היסטאריש האט געשריבן:נאופ. כ'דארף נישט ביליאן. אן אפענעם קארטל איז גענוג, אנע לימיטס.
די ווארט איז נישט ביליאן. כ'וויל אלעס קענען האבן..
צו דיין שפעטערע שאלה וועלכע איז ענדערש.
אויב האט מען וואס מ'דארף, וואס איז די חילוק?
אבער לכאורה דארפן ווייניגער איז בעסער..
עניוועיס ש'כח פארן שיינעם אנאליז
די חילוק גייט כאפן ביי די וואס זענען נישט קיין עשירים און ווילן זיין עשירים....
אבער אין אמת'ן, דאס דארף מען נישט זאגן אז 'מרבה נכסים מרבה דאגה' און אז מאסיווע עשירות ברענגט דאס פונקט פארקערטע פון רואיגקייט און צופרידענקייט. עס ברענגט סטרעס, אנגעצויגענקייט און אפילו דעפרעשאן, דו ווילסט נישט וויסן וויפיל עשירים לעבן אויף די סחורה....
מיין עיקר ציל איז געווען אנצוקוקן די נושא פון א פרישע ענגל, נישט אז עשירות האט אויך חסרונות און סייד עפעקטס, נאר אז די עצם קאנצעפט פון עשירות איז א באלאן, ווייל די דורכשניטליכע מענטש קען צוקומען צו דעם עושר'ס ציל סאך גרינגער און ביליגער!
פארשטייט זיך אז איך רעדט נישט פון זיך מוטשען פאר פרנסה, איך רעדט פון איינעם וואס מאכט גאר שיין פרנסה ווערסוס די אסטראנאמישע עושר.