חסדי, שכח פאר'ן אביסל אנרירן די נושא, איך פלאג מיך שוין לאנג צו פארשטיין וואס מעטאווערס איז.חסדי אבות האט געשריבן:איך האב לעצטנס גאנץ אסאך געליינט איבער דעם ענין, און שוין אפילו דורכגעשמועסט מיט מענטשן.
איך קען אייך איין זאך זאגן. ס'איז אסאך ערגער ווי מען מיינט און ווי 'השומרים' האט געשריבן, וואס צוליב טעמים קען מען נישט שרייבן אלעס.
איך האב יעצט נישט די צייט צו שרייבן לאנגע זאכן, אי"ה לכשאפנה.
אין קורצן:
א מענטש פארמאגט פינף חושים. זען, הערן, רעדן, שמעקן און טאפן (חוש המישוש).
די אינטערנעט שטעלט צו די ערשטע דריי. משא"כ די לעצטע צוויי האט מען נאכנישט ערוויקלט. און אפילו די ערשטע דריי, איז נאכנישט ממש עכט, ס'דערקענט זיך נישט כאילו אן עכטע זאך, נאר ס'איז ווידאו, בילדער א.ד.ג. אויך די קול איז נישט ממש ווי עכט.
עס ווערט אינוועסטירט ביליאנען, צו משלים זיין די לעכער פון די אינטערנעט און טעכנעלאגיע, צוצוענדיגן די צוויי לעצטע חושים און פארבעסערן די ערשטע דריי.
די סיבה? - זייער פשוט, עס איז א גרויסער צורך פאר דער עולם המסחר, אויב קען מען טאפן, שמעקן, פילן וכדו', דאן קען מען ענדערש באשטעלן, וויסן וואס מען קויפט וכו'. ס'איז אויך אסאך מער מושך וכו' וד"ל.
איז עס מעגליך? - מיט 200 יאר צוריק, אויב וואלט איר געזאגט פאר איינעם, אז עס גייט אמאל ארויסקומען א פאטענט, אז ווען איך גיי רעדן אין ווארשע, וועט מען עס הערן אין תימן, אין די זעלבע פינף סקונדן, וואלט ער דיר געזאגט אז דו ביסט משוגע. דאס איז נוגד חוקי הטבע, ס'איז נישטא אזא זאך אויף די וועלט. ווער רעדט נאך פון לייוו האק-אפ, מען זאל קענען זען די הדלקה פון מירון אין אמעריקא. דאס איז פשוט אוממעגליך. אבער דאס מענטשהייט האט געוויזן אז ס'איז יא מעגליך.
א מענטש האט א טבע, אז דאס וואס ער זעט נישט פאר די אויגן, גלויבט ער נישט, עיי' ערך טעלפון, וידאו, וכדאמרינן לעיל. דאס זעלבע זאך איז מיט דעם וואס קומט, די השלמה פון די לעצטע צוויי חושים און פארבעסערונג פון די ערשטע דריי.
יעצט קומט די עיקר, וואס ברענגט אויך ארויס די עיקר חורבן:
וויבאלד דאס איז א זאך וואס מען קען אנשטעלן, דעריבער, אויב א מענטש וועט וועלן פארזוכן א פעטן שטיקל פיצא, אבער ער האט עס נישט פאר זיך, וועט ער עס פאקטיש קענען פארזוכן ווירטואליש, און שפירן דעם זעלבן טעם וכו', וכן לענין המישוש ודו"ק. זיי זאגן אז דאס וועט העלפן מענטשן גיין אויף דיעטע, מען וועט פשוט נישט דארפן מער עסן אזויפיל, מען וועט דאס פארזוכן אויף די ווירטואלע וועלט. ס'וועט שוין נישט זיין דעם פראבלעם פון "אי אפשי בבשר חזיר", דו וועסט קענען עסן גיד-הנשה, א פאלקע אנגעשמירט מיט קריעם-טשיז, מיט אלע פיינע זאכן פון די וועלט, ווייל ס'איז דאך נישט בפועל, נאר בכח. דאס אלעס וועט איר קענען שמעקן און פארזוכן.
נאכמער; מען וועט אויפקומען מיט פרישע מעטעמים, אשר לא שערום אבותינו, זאכן וואס עקזיסטירן נישט אויף די היינטיגע וועלט, ס'וועט זיין א בחינה פון יאכלו ענבים וישבעו, אן קיין חשש תולעים און אן קיין חשש אז מען וועט צובאקומען אפאר פונט. אלעס וועט זיין מסודר, דייעבעטיק מענטשן וועלן זיך קענען לאזן וואוילגיין, מענטשן וועלן בלייבן דאר, ושלום על הגוים...
לאמיר גיין מיט א טריט ווייטער, און ארויסהאבן דעם אומגעהויערן חורבן היל"ת:
וויבאלד מען קען דאס אלעס אנשטעלן, וועלן מענטשן פארגרעסערן דעם אפעטיט (וואס וועט זיין מעגליך אנצושטעלן, לויט דעם געברויך), ער זאל זיין הונגעריג און נאשעריג ביז גאר, כדאי די סטעיק זאל אריינגיין מיט א געשמאקערן טעם. אלע רצונות וואס א מענטש פארמאגט, וועלן קענען אנגעשטעלט ווערן צו גרויס און צו גרעסער, לויט דעם רצון, און ער וועט זיך קענען ערפילן לויט זיין געברויך, אלטע וועלן ווערן יונג און קראנקע געזונט... ס'וועט זיין א נייע דערהער.
יעצט נעמט דעם משל, און טיישטט דאס אויס מיטן נמשל, והארכתי במקום שאמרו לקצר, וקצרתי במקום שאמרו להאריך.
און ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
דאס אלעס איז בלויז אויפן שפיץ גאפל!
איך פארשטיי זייער גוט דיין משל מיטן נמשל אבער לאמיר סטיקן צום משל כדי עס צו קענען אויסשמועסן ברוחב.
וואס גייט מעטאווערס אויפטוען אינעם ביזנעס וועלט, וואספארא פעין פוינט גייט ווערן געסאללווד?
דו האסט עס שיין אראפגעלייגט אז ס'קומט צו די צוויי פרישע חושים אבער ס' קוקט אויס מער ווי דעם.
איז עס פשוט אז פאר איך וויל קויפן א קאוטש גיי איך קענען פילן כאילו איך דערויף אן בפועל זיצן דערויף? דאס איז דאך נישט אזוי טויש.
ווי איך פארשטיי גייט די פאטעל אויף מעטאווערס זיין אזוי געשמאק אז איך גיי בכלל נישט וועלן קויפן א פיזישע פאטעל. איך וועל נישט זיין אינטערעסירט צו האבן הנאה אין מיין פיזישע וועלט ווען איך קען אלעס האבן און נאכבעסער אין די ווירטואלע וועלט.
און דאס פארשטיי איך נישט, איך גיי נאך בכלל זיין אינטערסירט אין די פיזישע וועלט? איך גיי האבן משפחה, חברים ביזנעס קאנטאקטס אין די פיזישע וועלט אדער נישט? מיין לופט טעמרפאטור גיי איך שפירן לויט די פיזישע וועלט אדער לויט די ווירטואלע? אויב גיב איך א סניז בשעת מעשה בעט איך טישו אדער עס ווערט מיר צוגעשטעלט איינס אינעם עולם הדמיון און מ'לאזט מיך מיטן שמוציגן נאז ללעג ולקלס פאר די פאר אלטמאדישן משוגעים וואס לעבן נאך אלץ אין יענע אלטע פרימיטיווע וועלט?
מארק זאקענבערג קען זיך איבערדרייען מיט אלע זיינע קאלעפארניאלע חברים. ער קען פון דעם באשפערעס וועלט נישט לויז ווערן. די חוקי הטבע, די צרכים פון דאס מענטשהייט, די אינטערעסן וואס שטופט אונז צו טוהן זאכן, די גבולים וואס ברענגט אונז צו ארבעטן און אזוי פרודצירן זאכן איז יסודות הבריאה וואס וועס נאר סטאפן ווען משיח וועט קומען ווי מ'וועט אראפנעמען אלעב פון בוים.
איך קען טאקע אויס טרייען און טעיסן א באנאנע אין מעטעווארס אבער ווער גייט מיר געבן די באנאנע? גייא ער מיר עפעס טשארדשן דערויף? וויאזוי גייט ער מיר דעליווערן? ער גייט מיר עס דעליווערן דא אדער דארט? אויב דארט, גיי איך דארפן באצאלן? איך גיי קענען גנב'ן ווירטואלע? אין מ' גייט מיך קענען ארעסטירן ווירטואלע? איך וועל קענען גיין אינעם ווירטואלע געריכט אדער כ'וועל דארפן זומען....?
בקיצור אויב די ווירטואלע וועלט באקומט א פרישע טעכנעלאגישע שטופע צו דעם עקזיסטירנדע וועלט זעה איך נישט דעם גרויסן אויפטוה און נישט דעם אפטוה. מ'וועט זיך דארפן צופאסן צו א פרישע מציאות פונקט ווי די מענטשהייט איז דאס שוין אפאר מאל דורכגעגאנגען.
אויב אבער גיי מיר אלע מופן אריבער צו די ווירטואלע וועלט, דאס טייטש איך וועל נישט דארפן מער טייפן אויף אייוועלט, איך וועל קענען מיך איינרעדן אז איך טייפ און דו ליינסט, יענער לייקט און די מנהלים מעקן. אויב אינמיטן וועט א מאסקיטא מיך בייסן וועל איך זאגן נישטא, קום אויף מעטע בייס פון דארטן.... איך בין ווירטואל.
אויב איז דאס אזוי, וועל איך אנשטעלן אין א סעטינג די הנאה פון האבן משומר, איך וועל מיך איינרעדן אז איך בין מוחה, איך וועל אנשטעלן וויפיל מענטשן שטעלן זיך צו צו מיין מחאה, רבנים, ספאנסארס, פאלגערס, צוברעכערס, לצים, אלעס אלעס. איך וועל נישט דארפן באצאלן מיין יוטיליטי בילל, זיי וועלן נישט קענען צושפארן מיין לעקטער, איך וועל אנשטעלן כאילו עס ארבעט אין דמיון. אדער וועלן זיי אנשטעלן אין דמיון כאילו עס איז אפגעשפארט און מיך לאזן לעבן רואיג (איך טאר נישט פרעגן פון ווי גייט די קומפיויטער האבן עלעקטרע ווייל איך בין צוריק געבליבן, אמער זעהסט דאך די אלע גרויסע אינוועסטירן).
ווי איך פארשטיי גייט זיין לימיטעישנסן אויף אויף יענע וועלט, ס'גייט קאסטן צו קויפן זאכן דארט, ביליאנען ווערן אינוועסטירט אין די ווירטואלע ריעל עסטעיט מארקעט, דאס טייטש שטחים אינעם ווירטואלע וועלט. איך ליין עס אבער איך פארשטיי נישט קיין ווארט. אלע טעכנעלאגיעס קענען גרינגער מאכן פיזיש די פיזישע וועלט אבער ער קען עס נישט ריפלעיסן.
אויב רעדט מען טאקע פון א פולע ריפלעיסמענט? קאפי פעיסט? נו וואס האב איך דערפון?