערט

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2006 5:28 pm
דורך cano
איי.. נאך א טעם פארוואס עס הייסט זכר איך וועל עס נישט אזוי שנעל פארגעסען עס וועט מיר בלליבען און מאגען א לאנגע צייט
פון היינט און ווייטער רוף נישט קיין שום מענטש צי דיין שמחה נאר און טאקע נאר אויב קענסטי אים מיט געבען א פעקעלע טאמס א היים צי נעמען איך בין א גאנץ שבת געליגען און בעט אין זיך געוואלגערט פאר יסורים פון אנדרייעניש וואס די פיינע מאכלים וואס מען האט דארט אנגעגרייט קודם די ביר די טארטילא טשיפס אין ועל כולם אזוי רעדענדיג האב איך אריינגעריקט מער ניסלעך און ניסען וואס איך האב געגעסען מיין גאנץ לעבען אפשר האט דאס טארע געשפילט די גרעסטע ראלא און די רקידום וואס זענען פארגעקימען און מיינע געדערים אם כן למה זה אנוכי

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2006 11:00 am
דורך דארפסמאן
א גרויסן ישר כח פארן אנגרייטן קארס לייט מיט וואניסקראנטש אז מ'מיינט עס אמתדיג העלף דער אייבישטער

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2006 11:58 am
דורך Anonymous
ווען איז די וואך נאכט? זאג מיר נישט אז די בעבי איז געל

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2006 5:40 pm
דורך דארפסמאן
נישט קיין חיליק ווען סאיז נאר זאלסט אינז רופן אדער אריין לייגען אין
1) כל העולם כלו אדער און
2) לח המודעות אדער און
3)קול מבשר אדער און
3)טראלי צעטיל אדער אלע

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:25 am
דורך כא כא כא
בעלי תאות געווען אמאל....

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 1:04 pm
דורך דניאל אויערבאך
מיינסט צו זאגען אז זיי האבען געהאט קלענערע השגות ווי די היינטיגע ??

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:45 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
געוועזען ביי א שלום זכר פאריגע וואך אין די געשמאקע פראסטען אין אויפן וועג אריין האט מיך אפגעווארט צוויי גרויסע פערקילעיטערס מיט הייסע טיי אין זיצענדיג אויפן פלאץ האט מען מיך מכבד געווען מיט א טעללער ווארימע לעיבער'לעך. ס'האט זיך אויסגעצאלט די שפעזען

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:50 am
דורך ראפאט קראמפלי
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:געוועזען ביי א שלום זכר פאריגע וואך אין די געשמאקע פראסטען אין אויפן וועג אריין האט מיך אפגעווארט צוויי גרויסע פערקילעיטערס מיט הייסע טיי אין זיצענדיג אויפן פלאץ האט מען מיך מכבד געווען מיט א טעללער ווארימע לעיבער'לעך. ס'האט זיך אויסגעצאלט די שפעזען

ביי אונז פלעגט מען זאגן, אז ס'רעגענט.. גיסט....

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:00 pm
דורך אחת ואחת
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:געוועזען ביי א שלום זכר פאריגע וואך אין די געשמאקע פראסטען אין אויפן וועג אריין האט מיך אפגעווארט צוויי גרויסע פערקילעיטערס מיט הייסע טיי אין זיצענדיג אויפן פלאץ האט מען מיך מכבד געווען מיט א טעללער ווארימע לעיבער'לעך. ס'האט זיך אויסגעצאלט די שפעזען

איך האף אז די האסט זיך שיין באדאנקט, ווייל יעך בין אויך געוועזען ביי א שלום זכר אין סנאז איז געוועזען ביזן פלאר אין מען האט מיך מכבד געווען מיט א קאלט גלעזעל ביר :oops: