צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
עס איז שוין דורך צוויי טעג פון ווען איך האב געלאנדעט צוריק אין ניו יארק, די מידעקייט וועפט צוביסלעך אויס, עס קוקט אויס אז נאך א גוטע צוויי וואכן פון פולע נעכט שלאף וועט זיך שפירן צוריק ווי פארדעם, דערווייל טאנצן ארויף אין קאפ זכרונות און אינטערסאנטע מאמענטן פון די עטליכע טעג וואס איך האב פארוויילט צוזאמען אויף די וועגן מיט די גאנצע חבריה, איך בין קוים אקארשט צוריק געקומען אבער איך בענק זיך שוין, איך בענק צו די געשמאקע צייטן וואס איך האב געהאט דארט, די ווינדערליכע געשמאקע געפיל פון פארברענגען מיט ידידים איז עפעס וואס עס שפירט זיך נישט יעדן טאג.
איינע פון די שטארקע זאכן וואס איז ארויסגעקומען אויף אונזער נסיעה, איז געווען די הערצער האבן זיך געעפענט, מ’האט אויסגעוואשן די הערצער, מ’האט זיך אויסגעגעבן אביסל, מ’האט אויפגעלאזט אביסל די די מויער ארום די הארץ, מ’האט זיך אויסגעבעטן אויסגעוויינט און ארויסגעגעבן דעם זעהל, מ’איז אהיימגעקומען אנדערע מענטשן, נישט ממש אנדערע, נאר די אמת’ע אנושיות איז ארויסגעקומען ווער עס האט נישט געקענט אליינס האט אביסל משקה פארענדיגט דעם זשאב, איך וועל נישט מאריך זיין דא נאר מ’וועט שרייבן על הסדר.
עטליכע וואכן צוריק האט יוסף העכיל (אלע נעמען זענען פיקטיוו) ארומגערופן דעם עולם חברים מקשיבים, ווער עס איז גרייט צו קומען זאל זיך איינמעלדן, איך בין פון די מינע מענטשן וואס זענען אלס אין פאר א טשיל, האב איך גלייך אפגענומען רשות ביי מיין הויז געזונט, זיי האבן גלייך מסכים געווען וויסנדיג ווי שטארק איך גלייך צו גיין האקן א לעבן, איך בין ארויף אויפן ליסטע, אסאך וואוילע אידן פון אלע עקן פונעם ספעקטרום זענען ארויף אויפן ליסטע, מיין עקסייטמענט איז געשטיגן ווי א טאג עס איז אריבער.
משה פריעדמאן כדרכו מיט זיינע עסקנות'ן אייביג האט געעפענט א טשעט חבורה פאר די ריינע אידן וואס האבן נישט קיין שייכות צו די אומגעווינטשענע איבלען פון וואטסעפפ, האט זיך דארט געפארעמט א ווארימע חבורה פון וואילע אינגלייט ווי מ’האט דורכגעטון וועלכע קאפצודעק מען וועט אנטון אויפן שבת, געווען דארט אזעלכע וואס האבן נישט געוואלט משנה זיין קיין קוצו של איד, זיי האבן דערקלערט מיט פאטאס אז זיי וועלן זיך נישט אוועקרירן פון דעם פערצן אינטשיגע שטריימל וואס זיי האבן געזעהן אין שטוב, היות דאס איז דער מנהג וואס דאס איז אותיות גיהינום וועלן זיי זיין גרייט מיטצומאכן דעם העל פון זיך שלעפן מיט דעם גראבן שווארצן רעדל, אפילו משה איש וויליאמפעסט האט זיך אויסגעדרוקט מיט חרטה געפילן נאכן מאכן דעם טעות פון מיטנעמען דעם געהעריגן שטריימל.
איך האב געקלערט און זיך געישוב'ט צו איך זאל נעמען מיין גאנציעריגע שטריימל וואס איך טו אן נאר פורים אדער מיין פורים שטריימל וואס איך האב אן א גאנץ יאר, איך האב דאך נישט געוואלט זיך שלעפן מיט דעם זעקס טויזנט דאלערדיגע שטריימל אבער מצד שני האב איך מורא געהאט פון די לאכערס וואס וועלן אפלאכן פון מיין פופצן דאלערדיגע שטריימל וואס קוקט אויס ווי א שטריימל וואס מ’פלעגט גיין ביי ר’ ישעי’לעס מלווה מלכות, למעשה נאך שווערע דילעמעס איז געבליבן אז איך וועל ברענגען צוויי, איינס וועל איך געבן פאר א צווייטן אזוי וועל איך נישט זיין דער איינציגסטער אזא בחינה פון שניים שעשהו וואס איז נישט פאני, נאכן איבערטראכטן איז געבליבן אז איך מאך זיך נישט צו טון פון קיינעם איך טו וואס איך פארשטיי זאל זיך יעדער איבערדרייען און אזוי האב איך געטון גענומען דעם ביוטעפול בעל שם טוב שטריימל אויסגעקעמט די האר און יאללא צוויי שטריימלעך אין זוטשקע אריין.
די טעג צו די נסיעה איז געווארן קורצער און קורצער, מ’האט שוין געהאט א מכובד'יגע ליסטע פון קרוב צו צוואנציג אנשים חשובים וואס קומען אויפן נסיעה, די בני בית האט צאמגעפאקט די פעקלעך, איינגעפאקט אסאך עסן ווייל מ’גייט דאך קיין קערעסטיר טאר מען נישט מסיח דעת זיין פון עסן פאר קיין רגע נישט, איך האב איינגעמאלדן מיינע נאנטע וועגן די אפקאמינג נסיעה, איינער האט מיר אנגעמערקט אז איך גיי פראווענען צוויי ימים טובים אויפאמאל שבת נחמו מיט קערעסטיר, דאס איז שוין נעקסט לעלוול האלינעס....
א גאר נאנטער האט אזוי געגעבן א ווארף אריין אז מ’קען צוזאגן אז מ’ווערט געהאלפן צוריק צו גיין זאגן שכח אזוי ארבעט עס בעסער, ר’ ישעה’לע האט בעסער ליב ווען מ’קומט נאכאמאל, איך האב פרובירט צו זאגן אז איך גיי בכלל נישט פארדעם איך גיי סאך הכול מאכן א לעבן לכבוד שבת נחמו אבער די חברה כאפן נישט קיין רמזים האב איך צאמגעפאקט שליח מצווה געלט מיט לאנגע קוויטלעך וואס איך האב למעשה פארגעסן אינדערהיים...
דער גרויסער טאג איז אנגעקומען מיטוואך פרשת ואתחנן, איך האב זיך אפגעשמועסט צו פארן מיט אפרים ישראל פון פלעטבוש ווי ער ארבעט, ער האט מיר אנגעשדכנט צוויי מצוות, איך האב באקומען א פעקל דעליווערט פון מפואר זשודעיקא מיט צענדליגע חלה דעקלעך ארויפגעסטעמפט דערויף מיט גאלדענע אותיות שבת נחמו בקערעסטיר באשטעלט דורך ר’ משה יוסל איש קערעסטיר כדאי צו אימפרעסן אונזער גרופע פון שיינע אידן, ווי אויך איז דעליווערט געווארן צו מיין טיר צוויי באקסעס פונעם גראסערי וואס ווערט געפירט דורך אפרים ישראל’ס ברודער, אנגעפילט מכל טוב וטוב שאקאלאדן ניסלעך צוקערלעך מילעך און פאום קאפס, די באקסעס זענען געווען איינגעוויקלט אין שווארצע פלעסטיג בעגס, מיין בני בית נישט וויסנדיג וואס די באקסעס זענען האט זיך שוין געפריידט אז אפשר האט איינער צוריקגעברענגט מיינע עיר קאנדישאנס וואס מ’האט מיר באגנבעט פון מיין סטארעזש...
איך האב מיר צאמגעפאקט מיין האב און גוטס אביסל וועש און צוויי בעל שם טוב שטריימלעך, מ’האט מיר אריינגעפאקט קליינע זייפלעך דעאודרענטס טוט פעיסטלעך און שאמפו, איך האב נישט פארשטאנען פארוואס מ’קען נישט שטינקען פאר א פאר קורצע טעג, אלע באקוועמלעכקייטן מוז מען זיך מיטשלעפן ביז קיין איירופא?! אונזערע זיידעס אינדערהיים אין אונגארן האבן נישט געוויסט פון די זאכן...
אן אובער האט מיר דעליווערט קיין פלעטבוש צו אפרים ישראל'ס ארבעטס פלאץ, ס’קוקט אויס ווי ער ארבעט אין א פיינעם אפיסל דער מעכאלאוויטש איך האב אפילו גענוצט די טוילעט דארט, פון דארט האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צום עיראפארט, ס’איז נאך געווען היפש פרי אבער אפרים ישראל האט געהאט שטארקע דאגה וועגן אסאך באקסעס וואס ער האט געדארפט זעהן אז ס’זאל אנקומען צו משה יוסל’ס גאסט הויז, אפיציעל איז עס געווען לאקשן מיט פערפל, וואס איז עכט געלעגן דארט ווייס איך נישט, אפרים ישראל האט געבעטן אז ווער ס’טשעקט נישט אריין קיין רענצלעך זאל אריינטשעקן א פעקל פאר משה יוסל, איך האב נישט געוואלט נעמען ווייל איך האב מיך נישט געוואלט דערזעהן אין די נייעס ווי די דריי בחורים אין יאפאן וואס חידו ווייס וועט דארפן קומען באפרייען און איך וועל ווערן א סעלעבריטי און ליבוש ליש וועט מיר שיקן בריוון, איך בין נישט אזא פחדן אבער דאך ס’איז דא אזא פאליסי נישט צו נעמען פרעמדע זאכן, האב איך טאקע נאר אריינגעטשעקט א באקס פון עסן פון אפרים ישראל'ס ברודערס גראסערי.
פארזעצונג קומט בס"ד

לעצט פארראכטן דורך תרמב אום דינסטאג אקטאבער 25, 2022 9:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
Wow nice!!!
subscribe
subscribe
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
מ'הערט יעדעס ווארט, דו רעד נאר... (קרעדיט: יצחק שלמה)
סובסקרייבט (קרעדיט: את פתח לו)
סובסקרייבט (קרעדיט: את פתח לו)
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
סשמעקט היימיש...
זעץ פאר...
זעץ פאר...
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
אגב מזל טוב צו 5000 תרמב תגובות
- enjoy
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6610
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
- לאקאציע: אייוועלט.קאם
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
מזעמיר גרייט פאר ווייטער...
- enjoy
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6610
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
- לאקאציע: אייוועלט.קאם
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
מיינסט אוודאי צוזאגן קרוב צו צוועלף הונדערט...הארזים האט געשריבן:אגב מזל טוב צו 5000 תרמב תגובות
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
מען רעכענט עס מיט זיין אלטע ניק, ניין?enjoy האט געשריבן:מיינסט אוודאי צוזאגן קרוב צו צוועלף הונדערט...הארזים האט געשריבן:אגב מזל טוב צו 5000 תרמב תגובות
- נישטאמת
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4000
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
- לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
את פתח לו האט געשריבן:Wow nice!!!
subscribe
enjoy האט געשריבן:מזעמיר גרייט פאר ווייטער...
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
וואסינייעס... תרמב מיט א פרישער טאג בוך,
יעי
מזל טוב צום פינעווער
יעי
מזל טוב צום פינעווער
לעצט פארראכטן דורך אחר חצות אום מיטוואך אקטאבער 19, 2022 4:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- מיניטשער וועלט
- שר האלפיים
- תגובות: 2427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
געשמאק ווי א קיפעלע , גיי ווייטער !
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
אחר חצות האט געשריבן:וואסינייעס... תרמב מיט א פרישער טאג בוך,
יעי
מזל טוב צום פינעווער
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
תרמ”ב? קודם האמיר זיך שוין סובסקרייבד!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
תרמב האט געשריבן:
מזל טוב תרמב שר חמשת אלפים!!!
- חילי פאנעט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 430
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 3:42 pm
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
מזל טובThank you האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:מזל טוב תרמב שר חמשת אלפים!!!
מיר קענען קוים ווארטן צי באקומען א נאטעפיקאציע אז הרב תרמב האט געשריבן נאך א שטיקל
קיפ איט אן
?
- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
מט צום 5
סובסקרייסד צום אשכול
סובסקרייסד צום אשכול
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000

- א נייניקל
- שר האלפיים
- תגובות: 2002
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
- לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
Wאט עי שפראך......
א נסיעה"לע מיט @תרמב איז נישט קיין קלייניגקייט
האמיר זיך סובסקרייבד מיטצופארן
און מזל טוב פאר דיין פינעווער

- kyshtiper
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4295
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
פיין פיין, גיי אן
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
פון אייסלאנד קיין קערעסטיר און צוריק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם

- בדרך אפשר
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6318
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
- לאקאציע: על חוט מתוח
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
א נייער טאגבוך פון תרמ”ב לכבוד די נייע יאר, וואס קען זיין בעסער! לוקינג פאווערד
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
ויסעו!
ס’איז געווען זייער באטעמט צו זיצן אין אפרים ישראל'ס אויטא, מ’האמיר געהערט געשמאקע לידער, איך האב אפילו אפגעכאפט א ווידיאו ווי אפרים ישראל דרייווט אונטערן רושם פון א פייערדיגע זמר וואס ר’ חנן בן ארי האט פארפאסט, אפרים ישראל האט געפארקט אין א פארקינג לאט אונז האבן גענומען א וועגעלע ארויפגעלייגט אלעס און געגאנגען צו די טרעין וואס האט אונז צוגעפירט צום טערמינאל, אויפן וועג האט משה פריעדמאן אריינגערופן זיכער מאכן אז אונז זענען אקעי, ער האט געעפענט א טעקסט גרופע פארן עולם היות ער איז דאך אלס דער עסקן מיטן קאפ אויפן פלאץ, האט ער זיכערגעמאכט אז יעדער איז אינפארמירט מיט וואס מ’דארף וויסן, איין פראבלעם האב איך נאר געהאט, אז בשעת’ן נסיעה האב איך נישט געקענט באקומען קיין גרופ טעקסטס, איך האף אז איך האב נישט פארפאסט גארנישט וואס משה האט וויכטיג געדארפט איינמעלדן.
אנקומענדיג צום לופטפעלד האט אונז אפגעווארט דעם געווענטליכען הוא הא וואס טוט זיך אין גרויסע לופטפעלדער, למרבה המזל דארף מען שוין נישט קיין מאסקעס היינטיגע צייטן האט מען נישט געדארפט עסן א גאנצע וועג...
דער עולם האט זיך אנגעהויבן אנרוקן צום לופטפעלד, איך האב אריינגעטשעקט א באקס מיט נאש, אפרים ישראל איז געשטאנען און גע'עסקנט זיכער מאכנדיג אז יעדער נעמט א רענצל פאר ר' ישעילע'ס גאסט הויז, איך האב זיך געטראפן מיט ידיד נפשי דן שמחה פריעד מיט זיין צוקער זיסע שמייכל, ער איז געשטאנען אינדרויסן דארט ווי די קארס קומען אן און גערוקט איין ציגארעטל נאכן צווייטן ווייל פאר עטליכע שעה גייט מען נישט קענען אריינעמען קיין ציגארעטל אין מויל אריין ער איז געקומען אויסשטאפירט מיט אלע קלאפערגעצייג קאפעטשינאו'ס און א גרויסע לייטער אין זיין וועסטל טאש, ווי אויך האב איך זיך באגריסט מיט די צוויי דערהויבענע קרעטשניפע חסידים, יוסף העכיל און מרדכי אהרן עפשטיין, איך האב אים געדענקט פון לעצטע מאל וואס איך האב אים געטראפן מיט א שווארצע בארד, זעהט אויס אז ער האט שוין געגעסן אסאך קוגל זינט דעמאלטס און ער איז נשתנה צורה געווארן...
איך און דן שמחה זענען אריין צוזאמען זיך צו שטעלן אין די ליניע אריבערצוגיין צו די קאסטום'ס, עס איז געשטאנען א גרויסער עולם אין די ליניע, דן שמחה האט מיר אונטערגעהאלטן בשעת'ן ווארטן, ער איז דאך מלא וגדוש, ער האט געזאגט שיינע עניינים און דברי תורה פון ר' נחמן ברסלב'ער, צו וועם ער איז אדוק ומקושר, ער האט פארענטפערט א סתירה צווישן צוויי ברסלבע עניינים, וואס קוקן אויס ווי א סתירה, איין פלאץ שטייט אז מ'זאל אלס טראכטן פון איה ווען מ'שפירט א מצב וואס מ'האט נישט די מוחין און מ'שפירט נישט קיין טעם אין רוחניות זאל מען אריינטראכטן איה ווי איז דער באשעפער און דן איז מען זוכה זיך צו מדבק זיין אינעם אייבירשטן, א צווייטע פלאץ שטייט אז ווען מ'האט גארנישט זאל מען זיך מחזק זיין במילא דשטותא, איז אים שווער געווען וואס הייסט מ'האט נישט גארנישט מ'קען דאך אריינטראכטן אין איה? האט ער געענטפערט עפעס א תירוץ איך דארף אים עס איבערפרעגן, איך שעם מיך אבער עס צו פרעגן ווייל ער האט עס געזאגט ביי זיין דרשה שבת צופרו, פיל איך סטופיד אז איך האב שוין פארגעסן זיין תירוץ נאכן צוויי מאל הערן, ער וועט נאך טראכטן אז איך האב אים נישט אויסגעהערט, בשעת איך האב אויסגעהערט יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט, דן שמחה האט מיר געזאגט נאך עטליכע שיינע געדאנקען, ער האט מיר דן געווען לכף זכות אויף אלע מיינע עבירות, זאגנדיג אז ער פארשטייט פונקטלעך מיינע סטראגלס.
די ליניע האט זיך שטייטערהייט גערוקט, אזוי גייענדיג האבן מיר געזען א איד שטיין אין די ליניע, איך האב זיך געווינדערט ווער דאס איז, ביז איינער האט מיר פארציילט אז דער איז א זון פון דער ...... רבי, און ער איז דא אויפן אינציאטיוו פון משה גוטמאן, יענער האט עס געזאגט מיט אזוי קרום מיט די נאז, נישט פארשטייענדיג וואס ער זוכט אויף אונזער גרופע, אבער דאס איז עס, ער צאלט קומט אים צו דעסיידן ווער ס'זאל קומען, מ'האט געהאפט אז ער זאל נישט נערווירן קיינעם, מיר זענען אנגעקומען צו די סעקיוריטי זיך אויסגעטון די שיך און אריבער די סקענער, מ'האט גארנישט געטראפן, איך בין לעצטנס גאר פראפעשענאל, איך קום מיט קראקס, אזוי דארף איך זיך נישט מוטשענען צו אנטון די שיך בשעת די הויזן גליטשט זיך אראפ צו פאלן היות די פאסיג איז נישט אנגעטון....
מיר זענען אריבער צו איינע פון די דיוטי פרי געשעפטן זיך איינצוהאנדלען ציגארעטלעך פאר ביליג, איך רייכער נישט אזוי סאך אבער היות ס'איז אזוי ביליג מ'קויפט פיר פאר די פרייז פון דריי, האב איך געקויפט עס צו קענען פארקויפן, מ'טאר קיינמאל נישט מיסן קיין אפארטוניטי....
דן שמחה האט מיר געזאגט אז ער האט א קארטל מיט וואס ער קען אריינגיין אין לאונזשעס און ער קען מיטנעמען נאך איינעם האט ער מיר געאפערט מיטצוקומען, איך האב זיך זייער געפריידט צום פארשלאג, היות איך האב נאך קיינמאל נישט באזוכט קיין לאונזש האב איך עס געוואלט פרובירן, קודם האבן מיר אפירגעזוכט די לאונזש פון עיר פראנס ווייל דן שמחה האט געהערט אז זיי האבן די בעסטע לאונזשעס, אבער זיי זענען געווען פול האבן זיי געזאגט אז זיי נעמען נאר ווער ס’צאלט, זעמער געגאנגען צו די לאונזש פון לופטהאנזא וואס אונזער פלייט אוסטריען עיר איז אפיליאירט מיט זיי, אויפן וועג האבן מיר דורכגעוואקט די פולע רעסטוראנטן וואס זענען דא בשפע אינעם לופטפעלד, ווען איך פלי איז פון די צייטן וואס די אתה בחרתנו ציפט מיר אביסל, מ’זעהט ווי אלע גוים זיצן און האקן נאכטמאל אויף אלע באקן, מרוקט פרענטש פרייס מיט געפרעגלטע בייליג און מ’טרונקט צו אזא הויעכע גלעזל נאכן אנקומען אין עיראפארט אויסגעהונגערט, פארן פלייט אטעמט מען אפ פון די יאגעניש און די פרעשור, און נאך דעם שטעלן זיי זיך צו די ליניע ארויפצוגיין אויפן פליגער א דריי פערטל שעה בעפאר מ’עפענט די טירן, זיי זענען פיין אנגעגעסן שטייען זיי מיט א רואיקייט, בשעת די אידעלעך קומען אן פארשוויצטערהייט מאכט מען א מניין מנחה מעריב נאכדעם לויפט מען די לעצטע מינוט צום געיט מיט א עול אז מ’דארף זיכער מאכן נישט צו זיצן אויפן פליגער נעבן איינער פון די פארקערטע זייט מחיצה, און נאך זעהן צו מאכן א קידוש השם אויך, אזעלעכע צייטן קרעכטס איך מיך צו זיך מי כעמך הגוים.....
איך האלט אינמיטן שילדערן ווי אונז זענען אריין אין די לאונזש פון לופטהאנזא, ווי מ’האט אונז שיין אויפגענומען, איך האב אריינשפאצירט ווי א שיינע מכובדיגער איד און זיך אוועקגעזעצט אויף א שיינע בענקל ביי די ווינדאו וואס קוקט ארויס צו די עראפלאנען, עס האט געהערשט א שטילקייט אלע גוים זענען געווען אריין געטון אין זייער לעפטאפס דן שמחה האט געכאפט א בילד פון די גאנצע סיטואציע ווי איך זיץ מיט די קראקס אויסגעצויגן אויף א רעבישן בענקל נעבן די פענסטער, איך האב עס ארויסגעשיקט צו עטליכע חברים זאלן זיי זיין זשעלעס אביסל. נעקסטע פארזעצונג

לעצט פארראכטן דורך תרמב אום דינסטאג אקטאבער 25, 2022 9:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
די נעמען וואס ער קראצט צוזאם יעדע מאל...
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
דער איז פיינע פרישע אויפגעקאכטע ווארע, איך גלייך עס שטארק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
- א נייניקל
- שר האלפיים
- תגובות: 2002
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
- לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
געליינט, און זייער הנאה געהאט.
ייש''כ
ייש''כ
- הארי פלארי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4441
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm
Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!
תר מא"ב...
איבערמעכטיג!
איבערמעכטיג!