איך בין צושטורעמט!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

מיינע רויע געפילן.

שוידערליך שוידערליך!!!

די רבוש"ע איז דאך אונזער טאטע, ער האט אונז ליב אסאך מער וויפול מיר קענען זיך פארשטעלן, און מיר בעטן ווארטן און האפן אז ער זאל זיך דערבארעמען אויף אונז און אונז אויסלייזן פון די ביטערע גלות, ער זאל שוין אויפרעכטן די טויזענטער צובראכענע הערצער פון אידישע קינדער.

אוי... וויפול אידן מוטשענען זיך נעבעך מיט פרנסה, דאס קינד שעמט זיך צו טראגן א קלייד וואס די עלטערע שוועסטער האט שוין גענוצט, "מיין קינד, דו מיינסט איך וויל נישט אז דו זאלסט האבן א שיינע נייע קלייד? איך האב דיך אזוי שטארק ליב, מיין הארץ גייט אויס פון פיין צוזעהנדיג דיין צער, אבער וואס זאל טאטי טוהן? איך קאווער ממש נישט די טאג טעגליכע הוצאות."

האט איינער אמאל פרובירט צו ווידמען דריי מינוט א טאג וויאזוי זעהט אויס דאס לעבן פון א קאפל וואס ווארט פאר א אייגן לעכטיג קינד? מ’קען דאך קראנק ווערן נאר פון פרובירן צו פארשטיין זייער גלוסט, זייער האף, און וויפול אזאנע האבן מיר ליידער? ס’איז דאך נישט פשוט.

הערשט נעכטן דערציילט מיר א חבר וואס איך האב היבש לאנג נישט באגעגענט, די באשעפער האט אים געשאנקען א לעכטיג קינד, זעקס טאג נאכן געבורט די מאמע האט געהאלטן אינמיטן פיטערן דאס קינד און די מאמע האט באמערקט אז די קינד אטעמט נישט, עס צו מאכן קורץ, כמעט א יאר שפעטער דאס קינד איז א וועדזשטעבעל, ברעין דעמעדזשד, באוואוסטלאז,
קען איינער פארשטיין די צער פון די עלטערן? דאס ערשטע קינד זייערע, געהאפט און ארויסגעקוקט דערויף, אבער נאר פאר זעקס טעג, זעקס טעג איז זי געווען א געזונט קינד וואס האט געברענגט נחת און פרייד, און דערנאך? דאס הארץ גייט אויס...

מיין נשמה ווערט צושפאלטן צוקוקענדיג וויאזוי אינגע קינדער זאגן קדיש זיך בענקענדיג נאך טאטי אדער מאמי וועם זיי וועלן שוין נאכאמאל זעהן ביז משיח’ס טאג, רבוש"ע ווי האלט מען דאס אויס??

קיין איין טאטע אדער מאמע קען נישט שטיין גלייך פאר א קינד’ס געוויין, וויאזוי קענען ליידער צענדליגער עלטערן אויסהאלטן צו זעהן און הערן זייער קינד’ס געוויין? די שפיטעלער זענען פיל מיט קליינע זיסקייטן, זיי ווייסן נאכנישט וואס חטא מיינט, אבער יסורים, ווייטאג, צער, פיין, דאס אלעס גייען זיי דורך אין זייער קוים אינגע לעבן.

פארוואס ציטערט נישט אויף גאנץ אמעריקא אויף דעי ווייגעשריי פון קינדערליך וואס זוכן זיך נעבעך נייע גליקן? וואלעבאוט, וויאזוי קענסטו צולאזן דיינע דורכגייער שפאנען מיט אזא רואיגקייט? וויפול הונדערטער עלטערן באנעצן די קושן יעדע נאכט אויף זייער קינד’ס רוחניותדיגע חורבן?

כלל ישראל, מ’דארף שאקלען וועלטן, איינרייסן יעדן טאג, אידישע קינדער מאכן מיט אזויפיל, נאר די אייבירשטער קען העלפן, ער וויל אונז הערן, ער וויל אונז העלפן, לאמיר אינאיינעם שרייען...

טאאאאטטטעעע.... העלף אונז!! מיר האבן נישט קיינעם נאר דיר.
לעצט פארראכטן דורך אה''ו אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 2:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

מי שאמר לעולמי די יאמר לצרותינו די
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

זייער שיין געשריבן אה"ו, שרעקליכע מעשיות, זאל מען שוין נישט הערן פון אזעלכעס
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

עת לבכות.

ווען דער צייט ענדיגט זיך, מאכט מען שלום מיטן מצב. אזוי איז לעבן. די וועלט קומט מיט אסאך פיין. אלץ איז לטובה פון אונזער ליבער פאטער. ווען משיח וועט קומען וועט לייכט ווערן. דעמאלטס וועט זיין גוט. אי"ה בקרוב!
באראטונג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:20 pm

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באראטונג »

אמת יעדעס ווארט, ליידער צרות ישראל מרובים פון אלע זייטן אז דאס הארץ קען צעפלאצט ווערן ל"ע, און עס איז זייער גוט אויסצוגעבן די רויע געפילן.

און יעצט געגאנגען ווייטער, רצון ה' איז נישט זיך צו ווייקן אינעם צער, לאמיר קוקן אויף די אנדערע זייט, וויפיל חסדים אונזער ליבער טאטע באגיסט אונז, ווייפיל שמחות וויפיל נחת קומט פאר, וויפיל ליכטיגע קינדערלעך קומען און גייען פרייליכערהייט באותו זמן פון זייער בית חינוך צו זייער ווארימע היים, ועוד ועוד, דא לאמיר זיך אריינווייקן אינעם פריידיגען נחת און גוטס אשר בטובו מחדש בכל יום תמיד, אה!

נחמו נחמו...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

חרבונא האט געשריבן:
פשטא האט געשריבן:
נישט אלעס ברויך ווערן אפגעשריבן און געליפערט צום פובליק.

אגב. ס'איז נאך די עוולעבעל אפאר ספאטס פאר כל-נדרי דרשות.
@פשטא, אראפרייסן איז נישט קיין קונץ, באווייז צו קאמפלימענטירן

אז מען רעדט שוין ביסט א פיינע לץ
נישט אלעס דארף, אבער אלעס מעג. און יא, אויך פשטא'ס תגובה, און אויך רויע געפילן.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ממוצע האט געשריבן:
עת לבכות.

ווען דער צייט ענדיגט זיך, מאכט מען שלום מיטן מצב. אזוי איז לעבן. די וועלט קומט מיט אסאך פיין. אלץ איז לטובה פון אונזער ליבער פאטער. ווען משיח וועט קומען וועט לייכט ווערן. דעמאלטס וועט זיין גוט. אי"ה בקרוב!
עס איז דא אידן וואס עס גייט זיי יעצט גוט! אפילו משיח איז נאכנישט דא!
גאולה פרטי. לעבן מיטן אייבערשטען.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

ממוצע האט געשריבן:
עת לבכות.

ווען דער צייט ענדיגט זיך, מאכט מען שלום מיטן מצב. אזוי איז לעבן. די וועלט קומט מיט אסאך פיין. אלץ איז לטובה פון אונזער ליבער פאטער. ווען משיח וועט קומען וועט לייכט ווערן. דעמאלטס וועט זיין גוט. אי"ה בקרוב!
אייגענס?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

איך זעה נישט די מצוה פון יעדן טאג זיך מאכן צייט און אריינטראכטן פון צרות ישראל מען הערט ליידער גענוג מען דארף נישט צו לייגן צייט און טאג פארדעם
זאל דער אייבישטער העלפן יעדן איד און זיין מצוב ער זאל נאר זעהן חסדים
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Bissli האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
עת לבכות.

ווען דער צייט ענדיגט זיך, מאכט מען שלום מיטן מצב. אזוי איז לעבן. די וועלט קומט מיט אסאך פיין. אלץ איז לטובה פון אונזער ליבער פאטער. ווען משיח וועט קומען וועט לייכט ווערן. דעמאלטס וועט זיין גוט. אי"ה בקרוב!
עס איז דא אידן וואס עס גייט זיי יעצט גוט! אפילו משיח איז נאכנישט דא!
גאולה פרטי. לעבן מיטן אייבערשטען.
דער הייליגער ווילעדניקער זי"ע האט געזאגט (כתוב בשארית ישראל), אז אפילו גרויסע צדיקים ווען זיי האבן א פערזענליכע צרה, קענען זיי נישט זיין אינדרויסן פון די צער מער ווי אפאר מינוט.

ואין אתנו יודע עד מה.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
עת לבכות.

ווען דער צייט ענדיגט זיך, מאכט מען שלום מיטן מצב. אזוי איז לעבן. די וועלט קומט מיט אסאך פיין. אלץ איז לטובה פון אונזער ליבער פאטער. ווען משיח וועט קומען וועט לייכט ווערן. דעמאלטס וועט זיין גוט. אי"ה בקרוב!
אייגענס?
וועלכע חלק?
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

הרב א"הו
איר האט מיר אויפגעשטורעמט מיט אייער שטורעם.
מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה על חרבן עמי יומם ולילה.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

ממוצע האט געשריבן:
מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
עת לבכות.

ווען דער צייט ענדיגט זיך, מאכט מען שלום מיטן מצב. אזוי איז לעבן. די וועלט קומט מיט אסאך פיין. אלץ איז לטובה פון אונזער ליבער פאטער. ווען משיח וועט קומען וועט לייכט ווערן. דעמאלטס וועט זיין גוט. אי"ה בקרוב!
אייגענס?
וועלכע חלק?
די ווערטער עת לבכות
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
מר קאפלאווסקי האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
עת לבכות.

ווען דער צייט ענדיגט זיך, מאכט מען שלום מיטן מצב. אזוי איז לעבן. די וועלט קומט מיט אסאך פיין. אלץ איז לטובה פון אונזער ליבער פאטער. ווען משיח וועט קומען וועט לייכט ווערן. דעמאלטס וועט זיין גוט. אי"ה בקרוב!
אייגענס?
וועלכע חלק?
די ווערטער עת לבכות
קהלת ג, ד ?
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: איך בין צושטורעמט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

אמאל האב איך געפרעגט אן ערליכן איד, 'פארוואס גייט מען בעטן אן ערליכן איד מתפלל צו זיין, ס'שטייט דאך אז א תפילת חולה על עצמו איז די שטערקסטע?'
האט ער מיר גע'ענטפערט: ווען א מענטש איז פאר'צער'ט און די הארץ איז פארקלאפט, איז שווער צו דאווענען, גייט מען צו אן ערליכן איד, ער שפירט מיט די צער, לייגט זיך ממש אריין אין דיין מצב, אבער שטארקט זיך מיט שמחה און אזוי קען ער פועל'ן א ישועה.

אידן, לאמיר זיך מתבונן זיין אין די צער השכינה אין צרות כלל ישראל, אבער זיך שטארקן און דאווענען מיט א שמחה, און גלייבן אז די ישועה איז שוין דא! און מיר וועלן זיכער פועל'ן!

ישועת ה' כהרף עין!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”