צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מאנטרעאל אויג האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
אחינו הספרדים האט געשריבן:
מ'האט אונז נישט געלאזט פירן א סעודה אליינס.... העסטע כאפן....
איך טראכט פונקט, איך האב כמה פעמים געוויילט פאר שבת אין מעז'יבוז און יעדע מאל עקסטער הנאה געהאט צו זיצן ביי מיין טישל אין ווינקל און באטראכטן ווי איינער מאכט קידוש און ווי דער זינגט זמירות און ווי יענער זאגט מוסר פאר זיין איידעם פארוואס ער עסט זיך אן ביים קידוש און נאכדעם קען ער נישט עסן מאכלי שבת (מעשה שהיה - טבת תש"פ)...

איך פארשטיי נישט פארוואס אין קערעסטיר (איך בין געווען ביי רובין אין דא הער איך אז ביי פרידלענדער איז נישט אנדערש) דארף מען זיצן ביי איין לאנגע שבת טיש מיט ווער ס'האט עולה בגורל געווען צו אריינפאלן די וואך אין קערעסטיר און הערן שלש סעודות תורה פון דער רב/רבי וואס האט עולה בגורל געווען די וואך צו באשיינען די אויבן אן פון קערעסטיר מיט די פעפיטע הויזן און סטראוקעס.
דא איז אונזער ווייטאג געווען גרעסער, מיר זענען נישט געווען א קליינע פאמיליע, מיר זענען געווען א אן אייגנארטיגע קבוצה פון ניינצן מענטשן, אונז האבן געוואלט פראווענען פאר זיך, ס'האט זיך למעשה אויסגעארבעט, אשר על כן זאל איך מיך נישט אפרעדן אזוי סאך...
איך האב שוין אמאל אויך געהאט דאס, איינער דארף מסדר זיין די זאך, עס קומט א חבורה געב אים די פריוואטקייט, ער צאלט גענוג אז מען זאל אים דאס געבן.
איינער הערט מיר אויס? העלאו??
יא יא

איך הער יעדעס ווארט...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

צפרא דשבתא!

שבת צופרו איז מען אויפגעשטאנען מיט דערפרישטע כוחות, איך געדענק גארנישט פון די מקווה און פון שחרית, די חלק טאג האט זיך ווי אויסגעמעקט פון מיין מוח, איך ווייס נישט צו ווייל איך האב פארגעסן אדער ווייל איך האב נישט געדאוונט, גיי ווייס, מיין זכרון הייבט זיך אן פון די קידוש וואס איז געווען אנגעגרייט פארנט פונעם בית מדרש אין חצר אונטער די פלוימען און עפל ביימער, עס זענען געזעצן דארט די אלע אורחים נכבדים וואס זענען געווען דארט צוגאסט, חוץ אונזער עולם וואס האט זיך נאך געהאלטן אינמיטן באקראצן, איך בין געזעצן דארט מיט אפרים שטיינמאן, און געשמועסט מיט די חברה, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז צוויי פון די מידל עיזש אידן דארט קומען פון מיין שטאט בארא פארק, איינער א סאטמארער וואס שטאמט פון א וויזשניצע פאמיליע האט זיך שיין באגריסט מיט שטיינמאן.

דארט איז אויך געזעצן א גאנץ יעריגע קערעסטירע תושב, וואס קומט פון א היימישע פאמיליע, ער איז געווען היפש אנגעשאשקעט, אנגעהאט אזא פורים קנייטש היטל און האט פארציילט א אינטערסאנטע מעשה פון ר' שלמה'לע, איך געדענק נישט צו ער האט פארציילט פון ר' שלמה'לע באבובער אדער פון שלמה קרליבאך, איך האב געפרעגט אפרים שטיינמאן צו ער געדענקט אבער ער געדענקט נישט.

דערווייל האט זיך געשטעלט א מניין שחרית פון אונזערע אידן וואס האבן זיך ענדליך דערוועקט, ביי קריאת התורה בין איך אריין, ר' בער פסח האט געלייענט אפילו ער האט שוין געענדיגט דאווענען, איך האב געהאט הגבה, ביי מפטיר האט זיך דער גאנצער עולם צוזינגען מיט התלהבות, אוי נחמו נחמו עמי! אוי נחמו נחמו עמי! מיטן גאנצן קנאק, עס האט געהערשט א געוואלדיגע נחמה אין די לופטן לכבוד שבת נחמו, דער עולם האט זיך אמתדיג געטרייסט מיטן גאנצן הארץ.

נאך מוסף איז מען ארויס קידוש מאכן, עס איז געווען פיינע עסן דארט ווי עס פאסט זיך אין קערעסטיר, עטליכע סארט הערינג, היימיש געמאכט דארט אין קאך, לעבער און פליישלעך, טשולנט און אסאך ברוינפען, דער עולם האט פיין געגעסן און פיין געטרונקען, מ'האט פרובירט די ברוינפען און יענע וואדקע, עס איז געווען גאר פריילעך.

נאך די קידוש איז מען אריין צו די סעודה, עס איז געווען גאר א געשמאקע סעודה, איך האב געטרונקען אסאך ברוינפען, עס איז געווען גאר לעבעדיגע ווייבס האב איך געוואלט זיין א חלק פון די מצב, האב איך געטרינקען נאך א גלעזל, און נאך איינס, איך האב אבער געשפירט אז ס'ארבעט עפעס נישט, דן שמחה האט מיר געזאגט אז איך זאל נישט מישן קיין וואדקע און קיין וויסקי, אבער עס איז שוין געווען דערנאך, די שמחה איז יעדע שטיק צייט ארויף געגאנגען העכער און העכער.

דן שמחה האט זיך אויפגעשטעלט אויף א בענקל צו זאגן תורה, ער האט אנגעהויבן מיט א שיינע משל, ער האט געזאגט אז עס איז דא חברה הצלה און די פאליציי און שומרים און די פייער דעפארטמענט, זיי קאמיוניקירן אלע אויף ראדיאו'ס, איז דאך דא א מוראדיגע פראבלעם אז יעדער וועט אריינרעדן וועט מען נישט פארשטיין וואס מ'רעדט, עס וועט זיין א דור הפלגה מ'וועט נישט וויסן מ'וויל, פאר דעם איז דא א ספעציעלע סיסטעם, אז יעדער רעדט אויף א אנדערע טשענעל, אלע הצלה לייט גייען ארויף אויף איין טשענעל שומרים אויף א צווייטע שמירה אויף א דריטע, אזוי פארשטייט מען זיך איינע דעם צווייטן, דא איז דן שמחה צוגעקומען צו די נמשל, אויפהייבנדיג א פלעשל ברוינפן וואס איז געלעגן נעבן אים, וואס דערויף איז געשטאנען אז דער פלעשל איז די צוועלווטע זשענערעישאן, האט ער געזאגט איך גיי יעצט רעדן אויף טשענעל טוועלף! ווער עס פארשטייט נישט וואס איך רעד איז א סימן אז ער איז נישט אויף די ריכטיגע טשענעל.... דאן האט ער געזאגט א הערליכע שמועס, שיינע געדאנקען געבויעט אויף תורת ר' נחמן מברסלב און פון נאך צדיקים, אביסל האב איך דערמאנט אנפאנג נסיעה ווען ער האט מיט מיר מיטגעטיילט א חלק פון די עניינים אויפן וועג צו די סעקיוריטי אין עיראפארט.

דער עולם האט געטאנצן און געשפרינגען, די ברוינפן האט אנגעהויבן ווירקן אויף מיר, איך האב אנגעהויבן שפירן אזא עקספיריענס וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געשפירט, איך האב ממש נישט געשפירט מיין קערפער, איך האב זיך נאך קיינמאל נישט אזוי אנגעטרונקען, איך האף אז איך האב זיך נישט פארשעמט, נתנאל איז געווען אין א גוטע גוסטע, ער איז אריינגעקומען אין זאל יעדע שטיק צייט אנגעטון מיט אנדערע בגדים, דארט איז געווען אין א זייט א אויסוואל פון שטריימלעך און הוטן, יעדע שטיק צייט איז נתנאל אפירגעקומען אנגעטון מיט עפעס אנדערש, אמאל ווי א גורער מיט א ספאדיק, אמאל ווי א ליטוואק, אמאל ווי א חבדסקער מיט די ציצית ארויסגעשטעקט פונעם העמד, מיט א קורצע רעקל וואס ער האט געבארגט פון איינע פון די חברה דארט, ער האט נאך געמאכט די תנועות ווי די חבדסקע און די גורע, ער האט ממש אויסגעקוקט ווי איינע פון זיי, עס איז געווען גאר א לוסטיגע מצב.
א בילד פון נתנאל זונטאג פארטאגס אנגעטון ווי א גורער, אדער פון ר' שאול'ס חסידים, מ'זעט נישט קלאר אויפן בילד וואס ער איז...
א בילד פון נתנאל זונטאג פארטאגס אנגעטון ווי א גורער, אדער פון ר' שאול'ס חסידים, מ'זעט נישט קלאר אויפן בילד וואס ער איז...
imgonline-com-ua-resize-lm1ibQF3iDQh.jpg (103.36 KiB) געזען 1113 מאל

מען האט געדאוונט מנחה גלייך נאך די סעודה, איך בין נישט געווען אין די מצב פון דאווענען דאן, איך בין געגאנגען צו די אכסניה, עס האט זיך פארמירט א קופקע אין די צימער ווי עס זענען געשלאפן דן שמחה און ר' בער פסח, רב גאלדבלום האט פארציילט אביסל איבער זיך זיינע מיטמאכענישן וואס ער איז דורך אין זיין לעבן, עס איז געווען גאר רירנד צו הערן, דן שמחה איז געזעצן אויף זיין בעט און עס זענען געפלאסן טרערן פון זיינע אויגן, אזוי איז מען געזעצן ביז מען האט געהערט דן שמחה שנארכעצן...

איך האב זיך געגעבן א שטעל מנחה ביים כותל ארום אכטע צייט און איך בין אריינגעפאלן אין בעט, צעהן אזייגער, איז דן שמחה אריינגעקומען וועקן, עס איז שוין געווען מוצאי שבת, ער האט אנגעצינדן די לעקטער, איך האב זיך דערוועקט מיט דן שמחה העכער מיין קאפ מיט א גלעזל וואסער, זשאסט אין קעיס אז איך שפיר זיך נישט גוט האט ער מיר געגעבן צוטרונקען, איך האב געהאט קאפ אויפן פלאץ און איך האב געדענקט אז איך דארף הערן הבדלה, איך האב זיך געפילט גוט ב"ה, נישט אזוי ווי אפרים, וואס די ברוינפען האט געהאט א שלעכטע השפעה אויף אים און ער האט זיך געשפירט קרענקי ביזן אנקומען אהיים.

מען האט געכאפט א ציגרעטל און מען איז צוריק צום בית מדרש, דארט האט זיך געמאכט א מניין מעריב, איך האב געהערט אז ביי של"ס, האבן זיך די אלע שיינע אידן מחיה געווען, די אלע טראבל מעיקערס זענען געווען אדער אין בעט אדער אויסגעהרגעט, ענדליך האבן זיי געקענט פירן די זאך ווי עס דארף צו זיין, רב שנעעבאלג פון ענגלאנד האט געזאגט א לאנגע שאלעשידעס תורה, א באצאלדונג פאר די סעודות וואס ער איז געזעצן שטיל אין די זייט...
מעריב אין בית מדרש מוצאי שבת
מעריב אין בית מדרש מוצאי שבת
imgonline-com-ua-resize-E6iFOAstMkh0E5.jpg (134.25 KiB) געזען 1113 מאל
מוצשב"ק אין קערעסטיר

רבותי קאמענטירטס ביטע צו האלטן דעם אשכול אויפן אויבערפלאך
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

פיינע ווארע
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אה.. ענדלעך קענעך שוין א ביסל רילעיטען..
דער ווייסט נישט ווי ער האט אנגעהויבן דעם טאג, אבער ער ווייסט אז ער האט קידוש געמאכט..

פיין, גיי אן מיט א פרישקייט!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איך גלייך די משל פון רבי דן שמחה מיט די ראדיוס
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

די מצה שטריימל דארט שטייט צום פארקויפן?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

פייער טראק
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2022 8:14 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער טראק »

תרמב האט געשריבן:
שבת צופרו איז מען אויפגעשטאנען מיט דערפרישטע כוחות, איך געדענק גארנישט פון די מקווה און פון שחרית, די חלק טאג האט זיך ווי אויסגעמעקט פון מיין מוח, איך ווייס נישט צו ווייל איך האב פארגעסן אדער ווייל איך האב נישט געדאוונט,
תרמב האט געשריבן:
דערווייל האט זיך געשטעלט א מניין שחרית פון אונזערע אידן וואס האבן זיך ענדליך דערוועקט, ביי קריאת התורה בין איך אריין, ר' בער פסח האט געלייענט אפילו ער האט שוין געענדיגט דאווענען, איך האב געהאט הגבה, ביי מפטיר האט זיך דער גאנצער עולם צוזינגען מיט התלהבות, אוי נחמו נחמו עמי! אוי נחמו נחמו עמי! מיטן גאנצן קנאק, עס האט געהערשט א געוואלדיגע נחמה אין די לופטן לכבוד שבת נחמו, דער עולם האט זיך אמתדיג געטרייסט מיטן גאנצן הארץ.
געדענקסט יא די דאווענען אדער נישט?
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

פייער טראק האט געשריבן:

איך געדענק אז ס'איז געווען נאך א מניין, אבער איך געדענק נישט ווי איך האב געדאוונט...
פייער טראק
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2022 8:14 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער טראק »

תרמב האט געשריבן:

רבותי קאמענטירטס ביטע צו האלטן דעם אשכול אויפן אויבערפלאך
שרייב מער אפט וועט עס בלייבן אויבן איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגסטע וואס קוקט ארויס אויף יעדע פארזעצונג נאר נאך אסאך אידן שטייען אין ווארטן אויף דעם
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הארזים האט געשריבן:
די מצה שטריימל דארט שטייט צום פארקויפן?
דאס איז נישט קיין פשוטע שטריימל, דאס האט א ספעציעלע פירמע אימפארטעד פון אויסלאנד

טויס פאר יו האט עס אימפארטעד פון כינע...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הארזים האט געשריבן:
איך גלייך די משל פון רבי דן שמחה מיט די ראדיוס
ר' דן שמחה האט מיט אריינגעשיקט א חלק פון די תורה וואס ער האט געזאגט, אבער ער האט נישט פארענדיגט
ר' דן שמחה האט געשריבן:
והנה, מהאט אנגעהויבן אויף טשענל 12 מיט א קשיא, לכאורה וואס איז די זאך אז ווייניגער ווי א וואך צוריק איז מען געזיצן אויף דער ערד און געוויינט, און יעצט טרייסט מען זיך? ס׳איז עפעס א עקט? יעצט עקט טרויעריג, יעצט עקט מען פרייליך?

נאר אז מקוקט אריין אין די פסוקים ווערט די קשיא נאך שווערער, משה רבינו זאגט פאר די אידן די וואך אין די פרשה (דברים ד כה) אז מוועט אריינקומען אין ארץ ישראל און מוועט דינען עבודה ״והשחתם ועשיתם פסל תמונת כל ועשיתם הרע בעיני ד׳ אלוקיכם להכעיסו״ זאגט משה רבינו אז דער אויבערשטער וועט אונז פארטרייבן אין גלות ״כי אבד תאבדון מהר מעל הארץ וכו׳ והפיץ השם אתכם בעמים״ שוין מוראדיג די אידן האבן געזינדיגט און דער אויבערשטער האט זיי פארטריבן, נו וואס שטייט ווייטער זאגט די תורה אין פסוק כח, ועבדתם שם אלהים מעשה ידי אדם עץ ואבן אשר לא יראון ולא ישמעון וכו׳ אז דארט אין גלות וועט מען ווייטער דינען עבודה זרה, נו אויב אזוי וואס איז דער גאנצע תכלית פון גלות? מדינט דאך ווייטער עבודה זרה פונקט ווי אין ארץ ישראל?

דאס צו פארשטיין וויל איך נאכזאגן א שטיקל זהר, (איך האב געפרעגט דעם עולם אויב איינער ווייסט וואס שטייט אין זהר הק׳ אויב מ׳פארפאסט זמן קרי״ש, עטליכע האבן געוואוסט צו זיגן אז דער מענטש איז אין חרם יענע גאנצע טאג, נאכדעם האמיר געפרעגט וואס זאגט דער זהר הק׳ אויפן חטא הידוע? דא האט שוין יעדער געוואוסט אז ס׳העלפט נישט קיין תשובה, איך וויל יעצט זאגן א זהר וואס די רביס אין חדר זאגן נישט)

די זהר הקדוש זאגט, חמי קמי רחמנותא דקודשא בריך הוא עם בריוהי, אפילו א מענטש וואס האט זייער אסאך געזינדיגט, חיובא יתיר, אבער ער האט מהרהר געווען בתשובה, ער האט עס אבער נישט געקענט טוהן, ולא יכיל למעבד תשובה, און ער איז געשטארבן, בודאי באקומט ער אן עונש, ער גייט אין גיהנום, אבער די הרהר תשובה וואס ער האט געהאט קומט צום אויבערשטן און רירט זיך נישו אוועק, ביז דער אויבערשטער עפנט א פלאץ אין שאול תחתית און דער מענטש טוהט דארט תשובה אין שאול תחתית, ווייל די הרהר תשובה ברעכט דורך אלע מויערן, ביז ער קומט אן צו די מענטש, ובאחד ביה, ער גיבט איהם א קלאפ און ער דערמאנט איהם אז ער האט געוואלט תשובה טוהן, און דער רשע ווערט דארט נתעורר צו תשובה און דורך דעם קומט ער ארויס פון שאול תחתית.

און דער זהר הקדוש פירט אויס, טלית רעותא טבא דיתאבד, סנישט דא קיין איין רצון פון א איד וואס ווערט פארלוירן.
ביז דא האט ער געשריבן, איך ווארט ער זאל מיר שיקן די איבריגע חלק

קען זיין אז ווען מ'איז אויף טשענעל 12 דארף מען שוין אליינס צאמשטעלן די איבריגע, יעצט בין איך אויף א אנדערע טשענעל, כאפ איך נישט אליינס, וועל איך ווארטן אז ער זאל מיר שרייבן די איבריגע.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

דעיס איז פיין, שקויעך
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע: אין הימעל

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

תרמב האט געשריבן:
צפרא דשבתא!

דערווייל האט זיך געשטעלט א מניין שחרית פון אונזערע אידן וואס האבן זיך ענדליך דערוועקט, ביי קריאת התורה בין איך אריין, ר' בער פסח האט געלייענט אפילו ער האט שוין געענדיגט דאווענען, איך האב געהאט הגבה, ביי מפטיר האט זיך דער גאנצער עולם צוזינגען מיט התלהבות, אוי נחמו נחמו עמי! אוי נחמו נחמו עמי! מיטן גאנצן קנאק, עס האט געהערשט א געוואלדיגע נחמה אין די לופטן לכבוד שבת נחמו, דער עולם האט זיך אמתדיג געטרייסט מיטן גאנצן הארץ.

רבותי קאמענטירטס ביטע צו האלטן דעם אשכול אויפן אויבערפלאך
הגבה סינדרום אלערט!!
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

גאר פיין הרב תבמב!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

גאר געשמאק!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

די זאך איז גוט.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

א נייער האט געשריבן:
די זאך איז גוט.
גאר גוט
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

געוואלדיג גוט!!!
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

זאג פאר אפרים, אז ווען מען טרינקט אסאך משקה דארף מען צוטרינקען וואסער, אזוי שפיערט מען זיך בעסער שפעטער.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

תרמב האט געשריבן:

רבותי קאמענטירטס ביטע צו האלטן דעם אשכול אויפן אויבערפלאך
שרייב שרייב מיר ווארטן אויפן המשך
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

תרמב?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יעצט דורכגעליינט עטליכע קאפיטלעך אויפאמאל. דו האסט א פעדער וואס גיסט זיסקייט און זאפטיגקייט.

איך גלייב אז אפילו די באטייליגער ביים נסיעה האבן נישט בייגעוואוינט אלעס וואס דו באשרייבסט דא...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

פיינע נייעס

גיי ווייטער ביטע
נתנאל רוזנברג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:10 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל רוזנברג »

דער איז נאך נישט פערטיג?

איך הער נישט אויף שלוקעצן...
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

WE WANT MORE!
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”