צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אחר חצות האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
איך בין שוין באלד פערטיג, ביים ענדיגן וועל איך ארויסלייגן א פי די עף
ווען פארט מען נאך אמאל?
אז דו ווילסט מאכן א נסיעה רוף מיך וועט מען פארן נאכאמאל

און איך וועל עס באשרייבן און דו וועסט מיר קענען כאפן ביים ווארט...

ס'מוז נישט זיין דווקא קערעסטיר
כ'קען דיר אויך רופן?
יא זיכער, איך וועל זיין באליידיגט טאמער נישט...

נע.. נישט ממש באליידיגט..
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

יא?
איך כאפ דיר ביים ווארט,
איך פאר אי''ה ביז א פיר פינעוו וואכן קיין *****
קומסט?
אריין אין אישי....
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אחר חצות האט געשריבן:
יא?
איך כאפ דיר ביים ווארט,
איך פאר אי''ה ביז א פיר פינעוו וואכן קיין *****
קומסט?
אריין אין אישי....
יא יא איך קום
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5178
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

תרמב האט געשריבן:
אחר חצות האט געשריבן:
יא?
איך כאפ דיר ביים ווארט,
איך פאר אי''ה ביז א פיר פינעוו וואכן קיין *****
קומסט?
אריין אין אישי....
יא יא איך קום
באשטעל ביי דני עטליכע ניגונים פאר די נסיעה הימנע...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

הארזים האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
אחר חצות האט געשריבן:
יא?
איך כאפ דיר ביים ווארט,
איך פאר אי''ה ביז א פיר פינעוו וואכן קיין *****
קומסט?
אריין אין אישי....
יא יא איך קום
באשטעל ביי דני עטליכע ניגונים פאר די נסיעה הימנע...
ס'איז שוין דא,
'רוים דו ביסט מיין מאכט מיין העהעלד איינגענומען די גאנצע וועהעלט אויף יעדעס טויער פלאטערט אט דיין פאאאן'....
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5178
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איך קען זעהן תרמ"ב האבן א גאנצער שמועס ביים שער טיטוס מיט טיטוסען...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

הארזים האט געשריבן:
איך קען זעהן תרמ"ב האבן א גאנצער שמועס ביים שער טיטוס מיט טיטוסען...
תרמב העמיר זען שמועסן מיט טיטוס'ן ביים גראנדיעזן נסיעה אין אפאר וואכן, הרב אויף @הארזים ווייס איך זיכער אז ער איז א געלונגענער בעל דמיון, (ווי פריער אויסגעשמועסט...)
סוי העמיר זען וויאזוי זיין שמועס מיט טיטוס וועט אויסזען...
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

קיין רוים פארט מען?

איך ווער שוין זייער עקסייטעד...

מ'גייט באזוכן דעם פויפסט אדער נאר טיטוס?
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

תרמב האט געשריבן:
קיין רוים פארט מען?

איך ווער שוין זייער עקסייטעד...

מ'גייט באזוכן דעם פויפסט אדער נאר טיטוס?
רבניש האט געשריבן:
ער איז אן ערליכער מאן, ער האט א לעכטיגער צורה...
פרעג אים... כ'מיין גראדע ער קומט אויך..
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

געזעגענען ביים ציון הקדוש

נאך מלווה מלכה האט זיך דער עולם געגרייט בהכנה דרבה ארויפצוגיין צום ציון הקדוש זיך געזעגענען, מען איז געגאנגען אין מקווה, זיך געטוישט וועש זיך גרייטנדיג אויפן וועג אהיים, עטליכע האבן אין די צייט אויפגעשאקלט די ביימער נעבן די בית מדרש און געכאפט פרישע עפלעך און פלוימען, איך האב שפעטער פארזוכט א קערעסטירע פלוים, עס האט געהאט א ספעציעלן טעם, דני האט זיך אוועקגעלייגט עטליכע שטיק און עס אריינגעשווערצט קיין אמעריקא.

מען איז ארויף צום ציון, עס איז געווען א געוואלדיגע מצב, אזוי ווי דאנערשטיג נאכט, מען האט געזאגט תהילים מיט א ברען, מען האט צוטיילט די קאפיטלעך תהילים צווישן עולם אזוי זאל מען מסיים זיין תהילים דורך יעדן צוזאמען, פארן זאגן תהילים האט אויפגעטרעטן רב גאלדבלום בבכיות נוראות און מעורר רחמים געווען, דאן האט אויפגעטרעטן ר' חננאל מעכל מיט דברי כיבושין ער האט געזאגט בתוך דבריו, אז פאר זיין טאטע איז נפטר געווארן האבן די דאקטורים געזאגט אז מען גייט אים מאכן קאמפארטעבל, האט ער אויסגעשריגן מיט טרערן אין די אויגן רבונו של עולם! מיר ווילן נישט זיין קאמפארטעבל! מיר ווילן ישועות און רפואות! זיינע ווארימע דיבורים האבן עושה רושם געווען און א גרויס התעוררת האט געהערשט אויפן ציבור.
ביים ציון הקדוש מוצאי שבת קודש
ביים ציון הקדוש מוצאי שבת קודש
imgonline-com-ua-resize-lePTe4DSiiPwXOQ (1).jpg (148.62 KiB) געזען 708 מאל
אלע וואס האבן געדארפט ישועות האבן אויסגערופן זייערע נעמען מען זאל זיי אינזין האבן, מען האט געזאגט קאפיטל ק"ל שיר המעלות ממעמקים קראתיך ה' פסוק בפסוק, עס האט אפגעדונערט קולי קולות ווען דער גאנצער עולם האט געזאגט די י"ג מידות, ר' חננאל מעכל האט געזאגט קדיש, דערווייל בין איך צוגעגאנגען צו די ציון פון מיין זיידע וואס ליגט דארט אין די אוהל, הה"צ רבי רפאל גראס זצ"ל בערבעשטע רב, ער איז געווען א א מחותן מיט ר' ישעי'לע ווייל זיין זון ר' שמואל גראס הי"ד קראלי רב איז געווען אן איידעם ביי ר' ישעי'לע, ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין אונגארן און ער איז דארט נפטר געווארן, האב איך געזאגט דארט א קאפיטל תהילים און אראפגעלייגט א קוויטל.

מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, גיטארס האבן אונטערגעשפילט מיט גרויס ווארימקייט, דאן האט זיך עס אריבערגעטוישט צו לעבעדיגע ניגונים זיך געזעגענעדיג פונעם הייליגן ציון, מען האט געזינגען האטס געפוילט אלעס גוטס מיט א געוואלדיגע שמחה, זייענדיג זיכער אז מ'גייט אהיים מיט באגאזשן פון ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל, מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, ביים סוף האט מען געהערט א גערויש ווי עפעס פאלט אראפ און דאן האט זיך געהערט א מעטאלנע קלינג, דני'ס גיטאר איז אראפגעפאלן און א בענדל האט זיך צוריסן, דאס איז געווען א סימן פון הימל אז עס איז שוין צייט אהיימצוגיין די נסיעה קומט שוין צו אן ענד, דער עולם האט געגעבן די לעצטע קוש פאר ר' ישעי'לעס מצבה, עטליכע זענען געגאנגען כאפן א טענצל מיט די כהנים וואס זענען געשטאנען אויסגעשפילט אין כהנים שטיבל, די לעכטיקייט פון די זון האט שוין אנגעהויבן ארויסשפראצן אויפן האריזאנט, איז מען צוריק צו די אכסניה זיך צאמפאקן.
טייערע ברודער הארציגע ברודער ווען וועלן מיר זיך נאכאמאל זעהן...
טייערע ברודער הארציגע ברודער ווען וועלן מיר זיך נאכאמאל זעהן...
IMG_0259_Moment (1).jpg (249.74 KiB) געזען 708 מאל
מען האט זיך מסדר געווען די האב און גוטס אין די רענצלעך, מען האט זיך איבערגעטוישט די בגדים צו בגדי חול, און מען האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית, פון שחרית ביז מנחה - וואס מען האט שוין געדאוונט אין אמעריקא אסאך שעה'ן שפעטער ווייל מען האט צובאקומען די זעקס שעה אויפן זייגער וואס מ'האט פארלוירן ביים קומען - האט מען שוין גארנישט געדאוונט, מען האט זיך שוין נישט געשטעלט קיין מניינים, ס'האט זיך געשפירט ווי די באבע וואס פלעגט זיך וואשן נטילת ידיים און מים אחרונים געמאכט א המוציא און געבענטשט און דאן זיך געזעצט עסן מיט א רואיקייט אן קיין דאגות...

די טענדער האט אונז אפגעווארט נעבן די בית מדרש, פארן ארויספארן האב איך געזעהן אז ס'טוט זיך א שטיקל מצב נעבן ר' בער פסח, איך בין צוגעגאגען נענטער האב איך געזעהן אז עס איז דא א ליניע און רב גאלבלום קוקט הענט, און זאגט פאר עתידות, ס'האט מיר אויסגעקוקט זייער פאני, און שרעקעדיג, רב גאלדבלום זאגט אז ער האט געהאט געזעהן אויף זיין אייגענע הענט ווען זיין ערשטע ווייב האט נאך געלעבט א עקסטערע פאר ליניעס אויף זיין האנט פלאך, וואס דאס צייגט פאר אויף צוויי זיוויגים, נאך דעם וואס ער האט חתונה געהאט נאכאמאל זענען די ליניעס אראפ פון זיין האנט.

ער האט פארגעזאגט פאר דעם אריכות ימים פאר יענעם וואוילע קינדער, איך האב זייער שטארק געוואלט וויסן וועגן עשירות, האט ער מיר געזאגט אז מען קען נישט זעהן עשירות נאר מ'קען זען צו ס'גייט זיין שפע, האט ער מיר טאקע געזאגט אז ער זעהט שפע קומען, ער האט געזאגט אז ער קען זען ווער עס איז נזהר בענייני קדושה, און שלום בית זעהט מען אויב צוויי געוויסע ליניעס זענען נאנט און טיף.
חכמת היד...
חכמת היד...
imgonline-com-ua-resize-lVNOVWm2VSJeDA9o (1).jpg (93.69 KiB) געזען 708 מאל

ער האט אבער צוגעלייגט צוויי שטארקע נקודות, איינס אז ער איז נישט אזא מומחה דערין, ער קען נאר אביסל, דאס הייסט אז ס'קען זיין אז ער איז נישט גערעכט מיט אלעם, און צווייטנס אז זאכן קענען זיך טוישן דורך תפילה אדער אנדערע זאכן, די זאכן זענען נישט מוחלט, ער האט פארציילט איבער עפעס אן אדמו"ר אין בני ברק וואס האט געהאט א חלום פון אן האנטפלאך אלעם גוטן האט מען געזעהן דערויף אבער ער איז נפטר געווארן אין די פריע פופציגער יארן א נאכט פארן חתונה מאכן א קינד, בקיצור, די חברה זענען פראטעקטעד, אז ס'געשעהט האט ער פארגעזאגט אז נישט האט ער דאך געזאגט אז ס'מוז נישט זיין, רב גאלדבלום האט פארציילט איבער א מעשה אז א בחור און א מיידל זענען געקומען צו א גרויסע מומחה אין חכמת היד, אבער ער האט געזעהן אז די מיידל גייט נישט לעבן פאר צו לאנג, האט ער נישט געוואלט זאגן, האט ער זיי געזאגט אז זיי זאלן צוריקומען אין א וואך ארום, א וואך שפעטער האט ער זיי געזעהן ארויסקומען פון די קאר צו קומען צו אים, די בחור איז ארויסגעקומען פון איין זייט און די מיידל פון די אנדערע זייט, עס איז געקומען צו פליען א קאר און אראפגעקלאפט די מיידל און איר געהרגעט פאר זיינע אויגן.

נתנאל האט פרובירט צו טעסטן רב גאלדבלום'ס קענטעניסן דורך'ן אים פרעגן געוויסע זאכן וואס ר' יעקב מאיר האט אים געוויזן אויף זיין האנטפלאך, אבער ער האט אים געפרעגט פריוואט, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן טאקע געזאגט ענדליך, רב גאלדבלום האט פארגעזאגט א גאר אינטערסאנטע זאך אויף מיר, דני האט אים עס געהייסן איבערזאגן פארנט פון זיין קאמערא, אזוי אז אויב עס שטעלט זיך ארויס אלס ריכטיג זאל מען האבן קלארע פוטעזש ווי ער זאגט עס, ונזכה ונחיה ונראה, שפעטער אין עיראפארט האט ער שוין נישט געוואלט קוקן קיין הענט זאגנדיג אז צווישן גויים וויל ער נישט.

מען האט זיך ארויפגעזעצט אויפן טענדער, די קאך האט מיטגעשיקט מזונות וואסער און סענדוויטשעס, איך האב נישט געגעסן זייענדיג אנגעפאקט פון מלווה מלכה נאך, אבער איך האב שפעטער חרטה געהאט ווייל ביז איך האב די קומענדיגע מאל געגעסן נארמאלע עסן האט גענומען זייער א לאנגע צייט, מען איז געזעצן אויפן טענדער פאר דריי שעה ביז מען איז אנגעקומען צו די עראפארט אין בודאפעסט, אויפן וועג האט מען געמאכט צוויי סטאפס פאר פארשידענע געברויכן.

מען האט זייער איינגענעם פארברענגט, איך האב מיך איינגערעדט אז איך גיי שלאפן, אבער די שלאף האט מיר נישט געהאלטן ביים כאפן, דערווייל האב איך הנאה געהאט צו הערן ווי נתנאל רייסט אונטער זיין חסידות און די רבי וואס שטייט בראש, ער האט גערעדט מיט באקציינער, און עטליכע האבן אים נאך צוגעהאלפן, פאר אפרים ישראל האט עס בכלל נישט געשמעקט, נו זאל אים עס זיין צו כפרת עוונות...

מרדכי אהרן עפשטיין האט פארציילט עובדות פון רבי הערשעלע קרעטשניפער, האט ער פארציילט א מימרא פון אים, אז די תכלית פון די וועלט איז צו זיין א בחור, איי פארוואס האט מען חתונה? מען האט חתונה צו קענען אראפברענגען נאך בחורים! דני האט שפעטער געמאכט דערפון א ניגון...

אין לופטפעלד בין איך געגאנגען זוכן צו קויפן עפעס א מזכרת פאר די בני בית, ס'זאל זיך אויך האבן פאר זיי געלוינט אז איך בין אוועקגעפארן, אבער גיי ווייס וואס איז אינטערסאנט, איך בין נישט קיין מבין אין די עניינים, איך האב געטראפן נאך אנדערע זיך ארומדרייען דארט און פרובירן זיך צו ברעכן קאפ וואס מ'קען קויפן, מען האט זיך פרובירט מטכס עצה צו זיין, איך האב גערופן מיינע עלטערן, נאך א מזל ס'איז געווען מוצאי שבת נחמו האבן זיי נאך אויפגעהויבן אויף מיר ווען עס איז נאך געווען פינעף אזייגער פארטאגס ביי זיי, זיי האבן פרובירט צו העלפן מיט עצות, למעשה האט אפרים געקויפט עפעס און איך האב אים נאכגעטון, איך בין נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט אים נאכגעטון...

איך האב זיך אריינגעזעצט מיט נתנאל אין א לאונזש, מיט דן שמחה'ס קארטל ווייל ער איז געפארן מיט ביזנעס קלעס האט ער נישט געדארפט זיין פריקווענט פלייער קארטל, איך האב דארט געטראפן א דויטשע צייטונג איך האב עס פרובירט צו לייענען מיטן חשבון אז דויטש און אידיש זענען כמעט די זעלבע זאך, אבער חוץ די ווארט טראמפ האב איך נישט פארשטאנען קיין סאך...

מען איז אריבער צום געיט, מרדכי אהרן עפשטיין האט געזאגט פארן עולם אז ער האט ספעציעלע פילן וואס בארואיגט און מאכט איינשלאפן, ער האט פארזיכערט אז עס איז נישט אדיקטיוו און ס'איז נישט דראגס, אבער איך האב דאך מורא געהאט עס צו נעמען, זייענדיג זיכער אז איך וועל סיי ווי דורכשלאפן די גאנצע וועג.

אויפן פליגער איז געווען א איד וואס האט געפירט א מערכה אויף איינע פון אונזערע חברה פארן זיצן אן די הויזן, ער האט געטענה'ט אז ער מאכט א חילול השם, איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס די גויים קענען פארשטיין אונזער טלית ותפילין, אונזערע הוטן רעקלעך און שטריימלעך, אבער די גאטקעס מאכט א חילול השם.... דא ווערן זיי פארלוירן.... גיי פארשטיי....

איך בין געזעצן אויפן פליגער נעבן נתנאל און משה פריעדמאן, איך בין געשלאפן פאר קוים א שעה, די איבריגע צייט בין איך געזעצן מיט זיי און פארברענגט, מיר האבן געהאט גענוג צייט צו בארעדן יעדן איינעם, האבן מיר טאקע אויסגענוצט די צייט און דורכגעגאנגען טאפיק ביי טאפיק, נאמען ביי נאמען, ביז מ'האט געלאנדעט אין ניו יארק אין זשעי עף קעי בשעה טובה ומוצלחת.

מ'האט געזאגט גוד ביי פאר יעדן איינעם, זיך אפגעזעגנט מיט גרויסע שמייכלעך, איך בין נאך צוריק געגאנגען מיט ר' בער פסח צו די טערמינאל פון ווי מ'איז ארויסגעפארן ווייל ער האט פרובירט צו זוכן זיין פארלוירענע רענצל, ער האט געזוכט זיין רענצל פאר א שטיק צייט, ביז ער האט געמוזט אויפגעבן, ער האט עס צוריק באקומען צוויי וואכן שפעטער, אבער ער האט שוין געהאט געקויפט א נייע שטריימל פאר די חתונה פון זיין זון וואס איז פארגעקומען עטליכע וואכן שפעטער, ס'איז אים געווען באשערט א שיינע שטריימל אויף די חתונה.

איך בין געפארן מיט א טעקסי מיטן רעבין אהיים, די רבי האט עס באצאלט ער האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט פון מיר, איך האב געהאט קוואליטי טיים מיטן רעבין ר' בער פסח, ער האט עס טאקע אויסגענוצט אויף צו הערן אינטערסאנטע זאכן וואס איך האב געהאט צו פארציילן...

איך בין אנגעקומען אהיים אויסגעשעפט, מיט מידע ביינער, אויסגעריסענע שטים בענדער, און הונגעריג, אבער זאט גייסטיש, אנגעפולט מיט ישועות ורפואות, די בני בית האט שיין אויפגענומען די מזכרת, איך בין נאך אלס נישט זיכער אז איך האב גוט געקויפט אבער די זשאב האט עס געמאכט...

מיר האבן געהאט א נסיעה אויף צום געדענקען, עס האט זיך אויסגעארבעט עפעס מוראדיג, אויף אלע אספעקטן סיי די מאטריאליסטישע חלקים און אודאי פון א ספיריטואלע זין, מיר זענען אהיימגעקומען העפי און צופרידן, מ'האט זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס, מ'האט איינגעריסן וועלטן, אונז האבן אפגעטון אונזערס יעצט דארף מיר זעהן וואס די צדיקים קענען, יעצט איז די צייט פאר ר' ישעי'לע איינצורייסן פאר אונז, די זכות פונעם הייליגן חתם סופר זאל אונז ביישטיין, די קדושה פון רבי הערשלע ליסקער און פון זיין גרויסע רבי זקני הק' די ישמח משה זי"ע זאל אויף אונז מגין זיין.

זאלן מיר זוכה זיין אין די זכות פון די אלע צדיקים וואס מיר האבן חוסה געווען בצילם אז מיר זאלן געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן, אלע תפילות וואס מ'האט דארט איינגעריסן זאלן געענטפערט ווערן, מיר אלע זאלן געהאלפן ווערן בדבר ישועה ורחמים.

צו ס'האט אויפגעטון וועלן מיר געוואויער ווערן, (איך האב געטראפן א זשאב זייט די נסיעה...) אבער אויף דערווייל וועט אזא שיינע שבת צווישן אזעלכע חשובע אינגעלייט, הייליגע בעלי שם, בלייבן ביי אונז איינקריצט פאר א לאנגע צייט.

עס בלייבט נאר איבער צו זאגן איין זאך! אוי אוי! געב א לאך! הא הא!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

זייטס אזוי גוט און קאמענטירטס, קריטיק, הגהות, און עני הערה איז שטארק וועלקאמד, און געבט א פוש צו שרייבן ווייטער.
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום מאנטאג פעברואר 06, 2023 1:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מ'קוקט הענט...

מערקט אן אז געוויסע זענען נאך געבליבן מיט די ווייסע זאקן זונטיג צופרו
אטעטשמענטס
imgonline-com-ua-resize-QvjNsfVbaCEigF.jpg
imgonline-com-ua-resize-QvjNsfVbaCEigF.jpg (238.97 KiB) געזען 703 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

א אינטערסאנטע פיגור אנגעטראפן אין קערעסטיר
אטעטשמענטס
imgonline-com-ua-resize-wj1MLfpmOk.jpg
imgonline-com-ua-resize-wj1MLfpmOk.jpg (187.36 KiB) געזען 695 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מ'כאפט אראפ מסוגלדיגע קערעסטירע עפלעך פון די ביימער
אטעטשמענטס
IMG_5120.jpg
IMG_5120.jpg (138.23 KiB) געזען 692 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8391
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

א גוי אין קערעסטיר האט זיך ארויפגעשמירט אויף די הענט
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-02-06 015500.png
Screenshot 2023-02-06 015500.png (309.59 KiB) געזען 691 מאל
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

Woof
מעכטיג איז נישט דאס ווארט, שכח תרמב פארן אוועק גיבן פון דיין טייערע צייט פאר די ליינער זאלן האבן א געשמאקן ארטיקל,
זאל דער אייבירשטער העלפן זאלסט האבן אויסגעפועלט אלסדינג וואס די באגערסט, ברוחניות ובגשמיות, בני חיי ומזוני רוויחי הצלחה אין די נייע דזשאב (וואס דאס האט דאך די רב פארגעזען אויף די פלאכן...)
א גרינג און פרייליך לעבן

און א שיינעם אתרוג...
לעצט פארראכטן דורך אחר חצות אום מאנטאג פעברואר 06, 2023 3:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אליעזר ב.
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:17 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ב. »

און פארגעס נישט צו דערציילן ווי דו האסט גיטראפן דעם אתרוג
אחינו הספרדים
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחינו הספרדים »

:wink: געוואלדיג !
ווען די הארץ איז פול בלייבט מען שטיל
וויאזוי קען איך איהם לויבן און דאנקען אויף אלע חסדים
וואס ער טוהט און טוהט מיט מיר יעדן טאג נאך און נאך
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דיין באשרייבונג איז נורא נוראות! כ׳האב שטארק הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע: וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

תרמב האט געשריבן:
ס'האט זיך געשפירט ווי די באבע וואס פלעגט זיך וואשן נטילת ידיים און מים אחרונים געמאכט א המוציא און געבענטשט און דאן זיך געזעצט עסן מיט א רואיקייט אן קיין דאגות...
:roll: :roll: :roll:
פאר דעם שורה אליין האט זיך געלוינט די גאנצע באשרייבונג... :lol:

זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס ברוחניות וגשמיות מיט אלע השפעות טובות לנו ולכל ישראל.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5178
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

גאר גוט ערעב תרמ'ב, איך מיין אז מען וועט מאכן א קאמפיין "מסעות תרמ"ב " וואו דער עולם וועט אויסצאלען די שפעזען פאר נאך נסיעות און באשרייבעכצער ...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

איך האב ארויסגעקוקט אויף יעדע פארזעצונג,
און עס האט זיך אזוי שנעל געענדיגט.
די ברויכסט יעצט פארן אויף נאך א נסיעה.
איך קוק ארויס אויף דיינע באשרייבונגען.

יישר כח זאלסט האבן אויסגעפועלט אלעס גוטס
אוועטאר
עולם הפוך
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2020 11:01 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם הפוך »

הערליך הערליך, נישטא קיין ווערטער.

לאמיר אלע זינגען אינאיינעם "צוויי מענטשן שווימען אין א טייך..."
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

מ'לערנט האט געשריבן:
איך האב ארויסגעקוקט אויף יעדע פארזעצונג,
און עס האט זיך אזוי שנעל געענדיגט.
די ברויכסט יעצט פארן אויף נאך א נסיעה.
איך קוק ארויס אויף דיינע באשרייבונגען.
יישר כח זאלסט האבן אויסגעפועלט אלעס גוטס
גא"מ
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

הערליך הערליך שיין, יישר כח פאר דיין מתנת חינם צו אונז, זאל דיר דער אייבערשטער באגליקן מיט כל טיב וטוב, זאלסט האבן געפויעלט אלעס גוטס.

און צום ענדע, ווען פארט מען נאכאמאל? וואס קומט נעקסט?
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”