איר פארט וויקאציע? זייט נישט אזא נאר ווי מיר!

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

איר פארט וויקאציע? זייט נישט אזא נאר ווי מיר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דזשעט בלאו, אמעריקע - איך האב געוואלט מיטטיילן מיטן עולם א זאך וואס איז וויכטיג צו וויסן ווען מ'פארט אין די מרחקים אויף עטליכע טעג.

איך בין יעצט אויפן פליגער, אויפן וועג צוריק אהיים וויילענדיג אויף אפרוה ערגעץ אין א געגענט ווי עס איז נישטא קיין געהעריגער כשר'ער רעסטוראנט אדער גראסערי, ס'איז נישטא צו באקומען קיין היימישע כשר'ע עסן אין די געגענט.

שוין טעג בעפאר מ'איז אפגעפלויגן האבן מיר געמאכט חשבונות און איינגעקויפט וואס מ'ברויך דארט האבן, וואס עס קען זיך אלץ מאכן אז מיר זאלן דארט ברויכן האט מען געמיזט מיטנעמען ווייל אז נישט איז מען פשוט סטאָק.

א דוגמא. מיר האבן געברויכט מיטנעמען מילך צו האבן ביי פרישטאג, צו עסן מיט סיריעל אא"וו. מיר האבן געברויכט איינפאקן יוגארט'ס, פארפרוירענע פיצא, טונא, מייענעס, סיריאל, ברויט, און נאך צענדליגע קלייניגקייטן.

עטליכע זאכן האבן געברויכט זיין געפרוירן פון פאראויס כדאי עס זאל זיין פריש בשעת מ'וויל דאס עסן, א שטייגער ווי די מילך, ברויט אד"ג.

איז אזוי ווי איך האב מיטגעמאכט צו סאך דערמיט און איך בין געוואויער געווארן פון א ריזיגער גוטער לעזונג פיל איך אז איך מיז עס מיטיילן מיט אייך אלע.

קודם כל, לאז מיך איייך מסביר זיין די שוועריגקייטן – אויב איר פארשטייט נישט אליין.

(אךךך, דער פליגער שאקלט אזוי... מ'קען אזוי נישט שרייבן. א סטוארט'טשע זאגט מיר אז ס'איז א נארמאלער זאך אז עס שאקלט, נו, גיי זיי איר מסביר אז איך פאר נישט יעדן טאג צוויי מאל אויף א פליגער. אגב, די שחור'טע דא נעבן מיר קוקט אריין אויף מיין סקרין ווי די האן אין בני האדם, זי מיינט אוודאי אז דאס איז עפעס שרעקעדיגע קאוד'ס איבער אויפרייסן דעם פליגער. אויב פארשטייט זי יא וואס איך שריייב דאן ביניך אויף ביטערע צרות. נישט נאר אז זי וועט זעהן וואס איך שרייב איבער איר, נאר איך ברויך נישט אז זי זאל אויך וויסן אז איך שרייב אין קרעטשמע..)

איך האב געהאט צווייי רענצלעך וואס מיר האבן געשלעפט, א קליינער רענצל און א גרויסער, אין דער קליינער רענצל איז געליגן אלע וועש אד"ג ווואס מיר האבן געברויכט פאר די פיר טאג, וויבאלד ס'איז נישטא קיין שבת האט מען כמעט נישט וואס מיטצונעמען.

אין דער גרויסער רענצל איז געווען "בלויז" דאס עסן! און ממש טאקע בלויז עסן, עס האט אויפגענומען זייער אסאך פלאץ, די פארפרוירענע זאכן האט מען געמיזט אריינלייגן אין ספעציעלע פארמאכטע האלטער'ס וואס האלט דאס קאלט און דאס אלעס האט אויפגענומען זייער אסאך פלאץ.

קום איך אן אין עירפארט, אלעס איז רואיג און שטיל, איך גיב אריין מיינע פעקלעך און.... מיין פעקל האט געוואויגן עטליכע פונט מער ווי ערלויבט, פרעגן זיי מיר (אין ענגליש) "איר ווילט עפעס ארויסנעמען פון דארט?" איך האב נישט געהאט וואס איך קען ארויסנעמען פון דארט, "איך קען נישט פארבלייבן איין טאג אנע פרישטאג". האב איך זיי געזאגט, און פארטיג, איך האב אלעס מיטגענומען.

וכך הווא, זיי האבן מיר צוגעבעטן א נישטיגע "פופציג" דאללער בלויז צוליב די איבערוואגיגקייט.

אנקומענדיג צו אינזער פלאץ האב איך געהאט יענע חתונה. ס'באטל קעטשאפ האט זיך ערגעץ ווי אינמיטן די רייזע געפענט, אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג און איבערגעלאזט אירע אפדרוקן איבער אלע זעק און פעק, ווי זי האט נאר געהאט פרייע צוטריט. איר ווילט נישט וויסן וויזוי דארט האט אויסגעקוקט און וויפיל איך האב דערמיט מיטגעמאכט, בלויז צוליב דארפן שלעפן דאס עסן.

(שאקס! חחחחחחחחח.... א אינגעלע מיט א קאפ טרינקען האט זיך איבערגעדרייט אין דורכגאנג, ס'איז לעבעדיג דא. ער וווייינט הויעך אויפן קול, זיין טאטע ליידט ביטערע ביזיונות און די פליגער מאנשאפט האבן היינט איבעריגע ארבייט.)

אינמיטן פון מיין וויקאציע ביניך געוויאויער געווארן פון א ספעיצילער פירמע, א ריין חסידישער איד, א ערליכער היימישער אינגערמאן וואס האט א וועב-זייטל און פארקויפט אויף די נעט אלע היימישע און כשר'ע פראדוקטן. יעדע אייטעם וואס ליגט ביי אייך אין גראסערי אויפן פאליצע. אנגעפאנגען פון פיש און פלייש טעלער'ס,חריף און מילך, סאדע און געפילטע פיש, אזש פלייש פון מיעל מארט, פארקויפט ער אויף די נעט און שיקט עס אפ צו אייך ווי איר ווילט איבער גאנץ אמעריקע.

ס'וועט אייך טאקע נישט קאסטן וויפיל עס קאסט אין גראסערי, עס קומט צו א ספעצעליע טשארדזש פאר שיפינג, אבער נאכן הערן מיין מעשה מיין איך אז עס נישט דא קיין שום סיבה אין דער וועלט נישט צוגיין דורך זיי. אפילו איך ברויך ווען נישט צאלן ביים עירפארט דעם פופציגער פאר די איבערוואגיגקייט וואלט עס אויך געלוינט בלויז פאר די קאפ-וויי וואס מ'פארמיידט און מ'מאכט זיך אסאך גרינגער. און אין רוב פעלער אויך ביליגער.

אגב, א אינגערמאן זאגט מיר יעצט דא אויפן פליגער אז ער האט נישט געוואלט צאלן פאר איבערוואג און זיין אזא שלי מזל ווי מיר, האט ער לכבוד דעם עס צוטיילט און געשלעפט דריי רענצלעך, ס'הייסט, חוץ זייינע צוויי האנט באגאדזשן האטער נאך געשלעפט דריי רענצלעך, און געס וואט! ער האט געצאלט עקסטערע צוואנציג דאללער פארן דריטן רענצל וויבאלד זיי גיבן נאר איין רענצל פריי אן אפצאל, יעדעס איבעריגער רענצל איז נאך צוואנציג דאללער.

בקיצור. אזויווי איך בין דורכגעפאלן און איך האב יעצט צייט צו שרייבן אויפן פליגער האב איך אפגעמאכט צו העלפן אנדערע דערמיט, מ'זאל כאטש וויסן אז ס'איז דא די ריכטיגע וועג עס צוטוען.

זייער אדרעעס איז:
אלל אין קאשער


אויב פלאנט איר אמאל צו פארן אויף א פלאץ ווי איר דארפט מיט ברענגען דאס עסן, אדער איר ווייסט איינער וואס פארט אויף אזא פלאץ, מאכט זיכער צוגיין אויף דעם וועב-סייט און זיי וועלן דאס אלעס ערלעדיגן פאר אייך, איר וועט באקומען אייער ארדער אפגעשיקט צו אייער פלאץ ווי איר שטייט איין.

אקעי, מ'גיימער לאנדן, מיין אויער ווערט מיר פארשטאפט, איך מיז פארמאכן דעם לעפ טאפ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

דאס הייסט א ראש הקהל? מען געווינט די וואלן אין היימישע קרעטשמע פארט מען זיך אוועק ערגעץ אין די מרחקים וואו עס איז נישט דא קיין זכר פון א איד????

(דזשאסט קידדינג....)

קידדינג עסייד, אזוי דארף א ראש הקהל אויס צוזעהן, מען נעמט מיט א קאמפיוטער און מען האט אונז אינזין, און נישט נאר א ראש הקהל נאר יעדער חבר ביינונז אין קהילה,

וכאן הקריאה יוצאת: פארסט אויף וואקאציע, האב אינזין דיינע חברים וואס שמאכטן דא אין ניו יארק, זיי אזוי גוט און מאך אידן שמייכלן, בפרט אויפן פליגער, וואו מען קען סייווי גארנישט טוהן, שפריץ אריין אפאר ארטיקלעך דא אין קרעטשמע, און יעדער וועט זיך מיטפרייען מיט דיין וואקאציע
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שלום עליכם געערטער ראש הקהל! און א דאנק פארן מיטטיילן די וויכטיגע אינפארמאציע מיטן חשוב'ן ציבור.

מיט עטליכע יאר צוריק - נאך איידער דער וועבזייטל האט עקזיסטירט - האב איך געוויילט אפאר טאג אין א פארשטופטע האטעל אין קאנאדע, און ווען דאס עסן האט זיך אויסגעלאזט האבן מיר אפגעפוצט פון דארט בעפאר די צייט וואס מיר האבן געפלאנט, ווייל אנדערש ווי דזשימי און דזשעקי קענען מיר נישט אריינשפאצירן אין די פרעסטוראנט ביים לאבי פון האטעל ארדערן לאבסטער.

לאמיר האפן אז מיר וועלן נאך אמאל קענען נוצן דעם סערוויס פון "אלעס אין כשר" (כ'מיין צו זאגען, איך זאל מיר קענען ערלויבן אמאל א ווייטע וואקאציע...).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צייטליך'ל;
דיין עצה איז טאקע געוואלדיג, כ'אב קיינמאל נישט געטראכט דערפון בעפאר צו שיקן מיט יו פי עס די עסן עס זאל זיין גרייט ווען איך קום אן.

די פראבלעם איז נאר ווען מען שטייט איין אין א האטעל רום, וויאזוי קען מען שיקן ווען ס'יז דא 200 רומס, און איך האב נאכנישט איינגעטשעקט דאן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

געווענליך, דו וואס פארן צו די ווייטע פלעצער, ווייסן וואו זיי גייען איינשטיין, סאו לאזן זיי וויסן ביי די מעין דעסק, (עניוועי, לייגטעס יו פי עס/פעדעקס, נאר דארט.) אז מ'גייט שיקן די פעקל, אז ס'זאל אנקומען די זעלבע טאג, וואס דו גייסט אנקומען, און ווען דו קומסט דארט אן, בעט מען דאס פון די דעסק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הער ראש הקהל שלום עליכם, ווי אזוי איז געווען אלעס באזייטס פון די פלאפ פון די עסן? איך האף אז דו האסט כאטש געוואוסט וואס מ'דארף נישט שלעפן ווייל עס עוועילעבל אלל אווער מיט גענוג גוטע השגחה פאר וואס עס איז.

אלענפאלס איך האב שיעור פארגעסן, א הערצליכן דאנק פאר די ארטיקל און פאר די עצה.

פאר די שחור'טע ווייז נאר די תקנות דא אויבן מיט די שרעקעדיגע רויטע ווערטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

נאכאמאזעל כאבעס געליינט וועניש ווי וואלט איך אויסגעזעהן ביי די אויפלאנירטע צוקונפטיגע וויקאציע
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

וועלקאם בעק ראש הקהל, און א גרויסן שכוח פארן ארטיקל.

דעליווערן זיי טאקע סייווי עס זאל נישט זיין?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

יויש, כ'האב שוין געמיינט אז דו האסטעס געוואלט מיטנעמען אויבן אויפ'ן פליגער, און זיי האבן דאס פארכאפט אויס מורא פון א מומבע... ב"ה דער עסן איז נישט געגאנגען צום גארביטשאווער רבי ווי ס'האט פאסירט ביי מיר.

צייטליך; צוויי הארבע קושיות:

1) פון וואנעט האסטו געהאט אינטערנעט קאנעקשאן אין דזשעט-בלו?
2) וועלכע קאמפאני האט פאבריצירט די קעטשאפ? עמיר וויסן מער נישט צו קויפן די סארט קעטשאפ און דאס מיטנעמען אויפ'ן פליגער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נעבעך, איך כאפ מיך יעצט אז כ'האב אריין געווארפן אן הערה, אן זיך באדאנקען פארן ראש הקהל פאר זיין הערליכען ארטיקל.

יישר כחכם, מיר האבן שטארק הנאה געהאט, כאטש אויך געשוינט די קעטשאפ, אז ס'האט נישט געהאט די זכי' זיך צו טרעפן און א היימיש חסיד'ישן טעלער.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

ראש הקהל טעינק יאא
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

שלום עליכם ר' צייטליך, לאמער האפן אז דער וואקאציע וועט ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן און איר וועט זיין אויסגערוט ביזן קומענדיגע וואקאציע.

בין דער דאָּן דעט. ממילא פארשטיי איך וואס דארט האט זיך געמיזט אפטוען ווען דער קעטשאפ האט אייך רויט געמאכט די ווייסע זאקען. א איד לערנט זיך אבער פון די מיסטעיקס.

ביי אונז האט אויך איין רענצעל געוואוגען מער האב איך געזאגט פאר די שחורה אז איך גיי זיי באלאנסען, איך האב איינס צוריק געברענגט עס האט שוין געוואוגען אינטער פופציג, זי האט איר באקלעבט מיט א סטיקער אבער אנשטאט איינצוטשעקען האב איך עס צוריק געפענט ביי די זייט און צוריקגעלייגט נאך א צעהן פונט מיט וועש און אריין געשיקט. כמעשהו בראשון וכו' אזוי האב איך נישט באצאלט א איבעריג גרייצער.

די קאלטע זאכן האבן מיר ארויפ געטראגען אין א קליין רענצעל אויפן פליגער, זיי האבען אפילו די פארפרוירענע מילך ארויפ געלאזט.
פליישיג קען מען וועקיום פעקען און עס האלט פריש און א רענצעל פאר א שיינע פאר טעג. א שאד צו באשטעלען יו פי עס אדער קויפען פאר טייער דורך די אינטערנעט. גאטליעבס פארקויפט פיינע פליישען רעדי צו מייקראוועוען אבער עס איז זייער טייער. ווען מיר פארן קאכט דאס ווייב זז"ג אפ אלע סאפער'ס און מען טוט דאס וועקיום און מען האט היימיש עסען.
אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 8:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניאור אייזיקאוויטש »

וויאזוי האבן די חברה נישט באמערקט אז דו לייגסט צו נאך 10 פונט וועש?
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

א גוטן ראשעקול,

קודם וואונדערט מיר אז דער הויעכגעשעצטן ראש הקהל האט נישט קיין פריוואטן פליגער, צווייטענס, די ווייסט נישט אז ביי אונז אידן האט מען זיך אלעמאל געפירט צו אוטערלייגן די פיס בשעתן וועגן שווערע רענצלעך?

עניוועי, געווענליך שיק איך אפ די עסן בעפאר איך פאר, בעיקר איז מיר שווער צו טרעפן איינעם מיר צו נאכשיקן נאך עסן אינמיטן וואקאציע, א גרויסן יישר כח פארן גוטן עצה.

איך בין אריינגעגאנגען אינעם סייט, זעה איך דארט אינטן דעם אפשען "Directions to our store", פאר נייגעריגקייט גיי איך אריין, און נישמער נישווייניגער לאזט ער מיר ווייסן אז יא! "You are here"! איך דריי מיר ארום און ארום, און איך זעה נישט קיין שום גראסערי ארום מיר, ווייסט איינער וואס דאס מיינט?
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

ראה"ק עלעקט (ער האט נאכנישט די פולע טיטל)
דאס איז וואס אונז ברויך מיר, איידער ער קומט אריין און אפיס פארט ער זיך ארום אויסליפטערן פונעם שווערן קאמפיין....
אזוי אז ווי נאר ער וועט איינגעשוואוירן ווערן, וועט עס זיין מיט פרישע כוחות. כה לחי!

די איידיע איז זייער גוט. איך האלט אז איז אביסל א בעסערע איידע ווי נארטורליך יר"ה (נאטורליך: בלייב יעצט דא אביסל, טענה דיך מיר זענען אויסגעהונגערט נאך אן ארטיקל פון אייך! ווי עס שרייבט א אלטע חבר...)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'פריימעך זייער אז צייטליך איז צוריק, איי מין וואס וואלט איך יעצט געטוהן ווען ער איז ווען נאכנישט דא?

סאו פוירסט אוו אלל, צייטליך, שאמאלייכעם, ענד וועלקאם בעק, פארגעס נישט אז דו ביסט שוין ראש הקהל, און דו ברויכסט אונז אונטערטעמען.....

וועגן ס'עצם ענין, איז זייער אינטערעסאנט, פונקט פאריגע וואך רעדעך צו איינעם, זאגעכעם אז כ'בין יעצט דא ביי גאטליעב'ס, און כ'זעה אז איינער פאקט איין באקסעס מיט פראוזען פוד, אויף מיין פראגע וואס דאס איז, זאגטער מיר אז די עסן נעמטער מיט אויף וואקאציע, ס'קאסט בערך די זעלבע וואס ס'קאסט א רעגולער מיעל ביי גאטליעב'ס, נאר ס'איז פראוזען, און ס'איז דאבבעל רעפ'ד, כדי ס'זאל קענען אריינגיין אין א נישט כשר'ע מיקראוועיוו, און ס'קומטעם אויס ביליגער ווי עסן אין א רעסטוראנט דארט ווי ער גייט פארן, און ס'איז נישט דא דארט די בעסטע הכשרים, א צווייטער האט דארט פארציילט, אז ער איז געעוען אין פארטא ריקא, האטער געטראפן א יוד דארט, וואס האט מיטגעברענגט די גאטליעב'ס פראוזען פוד, אויף מיין פראגע צו ס'האלצעך פראוזען אזוי לאנג, זאגטער אז ס'האלצעך פראוזען פאר גאנצע פיר אין צוואנציג שעה, און די עסן איז שוין סערווירט געווארן אין טשיינע..... (כ'שוין אפילו געהאט אפגעמאכט, אז כ'גיי עפענען א אשכול דערוועגן.....)

(נישט פארגעסן, דאס האבעך פארציילט פאר איינעם אויפן טעלעפאון...) זאגט מיר יענער, אויפן צווייטן זייט טרייבל, וויכי, ליסען העיר, איך בין דזשאסט צוריקגעקומען פון וויקעישען, כ'האב גארנישט געדארפט מיטשלעפן, כ'האב אלעס באשטעלט ביי "אלל אין קאושער", און כ'האב געהאט א רואיגע רייזע, ס'איז געווען מיין בעסטע וואקאציע עקספיריענס וואס כאנאר אמאל געהאט, און דו ווייסט, איך פאר אסאך.. ס'האט טאקע געקאסט אפאר טאללער, די שיפינג, (נישט זייער טייער) אבער פארן אויף וויקעישען קאסט געלט........... (אמת'ע מעשה, אביסל פארדרייט....)

ס'איז אומגלויבליך! מ'קען שוין היינט פארן וואקאציע, אין גאנץ יונייטעד סטעיט'ס, און האבן כשר'ע פראדוקטן, דורך באשטעלן עסן ביי אלל אין קאושער, אן קיין שום שוועריקייטן, און נישט צו טייער, און אפילו אינדרויסן פון אמעריקא, קען מען נוצן די גאטליעב'ס פראוזען פוד, ווי אויבן דערמאנט......

און מער פון אלעם, ווען מ'קומט אהיים, נישט פארגעסן, אריינשליידערן א נארטיקל, דער עולם זאל הנאה האבן.....

צייטליך, טענק יו פראם די באדדעם אוו מיי הארט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צייטליך שכח

ביידעיוועי אין א אנדער אשכול האט זיך איינער אפגערעדט אז די שיפינג איז צי טייער למעשה יעצט זעה איך אז זיי האבן א אפשען פון יופיעס אדער פעדעקס און פעדעקס איז ממש האלב פרייז ווי יופיעס און זייער ביליג אויך פאר נעקסט דעי אינטערסאנט
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

א גוטע איידיע, כעל עס מודיע זיין פאר מיינע קאנסומערס.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צייטי, יו מעד מיי דעי מיט דיינע איינגערינגעלטע.
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

ישר כח צייטליך, כהאב גוט געשמייכעלט.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

צייטליך האט געשריבן:
בקיצור. אזויווי איך בין דורכגעפאלן און איך האב יעצט צייט צו שרייבן אויפן פליגער האב איך אפגעמאכט צו העלפן אנדערע דערמיט, מ'זאל כאטש וויסן אז ס'איז דא די ריכטיגע וועג עס צוטוען.

זייער אדרעעס איז:
אלל אין קאשער




שטייט שוין געשריבן וועגן דעם
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך בין היינט געווען אין די סאשעל סערוויס אפיסעס צו ערלעדיגן מיינע מעדיקעיד און פוד סטעמפס. ווען איך קום פיינעלי אן צום דעסק האט מיר א גראבע טונקעלע פרוי סערווירט. עס האט גענומען פיר שעה צו ענדיגן אויספילן א נישטגע צוויי פאפירן פשוט ווייל זי האט נישט אויפגעהערט צו מאכן טעותצים און זי האט געדארפט אנהייבן נאך אמאל און נאך אמאל. בקיצור א מעשה ביים סוף באקלאגט זיך זיך אז זי איז זייער זייער הונגעריג און זי פרעגט מיך פארוואס איך האב איר נישט געברענגט איינע פון די גוטע כשר'ע דעינישעס. זאג איך איר, "נישט גענוג וואס דו ביזט א טיפש ווי די נאכט קומט זיך דיך נאך א דעיניש"??? זאגט זי מיך, "נעקסט טיים ווען דו קומסט דא, אויב דו ברענגסט מיר א דעיניש וועל איך דיר אויסזאגן ווער איינער פון די גרעסטע קנאקערס אין די קרעטשמע איז"!!!


בקיצור, דיין ארטיקל איז הערליך, איטס ווערי ווערי נייס אוו יו אז דו האסט אונז אינזינען געהאט אפילו ווען דו ביזט געשטאנען (געזעצן?) ברום המעלה, און מיר באדאנקן זיך פאר די הנאה.


נאך אן עצה וואס איך האב געהערט פון מיין חבר (ער האט אסאך געלט פארשטייט זיך) וועלכע פארט א צוויי מאלך א יאר אוועק אויף וועקעישאן מיט א פליגער צו אזעלכע פלעצער ווי אריזאנע, קאליפארניע, פארטא ריקאו, מעקסיקאו, אדער די ווירדזשין איילענדס. ער רופט אן די גרויסע קעיטערערס כשר'ע ווי שיקס וכדומה (עס זענען דא א שיינע פאר) און פרעגט זיי ווען זיי פלאנען צו האבן א גרופע אין יענע געגנט, און אזוי סקעדזשועלן זיי זייער וועקעישאן פאר יענע צייט און זיי נעמען די עסן פון דער זעלבע קעיטערער.


.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

זייענדיג אויף אפרי אין די מרחקים האבעך געזען א ארדער וואס איז אנגעקומען צו עמיצין איז געשטאנען אויפן באקס "קאשער.קאם" אידאס א קאמפעטישען?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיי זענען שוין היבש לאנג אין די פייוו טאונס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

א מזל-טוב צו אונזער נייעם ראשעקאאל, ס'קוקט מיר עפעס אויס ווי א 'בלומבערג' איז געווארן 'ראשעקאל', אז די אנפירער פון די קרעטשמע נייעס אגענטור, איז געווארן 'ראשעקאל'.
נו, ביסטעך אריין אין פובליק לייף, וועסטו נאר מעלדן די פאזיטיווע נייעס? האא?

דערצייל אביסעלע וואס זי האט דיר דארט מסדר געווען.

ייש''כ ראשאקאל, פארן אויפלעבן דא אביסל. קיפ איט אפ!!

לעווי נאדער ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”