האב נישט מורא פון די גאולה (קעפל געטוישט)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

האב נישט מורא פון די גאולה (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

טוה מיר א טובה און הער אויף טראכטן וואס דיינע מלמדים אין חדר האבן דיר איינגערעדט!
האב נישט מורא פון דיינע מלמדים..
פארוואס זיי האבן דיר געזאגט די אלע זאכן ווייס איך נישט, און ס'אינטערעסירט מיר נישט אבער אמת איז עס זיכער נישט!
דאס זענען ווערטער וואס איך דארף האלטן אין איין איבערזאגן יעדע מאל איך רעד צו עמיצן וועגן ביאת משיח צדקינו,
וויאזוי עס איז אין אנדערע מקומות ווייס איך נישט,
אבער אין מיין ארום ווי איך בין אויף געוואקסן איז ליידער דאס דער מציאות,
דער עולם האט פשוט א פחד פון די גאולה,
מיינע מלמדים האבן מיר אויס געלערנט אז ווען משיח גייט קומען גייט ער זיך די ערשטע זאך נוקם זיין אין דעם קליין הייפעלע וואס איז אים פארבליבן צו אויסלייזן, -זאגט מיר איינער-
די ערשטע זאך גייט ער ווייזן מיט די פינגער אויף די אלע וואס האבן געטון די מינדעסטע עבירה במשך זייער לעבן אז ער האט אים צוריק געהאלטן פון קומען..
און וועגן דעם האט ער אזוי סאך באנדאזשן,
נו ווער קען דען זאגן אויף זיך אז ער איז אינגאנצן ריין?
איז קודם קומט בזיונות פאר גאנץ כלל ישראל..
פיין יעצט הייבט זיך אן די עונשים פארט מיט וועלכע אבר האסטו געזינדיגט?
די הענט, אקעי סוי יעצט גייט מען בראטן דיינע הענט..
און אזוי אבר ביי אבר,
קאם אן וואס פעלט מיר עס אויס?
און בכלל ווען משיח גייט קומען גייט מען זיצן און לערנען א גאנצן טאג, ס'גייט בכלל נישט זיין אזא מושג ווי אינדזשויען
קיצור א מעשה מה לי ולצרה הזאת?
ענדערש בין איך מתפלל אז מיינע צרות זאלן זיך אויף הערן און איך זאל ווערן באקוועם דא אין גלות ווי איידער צו טראכטן פון די ביטערע מציאות אז משיח גייט קומען,
דיין רבי אין חדר האט נישט געלערנט פון אנדערע געשמאקע זאכן וואס גייט יא זיין ווען משיח גייט קומען?
''ניין''
אה אפשר יא ..
פאר פסח האט ער געזאגט אז אפשר די יאר גייט מען עסן קרבן פסח סוי מ'דארף תשובה טון, און ער האט עס געזאגט אזוי שנעל און שטיל אז ס'האט זיך געהערט ווי מיין ולירושלים עירך,
וואס מיינסטו ער האט אויך געוויסט וואס ווארט אים..
קענסט מיר זאגן פארוואס איך זאל דארפן משיח דא?
איך מאך חתונה א קינד אין צוויי וואכן,
ער העט מיר נאך צושטערן די גאנצע חתונה..
אזעלכע און נאך אסאך ענליכע מחשבות דרייען זיך ביי א גרויס עולם אין קאפ -ליידער-
אודה ולא אבוש איך פלעג אויך אמאל אזוי צו טראכטן,
אבער לאמיר טרייען צו מאכן א שטיקל ארדענונג,
''קלארשטעלונג ס'איז דא אסאך שיטות וויאזוי עס גייט אויסזען נאך די גאולה איך בין נישט ממש באהאווענט אין אלעם, נאר לצורך הענין גיי איך פרובירן אראפ צו גיבן וואס איך האב מקבל געווען ואידך פרישא זיל גמור''
איז קודם לאמיר אייך בארוהיגן, נישט יעדע מאל איר הערט א מאדנע פייף וואס איר קענט נישט כאפן פון ווי ס'קומט דארפט איר ווערן דערשראקן אז אפשר איז משיח דא און אייער יום הדין גייט זיך אנהייבן,
ווארום פאר בן דוד קומט גייט דער רבונו של עולם ברוב רחמיו שיקן דעם מלאך המבשר אליהו הנביא און ער גייט ברענגען א רוח תשובה אויף די וועלט, סוי ווען דו הערסט א מאדנע פייף דזשאסט סיט בעק און רילעקס,
נאך א קלייניגקייט, די רבושע דארף נישט פוטין מיט זיין נוקלעארע וואפנס זאל אים חרוב מאכן די וועלט און אלעס אפווישן אינאיינעם מיט כלל ישראל פאר משיח קומט,
ער האט אונז געשיקט אין גלות מיט א "הבטחה" אז ער גייט אונז ארויס נעמען און צוריק ברענגען צו אונזער פריערדיגע שטאנד, און ער וועט אזוי טון,
אויב קומט נוקלער זעמיר אויס, סוי נישט דאס גייט זיין גוג ומגוג (וואס אגב די רבי ר' אלימלך האט שוין לאאאנג ממתיק געווען..)
יעצט וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?
ווען משיח וועט קומען וועט זיין גוט!
און בלויז גוט,
דער אייבירשטער האלט אונז נישט דא אין גלות פאר צוויי טויזענט יאר אונז צו קענען פייניגן נאכדעם,
אויב וואלט ער דאס געוואלט וואלט ער עס שוין געקענט טון צוויי טויזענט יאר צוריק,
ער האלט אונז דא צו קענען טון גוטס פאר אונז,
און גוטס מיינט גוטס פונעם אין סוף,
הפנים, כלל ישראל, צוריק מיט א קנאפע צוויי טויזענט יאר צוריק איז געשטאנען ברום המעלה,
אונז האמיר געהאט א קעניג, א לאנד, א מיליטער, די וועלט האט געציטערט פון אונז,
איש תחת גפנו ותחת תאנתו,
ועל כולם דער רבושע האט גערוט צווישן אונז..
דער אויבערשטער האט געהאט זיין הויז צווישן אונז, און אונז זיין אויסדערוועלט פאלק האמיר געהאט די זכיה אים צו דינען אויף א גרינגען פארנעם,
רוחניות איז געווען גאר געשמאק,
און גשמיות לכבוד דעם איז געווען לייכט,
ווען א איד האט חלילה געזינדיגט, אנשטאט וואס ער זאל זיך ארום דרייען גילטי ביז זיין נעקסטע עבירה און דעמאלטס שפירן אויסגעברענט און מיואש, האט ער גענומען א קוה און ארויף צום היכל דמלכא, ער האט עס מקריב געווען, און זיך מתודה געווען און תיקף געשפירט אז ער האט באקומען א כפרה,
בקיצור דאס זענען דברים פשוטים וואס יעדעס קינד ווייסט,
ליידער האבן אונזערע עלטערן געזינדיגט און לצורך התיקון האט מען אונז געמוזט פארטרייבן פון ארץ ישראל,
אבער אונז אידן ווייסן און אונז גלייב מיר אז אונז גיימיר נאך צוריק אהינגיין,

די וועלט אפערירט אויף אן אופן פון זעקס און זיבן,
אין זעקס טעג האט דער אייבירשטער באשאפן די וועלט און אינעם זיבעטן טאג איז שבת קודש,
6 יאר קענסטו זייען אין פעלד, ווען אויף'ן זיבעטן איז א שמיטה,
דאן איז דא 6 שמיטות און דערנאך א יובל,
ווי אויך איז דא 6 טויזענט יאר וואס די וועלט שטייט און דאן א טויזענטער תוהו ובוהו,
דערנאך קומט דער יום הדין הגדול והנורא פון וואס אלע ווייסן און דאן וועט זיין תחיית המתים פאר יעדעם איינעם צדיקים ורשעים צוגלייך און דער אייבירשטער אליינס וועט משפט'ן יעדעם אויף זיינע מעשים,
אבער יעצט ווען משיח גייט אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות גייט זיין נאר תחיית המתים פאר צדיקים,
קיין משפט וועט דאן נישט פארקומען,
סך הכל וואס גייט זיין
אליהו הנביא ברענגט א רוח טהרה,
די וועלט טוט תשובה,
אלע אידן אפילו די וואס ווייסן נישט אז זיי זענען אידן שוין צענדליגע דורות טוהען תשובה און קומען ארויף צום הייליג לאנד,
טראנספארטאציע צוגעשטעלט מיט א אדלער אדער א וואלקן,
מען איז משלים אלע קרבנות,
און דער רבושע איז מוחל די עבירות,

דאן גייט די וועלט ווייטער אנגיין כאילו לא היה
נאר מיט'ן איינעם אויסנאם אז די פאלק צו וועם יעדער קוקט ארויף איז כלל ישראל,
כלל ישראל איז די פאלק וואס דארף נישט ארבייטן, אלעס וואקסט דאך אויף א בוים
קיין שום צרות ברוחניות אדער בגשמיות
אונז זעמיר דאך דא מיט'ן אייבירשטן
נישטא קיין אלמנות און יתומים
נישטא קיין ארימקייט
נישטא קיין נושרים
אלטע בחורים און מיידלעך איז א פארגאנגענהייט,
און אלעס איז פיין און גוט...
נו ס'לוינט זיך יא, הא?
זאל מיר זוכה זיין בקרוב אמן!!

קצרתי מאוד איך האף צוריק צו קומען מיט א המשך ווי אמשנעלסטן..
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

;l;p-

טויש דאס קעפל - גזירה משום מחיקה..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow wow wow
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

גאר גאר פיין!

ווי האט יענער מאשקע געזאגט פארן רבי'ן?... זאג אליהו ער זאל נעמען אלע פויערן מיטן פריץ קיין ארץ ישראל אזוי קאן איך בלייבן דא אין דארף במנוחה....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סארי הרב אחר חצות, אבער דיין שיינער תגובה איז געבויעט מער ווייניגער אויף אייערע געפיהלן און נישט לויט קיינע פון די שיטות.

על כל מעשה יביא אלוקים למשפט, און מען וועט בעזר השם שטיין פארן בי”ד של מעלה צו ענטפערן אויף יעדע מחשבה, דיבור און מעשה. און יא, מען וועט דארפן נמתק ווערן כדי צו זוכה זיין צום התגלות אלוקית דערנאך.

עס איז חס וחלילה נישט ווייל דער הייליגער בורא כל עולמים וויל שטראפן, חס מלהזכיר ער איז טוב ומטיב. פארקערט, מיר וועלן נישט קענען הנאה האבן פונעם גוטס אויב מען איז פארשמירט. געדענקסט נאך ווען דיין מאמע האט דיר אפגעריבן דאס פענימ’ל און געקעמלט דיינע פארקניפטע האר אפאר מינוט פאר דיין אינגסטע מומעס חתונה? נאר אזוי האסטו זיך געשפירט באקוועם נאכדעם ביי די סעודה, מחולות און מצוה טענצל...

אבער נאכדעם גייט זיין אזוי מתוק, אזוי הייליג, אזוי נאנט צום שכינה און אזוי ’אינדשויעבל’.

דער עיקר וואס מיר קוקן אזוי ארויס אויף די גאולה איז נישט ווייל ס’דא צרות דאהי, און נישט ווייל מיר ווילן זיין ברום המעלה מיט א לאנד און גרויסע פעלדער. צודעם קען טאקע דער אייבערשטער אלעס פיקסן און פארשיקן דעם פריץ און אונז לאזן דא דאבל פארקט. מיר לעכצן ס’זאל שוין זיין שמו וכסאו שלום, ס’זאל שוין זיין מלא כל הארץ כבודו און מיר לעכצן זיך קענען מסתופפף זיין תחת כסא כבודו אונטערן מאמעס פארטוך מיטן יראו וישמחו ברינה וגילה. מיר קענען נישט אויסהאלטן אז בכל צרתם ’לו’ צר, און אויב אונזערע פראבלעמען גייען געסאלווד ווערן איז נאר א באונעס.

למען לא נבוש ולא נכלם לעולם ועד במהרה בימינו אמן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

האב איך נאכאמאל געליינט דיין מאמר, און איך זעה אז איך האב פארזעהן דיין שפיץ איבער’ן חילוק פון ביאת משיח און יום שכולו שבת.

אונז האט מען געלערנט זיך נישט צו פארטיפן אין דעם נושא און פארהאנדלן די חילוקים, אבער היות ביידע גייען דאך זיכער געשעהן וואס א נפקא מינה ווען פונקליך די משפט וועט פארקומען?

ציטערן און זיך גרייטן איז איצט די צייט.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יאנאש האסט נישט מסביר געווען דעם "למען לא נבוש ולא נכלם", די וועלכע פילנעווען אין רבינס תורות ווייסן גוט דאס ווארט אבער זיי דאס מסביר פאר די וואס ווייסן דאס נישט.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אחר חצות האט געשריבן:

ווען משיח וועט קומען וועט זיין גוט!
און בלויז גוט.
..
Period
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

יאנאש האט געשריבן:
האב איך נאכאמאל געליינט דיין מאמר, און איך זעה אז איך האב פארזעהן דיין שפיץ איבער’ן חילוק פון ביאת משיח און יום שכולו שבת.

אונז האט מען געלערנט זיך נישט צו פארטיפן אין דעם נושא און פארהאנדלן די חילוקים, אבער היות ביידע גייען דאך זיכער געשעהן וואס א נפקא מינה ווען פונקליך די משפט וועט פארקומען?

ציטערן און זיך גרייטן איז איצט די צייט.
פשוט, וואס איך פרוביר צו שרייבן איז, ''האב נישט מורא פון די גאולה'' אודאי און אודאי דארף יעדער איד לעבן מיט תשובה, אבער דער יום הדין גייט עניוועי אנקומען און ס'האט נישט קיין שייכות מיט די גאולה, סוי אויב ס'האט נישט קיין שייכות פארוואס זאל עס נישט א מענטש ווילן?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אחר חצות האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
האב איך נאכאמאל געליינט דיין מאמר, און איך זעה אז איך האב פארזעהן דיין שפיץ איבער’ן חילוק פון ביאת משיח און יום שכולו שבת.

אונז האט מען געלערנט זיך נישט צו פארטיפן אין דעם נושא און פארהאנדלן די חילוקים, אבער היות ביידע גייען דאך זיכער געשעהן וואס א נפקא מינה ווען פונקליך די משפט וועט פארקומען?

ציטערן און זיך גרייטן איז איצט די צייט.
פשוט, וואס איך פרוביר צו שרייבן איז, ''האב נישט מורא פון די גאולה'' אודאי און אודאי דארף יעדער איד לעבן מיט תשובה, אבער דער יום הדין גייט עניוועי אנקומען און ס'האט נישט קיין שייכות מיט די גאולה, סוי אויב ס'האט נישט קיין שייכות פארוואס זאל עס נישט א מענטש ווילן?
מיך האט מען אנדערש געלערנט.

פון דעם יום הדין דארף מען מורא האבן און זיך פרייען בענעזאם. דער אני מאמין וואס מיר חזר'ן טעגליך זאגט אן איבער שכר ועונש צוגלייך.

דאס זעלבע מיט די גאולה, מ'איז מחויב צו האפן, ווארטן, און ארויסקוקן אויף די גאולה שלימה צוליב די כבוד שמים וואס גייט זיין און די נענטערע התקרבות בין ישראל לבין אבינו שבשמים און די זעלבע צייט הערשט א פחד איבער די בושות וואס מ'וועט אנווייזן פאר די וואס האבן מרחק געוועזן די גאולה.

רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט אסאך גערעדט דערפון.

אויב דיינע מלמדים האבן בלויז גערעדט פון איין טייל איז דאס א פראבלעם.

אויב קענסטו נישט דערהייבן די פאראדאקס, דארף מען זיך אראפזעצן געהעריג איבערגיין די א' ב' פון אידישקייט.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אחר חצות האט געשריבן:
.
זייער זייער שיין!! די וועקסט אויף מיינע געגעוים..
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

אחר חצות האט געשריבן:
..
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אינטערעסאנט. איך מיין איך קען זאגן אז איך האב גאנץ גוט אויפגעכאפט דעם חינוך וואס איך האב באקומען (אין א מוסד געגרינדעט דורך א רבי זצ"ל וועלכער פלעגט אסאך רעדן איבער דעם מען זאל זוכה זיין נישט נדחה צו ווערן ווען משיח וועט קומען), און סאם האו איז דאס נישט געווען די סך הכל אימפרעשאן וואס איך האב באקומען פון מיינע מלמדים, אז משיח איז אזא בוגימען. בכלליות האט יעדער פארשטאנען אז משיח'ס קומען איז דאס בעסטע וואס קען זיין, אחכה לו בכל יום שיבוא. אוודאי וועט מען דארפן זיין וואויל און ערליך און תשובה טון אבער נישט אויף דעם אופן וואס דו לייגסט דא אראפ.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

מי חכם האט געשריבן:
אינטערעסאנט. איך מיין איך קען זאגן אז איך האב גאנץ גוט אויפגעכאפט דעם חינוך וואס איך האב באקומען (אין א מוסד געגרינדעט דורך א רבי זצ"ל וועלכער פלעגט אסאך רעדן איבער דעם מען זאל זוכה זיין נישט נדחה צו ווערן ווען משיח וועט קומען), און סאם האו איז דאס נישט געווען די סך הכל אימפרעשאן וואס איך האב באקומען פון מיינע מלמדים, אז משיח איז אזא בוגימען. בכלליות האט יעדער פארשטאנען אז משיח'ס קומען איז דאס בעסטע וואס קען זיין, אחכה לו בכל יום שיבוא. אוודאי וועט מען דארפן זיין וואויל און ערליך און תשובה טון אבער נישט אויף דעם אופן וואס דו לייגסט דא אראפ.
איז דאך גוט,
כ'ווייס אז נישט יעדער איינער האט די מחשבות,
כ'האב עס אבער יא געהערט פון א גרויס חלק פון 'מיינע' ארומיגע, האב איך געשפירט אז ס'קען זיין א תועלת אראפ צו שרייבן..
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אחר חצות האט געשריבן:
איז דאך גוט,
כ'ווייס אז נישט יעדער איינער האט די מחשבות,
כ'האב עס אבער יא געהערט פון א גרויס חלק פון 'מיינע' ארומיגע, האב איך געשפירט אז ס'קען זיין א תועלת אראפ צו שרייבן..
;l;p- ;l;p- איר זענט מיליאן פראצענט גערעכט. איך האב געהאט א מלמד וואס האט אזוי גערעדט, בכללל האבן געוויסע מלמדים א תאווה צו מאכן יעדע זאך וואס מער דראמאטיש און שרעקעדיג, מ'דארף אבער ארויסנעמען ביאת המשיח פון דעם שפיל. מ'דארף אריינגעבן א שטערקערע תשוקה דערין. מ'מעג רעדן פון דעם יום הדין, אבער נישט מער פון וויפיל מ'רעדט פון די עפלעך וואס גייען וואקסן אויפן בוים...

דיין ארטיקל איז גאלד.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

זייער שטארקע פוינט ארויף געברענגט. ר' עזריאל טויבער פלעגט זייער אסאך רעדן דערפון.

סאיז אמאל געווען א שמועס פון @טוב ה לכל אויפן וועלטל איבער דע טאפיק. איך וועל עס טרייען צוטרעפן און אהער לינקן
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די קעפל האט מיר אביסל פארדרייט די קאפ (מורא רבך....?), סאו איך קען נישט שרייבן צ"ק.....

לענינינו קען מען יא שרייבן. דער אמת איז אז עס וועט זיין א יום הדין, און ווי דער פסוק זאגט, הנה אנכי שלח לכם את אליה הנביא לפני בוא יום ה' הגדול והנורא, אבער עס וועט זיין נאר גוט פאר אידישע קינדער, אונז ווייס מיר נישט וואס און ווי אזוי, אבער עס איז נישט מעגליך אנדערש, און ווי דער פסוק זאגט גלייך ווייטער דערויף, והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם... איר ווייסט וואס דאס מיינט? אלע טאטעס און קינדער גייען זיך פאראייניגן? מען דארף נאר כאפן א בליק אין אקדמות און זעהן וואספארא תענוגים עס ווארט אונז. נישט אומזיסט האבן אלע צדיקים אזוי געווארט און געלעכצט דערויף (הגם זיי האבן בעיקר געמיינט די גלות השכינה, אבער זייי האבן געוואוסט אז אידן וועלן ארויסגיין פון אלע צרות).

בכלל האלט איך אז די אלע צרות שונות ומשונות וואס מיר גייען אדורך דא אין גלות, הן פיזישע און הן עמאשענעל\מענטאל, לייטערט אונז אויס אז מיר זאלן זיין גרייט פאר די גאולה שלימה. עס איז נישט במציאות אז מיר ליידן סיי דא און וועלן ליידן נאכאמאל לעתיד. אדרבה, דוד המלך זאגט אונז אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה. מיר הייפעלע אידן וואס דראפען זיך אין די שווערע זמנים ווען החושך תכסה ארץ צו האלטן ביי די אמונה און זאגן נאך שמע ישראל, און דער רבש"ע האט גארנישט עפעס אנדערש אויף דער וועלט ווי די פאר אידעלעך וואס זענען דורש את אלקים, מיר וועלן זיין די גליקליכע!

יא, די רשעים ארורים, די פייניגער און שונאים פון כלל ישראל, די מוסרים, זיי וועלן פיין אפגעבן דין וחשבון אויף זייערע שמוציגע מעשים, אויף זיי זאגט דער פסוק ויצאו וראו בפגרי האנשים הפושעים בי, כי תולעתם לא תמות ואשם לא תכבה, והיו דראון לכל בשר. און אודאי דארפן מיר מצדינו פרובירן צו זיין גרייט ווי ווייט מעגליך, אבער דער רבש"ע זעהט גוט דעם מצב הדור און ער ווייסט אז מיר ווילן זיין ערליך און אים דינען, ער ווייסט אונזערע נסיונות, אמת כי אתה הוא יוצרם ואתה יודע יצרם, ער ווייסט אז מיר פרובירן, ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. סך הכל דארפן מיר וויסן איין זאך: עס וועט זיין גוט פאר אידישע קינדער. גאר גוט! און שוין.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:

גין גאלד!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שטארק געשריבן @אחר!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הערליכע אשכול!

@אחר, יאנאש, און דניאל ;l;p-
---
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

דאס ווערט געברענגט אין ספר ליקוטים יקרים פונעם מחבר הרה"ג ר' ארי' לייב שוחט מראדיווקא ז"ל וואס איז געדרוקט געווארן אין שנת תרפ"ד [דער ספר ענטהאלט דברי תורה אין סיפורים פון די תלמידי הבע"ש]. וז"ל:
שמעתי שפעם אחת שאלו החסידים להרב הר' דוד מטאלנע זלה"ה זי"ע, למה לנו לבקש על משיח הלא בבואו נצטרך להסתר במסתרים ובמחבאות שלא יראה אותנו. ואמר להם בזה הלשון: תאמינו לי שברגע הזאת שיבוא משיחנו תהי' כל כך הזדככות המוחין בעולם שאפי' פחות שבפחותין יהי' ביכלתו להתקרב א"ע לפני מלך המשיח, ובקש מהם שיפרסמו את הדבר הזה לפני בני ישראל משמו.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קלאר אז מען טאר נישט מורא האבן פון משיחס קומען, ס'איז פון די דרייצן עיקרים נישט נאר צו גלויבן עס וועט פאר קומען נאר מחכה זיין בכל יום שיבוא. אלא צדיקים אין אלע דורות האבן אויף דעם מתפלל און פערארבעט מעשים און ווי חכמינו ז"ל זאגן וועט דאס זיין פון די שאלות וואס מ'וועט פרעגן, צפית לישועה.

אויב עימיצער האט נישט אנטוויקלט די הרגש דערצו דארף זיך אריינטאן אין די ספה"ק אדער גיין צו א חכם אים דאס אויסלערנען, מ'איז מחויב צו אנטוויקלען, האבן און איבערגעגעבן דעם געפיל פאר די דורות הבאים, משיח זאל אוודאי פריער קומען.

דאס נעמט נישט אוועק פון וואס די מלמדים האבן געזאגט, די פראבלעם איז אפשר אז די מלמדים נאכן קריג האבן בד"כ גערעדט מער פון גהינם ווי פון גן עדן, מ'האט מער גערעדט פון גבורות ה' ווי פון אהבת און חסד ה'. דא קומט אריין די הערליכע שיעורים פון ר' עזריאל טויבער ז"ל וואס דערלאכטן די אויגן פון אזויפיל אידישע שטובער און ממש איבערגעדרייט זיי מאפילה לאור גדול, די זכות זאל אים ביישטיין.

די מציאות איז אז מ'גייט באקריגן שכר פאר מצוות און עונשין פאר עבירות, ווער ס'לייקנט דערין שפילט זיך מיט די דרייצן עיקרים.

ווען צו רעדן מער פון שכר און ווען מער פון עונשין ווענד זיך לויטן מצב הדור, ווער סרעדט צו וועם און ווי, בעיקר געהער דאס צו מנהיגים און אמתע ערלעכע אידן דאס מחליט צו זיין.

ווי געזאגט, האט רביה"ק מסאטמאר כמה פעמים גערעדט פון די בושה וואס וועט זיין בביאת הגואל און די זעלבע צייט גלויב איך נישט ס'איז נאך איינער נאכן קריג וואס האט פארגאסן אזויפיל טרערן אויף די גאולה און אויף די וועלכע זענען איר מעכב.

די גמאר אין סוכה צו אין ביעא רעדט וואס זיין ווען מ'וועט שעכטן דעם יצר הרע ווי די בעלי עבירות וועלן זיך שעמען אז אזוי נישטיגע יצר הרע האט מען נישט געקענט בייקומען און פארקערט מיט די יראי ה'.

ווי איינער האט דא פריער נאכגעברענגט די רייכע חרוזין פון דעם בעל אקדמות. דארט ווערט אויך דערמאנט אז יעדער צדיק וועט האבן האבן זיין חופה לויט זיין גרויסקייט (עבידן מטללתיה), יא מ'וועט זיך שעמען איינער פון צווייטן.

די צווי איז נישט קיין סתירה, די פחד וואס די מלמדים האבן אריינגעלייגט אינעם דור נאכן קריג איז א שווערע פארוויקלטע נושא וואס פארדינט א באזונדערע באהאנדלונג.
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

געוועהן אמאל א מענטש, ער איז אהיימגעקומען זייער אויסגעמוטשעט, און געבעטן זיין געטרייע ווייב זאל אים אנגרייטן א געשמאקע ווארעמע קרעפטיגע זופ, זיין ווייב האט גראד זיך גענומען צושטעלן א פיינעם זיפ, אריין געלייגט דאס גאנצע הארץ צו מחיה זיין איר באליבטע מאן.

נאך א מינוט, זאגט דער מאן, ער מוז ארויסלויפן פון שטוב עפעס ערלעדיגן, און בעט זיין ווייב זאל אים אנגרייטן דעם געשמאקען זופ אויפן געדעקטען טיש, זי זאל ווארטען אויף אים, ער קומט צוריק אין געציילטע מינוטען, און ער לויפט ארויס.

זיין ווייב דעקט און גרייט צו דאס טיש, נעמט א שיינעם טעלער, און לייגט אריין די פיינע הייסע זופ, און גרייט דאס אן אויף איר מאן'ס פלאץ אויפן שענסטען אופן.

אפאר מינוט גייט דורך, ואיננו, איר מאן קומט נישט צוריק, אבער זי שטייט געדילדיג און ווארט אויף איר מאן, די זופ הייבט זיך אן אויסצוקילן.

אזוי ווארט זי ביז ס'ווערט נאכט, אבער זי געט נישט אויף, אויב איר מאן האט געזאגט אז ער גייט צוריק קומען, וועט זיכער אזוי זיין, אזוי גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, פון א יאר ווערט 50 יאר, פון הינדערט יאר ווערט טויזענט יאר, און פון טויזענט ווערט 2 טויזענט, אבער דאס ווייבעלע געט נישט אויף, דער זופ איז שוין טאקע פארשימעלט, קאלט, און ממש נישט ראוי לאכילה אפילו לכלב, אבער זי ווארט מיט געטריישאפט, זי געט נישט אויף, זי וויל זיין גרייט פאר די מינוט ווען די טיר וועט זיך אויפמאכן און איר מאן וועט זיך באווייזן.

נאך 2 טויזענט יאר האט עס פאסירט, די טיר מאכט זיך אויף און איר מאן ערשיינט, ער זעט זיין פרוי ווארטן לעבען דעם געדעקטען טיש, דער פארשימעלטער זופ שטייט און ווארט נאך אויפן זעלבן ארט ווי 2 טויזענט יאר צוריק.

וואס איז די רעאקציע פון דער מענטש?

קען זיין אין 2 וועגן:

1) ער ווערט זייער ברוגז זעהנדיג דעם פארשימעלטער און נאכגעלאזטע זופ, ער פרעגט זיין פרוי מיט כעס, אזוינס האסטו מיר צוגעגרייט? אזוי ווארטסטו מיר אפ? שעמסט דיך נישט??

2) ער נעמט זיך וויינען מיט התרגשות, דו ווארטס נאך אויף מיר?? ביסט נאך דא? ביסט קיינמאל נישט אוועקגעגאנגען? אזא געטריישאפט? האסט נאך געגלייבט אין מיר נאך 2 טויזענט יאר??? ער קען נישט צו זיך קומען פון גרויס ליבשאפט.

דער נמשל איז זייער פשוט, אבער די שאלה איז וועלכע פון די 2 רעאקציעס איז אמת?

לויט וויאזוי טייל זענען מסביר דא אויבן, קען ביידע באנאזאם זיין ריכטיג.

פאר מיר פערזענליך, אנקוקען און זיך מצייר זיין די זאך פון די 2טע ריכטונג, עס ארייננעמען אין זיך, מרגיש זיין און עס פילן מיטן גאנצען הארץ אויף א רוטינע פארנעם, מאכט מיר נענטער צום אייבירשטען, עס מאכט שטארקער מיין אהבת השם, מיין אמונה און ווארטען אויף די גאולה וואס וועט זיין בקרוב ממש אמן.

דיסקלעימער: איך האב געהערט די משל פון הרב וויי וויי, פארשטייט זיך ער לייגט עס אסאך בעסער אראפ אזוי ווי נאר ער קען.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מורא'דיג!

-----
הייליגער אשכול. שכוח אחר!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

איך ווייס נישט ווער ס'איז געוועזען דיין מלמד, קיינער פון מיינע מלמדים האט אונז נישט אפגעשראקען פון משיח, איך בין דורעך אלע קלאסען ביז די חתונה
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”