די מיסטעריעזע דאקומענטן.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

זיצן זיך ביי א מיטינג עטליכע הויך ראנגיגע עקזעקוטיוון, מיט די שיינע שניפסלעך און געשניצטע וואנצן, און דיסקוטירן ווייטערדיגע סטראטעגיע.

דער פרעזידענט פון אמעריקע, דאנעלד דזשאן טראמפ, נוצט אונזער פלאטפארמע צו פארשפרייטן זיין רעכטע אגענדע. נישט אז עס איז א פראבלעם, אבער פאר אזעלכע לינק געשטימטע היץ קעפ, האט עס ווייט נישט געשמעקט.

איז מען זיך צוזאמען געקומען קאנפערירן וואס מען קען טון ארויס צו ווארפן דעם אמטירנדן פרעזידענט פון דעם ווירטואלן טאון סקווער וואס ווערט אנגערופן טוויטער.
****
"האלא?"
"יא. צו וועם רעד איך?"
"בעסער אז דו ווייסט נישט יעצט. וואס זאגט איר צו אזא געדאנק? מיר וועלן אריין שטעלן א אייגענע קאנדידאט אינעם ווייסן הויז?"
"הערט זיך אינטערעסאנט. וואס פאר א סארט הילף קען איך אייך צושטעלן?"
"מיר דארפן נישט אייער הילף. מיר דארפן בלויז אייער צושטימונג."
"צושטימונג געשאנקן. וויאזוי זאל איך אייך רופן אז איך האב נישט אייער נאמען?"
"רוף מיר וויקטאר. מיין נאמבער איז אויף אייער קאללער איי די."
און די ליין האט זיך איבערגעהאקט.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
פיניש
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2022 6:47 pm

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניש »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט גוט,

מוז האבן קעפלעך
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אחר חצות האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט גוט,

מוז האבן קעפלעך
בעזר ה' וועלן זיי נאכקומען.
דערווייל האב איך נאר איין קאפ...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מיסטריעז איט איז!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אה מיי גאד... דיס דאד איז עמעזינג... קיפ איט אפ... ווי קענט וועיט פאר דע קאנטיניועישן!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)

באשיינפערליך האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p-

אה מיי גאד... דיס דאד איז עמעזינג... קיפ איט אפ... ווי קענט וועיט פאר דע קאנטיניועישן!!
אמר"ש אפשר מאכסטו א באשטימטע צייט ווען די גייסט ווייטער??
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

עס האט מיט ווען איך האב צייט.
נישט אלעמאל די זעלבע צייט.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

"וויקטאר?"
"יא?"
"איך ווארן, און איך סטראשע. שטיי ווייט פון מיר און מיינע מענטשן!"
"איך הער. א שיינע באנעמונג האט איר. זאגט, אייער נאמען קען איך ביטע אויך וויסן, אדער נאר ווער איר זענט בין איך בארעכטיגט צו וויסן?"
"איך מיין דו ווייסט זייער גוט ווער איך בין. אבער אזעס פעלט אויס צו קלארשטעלן, דאס בין איך אלפרעדא פון די באקאנטע AFF גרופע.
דו ווייסט אז עס לוינט נישט זיך צו פארהאנקערן מיט מיר."
"איך הער אייער בקשה, און עס וועט זעלבסט פארשטענדליך גענומען ווערן אין באטראכט. ביים קומענדיגן מיטינג מיט די גאנצע שטאב, וועלן מיר דאס ארויף ברענגען פאר א אפשטימונג. און אויב וועט דער עולם מיטשטימען מיט אייך, גייט עס אריין אין אפעקט.
נאך עפעס וואס איך קען אייך העלפן מיט?"
"ניין. דאס אלעס. אבער אך און וויי וועט זיין פאר אייך אלע, אויב וועט איר נישט זיכער מאכן זיך אפצוטון פון מיר און מיינע מענטשן."
"יא. דאס האב איך שוין געהערט פריער אויך. זע נאר אז איך זאל נישט צופיל ברויזן אויף דיר, ווייל דיין קערפער קען זיך טרעפן אויף א שפאציר אראפ פונעם נאנטן בריק.
דאס איז דיין באנוס פאר די סטראשע..." האט וויקטאר צוגעענדיגט דעם געשפרעך שוין סארקאסטיש.

און דאן איז אלפרעדא צום ערשטן מאל געזען געווארן אזוי ווילד דורך זיינע קאמעראדן.
****
דאס איז עס פאר היינט...
לעצט פארראכטן דורך איל_משולש אום זונטאג פעברואר 12, 2023 12:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
גרינליך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 3:20 pm

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינליך »

Wow amazing job keep it up
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

מעכטיג איט איז
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מאטי איז עלטער געווארן, און אריין אין ישיבה גדולה.

זיין 'חבר' מעכיל, איז מיטגעקומען מיט אים אין ישיבה גדולה אויך. און פארשטייט זיך זיכער געמאכט אז די גאנצע ישיבה ווייסט אז מאטי איז א 'נישט רחמנות'...

מאטי איז דאן געווען היבש צוקלאפט ביי זיך, און האט זיך געבעטן ביי מעכל'ן ער זאל אויפהערן. אבער מעכל האט מיט דעם נאר מער אנגעפילט זיין תאוות השררה.

און מאטי האט אבער נישט געהאט די שטארקייט צו בעטן הילף ביי די הנהלת הישיבה, וואס הייסט, ער איז דען א בעיבי וואס צוקראצט זיך פון יעדע קלייניגקייט?... אבער מיטן נישט גיין, איז אים זיכער נישט בעסער געווארן. מעכל האט זיך מער און מער ערלויבט.
ביז יענעם טאג.

מאטי האט באשלאסן, גענוג! ער איז נישט מיין חבר, און פארטיג!
צופרי, מעכל קומט אריין אין בית המדרש מיט זיין בייסיגע גוטמארגן, און ווערט שאקירט פון מאטיס קאלטע רעאקציע. ער פרעגט אים, וואס האט פאסירט? איז אלעס אין ארדענונג? אבער מאטי האט ניטאמאל רעאגירט צו מעכל.

אבער דא האט מאטי פארזען איין פרט. מעכל איז נישט געווען זיין חבר ביז יעצט, אז ער זאל קענען אזוי אים געבן א פטר אפ. מעכל איז געווען זיין אויבערהאר. ער האט יעצט מורד געווען אינעם קייסערטום.

און מעכל האט עס נישט פארשוויגן. וויפיל עס איז ביז איצט געווען באהאלטן, איז מעכל יעצט ארויס אין א אפענע קריג מיט מאטי.

די צוויי, ביידע פון זיי מיט גוטע קעפ, האבן עפענטליך פארמאסטן. ווען טייל מאל איז געגאנגען פיזישע געשלעגן, און אנדערע פעלער פערזענליכע פליקערייען דורכאויס היציגע ווערטער אויסטוישן.
ביים לערנען אויב האט איינער פון זיי עפעס זיך אנגערופן ביים שיעור, האט דער צווייטער זיכער געמאכט עס אפצופרעגן.

די איינגעשטעלטע אין ישיבה האבן שוין געוואוסט אז די צוויי גרייטן זיך גוט צו צום שיעור, און נישט פאר גוטע כוונות. אבער די מיינונג אין מגידי שיעור צימער איז געווען, אז מתוך שלא לשמה בא לשמה, און מען זאל נישט שטערן די פארמעסט ווילאנג עס איז איבער די גמרה.

און אזוי האט מאטי קונה געווען גאנצעטע סוגיות אין ש"ס מיט אלע מפרשים ממש ביז הלכה למעשה.

ווען עס איז געקומען צו שידוכים יארגאנג, האט זיין פאטער געזוכט פאר אים דאס בעסטע. אבער ווי פיל מאל, פאפט זיך דער טאטע אין זיין תכשיטל. און אזוי אויך אונזער פאל, איז דער טאטע געווען איבערצייגט אין די כשרונות פון זיין בחור, און עס איז אים נישט בייגעפאלן אז מאטי איז שוין ווייט נישט דער צדיק הדור וואס ער שטעלט זיך פאר.

אבער מאטי פון זיין זייט, האט יא געוואלט דווקא דאס בעסטע און שענסטע. און ווען זיין טאטע האט אים געמאלדן אז עס רעדט זיך עפעס ערנסט, און טאקע גאר א חשובע זאך, האט ער מיטגעשפילט ביזן סוף. נאר טראכטנדיג פון די נקמה וואס ער וועט זען אין מעכל, איז אים שפייעכץ געקומען אין מויל.

און טאקע נאך א שטיק צייט איז מאטי א חתן געווארן בש"ט.
****
פארזעצונג קומט...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow wow wow amazing
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

פיינע נייעס! איינער זאל ביטע מאכן א PDF פאר ביז ווי מען האלט
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

העי העי קענסט נישט סטאפן ביי אזא טערעסאנטע פארט!!

עהההה קענסט יא.... גיי ווייטער ווי שנעלער!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

דזשאו זיצט זיך ביי זיין טיש אין אפיס, און שפירט זיך גליקליך. ער איז איצט דער צווייט מאכטפולסטער פערזאן אויף דער וועלט.

דער וויצע פרעזידענט פון אמעריקע, אונטער באראק אבאמא.

אבער וואס ער האט נישט געוואוסט, איז אז פאר א געוויסע גרופע איז בכלל נישט געפאלן דער פאקט אז ער זיצט אזוי באקוועם אין וואשינגטאן.

אינעם אנדערן זייט שטאט זענען געזיצן אין די זעלבע צייט א גרופע פון אינגען וואס זייער איינציגער ציל איז געווען, אונטער צו ברענגען די ליבעראלע אדמיניסטראציע.

טראץ וואס זיי ארבעטן שוין צוזאמען אויף זייער פלאן לאנגע מאנאטן, קוקט נישט אויס ווי עס רוקט זיך פאראויס.

אבער ממש יעצט איז געבראכן געווארן עפעס אויף וואס מען האט שוין לאנג געווארט.
****
"דו נידריגער פארברעכער! האסט געמיינט וועסט זיך פון מיר ארויסדרייען? נישט מיט מיר!" האט דער אפיציר ארויסגעזידט מיט אויפברויז.

און ווייטער ארויף זענען זיך רואיג געזיצן צוויי פארשוינען, און צוגעקוקט מיט הנאה צום ספעקטאל וואס זיי האבן נארוואס אנגעברענגט.

ער וועט גיין זיצן, העכסטנס וועט מען אים באפרייען פינף מינוט ארום... אבער פון אונז זאל מען ווייטער נישט טראכטן.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

"א גוטן דאס איז מארטין, ביטע לאזט א מעסעדזש." האט דער ענסערינג מאשין אנאנסירט ווען דער טעלעפאן איז נישט געענטפערט געווארן.

וולאדימיר האט אראפגעלייגט דעם טרייבל אין א ברויזענדע שטימונג. מארטען האט אים שוין געדארפט פון לאנג רופן, און ווען דאס האט נישט פאסירט, האט ער גענומען די קוראזש, און אים אנגערופן. אבער ער ענטפערט נישט דעם טעלעפאן.

נישט וועלענדיג פארלירן צייט, האט ער תיכף אויפגעהויבן דעם טעלעפאן נאכאמאל, דאסמאל קלונגענדיג זיין פריינט וויקטאר. ער וועט אים זיכער נישט אנטוישן.

נאכן דריקן די ריכטיגע קנעפלעך האט דער טעלעפאן זיך צוברימט מיט זיין נודזשענדן קלינג, און נאך עטליכע קלינגען, האט וויקטאר געענטפערט.

"א גוטן מיין פריינד, וויאזוי קען איך אייך העלפן?"
"דאס מאל איז נישט הילף וואס האט מיר געמאכט אייך רופן, עס איז נאר אייך צו לאזן וויסן די אומשטענדן וואו מיר שטייען איצט."

"עס איז מיר א פארגעניגן צו הערן. וואס האט היינט פאסירט?"

"איך וועל עס מאכן אין קורצן." האט וולאדימיר אנגעהויבן. "נאך וואס איך האב אראפ געלייגט מיט דיר פארגאנגענע וואך, האב איך באקומען א מיסטעריעזע רוף פון עמיצן אלפרעדא. ער האט זיך אידענטיפיצירט אלס אן אגענט אין איינע פון די אמעריקאנע שפיאנאזש אגענטורן, און פארלאנגט אז זינט עס איז באקאנט אז איך בין פון די גרעסטע קאמפיוטער העקעריי עקספערטן אין רוסלאנד, איז פארשטענדליך אז מאנכע וועלן פראבירן מיר צו נוצן צו באאיינפלוסן די וואלן אין אמעריקע קומענדיגן נאוועמבער. איז זאגט ער אז איך זאל גארנישט טון, אן זיך פריער פארבינדן מיט אים."

וויקטאר איז קענטליך געווען אומבאקוועם מיט דעם פאקט אז אלפרעדא פראבירט אים צו פארלויפן דעם וועג, אבער האט מיט א רואיגקייט געזאגט פאר וולאדימיר מיטצוארבעטן מיט דעם יעניגן אלפרעדא.

"זארג זיך נישט," האט וויקטאר געזאגט צו וולאדימיר. "יעצט וועסטו מאכן צוויי מאל געלט... ארבעט מיט מיט אים, פארשטייט זיך פארן ריכטיגן פרייז, און פאלגן זאלסטו אבער מיינע באפעלן."

"און פאר איך פארגעס, עס איז וויכטיג זאלסט וויסן, דער אלפרעדא ארבעט טאקע אין אמעריקאנע שפיאנאזש אפיסעס, אבער ער ארבעט אויף די אייגענע האנט נאך אסאך מער. ווי צום ביישפיל דער דערמאנטער טעלעפאן שמועס. ער איז א פשוטער גענגסטער וועלכער זוכט צו פארדינען אויף די סיטואציע. דערשרעק זיך נישט פון אים!"

דער מעסעדזש איז געווען קלאר, און די טעלעפאנען זענען געווארן אראפגעלייגט.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

איל משולש האט געשריבן:
דזשאו זיצט זיך ביי זיין טיש אין אפיס, און שפירט זיך גליקליך. ער איז איצט דער צווייט מאכטפולסטער פערזאן אויף דער וועלט.

דער וויצע פרעזידענט פון אמעריקע, אונטער באראק אבאמא.

אבער וואס ער האט נישט געוואוסט, איז אז פאר א געוויסע גרופע איז בכלל נישט געפאלן דער פאקט אז ער זיצט אזוי באקוועם אין וואשינגטאן.

אינעם אנדערן זייט שטאט זענען געזיצן אין די זעלבע צייט א גרופע פון אינגען וואס זייער איינציגער ציל איז געווען, אונטער צו ברענגען די ליבעראלע אדמיניסטראציע.

טראץ וואס זיי ארבעטן שוין צוזאמען אויף זייער פלאן לאנגע מאנאטן, קוקט נישט אויס ווי עס רוקט זיך פאראויס.

אבער ממש יעצט איז געבראכן געווארן עפעס אויף וואס מען האט שוין לאנג געווארט.
****
"דו נידריגער פארברעכער! האסט געמיינט וועסט זיך פון מיר ארויסדרייען? נישט מיט מיר!" האט דער אפיציר ארויסגעזידט מיט אויפברויז.

און ווייטער ארויף זענען זיך רואיג געזיצן צוויי פארשוינען, און צוגעקוקט מיט הנאה צום ספעקטאל וואס זיי האבן נארוואס אנגעברענגט.

ער וועט גיין זיצן, העכסטנס וועט מען אים באפרייען פינף מינוט ארום... אבער פון אונז זאל מען ווייטער נישט טראכטן.
וואס טוט זיך מיט דעם דזשאו למעשה?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן:
וואס טוט זיך מיט דעם דזשאו למעשה?
ביינונז פלעגט מען זאגן,
שפארטס מיט וואנונג.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

איל משולש האט געשריבן:
ביינונז פלעגט מען זאגן,
שפארטס מיט וואנונג.
שוין געשפארט, ווען עפענסטו?
.Hey there! I am using Ivelt
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נוסח אשכנז האט געשריבן:
שוין געשפארט, ווען עפענסטו?
ווען עס וועט זיין אינטערעסע...

ערנסט, נאך וואס דער אינפראסטרוקטור פראיעקט וועט ערגענצט ווערן, וועל מיר צוענדיגן ווייטער.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4751
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איל משולש האט געשריבן:
נוסח אשכנז האט געשריבן:
שוין געשפארט, ווען עפענסטו?
ווען עס וועט זיין אינטערעסע...

ערנסט, נאך וואס דער אינפראסטרוקטור פראיעקט וועט ערגענצט ווערן, וועל מיר צוענדיגן ווייטער.
וועכע פראיעקט??
שוין צו לאנג פון די לעצטע פארזעצונג!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מען קען נישט לאזן אזוי לאנג סתם.
הגם איך האב יא געפלאנט צו פארזעצן הערשט נאך וואס אלעס מיטן אפדעיט איז מסודר, און די קרעטשמע אינפראסטרוקטור פראיעקט איז פארטיג, אבער ליפטר בלי כלום אי אפשר.

און בעזר ה' ווען מיר ענדיגן דאס וועט מען נעמען א שטיקל וואקאציע.
_______

מענדל און משה זענען געזיצן אויפן פלאץ אין בית המדרש און געלערנט ווי געווענליך.

"דער מנהל רופט דיר." איז איינער צוגעקומען זאגן פאר מענדל'ן.

ער הייבט זיך אויף, און שפאנט אין ריכטונג פונעם מנהל'ס אפיס. 'וואס קען דער מנהל יעצט וועלן? נישט געווען קיין שוואכע צייכן אויף די בחינות, נישט אפגעטאהן קיין ספעציעלע שפיצלעך, אפילו קיין גרויסע קאמפלימענטן איז נישט צום ערווארטן.'

אבער ווען דער מנהל האט אים מיטגעטיילט פארוואס ער האט אים גערופן, איז ער געווארן פיל מער איבעראשט.

****

"אקעי, אלעס איז גרייט. ווען הייבט מען אן?" האט דער אגענט געפרעגט.

"ווי נאר מיין באפעל קומט. ווי אלעמאל." האט וויקטאר געענטפערט.

נאך עטליכע מינוט, וואס די איינציגסטע זאך וואס איז געטון געווארן מער ווי פריער איז געווען אז דער ציגאר וואס וויקטאר האט פארייכערט איז געווארן היבש קלענער, האט וויקטאר זיך אנגערופן "געגאנגן, די דאקומענטן וואס מיר האבן באקומען פון ראבערט ליגט ביי יעדן פון אייך אין זיין טאשקע, און יעדער ווייסט פונקטליך וואס ער האט צו טון."

און די גרופע האט זיך צוטיילט יעדער צו זיין דעסטינאציע ווי אנגעצייכנט אינעם מאפע.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די מיסטעריעזע דאקומענטן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פיין פיין
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”