מיין קאנטרי עקספיריענס!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4258
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
מיין קאנטרי עקספיריענס!
געווען איז דאס מיט א צוויי יאר צוריק זומער, אינמיטן די סאמע ברען פון די קאוויד תקופה, ביי אונז אין די ביזנעס איז געווען זייער ביזי, און איך ממש נישט געאטעמט מצאת החמה עד צאת הנשמה, איך האב דאס געטאן אלץ ווייל איך האב געוואוסט אז מ'טוה מיר דאס אלעס צו סורווייוון און אדורך שוויצן די שווערע תקופה.
איך האב געוואלט נעמען מיין יערליכע זומער וואקאציע, איך האב דאס באמת געדארפט וויכטיג, אבער איך האב געוואוסט אז איך קען נישט איבערלאזן יעצט די ביזנעס פאר א וואך, האב איך אנגעהויבן מאכן ריסוירטש פאר א פלאץ וואו איך קען זיין פאר די וויקענד, איך האב נישט געהאלטן ביים ספענדן קיין סאך, ווייל איך האב נישט געהאט קיין איבריג געלט דעמאלטס.
צוויי חברים מיינע האבן מיר אנגע'שדכנ'ט א פלאץ וואו זיי זענען געווען ערשטע העלפט זומער, זיי זענען גראדע נישט געגאנגען צוזאמען, זיי האבן זיך פשוט צוזאמגעטראפן דארט, און זיי ביידע זאגן מיר אז די פלאץ איז א "פיינע נארמאלע קאנטרי אונטער נארמאלע אומשטענדן" מען סערווירט דארט פיינע סעודות און ס'איז דא דארט א געשמאקע קרעמל, גראדע איז דאס נישט פון מיין קרייז אבער אין ערליכקייט קען איך נאך זעהן מיר צו געפינען דאס פלאץ דארט, האמיר באשלאסן וואס קען שוין זיין שלעכט פאר איין וויקענד לאמיר דאס פרובירן.
געווען איז דאס דינסטאג, נאכמיטאג גיימער צו צום ארבעטסגעבער און איך זאג אים אז די וואך פאר איך אוועק פאר די וויקענד און איך קום נישט אריין דאנערשטאג און פרייטאג, איך פארשטיי אז איך קען קיין וואך וואקאציע נישט נעמען יעצט אבער די וויקענד פיל איך אז איך מוז האבן, שטייצעך ער מיט זיין תמימות פרעגט מיר פארוואס קענסטו נישט נעמען קיין געהעריגע וואקאציע? מאך עפעס ארענדשמענטס און מ'וועלמיר דאס אויסארבייטן, איך זאג אים הער מיר צו, דו ווייסט אויך אז דו ווילסט נישט איבערנעמען מיין פאזיציע יעצט פאר א וואך, מאך נישט משוגע אונז העמיר זיך פארעכענען אויף וואקאציע א צווייטע מאל און שוין.
געזאגט און געטון, מיר רופן אריין יענע אפיס און זיי זאגן אונז אז ס'איז פינף הונדערט פאר איין בעדרום און אכט הונדערט פאר צוויי בעדרום, רוף איך אן מיין חבר פרעגן וואס איז די סיטואציע דארט וואס זאל איך נעמען, זאגט ער מיר אז ער האט געהאט איין בעדרום און ס'איז זייער געשמאק, וואס איז מיט עסן? זאגט ער אה ס'איז דא א עקסטערע פלאץ מיט א טיש ווי צו עסן, זארג דיך נישט אזוי, אזוי גייט עס אין קאנטרי, און ווי שלאפן די קינדער? ס'איז דא דארט ווי מען עסט א באנג בעט, נו שוין אז ער זאגט אזוי ווייסט ער דאך אוודאי וואס ער רעדט, קאנטרי איז קאנטרי לאמיר דאס פרובירן.
רוף איך צוריק אין אפיס און איך זאג זיי איך נעם א איין בעדרום, סווייפ דעם קארטל און שוין, לאמיר גיין, ווען קען איך זיך רעכענען צו אנקומען? פרייטאג צען אינדערפרי ביז זונטאג פירע נאכמיטאג זאגט די מיסיס דארט, האמיר מסדר געווען די פלענער צו פארברענגען אביסעל דעם דאנערשטאג אין וויליאמסבורג און זיך ארויסלאזן פרייטאג אינדערפרי.
פרייטאג איינס אזייגער זעמיר אנגעקומען, מען עפענט מיר אויף די טויערן, איך קום דאך מיט פעקלעך, זעמיר צוגעפארן צום באנגעלאו, דער ממונה פרעגט מיר מיין נאמען און ווייזט מיר צו ווי עס גייט זיין מיין מקום מנוחה פאר די קומענדיגע צוויי נעכט.
קום איך אריין, צו איין גרויסע צימער, דא צוויי בעטן פאר די קאפל און א באנג בעט פאר די קינדער, און א טיש מיט בענקלעך.
איך ווייס נישט וואס גייט פאר, איימעניט, מיינע אויגן הייבן זיך אן דרייען ווי מארבלס, די קינדער גייען שפרינגען אויף מיין קאפ אין בעט? ווי פראוועט מען די סעודה? צינד איך אן די לעקטער פאר שבת קען איך נישט שלאפן, לעש איך אויס די לעקטער האב איך נישט קיין ביינאכט סעודה. ועוד ועוד, אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
רוף איך אן מיין חבר אזוי היסטעריש און איך פרעג אים? מה לי ולצרה הזאת? וואס האב איך דיר שלעכט געטאן? על מה עשה ככה ועל מה חרי האף הגדול הזה? וואס קומט זיך מיר אזא שטראף??
ער ווערט אזוי דערשראקן און פרעגט מיך וואס גייט פאר? מייזן? ראטן? די עסן איז שלעכט? ביי מיר איז דאס נישט געווען, איך האב זייער הנאה געהאט פון די פיר וואכן.
ניין די עסן איז נישט אזוי געפערליך, איך ווייס נישט וויאזוי דיין בני בית קאכט אז דו רופסט דאס אן גוט, מייזן איז ב''ה נישטא, ראטן אויך נישט.
אבער אדון כל הנשמות, וואס די גהינום טוה איך דא? צו לאז איך די לייטס אנגעצינדן? זאל איך דאס אויסלעשן? וואו איז מיין שלאף צימער? און וואו מאך איך די סעודה? און וואו שלאפן מיינע קינדער? און דו מאכסט א סעודה אויף עטליכע צוזאמגעקלאפטע צוויי ביי פיר'ס? דאס איז א טיש?
זאגט ער מיר איים סאו סארי מיין פריינט, איך האב דיר קלאר געזאגט אז ס'איז נישט די שענסטע קאנטרי, אבער ס'איז נארמאל און דיסענט, איך האב דאס עכט ענדשויט פאר די פיר וואכן, קענסט אפי' פרעגן משה יחוס (דער אנדערע חבר), מיין ווייב האט דאס אויך זייער ענדשויט.
מיינע ברעמען הייבן זיך, מיינע אויגן דרייען זיך, מיין מויל עפנט זיך גרעסער און גרעסער
וואאאאאאאאאס???????? פיר וואכן האסטו אזוי געלעבט????????? איבערגעלעבט????????
דו מיינסט עס ערנסט?????????
יא, וואס ביזטו אזוי שאקירט? וואס מאכסטו אזא מצב, דעיס איז קאנטרי.
אה יאאאא? אהההה
למעשה האב איך געצאלט פינף הונדערט דאלער צו עקספיריענסן אז
ד ע י ס
א י ז
ק א נ ט ר י . . . . .

הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6156
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
יא, יא איך פארשטיי נאכנישט וויאזוי איינער וואס ארבעט נישט אין א קעמפ/קאנטרי באצאלט אהינצוגיין...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3613
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
אנדערע צאלן מער ווי 500 טאלער און באקימען מיט מייזן און ראטן...
די עיקר איז האסט געקענט פארציילן פאר יעדן אז יענע שבת איז מען געווען און די קאנטרי

המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
- צעטל קלעבער
- שר האלף
- תגובות: 1739
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
- לאקאציע: בני ברק
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2645
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע: אומאן!
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
געלאכט!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
משיח…? למספרם!
משיח…? למספרם!
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4258
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
אלט מאנרא האט געשריבן:אנדערע צאלן מער ווי 500 טאלער און באקימען מיט מייזן און ראטן...
די עיקר איז האסט געקענט פארציילן פאר יעדן אז יענע שבת איז מען געווען און די קאנטרי
ביזט משוגע? איך האב עס געהאלטן פאר א סוד ביז יעצט
כ'האב מיך געשעמט
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
- נישטאמת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
- לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
צו קאנטרי דארף מען פארשטיין. בערך אזא זאך ווי וויין און סושי
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4258
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
נישטאמת האט געשריבן:;l;p-
צו קאנטרי דארף מען פארשטיין. בערך אזא זאך ווי וויין און סושי
גוט
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
לאמיר דיר יעצט עפעס אנדערש פרעגן די וואינען א גאנץ יאר אין די פארשטיפטע שמוציגע סיטי פארשטייסטו יא?
אויך נישט...... שוין...
חינוך האט געזיגט!
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4258
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
אושפיזין האט געשריבן::oops:
לאמיר דיר יעצט עפעס אנדערש פרעגן די וואינען א גאנץ יאר אין די פארשטיפטע שמוציגע סיטי פארשטייסטו יא?
אויך נישט...... שוין...
אבסאלוטלי נישט
אה סאו מען רעדט פון מענטשן וואס האבן סתם אזוי ליב צושטיפטע שמוציגע הייזער אן קיין שום מענטשליכע באדינגונגען....
און זיי ווילן מיר לערנען וועלכע קערידש איך זאל קויפן?
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
בלייב געזונט האט געשריבן:
- לעמאן סאדע
- שר האלף
- תגובות: 1641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
- לאקאציע: חק"ס שטיבל
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
א שיין שטיקל. מיר מהנה געווען מיט א שמייכל.
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4258
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
שכח פאר אלע קאמענטירער!
עס איז א אמת'ע מעשה, און איך לאך נאך אלץ יעדע מאל איך דערמאן זיך פון די מעשה, איך לאך פון די פשטות, מיט דעי ניגון וואס ער האט מיר געענטפערט. אה דעיס? דעיס איז קאנטרי....
אשאד איך קען עס נישט שרייבן דא מיט די ניגון...
און ער האט מיר דאס נאך היינט נאכגעזאגט נאכאמאל, נאכדעם וואס איך האב אים געוויזן דעם ארטיקל...
איך האב מיך נאכאמאל דערמאנט פון די מעשה היינט ווען א צווייטער חבר האט מיר דערציילט אז ער האט זיך געטראפן אין א באנגעלאו פול מיט שימל...
אבער אידן זייט אייך מחזק!
דעיס איז קאנטרי....

איך בין אבער זייער נייגעריג. וואס האסטו למעשה געטון מיט די לייט אויף שבת?
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4258
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
היכי תמצא האט געשריבן:איך בין אבער זייער נייגעריג. וואס האסטו למעשה געטון מיט די לייט אויף שבת?
לייט איז געווען אויסגעלאשן, די טוילעט טיר איז געבליבן האלב אפן פאר די סעודה מען זאל נישט אריינלייגן די זופ אין מויל...
איי ווי קען מען מסביר זיין די חן פון קאנטרי פאר אידן וועלכע האבן דאס קיינמאל נישט פרובירט...
אדרבה, זאלן די וואס פארשטייען דאס מסביר זיין...
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
בלייב געזונט האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:איך בין אבער זייער נייגעריג. וואס האסטו למעשה געטון מיט די לייט אויף שבת?
לייט איז געווען אויסגעלאשן, די טוילעט טיר איז געבליבן האלב אפן פאר די סעודה מען זאל נישט אריינלייגן די זופ אין מויל...
איי ווי קען מען מסביר זיין די חן פון קאנטרי פאר אידן וועלכע האבן דאס קיינמאל נישט פרובירט... :lol: :lol:
אדרבה, זאלן די וואס פארשטייען דאס מסביר זיין...
דערמאנסט מיר פון די קינדער יארן ווען מיר זענען אפאר יאר געגאנגען צו די קאנטרי (נישט אויף אזא שרעקליכע פארנעם...)
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
דעיס איז קאנטרי
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4258
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
- עפעס אזוי
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 474
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
- פארבינד זיך:
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
@בלייב
אזוי ווי מיין ציצית פליט פון די ווינט און קאנטרי איז דיין ארטיקל
ליפטיג און לייט שרייב ווערק
טענק יא פארן נעמען די פעדער און האנט
האלט אן

@בלייב געזונט גאר א פיינע ארטיקל גוט געשריבן.
אבער כמיין אז דאס איז ווייט נישט די נארמע אז א באנגעלאוי וואס מדינגט איז א סטודיאו, נערמאלערהייט א 1 בעדרום מיינט א קאך וואס דארטן שלאפן די קינדער פלאס איין בעדרום פאר די עלטערן כמובן.
כווייס נישט צו ביסט פשוט אריינגעפאלן אדער טרייבסט אביסלע איבער סזאל זיך גיסן מער זאפט פונעם ארטיקל....
אבער זיי זיכער דאס איז נישט נערמאל, און נישט דאס איז קאנטרי פון וואס די עולם רעדט

ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17780
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
- בלייב געזונט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4258
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am
Re: מיין קאנטרי עקספיריענס!
חסד השם האט געשריבן:@בלייב געזונט גאר א פיינע ארטיקל גוט געשריבן.
אבער כמיין אז דאס איז ווייט נישט די נארמע אז א באנגעלאוי וואס מדינגט איז א סטודיאו, נערמאלערהייט א 1 בעדרום מיינט א קאך וואס דארטן שלאפן די קינדער פלאס איין בעדרום פאר די עלטערן כמובן.
כווייס נישט צו ביסט פשוט אריינגעפאלן אדער טרייבסט אביסלע איבער סזאל זיך גיסן מער זאפט פונעם ארטיקל....
אבער זיי זיכער דאס איז נישט נערמאל, און נישט דאס איז קאנטרי פון וואס די עולם רעדט
איך ווייס אויך אז נישט דאס איז די נארמע, אין פאקט האב איך דאס געהאט, און נאך אידן, פאר און נאך מיר.
און איך בין מסכים צו גיין מיט דיין נארמע, א קיטשען פאר די קינדער צו שלאפן מיט איין בעדרום ביזטו אקעי?
נאכאמאל, דעיס איז קאנטרי....