מיין שבעה דנחמתא אין די מאונטענס.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

מיין שבעה דנחמתא אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

אזויווי לעצטנס איז די מנהג ישראל, (וואס דארף טאקע שארף פארדאמט ווערן.) צו ארויספארן אין מחוץ לעיר אויף שבת נחמו. האמיר גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די האנט אריין, און זיך אריין געלאזט אין וועג. נאך אביסל טרעפיק אנהייב וועג און מער טרעפיק סוף וועג, זעמיר אנגעקומען צו מיין שווער אין די באנגעלא.

און אז מ'איז אין קאנטרי דארף מען דאך אריינכאפן וואס מער... איז לאמיר דורכגיין דעם שבת אין קורצן.

געדאווענט פרייטאג צונאכטס האט מען אין אזא שטיבל ויקרא שמו "בית המדרש". עס האט שוין געשמעקט תיקף ביים כניסת השבת אז מארגן קומט א קידוש נאכן דאווענען... די טשאלנט האט זיכער געמאכט יעדעם אנצורייצן פאר מארגן נאכן דאווענען ווען מ'וועט זיך לאזן וואוילגיין און נאכגעבן די תאוות על טהרת הקודש פארשטייט זיך, נאר לכבוד שבת.

די סעודה האמיר געגעסן ביי א פעטער מיינער וועלכער האט אויך א באנגעלא אין די זעלבע קאלאני. און נאך די סעודה איז פארגעקומען א קומזיץ אונטער'ן כינוי שם "באטע". און נאכדעם זעמיר צוריק צום שווער פארן שינה בשבת תענוג.

צופרי האמיר געכאפט א פיינעם מקוה אין די אפיציעלע ביהמ"ד פונעם קאלאני, און צוריק צום פראוויזארישע שטיבל סלעש בית המדרש צו שחרית ליינען מוסף. די טשאלנט האט געשמעקט אין די נאז לעכער אריין די גאנצע דאווענען אזוי...

ביים ליינען האמיר זוכה געוועזן צו אן עליה אין שבת קבלת התורה. די מעשה אין קורצן איז אזוי. איינעם וועם מ'האט געוואלט אויסרופן האט נאך געהאלטן אינמיטן שחרית, האב איך זוכה געווען. טאקע נישט די עשרת הדברות, אבער כאטש אחרון.

הגבה האט באקומען א בחור, האב איך אים געגעבן מיין טלית. און מוסף איז צוגעגאנגען זייער א שיינע בעל תפילה. יעדעס מאל וואס דער ציבור האט מיטגעזינגען למשל וטהר לבנו און כדומה, האט דער בעל תפלה געווארט, און נאכן זינגען האט ער עס איבערגעזאגט... אנעים זמירות האבן שוין נאר צוויי אידן מיטגעזאגט, אמער, ס'קומט דאך א גרויסער קידוש... און וואס זאל איך זאגן איבער'ן קידוש זעלבסט. צוויי גאנצע אקסן האבן נעבעך געענדיגט זייער לעבן אזוי טראגיש בלויז אנצוקומען אויף דעם גרויסן האלצערנעם טאץ אויף וואס מען שניידט שטיקער בקר. צוויי גרויסע אזוינע טעצער זענען דורכאויס דעם קידוש פארלענדעט געווארן. ניין, נישט דורך לייבן אדער אנדערע פארציקענדע בעלי חיים, נאר דורך היימישע אינגעלייט! ווער רעדט פונעם טשאלנט זעלבסט. די הויכפונקט פון א טשאלנט האמיר געהאט. שטיקער בקר אין די טשאלנט, שטיקלעך קישקע זענען ארום געשוואומען אין די צוויי גרויסע קראק פאטס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. (איך האב נישט געוואוסט אז מ'קען שווימען אין א גארטן...) און אזוינע מארך ביינער וואס איך האב דארט געזען, האב איך שוין לאנג נישט געזען. די בראנפן זאגן זיי איז נישט קיין חידוש, יעדע וואך איז דא אזויפיל. ווייסעך נישט ווער צאלט אזויפיל פאר די אלע טייערע ווארע. אזוי אויך די הערינג און אייער קיכל איז געווען עפעס וואס האט געצייגט א ערענסטע אנוועזנהייט. סנעקערס, און אפילו א באטל גרעיפ דזשוס פאר ווער עס טרונקט נישט קיין אלקאהאל. לעשות כרצון איש וביתו...

על כל פנים, נאכדעם זעמיר אהיים צום שווער, און עס האט זיך אנגעהויבן מיט א פרישקייט... די שוויגערס טשאלנט קען מען דאך נישט פארשעמען. זי האט דאך צוגעגרייט ספעציעל א גוטע טשאלנט ווייל דער איידעם קומט. האט מען געברויכט אריינרוקן אין די סיסטעם נאך א קוואנטום פון די מאכלי שבת.

א שבת נאכמיטאג שפאציר אין די מאונטענס אויף די שטילע געסלעך איז ממש מעין עולם הבא יום שבת מנוחה.

צו מנחה זעמיר אנגעקומען פונקט צוועלעף סקונדעס נאך וואס דער מנין האט געענדיגט דאווענען, אבער א איד גיבט נישט אויף חס ושלום. מ'האמיר צוזאמגעשלעפט נאך א מנין גערופן דעם בעל קורא, און געדאוונט מנחה מיט א רואיגקייט.

של"ת זעמיר צוריק אהיים עסן מיט א רואיגקייט אינדערהיים. מיט'ן חשבון אז מעריב וועט דער שכן אריבערקומען מיט זיינע בחורים, און צוזאמען וועט זיין מנין. האמיר זיך געוואשן צו סעודה שלישית און קוים געקענט עפעס עסן, אבער לכבוד שבת עסט מען. באקאנט פון צדיקים, פארוואס רופט מען די דריטע סעודה פון שבת שלש סעודות? ס'איז דאך נאר איינס פון די דריי. אויף וואס מען ענטפערט, אז איינער וואס עסט נאך ביי די דריטע סעודה ווייסט מען בידוע אז ער האט די ערשטע צוויי אויך געגעסן נאר לכבוד שבת.

נאכדעם האט מען געזונגען זמירות. לאמיר נישט רעדן פון די שארטקאטס וואס מ'האט געמאכט אזויווי א ATV פארט אויף ביימער...

און דאן האט מען געבענטשט, און געווארט אפאר מינוט פארן שכן, און זיך געשטעלט מעריב'ן. נאך הבדלה האט מען אנגעהויבן א זיכעריי פאר א וועג אהיים. און ברוך השם, נאך א שעה איז די זוך אקציע געקרוינט געווארן מיט סוקסעס. איך האב געטראפן א וועג. נאך א שעה פארן זעמיר אנגעקומען אהיים אויף קרית יואל מיט א פרישקייט, גרייט צו א ברייטע מלוה דמלכה...
לעצט פארראכטן דורך איל_משולש אום זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:56 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

כ'האף אז די ביסט נאך זאט....
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

היייסטעס ביזט אהיימגעפארן פאר שולחן עורך
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נעכטן האט געשריבן:
היייסטעס ביזט אהיימגעפארן פאר שולחן עורך
יא. איך פאררוף מיר פון די וואס האקן אויף די סארט זאכן...
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

האף איך אז דיין נחמה איז געווען נאך אזוי גוט ווי דיינע טשולענט, באטע, און קידוש בינעזאם.

פיין געשריבען
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פיינער אבזערווירער. גאר פיינע פעדער!





האב איך ספעציעל הנאה פון די ליין...

און אפילו א באטל גרעיפ דזשוס פאר ווער עס טרונקט נישט קיין אלקאהאל. לעשות כרצון איש וביתו...



ישר כח
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

ווי וואנט מאהר
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

מיין אפיעל איז אזא באשרייבאכטץ אלע שבע דנחמתא, לכבוד דעם פארגין איך דיר אזאנע מאכלים און געשמאקייטן אלע זיבן וואכן.

עפעס א מין זאך דאס נאר דער ערשטע פון די זיבן וואכן פייערט מען אזוי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טרף נתן ליראיו..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן גענומען די מיה זיך צו באדאנקן, עס גיבט כח און חשק אויף ווייטער.
shimon7323 האט געשריבן:
מיין אפיעל איז אזא באשרייבאכטץ אלע שבע דנחמתא, לכבוד דעם פארגין איך דיר אזאנע מאכלים און געשמאקייטן אלע זיבן וואכן.

עפעס א מין זאך דאס נאר דער ערשטע פון די זיבן וואכן פייערט מען אזוי.
זאלעך?
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אוודאי
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געליינט און הנאה געהאט. יישר כח איל משולש.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

גראדע שכל האט געשריבן:
אוודאי
א גוטע וואך! דיין אפיעל איז געווארן אנגענומען!
עכ"פ פאר די וואך.
מ'זעמיר געפארן שוין דאנערשטאג נאכט, צו פארמיידן די ערב שבת טראפיק. אנגעקומען צו מעריב און זיך גלייך געשטעלט. פרייטאג צופרי א מקוה א דאווענען און א פרישטאג. א מסביר סדרה און א נאכמיטאג דרימל. און מנחה קבלת שבת. תיקף ביים אריינקומען אין בית המדרש האט שוין געשמעקט אז די וואך קומט נישט אזא קידוש ווי פארגאנגענע וואך... אנקומענדיג אין ביהמ"ד צו מנחה האמיר געהערט די לעצטע נייעס איבער א שוידערליכע אנטיסעמיטישע אינצידענט וואס איז נארוואס פארלאפן אין ממש נאנטן שכינות. צוויי אינגע בחורים אויפן וועג צום ביהמ"ד זענען געווארן באשאסן ארויס פון א בלויע רעם פיקאפ טראק מיט א מיסטעריעזע סארט גאן וואס זיי האבן קיינמאל בעפאר נישט געזען. די בחורים גיבן איבער אז עס האט זיך געפילט ווי קליינע באליס וואס ציעט לייכט אויפן באק ווען עס קומט אין קאנטאקט דערמיט. די פאליציי איז נישט געווארן אראפגערופן אויסצופארשן דעם אינצידענט צוליב די מעגליכקייט אז די צוויי בחורים האבן גע'דמיון'ט...
וואס נאך איז דא צו פארציילן?... פרייטאג צונאכטס האט מען געגעסן א סעודה. ביינאכט איז מען געשלאפן. און צופרי איז מען געגאנגן אין מקוה און געדאווענט שחרית געבענטשט ראש חודש און מוסף. שלש סעודות, מעריב און א וועג אהיים...
כ'האב עפעס אויסגעלאזט?

עניוועי, א גוטע וואך...
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

לכאורה האט געשריבן:
געליינט און הנאה געהאט. יישר כח איל משולש.
פשי! דער מנהל אליין? כ'נעם עס אלס א פערזענליכע קאמפלימענט.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

ס'געווען א פר משולש?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

משהלע האט געשריבן:
ס'געווען א פר משולש?
דענקעך נישט.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

זעהט אויס אז יעצט ביסטו מיד, רוה דיך גוט אויס און שרייב מארגן מיט א פריש קייט.

סשמעקט אז עפעס איז דא וואס דארף ווערן געשריבן. העלא האלט דיך נישט איין.
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

shimon7323 האט געשריבן:
זעהט אויס אז יעצט ביסטו מיד, רוה דיך גוט אויס און שרייב מארגן מיט א פריש קייט.

סשמעקט אז עפעס איז דא וואס דארף ווערן געשריבן. העלא האלט דיך נישט איין.
קלאר אזוי.....
:lol: :lol:
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

זושא צוקער האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
זעהט אויס אז יעצט ביסטו מיד, רוה דיך גוט אויס און שרייב מארגן מיט א פריש קייט.

סשמעקט אז עפעס איז דא וואס דארף ווערן געשריבן. העלא האלט דיך נישט איין.
קלאר אזוי.....
:lol: :lol:
א גוט יאר ר' זושא'לע. ס'מיר א כבוד דיר צו האבן דא ביי מיר אין אינדערהיי- אופס, אשכול... מיט וואס קאן מען אייך מכבד זיין, א קאווע? טיי? א שטיקל מזונות?

עניוועי, לאמיר הערן וויאזוי איז געווען אייער שבת...
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין שבת נחמו אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

איל משולש האט געשריבן:
גראדע שכל האט געשריבן:
אוודאי
א גוטע וואך! דיין אפיעל איז געווארן אנגענומען!
עכ"פ פאר די וואך.
מ'זעמיר געפארן שוין דאנערשטאג נאכט, צו פארמיידן די ערב שבת טראפיק. אנגעקומען צו מעריב און זיך גלייך געשטעלט. פרייטאג צופרי א מקוה א דאווענען און א פרישטאג. א מסביר סדרה און א נאכמיטאג דרימל. און מנחה קבלת שבת. תיקף ביים אריינקומען אין בית המדרש האט שוין געשמעקט אז די וואך קומט נישט אזא קידוש ווי פארגאנגענע וואך... אנקומענדיג אין ביהמ"ד צו מנחה האמיר געהערט די לעצטע נייעס איבער א שוידערליכע אנטיסעמיטישע אינצידענט וואס איז נארוואס פארלאפן אין ממש נאנטן שכינות. צוויי אינגע בחורים אויפן וועג צום ביהמ"ד זענען געווארן באשאסן ארויס פון א בלויע רעם פיקאפ טראק מיט א מיסטעריעזע סארט גאן וואס זיי האבן קיינמאל בעפאר נישט געזען. די בחורים גיבן איבער אז עס האט זיך געפילט ווי קליינע באליס וואס ציעט לייכט אויפן באק ווען עס קומט אין קאנטאקט דערמיט. די פאליציי איז נישט געווארן אראפגערופן אויסצופארשן דעם אינצידענט צוליב די מעגליכקייט אז די צוויי בחורים האבן גע'דמיון'ט...
וואס נאך איז דא צו פארציילן?... פרייטאג צונאכטס האט מען געגעסן א סעודה. ביינאכט איז מען געשלאפן. און צופרי איז מען געגאנגן אין מקוה און געדאווענט שחרית געבענטשט ראש חודש און מוסף. שלש סעודות, מעריב און א וועג אהיים...
כ'האב עפעס אויסגעלאזט?

עניוועי, א גוטע וואך...
נישט געהאט אן עקסטערע קוגל לכבוד שבת מברכים?
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: מיין שבע דנחמתא אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

איז אזוי, אויף שבת זעמיר געווען ביים טאטן (האלסט אז אויב כ'על זאגן אין וועלכע שטאט עט עס צוקימען צו גילו...?)
עניוועיס, ארויסגעפארן גענוג שפעט אונצוקימען בערך א האלבע שעה צום זמן.... באכאשעם כ'האב אן אייגן טראנספאטאציע מאשין אזוי ברויך מיר נישט צוקימען צו יענעמס טובות... (גראדע האבעך צוטוהן מיט א קאזין וואס רודף'ט מיר די געהירן יעדע צווייטע וואך, שוין עלעווע צופרי קאלט ער מיך "העלא וואטיצעך... סנייעס...?" און דאן: "פארסט קיין===== אויף שבת"... "האסט פלאץ פאר מיך..?" רוב מאל בלייבט עס אז נישט...... כ'מיין אס'פארשטענדליך פארוואס....) די וועג איז געפארן א מחי'... זעמיר געפארן אויפן לינקע לעין כנהוג.... חוץ ווען מ'האט לתועלת געברויכט פעסן דעם ליטפאק וואס וויל לערנען דעמ'וילעם געזעצן..... אונגעקומען בשלום... זיך אריינגעפעקלט מיט דאס געשפענץ.... ביז וואס ווען ווי איז שוין ס'זמן... מ'לויפט אריין אין קאר, מ'פליהט צום אונגעצויגענעם בעיסמענט ווי אלע זיידעס -וואס האבן נאך געקאנט קאנען דעם רבי'ן- ווארטן אויף א צעהנטער.... דער וועכנטליכער בעל תפילה טענה'ט אז ער איז הייזעריג... אבער גייט ממילא צו... צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען א אופגעפליקטער בעל תפילה וואס ווייסט אז ער דאוונט מיט אזא נעימות... וואס רייסט די עולם'ס הערצער..... געענדיגט דאווענען, ביים סעודה האבן זיך די געשוויסטער געריסן ווי געווענדליך.... אבער, לאמיר נישט דא בארעדן דעם טאטנס שטוב דא ברבים....., געגעסן טשאקלאד נאכן סעודה ווי די מנהג איז.... געגאנגען כאפן אביסל הייסע שטיקיגע לופט לכבוד שבת... און זיך געגאנגען לייגן....

ס'ערשטע מאל באגעגנט די זייגער איז געוועזן עלעווע... צווייטע געווען קוואדער צו צוועלעף.... א מנין האט זיך געשטעלט ביי מיר אין שטוב.... שטייצעך מיט א קאווע פארדעם, געקומען צו ראשכוידעש בענטשן זאג איך פאר מיין ווייב אז כ'בין רוב זעכער אז ראש החודש איז שבת און דינסטאג, וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין אמת.... די סעודה איז אריבער א מחי'... נישט געקענט איינשלאפן נאכמיטאג, האמער גענומען א מעלות צו לייענען און אזוי איינגעשלאפן......

אויפגעשטאנן צו מנחה, ביי של''ס האט די רב זייער שיין ארומגערעדט... דענק איך נישט וואס..... מערב, הבדלה, זיך געפאקט זעק און פעק....
מלוה מלכה זיך געוואשן צו פשוט'ע פיצא.... אהיימגעפארן, ב''ה ליידיגע הייוועיס געוועזן...
זעמיר אונגעקומען אהיים בערך צוועלעף פינעף און פערציג... און שוין.....
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מיין שבע דנחמתא אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

זושא צוקער האט געשריבן:
אהיימגעפארן, ב''ה ליידיגע הייוועיס געוועזן...
זעמיר אונגעקומען אהיים בערך צוועלעף פינעף און פערציג... און שוין.....
כאדיר שוין לאנג געזאגט דו טויגסט! לאז דיך הערן אפטער!
אין א זייטיגע נאטיץ. נעקסט טיים עפן א אייגענע אשכול. אסאאאך מער מענטשן זעען עס.
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: מיין שבעה דנחמתא אין די מאונטענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

געקומען צו ראשכוידעש בענטשן זאג איך פאר מיין ווייב אז כ'בין רוב זעכער אז ראש החודש איז שבת און דינסטאג, וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין אמת....

חחחח....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”