צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דן שמחה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 12:19 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דן שמחה »

מטעמים האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
עס איז נאך עוועילעבל א פאזיציע אין ענקער גרופע? עס געפעהלט מיר ענקער ענערגיע!
ס’האט זייער שווערע רעקווייערמענטס, איך גלייב נישט אז דו וואלסט קוואליפיצירט.
גוד זשאב, יעצט האסטו מיר נאך מער אנגערייצט.
איך הער,

מרעדט דא פון א גרופע גרושים, רעזערוועישנס איז אפן, מקען זיך נאך איינשרייבן.

דזשאסט קידדינג.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

דן שמחה האט געשריבן:

:lol: :lol: :lol:
פייער טראק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2022 8:14 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער טראק »

תרמב האט געשריבן:
פייער טראק האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
ווען איך וואלט ... האט געשריבן:
אפשר קען מען ארויפברענגען א בילד פינעם מצבה פון רב תרמב זצל איך גלייב עס וועט זיין אינטעסאנט פארן עולם צו זעהן די מצבה פונם פלאץ צו ווי מאיז אזוי מקושר
אין אפשר וועט מען דארט עפענען א כולל חצות , תהיים כולל, צינדן 18 לעכט אין זאגן קאפיטעל תרמב אין זעהן ישועות וכו
אינטערעסאנט אז די מצבה שרייבער האט געשריבן בעלאווע אין נישט ווי מיר שרייבן היינט וועלאווע לכאורה פלעגט מען אמאל שרייבן אזוי
ס’איז לכאורה אן אנדערע שטאט
ניין איך ווייס וואס איך רעדט וועגן רבי יוקל פון וועלאווע אין איך קען גוט די משפחה . אגב פון דער זיידע תרמב האב איך נאכנישט געהערט אבער אויב ער איז געווען אזא איינער לויט ווי עס שטייט אויף די מצבה (א רב וואס האט אסאך געטוהן פאר אידישקייט ) וועל איך זיכער הערן פון אים ביי מיינע פארשונגען איבער היסטאריע פון אידן אין יוראפ
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

רבי יוקל וואלאווא'ער ז"ל איז געווען א ברודער מיט תרמ"ב ז"ל

דא רעדט מען פון רבי יוקל באלחוב'ער ז"ל נאך וועם רבי יוקל וולאווא'ער האט געהייסן.
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

רינדעכיג האט געשריבן:
רבי יוקל וואלאווא'ער ז"ל איז געווען א ברודער מיט תרמ"ב ז"ל

דא רעדט מען פון רבי יוקל באלחוב'ער ז"ל נאך וועם רבי יוקל וולאווא'ער האט געהייסן.
ריכטיג

אגב איך בין אן אייניקל פון וואלאווא רב אויך
פייער טראק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2022 8:14 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער טראק »

תרמב האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:
רבי יוקל וואלאווא'ער ז"ל איז געווען א ברודער מיט תרמ"ב ז"ל

דא רעדט מען פון רבי יוקל באלחוב'ער ז"ל נאך וועם רבי יוקל וולאווא'ער האט געהייסן.
ריכטיג

אגב איך בין אן אייניקל פון וואלאווא רב אויך
יעצט שטימט אלעס מיר איז געווען שווער וויאזוי דער זיידע תרמב איז אן אייניקל פון ר' יוקל וועלאווער אין ער איז שוין אוועק שנת תרנ"ח בשעת מיר איז געליגן אין קאפ אז ר' יוקל איז געווען רב אין וועלאווע ביז די קריג אדער אביסל פאר דעם
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אנבעליוועבל דזשאב! מיר ליינען מיט דארשט. און מיר ווארטן פאר נאך!
ומגביה שפלים
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 11:06 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומגביה שפלים »

.
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

תרמב האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:
רבי יוקל וואלאווא'ער ז"ל איז געווען א ברודער מיט תרמ"ב ז"ל

דא רעדט מען פון רבי יוקל באלחוב'ער ז"ל נאך וועם רבי יוקל וולאווא'ער האט געהייסן.
ריכטיג

אגב איך בין אן אייניקל פון וואלאווא רב אויך
''מלכות בית תרמב''
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מחצה''ק האט געשריבן:

"מלכות בית תרמ"ב"
אטעטשמענטס
סתם צו זעהן וויפול חסידים תרמ"ב פארמאגט..
סתם צו זעהן וויפול חסידים תרמ"ב פארמאגט..
13844.jpeg (73.08 KiB) געזען 2203 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הארזים האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:
רבי יוקל וואלאווא'ער ז"ל איז געווען א ברודער מיט תרמ"ב ז"ל

דא רעדט מען פון רבי יוקל באלחוב'ער ז"ל נאך וועם רבי יוקל וולאווא'ער האט געהייסן.
ריכטיג

אגב איך בין אן אייניקל פון וואלאווא רב אויך
"מלכות בית תרמ"ב"
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

פייער טראק האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:
רבי יוקל וואלאווא'ער ז"ל איז געווען א ברודער מיט תרמ"ב ז"ל

דא רעדט מען פון רבי יוקל באלחוב'ער ז"ל נאך וועם רבי יוקל וולאווא'ער האט געהייסן.
ריכטיג

אגב איך בין אן אייניקל פון וואלאווא רב אויך
יעצט שטימט אלעס מיר איז געווען שווער וויאזוי דער זיידע תרמב איז אן אייניקל פון ר' יוקל וועלאווער אין ער איז שוין אוועק שנת תרנ"ח בשעת מיר איז געליגן אין קאפ אז ר' יוקל איז געווען רב אין וועלאווע ביז די קריג אדער אביסל פאר דעם
ביז 20 יאר בעפאר די קריג
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אויסערגעווענליך גוט…
ש'כח תרמ"ב!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

מ'גייט נאך גיין ווייטער?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אחר חצות האט געשריבן:
מ'גייט נאך גיין ווייטער?
יא זיכער, איך דארף טרעפן צייט, איך האף בקרוב.
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

וואף דאס איז א באשרייבונג צו די זאך, פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט אהער צו קומען, שכח @תרמב
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ליסקא!

דער יארצייט פונעם הייליגן אך פרי תבואה איז אויסגעפאלן א טאג פריער, די פלאן איז געווען אנצוקומען אויפן טאג פונעם יארצייט, די פלאן האט זיך נישט אויגעארבעט איז מען געגאנגען פרייטיג וואס קומט אויס אין די דריי טעג פונעם יארצייט וואס מ'זאגט נאך פון צדיקים אז ס'הייסט נאך אזוי ווי די יארצייט, ליסקא איז באוויסט מיט די ציגיינער - זשיפסיס וואס וואוינען דארט, בעצם האמיר א שטיקל קשר מיט זיי, ווייל היטלער ימ"ש האט געוואלט אויסהרגענען די אידן און די ציגיינער להבדיל, פאר דעם קומען אלס ציגיינערס צו לויפן מאכן א ווארימען קבלת פנים פאר די אידן וואס קומען בעטנדיג פאר א דאלער אדער גנבענען חפצים פון די פוקדי הציון, (און ווי אויך פאר דעם סיבה איז דא מענטשן וואס פירן זיך אויף ווי ציגיינער... ס'אי אן אלטן קשר פון די צווייטע וועלט מלחמה...)

כדאי צו פארמיידן גניבות מאכט מען זיכער צו פארשפארן די באס אז מ'זאל נישט קומען גנבענען גארנישט, שפעטער האט שמחה כהן פארציילט אז ער איז געפארן קיין ליסקא, צוזאמען מיט שמחה שולמאן און יודל אפלדארפער וואס איז געקומען צופארן צו די נסיעה פון א באזוך אין ארץ ישראל האט ער געהאט א אייגענע געדינגענע אויטא, האבן זיי געקענט פארן עקסטער, זענען זיי געשטאנען דארט אינדרויסן און שמחה כהן האט געהאלטן זיין טעלעפאון אין די הענט און א ציגיינער האט עס ארויסגעכאפט פון זיין הענט און אוועקגעלאפן, ער האט זיך שיער מייאש געווען פון דעם טעלעפאון ער האט ארויסגענומען א פופציגער און פרובירט זיי צו זאגן אז ער גייט געבן א דעם פופציגער פאר ווער עס ברענגט אים צוריק דעם טעלעפאון, איינער האט צוריקגעברענגט דעם טעלעפאון און פרובירט צו מאכן א גוטן דיעל, איז ער געגאנגען און ארויסגעשלעפט דעם טעלעפאון פון יענעם'ס הענט און געלאפן צו די קאר און אפגעטראגן.

אונז זענען אריין צום ציון די שומר'טע איז געקומען צו פארן מיט איר רעדער בענקל צו עפענען דעם טיר, זי איז די אפיציעלע שומר דארט, זי פארטרייבט די קליינע ציגיינערלעך, ס'איז אינטערסאנט ווי זי איז מצליח צו האלטן ארדענונג מיט די שרצים'לעך דארט טראץ וואס זי איז אן אינוואליד, זיי וואלטן איר געקענט גוט באמקלען און אוועקכאפן אלע סינגל וואס זי באקומט, זי פרובירט שטארק אנצוהאלטן די איר בעג מיט די סינגלס, אבער ס'קען טאקע זיין אז אויפן וועג אהיים באפאלט מען איר טאקע..

מיר זענען אריין זאגן תהילים און זינגען ניגונים, צינדן ליכט און שרייבן קוויטלעך כמעשהו בפרעשבורג ובאוהעל כך מעשהו בליסקא, איך האב געדארפט איבערצינדן די לעכט ווייל די בילדער זענען נישט געלונגען ביים ערשטן מאל, א מזל האב איך געהאט אז אפרים האט זיך געזארגט פאר מיר... מ'האט מתפלל געווען פאר איינע פון אונזערע נאנטע חברים וואס האט נישט געקענט קומען, מ'האט מתפלל געווען ער זאל נעקסטע מאל יא קענען קומען.
תהילים זאגן אין ליסקא
תהילים זאגן אין ליסקא
imgonline-com-ua-resize-iLAmuFEL3bW (1).jpg (247.83 KiB) געזען 1606 מאל
דאס בילד איז געלונגען (קרעדיט אפרים שטיינמאן)
דאס בילד איז געלונגען (קרעדיט אפרים שטיינמאן)
imgonline-com-ua-resize-yD6T8JVhCJD6Blg (1).jpg (136.3 KiB) געזען 1606 מאל
משה פריעדמאן אלס כהן איז געבליבן אין די קאר, ער האט זיך נעבעך אפגערעדט פארוואס מ'האט נישט צוגעשטעלט קיין כהנים פלאץ אין ליסקא, ער האט נישט געקענט געהעריג מיטהאלטן, איך האב געזאגט אז בעצם פארשטיי איך אים נישט, דער אייבירשטער האט געזאגט פאר די כהנים קומטס נישט צו מקומות הקדושים, פון ענק דארף איך די עבודה נישט אנדערע זאכן, שפילט מען אויס די סיסטעם און מ'קומט יא, מ'מאכט א פענסטער, א שפאלט אין די דאך אז ס'זאל נישט הייסן א אוהל, וואס ביסטו א חכם? מ'וויל נישט זאלסט קומען, פארוואס שטופסטו דיך אריין די נאז...?

אגב איך האב נעכטן געטראפן ר' עזרא פריעדלענדער, איך האב אים פארציילט אז איך בין געווען לעצטנס אין ליסקא, זאגט ער מיר אודאי! ס'קומען דארט צעהן טויזענט מענטשן א יאר! ס'איז דאקומענטירט! ער האט פארציילט אז ער האט ממש לעצטנס אפגעקויפט די הייזער ארום די ציון, ער האט מיר געוויזן בילדער ווי מ'צונעמט די דעכער אז די ציגיינער זאלן זיך נישט קענען אריינרוקן דארט, אבער! האט ער צוגעלייגט, ס'איז אויך דא היינטיגע צייטן א ליסקא רבי וואס מאכט מופתים כמעט אזוי ווי רבי הערשעלע ליסקער מ'דארף נישט פארן ביז קיין אונגארן פאר דעם, ער וואוינט דא אין בארא פארק, מ'זעט ביי אים אפענע זאכן...!

אויפן וועג ארויס פונעם ציון איז געווען צוגעגרייט פלעשלעך קאלטע וואסער אין די פריזשידער אהערגעשטעלט לכאורה דורך די וועד הכנסת אורחים ד'ליסקא, און טעפלעך וואסער זיך צו וואשן די הענט דורך די שומר'טע, און זי איז געזעצן אין איר רעדער בענקל און אפגענומען דאלערס, חננאל מעכל האט איר אריינגערוקט דריי סינגלס מיט א ברייטקייט, פון וואס זי איז געווען זייער פריילעך, זי וועט יעצט בעסער אפהיטן דעם בית החיים לכבוד דעם.

נאך א קורצע רייזע האט מען אפגעשטיגן ביים חדר האוכל אין קערעסטיר, עס איז שוין געווען היפש שפעט, עטליכע קורצע שעות צו זמן, איך האב זיך נאך איינגערעדט אז מ'גייט עפעס דרימלען, אבער קודם האט מען זיך געזעצט עסן א ברייטן טועמיה, עס איז געווען טשולנט אין בהמה פלייש כיד המלך, איך האב זיך פיין אנגעגעסן אזש אז ס'איז מיר שוין נישט מעגליך געווען זיך אראפצולייגן מיט אזא פולע מאגן איז מען געבליבן זיצן דארט און פארברענגט באהבה ואחווה מיט א הארציגע ברודערליכקייט, ס'איז דארט געזעצן עטליכע אידן, צווישן זיי ר' בער פסח גאלדבלום, וואס איך האב דאן שוין געוואיער געווארן אז ער איז היפש עלטער פון אונז, און ער האלט שוין טיעף אינמיטן די תקופה פון חתונה מאכן קינדער, נישט ווי זיין פנים וואס קוקט אויס אז ער איז אין די דרייסיגער יארן, מ'האמיר אים אביסל אויסגעפרעגט איבער די היסטאריע פון זיין משפחה.

ווי אויך איז מען אריין אין א געשמאקע שמועס וועגן די פאליטיק אין ......, ער האט פארציילט אסאך עניינים איבער זיין עלטער זיידע האדמו"ר מ......., אז ער ארבעט אויף זיינע ספרים, ער האט אינדערהיים ארום דריי מיליאן כתבים וואס זיין זיידע האט געשריבן, ס'איז אינטערסאנט ווי אזוי א מענטש קען שרייבן אזוי סאך אין זיין לעבן, ס'מוז זיין אז ס'איז געווען השבעות הקולמוס, מיר האבן אים אויסגעפרעגט וועגן די מחלוקת צווישן די צוויי גרויסע חצרות האדמורי"ם (ווי פארשטענדליך האב איך דא אן ערנסטן פראבלעם צו שרייבן אלע דעטאלן באריכות).

דער עולם האט זיך געגרייט פאר שבת, געוויסע האבן פרובירט צו כאפן א דרים, נתנאל און שמחה אילוביץ זענען געווען ביזי אריינארבעטן צו מסדר זיין די עירקאנדישאן אין זייער צימער וואס איז נישט געווען מסודר, איך האב געמאכט טעלעפאון קאלס צו די בענקעדיגע בני המשפחה אזוי שפאצירנדיג אויף די גאס נעבן די אכסניה, איך האב באמערקט ווי אפרים ישראל כאפט א שיין בילד פון די פאנאראמע צו קענען ארויפלייגן א גוט שבת מעסעזש אויף זיין סטעטוס.
אטעטשמענטס
מ'מאכט די טעלעפאון רופן אהיים צו די משפחות אינדערהיים צו ווינטשן א גוט שבת
מ'מאכט די טעלעפאון רופן אהיים צו די משפחות אינדערהיים צו ווינטשן א גוט שבת
imgonline-com-ua-resize-66bqMKT8e9ErKD (1).jpg (295.63 KiB) געזען 1606 מאל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די ריקליינער דארט אינמיטען די גאס דערמאנט מיר פון די אשר יארצייט סיין מיט די בילדער...

אגב אין מונקאטש איז אלעס א טאג פארדעם און א טאג נאכדעם, נישט דריי טאג.
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

תרמב האט געשריבן:
ליסקא!

משה פריעדמאן אלס כהן איז געבליבן אין די קאר, ער האט זיך נעבעך אפגערעדט פארוואס מ'האט נישט צוגעשטעלט קיין כהנים פלאץ אין ליסקא, ער האט נישט געקענט געהעריג מיטהאלטן, איך האב געזאגט אז בעצם פארשטיי איך אים נישט, דער אייבירשטער האט געזאגט פאר די כהנים קומטס נישט צו מקומות הקדושים, פון ענק דארף איך די עבודה נישט אנדערע זאכן, שפילט מען אויס די סיסטעם און מ'קומט יא, מ'מאכט א פענסטער, א שפאלט אין די דאך אז ס'זאל נישט הייסן א אוהל, וואס ביסטו א חכם? מ'וויל נישט זאלסט קומען, פארוואס שטופסטו דיך אריין די נאז...?
קודם א ריזיגן שכח פאר דיין טאג בוך ס'שפירט זיך ביים ליינען ווי מ'איז ממש דארט און בפרט די בילדער וואס געט אסאך צו.

לגבי די כהנים איז דא א ווארט פון איינע פון די צדיקים איך געדענק נישט יעצט פון וועם אז וואס א ישראל פועל'ט מיט השתטחות פועל'ט א כהן ביים שטיין ביים גדר פון בית החיים.
ס'איז נישט אז מ'וויל נישט זיי זאלן קומען, מ'וויל זיי זאלן קומען און שטיין אינדרויסן.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דרים איז די זאך.

ש'כח!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ממוצע האט געשריבן:
דרים איז די זאך.

ש'כח!
נאכן אויף זיין אזויפיל שעות וואלט א קליינע דרימל נישט געהאלפן, סוואלט זיך אויסגעפעלט אן ערנסטן דרים.....

די קשיא איז נאר אז אן ערנסטע דרים אזא כאפט מען נישט
אחינו הספרדים
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחינו הספרדים »

אהה...
איז דאס מעכטיג !

נעקסטע מאל שווים איך מיט :)
וויאזוי קען איך איהם לויבן און דאנקען אויף אלע חסדים
וואס ער טוהט און טוהט מיט מיר יעדן טאג נאך און נאך
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

שיינע שטיקל צוגעלייגט, כ'שפיר די שמחה און אויך די התעורורות
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אחר חצות האט געשריבן:
שיינע שטיקל צוגעלייגט, כ'שפיר די שמחה און אויך די התעורורות
כשמך כן הוא... שרייבט תגובות נאך חצות...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”