מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4824
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

די מעשה שטימט זייער גוט....

חוץ די פאקט אז זיי זוכן נישט קיין מענטשן!!

מיט דעם אלעם פליז גיי ווייטער ווי שנעלער..!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

געווען פארנומען די לעצטע פאר טעג, מ'האף מיר צו גיין ווייטער בקרוב
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

דער איז אראפגעפאלן פון די לבנה...
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

דינסטאג בהעלותך תשפ"א למספ' may 7 באקום איך א פאון קאל פון מיין חבר מרדכי יאנקל אז איינע פון די נאס"א באאמטער האט זיך פארבינדן מיט אים און מ'איז גרייט פארן קומענדיגן שטאפל און אי"ה אין צוויי חדשים ארום הייבט זיך אן די טרענירונגען, מיינע קישקעס זענען אקטיוויזירט געווארן !ס'הייבט אן ווערן עכט !! , דעם קומענדיגן אינדערפרי האט מיך מרדכי יאנקל אריבער געשיקט א גאנצע ספרים שאנק פון ביכלעך איבער ספעיס און די לבנה, כ'האב מיך געזעצט ליינען און ביז עטליכע מינוט האב איך געשפירט ווי איך שוועב אין די העכערע ספערן... צוויי וואכן שפעטער טרעפט מיך מרדכי יאנקל און כ'זאג אים אז כ'בין גרייט מארגן צו פליען צום לבנה... כא כא כא האט זיך מרדכי יאנקל צולאכט... די ווייסט נאכנישט האלב וואס די דארפט וויסן... אבער נישט געזארגט אונז האמיר נאך אסאך צייט.

די צוויי חדשים זענען היבש שנעל דורכגעלאפן און דינסטאג פרשת בלק תשפ"א זעמיר געווען אויפן וועג קיין יוסטאן, טעקסעס מיר האבן געלאנדעט בשלום, מ’האמיר ארויס געדינגען א אויטא פונעם לאקאלן "הערץ" און געמאכט דעם וועג צום "הייעט האטעל", אנקומענדיג צום האטעל האט מרדכי יאנקל באקומען א פאון קאל פון סטיוו, דער באאמטער פון "נאס"א" אז זאכן זענען געווארן אביסל אפגעשטופט און ביז צוויי טאג וועט מען וויסן ווען די טרענירונגען הייבן זיך אן, פיין האמיר כאטש אביסל צייט זיך אויסצורוען.

דאנערשטאג אינדערפרי האט סטיוו גערופען אז עס איז באשטעטיגט געווארן אז קומענדיגע מאנטאג 9:00 אזייגער הייבט זיך אן די טרענירונגען, מיר זענען ביידע געווארן אביסעלע אויפגעהייטערט, אונזער חלום הייבט אן ווערן א ריאלעטעיט... מיר האבן ממש געזען שטערענס... ס’נישט קיין קלייניקייט ! דעם פאלגענדן שבת האמיר געפראוועט ביים לאקאלן חב"ד הויז, דער שליח האט פיין צוגעשטעלט, א געשמאקע אידל דער, ער ווייסט אסאך מ’האמיר גוט פארברענגט מיט אים, מוצ"ש האט זיך מרדכי יאנקל געזעצט אראפשרייבן פארשידענע דעטאלן צו געדענקען, מיר האבן דורכגעפירט א שטיקל ריסורטש איבער געוויסע ספעציפישע חשבונות וואס אונז האמיר געהאט געלערנט נישט לאנג צוריק אין מס' ראש השנה איבער די תהלוכת החמה והלבנה, דערנאך האמיר זיך געוואשן צו מלוה מלכה און זיך דערמאנט פון די מעשה וואס מ'דערציילט דאכט זיך אויף די תלמידי בעל שם ווי זיי זענען אנגעקומען צום רבי'ן דורך קפיצת הדרך, אונז האב מיר זיך געווערטלט אז אפשר כאפ מיר א פיאקער צום לבנה...

מאנטאג אינדערפרי זעמיר אויפגעשטאנען גאנץ פרי אונז האמיר געדאווענט שחרית, שנעל אפגעגעסן און זיך ארויסגעלאזט אין וועג, וועיז האט געוויזן א דריי פערטל שעה אונז האמיר עס געמאכט אין איין און פערציג מינוט און פארדינט פיר עקסטערע מינוטן, די זייגער האט געוויזן 8:47 נישט געפערליך , אונז ברויך מיר אנקומען צום זיבעטן שטאק, ממש גוט אונז זעמיר אנגעקומען צום סעקרעטאר'ס טישל ווי מ’האט אונז דערלאנגט פארשידענע צעטליך אויסצופילן , נאך עטליכע מינוט האט מען אונז אריינגערופען אין א גרויסן צימער ווי בערך נאך פופצן אירע זענען געזעצן יעדער האט באקומען א פעדער מיט א קליינע נאטיצן ביכל, א הויכער מאן מיט א ליכטיג בלויע העמעד און "ליינען גלעזער" האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן דעם לעקציע, ער האט ארומגערעדט איבער פארשידענע חשבונות פון לופט און גרעוועטי, בשעת מען צייכנט נאטיצן, נאך א שעה א האלב האט זיך די לעקציע פארענדיגט, דערנאך איז יעדער באזונדער אריין אין א אנדערע צימער ווי מ'איז אריבער א שטיקל אינטערוויו .

יענע נאכט איז געקומען אן אימעיל מיט א קורצע איבערזיכט פונעם היינטיגן טאג, און די ווייטערדיגע פלענער, די פלאן איז געווען אז מ’הייבט אן מיט צוויי מאל א וואך לעקציעס און שפעטער רוקט זיך עס ארויף, דאנערשטאג אינדערפרי זעמיר צוריק געפלויגן קיין ניו יארק פאר א א שטיקל "ברעיק" צו שעפן כוחות פארן קומענדיגן וואך.

פארזעצונג קומט אי"ה
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אנטשולדיגט, אבער צוליב סיבות איז מיר נישט מעגליך ווייטער צו באשרייבן דעם נסיעה, ואתכם הסליחה
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:
אנטשולדיגט, אבער צוליב סיבות איז מיר נישט מעגליך ווייטער צו באשרייבן דעם נסיעה, ואתכם הסליחה
:roll:
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:
אנטשולדיגט, אבער צוליב סיבות איז מיר נישט מעגליך ווייטער צו באשרייבן דעם נסיעה, ואתכם הסליחה
יוש וואס איז געשעהן?
ביזט אראפ געפאלן פון די לבנה?
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
מיניטשער וועלט האט געשריבן:
אנטשולדיגט, אבער צוליב סיבות איז מיר נישט מעגליך ווייטער צו באשרייבן דעם נסיעה, ואתכם הסליחה
יוש וואס איז געשעהן?
ביזט אראפ געפאלן פון די לבנה?
ס'קען זיין אז כ'גיי צוריק ארויף פאלן ...
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:
אנטשולדיגט, אבער צוליב סיבות איז מיר נישט מעגליך ווייטער צו באשרייבן דעם נסיעה, ואתכם הסליחה
-שאק-
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

די קומענדיגע חלק איז שוין גרייט געווען, ס'האט זיך בטעות פארמעקט
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

מיניטשער וועלט האט געשריבן:
די קומענדיגע חלק איז שוין גרייט געווען, ס'האט זיך בטעות פארמעקט
נו, מ'ווישט אפ די נאז און מ'גייט ווייטער.

מ'לאזט עס נישט רינען...
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

זושא צוקער האט געשריבן:
מיניטשער וועלט האט געשריבן:
די קומענדיגע חלק איז שוין גרייט געווען, ס'האט זיך בטעות פארמעקט
נו, מ'ווישט אפ די נאז און מ'גייט ווייטער.

מ'לאזט עס נישט רינען...
הונדרעט פראצענט! שטעל דיך אויף און גיי ווייטער, כ'בעט דיר
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

טעמפל שירה האט געשריבן:

געפויעלט !

אה! טענק יוי! זעמיר צוריק געשפאנט!
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין באזוך אויפן לבנה-חלק ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

ס’איז מאנטאג בלק אינדערפרי און מ'זעמיר צוריק אינעם ספעיס עקס הויפטקווארטיר פאר א פרישע דאזע פון לעקציעס, א גרויסע סקרין איז אויפגעשטעלט ווי מען זעט פארשידענע מאדעלן פון כוכבים און מזלות, דער פראפעסאר הייבט אן דעם לעקציע, ער האט ארומגערעדט פון פארשידענע חשבונות איבער עלטיטוד און גרעוועטי, וויאזוי די פלאנעטן זענען אויסגעשטעלט ועוד, די קומענדיגע פיר-פינף לעקציעס זענען געווען באזירט אויף די זאכן, נאך יעדע פאר לעקציעס האט מען געברויכט אריבערגיין א שטיקל בחינה, דאס זענען נישט געווען קיין "ישיבה בחינות" ,מ'רעדט דא פון גאנץ שווערע נושאים , נאך פיר וואכן האט מען אונז געמאלדן אז די ערשטע חלק פון די טרענירונגען זענען אריבער און מ'זאל זיך גרייטן ווייל אין א חודש ארום הייבן זיך אן די עיקר טרענירונגען.

אין די צווישן צייט האט מען געדארפט אונטערגיין א רייע אונטערזוכונגען פון פארשידענע דאקטוירים צו זען צו מ'איז פיזיש און גייסטיש געזונט פאר אזא אקציע, מ'האט באשטעטיגט אז כ'בין אין א גוטע געזונט צושטאנד ב"ה און מ'האט געקענט גיין ווייטער מיטן פלאן, מ'האלט מיר שוין קוים א וואך פאר די טרענירונגען האבן זיך געדארפט אנהייבן.

די טאג איז אנגעקומען, מען האט זיך פון פריש ארויפגעזעצט אויפן פליגער אויפן וועג קיין יוסטאן, די פליגער האט געלאנדעט בשלום און מען האט געמאכט דעם וועג צום האטעל זיך אביסל אויסצורוען פארן נאכט, דעם קומענדיגן טאג איז מען אויפגעשטאנען פינעווע פארטאגס און האלב זיבן האט מען זיך שוין געפונען ביים "ספעיס עקס" סענטער , ערשט האט מען אונז אריינגעפירט אין א צימער ווי אונז האמיר זיך געברויכט אנקליידן מיט ספעציעלע קליידונג, נישט קיין דיקע אסטראנאט סוט, עפעס ענליך, דערנאך זעמיר אריין אין א גרויסע ליידיגע שטוב ווי ס'איז היבש קאלט געווען מען האט אונז אנגעטאן גרויסע "העדפאונס" און א מאדנע גערודער האט זיך געהערט, ס'איז געווען אזא סארט דינע ווידערקול בערך דאס וואס מען הערט ווען עמיצער לאזט דיך אראפ א פראסק אויפן אויער... דערנאך האבן זיך די לעקטערס פארלאשן און עס האט געהערשט א שטילקייט פאר עטליכע סעקונדעס, דערנאך האט זיך אנגעצינדען א צווייטע מאשין וואס האט געמאכט א שטילע גערויש וועלכער איז געווארן העכער מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט.

נאך עטליכע מינוט האט מען אונז אריינגעפירט אין א קליינעם בודקע בערך צען ביי צען פוס גרויס, מ'האמיר זיך געברויכט איינבינדן, אונז האבן אנגעטון ספעציעלע ברילן אין מ'האט געשפירט ווי מען הייבט אן ארויפפליען, מען האט אנגעהויבן זען ווי מען הייבט זיך העכער די ערד מ'האט געזען אונטער זיך בנינים, גאסן, שפעטער האט מען אנגעהויבן זען גאנצעטע שטעט ביז מען האט געזען דעם ערד קוגל אונטער זיך, ס'האט אנגעהויבן ווערן שרעקעדיג... מען האט געשפירט א שטארקע קעלט, נאך עטליכע מינוט האט מען אנגעהויבן שפירן ווי מען הייבט צוביסלעך אן צוריק פאלן ביז מ'האט זיך צוריקגעזען אויף דער ערד, מען האט אונז צוריק ארויסגעלאזט פון דעם בודקעלע און געמאלדן אז דא האט זיך געענדיגט דער ערשטער חלק.

בערך א האלבע שעה שפעטער זעמיר אריין אין א זייטיגע צימער ,ווי מ'האט אונז געגעבן אן אריינפיר צום צווייטן חלק, דערנאך זעמיר צוריק געגאנגען צום בודקעלע אונז האמיר זיך פון פריש איינגעבינדען און אנגעטון די גלעזער, די טירן האבן זיך פארמאכט און אונז האמיר צוביסלעך אנגעהויבן שפירן ווי אונז שוועב מיר, מען האט געזען פאר זיך בלויז חלל און מען האט געשפירט ווי מ'פליט העכער און העכער, אין א געוויסע שטאפל האב איך אנגעהויבן שפירן ווי איך פארליר אביסל דעם אטעם, זיי האבן געזאגט אז דאס קען פאסירן צוליב וואס אין עכטע לעבן ווי העכער מ'גייט ווערט די לופט דינער, און די אקסידזשען פאלט שטארק אבער צוליב דעם האמיר געהאט דעם מאשין (אגב דער מאשין האט געטאן ביידע, סיי געגעבן און ווי אויך ארויסגעצויגן אקסידזשען כדאי מ'זאל באמת שפירן ווי מ'שוועבט) אזוי האמיר ארומגעשוועבט פאר א שטיק צייט, די רונדע האט זיך געענדיגט.

אזוי זענען אריבער עטליכע וואכן פון טרענירונגען און מ'האט אונז געמאלדן אז די טרענירונגען זענען פארטיג און מ'זאל זיך גרייטן...

קומענדיגע חלק איבער די עצם נסיעה אי''ה
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”