צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

לאמיר אנהייבן די פרישע בלאט מיט חיזוק!
@תרמ"ב גיי אן מיט א שטארקייט!
די עולם האט גרויס הנאה!
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

גוטע פיינע פרישע נייעס דאס!

קיפ דעם פלואינג
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

תרמ"ב, מ'ווארט מיר ארויס אויף די ווייטערדיגע קאפיטלען…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

7 בלאט אין מען האלט נאך ביי די ערשטע טאג...........
מיר קענען קוים ווארטן אויף די שבת באריכט.....
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ויחנו בקערעסטיר!

פאר א שטיק צייט האט מען געמאכט א פויזע פון אלע אקטיוויטעטן און דער עולם האט זיך געזעצט לערנען די שיעורים, איך האב געלערנט אביסל מיט אפרים שטיינמאן מסכת כתובות וואס ער האלט אינמיטן לערנען מיטן דף היונה סדר מיטן ציהל צו ענדיגן שס איין טאג, און פראווענען א גרויסע שסנאכט, כתובות האב איך געקענט מגירסה דינקותא, אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג ווייל ביי דע טיים מ'האט געלערנט האט שוין די מידעקייט און די ברוינפען אנגעהויבן צו ווירקן און די קאנצעטראציע האט זיך נישט געקענט געהעריג האלטן מער אויף די קליינע שורהלעך.

ווי מער צייט ס'איז אריבער אלס פרייליכער איז געווארן די גאנצע מצב, מיט די צייט איז די טענדער טראנספארמירט געווארן פון א באס וואס פירט אינגעלייט אין אייראפע צו א פארטי באס וואס פירט ארום בחורים פורים נאכמיטאג ווען ס'ווערט שוין טונקל דער עולם איז געווען גאר הויעך, אפרים ישראל צוזאמען מיטן גאנצן עולם האט אראפגעלייגט א ימים נוראיםדיגע המלך ס'האט אפגעדונערט, די מלאכים זענען ממש צומישט געווארן, הא הא המלך! דער עולם האט גאר שטארק געקלאטשט כנהוג באומאן, מ'האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב זעענדיג אז מ'קומט שוין בקרוב אן קיין קערעסטיר, ס'איז געווען אז מעריב ווי מוצאי פורים, ווען מ'שטייט שוין נישט גראד, אפרים ישראל דער דעברעצינער חזן איז געווען בעל תפילה אויפן נוסח פון די הייליגע טעג און דער עולם האט נישט געוויסט וויאזוי אפצושטעלן די געלעכטערס וואס האט אפגעדונערט אזש די גאנצע טענדער האט זיך געוואקלט...

ארום קוואדער צו צוועלף האט זיך דער טענדער אריינגערוקט אין א גוטע שעה אריין אינעם שטעטל קערעסטיר, מ'האט געלאנדעט ביים טויער פון ר' משה יוסל'ס גאסט הויז, ר' משה יוסל האט יעדן מקבל פנים געווען מיט א ברייטע שמייכל און א ווארימע שלום עליכם און אריינגעשיקט דעם אויסגעהונגערטע עולם טועם זיין פון די ברייטע סעודה וואס ער האט אהערגעשטעלט כיד רבי ישעילע הטוב עליו, אבער קודם בין איך זיך געגאנגען מסדר זיין ביים אכסניה, וואס איז געווען סטאנציאנירט אראפ דעם בערגל אריבער די גאס, מ'האט אונז צוגעשטעלט א דירה מיט אסאך בעטן, איך בין אריין אינעם גרויסן צימער ווי עס איז געווען קווארטירט פינעף חברה, שלאפן איינזאם מיט א שותף קען איך אינדערהיים, דא וועט מען שלאפן דארמיטארי סטייל! אזוי ווי די געסט וואס פלעגן קומען צו רבי ישעילע בשעתו, איך האב ענדליך ארויסגענומען מיין שיך פון מיין זאטשקע און אויסגעטון די קראקס, ס'האט זיך געפילט אזא געשמאקייט ווי מוצאי תשעה באב נאכן אויספאסטן ביי קידוש לבנה.
ר' משה יוסל ביים מקבל פנים זיין די געסט און ביים קאנפערירן מיט די עסקנים
ר' משה יוסל ביים מקבל פנים זיין די געסט און ביים קאנפערירן מיט די עסקנים
imgonline-com-ua-resize-sHeHjZ2pCc0.jpg (138.55 KiB) געזען 2700 מאל

איך האב זיך א לאז געטון צום עסזאל ווי עס איז געווען אנגעגרייט א ברייטע אויסוואל פון שווערע עסן, אנגעהויבן פון בילקעס מיט געבראטענע חצילים וואס איך פלעג שטארק גלייכן ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל, די שטארק פעטיגע מיט די קנאבל.., ווי אויך איז געווען טאמעיטא דיפ און חומאס, דאס איז געווען נאר צום עפענען דעם אפעטיט, דאן איז געווען א שווערע טשולנט מיט ריזיגע מארך ביינער, ס'איז געווען זייער אסאך זשעלי אינסייד סאך מער ווי איך בין געוואינט דא אין אמעריקא פון די סאטמארע יאטקע, אבער איך האב נישט געוואלט אויפברענגען קיין שאלות האב איך עס אויפגעגעסן מיט א גוסטא, עס איז געווען יאפטשיק און קארטאפל קוגל לאקשן קוגל און קישקע, און געשמאקע קאמפאוט אראפציווישן און פארשטייט זיך אלע מינע טרינקען ווי מ'פירט זיך אין ישראל, קאוק, פאנטא, ספרייט און נאך מיט אייז, היות מ'האט געהאלטן נאכן נישט עסן קיין ווארימע מאכלים פאר שעות לאנג, (חוץ אויב מ'רעכנט די שאקלאד פודינג אויפן פליגער וואס איז געווען ווארים..) האט מען זיך געזעצט רוקן וויפיל עס איז נאר מעגליך געווען... ווי מיין חבר זאגט אזא פאל אז מ'האט שוין געהאלטן ביים אויפעסן די טיש... איך וואלט געזאגט א ווארט קריטיק, אז ס'איז געווען גאר פיינע עסן פאר א ליל שישי און בשפע גדול אבער ס'איז נישט געווען קיין עכטע נאכטמאל, אבער איך האב געהערט אז מ'האט דווקא דאס געבעטן, סאו ווייס איך נישט.

דער עולם האט געחשבונט אז נאך אזויפיל שעות וואס מ'איז געפארן קומט זיך אביסל מנוחה, אבער משה גוטמאן האט געהאט אנדערע פלענער, פארן אנקומען קיין קערעסטיר האט מען שוין געהערט באריכטן אז די חברה וואס זענען געקומען מיט די קאר זענען שוין זאט פאר א לאנגע צייט אז זיי ווערן שוין כמעט נאכאמאל הונגעריג, און מ'האט געהערט אז משה וויל אז מ'זאל מאכן אן עלייה לציון נאך דעם נאכט, דער עולם האט אזוי צוגעשאקלט, הי קאלד פארגעט אבאוט איט... איך דארף א בעט... הי שולד גאו פליי א קייט... אבער ווער סהאט די דעה האט די מאה, איז געבליבן אז מ'גייט ארויף צום ציון הקדוש איינס אזייגער דערווייל האט זיך דער עולם מסדר געווען אביסל, דני וואס זיין בעט איז געווען לעבן מיינס האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אויפן בעט, און פון דארט האט ער זיך אויסגעשפרייט און געטאנצן אויף אלע בעטן פון איינס צום צווייטן, ס'האט אויסגעקוקט ווי מלאך גבריאל קומט צו איינעם אין חלום... ס'האט אים נאר געפעלט דעם לאנגן ווייסן בארד, איך האב געהערט אז פון יענע וועלט לאזט מען נישט ארויס קיינעם צו קיין חלומות נאר מיט א לאנגע שניי ווייסע בארד..
מלאך דניאל האט זיך באוויזן בהקיץ...
מלאך דניאל האט זיך באוויזן בהקיץ...
Screenshot 2022-10-12 102848 (1).png (282.47 KiB) געזען 2700 מאל
משה האט געוואלט מאכן קאלירפול די זאך האט ער ערלעדיגט אז דער מגיד מישרים ר' שלמה באכנער זאל אויפטרעטן אויף א לייוו הוקאפ ביים ציון מיט ווארימע דיבורים, היות ער קען די מלאכה פון אנווארימען אידן, ער ווייסט ווען צו רעדן שטיל און ווען צו רעדן הויעך, ווען שטייט און ווען א טראפ שנעלער, דאס האט מען ערלעדיגט אפילו עס איז געווען אין סאמען ברען פונעם צעהן מיליאן דאלערדיגע קאמפיין היות משה מיט זיין פירמע האבן מנדב געווען פאר ר' שלמה'ס ארגעניזאציע א פאנטאסטישע סומע, האט ער מסכים געווען צו אויפטרעטן, למעשה איז נישט געווען קיין וויי פיי אין אוהל, האט ער עס געשיקט אלס א ווידיאו, וואס מ'האט למעשה נישט אויפגעשפילט, זיין דרשה האקט זיך סיי ווי אפ אין מיטן, איך האב געקלערט היות ער דאוונט שחרית אין די זעלבע שוהל ווי איך, וועל איך אים אנפרעגן וויאזוי די מעשה ענדיגט זיך, אבער ער דאוונט פרי און דאס איז א פראבלעם פאר מיר, האב איך אים נאך נישט געטראפן דערווייל.
ר' שלמה באכנער אויף די ווידיאו
ר' שלמה באכנער אויף די ווידיאו
Screenshot_20221012-103250_Video Playerנ (1)..jpg (34.65 KiB) געזען 2700 מאל
צווייע צייט האט זיך דער עולם צוביסלעך מסדר געווען אנצוקומען צום ציון, מ'האט געמאכט עטליכע שיפטס מיט יודי לויפערס קאר, קודם איז געווען א קלער זיך ארויפצוזעצן אויף די הוד אויפן דאך און אזוי ארויפארן מיט יעדן, אבער ס'האט אויסגעקוקט צו סכנותדיג, האט משה יוסל געבארגט זיין קאר און יעדער איז אנגעקומען צום ציון.

צו לייענען ווייטער
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 7:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח. מעסיוו. דעי טאנץ מלאך דניאל פיקטשער איז ווערד אלע געלטער!
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

יעדעס ווארט איז ווערט א לייק....
לעצט פארראכטן דורך ארשיווער ראש הקהל אום מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 11:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

יויש איז דעס גוט...
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ממוצע האט געשריבן:
ש'כח. מעסיוו. דעי טאנץ מלאך דניאל פיקטשער איז ווערד אלע געלטער!
עכטע דארמעטערי ..
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

נתנאל רוזנברג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:10 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל רוזנברג »

די פינעף שעה אויפן טענדער איז געווען אלע ימים טובים פון שיעור ג' פורים אויפן מאביל, אזא בחינה עכט בינעך טויט שיכור... ביז נאך כ''א כסלו...
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

פייערדיגע התעוררת ביים ציון הקדוש פון רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע ועכי"א

אראפלייגן די הרגשים וואס איז געווען ביים ציון איז נישט מעגליך, דאס האט מען געדארפט מיטהאלטן צו מיטשפירן, און נישט סתם מיטהאלטן, מ'האט געדארפט זיין אויף פאר דעם 48 שעה צו שפירן די פול עקספיריענס וואס מ'האט דארט געשפירט, מ'האט געזינגען אסאך ווארימע ניגונים די ניגונים האט אזוי אנגעהייצט די געמיטער, דער עולם האט זיך געשפירט א טפח העכער דער ערד, נתנאל די גבאי פון די ניגונים האט יעדע עטליכע מינוט אנגעהויבן מיט נאך א פאסיגע ניגון, ס'איז געווען טונקל פון דרויסן לעכטיג פון אינעווייניג, פול מיט לעכט אנגעצינדן, יעדער איז געשטאנען אין אן אנדערע ווינקל מיט א ערנסקייט אויסגעשפרייט אויפן פנים, דער האט געזאגט א קאפיטל תהילים דער האט מיטגעזינגען דער האט געמאכט תנועות מיט די הענט, און א דריטער האט געשריבן קוויטלעך.

מ'האט שטיל געמאכט און רב גאלדבלום האט איינגעלייטעט די מצב, מיט עטליכע גאר קורצע ווערטער און איבערגעגעבן דאס ווארט פאר משה גוטמאן די שר הנסיעה, וואס ער האט געזאגט די משא הנסיעה, ער האט זיך געשטעלט ביי די שטענדער וואס ליגט אויפן קעסטל ארום דעם ציון פון רבי ישעילע און זיין זון רבי אברהמעלע, און האט אויפגעטרעטן מיט גאר שיינע ווערטער, ער האט פארציילט ווי ער איז דא געווען א יאר צוריק מתפלל געווען פאר א ישועה און ווי ער האט צוגעזאגט פאר רבי ישעילע אז ער גייט צוריק קומען זיך באדאנקען פאר די ישועה נאכן געהאלפן ווערן, דאן איז ער אריין בפרטי פרטים וואס ער איז אלס אריבער, און דאן האט ער פארציילט ווי די ישועה איז געקומען אזוי אומגערישט, ער האט אויסגעפירט אז ער פארציילט ווייל ער וויל מ'זאל וויסן אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווי די ישועה וועט ארויסשפראצן, מ'טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין און מ'דארף אנגיין מיט א שטארקייט.
רב גאלדבלום טרעט אויף
רב גאלדבלום טרעט אויף
Screenshot 2022-10-18 204640 (1).png (242.04 KiB) געזען 1542 מאל
דער עולם איז גאר שטארק גערירט געווארן פון די שיינע ווארימע דברי חיזוק און מ'האט זיך גענומען זינגען ויהי זרעי וזרע זרעי וכו' דער גאר שיינער ניגון פון יענקי דאסקאל, מ'האט עס געזינגען מיט א שטארקייט, איך גלייך גראדע דעם ניגון, ס'האט מיר שטארק באנומען, טי רי ריי ריריי ריריי ריראם! ואזכה לראות, לראות בנים, בנים ובני ובנים, עוד הפעם העכער! ואזכה לראות וכו' אוי! עוסקים בתורה, בתורה ובמצוות באמת, באמת, באמת! טי רי ריי ריריי ריריי ריראם! די נידריגע פאל ותחזיק את לבבם וכו' האט נישט נתנאל אזוי ליב, אזוי האט ער מיר געזאגט, ס'פארט אזוי בארג אראפ, עניוועי ס'איז געווען א געוואלדיגע התעוררות אן קיין דרויסענדיגע זאכן, ס'איז געווען ביי יעדן אין הארצן, ס'האט נישט אויסגעמאכט קיין חיצוניות, מ'איז געשטאנען מיט דאטשיקלעך, מיט רעקלעך און אן רעקלעך, ס'האט נישט אויסגעמאכט, אביסל האט דני מיטגעשפילט מיטן גיטאר.

יודי לויפער האט נישט אויפגעהערט צו פארפירן און איינרייסן וועגן א חבר זיינער וואס איז קראנק מ'זאל אינזין האבן, ער האט פארגעזאגט למנצח יענך ה' ביום צרה פסוק ביי פסוק און געבעטן יעדער זאל אינזין האבן, שפעטער ביים שווימען עטליכע וואכן דערנאך האב איך געהערט ווי יודי טרונקט ביר לעילו נשמת זיין חבר האב איך פארשטאנען אז יענער האט עס נישט געמאכט למעשה, שוין, נישט אייביג געלונגט עס, איינער האט אויסגערופן אז מ'זאל אינזין האבן א חבר וואס איז נישט מיטגעקומען וואס ער האט א פתח פאר א ישועה אז ער זאל געהאלפן ווערן, ס'איז מיר געווען א שטארקע זאך צו הערן, דער עולם האט נישט געוויסט יענעמס מאמעס נאמען האט איינער אויפגעברענגט אז אויב מ'קען די מענטש קען מען אינזין האבן אן די מאמעס נאמען און ער האט געהאט בעקינג פון עפעס א ספר.

ס'האט זיך געמאכט א גוטע מינוט וואס נתנאל איז אריינגעפאלן אין אזא גיסטע אז ער האט געוואלט אנכאפן די צדיקים וואס זענען געווען דארט און זיי נישט אפלאזן ביז ווי לאנג זיי זענען מבטיח ישועות און רפואות פאר יעדן איינעם, ער האט זיך גענומען מאכן אומבאנומענע קולות צו די צדיקים, צו אונזער מזל איז עס דא אויף ווידיאו, קען מען עס איבערקוקן אסאך מאל ביז ווי לאנג די אויגן זעטיגן זיך אן, איינער דארט האט זיך דארט אנגערופן אז מ'אל וואטשן אז ער זאל נישט מאכן קיין חיטוטי שכבי, נתנאל איז געשטאנען ביים ברעטל און געהאקט דערויף מיט אלע כוחות, און געשריגן מיט אומבאנומענע קולות, בשעת א גיטאר פון אונטן לייקט צו אביסל נויז אז ס'האט זיך געהערט מער ספוקי.

"הייליגע רבי ישעי'לע! וויפיל אידן ליידן זיך מיט נעבעך! זיי וויסן נישט וואס די נעקסטע וועט ברענגען! הייליגע רבי ישעיהלע וועק דיך אויף! וועק דיך אויף! קום ארויס פון קבר! גיי מיט מיט זיי! מ'שניידט פון זיי שטיקער! זיי ווייסן נישט וואס די נעקסטע טאג וועט זיי ברענגען! א מעסער שניידט אריין אין זייער הארץ! רבי ישעי'לע! רבי ישעילע! קוק שוין צו! זע אז יעדער זאל האבן זיין ישועה! א היליכיגער אמן האט אפגעדונערט פון אלע אנוועזנדע, מ'האט שיעור נישט ארויסגעהערט ווי די מתים שאקלען מיט נאך אזעלכע קולות וואס דער נתנאל האט אנגעמאכט....
נתנאל רייסט איין וועלטן!!!
נתנאל רייסט איין וועלטן!!!
imgonline-com-ua-resize-NBF10pF5YQeyfyY (1).jpg (56.75 KiB) געזען 1542 מאל
אזוי האט זיך גערוקט די צייט, פון תהילים זאגן, ווארימע ווערטער און שיינע ניגונים, מיט די צייט האט זיך די ריטם געטוישט און פון די שטייטע ווארימע ניגונים איז געווארן לעבעדיגע, ס'איז צוביסלעך לעבעדיג געווארן, דער עולם האט באקומען צוביסלעך אזא הרגשה אז מ'האט געפוילט אלעס גוטס און מ'האט זיך אריינגעלאזט אין פייערדיג טענץ מ'האט געטאנצן מיט משה און מ'האט געזינגען חסדי השם און האטס געפוילט אלעס גוטס, און נאך אסאך ניגונים פאר א לאנגע צייט ביז די כוחות האט זיך צוביסלעך אויסגעלאזט און מ'איז ארויס פון דארט מיט זעק און פעק פון רפואות און ישועות לנו ולכל ישראל אמן.
די שמחה איז גאר גרויס, מ'האט געפויעלט אלעס גוטס...
די שמחה איז גאר גרויס, מ'האט געפויעלט אלעס גוטס...
Screenshot 2022-10-21 161011 (1).png (308.29 KiB) געזען 1542 מאל
שפעט שפעט ביינאכט איז מען צוריקגעפארן צו די שלאף צימערן, נאכן זיך וואשן די הענט ביי די בודקע אינדרויסן פונעם בית החיים האט מען זיך אריינגעשטופט אין די קארס און אראפגעפארן דעם בארג, דני האט דעסיידעד אראפצושפאצירן דעם וועג אליינס אויסנוצנדיג די געלעגנהייט צו מאכן התבודדות צווישן די וויינגערטנער.

מ'האט זיך מסדר געווען אין די שטובער, איך האב געהאט מיט מיר אין צימער אפרים שטיינמאן, חננאל אריה לאם, משה פריעדמאן און דני יונג, איך האב מיך איינגערעדט אז מ'גייט נאר טאטשן דעם קישען גייט מען שוין לאנג זיין צווישן די הויכע ספערן, נאכן נישט שלאפן פאר צוויי טעג אין א ציה, אבערוואס, די חברה האבן זיך נישט געקענט פארמאכן דאס מויל, פון רעדן און פון לאכן, ווען עס קומט צו די צייטן דארף מען שוין נישט האבן קיין סיבה צו לאכן, סתם צו זעהן די חברה מיט די גרויסע נאכט העמעדער האט שוין געקענט מאכן לאכן, נתנאל איז געקומען שרייען, פארוואס דארף איך אלס האבן צו טון מיט דעם באנק...!? דני איז אים נאכגעלאפן מיט א האנטוך און אריינגעגעבן פון אונטן...

מ'האט פרובירט איינצושלאפן, אבער אפילו ווען מ'האט געוואלט איז עס נישט געגאנגען, מ'האט שוין געהאלטן נאך קרישמע פון צופרו, און די אויגן האט זיך נישט געהאלטן ביים צוקלעבן, דני האט גע'עצה'ט געוואלדיגע עצות, איין עצה איז געווען אז מ'זאל טראכטן פון א גרינע גיטאר וואס שוועבט אויף א גרינעם הימל... און אויב דאס ארבעט נישט זאל מען טראכטן פון א שווארצע ביכל שווימט אין א שווארצע טייך... נאך א עצה האט ער געהאט אז מ'זאל אריינאטעמען טיעף פאר צוויי סעקונדעס און ציילן ביז צוואנציג און אויב מ'ווערט צומישט דארף מען אנהייבן ציילן פון פריש.. די עצה האט מיר דערמאנט פון די מעשה פון די מיליטער וואס האט אויסגעלערנט פארן עולם וויאזוי צו שפרונגען מיט א פאראשוט, אז מ'דארף ציילן ביז צעהן נאכן ארויסשפרינגען און דאן עפענען דעם פערעשוט, איז געווען איינער וואס איז נעבעך געפאלן אויף א בוים און די פערעשוט איז געבליבן צוגעמאכט, מ'איז געלאפן אים ראטעווען האט מען געהערט ווי ער קעקעצט נעבעך, זזזיבן אאאאכט נננננניין....

קיין איינס פון די עצות האט נישט געארבעט, אבער סאומהאו האב איך זיך דערוועקט עלעף אזייגער צופרו, שמחה אילאוויטש האט גע’עסקנט און געמאכט א פלאן צו וועקן דעם עולם צעהן פינעף און פערציג און מ’זאל גלייך ארויספארן קיין אוהעל געוויסע האבן נישט געוואלט פארן קיין אוהעל, ווי שמחה שולמאן און נאך, זיי האבן ענדערש געוואלט שלאפן אביסל לענגער, איך האב געמוזט פארן וויסנדיג אז איך קען נישט אויסלאזן די געלעגנהייט פוקד צו זיין קברי אבות, און ווי אויך לייד איך גאר שטארק אויף פאומאו, איך קען גארנישט פארפאסן, שלאפן וועט מען אין אמעריקא, דא גייט מען צום קבר....

ווייטערדיגע פארזעצונג
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 7:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח פארן קאפיטעל, גיי מיר ליינען
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מעכטיגע סגולות איינצושלאפן...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אקעי... איך האב נישט אזוי רילעיטעד צו די מצב ביים ציון (גיי שוין די העיטער...) אבער דיין שריפט איז ווי אלעמאל צוקער זיס!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

תרמ''ב נאר פאר די טאג בוך דארפסטו נאכאמאל פארן! נעקסטע מאל נעמעך מיט!! אזוי הערליך אראפשרייבן די געפילן! יישר כח
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ממוצע האט געשריבן:
אקעי... איך האב נישט אזוי רילעיטעד צו די מצב ביים ציון (גיי שוין די העיטער...) אבער דיין שריפט איז ווי אלעמאל צוקער זיס!
איך האָב גראַדע יא שטאַרק געגליכן די פקידה ביים ציון…

און נאָכאַמאל אַ שכ'ח תרמ"ב, דיין שריפט איז אייזן!
וליתר שאת אַפאָר מאָל אויסגעפלאַצט אינמיטן…
דו הער נאָר נישט אויף שרייבן, כ'וואַרט מיט שפאַנונג.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

איך האף ר’ ישעילע איז נישט אנטלאפן פון אזאנע קולות
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ציקער זיס
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מחצה''ק האט געשריבן:
איך האף ר’ ישעילע איז נישט אנטלאפן פון אזאנע קולות
אויב די הערסט איינעם זאגן אז מען האט אים מפנה געוועהן קיין צפת, וועסטו וויסען פארוואס ..
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

נתנאל רוזנברג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:10 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל רוזנברג »

הארזים האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
איך האף ר’ ישעילע איז נישט אנטלאפן פון אזאנע קולות
אויב די הערסט איינעם זאגן אז מען האט אים מפנה געוועהן קיין צפת, וועסטו וויסען פארוואס ..
ס'עפעס אין צפת? ביי מיר אין חצר... איין טאג וועט מען נאך מאכן געלט..
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נתנאל רוזנברג האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
איך האף ר’ ישעילע איז נישט אנטלאפן פון אזאנע קולות
אויב די הערסט איינעם זאגן אז מען האט אים מפנה געוועהן קיין צפת, וועסטו וויסען פארוואס ..
ס'עפעס אין צפת? ביי מיר אין חצר... איין טאג וועט מען נאך מאכן געלט..
ווייס איך נישט ווי איר וואוינט, מעגליך ...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

ומגביה שפלים
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 11:06 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומגביה שפלים »

וואף יעצט דורך געליינט ביז אהער

משוגע צי ווערן!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

תיו ריש מם בית
א יעדער איינער ווייסט

דאס איז א ניק איינס און דער וועלט
מ’קען עס נישט קויפן פאר געלט

א מתנה פאר כלל ישראל
מהנה געוועהן פיהלע מאל

שיין אראפגעלייגט מיט דיין פעדער
עס ווינדערט זיך יעדער

ווי מען קען אלעס פארשטיין
מיט האלטן אזוי שיין

אלע נסיעות גאר דערהויבן
צו די אשכול מ’טוט זיך קלויבן

דיפרעשן די פעידזש א יעדן טאג
אפשר וועט מען היינט קענען ליינען ווי און א באאק
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אינעם הייליגן אוהל אין אוהעל!

דער עולם איז אויפגעשטאנען עלעווע צייט, און מ’איז ארויף אויפן טענדער נאך מיט די צוקוועטשטע פאות, ס’האט געהערשט אזא פרימארגן רואיגקייט, מ’האט געפלעטקעט שטיל, אינמיטן האבן זיך געוויסע צוזינגען ווען זיי האבן געזעהן קיעלעך פון די פענסטער..... אדער ווען מ’האט געזעהן די שילדן אויף די וועגן וואס פירן צו הודאנאנאש אדער אזעלכע ענדליכע נעמען.

נאך א קורצע וועג איז מען אנגעקומען קיין שאראשאוהעלי, ס’קומט אזא שטארקע אונגארישע קוועטש ביי די ה פון אוהעלי, די שטאט ווערט גערופן אוהעל, נאך די ישמח משה וואס איז געווען אוהעלע רב.

אוהעל איז פאר מיר א ריכטיגע מקום שהתפללו אבותי, מיין פאמיליע שטאמט פון דארט, סיי מיין מאמע’ס פאמיליע און סיי מיין שווער’ס און סיי מיין שוויגערס, אלע שטאמען זיי פון די זעלבע פאמיליע, איך האב אין די נייע בית החיים אין אוהעל עטליכע זיידעס און באבע’ס, מיין זיידע ר’ תרמב נאך וועם איך הייס, האט געוואינט אין אוהעל ער איז געווען דער שיינער איד אין די קלויז ווי עס האבן געדאוונט די אלע צוקריגטע מיטן רב די בנין דוד, (דא האב איך געדארפט אויסמעקן עטליכע שורות בנוגע די מחלוקת...) מיין זיידע ר’ תרמב וואס איז געווען אן אייניקל פונעם ישמח משה, איז געווען דער שיינער איד וואס האט געפירט די רעדל דארט, אגב האט א איד פארציילט אז ער איז געווען אין דעם קלויז נאכן קריג האט ער געזעהן דארט הענגען א צעטל מיט תקנות שטייט דארט צווישן אנדערע אז איינער מיט א קורצע רעקל טאר נישט צוגיין צום עמוד...

על כל פנים אין די נייע בית החיים ליגט ר’ תרמב און זיין ווייב ע’’ה, און זיין שווער וואס איז געווען די ראש הקהל אין אוהעל, אגב מיין שווער און מיין שוויגער זענען אויך ביידע אייניקלעך פון ר’ תרמב ע’’ה, צוויי קברים ארויפציר פון ר’ תרמב אין די נייע בית החיים ליגט מיין זיידע ראדומע רב, רבי נפתלי אלימלך געווירצמאן די טאטע פון מיין זיידע ר’ אשר אלטר געווירצמאן די גבאי פון שינאווא רב זי"ע און פון הה’’ק רבי איציקל פשעווארסקער, צום נייעם בית החיים איז מען נישט געגאנגען, איך האב נישט איינגעריסן און ס’האט מיר נישט געברענט בכלל, ס’איז געווען גענוג אז איך בין געווען אין אוהעל און איך האב אינזין געהאט פון דערווייטנס און אז איך האב עוסק געווען אין די מחלוקת...

מ’האט זיך אריינדערזעהן אינעם בניין ההכנסת אורחים, די באקאנטע, וואס מ’שלאגט זיך שוין לאנג ארום דערויף, ס’איז געווען הערליך אהערגעשטעלט, ציכטיג ריין, אנגעסטאקט מכל טוב וטוב וואס מ’קען נאר האלטן אין א ביקור חולים צימער, יוסף העכיל האט געוויזן לחיים צו די סעקיוריטי קאמעראס פארציילנדיג אז דער ר' איתמר מייזליש זיצט דערויף א גאנצן טאג מיטהאלטנדיג וואס גייט אלס פאר דארט.

זעמער געגאנגען כאפן א טבילה, ס’איז געווען א מחיה, פיינע ציפעדיגע שאוערס מיט זייף און שאמפו, א געשמאקע ריינע בור, קלינע האנטוכער, מ’איז געזעצן דארט און איינגענעם פארברענגט זיך קראצנדיג די פוס בנעימות.

אין בית מדרש זענען געזעצן די זריזות'דיגע אינגעלייט און געלערנט א אידיש ווארט פארן דאווענען, מ’האט זיך געכאפט אז חצות איז נישט ארום איינסע ווי ס’איז אין אמעריקא נאר א גוטע צוואנציג מינוט פריער, דער עולם האט זיך געיאגט, למעשה האט יעדער געכאפט חצות, איינער האט געכאפט די געהעריגע א צווייטער די קאמארנא חצות פון שעות שוות און די איבריגע האבן געדאוונט פאר ס’איז געווארן חצות אין אמעריקא, אויך עפעס...
מ'הארעוועט פארן ארויפגיין צום ציון
מ'הארעוועט פארן ארויפגיין צום ציון
imgonline-com-ua-resize-r9LhniHAIVOBLw (1).jpg (121.63 KiB) געזען 935 מאל

אויף די וואנט אין די דאווענען שטיבל איז געווען אויסגעשפרייט א ריזן מאפע פון מזרח אייראפע, עס איז געווען גאר אינטערסאנט דאס צו אנאליזירן, מ’האט געקענט זען דארט אלע באקאנטע שטעט און שטעטלעך פון ווי אונז שטאמען און ווי אונזערע רביס און צדיקים האבן געפירט זייערע חצרות און ווי זיי ליגן באגראבן, ווי אויך האבן מיר געהאט א פאסיגע געלעגנהייט צו סטראטעגירן פונקטלעך די מלחמה אין אוקראינא, דא האט דער רוס געכאפט דא האט ער געגעבן צו כאפן, דאס דארף מען איינעמען, און דאס האט מען שוין איינגענומען, הונדערט רוסישע סאלדאטן אין מצה אויוון אריין...
די מאפע פון אייראפע
די מאפע פון אייראפע
imgonline-com-ua-resize-LsO1ZrcwMJtalzoV (1).jpg (209.82 KiB) געזען 935 מאל

מ'האט זיך אריינגעזעצט אינעם חדר האוכל עטליכע טרעפ ארויפצור, מ'האט פרובירט זיך צו זעטיגן פון די עסן וואס איז דארט געווען, מ'האט אלעס פרובירט צו עפענען קען'ס טונא אן מעינעז, נאדל סופ, אפרים שטיינמאן האט פאראייביגט אין א בילד ווי איך צו אריין א לאקש, זכרונות פון קעמפ.... איך האב געעפענט א געפעקלטע געפילטע פיש אבער נישט טועם געווען היות דער פישל האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן וואס איז נייעס אויפן דונאי.... גאר דערהויבן איז געווען מיטצוהאלטן ווי ר' חננאל מעכל און דני לייגן אראפ א ספעציעלע עבודה עסנדיג א טעלער יוהך אינאיינעם ממש ווי די שר שלום מבעלזא און זיין מאמע האבן געגעסן פסח...
מ'רעכט אפ א הייליגע עבודה
מ'רעכט אפ א הייליגע עבודה
imgonline-com-ua-resize-ODsJp4WkTCV50i (1).jpg (134.94 KiB) געזען 935 מאל
פון דארט איז מען אריבער צום אוהל אין די אוהעלע אלטע בית החיים, ביים אריינגאנג איז דא אזא קליינע בניין מיט א רינדעכיגע כיפה וואס האט שוין געזעהן בעסערע צייטן, עס איז געבויעט געווארן אין די יארן וואס אונגארן איז געווען אונטער די קאמוניסטן און מ'האט געארבעט אז די רעגירונג זאל נישט אויסרייסן דעם בית החיים, זיי זענען איינגעגאנגען דערויף בתנאי אז ס'זאל אויסקוקן שיין, אז דער בית החיים זאל נישט פארמיעסן דעם שטאט, דער אוהל איז שיין איבערגעבויעט מבית ומבחוץ שיינע טיילס אויף דער ערד און שיינע ווענט אויסגעצירט מיט קליינע שטיינדלעך, מען האט ממש לעצטנס איבערגעבויעט דעם אוהל, אריינגייענדיג צום בית החיים האב איך געזעהן א שיינע שילד אויסגעקריצט די נוסח הברכה וואס מ'זאגט ווען מ'גייט אריין אין א בית עלמין איינמאל אין דרייסיג טעג, איך האב זיך געכאפט אז איך האב עס נישט געזאגט נעכטן אין פרעשבורג, רב גאלדבלום האט געזאגט אז מ'קען עס זאגן בשם ומלכות על פי א פסק פון איינע פון זיינע זיידעס, אזוי האב איך געטון.


איך בין אריין אין אוהל מיט א חרדת קודש, דא ליגט מיין זיידע הה"ק רבי משה טייטלבוים זי"ע בעל מחבר ישמח משה, ער איז געווען מתלמידי הה"ק דער חוזה פון לובלין זי"ע, ער איז געווען פון די מפיצי החסידות אין אונגארן, איך גיי נישט דא מאריך זיין איבער זיין גדלות היות ס'איז נישט דא די פלאץ, איין זאך יא, איך בין נישט סתם אן אייניקל פונעם ישמח משה, איך בין פינעף מאל א אייניקל און מיין ווייב איז נאך דריי מאל אן אייניקל, איך ווייס נישט צו ס'מאכט אויס אז מ'איז אסאך מאל אן אייניקל, איך בין נישט אזוי קלאר וואס ס'מאכט אויס די ערשטע מאל... אבער אויפן חשבון אז ס'מאכט אויס איז אכט מאל א גרויסע מספר... איך האב אמאל געהערט א חשבון פון ר' מאיר צוויבל וואס איז די גדולה פון האבן א יחוס צו א צדיק אין די ערשטע צעהן דורות, האט ער מסביר געווען אז ס'איז דא אזא מושג פון א זאך זאל ווערן בטל באלף אדער בטל בתתק"ס, איז אזוי יעדע מענטש האט אין זיך א חלק פון זיין טאטע און מאמע וואס זיי זענען צאמגעשטעלט פון זייער טאטע און מאמע אזוי ארויף, איז אזוי, אז מ'מאכט א חשבון די בלוט פון די טאטע און די מאמע פלאס די צוויי זיידעס און פיר באבעס, פלאס די פיר עלטער זיידעס וכו' אזוי ביי די צענטע דור קומט עס אויס בלוט פון איבער טויזענט מענטשן, וואס דאן קומט אויס אז דער מענטש איז צאמגעשטעלט פון די אלע מענטשן ארויף אבער די בלוט פון די זיידע פון צעהן דורות ארויף ווערט שוין בטל און מ'איז שוין נישט ממש קיין חלק פון יענעם זיידע, דאס איז די חשבון פון צעהן דורות, האב איך געקלערט אויף דעם חשבון, אז אויב מ'איז אן אייניקל מער ווי איינמאל האט מען א גרעסערע חלק פון יענע זיידע ווערט עס נישט בטל אזוי שנעל, חוץ טאמער מ'וועט זאגן אז א דבר חשוב ווערט קיינמאל נישט בטל... וואס איז זיכער איז אז ס'גייט לויפן אסאך טייטלבוים בלוט אין די אדערן פון מיינע יוצאי חלצים...

בילד

מען האט זיך געשטעלט זאגן תהילים מיט א ערנסטקייט, רב גאלדבלום האט פארציילט עטליכע עובדות, בעיקר איבער ר' סנדר'ל קאמארנער וואס ער איז אן אייניקל, ער האט פארציילט אז ווען ר' סנדר'ל איז נפטר געווארן האט די ישמח משה מספיד געווען, ער האט געזאגט אז אויב דער ניפטר גייט זיך רירן וועט עס זיין א תיקון אדער עפעס אזוי, ער האט מספיד געווען און גארנישט איז נישט געשעהן, ביים סוף האט ער געזאגט אז דו לאזט איבער א קליינע יתום, הה"ק רבי אייזיקל קאמארנער איז דאן געווען א קליין קינד, האט די נפטר געגעבן א ציטער, האט מען געוויסט אז ס'איז דא א תיקון, דער ישמח משה האט געבעטן אז מען זאל אים לייגן נעבן הה"ק מקאמארנא, אזוי האט מען געטון, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט אריינגערוקט די רביצין אינצווישן זיי, דאס איז חוץ המעשה אז ר' סנדר'ל ליגט אין א ווינקל און די ישמח משה ליגט אין צענטער, בשעת ער האט געבעטן צו ליגן נעבן די קאמארנער נישט פארקערט.

בילד

ר' חננאל מעכל איז געשטאנען מיט שיין געקרייזלטע פאות און גאר אן ערנסטן געזיכט און פארגעזאגט מזמורי תהילים און מען האט אויסגעשריגן הויעך די י"ג מידות של רחמים ביי די יהי רצון מיט א שטארקע התעוררות, איך האב זיך געשטעלט ביים שטענדער נעבן ציון מיטן גאנצן ערנסקייט אלס אייניקל וואס קומט צום זיידן'ס ציון, דאן האט מען געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים, איך בין ארויס צום פעלד זאגן א קאפיטל ביים די קבר פון די מאמע פון הה"ק רבי הערשעלע ליסקער וואס זי איז געווען א שטוב מענטש ביים ישמח משה, מ'האט איר גערופן שרה די בעקערין, זי איז געווען אן אויסגערופענע אישה צידקניות, און איר קבר איז א פלאץ ווי דער עולם גייט צו.

בילד

מען האט נאך געכאפט א ציגארעטל אדער צוויי אונטער די שרעקליכע היצן וואס האט געהערשט יענעם טאג, און א גלעזל קאלט וואסער, איך האב געזען אז די גוים האבן שוין געהאט צוריקגעשטעלט די פלאץ על מכונו ציכטיג ריין, מ'האט זיך אריינגעזעצט אין טענדער פארנדיג קיין ליסקא!

א באריכט איבער ליסקא
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 1:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ביסט זיס ווי צוקער!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”