א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא' (זעקסטע פארזעצונג ארויף)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

א שפאנענדע ביזנעס רייזע קיין 'לואיזיאנא' (זעקסטע פארזעצונג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

(חלק א)

[align=center]מ'לאזט זיך ארויס קיין אמעריקא[/align]
איך שטיי דארט אין לופטפעלד ווי איך וויל העכערן מיין טיקעט צו א ביזנעס טיקעט אבער דער יעניגער צייגט נישט ארויס קיין גרויס מיטגעפיל, ער לייגט אראפ טריקענערהייט וויפיל עס וואלט געקאסט צו אפגרעיטן "האלאו דו ווייסט נישט אז איך בין אויף א ביזנעס טריפ, דו ווייסט נישט אז ווען נישט מיין יעצטיגע נסיעה וואלט ווען די ביזנעס קאבינעט בכלל נישט עקזעסטירט".

איך גרויסער ביזנעסמאן האט זיך דערזען מיטן פשוטע עקאנאמיע טיקעט און געמוזט קומען צום אנערקענונג מיט באדויער אז חלומות מיט ווירקליכקייט גייט נישט אייביג ביינאזאם, אויב די קאנטע איז נישט פיל מיט געלט וועט נישט העלפן די גאלדענע חלומות וועלכע מ'קען נאכנישט איינקאשירן. וואס זאל איך טון אז איך האב נישט די עקסטערע צוויי אלפים צו העכערן מיין טיקעט. אנשטאד צו זיצן מיט די פיס ארויף גייט מען דארפן זיצן מיטן קאפ אראפ.

און אזוי האט זיך די לאנג פלאנירטע רייזע אנגעהויבן, מ'זעצט זיך ארויף אויפן פליגער אין תל אביב און מ'גייט אפרייזן קיין אמעריקא צו גיין באזוכן די פראפערטי וועלכע מ'האט נארוואס געענדיגט קויפן נאך א לאנג פארצויגענע פראצדעדור.

איך בין געוואוינט צו פארן אסאך קיין אמעריקא אבער דאסמאל איז עס געווען צו גאר א צווייטע דירעקציע, מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג קיין 'לואיזיאנא', די רייזע האט שוין אין אמת געזאלט ווערן אונטערגענומען א וויילע צירוק אבער צו איבערלאזן דאס געזינדל פאר עטליכע טעג איז נישט עפעס וואס קומט אן אזוי לייכט. אבער נאכן אפשטיפן עטליכע מאל איז אנגעקומען די טאג ווען מ'האט זיך ארויפגעזעצט אויפן פליגער, ויסעו.

[align=center]מ'שפרינגט אריין[/align]שוין א וויילע צוריק בין איך געקומען צו די החלטה אז דא אין ארץ ישראל זעה איך נישט קיין גרויסע פרנסה מעגליכקייטן.

איך האב מיר געטראפן אויסשמועסן מיט מיינס א חבר וועלכע איז געווען אינעם זעלבן פעקל און אזוי האט מען געלאזט די חלומות אנהייבן וועבן און שפינען ביזן ווען די האנדל סחורה האט אנגעהויבן גרייט ווערן, די משל מיטן טשיקן אין די איי וועלכע די אלמנה האט געהאלטן אין האנט מיט ריזיגע חלומות אז איין טאג וועט זי נאך פארמאגן א גרויסע סטאדע ציגן האט מיר געקלינגען אין מח און אזוי האט מען אנגעהויבן זוכן ווי מ'קען זיך ערגעץ וואו אריינריקן אין מסחר. נעמענדיג אין באטראכט אז איך האב נישט פארמאגט נישט קיין טשיקן און נישט קיין איי איז געווען גאר שווער צו אויפקומען מיט א מהלך צו וויסן ווי צו צילן.

ערגעץ וואו האט מען זיך געטראפן רעדן וועגן ריעל עסטעיט, ס'איז ווארשיינדליך פון די ערשטע בילדער וואס קומען ארויף אין קאפ ווען מ'הייבט אן טראכטן פון געלט, די גרויסע געביידעס און געלט פליסערס רייצן גאר שטארק.

איידער'ן באטרעטן די שוועל פון ריעל עסטעיט טראכט מען נאר פו די פעטע קעש קוה וועלכע מעלקט אריין קוועלער פון געלט, די מערערע טעכנישע פארוויקלעניש וואס קומט אייביג אונטער אויפן וועג דאס איז נישט אזוי געשמאק צו נעמען אין באטראכט, ס'איז פיל לייכטער צו זיין פאסיוו און האפן אז די באן וועט פארן ווי אויפן שווייצע זייגער.

די מחשבות זענען נאכנישט געלאפן צו ווייט, ערשטנס האט מען אנגעהויבן קלערן פון גיין מיט א מהלך צו קויפן דריי פיר פאמיליע הייזער און אזוי צעביסלעך אויפבויען א פארטפאליע, שעות אויף שעות פון נישטערן און זוכן געגענט איבער געגענט, רופן און און נאכגיין איז מען ענדליך אנגעקומען צו קויפן א דריי פאמיליע היים אין ניוארק, אבער גאנץ שנעל האב איך איינגעזען אז אויב וויל מען מאכן א לעבן מוז מען גיין ווילדער.

נישט אז מ'קען נישט מאכן קיין געלט פון קלענערע אינוועסטמענטס אויפן לאנגער טערמין אבער מיין זיץ פלייש האט מער נישט געהאט קיין געדילט צו זיצן אויף די קלענערע סארט דיעלס, ס'איז טאקע רואיגער, ווייניגער קאפ ווי און א פיל קלענערע ריזיקע אבער דאך טראגט עס נישט צו ווייט. מ'דארף נעמען אין באטראכט אז אויך אין די קלענערע דיעלס דארף מען אריינלייגן אסאך ענערגיע ביזן זיך זען מיטן נכס אין האנט, דעריבער קען מען דאך שוין אין זעלבן צייט גיין ברייטער.

מ'האט געלאזט די חלום לויפן,כ'געדענק דאס ערשטע מאל ווען איך האב גערעדט מיטן שותף איבער'ן קויפן עטליכע צענדליגע הייזער האב איך ממש נישט געוויסט וויאזוי דאס צו ארויסזאגן פון מויל, ס'איז נישט עפעס וואס איך וואלט געקענט רילעיטן מיט מיר, איך בין פון נאטור אויס נישט קיין ביזנעסמאן און איך האב מיר קיינמאל נישט געזען אין דעם ריכטונג אבער ס'איז געקומען א צייט וואס איך האב געמוזט אנטון דאס ביזנעס היטל און זיך זעלבסט דערקלערן אלס איינער וואס איז עוסק אין ריעל עסטעיט אויף א ברייטע פארנעם אפילו נאך איידערן זען א דאלער.

ס'איז נישט לייכט צו קענען באשליסן אז מ'גייט אריינטאנצן, די ספיקות אין קאפ לאזן נישט נאך, מ'קען זיך אליינס נישט איבערצייגן אויב מ'לעבט אינעם וויקליכן וועלט צו גאר האלט מען ערגעץ אינמיטן טאנצן פארקראכן אין א זייפן בלאז וואס וועט נאך איין טאג אויפקראכן און אויפוועקן פון א טיפע זיסע שלאף.

יענע טאג איז עס געווען ווען איך באקום א מעסעדזש פון א חבר אז ער האט צו פארקויפן א צענדליגע פאמיליע פראפערטי אין ווייטן 'לואיזיאנא', די נאמען האב איך נישט קיין סאך געהערט, עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דארט זענען דא האריקעינס אבער מער ווי דעם ווייס איך נישט צו זאגן פון דעם פלאץ.

עס האט זיך געשפירט זייער גוט אז מ'טראגט מיר אן אזא דיעל, כאטש וואס איך גאר גוט געוויסט אז אויב יענער קומט צו מיר וועלכע האט נאכנישט קיין זוז כל שהוא אין ריעל עסטעיט מוז דאך זיין אז קיין גרויסער פארלאנג איז נישט דא פאר אזעלכע הייזער אבער דאך מוז מען ערגעץ וואו אנהייבן. קיינער גייט נישט פארקויפן א שטיק גאלד פאר אן ארעמאן.

אינאיינעם מיטן חבר האט מען באשלאסן אז מ'גייט אריינטאנצן, איך וועל מודה זיין אז צו טון אזא שריט איז היפש וואנזיניג, ס'איז געווען אין א צייט וואס איך האב אפילו נישט געוויסט וואס איך דארף פרעגן און נישטערן איידער מ'גייט אריין אין אזא דיעל. אבער פארוואס נישט פרובירן די מזל. נישט צו זאגן אז דאס איז אין אמת די ריכטיגע וועג וויאזוי זיך צו אומגיין אבער כך המעשה.

נאך א דין ודברים האט מען געשריבן קאנטראקט אונטער גאנץ גוטע טערמינען, ס'האט אויסגעקוקט צו זיין א פיינע זאך, מ'האט אנגעהויבן ארבעטן העפטיג אויף די קאמערשאל מארגעטדזש, ס'איז נישט צוגעגאנגען אזוי פשוט ווי געמיינט מ'האט געדארפט אויפקומען מיט דאקומענטן בדרך לא דרך און אזוי האבן זיך זאכן געריקט פאוואליע.

אין לויף פון די עטליכע חדשים פונעם קאנטראקט ביזן קלאוזן איז מען געזיצן אויפן בענקעל און געווארט אויפן גורל'דיגע טאג, ווען איך וואלט ווען געהאט אביסל מער עקספעריענס וואלט איך מיר אויפגעהויבן גיין זען די פראפערטי מיט די אייגענע אויגן און באקומען א שטיקל בליק צו זען אויב איך באקום טאקע דאס וואס מ'האט מיר צוגעזאגט אבער די נסיעה האט זיך געשטיפט און געשלעפט.

האף מער צו שרייבן ווייטער איבער די נסיעה זעלבסט, איבער די אנטוישונג און איבער די ווייטערע פארשריט
לעצט פארראכטן דורך תבלין כנגדו אום מאנטאג יולי 04, 2022 6:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

וואו וואו וואו! וואסארא שפראך, אזוי שיין אראפגעלייגט! ווארטן מיר פאר א המשך וואס שנעלער!

אריין אין קרעטשמע
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הערליך, ווארטן מיר מיט שפאנוג אויף המשך.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

סובסקרייבט

פיינע שרייבער דער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פערלשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:14 am

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערלשטיין »

בדרך אפשר האט געשריבן:וואו וואו וואו! וואסארא שפראך, אזוי שיין אראפגעלייגט! ווארטן מיר פאר א המשך וואס שנעלער!

אריין אין קרעטשמע

אין דזשורנאל!
מאסיוו!
זוי מיין איך...
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

סובסקרייבט!
האסט א פיינעם שפראך!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

שיין באשריבן!
ווארט איך מיט נייגער אויפן פארזעצונג.
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שרעקעדיג!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

סאבסקרייבט

די שלא תמות כדרך וכו' איז זייער א וויכטיגע זאך. ייש"כ
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

א דאנק פאר די פאזעטיווע פיעדבעק, האפמער צו ממשיך זיין
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך געשריבן!

בד״וו, איך האב א גוטע בריק אין מיסיסיפי צו פארקויפן פאר א גאר גוטע פרייז, מער פרטים אין אישי.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

הערליך שיין.
סובסקרייבד, קוקט אויס ווי עפעס וואס איך וויל לייענען.
א דאנק
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

העכסט דראמאטיש....
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מייסטער פעדער
באלערנד

כאניש נאך ווערטער...
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:מייסטער פעדער
באלערנד

כאניש נאך ווערטער...

ווערטערלאז
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

חלק ב'

[align=center]מחשבות רוישן אין די הייך[/align]

אזוי שטייט מען איינגעטשעקט אינעם לופטפעלד און מ'גייט זיך אין די קומענדיגע מינוטן הייבן, קיין דירעקטע פליגער פון א"י ביז קיין לואיזיאנא איז נישט פארהאן האט מען גערייזט מיט אן אפשטעל אין לאנדאן, פון דארט האט מען געזאלט נעמען א פליגער פון בריטיש עירליין וועלכע לאזט זיך ארויס דירעקט קיין לואיזיאנא עטליכע מאל א וואך.

ס'איז געווען דינסטאג אינדערפרי ווען מיר זענען אפגעפלויגן קיין היטראו לופטפעלד און פון דארט זיך געדארפט ווייטער ארויסלאזן קיין לואיזיאנא. עס וואלט געווען געשמאקער צו שרייבן איבער מאסיווע פלאפס וואס מ'האט געהאט אינמיטן וועג אבער ב"ה איך האב נישט קיין סאך צו דערציילן פון די וועגן.

מיין פלאן צו הערן שיעורים פון תורה עני טיים איז אוועקגעפאלן נאכוואס כ'האב זיך דערוויסט אז די פליגער וועט דאסמאל נישט געבן די אפציע פאר ווייפייען. די פליגער איז געווען מער א קאמפעקט פליגער אבער גאר שיין און אהערגעשטעלט, אנדערש ווי אנדערע מאל האט מיר די זיץ פריינטליך מקבל געווען און נישט איינגעזאלצן ווי סארדינס.

עס האט זיך געשפירט אז מ'באטראכט אונז פון אלע זייטן פון קאפ ביז פיס, צו די בליקן האבן יא פאסירט אדער נישט ווייסעך נישט. אונז זענען געווען די איינציגסטע אידן אויפן פליגער און זיך געשפירט אנדערש ווי דאס רעשט אבער די טאטע אין הימל האט אונז באגלייט דא אויך.

כ'האב פרובירט צו אנפרעגן מיינע שכנים און הערן פון זיי וואס די מאטיוון פון זייער רייזע איז און דערמיט געזוכט צו אפשלאגן די אנגעצויגענע שטימונג וואס זיי האבן געשפירט ביים זיך אנטרעפן מיט א מין ראסע וועלכע זיי האבן נאכנישט קענענגלערנט.

דער שותף מיינער ליידט אויף א שווערע עסן פאביע, אין רעזאלטאט איז דער געקומען מיט אן אנגעלאדנענע זעקל פיל מיט עסן אין וואס מ'האט געקענט כאפן א שווים, כ'ווייס נישט אויב ס'איז לכתחילה געווען אין פלאן צו קענען פארציקן אזא מאסשטאבליכע עסן אויסוואל אבער עסן זאל זיך געסן איבערן תהום. אין איין וועגס האב איך שוין אויך נהנה געווען. ס'האט מיר דערמאנט פון די צייטן אלס קינד ווען מ'פלעגט ארויספארן צו א טריפ און געפארן צו א לעיק וועלכע איז געווען גאנצע 6 א האלב מייל אוועק פון שטעטל אבער א ריקן זאק מיט נאש האט געמוזט מיטקומען בהכרח.

די טאג היינט האט זיך אויסגעצויגן צו זיין א לאנגער טאג אן קיין ענדע, די פליגער פון היטראו האט זיך געהויבן שוין דריי אזייגער נאכמיטאג און אזוי אנגעצויגן פאר די קומענדיגע 10 שעה, די זון האט בכלל נישט געוויזן קיין צייכנעס פון אונטערגיין.

מיין נישט גע'מל'טע שכן האט קלארגעשטעלט אז ער פלאנירט זיך צו לייגן און בייגן פאר די קומנדיגע צענער, ער האלט שוין נאך א לאנגע נסיעה און יעצט גייט מען שלאפן ביז רויעך, איך האב אים געגעבן א שטיקל אריינבליק אין אונזער קאמוניטי לעבנס שטייגער און אים ערקלערט אז מיר פארמאגן נישט די סארט פלייש וואס קען זיצן און זיך ווייקן אויפן זיצער פאר גאנצע צען שעה דעריבער וואלט אפשר געווען ראטזאם ער זאל מיר שינקען דעם אייל זיץ און ער זאל אין אויסטויש גיין שלאפן ביים פענסטער. אבער ער האט דאס קאטאגראיש אפגעווארפן און געווען גרייט צו ווערן אויפגעוועקט עטליכע מאל אבי צו בלייבן אויף זיין זיץ אויף וואס ער האט אנגעבליך צוגעצאלט.

דער שכן האט איז געווען א נאה מקיים און נישט געווארט קיין לאנגע צייט ביז ווען ער האט זיך ארויפגעריקט דעם מאסק אויף די אויגן און געפאלן אין א טיפער תרדמה, מיר האבן מער ווייניגער איבער גענומען קאנטראל אויף די ארט, אראפגעשליידערט די פאפיטעס און אזוי געלאזט דעם זייגער מאכן זיין וועג ווען אין די זעלבער צייט האבן מיר געשוועבט אין גאר א צווייטע וועלט.

כ'האב זיך איינגערעדט אז איך גיי קענען שרייבן עטליכע מכתבים זייענדיג אין די הייך מ'האט אפילו איינגעשפאנט די טעבלעט מיט א קיובאורד וואס זאל ארויסהעלפן מיטן חלום, אבער א נעכטיגע טאג. כ'האב געמיינט אז נאר מאשינען קענען אריינגיין אין עירפלעין מאוד בינעך געוואויער געווארן אז אויך מענטשן האבן די פונקציע און דאס איז וואס האט פאסירט מיט מיר, די קומענדיגע שעות איז מען אזוי אריינגעפאלן ערגעץ צווישן תהו און בהו פארווארפן אין די לופטן אן מעגליכקייטן זיך צו קענען מצמצם זיין.

עטליכע מאל אינמיטן די רייזע בינעך אריינגעפאלן אין א שטיקל פאניק מיט מחשבות וואס האבן אויפגעברענגט הארבע פראגעס אבער דער שותף מיינער איז א גוטמאטיגער און ער האט פארזיכערט צו האלטן א העכערע אויפגעלייגטע שטימונג וואס זאל האלטן די מצב געשפאנט, אנשטאד צו רעדן פון זארג האט ער אנגעהויבן רעדן פון מעלאנעס.

די וועלף פון זיבעציג פעלקער זענען ממש געווען איינגעבינדן אין די זיצן פאר שעות ארוכות אין די צייט וואס די צוויי לעמעלעך האב זיך מער נישט געקענט באהערשן, שוין נאכן דרימלען און שימלען האט מען באשלאסן אז מ'גייט זיך ארויסלאזן אין די אונטערשטע קאביענט און מאכן א יד אחת מיט די פליגער מאנשאפט, מ'האט זיך געלאזט סערווירן א קאווע אין וואס מ'האט צוגעגאסן די וואנילע מילך וואס איז מיטגעקומען אין די וועטשערע. מיטן קאווע אין די האנט האט מען זיך אריינגלאזט אין א געשמאקע שמועס ווענגלייך מ'זאל ווען שטיין מיט טלית אויפן פלאצע זיצנדיג אויפן פאליש זיץ.

די פראפערטי וואס מיר האבן זיך איינגעהאנדלט איז נישט אין די בעסטע געגענט, שווארץ גערעדט, די שכינות דארט באשטייט פון בני חם וואס ארבעטן שווער צו העכערן די קרימענאלע ראטע, א שטיקל סקרוך איז מיר אריבער אין די ביינער ביים טראכטן אז מ'גייט זיך דרייען צווישן אזעלכע גרועים.

אייגנטליך דא האט מען זיך געקענט איבערצייגן אז מ'קען נישט טראסטן קיין דאטא, אויפן געוועב ביים מאכן נאכפראגע איבער די פלאץ איז עס אויסגעקומען שווארצער פון שווארץ אבער ביים רעדן מיט אידן וואס האבן זיך שוין אסאך געדרייט אויפן ארט האט מען באקומען גאר א צווייטער בילד. נישט צו זאגן אז די שטעטל איז נקי מכל אבער פארט לאזט עס נאך איבער א מעגליכקייט זיך צו קענען דרייען אויפן גאס.

די פילאט האט זיך ענדגילטיג דערבארעמט און געלאזט וויסן אז מ'דארף זיך שוין ווידער איינבינדן, דאסמאל פאר גוטע סיבות זיך צו קענען טרעפן אויפן ערד איבערן ים. ויחנו בלואיזיאנא...

האפמער צו פארזעצן מיט פרישקייט
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

;l;p- ;l;p- nice
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

העעעערליך!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

טענקס פארן נישט לאזן ווארטן צו לאנג… ווארט מיר אויפן קומנעדיגן!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך גיי ניסלעך פאר דיין שפראך.....
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

געוואלדיג! זיי ממשיך!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

א געשעפט האב איך האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך גיי ניסלעך פאר דיין שפראך.....
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

געוואלדיג, שטארק הנאה געהאט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: א ביזנעס רייזע דורך אן אומערפארענע ביזנעסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח! גיי אן!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”