וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אומאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:46 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאן »

videoff האט געשריבן:
אומאן האט געשריבן:
עס איז ידוע פון צדיקים אז יעדעס דור האט זיך זיינע נסיונות.
לדעתי, ווען איינער וועט היינט גייט פירן א מערכה קעגן קאמיניסטן, בודניטן, נעלאגן, פרייע צייטונגן וכו' איז עס ממש נישט אויפ'ן פלאץ. דאס איז נישט די נסיון פון דעם דור.

פונקט אזוי דארף מען פארשטיין אז יעצט גיין פירן א מערכה מיט א דבר שלא בא לעולם איז ממש זינלאז.
VR איז דער נסיון פון אונזערע אייניקלעך. זיי וועלן האבן די כוחות און עצות זיך מתגבר זיין דערמיט.

אונזערע זיידעס האבן נישט געפירט קיין מערכות קעגן דעם טעיפריקארדער און קעגן דעם לייט באלב וכו'. ווען עס איז אונטערגעקומען דעם פראבלעם האט מען זיך אקעגן גשעטעלט און באזיגט. מ'דארף נישט נעמען א נסיון פאר די צייט... דערוויל האלט מען נאך נישט דארט.

עס קען גאר נאך טיפער, די בעל דבר אליין וויל אז מ'זאל אנהייבן די מערכה מיט'ן VR און אזוי נאך אפלאזן די אינטרנט און אייפון מערכות.
די שטייגער איז דאך אזוי אז ווען די מערכה אויף אינטרנט איז אינטער געקומען איז די מערכה קעגן ווידיאו שוואך געווארן [טאקע דא לעצטענסט וואס ווילן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף ווידיאו].
גייט מען בקרוב דארפן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף אינטרנט???
פארוואס טראכט איר אז עס איז נאך א דבר שלא בא לעולם?
וויפיל יודן דארפן אוועקפאלן אז מען זאל שוין מעגן רעדן וועגן דעם?
איז שוין איין איד אוועקגעפאלן דערפון?
האסטו שוין געהאט א נסיון דערמיט?
אוועטאר
videoff
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:44 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך videoff »

דאס פרעג איך אייך טאקע "וויפיל" יודן דארפן אוועק פאלן פון דעם?
קום אריין קלאר מיט נומבער'ס
אויף מיין דעווייס קען מען נישט זען קיין ווידיא
ווייל איך האב אינסטאלט Videoff
מער פרטים
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

חסדי אבות שכח זייער שיין באשריבן.

איין קשיא די קוקסט נישט אן די היינטיגע ווי אר ווי ס'איז ממש מישוש. מ'דמיון'ט באמת אז מ'טאטשט עפעס
חינוך האט געזיגט!
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

זיי זאגן אז מען ארבעט אויף אסאך מער עכט, אז עס זאל זיך ממש שפירן בפועל ווי מען כאפט אן און ווי פעולות ווערן געטון.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

וויפיל מען זאגט נאר, כאפט מען נאכנישט ווי ווייט דאס קען גיין. איך וועל זאגן בלויז עטליכע נקודות.

גוגל סטריטס ווייסט יעדער אז עס איז שוין דא, איר קענט יעצט כאפן א שפאציר אין מאה-שערים, זיך געפינענדיג אויף אייער סקרין אין אמעריקע. כותל-לייוו איז אויך דא, וואו איר קענט זען דעם כותל, ווי אזוי עס קוקט אויס אין די יעצטיגע מאמעטן. האו-עבאוט אז מען וויל כאפן א שפאציר אין מאה-שערים, לויט ווי עס קוקט יעצט אויס - נישט ווי אזוי דער גוגל קאר האט דאס אויפגעכאפט זייענדיג דארט? - גאנץ א פיינע איידיע, ניין? - איר קענט זיין זיכער אז גאר אין קורצן וועט דאס געשען.

דאס איז בלויז לקרב אל הדעת ווי אזוי זאכן קענען פאסירן שנעל, נאך איידער איר כאפט אז עס האט זיך גערוקט.

איך וועל אייך געבן עטליכע ביישפילן ווי אזוי עס וועט ארבעטן אין די נייע וועלט:
פונקט אזוי ווי אויפן אינטערנעט, קען מען אנשטעלן די סאונד, אז דו זאלסט הערן העכער און שטילער, דו קענסט אויך מאכן די סקרין ליכטיגער און טונקעלער, אלעס לויטן געברויך. פונקט אזוי קען מען פארמערן די כח ההרגשה, אפעטיט וכו', לויט דער געברויך וואס דו ווילסט.

פונקט אזוי ווי אין אייוועלט, קען א מענטש האבן עטליכע ניקס, מיט איינס שרייבט ער אין ידיעות התורה, מיט א צווייטער שרייבט ער אין פארברענגען און מיט א דריטער ניק איז ער סתם א טראלל. פונקט אזוי וועט מען קענען האבן עטליכע אידענטיטעטן אין די נייע ווירטיאלע וועלט. דו וועסט קענען זיין א מאן, א זיידע מיט א יונגל אויף איין מאל, און דאס אויסנוצן לויטן געברויך. יא, מ'וועט זיך קענען דארט אנטון א נייע מהות, אדער באשאפן עטליכע מהות'ן, כפי המצב והזמן - פונקט אזוי ווי היינט אויף די ווירטואלע וועלט און פונקט ווי מען האט אמאל נישט גע'חלומ'ט אז מען קען דאס טון ווירטוראליש.

איר וועט זיך אנטון די גלעזער און סורטשן "מאה-שערים", אריינשפאצירן צו תולדות-אהרן, זיך ווייקן ביי א טיש פון ר' מאטל'ען, א שפאציר אין אלט-שטאט, א תפילה ביים כותל (לאכט נישט, ס'וועט נאך זיין אזאנס - מ'וועט זאגן אז דאס האט רביה"ק געלאזט...). דאן גייט איר ווידער צום אנהויב, סיינט זיך אריין מיט אן אנדערן מהות, דארט וועט איר סורטשן "האנג-קאנג", און כאפן א שפאציר ביים היסטארישען צערעמאניע, ווי אזוי דער פרעזידענט ביידן ווערט ענטפאנגען דורך'ן עמפייער פון כינע. נישט קיין ווידאו, נאר לייוו.

ס'קען (האפנטליך נישט) צוקומען א מצב, אז ס'וועט זיין ווירטוראלע טישן, שמחות בית השואבות, ל"ג בעומר הדלקות און נאך, אסיפות חיזוק, בשעת איין דרשן איז פון ענגלאנד און א צווייטער פון ארץ-ישראל, מען הערט עס און מען זעט עס לייוו, כאילו מען איז דארט (פונקט אזוי ווי עס איז פארהאן ווירטואלע קומזיצן). ס'וועט זיין אינטערעסאנטער ווי די עכטע מעמדים, ווייל ביי די עכטע קען מען נאר טאנצן מיט א מאס, ביז מען ווערט אויסגעמוטשעט, אבער דארט איז דאס אן קיין ענדע, און מען קען טאנצן ווי הויך דו ווילסט...

לויטן פלאן וועלן מער נישט זיין קיין פאקטישע שולעס, מען וועט קומען אין שולע ווירטיאליש. א קינד פון כינע מיט א קינד פון טוניזיע אינאיינעם מיט א קינד פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלן זיך צוזאמענקומען בפועל, לערנען און שפילן אינאיינעם, בשעת זייער פיזישע קערפער ליגט אין בעט אין זייער הויז אין זייער לאנד. דער טיטשער געפינט זיך יעצט אין ביה"כ אין ערגעץ א לעכל אין ענגלאנד.

ס'איז מבהיל על הרעיון וואס זייערע פלענער זענען.

און ס'איז נאך אסאך מער פון דעם.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

די משוגענער..... :lol: :lol:

ס'כאפט א פחד ווען מ'טראכט אריין
איך קען עס באמת זעהן פאסירן.
אידן ס'קומט גראדע ווענט זיך צו דראפענען ווי גראד די וואנט איז שוין יעצט גייט זיך עס איינבייגן אויף אריין
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דרייטצעך האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:

אין קורצן: ווידעא איז געאסרט געווארן אפילו בלי VR און סליידס איז נישט אסור געווארן אפילו מיט VR
זייער א געשמאקע טאלקינג פוינט אראפצורייסן אייוועלט (בד"וו איך קוק נישט קיין ווידיאוס) אבער די VR גלעזער איז יא גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים, אויך די סליידס ווערסיע (אין רוב פלעצער ווערט געוויזן די ווידיאו ווערסיע, סתם לידיעה).
ווייל די עקסרעמיסטען האבן פארקויפט פאר די רבנים נארישקייטן
אוועטאר
videoff
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:44 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך videoff »

fiena nieas האט געשריבן:

און אויב דיין רבנים קויפן נארישקייטן ביסטו טאקע און א פראבלעם
אבער די פראבלעם האט לעת עתה נישט קיין לעזונג אזוי לאנג ווי די ביסט אן ערליכע יוד
וואס די קענסט טרייען צו טון איז רעדן צו דיין דיין און אים אויפקלערן ווי נעריש ער איז אז ער פאלט כסדר אריין און פעקל... (און אויב ער איז טאקע נעריש וועט ער עס אפשר אפקויפן פון דיך)
אויף מיין דעווייס קען מען נישט זען קיין ווידיא
ווייל איך האב אינסטאלט Videoff
מער פרטים
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

חסדי אבות האט געשריבן:
וויפיל מען זאגט נאר, כאפט מען נאכנישט ווי ווייט דאס קען גיין. איך וועל זאגן בלויז עטליכע נקודות.

גוגל סטריטס ווייסט יעדער אז עס איז שוין דא, איר קענט יעצט כאפן א שפאציר אין מאה-שערים, זיך געפינענדיג אויף אייער סקרין אין אמעריקע. כותל-לייוו איז אויך דא, וואו איר קענט זען דעם כותל, ווי אזוי עס קוקט אויס אין די יעצטיגע מאמעטן. האו-עבאוט אז מען וויל כאפן א שפאציר אין מאה-שערים, לויט ווי עס קוקט יעצט אויס - נישט ווי אזוי דער גוגל קאר האט דאס אויפגעכאפט זייענדיג דארט? - גאנץ א פיינע איידיע, ניין? - איר קענט זיין זיכער אז גאר אין קורצן וועט דאס געשען.

דאס איז בלויז לקרב אל הדעת ווי אזוי זאכן קענען פאסירן שנעל, נאך איידער איר כאפט אז עס האט זיך גערוקט.

איך וועל אייך געבן עטליכע ביישפילן ווי אזוי עס וועט ארבעטן אין די נייע וועלט:
פונקט אזוי ווי אויפן אינטערנעט, קען מען אנשטעלן די סאונד, אז דו זאלסט הערן העכער און שטילער, דו קענסט אויך מאכן די סקרין ליכטיגער און טונקעלער, אלעס לויטן געברויך. פונקט אזוי קען מען פארמערן די כח ההרגשה, אפעטיט וכו', לויט דער געברויך וואס דו ווילסט.

פונקט אזוי ווי אין אייוועלט, קען א מענטש האבן עטליכע ניקס, מיט איינס שרייבט ער אין ידיעות התורה, מיט א צווייטער שרייבט ער אין פארברענגען און מיט א דריטער ניק איז ער סתם א טראלל. פונקט אזוי וועט מען קענען האבן עטליכע אידענטיטעטן אין די נייע ווירטיאלע וועלט. דו וועסט קענען זיין א מאן, א זיידע מיט א יונגל אויף איין מאל, און דאס אויסנוצן לויטן געברויך. יא, מ'וועט זיך קענען דארט אנטון א נייע מהות, אדער באשאפן עטליכע מהות'ן, כפי המצב והזמן - פונקט אזוי ווי היינט אויף די ווירטואלע וועלט און פונקט ווי מען האט אמאל נישט גע'חלומ'ט אז מען קען דאס טון ווירטוראליש.

איר וועט זיך אנטון די גלעזער און סורטשן "מאה-שערים", אריינשפאצירן צו תולדות-אהרן, זיך ווייקן ביי א טיש פון ר' מאטל'ען, א שפאציר אין אלט-שטאט, א תפילה ביים כותל (לאכט נישט, ס'וועט נאך זיין אזאנס - מ'וועט זאגן אז דאס האט רביה"ק געלאזט...). דאן גייט איר ווידער צום אנהויב, סיינט זיך אריין מיט אן אנדערן מהות, דארט וועט איר סורטשן "האנג-קאנג", און כאפן א שפאציר ביים היסטארישען צערעמאניע, ווי אזוי דער פרעזידענט ביידן ווערט ענטפאנגען דורך'ן עמפייער פון כינע. נישט קיין ווידאו, נאר לייוו.

ס'קען (האפנטליך נישט) צוקומען א מצב, אז ס'וועט זיין ווירטוראלע טישן, שמחות בית השואבות, ל"ג בעומר הדלקות און נאך, אסיפות חיזוק, בשעת איין דרשן איז פון ענגלאנד און א צווייטער פון ארץ-ישראל, מען הערט עס און מען זעט עס לייוו, כאילו מען איז דארט (פונקט אזוי ווי עס איז פארהאן ווירטואלע קומזיצן). ס'וועט זיין אינטערעסאנטער ווי די עכטע מעמדים, ווייל ביי די עכטע קען מען נאר טאנצן מיט א מאס, ביז מען ווערט אויסגעמוטשעט, אבער דארט איז דאס אן קיין ענדע, און מען קען טאנצן ווי הויך דו ווילסט...

לויטן פלאן וועלן מער נישט זיין קיין פאקטישע שולעס, מען וועט קומען אין שולע ווירטיאליש. א קינד פון כינע מיט א קינד פון טוניזיע אינאיינעם מיט א קינד פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלן זיך צוזאמענקומען בפועל, לערנען און שפילן אינאיינעם, בשעת זייער פיזישע קערפער ליגט אין בעט אין זייער הויז אין זייער לאנד. דער טיטשער געפינט זיך יעצט אין ביה"כ אין ערגעץ א לעכל אין ענגלאנד.

ס'איז מבהיל על הרעיון וואס זייערע פלענער זענען.

און ס'איז נאך אסאך מער פון דעם.
שכח חסדי פאר דיינע לענגערע ערקלרונגען איבער די מעטעווערס וועלט. איך האב פרובירט שוין כמה פעמים צו ליינען אבער איך ווער בלאקירט פון מיין פילטערס, איך בין אלץ געווען נייגעריג איבער דעם.

לאז מיר עס אויסשפילן. איך גיי קענען זיין אין ירושלים אין מאה שערים. איך גיי קענען זעהן לייוו און אפילו שפירן די וועטער, גרוך, קארס, בואש וואסער און וואס נישט. למעשה, גיי איך זעהן עכטע מענטשן דארט? אדער גיי איך אויך זעהן אנדערע אריינגעסיינטע מענטשן וואס ווילן זעהן וואס טוט זיך אין מאה שערים. אין פאקט גיי איך בלויז זעהן זיי און זיי גייען זעהן מיך ווייל די עכטע מענטשן וואס וואוינען אין מאה שערים גייען ליגן אין בעט אריינגעסיינט צו קענען זעהן וויליאמסבורג, זיי גיי אבער ווערן סורפרייזד, זיי גייען גארנישט זעהן אין ווילי ווייל די גאנצע עולם גייט זיין אין בעט אריינגעסיינט אויף די ווירטואלע אייוועלט.

כאפסט? איינמאל דא מאכסט אויף גרענעצן איז בפועל גארנישט דא און אז ס'גארנישט דא דעמאלטס וואס האב איך צו זוכן דארט?

איך וויל האבן א שיינע אפיס צו ווייזן פאר מיינע אנדערע ניקים. איך קען דאס פארשטיין אזוי איך וויל דא קריגן לייקס און פינגערס. די הנאה פון סוקסעס און סטאטוס גייט גיין צו א פרישע שטאפל.
אבער צו באצאלן דערפאר? דערווייל איז די חידוש פון די אינטערנעט אז רוב זאכן ווערן צוגעשטעלט פאר פרי, די ווירטואלע הנאה איז בחינם, זיי דעקן זיך בעיקר פון אדווערטייזמענטס. אבער מ'פארקויפט שוין עז ווי ספיעק גאנצע שטיקער קרקע פאר ריעל עסטעיט אין די ווירטואלע וועלט, פארוואס זאל א מענטש באצאלן דערויף?

ער גייט זיך איינקויפן מיט עכטע געלט א דמיונדיגע לייף? ער גייט האבן א שאפונג מאל ווי איינער גייט פארקויפן דמיונות פאר דמיונדיגע געלט?

די חלק כאפ איך נישט, ערגעץ ווי גייט די עכטע וועלט באצאלן דערויף, און ערגעץ ווי גייט מען דארט קויפן זאכן וואס ווערט דערליווערט אין די עכטע וועלט. ווי פאסירט די סוויטש?

צוריק צו מאה שערים, לאז מיר זאגן איך וויל זיין אין מאה שערים, און ס'איז טאקע דארט דא אפאר סאברעס, פיזיש. לאז מיר זאגן אז איך און אנדערע אריינגעסיינטע זעהן זיי, סוא איך זעה סיי די עכטע און סיי די אריינגעסיינטע (העלוא חסדי, נייס טו סי יו). קענען די עכטע אונז אויך זעהן? גייען זיי נעבעך עכט מיינען אז זיי זענען דארט אן אונז? רבש"ע דאס איז דאך דיסקרימינאציע.

דאס טייטש אויב זענען עכט דא דארט פינף מענטשן און פינף אריינגעסיינטע גייען די אריינגעסיינטע זעהן צען מענטשן און דו עכטע בלויז פינף? ס'איז דאך אויס וועלט. פלוצלינג כאפט ער א פראסק און ער ווייסט ניטאמאל פון וועם...

און צו מיין עיקר נקודה, אויב גייט די ביזנעס וועלט אהין גיין, אויב איז דאס וויאזוי די דאקטאר טשעקט אויס און היילט מיין אינגראטאונעיל גייען דען נישט זיין דארטן די זעלבע סארט קאנטראל וואס איז דא און די עכטע וועלט?

לאז מיר נאכאמאל איבערגיין די משל (שטיי אוועק פונעם נמשל). א אינגערמאן וויל טועם זיין חזיר, איצט קען ער דאס נישט טוהן בפומבי ווייל מ'זעהט אים. ער סיינט אריין און ער עסט חזיר פלייש ה"י. דאס וועט ווייטער יעדער זעהן חוץ וואס די זענען אריינגעסיינט, אויב גייט יעדער זיין אריינגעסיינט גייט ער דאך האבן די זעלבע בושה ווי ביז איצט.

עסטו אויפקומען מיט די פאלשע ניקים דוגמא דאס וועט נישט ארבעטן. מ'קען נישט פארקויפן, באצאלן, שטייער ענינים, רעפאנדס אן עפעס א קאנטראל וואס ווער און ווען. נאכמער טראכט איך איצט, אויב גיי איך קענען זעהן וואס טוט זיך אין מאה שערים און זעהן אנדערע אריינגעסיינטע אויך, דאן וואס טוה איך אויב איינער האט אריינגעסיינט מער ווי איינמאל? איך גיי האבן אזא פאלש בילד פון מאה שערים אז נאר.

און צום לעצט, ס'איז קלאר איז דער וואס ווערט אנגעגריפן ווירטואל, אויב געב איך איינעם א זעץ וועט ער דאס שפירן פיזיש. גייט מען מיך ארעסטירן פיזיש אדער בלויז ווירטואל? אויב בלויז ווירטואל גייט דאס נישט אנהאלטן פאר גאנצע פינף מינוט, אויב פיזיש גיי מיר צוריק צו מיין טענה אז דארט גייט הערשן סדר וואס פון די סדר וועלן אלע וועדות פון אלע קהילות קענען געהעריג פונקציאנירן נאך אפשר שטערקער ווי היינט.

איך האב געשטעלט מיינע פראגן אין א צומישטע סדר ווייל איך בין צומישט. ביטע אויסקלארן.

סטיק צום משל, ס'פארט פיין דערווייל.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

fiena nieas האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:

אין קורצן: ווידעא איז געאסרט געווארן אפילו בלי VR און סליידס איז נישט אסור געווארן אפילו מיט VR
זייער א געשמאקע טאלקינג פוינט אראפצורייסן אייוועלט (בד"וו איך קוק נישט קיין ווידיאוס) אבער די VR גלעזער איז יא גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים, אויך די סליידס ווערסיע (אין רוב פלעצער ווערט געוויזן די ווידיאו ווערסיע, סתם לידיעה).
ווייל די עקסרעמיסטען האבן פארקויפט פאר די רבנים נארישקייטן
אין איין ווארט: שטותים.

מער איז די נארישקייט וואס ווערט גענוצט נאנסטאפ אלץ א תירוץ אז מען מעג טון וואס מען וויל בעיקר בעניני טעכנעלאגיע און אין נאך אסאך עניני אידישקייט נישט ווערט קיין ענטפער.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

תגובה דורך בלייב געזונט »

געווענליך די זעלבע מענטשן שרייען אויף השומרים ''וועלכע רבנים פירן דאס? ארגענעזאציע געפירט ביי יחידים'', אה הייסט די רבנים פארשטייען יא.. דא קומט דיר דאס צוניץ..
און אזוי אין יעדע ענין
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דרייטצעך האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:

אין קורצן: ווידעא איז געאסרט געווארן אפילו בלי VR און סליידס איז נישט אסור געווארן אפילו מיט VR
זייער א געשמאקע טאלקינג פוינט אראפצורייסן אייוועלט (בד"וו איך קוק נישט קיין ווידיאוס) אבער די VR גלעזער איז יא גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים, אויך די סליידס ווערסיע (אין רוב פלעצער ווערט געוויזן די ווידיאו ווערסיע, סתם לידיעה).
ווייל די עקסרעמיסטען האבן פארקויפט פאר די רבנים נארישקייטן
אין איין ווארט: שטותים.

מער איז די נארישקייט וואס ווערט גענוצט נאנסטאפ אלץ א תירוץ אז מען מעג טון וואס מען וויל בעיקר בעניני טעכנעלאגיע און אין נאך אסאך עניני אידישקייט נישט ווערט קיין ענטפער.
ר' איד, אויב די רבנים הערן פון די עסקנים די אינפֿאָרמאַציע וואס ערשיינט אין א דורכשניטליכע השמיעני גליון, איז נישטא קיין אנדערע וועג וויאזוי דאס אנצורופן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

מי חכם האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:

אין קורצן: ווידעא איז געאסרט געווארן אפילו בלי VR און סליידס איז נישט אסור געווארן אפילו מיט VR
זייער א געשמאקע טאלקינג פוינט אראפצורייסן אייוועלט (בד"וו איך קוק נישט קיין ווידיאוס) אבער די VR גלעזער איז יא גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים, אויך די סליידס ווערסיע (אין רוב פלעצער ווערט געוויזן די ווידיאו ווערסיע, סתם לידיעה).
ווייל די עקסרעמיסטען האבן פארקויפט פאר די רבנים נארישקייטן
אין איין ווארט: שטותים.

מער איז די נארישקייט וואס ווערט גענוצט נאנסטאפ אלץ א תירוץ אז מען מעג טון וואס מען וויל בעיקר בעניני טעכנעלאגיע און אין נאך אסאך עניני אידישקייט נישט ווערט קיין ענטפער.
ר' איד, אויב די רבנים הערן פון די עסקנים די אינפֿאָרמאַציע וואס ערשיינט אין א דורכשניטליכע השמיעני גליון, איז נישטא קיין אנדערע וועג וויאזוי דאס אנצורופן
אזויפיל טראסט מעגסטו נאך האבן אויף די רבנים אז זיי גלייבן נישט די השמיעני ארויסגעבער אויפן ווארט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

טו ריקעפ וואס אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט דורכאויס דעם גאנצן אשכול, בהנחה אז דער גאנצער חלום וועט אמאל קומען לכלל מעשה, איז די עצה נישט איבער צו טון נאכאמאל דעם זעלבן טעות ביי די אינטערנעט 3.0, ווי דאס וואס מען האט געמאכט ביים אינטערנעט 1.0

ווער עס געדענקט, אנפאנג איז דער גאנצער מהלך און רעאקציע צו די נייע אינטערנעט רעוואלוציע געווען זיך צו פארמאכן די אויגן, שרייען אסור און פארטיג. די עקסטרעמיסטן האבן פארפירט קעגן יעדן סארט פילטער אפציע, שרייענדיג אז דער אינטערנעט איז אסור, און דער פילטער איז נישט מער ווי א כשר חזיר פיסל. מיט אט דעם צוגאנג האט מען פארלוירן א קיי"ל פון 15 קריטישע יאר ביז מען האט זיך ענדליך גענומען ארבעטן אויף פילטערס פארן ברייטן ציבור.

דער נייער סארט אינטערנעט אנטשפרעכט צו ארבעטן אויף א ספיד פון אפשר הונדערטער מאל שנעלער ווי ביז היינט, און מען דארף זיך שוין נעמען ארבעטן צוצושטעלן פאסיגע פילטערס וועלכע וועלן קענען ארבעטן מיט די סארט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און עס נישט פארשטייטערן אויף א וועג וואס וועט מאכן די טעכנאלאגיע נוצלאז, א שטייגער ווי ישיבה נעט פלעגט דוכט זיך טאן צו אימעיל.

אדער קען מען איבערטון נאכאמאל וואס מען האט געטאן דאן, עס שיינט אז די יונגע יונגעלייט'לעך געדענקען נישט די איסורים חרמות וקונמות פון יענע תקופה און מיינען אז דער פראבלעם איז פשוט אז מען האט נישט גענוג מוחה געווען.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

מי חכם האט געשריבן:
טו ריקעפ וואס אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט דורכאויס דעם גאנצן אשכול, בהנחה אז דער גאנצער חלום וועט אמאל קומען לכלל מעשה, איז די עצה נישט איבער צו טון נאכאמאל דעם זעלבן טעות ביי די אינטערנעט 3.0, ווי דאס וואס מען האט געמאכט ביים אינטערנעט 1.0

ווער עס געדענקט, אנפאנג איז דער גאנצער מהלך און רעאקציע צו די נייע אינטערנעט רעוואלוציע געווען זיך צו פארמאכן די אויגן, שרייען אסור און פארטיג. די עקסטרעמיסטן האבן פארפירט קעגן יעדן סארט פילטער אפציע, שרייענדיג אז דער אינטערנעט איז אסור, און דער פילטער איז נישט מער ווי א כשר חזיר פיסל. מיט אט דעם צוגאנג האט מען פארלוירן א קיי"ל פון 15 קריטישע יאר ביז מען האט זיך ענדליך גענומען ארבעטן אויף פילטערס פארן ברייטן ציבור.

דער נייער סארט אינטערנעט אנטשפרעכט צו ארבעטן אויף א ספיד פון אפשר הונדערטער מאל שנעלער ווי ביז היינט, און מען דארף זיך שוין נעמען ארבעטן צוצושטעלן פאסיגע פילטערס וועלכע וועלן קענען ארבעטן מיט די סארט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און עס נישט פארשטייטערן אויף א וועג וואס וועט מאכן די טעכנאלאגיע נוצלאז, א שטייגער ווי ישיבה נעט פלעגט דוכט זיך טאן צו אימעיל.

אדער קען מען איבערטון נאכאמאל וואס מען האט געטאן דאן, עס שיינט אז די יונגע יונגעלייט'לעך געדענקען נישט די איסורים חרמות וקונמות פון יענע תקופה און מיינען אז דער פראבלעם איז פשוט אז מען האט נישט גענוג מוחה געווען.
לייגסט אראפ די הנחה אז מען האט זיך פארמאכט די אויגן, געשריגן עקסטרעמיסטיש אסור אסור אסור.

מען האט פשוט נישט איינגעזען אז דאס גייט באמת זיין א חלק פון די וועלט, פון ביזנעס און די גאנצע לעבן, און ווען מען האט דאס שוין איינגעזען איז דאס געווען ווען עס האט געריסן שטיקער.

מיט דיין סאלושאן בין איך מסכים טויזנט פראצענט, איך האב פריער געשריבן די זעלבע, יעצט אז מיר ווייסן שוין אז דאס גייט ווערן א חלק פון די טאג טעגליכע ווירטשאפט, פרנסה וכו', זאלן מיר דאס אקעגן קומען גרייט מיט א פילטער.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך האב געהערט אז ביי די גוים איז פארהאן אזא זאך אז מ'טוט זיך אן VR גלעזער, און מען נעמט א גאן און נעמט זיך שיסן רעכטס און לינקס, און מען זעט ווי מענטשן פאלן אראפ טויט איינס נאכן צווייטן.

דאס איז געהעריג לעגאל, און נאכדעם וואונדערט מען זיך אז עס קומען פאר מאסן שיסערייען.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

תגובה דורך Rak Tov »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:

יא יא, בכלל די אלע געימס לאו דווקא די גלעזער, אבער מיט דעם איז עס ממש עכט

טראמפ האט דאך דאס באשולדיגט אין די מאסן שיסערייען
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Rak Tov האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
איך האב געהערט אז ביי די גוים איז פארהאן אזא זאך אז מ'טוט זיך אן VR גלעזער, און מען נעמט א גאן און נעמט זיך שיסן רעכטס און לינקס, און מען זעט ווי מענטשן פאלן אראפ טויט איינס נאכן צווייטן.

דאס איז געהעריג לעגאל, און נאכדעם וואונדערט מען זיך אז עס קומען פאר מאסן שיסערייען.
יא יא, בכלל די אלע געימס לאו דווקא די גלעזער, אבער מיט דעם איז עס ממש עכט

טראמפ האט דאך דאס באשולדיגט אין די מאסן שיסערייען
אין די ווידיאוי געימס וויפל יודישע קינדער האבן עס?? די זעלבע זאך מיט vr קיינער גייט עס האבן חוץ ביים ג'יין חול המועד קיקן די בית המקדש
אוועטאר
videoff
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:44 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך videoff »

fiena nieas האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
איך האב געהערט אז ביי די גוים איז פארהאן אזא זאך אז מ'טוט זיך אן VR גלעזער, און מען נעמט א גאן און נעמט זיך שיסן רעכטס און לינקס, און מען זעט ווי מענטשן פאלן אראפ טויט איינס נאכן צווייטן.

דאס איז געהעריג לעגאל, און נאכדעם וואונדערט מען זיך אז עס קומען פאר מאסן שיסערייען.
יא יא, בכלל די אלע געימס לאו דווקא די גלעזער, אבער מיט דעם איז עס ממש עכט

טראמפ האט דאך דאס באשולדיגט אין די מאסן שיסערייען
אין די ווידיאוי געימס וויפל יודישע קינדער האבן עס?? די זעלבע זאך מיט vr קיינער גייט עס האבן חוץ ביים ג'יין חול המועד קיקן די בית המקדש
ביטע האלטן די תגובה פאר די רעקארדס
אויף מיין דעווייס קען מען נישט זען קיין ווידיא
ווייל איך האב אינסטאלט Videoff
מער פרטים
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

fiena nieas האט געשריבן:
אין די ווידיאוי געימס וויפל יודישע קינדער האבן עס?? די זעלבע זאך מיט vr קיינער גייט עס האבן חוץ ביים ג'יין חול המועד קיקן די בית המקדש
והא ראי', מען קוקט ווידיאו בלויז חוה"מ?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

fiena nieas האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
איך האב געהערט אז ביי די גוים איז פארהאן אזא זאך אז מ'טוט זיך אן VR גלעזער, און מען נעמט א גאן און נעמט זיך שיסן רעכטס און לינקס, און מען זעט ווי מענטשן פאלן אראפ טויט איינס נאכן צווייטן.

דאס איז געהעריג לעגאל, און נאכדעם וואונדערט מען זיך אז עס קומען פאר מאסן שיסערייען.
יא יא, בכלל די אלע געימס לאו דווקא די גלעזער, אבער מיט דעם איז עס ממש עכט

טראמפ האט דאך דאס באשולדיגט אין די מאסן שיסערייען
אין די ווידיאוי געימס וויפל יודישע קינדער האבן עס?? די זעלבע זאך מיט vr קיינער גייט עס האבן חוץ ביים ג'יין חול המועד קיקן די בית המקדש
גראדע איז ליידער דא אסאך היימישע וואס שפילן די געימס חול המועד, ביי מאנכע האלט עס נאך ביי די פעינט באליס, און מען פרעגט וואס איז שלעכט (און זייערע עלטערן האבן אויך געטענה'ט אין מקוה אז 'ביי אונז וועט עס נישט אריינקומען')

עניוועי, דאס איז געוועהן בדרך אגב, נישט דאס איז אונזער פראבלעם מיטן גלעזער
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

@ פראקטיש אז חסדי אבות וועט מיר לאזן וועל איך עס פראבירן דיר מסביר זיין. זאג מיר צו איך בין גוט מסביר.

קודם פאר איך שרייב ווייטער איך האב נישט געליינט די השומרים און אנדערע באשרייבונגען, נאר כלפי די איסור זעה איך נישט פארוואס דאס זאל זיין מער אסור פון אינטערנעט די זעלבע פראבלעמען גייט זיין ביי ביידע. איה''נ אז די ווי אר גייט זיין מער ציענד און ס'גייט פילן מער עכט באט דאס מאכט עס נישט מער אסור.

און לענ''ד די שפרינג פון פאר 2000 צו די סמארטפאון אינטערנעט סאשעל מידיע עפאכע. איז סאך א גרעסערע שפרינג כלפי איסורים און פראבלעמען. ווי פון 2022 ביז די ווי אר עפאכע. מיין אפיניאן. כ'גיי עס נישט יעצט צופיל מסביר זיין.

יעצט צום פוינט פונקט ווי יעדער פארשטייט אז פאר 2000 האט קיינער נישט געגלייבט ווען די האסט אים געזאגט אז די וועלט גייט זיך טוישן און מ'גייט אלעס קויפן אויף א ווינדאוי סקרין- עמעזאן, אלע ביזנעס מיטינגס גייט זיין אויף א ווינדאוי סקרין - זום אלע ספרים גייט מען שרייבן אויף א ווינדאוי סקרין.
איז היינט גלייבסטו אויך נישט וואס מ'זאגט אז ס'גייט זיין. אבער גראדע יעצט איז עס סאך גרינגער צו פארשטיין ווייל ס'איז שוין באמת דא ווי אר גלעזער.

נאך איין נקודה קיינער זאל נישט מיינען אז מ'גייט יעצט ''באמת'' קענען פילן פיזעקלי. למשל ווען מ'זאגט אז מ'גייט קענען באטראכטן און פילן א אייטעם פון עמעזאן אויף די ווי אר גלעזער. מיינט נישט אז מ'גייט עס פיזעקלי פילן אין ריעל לייף. כלל לא. ס'איז נישט מעגליך צו מאכן זאלסט פילן א אייטעם אין ריעל לייף וואס די זעהסט נאר ווירטואל. נאר וואס דען ווען די גייסט קוקן די אייטעם אויף די ווי אר גלעזער גייסטו עס קענען טאטשן און פילן אין די ווירטואלע לייף. אוודאי נישט אין ריעל לייף נאר אין די ווירטואלע לייף.

אבער באמת איז די פילינג ווי איינער טאטשט דיך און ווי די טאטשט איינעם אין ריעל לייף. די זעלבע פילינג ווי ווען די טאטשט איינעם און איינער טאטשט דיך אין ווירטואלע לייף. ביידע מאל פילסטו אז איינער האט דיך געטאטשט.

יעצט לאמיר אריינגיין איך האב נישט געליינט באמת וואס פעיסבוק פלאנט צו טון און ס'קענען זיי פלאנען בכלל עפעס אנדערש אבער איך וועל דיר מסביר זיין וואס איך האב פארשטאנען פון חסדי, און וואס איך האלט גייט זיך עניוועי טוישן, און אז נישט וואלט עס געווען א גוטע אינוועסמענט.

אין ריעל לייף ווען די ווילסט גיין וועקעישאן דארפסטו באשטעלן א טיקעט א האטעל באשטעלן בעביסיטערס פאר דיינע קינדער גיין צום עירפארט ווארטן שעות זיצן אויפן פליגער ווארטן ווילאנג ס'הייבט זיך נאכדעם ווייטער און ווייטער אנקומען צו פלארידא גיין אין האטעל אויסגעמוטשעט פון די וועג וכו וכו און נאכדעם גייט מען צום ביעטש (נישט אויסגעהאלטן להלכה) מ'גייט באוטינג וכו וכו ס'קומט אויס א הון תועפות.

אין ווירטואעל לייף ווען די גייסט ווילן גיין וועקעישאן גייסטו סוירטשן אויף די סקרין צו אויף דיין ווי אר גלעזער א גוטע פילם פון א פלארידא וועקעישאן, ס'גייען זיין אסאך אפשענס אויף די ווי אר air bnb פון טייערע האטעלס ביז שוואכערע אריזאנע פלארידא און א''י. און די גייסט קענען בלייבן ביי דיר אינדערהיים לייגן שלאפן דיינע קינדער זיך אראפזעצן מיטן ווייב אויפן קאוטש און פארן אויף וועקעישאן אין ווירטואעל לייף.

מ'גייט אריין אין א טעקסי אינעם ווי אר לייף ס'פארט ביזן עירפארט דארט גייסטו ארויס זעהסט ארום דיר מענטשן לויפן און קומען און די גייסט גלייך צום סעקיורוטי (אין ווי אר לייף וועסטו נישט דארפן ווארטן קיין לאנגע רייעס) זיי בעטן דיין פעספארט און זיי נעמען עס פון דיר גייסט ווייטער מ'גייט גלייך ארויף אויפן פלעין זעהסט אסאך סיעטס מיט מענטשן די גייסט צו דיין פלאץ וואס שטייט אויף דיין טיקעט וואס די האלסט כלומר'שט אין ווי אר לייף.נאך אפאר מינוט פליען לאנד מען אין פלארידא נעמסט א טעקסי פארסט צו א הערליכע האטעל עפענסט די טיר קומסט אריין אין א 5 סטאר ווילא א הערליכע פאל אינדרויסן גייסט נאכדעם צום ביעטש (אלעס בדרך הכשרות ס'גייען נאר זיין צניעות'דיגע הימישע אידן דארט) מיט א טעקסי קענסט גיין צו א אימויזמענט פארק מיט די ווי אר גלעזער ארויפליען א ראלער קאוסטער און אראפליען אלעס צוזאמען מיטן רעביצין, און גיין אויף אלע ריידס און נאך זעקס שעה זיין אויפן ווי אר גלעזער האסטו שוין כמעט אלעס געקאווערט יעצט צוריק ארויף אויפן פלעין און צוריק קיין ניו יארק און מ'קומט אהיים און מ'טרעפט זיך צוזאמען אויף די קאוטש פינעווע פארטאגס
און די גאנצע וועקעישאן האט נאר אפגעקאסט אפאר הונדערט דאלער וויפיל די בעל הפילם האט געבעטן.
און אינדזשוימענט, און וועקעישאן, און אויסגערוהט גייט מען ווערן די זעלבע ווי אין ריעל לייף.
די זעלבע מח וואס באקומט די גוטע געפיל ווען מ'גייט פיזיקלי וועקעישאן, און מ'אינדזשויט זיך, די זעלבע גוטע געפיל באקומט די מח ביי ווירטואעלע וועקעישאן.
אביסל עס צו פארשטיין. ווען אמענטש גייט צו א וואסער בארואיגט זיך די מח מ'ווערט באמת רואיג, און כמעט יעדער קען עדות זאגן אז ווען מ'קוקט א פשוטע קליפ פון א רואיגע וואסער ווערט מען באמת רואיג נאכדעם. וויאזוי קען זיין? נאר די דמיון מאכט פילן ווי די ביסט דארט און ס'ברענגט א רואיגקייט. פיל מאל מערנאיז עס ביי ווי אר וואס איז אויסגעשטעלטאז די זאלסט באמת פילן ביסט ביים וואסער...

(זייער אסאך טעראפיסטען מיט פארשטייערס ניצן די עצה פון איינרעדן די מח אן ווי אר. אז ווען א מענטש טוט עפעס וויי און ס'גייט אים נישט גוט זאל זאגן זיין מח די גאנצע צייט די ביסט יא גוט די פילסט גוט די ביסט זייער חשוב די ביסט די בעסטע קינד און די מחשבה גייט אים עס מאכן באמת שפירן. און בדוק ומנוסה זייער אסאך מענטשן העלפט עס, און פארשטייט זיך דאס איז נאר א משל צו ווי אר)

די זעלבע ווען מ'גייט ווילן גיין צו א רבישע טיש אדער צום כותל...

פארשטייט זיך אלעס גייט מוזן זיין א ווידיא וואס מ'האט געמאכט פארדעם אנליין. און ס'גייט ווערן פארקויפט פאר אפאר דאלער יעדע פילם יעדע ווידיאדי.
ווירטואעלע לייף גייט נישט יעצט מאכן נייע זאכן בשעת די טראכסט......

יעצט די זעלבע גייט זיין אין אפיס פון 9 טא 5 גייט זיין א אפשען פונקט ווי די קענסט זיצן אין אפיס אין פארנט פון קאמפיוטער וועסטו עס קענען טון אויפן ווי אר און וועסט דיך ממש פילן ווי אין אפיס פיל מיט מענטשן אדער ווי די ארבעסט נעבן א וואסער אדער וואס די גייסט טשוזען.

און ווען די גייסט ווילן איינקויפן אויף עמעזאן גייסטו כאילו אריינגיין אין א ריזיגע סטאר און כמעט פילן ווי די טאטשט די אייטעמס און עס קענען טאטשן וכו וכו ס'גייט זיך קויפן סאך געשמאקער.

אזוי אויך די דעזיינער פאר דיין הויז אנשטאט דיך ווייזן פיקטשירס מיט דעזיין'ס מיט פלענער. וועט דיך אויסשטעלן דיין הויז אויף א פילם אינעם ווי אר און די וועסט באטראכטן ביידע הייזער דורכן ממש אריינגיין אין די הויז אויספראבירן די פאר סעמפעלס וואס ער ווייזט דיך און די וועסט טשוזן וועלכע בהויז די ווילסט מ'זאל דיך בויען
די זעלבע אנשטאט דארפן גיין צו א שאויאינג בשעת'ן קויפן א הויז וועט מען עס קענען טון אויפן ווי אר, ס'וועט זיין די זעלבע קלאר ווי ווען די וואלסט ווען אראפגעגאנגען אין ריעל לייף

א שטאפל ווייטער: און ווען די גייסט מאכן א זום מיטינג גייסטו נישט זיצן פשוט אין פארנט פון א קאמפיוטער נאר די גייסט ממש שפירן ווי די זיצט אין א קאנפערענס רום מיט דיינע ארבעטערס און די רעדסט צו זיי יעדער גייט זיצן ארום ווייל מ'גייט ניצן א פילם וואס האט א קאנפערענס ווי יעדער זיצט ארום און די פענימער גייט פון זיך אליינס ווערן אריינגעלייגט.....

אזוי אויך גייט מען קענען עסן........

יעצט באמת איז שוין די אלע זאכן דא מ'קען שוין יעצט קוקן ווי אר'ס און פילן ווי מ'פארט אוועק און פילן ווי מ'טאטשט זאכן. נאר ס'איז נאר דא פילם'ס וואס זענען פאר און אינדזשוימענט נישטא קיין פאקטישע אויף למעשה וואס קען צוניץ קומען אין ריעל לייף פאר פאקטישע זאכן.
און אזוי אויך קען עס נאך קומען מיט א סטעפ אהעד

יעצט צו ס'גייט זיין אסור אוודאי אזוי פונקט ווי מאוויס מיט אינטערנעט איז אסור, אבער אזויווי די רבנים זענען מתיר אינטערנעט לצורך פרנסה מיט א פילטער גייט דאס אויך זיין מותר לצורך, און נאכמער די רבנים גייען הייסן איינער וואס שפירט אז פאר געזונט דארף ער גיין וועקעישאן וועלן רוב רבנים האלטן אז ענדערש גיי וועקעישאן אויפן ווי אר ווייל אזוי גייסטו נישט נכשל ווערן מיט ראית אסורות וואס מ'זעהט זיך צאם ביים עירפארט און אויפן עוירפלעין און ביים ביעטש אין פלארידא.

וואו בין איך יעצט געווען אויף א גוטן דמיון רייזע........
לעצט פארראכטן דורך אושפיזין אום מאנטאג אוגוסט 15, 2022 11:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אוי האב איך מיר צושריבן.
חינוך האט געזיגט!
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: זען דעם "בית המקדש" דורך VR גלעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

נחמן ברייט האט געשריבן:
ישראל קצובר האט געשריבן:
קען איינער ביטע צוברענגען די גליון השמיעני פון די וואך?
געהאט א גאר היקף'דיגע ארטיקל איבער דעם נושא.
קראנט + מבהיל'דיג
https://drive.google.com/file/d/16e-P2M ... UKINF/view
איז דא ערגעץ ווי מען קען דאס באקומען אויף אימעיל יעדע וואך?
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

איינער האט מיר אמאל געגעבן צו פילן א vr איך בין געווען אויף א ראליקאסטער רייד , איך האב באמת געפילט אלעס וואס מען פילט אויף א ראליקאסטער רייד איך בין אפילו געווארן נאשעס און מיין בויךצהאט זיך געדרייט איך האב מיר ממש געדארפט פארמאכן מיין אויגן טייט... סהאט געפילט עכט שרעקעדיג!!!

אבער איך מיין די עולם דמיונט אין גרויסן (אפשר אין vr...) אז מען גייט איינקויפן אין עמעאזן אין האלטן מיטינגס און ווייסעךוואס
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”