האב נישט מורא פון די גאולה (קעפל געטוישט)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

האב נישט מורא פון די גאולה. (לאז אפ די אינסטינקט צו באשולדיגן די גרינגסטע טארגעד, נעמליך די מלמדים)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

גאר אינטערעסאנט, אלעס זענען די מלמדים שולדיג. הפלא ופלא.
אתמהה.
העצעה. טויש קעפל צו האב נישט מורא פון די גאולה.
(לאז אפ די אינסטינקט צו באשולדיגן די גרינגסטע טארגעד, נעמליך די מלמדים)
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: האב נישט מורא פון די גאולה. (לאז אפ די אינסטינקט צו באשולדיגן די גרינגסטע טארגעד, נעמליך די מלמדים)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

איבערלעבער האט געשריבן:
גאר אינטערעסאנט, אלעס זענען די מלמדים שולדיג. הפלא ופלא.
אתמהה.
העצעה. טויש קעפל צו האב נישט מורא פון די גאולה.
(לאז אפ די אינסטינקט צו באשולדיגן די גרינגסטע טארגעד, נעמליך די מלמדים)
פארראכטן
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
שומר ישראל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 3:30 am

Re: האב נישט מורא פון די גאולה. (לאז אפ די אינסטינקט צו באשולדיגן די גרינגסטע טארגעד, נעמליך די מלמדים)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומר ישראל »

איבערלעבער האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
גאר אינטערעסאנט, אלעס זענען די מלמדים שולדיג. הפלא ופלא.
אתמהה.
העצעה. טויש קעפל צו האב נישט מורא פון די גאולה.
(לאז אפ די אינסטינקט צו באשולדיגן די גרינגסטע טארגעד, נעמליך די מלמדים)
פארראכטן
לייג צו, שערי אורה שערי אריכת אפים שערי ברכה שערי בינה שערי גדולה - וכו'.
אוועטאר
טאקע א חכם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 9:09 am

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע א חכם »

ענטשולדיגט!!!... די גאנצע נושא איז זייער א האקעלע נושא סאיז דא לאטס אויף מחלוקת ראשונים איבער וואס עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען און ביי יום הדין הגדול והנורא און דער פני יהושיע שרייבט שוין און. מסכת ראש השנה דף טז: אז סאיז נישט געמאכט מאריך צו זיין און דעם... נאר וויפל מנעמט ארויס א תועלת תשובה צו טוהן עיי''ש
אוודאי דארף מען זיך מחזק זיין אבער מדארף יא מורא האבן פון וואס די מלמדים האבן געזאגט און אגב דעמאלטס וועט מקוים ווערן די פסוק ושבתם וראיתם בין עבד אלוקים לאשר לא עבדו סא אוודאי וועט זיין גוט פאר יעדן יוד אבער פארגעס נישט אז כל אחד נכווה מחופתו של חבירו!
סא מיר גלייבן אין ''אלע'' מאמרי חז''ל!
טאקע א חכם האט געשריבן:
נישט יעדער חכם איז טאקע א חכם...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
געוועהן אמאל א מענטש, ער איז אהיימגעקומען זייער אויסגעמוטשעט, און געבעטן זיין געטרייע ווייב זאל אים אנגרייטן א געשמאקע ווארעמע קרעפטיגע זופ, זיין ווייב האט גראד זיך גענומען צושטעלן א פיינעם זיפ, אריין געלייגט דאס גאנצע הארץ צו מחיה זיין איר באליבטע מאן.

נאך א מינוט, זאגט דער מאן, ער מוז ארויסלויפן פון שטוב עפעס ערלעדיגן, און בעט זיין ווייב זאל אים אנגרייטן דעם געשמאקען זופ אויפן געדעקטען טיש, זי זאל ווארטען אויף אים, ער קומט צוריק אין געציילטע מינוטען, און ער לויפט ארויס.

זיין ווייב דעקט און גרייט צו דאס טיש, נעמט א שיינעם טעלער, און לייגט אריין די פיינע הייסע זופ, און גרייט דאס אן אויף איר מאן'ס פלאץ אויפן שענסטען אופן.

אפאר מינוט גייט דורך, ואיננו, איר מאן קומט נישט צוריק, אבער זי שטייט געדילדיג און ווארט אויף איר מאן, די זופ הייבט זיך אן אויסצוקילן.

אזוי ווארט זי ביז ס'ווערט נאכט, אבער זי געט נישט אויף, אויב איר מאן האט געזאגט אז ער גייט צוריק קומען, וועט זיכער אזוי זיין, אזוי גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, פון א יאר ווערט 50 יאר, פון הינדערט יאר ווערט טויזענט יאר, און פון טויזענט ווערט 2 טויזענט, אבער דאס ווייבעלע געט נישט אויף, דער זופ איז שוין טאקע פארשימעלט, קאלט, און ממש נישט ראוי לאכילה אפילו לכלב, אבער זי ווארט מיט געטריישאפט, זי געט נישט אויף, זי וויל זיין גרייט פאר די מינוט ווען די טיר וועט זיך אויפמאכן און איר מאן וועט זיך באווייזן.

נאך 2 טויזענט יאר האט עס פאסירט, די טיר מאכט זיך אויף און איר מאן ערשיינט, ער זעט זיין פרוי ווארטן לעבען דעם געדעקטען טיש, דער פארשימעלטער זופ שטייט און ווארט נאך אויפן זעלבן ארט ווי 2 טויזענט יאר צוריק.

וואס איז די רעאקציע פון דער מענטש?

קען זיין אין 2 וועגן:

1) ער ווערט זייער ברוגז זעהנדיג דעם פארשימעלטער און נאכגעלאזטע זופ, ער פרעגט זיין פרוי מיט כעס, אזוינס האסטו מיר צוגעגרייט? אזוי ווארטסטו מיר אפ? שעמסט דיך נישט??

2) ער נעמט זיך וויינען מיט התרגשות, דו ווארטס נאך אויף מיר?? ביסט נאך דא? ביסט קיינמאל נישט אוועקגעגאנגען? אזא געטריישאפט? האסט נאך געגלייבט אין מיר נאך 2 טויזענט יאר??? ער קען נישט צו זיך קומען פון גרויס ליבשאפט.

דער נמשל איז זייער פשוט, אבער די שאלה איז וועלכע פון די 2 רעאקציעס איז אמת?

לויט וויאזוי טייל זענען מסביר דא אויבן, קען ביידע באנאזאם זיין ריכטיג.

פאר מיר פערזענליך, אנקוקען און זיך מצייר זיין די זאך פון די 2טע ריכטונג, עס ארייננעמען אין זיך, מרגיש זיין און עס פילן מיטן גאנצען הארץ אויף א רוטינע פארנעם, מאכט מיר נענטער צום אייבירשטען, עס מאכט שטארקער מיין אהבת השם, מיין אמונה און ווארטען אויף די גאולה וואס וועט זיין בקרוב ממש אמן.

דיסקלעימער: איך האב געהערט די משל פון הרב וויי וויי, פארשטייט זיך ער לייגט עס אסאך בעסער אראפ אזוי ווי נאר ער קען.
ביים נמשל דארף מען אבער טוישן אביסל
נאך א מינוט, זאגט דער מאן, ער מוז ארויסלויפן פון שטוב עפעס ערלעדיגן, און בעט זיין ווייב זאל אים אנגרייטן דעם געשמאקען זופ אויפן געדעקטען טיש, זי זאל ווארטען אויף אים, ער קומט צוריק אין געציילטע מינוטען, און ער לויפט ארויס איך ווייס נישט ווי לאנג סגייט נעמען, אבער איין זאך מאך זיכער, ווען איך קום צוריק זאל די זופ זיין ווארעם.

עס קען זיך אויסלאזן אין דריי וועגן
1 דאס ווייבעלע ווארט אויף אים, און ווארט און ווארט, און כאטש סגייט אריבער אזוי פיל יארן געבט זי נישט אויף נאר שטעלט צו פרישע זיפ און שטייט אויפן וואך זיכער צו מאכן אז סאיז פריש און ווארעם די גאנצע צייט, סקען דאך זיין יעדע מינוט אז יעצט קומט ער צוריק.
2 זי ווארט און ווארט אין אנהייב מאכט זי נאך זיכער די זופ זאל זיין פריש, אבער מיט די צייט געבט זי אויף און לאזט די זופ שימלען.
3 מיט די צייט געבט זי אויף פון ווארטן, טראכטנדיג אז ער האט שוין פארגעסן פון מיר.

ביי די צווייטע וועט ער אוודאי וויינען מיט התרגשות, דו ווארטס נאך אויף מיר?? ביסט נאך דא? ביסט קיינמאל נישט אוועקגעגאנגען? אזא געטריישאפט? האסט נאך געגלייבט אין מיר נאך 2 טויזענט יאר??? ער קען נישט צו זיך קומען פון גרויס ליבשאפט. אבער דערנאך וועט ער איר אפיר האלטן פארוואס איז די זופ קאלט און פארשימלט? וואס האב איך פון דעם אז דו ווארטסט אויף מיר מיט קאלטע פארשימלטע זופ?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טאקע א חכם האט געשריבן:
ענטשולדיגט!!!... די גאנצע נושא איז זייער א האקעלע נושא סאיז דא לאטס אויף מחלוקת ראשונים איבער וואס עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען און ביי יום הדין הגדול והנורא און דער פני יהושיע שרייבט שוין און. מסכת ראש השנה דף טז: אז סאיז נישט געמאכט מאריך צו זיין און דעם... נאר וויפל מנעמט ארויס א תועלת תשובה צו טוהן עיי''ש
אוודאי דארף מען זיך מחזק זיין אבער מדארף יא מורא האבן פון וואס די מלמדים האבן געזאגט און אגב דעמאלטס וועט מקוים ווערן די פסוק ושבתם וראיתם בין עבד אלוקים לאשר לא עבדו סא אוודאי וועט זיין גוט פאר יעדן יוד אבער פארגעס נישט אז כל אחד נכווה מחופתו של חבירו!
סא מיר גלייבן אין ''אלע'' מאמרי חז''ל!
נו זיכער אזוי, די שאלה איז בלויז וויאזוי מ'קען האפן אויף א זאך וואס איז בלויז שרעקעדיג, פ"וו זאל עימיצער עפעס וועלן אויב איז עס נגדו.

פארדעם האב איך ארויסגעברענגט אז ס'ביידע אמת. דער ביאת המשיח איז א זמן ווי אידן וועלן נתקרב ווערן צו הקב"ה ווי קיינמאל בעפאר און בכלל וועט דעמאלטס מקוים ווערן דעם וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכו'.
אוועטאר
טאקע א חכם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 9:09 am

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע א חכם »

פראקטיש האט געשריבן:

אויב אזוי איז די קעפל נישט ריכטיג ווייל מען דארף אויך ,יא, מורא האבן...
טאקע א חכם האט געשריבן:
נישט יעדער חכם איז טאקע א חכם...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צום פותח האשכול

רמבם
אמרו חכמים אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד יראה מפשוטן של דברי הנביאים שבתחילת ימות המשיח תהיה מלחמת גוג ומגוג ושקודם מלחמת גוג ומגוג יעמוד נביא לישר ישראל ולהכין לבם שנאמר הנה אנכי שולח לכם את אליה וגו' ואינו בא לא לטמא הטהור ולא לטהר הטמא ולא לפסול אנשים שהם בחזקת כשרות ולא להכשיר מי שהוחזקו פסולין אלא לשום שלום בעולם שנאמר והשיב לב אבות על בנים ויש מן החכמים שאומרים שקודם ביאת המשיח יבא אליהו וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות ולא יאריך במדרשות האמורים בענינים אלו וכיוצא בהן ולא ישימם עיקר שאין מביאין לא לידי יראה ולא לידי אהבה וכן לא יחשב הקצין אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר כמו שבארנו.

לא נתאוו החכמים והנביאים ימות המשיח לא כדי שישלטו על כל העולם ולא כדי שירדו בעכו"ם ולא כדי שינשאו אותם העמים ולא כדי לאכול ולשתות ולשמוח אלא כדי שיהיו פנויין בתורה וחכמתה ולא יהיה להם נוגש ומבטל כדי שיזכו לחיי העולם הבא כמו שביארנו בהלכות תשובה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טאקע א חכם האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
טאקע א חכם האט געשריבן:
ענטשולדיגט!!!... די גאנצע נושא איז זייער א האקעלע נושא סאיז דא לאטס אויף מחלוקת ראשונים איבער וואס עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען און ביי יום הדין הגדול והנורא און דער פני יהושיע שרייבט שוין און. מסכת ראש השנה דף טז: אז סאיז נישט געמאכט מאריך צו זיין און דעם... נאר וויפל מנעמט ארויס א תועלת תשובה צו טוהן עיי''ש
אוודאי דארף מען זיך מחזק זיין אבער מדארף יא מורא האבן פון וואס די מלמדים האבן געזאגט און אגב דעמאלטס וועט מקוים ווערן די פסוק ושבתם וראיתם בין עבד אלוקים לאשר לא עבדו סא אוודאי וועט זיין גוט פאר יעדן יוד אבער פארגעס נישט אז כל אחד נכווה מחופתו של חבירו!
סא מיר גלייבן אין ''אלע'' מאמרי חז''ל!
נו זיכער אזוי, די שאלה איז בלויז וויאזוי מ'קען האפן אויף א זאך וואס איז בלויז שרעקעדיג, פ"וו זאל עימיצער עפעס וועלן אויב איז עס נגדו.

פארדעם האב איך ארויסגעברענגט אז ס'ביידע אמת. דער ביאת המשיח איז א זמן ווי אידן וועלן נתקרב ווערן צו הקב"ה ווי קיינמאל בעפאר און בכלל וועט דעמאלטס מקוים ווערן דעם וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכו'.
אויב אזוי איז די קעפל נישט ריכטיג ווייל מען דארף אויך ,יא, מורא האבן...
ריכטיג, עיין לעיל אין מיינע תגובות
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

פראקטיש האט געשריבן:
קלאר אז מען טאר נישט מורא האבן פון משיחס קומען, ס'איז פון די דרייצן עיקרים נישט נאר צו גלויבן עס וועט פאר קומען נאר מחכה זיין בכל יום שיבוא. אלא צדיקים אין אלע דורות האבן אויף דעם מתפלל און פערארבעט מעשים און ווי חכמינו ז"ל זאגן וועט דאס זיין פון די שאלות וואס מ'וועט פרעגן, צפית לישועה.

אויב עימיצער האט נישט אנטוויקלט די הרגש דערצו דארף זיך אריינטאן אין די ספה"ק אדער גיין צו א חכם אים דאס אויסלערנען, מ'איז מחויב צו אנטוויקלען, האבן און איבערגעגעבן דעם געפיל פאר די דורות הבאים, משיח זאל אוודאי פריער קומען.

דאס נעמט נישט אוועק פון וואס די מלמדים האבן געזאגט, די פראבלעם איז אפשר אז די מלמדים נאכן קריג האבן בד"כ גערעדט מער פון גהינם ווי פון גן עדן, מ'האט מער גערעדט פון גבורות ה' ווי פון אהבת און חסד ה'. דא קומט אריין די הערליכע שיעורים פון ר' עזריאל טויבער ז"ל וואס דערלאכטן די אויגן פון אזויפיל אידישע שטובער און ממש איבערגעדרייט זיי מאפילה לאור גדול, די זכות זאל אים ביישטיין.

די מציאות איז אז מ'גייט באקריגן שכר פאר מצוות און עונשין פאר עבירות, ווער ס'לייקנט דערין שפילט זיך מיט די דרייצן עיקרים.

ווען צו רעדן מער פון שכר און ווען מער פון עונשין ווענד זיך לויטן מצב הדור, ווער סרעדט צו וועם און ווי, בעיקר געהער דאס צו מנהיגים און אמתע ערלעכע אידן דאס מחליט צו זיין.

ווי געזאגט, האט רביה"ק מסאטמאר כמה פעמים גערעדט פון די בושה וואס וועט זיין בביאת הגואל און די זעלבע צייט גלויב איך נישט ס'איז נאך איינער נאכן קריג וואס האט פארגאסן אזויפיל טרערן אויף די גאולה און אויף די וועלכע זענען איר מעכב.

די גמאר אין סוכה צו אין ביעא רעדט וואס זיין ווען מ'וועט שעכטן דעם יצר הרע ווי די בעלי עבירות וועלן זיך שעמען אז אזוי נישטיגע יצר הרע האט מען נישט געקענט בייקומען און פארקערט מיט די יראי ה'.

ווי איינער האט דא פריער נאכגעברענגט די רייכע חרוזין פון דעם בעל אקדמות. דארט ווערט אויך דערמאנט אז יעדער צדיק וועט האבן האבן זיין חופה לויט זיין גרויסקייט (עבידן מטללתיה), יא מ'וועט זיך שעמען איינער פון צווייטן.

די צווי איז נישט קיין סתירה, די פחד וואס די מלמדים האבן אריינגעלייגט אינעם דור נאכן קריג איז א שווערע פארוויקלטע נושא וואס פארדינט א באזונדערע באהאנדלונג.
Wow מוראדיג.
די משל ברענגט אזוי קלאר ארויס די מצב.

ישר כח @אחר, צוויי מאל!
1) פאר דיין הערליכע ארבעט וואס האט ערוועקט מיין בענקשאפט גאר שטארק.
2) פארן עפענען אזא אשכול.
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

צוויי נקודות:
א. ס'איז קלאר אז מיר האבן נישט קיין שום השגה און די מושג פון "אויסלייטערן" אונזערע נשמות. ממילא איז אונז שווער צו הערן די 'שרעקעדיגע' ווארט 'תשובה' אן פארשטיין וואס דאס מיינט פאר אונזער גוף/נשמה. והבן כי קצרתי.

ב. נאך אלע תגובות דא אהין און צוריק, איז זיכער אז מען דארף זייער אסאך פרעדיגן איבער די גוטע צייט וואס וועט זיין - פאר אלע אידישע קינדער וואס פירן זיך אויף ערליך - דעמאלט ווען משיח וועט קומען...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

כל אחד נכוה מחופתו של חבירו איז אויך עפעס וואס מיר קענען נישט מסביר זיין.

איך האב נישט קיין ספק, למשל, אז אזא איד ווי ר' טודרוס זילבער, וועט האבן א שענערע חופה ווי מיר... צו וועל איך זיך אפבריען דערפון?? כ'ווייס נישט... אבער כ'האלט ער דעזערווט עס 1000%, איז פארוואס זאל עס מיר וויי טון? ער ארבעט און רייסט שטיקער פון זיך אויף א אויסטערלישן פארנעם, בשעת איך גלייך א גוט שטיקל סטעיק און קען צומאל נכשל ווערן אין א ראי' אסורה, סוכ"ס איך דריי מיך אויף די גאסן און ער נישט.

עס קען זיין פשט אז צווישן די פשוט'ע אידן וועט זיין סורפרייזעס, אראפגעקוקטע אידן וועמען יעדער איז מזלזל אין זיי, וועלן האבן חשוב'ע פלעצער און שענערע חופות ווי ארויפגעקוקטע אידן וואס באקומען פול פעידזש מזל טוב'ס אין אלע צייטונגען ביי זייער שמחה... די גמרא זאגט דאך שוין עליונים למטה וכו', עס וועט ווערן אויסגעקלארט אסאך מיספארשטענדענישן און געוויסע וועלן זיך אפבריען...

בפשטות קען זיין אז מען וועט חרטה האבן אז מען האט נישט מער געפילעוועט אין עבודת ה' און עבודת המדות בשעת דער חבר, אין ענליכע מצבים ווי מיר האט יא געארבעט אויף זיך, און די חרטה וועט זיין די בריעדיגע הרגש. ווי דער פסוק זאגט אין יחזקאל "ונקוטותם בפניכם על עוונותיכם".

אבער שווער צו גלייבן אז עס וועט הערשן א גייסט פון קנאה, דאס וועט דאך אוועקנעמען פון דעם שלימות השמחה, כידוע איז אויף די וועלט נישטא קיין שלימות, אבער עס וועט יא זיין שלימות בביאת הגואל.

למעשה וועט יעדער באקומען געוואלדיגע גוטע שכר, פאר יעדע אמן, פאר יעדע גוט ווארט פאר א חבר, פאר יעדע הנחת תפילין, פאר יעדע מאל זיך איינהאלטן נישט נכשל צו ווערן מיט סיי וועלכע איסור. אפילו דער שוואכסטער איד וועט האבן מכל טוב. געדענקט די הבטחה "כי לא ידח ממנו נדח".
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:

זייער שיין.
אגב, איז באקאנט א סיפור ביי איינער פון די וועלט בארימטע גרויסע חתונות - מעגליך די חאטינער חתונה - ווי ס'איז געווען אן אנלויף פון מער אידן ווי ביים כינוס כלל ישראל און די געדענג איז געווען עד פיקוח נפש, האט איינער געפרעגט פון די צדיקים דארטן, וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, ווען מיליאנען אידן וועלן זיך שטופן.
האט הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא געזאגט, אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין 'ומלאה הארץ דעה', וועט יעדער זיין א 'חכם המכיר את מקומו', וועט קיינער זיך נישט שטופן.

איך באציה מיך צו דעם וואס דו שרייבסט אז הגם חז"ל שרייבן אז כל אחד נכוה, פארט וועט מען 'פארשטיין' אז יענער דעזערווט מער.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

הייליגער אשכול דאס..

ליידער איז עס טאקע אזוי. די מערהייט פון אונז איז אויפגעוואקסן מיט א שווארצן נעפל ארום דעם גאנצן נושא פון ביאת משיח. פון אלס קליין קינד ציטערט מען אין די הויזן אז ווען משיח גייט קומען גייט ער זיך די ערשטע זאך אויפשטעלן אויף א סטעידזש, אנוועזנד וועלן זיין אלע גרויסע צדיקים, די עלטערן און זיידעס, און אלע קינדער פון קלאס... און משיח וועט דאן מגלה זיין דעם סוד אז דו ביסט געווען דער וואס האט געגאנבעט א ליקעריש פון שלומי'ס ריסעס!!
די קינדער פאניקן צומאל ווען מען רעדט פון משיח... יא יא יא... מען וויל ער זאל קומען... אבער......

אין ישיבה געדענק איך איז אמאל געווען אזא פנימי אנקעטע ווען א חבר מיינער האט געפרעגט פון א גאנצע ליסטע בחורים צווישן פיר אויגן "ביסט אקעי אויב משיח קומט אן דעי רגע?" רוב פון זיי האבן געהאפט און געוואלט און געגלייבט, אבער זענען דערציטערט געווארן בלויז טראכטענדיג דערפון...

שטעלט זיך די שאלה, איז עס טאקע אזוי אז מיר, די קליינע הייפעלע ערליכע אידן, די וועלכע מוטשען זיך מיט די היינטיגע נסיונות, די וועלכע ארבעטן מיט אגרעסיווע כוחות נישט צו פארשלעפט ווערן אין די פרעמדע גאס, אינעם הסתרה שבתוך הסתרה, בלויז ווייל מיר גלייבן אז איין טאג וועט עס זיין, ומלאה הארץ דעה את ה', מיר זאלן זיין די וואס וועלן אזוי פארשעמט ווערן???
דער פרייער איד וואס איז א וועלט בארימטער בעל עבירה, און דער איד וואס זיין באבע פופצן דורות ארויף האט ארויסגעטשעקט פון אידישקייט, זיי וועלן זיין די העלדן, זיי וועט מען ברענגען שי למורא אלס א מתנה פארן גואל צדק, מיט זיי וועט מען טאנצן און גיסן טרערן פון התעוררות והשיב לב בנים על אבותם, און אונז וועמיר כאפן א שטויס? דאן, ווען עס וועט זיין התגלות כבוד שמים, און די אלע נדחים בארץ אשור אין די נידריגסטע ערטער אין די וועלט וועלן קומען צולויפן כאפן א בענקל ביים גרויסן סעודה'ניו, דאן וועט מען נעמען די וועלכע זענען יא געווען ערליכע אידן - און צומאל - און אפילו אסאך מאל ליידער - דורכגעפאלן מיט קליינע און גרויסע עבירות, און זיי וועט מען אויפשטעלן אויפן סטעידזש און אריינשמייסן?

ווי ביטער הערט זיך דאס...

דער שמוציג קינד וועלכע איז ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט אז ער האט פארלאזט אידישקייט שעמט זיך נישט דערמיט... בס"ה ווער וועט האבן בושות? אונז... די אידן וועלכע האבן זיך נאך אנגעגעבן אז ערליכע אידן, און ליידער צומאל נכשל געווארן מיט עבירות...

אונזערע מלמדים האבן צומאל גענוצט דעם נעבעכדיגן משיח וועלכע איז נאך ליידער פארנומען באנדאדזשירן זיינע וואונדן, אלס א שטעקן... צדיק... מיינסט ס'הפקר וועלט?... בשעת דו טשידסט דא ביי די חומש רש"'י בחינה, מאכסטו א בובו פאר משיח, און מיינסט אז ער ווייסט נישט, הע? ווען ער גייט ווערן אויסגעהיילט, וועט ער קומען צופארן אויף א ריזן ווייסן אייזעלע... יא יא. איין טאג גייט עס זיין... און דאן וועסטו זעהן... הוי גייט גיין קלעפ... מייניש אז ער איז אזא נעבעכדיגע משיח'ל... ער איז פיינע נייעס... די רגע ער שטעלט זיך אויף פון יענע שטיין וואו ער זיצט, וועט ער דיר ווייזן וואסערע מאסלס ער האט...

איי, דער רבי זי"ע האט אויך גערעדט פון די גרויסע בזיונות? מוז מען איינזעצן אז ער האט נישט געמיינט דעם עפנטליכן סעלעקציע פון וואס אונזערע רבי'ס האבן גערעדט... אדער האטער גערעדט פון די בושה וואס יעדער וועט שפירן פאר זיך זעלבסט, און ווי מיר וועלן זיך שעמען פון אונזערע שוואכע מינוטן. אדער העט מען מוזן נידערן דעם טאן אביסל... יא יא, עס וועט זיין א יום הדין הגדול "והנורא". אבער, נישט דאס איז "די גאולה" אויף וואס מיר ווארטן! ווען מיר זאלן וויסן אויף וואס מיר ווארטן, ווען מיר זאלן ווען הערן דעם ריכטיגן באדייט וואס הייסט די גאולה השלימה, וואלטן מיר געהאפט און געווארט אויף דעם יום הדיון, רעגארדלעס! דאס איז דאך בלויז א טייל פונעם פראצעדור אנצוקומען דארט!

צום ענין; מען וועט אונז משפטן, און נאך ווי משפט'ן. פאר יעדע מחשבה דיבור ומעשה, אבער פון די אנדערע זייט וועלן מיר זיין די העלדן! די צדיקים הראשונים וועלן אונז צאמקושן! אין אזא דור שפל, מיט אזעכע נסיונות, און יא, מיט אזעכע מיאוסע דורכפעלער, האסטעך פארט געהאלטן!! ביסט געבליבן ווארטן!

מען וועט זעהן אונזערע דורכפעלער, אבער מען וועט אויך זעהן די נסיונות וואס מיר האבן געהאט!

---

און ווייסט וואס כ'על דיר זאגן? עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

פופציגער האט געשריבן:
.
איי זאגט איר גוט
צוקער איז אן אנדערסטעיטמענט
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
א סקאפ טונא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 8:24 pm
לאקאציע: ב.פ. באס

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סקאפ טונא »

@אחר חצות, געגאסן, ממש צום פינטל
When people show you who they are, Believe them
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

אחר חצות האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
.
איי זאגט איר גוט
צוקער איז אן אנדערסטעיטמענט
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

די פינטל איז גוט, אבל המטרה לא מתקדשת האמצעים ווי פילע האבן שוין דא ארויסגעברענגט, ודי בזה.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
טאקע א חכם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 9:09 am

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע א חכם »

חברה! יא יא רבי יוחנן (און נאך אסאך אמוראים דארט) האט שוין געציטערט ער האט דאך געזאגט ייתי ולא איחמיניה סנהדרין דף צח זאל ער קומען און איך וויל דאס נישט זעהן... ועיין בכל ספרי המפרשים
אבער פון דעסטוועגן האט ער געזאגט ייתי!!! און גלייבט מיר אונז האבן שוין מיילא געזעהן וואס ער האט נישט געוואלט זעהן זאל ער שוין קומען...
וכנ''ל אז סאיז נישט קיין שום סתירה
טאקע א חכם האט געשריבן:
נישט יעדער חכם איז טאקע א חכם...
אוועטאר
טאקע א חכם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 9:09 am

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאקע א חכם »

אבער סאיז לכו''ע א גוטע זאך די אשכול סאיז מעורר בענקעניש אבער זיך נישט איינרעדן קיין שטותים (ביידע צדדים....)
טאקע א חכם האט געשריבן:
נישט יעדער חכם איז טאקע א חכם...
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

טאקע א חכם האט געשריבן:
חברה! יא יא רבי יוחנן (און נאך אסאך אמוראים דארט) האט שוין געציטערט ער האט דאך געזאגט ייתי ולא איחמיניה סנהדרין דף צח זאל ער קומען און איך וויל דאס נישט זעהן... ועיין בכל ספרי המפרשים
אבער פון דעסטוועגן האט ער געזאגט ייתי!!! און גלייבט מיר אונז האבן שוין מיילא געזעהן וואס ער האט נישט געוואלט זעהן זאל ער שוין קומען...
וכנ''ל אז סאיז נישט קיין שום סתירה
ער האט מורא געהאט פון זען די דורות פאר די גאולה,
פשוט פשט
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יאנאש האט געשריבן:
סארי הרב אחר חצות, אבער דיין שיינער תגובה איז געבויעט מער ווייניגער אויף אייערע געפיהלן און נישט לויט קיינע פון די שיטות.

על כל מעשה יביא אלוקים למשפט, און מען וועט בעזר השם שטיין פארן בי”ד של מעלה צו ענטפערן אויף יעדע מחשבה, דיבור און מעשה. און יא, מען וועט דארפן נמתק ווערן כדי צו זוכה זיין צום התגלות אלוקית דערנאך.

עס איז חס וחלילה נישט ווייל דער הייליגער בורא כל עולמים וויל שטראפן, חס מלהזכיר ער איז טוב ומטיב. פארקערט, מיר וועלן נישט קענען הנאה האבן פונעם גוטס אויב מען איז פארשמירט. געדענקסט נאך ווען דיין מאמע האט דיר אפגעריבן דאס פענימ’ל און געקעמלט דיינע פארקניפטע האר אפאר מינוט פאר דיין אינגסטע מומעס חתונה? נאר אזוי האסטו זיך געשפירט באקוועם נאכדעם ביי די סעודה, מחולות און מצוה טענצל...

אבער נאכדעם גייט זיין אזוי מתוק, אזוי הייליג, אזוי נאנט צום שכינה און אזוי ’אינדשויעבל’.

דער עיקר וואס מיר קוקן אזוי ארויס אויף די גאולה איז נישט ווייל ס’דא צרות דאהי, און נישט ווייל מיר ווילן זיין ברום המעלה מיט א לאנד און גרויסע פעלדער. צודעם קען טאקע דער אייבערשטער אלעס פיקסן און פארשיקן דעם פריץ און אונז לאזן דא דאבל פארקט. מיר לעכצן ס’זאל שוין זיין שמו וכסאו שלום, ס’זאל שוין זיין מלא כל הארץ כבודו און מיר לעכצן זיך קענען מסתופפף זיין תחת כסא כבודו אונטערן מאמעס פארטוך מיטן יראו וישמחו ברינה וגילה. מיר קענען נישט אויסהאלטן אז בכל צרתם ’לו’ צר, און אויב אונזערע פראבלעמען גייען געסאלווד ווערן איז נאר א באונעס.

למען לא נבוש ולא נכלם לעולם ועד במהרה בימינו אמן.
ספעלינג מיסטעיק
ברנה*
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פאטאקי08 האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
סארי הרב אחר חצות, אבער דיין שיינער תגובה איז געבויעט מער ווייניגער אויף אייערע געפיהלן און נישט לויט קיינע פון די שיטות.

על כל מעשה יביא אלוקים למשפט, און מען וועט בעזר השם שטיין פארן בי”ד של מעלה צו ענטפערן אויף יעדע מחשבה, דיבור און מעשה. און יא, מען וועט דארפן נמתק ווערן כדי צו זוכה זיין צום התגלות אלוקית דערנאך.

עס איז חס וחלילה נישט ווייל דער הייליגער בורא כל עולמים וויל שטראפן, חס מלהזכיר ער איז טוב ומטיב. פארקערט, מיר וועלן נישט קענען הנאה האבן פונעם גוטס אויב מען איז פארשמירט. געדענקסט נאך ווען דיין מאמע האט דיר אפגעריבן דאס פענימ’ל און געקעמלט דיינע פארקניפטע האר אפאר מינוט פאר דיין אינגסטע מומעס חתונה? נאר אזוי האסטו זיך געשפירט באקוועם נאכדעם ביי די סעודה, מחולות און מצוה טענצל...

אבער נאכדעם גייט זיין אזוי מתוק, אזוי הייליג, אזוי נאנט צום שכינה און אזוי ’אינדשויעבל’.

דער עיקר וואס מיר קוקן אזוי ארויס אויף די גאולה איז נישט ווייל ס’דא צרות דאהי, און נישט ווייל מיר ווילן זיין ברום המעלה מיט א לאנד און גרויסע פעלדער. צודעם קען טאקע דער אייבערשטער אלעס פיקסן און פארשיקן דעם פריץ און אונז לאזן דא דאבל פארקט. מיר לעכצן ס’זאל שוין זיין שמו וכסאו שלום, ס’זאל שוין זיין מלא כל הארץ כבודו און מיר לעכצן זיך קענען מסתופפף זיין תחת כסא כבודו אונטערן מאמעס פארטוך מיטן יראו וישמחו ברינה וגילה. מיר קענען נישט אויסהאלטן אז בכל צרתם ’לו’ צר, און אויב אונזערע פראבלעמען גייען געסאלווד ווערן איז נאר א באונעס.

למען לא נבוש ולא נכלם לעולם ועד במהרה בימינו אמן.
ספעלינג מיסטעיק
ברנה*
נאטירט :wink:

(להבהרת הענין, פאטאקי האט מיך געטראפן אין שול און געזאגט אז ער’ט אקארשט געליינט די תגובה און הנאה געהאט. איך האב דאך אודאי נישט געדענקט פון וואס ער רעדט, האט ער געטראפן א מהלך מיך צו דערמאנען...)
יודל'ס חבר
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 12:22 pm

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל'ס חבר »

א וויטאגליכע נושא

לעניית דעתי ברויך מען נישט אריינגיין פון ווי די צומישעניש קומט נאר ברענגען מראה מקומות פאר ווער עס וויל זיך אוסקלארן

די גמרא אי מסכת ראש השנה דף לב׳ ע״ב ברענגט די באקאנטע פסוק אין יחזקא׳ ״חי אני נאום ה׳ אלקים אם לא וכו׳ ובחמה שפוכה אמלוך עליכם״
און די גמרא זאגט אז אע״ג דאמר רב נחמן כל כי האי ריתחא לירתח הקב״ה עלן וליפרקינן זאל מען דאס נישט דערמאנען ראש השנה כדי נישט מעורר צו זיין קיין חרון אף ביים יום הדין

די פסיקתא רבתי אויף די שב דנחמתא נחמה ו׳ קומי אורי ברענגט ער ווי אזוי די רבוש״ע האט זיך אויסגענומען מיט משיח מקבל צו זיין די יסורים פון די פושעי ישראל און משיח האט געזאגט איך בין מקבל אלעס מיט שמחה ״על מנת שלא יאבד אחד מישראל״ און אין נחמה ז׳ ברענגט ער אז די אבות הקדושים וועלן פרעגן משיח אפשר ביסטו נישט צופרידן פון די אידן אז וועגן זיי האסטו אזוי פיל געליטן? וועט ער ענטפערן איך האב אלעס געטוען פאר ענקער כבוד און פאר אייערע קינדערס וועגן כדי זיי זאלן קענען הנאה האבן פון די טובה וואס השי״ת איז משפיע פאר זיי.

די הייליגע רמח״ל אין ספר המאמרים מאמר העקרים ווי ער רעכנט אויס די עונשים פון גיהנם זאגט ער וואס טוט זיך נאכן מקבל זיין די עונשים? איז ער מסביר אז ווער עס איז ראוי צו באקומען שכר וועט מקבל זיין די שכר און ווער נישט וועט פארלוירן גיין. זאגט ער ״ודבר זה (דאס הייסט פארלוירן גיין) לא יקרה לישראל אלא מעט מן המעט״

דאס איז פארן אריינגיין אין די ספרים וואס זענען ממתיק ממש אלע אידן כגון עיין בספרי ר׳ צדוק רסיסי לילה דאכט זיך אות מ״ז

מען זאל נישט מאכן קיין טעות ח״ו אז דאס איז א סתירה מיט שכר ועונש. דאס האבן שוין אנדערע דא דערמאנט
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: האב נישט מורא פון דיינע מלמדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
כל אחד נכוה מחופתו של חבירו איז אויך עפעס וואס מיר קענען נישט מסביר זיין.

איך האב נישט קיין ספק, למשל, אז אזא איד ווי ר' טודרוס זילבער, וועט האבן א שענערע חופה ווי מיר... צו וועל איך זיך אפבריען דערפון?? כ'ווייס נישט... אבער כ'האלט ער דעזערווט עס 1000%, איז פארוואס זאל עס מיר וויי טון? ער ארבעט און רייסט שטיקער פון זיך אויף א אויסטערלישן פארנעם, בשעת איך גלייך א גוט שטיקל סטעיק און קען צומאל נכשל ווערן אין א ראי' אסורה, סוכ"ס איך דריי מיך אויף די גאסן און ער נישט.

עס קען זיין פשט אז צווישן די פשוט'ע אידן וועט זיין סורפרייזעס, אראפגעקוקטע אידן וועמען יעדער איז מזלזל אין זיי, וועלן האבן חשוב'ע פלעצער און שענערע חופות ווי ארויפגעקוקטע אידן וואס באקומען פול פעידזש מזל טוב'ס אין אלע צייטונגען ביי זייער שמחה... די גמרא זאגט דאך שוין עליונים למטה וכו', עס וועט ווערן אויסגעקלארט אסאך מיספארשטענדענישן און געוויסע וועלן זיך אפבריען...

בפשטות קען זיין אז מען וועט חרטה האבן אז מען האט נישט מער געפילעוועט אין עבודת ה' און עבודת המדות בשעת דער חבר, אין ענליכע מצבים ווי מיר האט יא געארבעט אויף זיך, און די חרטה וועט זיין די בריעדיגע הרגש. ווי דער פסוק זאגט אין יחזקאל "ונקוטותם בפניכם על עוונותיכם".

אבער שווער צו גלייבן אז עס וועט הערשן א גייסט פון קנאה, דאס וועט דאך אוועקנעמען פון דעם שלימות השמחה, כידוע איז אויף די וועלט נישטא קיין שלימות, אבער עס וועט יא זיין שלימות בביאת הגואל "כי לא ידח ממנו נדח".
אין מסילת ישרים איז ער מסביר באריכות אז די אלע וואס מאכן חשבונות אז זיי גייען נישט מקנא זיין בחופתו של חבירו לעבן אין א טעות. געדענקעך נישט כל אריכות דבריו, בתו"ד זאגט ער אז די אלע וואס די אויגן זענען זיי אויסגעגאנגען בעוה"ז ווען דער חבר האט געהאט עפעס מער און שענער פון אים, זאלן זיך נישט אריינרעדן אז ווען עס קומט צו טובה נצחית גייט זיין אנדערש...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”