בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 5993 מאל

השם שפתי תפתח ופי, בשם השם נעשה ונצליח!


א לאנגע צייט צוריק האב איך געעפנט א אשכול, מיט די נאמען "בא בימים" די מטרה פון דעם אשכול איז געווען, אז מ'זאל יעדן טאג רייכער ווערן מיט ידיעות אדער סתם שטותים... און מ'זאל קענען קומען 'מיט' די טעג. אבער אליין איז א שטיין... און צום סוף ווערט מען אויסגעברענט.

די געדאנק איז דאך א טייערע. בין איך געקומען צו די מסקנה, אז מ'דארף צוזאמשטעלן א גרופע פון די געלונגענסטע שרייבערס פון די איי-וועלטל, און צוזאמען אהערשטעלן א דבר השלום.

און ב"ה איך בין נישט אנטוישט, איך האב שוין גענוג שרייבערס פאר איין וואך. (איך וויל האבן שרייבערס פאר צוויי וואכן, אזוי וועט יעדע שרייבער מאכן א ארטיקל, נאר איינמאל אין צוויי וואכן.) און טאקע און דעי צייט, וויל איך בעטן ווער עס קען שרייבן אן ארטיקל, איינמאל אין צוויי וואכן, זאל מיר ביטע קאנטעקטן אין אישי.

ווי אויך וויל באדאנקען א חשובע ניק @האסטו וועסטו, וואס אן אים וואלט שוין אלעס פון לאנג צופאלן.

איך האף צום אייבערשטן עס זאל זיין מיט אסאך הצלחה און סיעתא דשמיא, און דער עולם זאל שטארק הנאה האבן.

די פלאן איז צו אנהייבן גאר בקרוב, מען האלט שוין ביי די לעצטע צוגרייטונגען. ביזדערווייל וויל איך בעטן אז קיינער זאל נישט שרייבן אין דעם אשכול.

סטעי טונד...
דער הימלישע איד.
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 5877 מאל

"אריינפיר ומעמד הנחת אבן הפינה"


מיינע טייערע פריינט, אזוי ווי מיר לאזן זיך יעצט ארויס אויף גאר א לאנגע רייזע בע"ה, וויל איך אייך בעטן זייטס נישט נאריש, און מאכט זיכער זיך צו מיטכאפן מיט דעם אייגנארטיגע "בא בימים" פראגראם.
די פראגראם וועט לויפן אויף די סדר.
זונטאג. א קורצע זאך. (למשל פאקטן וכו)
מאנטאג. א זיסע מעשה'לע. (הומאר סטייל)
דינסטאג. אינטרעסאנטע וועלטליכע זאכן.
מיטוואך. סיפורי צדיקים.
דאנערשטאג. דברי תורה.
די נעמען פון די שרייבערס וועלן שטיין העכער א יעדע ארטיקל.


פאקטן ארום גוגל עדס
דער הימלישע איד
1. גוגל האט מער פון פינף ביליאן סירטשעס א יעדן טאג.
2. זיי לייגן ארויס יעדן טאג פיר מיליאן עדס.
3. גוגל פארדינט 121 מיליאן דאללער א טאג פון די עדס.
4. גוגל איז די נומבער איין סירטש ענדשין, מיט איבער 57 פערסענט פון די אינטערנעט באנוצער.
5. די עדס זענען געוואנדן לויט וואס דער מענטש סירטשט.
6. גוגל האט א פראפייל אויף יעדע מענטש. מ'קען עס טרעפן ביי Accounts> data & privacy> ad personalization.
7. גוגל ווערט די מערסטע געניצט אין אמעריקע.

א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 5647 מאל

געלערנט דעם בדחן טאנצן
איל משולש

מזל טוב! שמואל און שלמה האבן זיך משדך געווען! די חתן שלום און די כלה שלאמצע, זענען איבערגליקליך מיט זייער הערליכע שידוך. און אז דער ראש הקהל שמואל איז זיך משדך מיטן עושר שלמה, קען זיך דאך די גאנצע שטאט פארשטעלן וואס ס'גייט אלץ פארקומען ביי די מעכטיגע חתונה... די חתונה איז טאקע אריבער מיט גרויס פרייד און עס האט זיך אנגעהויבן די וואך פון די שבע ברכות. די ערשטע טאג האט מען געפראוועט אין די גרעסטע זאל אין שטאט. די צווייטע האט מען שוין געמאכט אויפן פעלד אין גארטן פון איינס פון די שטאטס לייט. די דריטע אויף א נעקסט לעוועל איז געווען אין א סטאדיום אינעם גלילות פון דעם שטאט. שבת שבע ברכות איז געווען אויף א איידעלע פארנעם ביים מחותן אינדערהיים. און די לעצטע איז די בעסטע... פלעגט מען זאגן ביי אונז.
די מחותנים האבן ארויסגעדונגען א יאכט, וואס זאל קענען האלטן די גאנצע שטאט, פלאס אלע זינגערס און מוזיקאנטן. מעלדונגען איבערן שטאט האבן פארגעזאגט אז די שיף וועט פארלאזן דעם בארטן פונקטליך עלף דריי און צוואנציג...

ר' יעקב איז א איד שוין לאנג נישט אינג, אבער ער האלט זיך נאך פריש און מונטער. ווען ער האט געהערט פון דעם חתונה, האט ער גלייך געוואוסט אז ער גייט דארפן אונטערהאלטן דעם ציבור משתתפים ביים גרויסארטיגן שבע ברכות. אבער א איד גיבט זיך אן עצה, און ער האט זיכער געמאכט פון פאראויס, צו זיין פארנומען יענעם טאג. נו, ווען די מחותנים האבן געהערט אז ר' יעקב איז פארנומען, האבן זיי תיקף ומיד אראפגערופן פונעם ווייטן רוסלאנד, א אויסגערופענעם בדחן וואס האט שוין משמח געווען ביי צענדליגע שלום זכר'ס און וואכנעכט. ער האט שוין אפילו אויף זיין רעזומעי צו האבן משמח געווען אויפן הר עיבל אין די צייטן פונעם סאוויעטן פארבאנד...
ר' יעקב זיצט אויפן טעראסע און קלערט צו זיך. אזא איינעם וויל דאך קיינער נישט פארפאסן, נא, אז יעדער וועט גיין, קען דאך נישט זיין איין אויסגעשפילטע ר' יעקב, האט ער אפגעמאכט, אז ער וועט אנקומען אזוי אומגערישט און די לעצטע מינוט, און מ'וועט נישט וויסן אז ער איז דא.

טייערע אידן וואס זאל איך אייך זאגן, וואס די חברה האבן אנגעגרייט צו בריקענען, בקר און צאן, עופות און שרצים, רויטע און שווארצע, די שטאט האט שוין געשמעקט פון א וואך פאר די חתונה. וואס נענטער ס'איז געקומען צום יום האדיר, מאמד ראשי אלפי פרעסערס און זויפערס, ראשי ישיבות ותלמידיהון, רבנים און אינגעלייט, קינדער און טאטעס, בחורים און עעלטעער זייידעעסס און פארשטייט זיך צענדליגע גוים צו סערווירן די מאסן....
די טאג פון די לעצטע שבע ברכות דערנענטערט זיך מיט האסטיגע טריט. די שטאט פארט אויף רעדער. יעדער איז "אין" פאר די זאך. מאנכע ווייסן נאכצוזאגן אז איינער פון די תלמידי חכמים אין שטאט, גייט מאכן א סיום הש"ס אויפן שיף. און נאך פילע זאכן וואס קיינער וויל נישט פארפאסן.
די ציבור איז גרייט אין א ליאדע מינוט זיך א לאז צו טאן צום שיף, ווי נאר עס קומט א אקעי פון די וועד וואס די חשובע מחותנים האבן אויפגענומען צו קעיר נעמען פון דעם שבע ברכות. און טאקע ווי נאר דער אקעי איז געגעבן געווארן האט דער ציבור זיך א לאז געטאן אין ריכטונג פונעם גרויסן יאכט.

צוביסלעך איז די שיף געווארן אנגעפילט, און מען גרייט זיך אויפצוהייבן דעם אנקער. און דאן האט עס פאסירט, נישט מער און נישט ווייניגער, די רב פון שטאט קומט צולויפן. נו, אז דער רב האט געשפעטיגט, מוז מען צו ווארטן נאך א צוויי מינוט. ס'האט נישט גענומען לאנג, און די אנקער איז נאכאמאל אויפגעהויבן, דאסמאל שוין זייענדיג זיכער אז קיינער איז שוין נישט ארונטערגעבליבן.
אבער וואס האט דאן פאסירט האט אלעמען ערשטוינט און געלאזט מיט אפענע מיילער. די שיף הייבט אן זיך שטייטליך ארויס צוריקן פונעם פארט אין ריכטונג פונעם גרויסן ים, ווען פלוצלונג, זעט מען פון דערווייטנס א געשטאלט ווייזט מיט די האנט עפעס. 'ווער איז דער פארשוין וואס דארף אלעמאל זיין שפעט?' וואונדערן זיך מענטשן הויעך. אבער עס נעמט נישט צו לאנג און מ'דערקענט דעם באקאנטן בדחן ר' יעקב...
ר' יעקב לויפט מיט די נשמה אין די האנט, ער האט פארפאסט מיט קנאפע 5 סעקונדעס. ער שרייט צום שיף "ווארט! ווארט! איך קען נישט פארפאסן אזא שבע ברכות!" אבער די שיף איז שוין א טראפ צו ווייט, קוים וואס מ'הערט אים.
נישט האבנדיג מער קיין כח, זעצט ער זיך אוועק אויף א שטיין נעבן וואסער. עס גייט אריבער עטליכע מינוט, און ער טרעפט א איד. ער גייט צו גיבן שלום, און ווערט געוואר אז נישט מער און נישט ווייניגער דער איד איז "דער אויסגערופענער בדחן וואס מען האט אראפ גערופן פון מוטער רוסלאנד." טראכט ער צו זיך, יעצט וועט מען זיכער צוריק דרייען דעם שיף. עס איז דאך נישט דא קיין בדחן דארט. אבער, דאס האט צו זיין גרויס ערשטוינונג נישט פאסירט. דרייט ער זיך אויס צום גאסט, וואס טוט מען יעצט? דער גאסט גיבט א שמייכל, און זאגט. "איך האב פריער געזען דעם קאפיטאן כאפט א פיינעם דרימל אין בית המדרש, גיי גיב א קוק אויב ער איז נאך דארט..." ר' יעקב אטעמט אפ און טראכט, "אויב איז דער קאפיטאן טאקע אין ביהמ"ד, דאן מיינט אז אונזער שיף איז נאכנישט געפארן."

קומענדיג אין ביהמ"ד זעט ער, אז דער קאפיטאן שלאפט נאך א מחי'. לויפט ער צוריק צום פארט מיט איין אטעם, 'ר' בדחן ר' בדחן די קאפיטאן שלאפט נאך,' ווי אזוי איז די שיף געפארן?!. פלוצלינג הערט מען א גערודער פון העליקאפטערס צירקלירן העכער זיי, ארויפקוקנדיג באמערקט ער גרויסע פלאקאטן מיט די ווערטער "קאלאווער"...

לאמיר אלע צוזאמען וואונטשן פאר ר' יעקב און זיין שותף לדבר מצוה אז זיי זאלן ווייטער קענען משמח זיין אידן געזונטערהיייט, זייערע פרישע געבעקסן זאלן זיין אביסל מער שמייכלדיג ווי דעם ארטיקל...
חחחח דא לאכט מען...
א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 5459 מאל

א 'טעק'נעלאדשיקל געפעכט
דער הימלישע איד

א גוטן מיינע פריינט. איך האב שוין אמאל באשריבן בקצרה, אז עס קומט פאר א שטיקל געפעכט צווישן די טעק ריזן, ווי א יעדער וויל אויפעסן דעם צווייטן, און אראפווישן פונעם מאפע דעם קאמפעטישאן. און פון די בעסטע טאקטיקן דאס צו קענען עררייכן, איז צו מאכן א וואן סטאפ שאפ. ד.ה. מ'זאל האבן אלעס אויף איין פלאץ, און קענען גרינג מאנאווירן אהין און צוריק.
עפל האט שוין פון לאנג די מעלה, אז אין וועלכע עפל דיווייס דיין אקאונט איז אריינגעסיינט, וועסטו טרעפן אלע דיינע אינפארמאציע, למשל; מעסעדשעס, קאנטאקטס, וכו.

ווען עס קומט צו פריוואטע באניץ, איז ענדרויד אלעמאל געשטאנען די ערשטע אין די רייע ווען ס'איז געקומען צו אפען סאורס. משא"כ עפל וואס איז פארמאכט, און ווען זיי זאגן ניין איז ניין. אבער או\ין די לעצטע תקופה האט גוגל געמאכט א בואי בשלום, ווען זיי האבן אנגעהויבן מער און מער פארמאכן, און צווינגן עפפס צו ניצן די גוגל פלעי סערוויסעס, (און אין רוב פעלער דארף מען זיין אריינגעסיינט צום גוגל אקאונט, וואס דאס ערלויבט זיי צוזאמצונעמען אסאך אנפארמאציע אויף מענטשן.) און דאס איז א שטארקע קלאפ פאר די אפענקייט מיט וואס זיי זענען אלעמאל געווען באוויסט.
אין רעזולטאט האבן זיך צוזאמגענומען א גרופע פון מענטשן אין שפיץ פון א באורד, און געגרינדעד Calyx OSוואס דאס איז גוגל'ס ענדרויד אבער בויקאטירט אלע גוגל'ס סערוויסעס, אזוי אז מ'דארף נישט געבן קיין שום אינפארמאציע פאר גוגל.

ווען עס קומט צו ביזנעס איז די פאליטיק אביסל אנדערש, ווייל דא איז די מלחמה צווישן מייקראסאפט און גוגל. אין דער צייט וואס מייקראסאפט שטופט זייער מייקראסאפט טיעמס פלאטפארמע, און עס אינסטאלירט אין ווינדאוס 11, ווי אויך שטארק געשטופט אין פראקלאמירט. האט גוגל געטוישט זייער אימעיל אויסקוק, און אריינגעלייגט גוגל טשעט (די נייע ווערסיע פון הענגאוטס) אין די אימעיל, אזוי איז אלעס אויף איין פלאץ אא"וו א one stop shop. עפל האט למעשה נישט קיין ביזנעס פלאטפארמע אקעגן די צוויי.

מיט דעם הקדמה לאמיר צונעמען די נושא, און זען ווער שטייט שטערקער און ווער קען געווינען.

מיט א פשוטע גוגל סירטש קומט ענדרויד אריין שטערקער מיט א 2.5 ביליאן באנוצער, אקעגן ווינדאוס וואס האט נאר 1.4 ביליאן. (ענדרויד אקעגן ווינדאוס? יא, איר וועט באלד פארשטיין פארוואס.) דאס ברענגט אונז א טריט נענטער צו פארשטיין די געפעכט צווישן "גוגל ווארקספעיס" און "מייקראסאפט טיעמס."

סאו די מיליאן דאלער שאלה איז, קען איינער אפווישן די צווייטן פון די מאפע?

לאמיר זען, ווינדאוס האט שוין אמאל געהאט ווינדאוס מאביל, אבער האט זיך אויסגעלאזט איין שטיק חרוסת... עס האט געהאט געוויסע מעלות, אבער גאר שווערע חסרונות צו קענען ווייטער אנגיין. אלזא מיט א טעלעפאון קענען זיי נישט קאמפיטען גוגל'ס ענדרויד, אבער ווען ס'קומט צו קאמפיוטערס, זענען זיי גאר שטארק מיט א 75% פון די דעסקטאפ באנוצער, אקעגן עפל וואס האט נאר 15%, קומט אויס אז עפל איז נישט דער וואס קען זיי אויפעסן. נא זאגשע ווער יא? די ענטפער איז 'גוגל'. וויאזוי, וועט מען שוין זען. אבער טאקע פארדעם האט מייקראסאפט גענומען א נייע דרך און מאדאפיצירט ווינדאוס אויף זייער א יוזער פרענדלי בליק, ווי אויך האבן זיי גענומען די זאך א טריט ווייטער, און זיך צוזאמגעשטעלט מיט עמעזאן צו קענען צולייגן די אפציע פון האבן עפפס אויף די קאמפיוטער. און אזוי וועלן זיי בלייבן די "וואן סטאפ שאפ."

נאך אלעם וואס איז טאקע די סכנה פאר ווינדאוס עקזיסטענץ, און מיט וואס קען גוגל געווינען ווינדאוס, אויב האבן זיי אביסעלע מער שכל?!. די וועג איז א פשוטע און גאנץ א קלארע, עס איז שוין אפי' דא אויפן וועלט, נאר וויבאלד עס איז נאכנישט געהעריג פארטיג און עס האט נאך אסאך באגס איז עס נאכנישט אין באניץ. און דאס איז א "נעקסדאק" (NexDock). אין אידיש, דאס איז א טויטע לעפטאפ וואס האט נישט קיין אייגן מח, נאר מ'שטעקט אריין די סמארטפאון און ויהי אור, די סמארטפאון ווערט טראנפארמירט צו א לעפטאפ. עס ברענגט מיט זיך אסאך געוואלדיגע מעלות, למשל; מער דארף מען נישט טרענספערן קיין פיילס, פון אדער צו די סמארטפאון. נאך א דוגמא, קאנעקטן די סמארטפאון מיט יור פאון קאמפעיניאן, איז א פארגאנגענהייט, "ווייל דיין לעפטאפ איז דיין פאון." אויב האלטסטו אינמיטן ארבעטן אבער די מוזט ארויסלויפן צו אן אפוינטמענט, אבער די דארפסט נאך עפעס גאר וויכטיג צוענדיגן, נא, וואס איז די פראבלעם, אלעס איז דא. מ'דארף זיך מער נישט צוגעוויינען סיי צו די דעסקטאפ ווערסיע און אויך צו די מאביל ווערסיע, וכו. עס זעט אפשר אויס ווי א קלייניקייט, אבער וויבאלד היינט איז די ווינט אז א יעדער וויל האבן all in one... ווי גערופן אויבן א וואן סטאפ שאפ, איז דאס מסתמא פון די נעקסטע גרויסע רעוואלוציעס.

אויב ווערט דאס טאקע פארווירקליכט, איז גאנץ מעגליך אז יעדער וועט מוזן האבן א סמארטפאון/קאמפיוטער. משיח זאל אוודאי קומען פארדעם.
איך טראכט אזוי צו מיר, ווי אזוי וועלן די קיאסקן זיך אן עצה געבן?... מען וועט דארפן אויפקומען מיט א נייע געדאנק, בערך וועט עס צוגיין אזוי, יעדער וועט צאלן חודשלעך פאר א קאבי ווי צו האלטן די סמארטפאון און אויך פאר ווייפיי, און א יעדעס מאל מ'וועט אריינקומען, וועט מען נעמען די סמארטפאון און צוגיין צו א ליידיגע בודקע מיט טויטע נאקסדעק, און אריינשטעקן דעם דעווייס ויהי אור... (נאר פאר אילוסטראציע...)

און צום לעצט וויל איך אנרירן די קאמפעטישאן צווישן עפל אין ענדרויד.

עפל האט טאקע נאר 1.8 ביליאן אקטיווע באנוצער, אקעגן ענדרוידס 2.5 ביליאן. דאך דארף מען געדענקען אז ענדרויד פאונס זענען אסאך ביליגער ווי אייפאונס. אזוי האב איך אויך געטראכט אין אנהייב, ווייל דאס מאכט די מערסטע סענס. אבער נאכן איבערטראכטן א לענגערע וויילע, בין איך געקומען צו די מסקנה, אז די סיבה פארוואס ענדרויד איז גרעסער, איז נישט די פרייז, נאר ענדערש די פלעקסעביליטי און די חידושים וואס אסאך ענדרויד פאונס ברענגען מיט זיך, משא"כ עפל. לדוגמא; יעצט איז דא א נייע ווינט פון פאלדעבעלס, וואס לפי ידיעתי איינער וואס איז נישט שטארק אבסעסט מיט עפל'ס קולט... אדער די מעלה פון האבן איין "אקאונט" וואס ברענגט אים צוזאם אלע זיינע פערסאנעל אינפארמאציע אויף איין פלאץ, אבער האט ליב חידושים, וועט טוישן צו די פאלדעבלס. וואס אין די פאלדעבלס וועלט אליין איז שוין דא א געשמאקע סעלעקציע, פון א גרויסע פראנט סקרין, די מאטאראלע רעיזער. צו די געלעקסי פאלד וואס עפנט זיך ווי א טעבלעט. צו די סארפעיס דאו וואס ברענגט דיר צוויי עקסטערע סקרינס. ווי אויך ווען ס'קומט צו בילדער, איז פארהאן ענדרויד פאונס וואס וועלן מאכן שענערע בילדער ווי די אייפאונס, למשל די גאלעקסי s22. אבער ווען עס קומט צו ווידיאו איז טאקע עפל די קעניג.
אלזא ווער ס'איז נישט אויף טיקטאק אדער אינסטאגרעם, אין דארף נישט די טאפ אף די ליין ווידיאוגרעפי, איז דא א גרויסע מעגליכקייט ער זאל טוישן צו ענדרויד פאר די געוואלדיגע פלעקסיביליטיס וואס ענדרויד פאונס ברענגען מיט זיך.

עפילאג

און מיינע אויגן זע איך א פעסטע מלחמה אויפן וועג. און אפי' אויב ענדרויד וועט צום סוף בייקומען מייקראסאפט, איז עס א לאנגע און שווערע קריג. און לגבי עפל, אויב וועלן זיי זיך נישט ארויפשארן די ארבל, וועלן זיי פארלירן גאר אסאך קאסטומערס צו ענדרויד. אחרי ככלות הכל, קוק איך אן ענדרויד ווי א טאטאלע געווינער, לויט די פראגרעס וואס זיי מאכן אין א יעדע אספעקט. סיי מיטן מלחמה אקעגן מייקראסאפט, און סיי אקעגן עפל. למעשה די פיקסל 6 איז נישט אזוי אוועקצומאכן...

א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 5209 מאל

סיפורי צדיקים
מומחה יוחס

כ"ה סיון איז די יארצייט פון הרה"ק רבי דוב בעריש מביאלא זי"ע

ער איז געווען א זוהן פון הגה"ק רבי אברהם מטשעכנוב זי"ע. ער פלעגט פארן צו הרה"ק רבי איציקל מווארקא זי"ע, אין צו בנו ממלא מקומו הרה"ק רבי מנדל מווארקא זי"ע. נאכן פטירה פון רבי מענדעלע זי"ע איז ער געווארן רבי, אין טויזענטער אידן זענען געפארן צו אים, ער איז נפטר געווארן כ"ה סיון שנת תרל"ו זי"ע.

אין די ספר ישרש יעקב ווערט געברענגט, אז ער האט געהערט פון הרה"ק רבי יחיאל מאלכסנדר זי"ע וואס האט געזאגט אזוי:
ווער קען זיך דען צוגלייכן צו הרה"ק מביאלא.. און האט פארציילט וואס ער האט געזען מיט די אייגענע אויגן. איינמאל נאך שבועות ווען דער עולם האט זיך געזעגנט פון הרה"ק מביאלא, דער עולם האט געגעבן קוויטלעך און פדיונות. צווישן דער ציבור איז געווען א חסיד וואס האט געגעבן א קוויטל, ווען דער רבי האט אריין געקוקט אין די קוויטל, האט דער רבי זיך אנגערופן און געפרעגט, זאג נאר.. פאר וועם האסטו שוין געגעבן דער קוויטל? און דער חסיד איז שטיל געבליבן, און מורא געהאט צו ענטפערן. האט דער ביאלא רבי געזאגט וואס האסטו מורא? זאג מיר דעם אמת, וועלכע רבי האט שוין געליינט דער קוויטל? האט ער געענטערט מיט דרך ארץ, פאר א יאר צוריק בין איך געווען אין טשעכנוב ביים פאטער הרה"ק רבי אברהם, און איך האב אים געגעבן די קוויטל, אבער ער האט מיר דאס צוריק געגעבן און איך האב עס געהאלטן ביי מיר ביז יעצט. די ביאלא רבי איז שטיל געבליבן, און מער גארנישט געזאגט.
========

ב' תמוז איז די יארצייט פון הרה"ק רבי נחמן מ'הורדענקא זי"ע

ער איז געווען א תלמיד חבר און א מחותן מיט די הייליגע בעש"ט הק' זי"ע. און די שפעטערדיגע יארן איז ער ארויף געגאנגען קיין אר''י וואוינען. און איז נפטר געווארן ב' תמוז תקכ"ה ומנו''כ בביה''ח העתיק בטברי'.

הרה"ק רבי מאטל מסלונים זי"ע האט אמאל פארציילט:
איינמאל איז געווען אין ארץ ישראל אן עצירת גשמים, ס'איז נישט געקומען קיין רעגן. איז הרה"ק רבי נחמן מ'הורדענקא זי"ע ארויס געגאנגען מיט א מנין פון ספרדישע אידן, אינדרויסן פון שטאט צו דאווענען פאר רעגן. אויפן וועג זענען זיי אדורך געגאנגן א פעלד אין וואס עס האט זיך דאן געפינען א גויאישע פאסטוך. און דער פאסטוך זיי געפרעגט, ווי גייען ענק? האבן זיי געענטפערט אז מיר גייען ברענגען רעגן! האט דער פאסטוך אנגעהויבן צו חוזק מאכן, און זיך שטארק אויס געלאכט פון זיי.
ווען זיי האבן געענדיגט צו דאווענען נאך אויפן וועג צוריק, האט שוין אנגעהויבן צו טראפן, און איז צוביסלעך געווארן שטערקער אין שטערקער ביז ס'איז געקומען א שטארקע גאס פון רעגן. אזוי אדורך גייענדיג די זעלבע גויאישע פאסטוך וואס האט פריער געלאכט, האט דער פאסטוך מרוב התפעלות אויפגעהויבן דער צדיק אויף זיינע אקסלען אין אים אהיים געטראגן.

זכותם הגדול יגן עלינו

א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 5110 מאל

א תורה אויף די וואכעדיגע סדרה
אוראייניקל

ווען די פסוק רעכנט אויס אלע נעמען פון די מרגלים, זעהן מיר אן אינטרעסאנטע זאך, בעוד וואס ביי אלע אנדערע מרגלים שטייט בֶּן מיט א סגול, ווי די סדר איז אויף לשון הקודש, איז דא איין מרגל וואס ווערט אנגערופן בִּן מיט א חיריק, דאס איז די מרגל פון שבט אפרים, יהושע בן נון.
דער בני יששכר אין זיין ספר 'דרך עדותיך' אויף די ערשטע צוויי פרקים פון ספר יהושע ברענגט דערויף א טעם, וואס ער האט געהערט פונעם רבין פון לובלין זי"ע בשם זיין זיידן, ס'איז ידוע וואס שטייט אין מדרש, אז דער אות יו"ד וואס משה רבינו האט צוגעלייגט פאר יהושע, דאס איז דער אות יו"ד וואס הקב"ה האט אוועגענומען פון שרה אמנו. אבער לכאורה איז שווער, ווען דער אות איז געווען ביי שרי, האט עס נישט געהאט קיין נקודה בכלל, און יעצט אז מען לייגט עס צו צו הושע דארף עס האבן א שוא, דערפאר האט משה רבינו גענומען צוויי נקודות פונעם סגול פון בן נון און זיי געמאכט פאר א שוא, איז נאר געבליבן איין נקודה אונטערן בי"ת, דערפאר ליינט מען עס בִּן נון מיט א חיריק.
דער חתם סופר אין תורת משה ברענגט אויך דעם טעם, אבער ער זאגט אז אין אמת'ן איז דער טעם אנדערש, דאס קומט צו לאזן הערן, אז יהושע האט זוכה געווען זיך מתבונן צו זיין אין די נ' שערי בינה, דערפאר רופט מען איהם בּן נון מלשון בינה, ער האט פארשטאנען צו די נון שערי בינה.
(א שטיקל ראיה דערצו, וויבאלד אויך בעפארן צולייגן דעם אות י', ווען די תורה רופט איהם נאך הושע, שטייט אויך בן מיט א חיריק).
מיט דעם פארשטייט מען דעם באקאנטן תרגום יונתן 'וכדי חמא משה ענוותנותיה קרא משה להושע בר נון יהושע', ווי קומט יהושע'ס עניוות דא אריין. נאר ביז אהער האט יעדער געוואוסט די גרויסקייט פון יהושע, מען רופט איהם בִּן נון צו ווייזן אז ער האט א הבנה אין די נ' שערי בינה, אבער יעצט אז מ'לייגט איהם צו דער יו"ד פון שרי, וועט מען דאך קענען מיינען אז די טעם איז כדי צו האבן פינטלעך פארן שוא אונטערן יוד האט מען גענומען די צוויי נקודות פונעם סגול, און ממילא וועט מען מער נישט וויסן זיין גרויסע מדרגה, אבער היות משה רבינו האט געוואוסט אז יהושע איז אן עניו, און ער דארף נישט די כבוד, דערפאר האט ער איהם געקענט צולייגן דעם אות י'.

א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בילד
בס"ד
צום ענדע פון די ערשטע וואך

אזוי ווי יעדער זעט, ענדיגן מיר יעצט ב"ה די ערשטע וואך, פון די געוואלדיגע פראיעקט "בא בימים." און מיר האפן צו גיין ווייטער און ברענגען שיינע און אינטרעסאנטע ארטיקלען, אז דער עולם זאל הנאה האבן.

אין דעם צייט ווילן מיר באדאנקען פאר די געטרייע ניקס וואס געבן אוועק פון זייער צייט, צו שרייבן ארטיקלעך פאר דעם פראיעקט. ואלו הם.
דער הימלישע איד
איל משולש
נארמאליזעם
מומחה יוחס
אוראייניקל

זאל זיי דער אייבערשטער בענטשן מיט אסאך הצלחה און סיעתא דשמיא.

ווי אויך וויל איך בעטן, ווער עס קען און וויל שרייבן פאר די פראיעקט. זאל מיר ביטע קאנטאקטן. איך דארף נאך דריי שרייבערס פאר זונטאג, דינסטאג, און דאנערשטאג.

הימלי בשם די קאמיטעי.

א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 4917 מאל

בס"ד
עיר קאנדישאנס
דער הימלישע איד

1. אין יאר 1914, האט מען אינסטאלירט די ערשטע עיר קאנדישאן אין מיניאפיליס.
2. און די געגנט פון 1940, האבן נאר איינס פון 400 הייזער געהאט אן עיר קאנדישאן.
3. היינט איז דא א געשאצטע 1.9 ביליאן עיר קאנדישאנס ארום די וועלט.
4. אין גאר ווארימע ערטער, קענען די עיר קאנדישאנס פארנעמען 70% פון די עלעקטריק ביל.
5. א עיר קאנדישאן דארף זיך צו האלטן פאר 20 יאר.
6. און 2021 האט מען פארקויפט א געשאצטע 6 מיליאן יוניטס.
7. די גלאבאלע עיר קאנדישאן אינדאסטרי איז ווערט 126 ביליאן דאלער.

א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 4851 מאל

בס"ד
מיין נייע טעסלא
דער הימלישע איד

מיט קלאפעדיגע שיך, שפאציר איך מיר ארויס פון שול, ווען פון מיין רעכטע זייט צוקלינגט זיך מיין ארבעטס פאון. מיט א געשריי צום בלוטוט ענסער... הייבט זיך אויף די פאון קאל, ס'די בעל הבית, אויפן אנדערן זייט טרייבל. וואס איז שוין ווייטער היינט? פרעגט ער מיט פאדרוס. א שוויץ נעמט מיר איבער, כ'טראכט אזוי צו מיר, וואס איז טאקע ווייטער היינט? מ'מוז דאך אבער אנגיין מיטן לעבן. און איך שפאציר מיר צו מיין קאר. איך נעם ארויס דעם פענסי רימאוט, און אט אט גייט יעדער זען ווי מיין טיר עפנט זיך אויף ארויף... הא גייט דעס זיין גוט, איך חלום שוין פון דעם יארן...
כ'פרוביר איינמאל און נאכאמאל אבער די קאר עפנט זיך נישט אויף. אוי אוי נישט גענוג מיט מיין בעל הבית נאך מיין קאר צו דער זייט? דאס איז דאך א עכטע שבר על שבר... אן קיין צוויי ברירות מוז איך רופן טעסלא, זיי הייבן אן זאגן עפעס טראבלשאטן אבער איך לייקן קאטעגאריש, איך פארמאג נישט קיין ביקס. זיי שרייען די האסט נישט קיין ווייפיי מיר קענען נישט פארריכטן אייער קאר, שריי איך נאך העכער "ווייפיי" נישט ביי מיר... וואס זאל איך אייך זאגן ווען איך דערמאן זיך פון די מינוטן, ווערט מיר קאלירפול פאר די אויגן.. אבער עפעס שרייען זיי.. טראכט איך אזוי, איך וועל אריינגיין אין שול אפשר וועט מיר איינער קענען ארויסהעלפן.

אקעגן דעם שול וואוינט מר' אייזיקסאן א מידל עידש עושר, וואס די קינדער האבן אים שוין אהיימגעשיקט פון די ביזנעס. טענהנדיג אז ער מאכט מער שאדן ווי פארדינסט... נא, וואס קען מען טוען מיטן טאג, מ'לויפט קוקן אויב איינער בלאקט די דרייוו וועי...
ער לויפט און לויפט, אבער קיינמאל געלונגט עס נישט. אבער נישט היינט. ער זעט דעם שווארצן טעסלא, און רייבט זיך די אויגן. הא וועל איך אים לערנען טאנצן, אזא זאך, בלאקירן מיין דרייוו וועי. נאך פארן ענדיגן טראכטן און טריפל עי איז שוין דא. מ'גיימיר טויען די קאר. זיי קומען אן און מ'שלעפט ארויף די קאר אויפן טראק. און...

אויפן פאון מיט טעסלא זיץ איך, מיט נאך דריי אינגעלייט וואס העלפן מיר. ווען איינער קומט אריין און שרייט, "א שווארצע טעסלא, א שווארצע טעסלא" איך רוף מיר אן מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, יעס איי עם די אונער... יענער מורמלט, געווען די אונער... "וואס?" יא זאגט ער מיר, ס'שוין אויפן טראק... איי איי איי וואס האב איך היינט געטוהן, אפשר אפגעגאסן נעגל וואסער די לינקע הענט פארדעם?... מיט איין אטעם לויף איך ארויס, איך קריך ארויף אויפן טראק, איך זעץ מיר אריין אין מיין קאר, און איך זאג, אז די נעמסט מיין קאר, נעם מיר אויך. דאס איז מיין לעבן!

וויכוחים און קולות זענען געגאנגען אויף די העכסטע טענער. קום ארויס פון די קאר... לייג אראפ מיין קאר... מר' אייזיקסאן גנב... די מאבד עצמו לדעת... פון קולות איז געפארן צו הענט, און פון הענט צו פעטש. ס'איז געווען ששון... אינמיטן כאפ איך מיך, טעסלא האט מיר פריער פארציילט אז איך האב א טראבלשאטער, נא קען איך עס דאך אויסנוצן... איך נעם מיין מייקראפאון און איך שריי "רבותי איך האב א טראבלשאטער, ווער ס'רוקט זיך נישט אוי וואווי"... אויפן ארט האט זיך יעדער גערוקט אין א זייט, אויס מורא וואס ס'קען געשען... אבער נישט דער גוי, ער האט גלייך גערופן די פאליציי.

פאליציי קומט אן, און זיי בעטן מיר מיין איידי. איך זאג מיט א בלעכענע פנים, GL467290... זיי זאגן מיר סער דיין איידי. איך נעם ארויס מיין פאון, און איך פארענטפער מיך. סארי איך האב איינגעשריבן מיין קינד אין די מוסדות עי לאנג טיים עגאו, מסתם האב איך נישט גוט געדענקט... אבער איך זאג ענק צו איך האב נישט קיין ווייפיי... איך האב עס פריער וועריפייד מיט טעסלא. נאך עטליכע אנגעצויגענע מינוטן, האב איך געכאפט אז זיי דארפן מיין פאטא איידי... און צום נעקסטן שאלה ווי איז מיין ביקס? דעמאלטס האב איך שוין געכאפט נערוון, און איך געב א פרעג דעם פאליציאנט. די אוכל נבילות, כ'האב דיר קוים געזאגט אז איך קען נישט טראבלשאטן ווייל איך האב נישט ווייפיי... ווי אזוי בעטסטו מיין טראבלשאטער? זענט עטץ פון קאפ געפאלן?... אהההה זאגט די פאליציי מאן, דא הערשט א מיספארשטענדעניש. ער האט נישט קיין ביקס ער האט געזאגט אז ער האט בייקס, וואס ער וועט מוזן ניצן אויב זיין קאר ארבעט נישט. און די סיבה פארוואס ער איז אין זיין קאר. איז ווייל דארטן איז זיין אפיס, און ער וויל זיך נישט צוקריגן מיט זיין בעל הבית.

נעעע, דאס אלעס.. און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען. מ'האט אראפגענומען די קאר. און נאך א געלונגענע חברים מיסיע, און ס'ארבעט. מיט איין שמייס רוקט ער דעם שיפטער אויף דרייוו, און צינד אן אויטא פיילעט, מיט אויטא דרייוו. רוקט אראפ אלע פענסטערס, עפנט די דאך, און זאאמט צו די ארבעט. אנקומענדיג פארנט פונעם בנין, זעט ער זיין בעל הבית כאפן א ציגאר. גיבט ער א שריי מיט עקסטאז "ס'ארבעט ס'ארבעט" רופט זיך אן די בעל הבית, אבער די "ארבעטס" נישט דא מער. די בוזט געפייערט...

יע יע, לאמיר זען ווער גייט געווינען... גראד האב איך אנגערופן מיין פייער אינשורענס, און געמאכט א קלעים. אזש ס'האט זיך שוין אלצדינג געלוינט... איי איי איי ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע. און מיט א פרייליך געמיט קען מען זאגן, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד...

א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 4604 מאל

בס"ד
לערן מיט נארמי
נארמאליזעם


א גוט מארגן אלע "בא בימים" חברים

אין די היינטיגע ארטיקל וועל איך אביסל קארגן ווערטער. כ'האב אסאך געטראכט וואס איך זאל שרייבן, און וואס ס'קען זיין אינטערסאנט.
כ'האב שוין געשריבן אינטרעסאנטע פאקטן איבער לענדער, און ווי אויך האב איך שוין באשריבן אנדערע זאכן, ווי חיות, פאקטן איבער די וועלט, מיליטער, און נאך....
מ'דארף דאך עפעס חדשות, בין איך געקומען צו א מסקנא, צו באשרייבן א נושא וואס איז נאכנישט געהעריג באשריבן, אבער וועט זיין אינטערסאנט, און שטארק ניצבאר.

ווי די פלאן לויטעט יעצט, וועט עס גיין אזוי. איך האב שוין א אשכול ווי איך פלעג שרייבן קורצע עצות, און געדאנקען וואס קענען שטארק צוניץ קומען. גערופן "נארמי'ס טעטאריעל (אינסטראקשענס) #2". דארטן האב איך אבער געשריבן זייער בקיצור, און דא וועל איך אי"ה מאריך זיין, אז ס'זאל זיך שפורן כמונח בקפסא...
עס בלייבט נאר איבער צו האפן, אז דער עולם וועט הנאה האבן.


כ'וועל צו ענדיגן מיט אפאר אינטערסאנטע זאכן, וואס כ'בין לעצטנס געוואר געווארן איבער צפון קארעא. א לאנד
וואס איך וואלט ווען געדארפט באשרייבן, אפילו ס'איז שוין דא א מעכטיגע באשרייבונג דערפון.

1. אין צפון קארעא, איז יעצט יאר 110... און נישט 2022. ווייל זיי רעכענען די יארן, פון ווען דער ערשטער איז געווארן דער פירער.
2. זייט קים דשאנג אן האט איבערגענומען די מאכט, האט ער שוין אויפגעבויט גאר אינטערסאנטע מעריב וועלט סטייל זאכן. ווי למשל; א גרויסע וואסער פארק, גרויסע זשימס, א סקי רעזארט, א ריזיגע סייענס צענטער וואס האט אויך א ספעציעלע אפטיילונג צו לערנען מיט קינדער, אויך איז דא א נייע געגענט געאייגנט ספעציעל פאר די סייענטיסטן צו וואוינען, סעלפאונס איז שוין א דבר מצוי, און ווי אויך זעט מען שוין שיינע קארן, ועוד ועוד "ימים ידברו"...

העמיר מסיים זיין פאר היינט. און אי"ה נעקסטע וואך דינסטאג, וועל איך אנהייבן מיט די ערשטע טעטאריעל, ווי
מ'וועט דורכגיין גאר א שטעכעדיגע נושא... די נושא פון "מאסקיטאס!" וואס דערנאך וועט מען האפנטלעך פארשטיין, די תכלית זייערע, פארוואס זיי זענען דא. ווי אזוי זיי לעבן, ווי אזוי זיי בייסן, און ווי אזוי מ'קען זיך היילן פון א ביס. און בעיקר ווי אזוי מ'קען פטור ווערן פון זיי.

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 4479 מאל

בס"ד
המכין מצעדי גבר חלק א'
וועלוועלע

יענקל, האט דער פריץ געברימט צום ארענדער, מיט א שטומע וואס דערציילט נישט קיין גוטס. נעכטן בין איך געזעצן מיט מיין בוך האלטער, און אונז האבן איבערגעקוקט די חשבונות פונעם לעצטן יאר. און איך האב באמערקט אז די האסט געקויפט פון מיר צוויי שטארקע פערד, פיר אקסן, פינף קיען, און הונדערט זיבעצן הינער. ווי אויך צוויי און צוואנציג בינטלעך פון שטרוי. וואס דאס קומט אויס צו א סכום פון פיר הונדערט פינף און זיבעציג רובל, וואס די האסט נאכנישט באצאלט. און דאס איז אויסער דעם, וואס די האסט מיר נאך נישט באצאלט קיין רענט פאר די לעצטע איינס און א האלב יאר. אלזא געב איך דיר איין חודש, און נאר איין חודש, וואס אלע חובות מוזן זיין באצאלט. ווייל אויב די חודש ענדיגט זיך און איך האב נישט די גאנצע געלט, וועט עס דיר שטארק נישט לוינען.
יענקל האט גוט געוואוסט וואס עס קען געשען אויב ער וועט נישט ברענגן די געלט ביזן ענדע פונעם חודש. און ער האט טאקע גאר שטארק געציטערט זיך צו טרעפן אליין אינעם גרוב פונעם פריץ, נאכדערצו ווען דארטן געפינען זיך פון די ערגסטע באנדיטן ר"ל.

א חסיד און א מאמין איז ער דאך געווען, איז ער שנעל צוגעפארן צו זיין רבי'ן די הייליגע בעל התניא זי"ע. הגם געווענדליך ווען ער פלעגט קונען צום רבי'ן, האט ער זייער נישט ליב געהאט צו רעדן וועגן גשמיות'דיגע געברויכן, אבער אז מ'האט נישט קיין צוויי ברירות מוז מען.
אריינגעקומענדיג צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין ביטער הארץ, און דערציילט פארן רבי'ן די גרויסע צרה וואס לויטעט אויף אים, און ווי שטארק עס קען צוברעכן זיין שטוב. דער רבי הערט אים אויס און פרעגט, די האסט נאך עפעס געוואלט פרעגן? האט יענקל געזאגט, יא, איך האב געוואלט בעטן פונעם רבי'ן, אז אזוי ווי דער פריץ האט גאר א נאנטע פריינט, א איד מיטן נאמען משה פעסאחאוויטש, און דער פריץ רירט זיך נישט אן דער צושטימונג פון אים. איז אפשר קען די רבי שרייבן א בריוו צו אים, ער זאל רעדן צום פריץ ער זאל לייכטער מאכן מיין מצב. בפרט ווען דער משה האט א שטארקע יראת הכבוד און פחד פונעם רבי'ן, קען עס זיכער אויפטוהן. און דער הייליגע צדיק האט געענטפערט, אוודאי וועל איך עס טוען. און אים דערלאנגט זיין געווינטשענע בריוו.

דער וועג אהיים איז ר' יענקל געפארן א רואיגער און א פרייליכער, וויסנדיג אז מיטן בריוו פונעם רבי'ן וועט ער זיכער האבן א ישועה. און צו זיין זיכער האט ער געוואלט געבן א בליק אויפן בריוו, און זיכער מאכן אז אלעס איז טאקע ריכטיג געשריבן. אבער קוקנדיג אויפן בריוו איז אים שווארץ געווארן, איך האב דאך גערעדט צום רבי'ן פון "ר' משה פעסאחאוויטש וואס וואוינט אין דובנא," און דער נאמען אינעם בריוו איז "משה אייזיקאוויטש וואס וואוינט אין רובנא" בכלל נישט דער מענטש פון וועם איך האב גערעדט.

פארלוירענערהייט האט ער אויסגעדרייט די פערד און וואגן, און שנעל צוריקגעפארן צום בעל התניא. אבער ווען ער איז אנגעקומען, איז שוין געווען טונקל אינעם שטוב פון די הייליגן בעל התניא זי"ע. ער איז געווען זיכער אז דער רבי איז זיך שוין געוויס געגאנגען צולייגן. און אין זיין דערשראקענעם מוח, האט ער זיך שוין געזעהן זיצן אין דעם שרעקליכען גרוב. און מיט אזעלכע מחשבות האט ער אריינגעשטורעמט אין די רבי'נס הויז. ווען ער דערזעט דעם רבי'ס א זוהן (די מיטעלער רבי זי''ע) פארנט פון אים. און ער האט אים דערציילט די גאנצע מעשה, און אויך די טעות מיטן בריוו. אבער די רבי'נס זוהן האט אים שטארק בארואיגט און געזאגט. זארג דיך נישט, מיין טאטע האט אפענע אויגן, און אז ער האט אזוי געשריבן, דאן גיי צו דער משה אייזיקאוויטש, און נישט צו ר' משה פעסאחאוויטש.

פארזעצונג בע"ה

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 4367 מאל

בס"ד
א תורה אויף די וואכענדיגע פרשה
אוראייניקל

מ'טרעף מיר א חילוק צווישן די פסוקים, ווי משה רבינו לייגט פאר פאר קורח'ן זיין בחינה, ווער עס איז דער אויסדערוועהלטער צו טוהן די עבודה אין בית המקדש. אין פסוק ז' שטייט, 'ותנו בהן אש ושימו עליהן קטורת', ווערט דערמאנט סיי דאס לייגן פייער, און סיי די קטורת, ווען אויף די פייער שטייט א לשון נתינה און אויף די קטורת א לשון פון שימה.
ווייטער אין פסוק י"ז ווען משה רבינו חזר'ט נאכאמאהל איבער דעם פלאן, שטייט שוין אנדערש, דארט שטייט וקחו איש מחתתו ונתתם עליהם קטרת, שטייט נאר דערמאנט קטורת און נישט די פייער, און דא שטייט אויף די קטורת דער לשון נתינה.
און דריטנס, ביים אויספירן למעשה אין פסוק י"ח שטייט צוריק 'ויקחו איש מחתתו ויתנו עליהם אש וישימו עליהם קטרת' סיי פייער און סיי קטורת, מיט די לשון נתינה אויפן פייער און שימה אויף די קטורת.

דער תירוץ איז, בהקדם וואס דער רמב"ן איז מסביר, פארוואס קודם אין פסוק ז' דערמאנט משה רבינו נישט אהרן, און אין פסוק י"ז שטייט שוין 'ואתה ואהרן איש מחתתו'. נאר קודם האט משה רבינו פארגעלייגט די פלאן אז נאר קרח ועדתו זאלן מקריב זיין קטורת, און אויב איינער פון זיי איז ראוי, זאל א פייער פון הימל מקבל זיין זייער קרבן, פונקט ווי ס'איז געקומען א פייער פון הימל שמיני למילואים מקבל צו זיין די קרבנות וואס אהרן האט מקריב געווען.
אבער ווען קרח ועדתו האבן נישט מגיב געווען אויף דעם, האט משה רבינו געטראכט אז זיי זענען נישט מסכים, ווייל אפילו קיינער וועט נישט זוכה זיין צו א פייער פון הימל, קען זיין אז פייער פון הימל איז נאר געקומען לכבוד כלל ישאל ביים אויפשטעלן די משכן, נישט קיין חילוק ווער איז דער מקריב, אבער היינט וואלט אפילו פאר אהרן נישט אראפגעקומען קיין פייער, דערפאר האט משה רבינו צוגעלייגט אז אהרן וועט אויך מקריב זיין קטורת צוזאמען מיט זיי, און אז פאר איהם וועט יא קומען א פייער און פאר זיי נישט, וועט עס דעמאלטס זיין א ריכטיגע סימן.
אבער ווי אזוי קען אהרן מקריב זיין סתם קטורת, זאגט דער רמב"ן לויט איין צד, אז אהרן האט דעמאלטס מקריב געווען דער קטורת של שחר וואס מ'האט מקריב געוען יעדן טאג אין בית המקדש.

יעצט לאמיר צוריק גיין צו דעם דיוק, די גמרא זאגט אין מסכת מנחות (נט:) ביי א מנחת חוטא שטייט 'לא ישים עליה שמן ולא יתן עליה לבונה', זאגט די גמרא שמן פסל'ט די מנחה אפילו מיט א כל שהוא, ווייל שימה מיינט אפילו אביסל, משא"כ לבונה איז א פראבלעם נאר ביי א כזית, ווייל נתינה מיינט נאר א כזית.
מילא קומט אויס אזוי, משה רבינו האט נישט געוואלט אז קרח ועדתו זאלן נענש ווערן אויפן מקריב זיין די קטורת, האט ער זיי געגעבן אן עצה, אז די קטורת זאל זיין פחות מכשיעור מילא וועלן זיי נישט זיין חייב מיתה אויף דעם, דערפאר האט משה רבינו זיי געזאגט ושימו עליהן קטורת, און שימה מיינט א כל שהוא.
אבער נאך וואס משה רבינו האט געדארפט צולייגן אהרן אויך, און אהרן דארף דאך מקריב זיין דעמאלטס דעם קטורת של שחר וואס דארף זיין כשיעור, מילא האט משה רבינו געזאגט 'ונתתם עליהם קטורת', און נתינה איז א כזית, ווי די הלכה איז אין הקטרה בפחות מכזית. איי אויב אזוי וועלן זיי נענש ווערן, דערפאר האט משה רבינו זיי געזאגט נאר ונתתם עליהם קטורת, נישט דערמאנענדיג פייער בכלל, אזוי אז זיי וועלן נישט לייגן קיין פייער, וועט עס ווייטער נישט זיין קיין הקטרה בחוץ.
אבער זיי זענען למעשה נישט געווען צופרידן פון דעם, און זיי האבן געטוען וואס משה רבינו האט זיי ערשט געזאגט, ממילא האבן זיי יא געלייגט פייער, און קטורת האבן זיי געלייגט פחות מכשיעור, דערפאר שטייט וישימו עליה קטורת. (ע"פ בנין אריאל בשינוי קצת).

איי אויב זיי האבן נישט געלייגט קיין שיעור פארוואס זענען זיי נענש געווארן?

ענטפערט דער כלי חמדה (פר' שמיני), שיעורים איז דאך הלכה למשה מסיני, נו אז זיי האבן זיך געקריגט אויף משה רבינו'ס איבערגעבן די תורה, האבן זיי נישט קיין רעכט זיך צו פארלאזן אויף די שיעורים וואס משה רבינו האט זיי געזאגט בעל פה, מילא זענען זיי נענש געווארן אפילו אויף פחות מכשיעור.

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 4041 מאל

בס"ד
געלט
דער הימלישע איד

1. עס איז דא 180 מינע געלטער אנערקענט אין די UN.
2. די מערסט באניצטע קארענסי איז די אמעריקאנע דאלער.
3. קאוועיטס קארענסי גערופן דינר, איז די מערסטע ווערטפול. איין דינר איז מער פון דריי דאלער.
4. די איראנ'ע ריעל, האט די זכי' צו זיין די מערסט ווערטסטלאזע מטבע אין די וועלט. 1 דאלער איז 42 טויזענט ריעל...
5. ארום 6.6 טריליאן מענטשן שפילן אין די קארענסי מארקעט גערופן Forex.
6. ארום 40 טריליאן אמעריקאנע דאלער צירקאלירט אין די וועלט.
7. אילאן מאסק געווינט די טיטל אלץ די רייכסטע מענטש אין די וועלט, האבנדיג אין זיין קאנטע 198 ביליאן דאלער.

א גוטן טאג
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 3952 מאל

בס"ד
א באזוך אין ישיבת חכמי התלמוד
איל משולש

תוספות זאגט נישט דאס! עס קען נישט זיין! תוספות אליין זאגט דאך קלאר א קנאפע בלאט צירוק אז די ראיה איז קיין ראיה, און ס'קען נישט זיין תוספות זאל זיך ממש סותר זיין מיניה וביה! איך ווייס נישט וואס שטייט פריער אדער שפעטער, קענסטו מיר מסביר זיין א בעסערע פשט אין תוספות?... דאס, און ענדליכס, איז א טעגליכע ערשיינונג אין א יעדע ישיבה איבער די וועלט. לאמיר כאפן א בליק אריין אין ישיבת חכמי התלמוד (איך האף אז ס'איז נישטא א ישיבה מיט דעם נאמען...) און זען א געווענליכע טאג מיט די בחורים און די איינגעשטעלטע אין ישיבה.

די טאג הייבט זיך אן זעקסע צופרי מיט די פארטאגס סדר. פינעף מינוט שפעט קאסט שוין א צענער קנס... די חשובער מגיד שיעור לערנט פאר די סוגיא פון וואטעווער וואט, און די חשובע בחורים הערן אויס דעם טיפזיניגן שיעור מיט אפענע מיילער. די צוויי אויסגערופענע מתמידים וואגן זיך צו מפלפל זיין דא און דארט מיט'ן מגיד שיעור, אבער דער מגיד שיעור פארלירט זיך נישט, נאר פירט זיין שיעור ווי א געניטער קאפיטאן פירט זיין שיף על מי מנוחות. דאס אז די אנדרייערס זענען נאכנישט דא אין די צייט פון טאג, לייגט צו א שטארקע רואיגקייט צו די אטמאספערע וואס הערשט אין ישיבה אין די צופרי שעה'ן. דערנאך קומט א פייערדיגע דאווענען צום בורא כל עולמים. אזא דאווענען זעט מען נישט בכל קצוי תבל. די בחורים פלאמען אריין אין א שטיקל וויזויהייסטעס... אה! א תענוג רוחני. דאן איז צוגעשטעלט פרישטאג אין עס זאל. א פרישטאג אין ישיבת חכמי התלמוד, איז עפעס וואס קיינער פון ענק האט נאכנישט געהאט... ווי די זיידע כרונע ברכה פלעגט אלעמאל זאגן, אין מיינע צייטן איז דאס נישט געוועזן... פון אלע מינים דיפס און סאלאטן, סמייטע און עגפלענט, אייער און אוועקאדאו, טשיז מיט טאנא, און וואס נישט... וואס הייסט, מען דארף דאך האבן כח צו לערנען...

א סדר הלימוד אין ישיבה איז מעין עולם הבא. דער עולם זיצט און ראקט בלעטער... ס'פארן טענער אויף די העכסטע אקטאוועס. דער ציבור פרעגט קשיות, ענטפערט תירוצים, אז אפילו די שוואכע בחורים דרייען זיך אין בית המדרש. זיצט זיך דער מגיד שיעור אזוי באקוועם אויפ'ן בענקל און באטראכט זיינע חשובע תלמידים. זיינע פירות. די צייט וואס ער האט אינוועסטעט אין זיי איז אין לשער. וואס טוט מען דען נישט פאר די תלמידים הקרוים בנים...

אבער צוביסלעך קומען אן אין ישיבה אויך די נישט גרעסטע מציונים בחורים... און אז ס'דא בחורים וואס גלייכן אביסל עקשאן, ווערט עקשאן... סהייבט זיך אן מיט אן אויסגעגאסענע קאווע, ס'רוקט זיך צו א שארפע ווערטער אויסטויש אין קאווע שטיבל. און פון דארט ביז די משגיח קומט טרייבן איז שוין ממש א קאצן שפרינג. די משגיח זאגט "אריין" גייט מען אריין פון איין טיר, און ארויס פון די צווייטע, אזויווי די באקאנטע בילד פון די מחניים ביכער פון יעקב און עשו ביי די ברכות געשלעג וואס האט זיך נישט גוט געענדיגט. יעקב האט געדארפט אנטלויפן און איינע פון די ערגסטע ברידער קריג אין היסטאריע... על כל פנים, דא איז אויך נישט צופיל אנדערש. דער משגיח קען נישט נעמען קאנטראל פון די סיטואציע, רופט אריין א בעקאפ, און די ראש ישיבה קומט ארויס. נעעע, די משגיח האט אים נישט גערופן, ער האט פשוט געהערט די קולות ארויף ביז אויבן אז ער האט נישט געקענט לערנען אזוי... פארשטייט זיך יעדער לויפט שנעל אריין אין ביהמ"ד און מ'האט פארשטייט זיך די גאנצע צייט געלערנט...
עט סאם פאוינט ווערט מען צירוק באורד. הייבט זיך אן נאכאמאל א קייט פון פאסירונגען וואס האבן פארשטייט זיך קיין שייכות בכלל מיט די בחורים. די קאווע גיסט זיך אויס פונקט נעבן אים, אלעמאל סאם האו... און פארשטייט זיך ער איז קיינמאל נאכנישט געווען שולדיג. דאס אז יענעמ'ס אויער האט געקיצלט האט גארנישט צוטון מיט זיינע ציצית... און אז יענער קוקט אויף די לעקטער, מסתמה איז ערווארטעט א האפטשא אזוי כדבעינן למיהוי... און אז ס'גייט קומען, דארף מען דאך שטיין גרייט מיט א פעקל טישוס אז מ'זאל קענען קעיר נעמען תיקף ומיד... און איבריג צו זאגן וכך הוה... און ווען ס'איז ענדליך אנגעקומען די לאנג ערווארטעטע האפטשא, האט פלוצלונג זיך גענומען רעגענען טישוס פון אויבן... ווייסט איין באשעפער וויאזוי...

אזוי רוקט זיך דער טאג אריבער מינוט נאך מינוט. די בחורים הארעווען אריין וויאזוי דורך צו שטיפן וואס מער שעות פון טאג מיט גארנישט... אין די צייט וואס די חשובע וואוילע גוטע בחורים פון ישיבת חכמי התלמוד ברענגען גרויס כבוד פאר די ישיבה, זענען די שוואכערע עלעמענטן פון ישיבה אקוראט די פארקערטע. דרייען איבער, ווילדעווען ארום און פאלגן נישט וואס מען הייסט...

לאמיר איבערשפרינגען עטליכע שעה, און כאפן א בליק ביי מיטאג וויאזוי עס זעט אויס. צוגעשטעלט איז פון אלעם גוטן, און ווייסט איין באשעפער פארוואס אכציג פראצענט בחורים קומען אהיים זאגן פאר די עלטערן אז ס'איז נישטא וואס צו עסן אין ישיבה... כ'מיין פארוואס צאל איך שכר לימוד אלע יארן אויב שטעלט מען נישט צו קיין עסן... אבער אז מ'כאפט א בליק אריין אין עס זאל וואס ס'טוט זיך, פארשטייט מען שוין פארוואס ס'איז נישטא וואס צו עסן. עס ליגן טעצער פרישע עסן איבערגעדרייט ווייל איינער האט עס נישט ליב געהאט... די דאך און די פלאר זענען זיכער ארויס זאט נאך אזא מאלצייט...
ס'הייבט אן ווערן שפעט, דער משגיח נעמט זיך טרייבן די בחורים. און אז די בחורים זענען לאו דוקא אין די גיסטע זיך צו מכניע זיין אונטער די משגיח קען ער זיך פלאגן צוויי וואכן אויך און גארנישט אויפטאן... ס'הייבט זיך אן די קנסות... דו א פינעפער, דו א צוואנציגער... פארוואס אלעמאל איך?... דו ביסט א מחוצף... איך ווארף דיך באלד ארויס פון ישיבה... מיין טאטע צאלט שכר לימוד, קענסט אפילו נישט נאר די ראש ישיבה קען... וכו'. די גאנצע טענה'ריי וואס יעדער קען שוין אויסעווייניג... ביז דער משגיח רעגט זיך אויף און לאזט אראפ צוויי קלינגעדיגע, אזוי ווי ס'ברויך צו זיין, און די קולות ווערן איינגעשטילט...

דאן קומט א לאנגע נאכמיטאג סדר. עטליכע בחורים כאפן זיך ארויס פון ישיבה צום נאנטן געשעפט, אבער צו זייער מזל איז נישטא קיין סוף ווען זיי טרעפן אן פונקט דעם מגיד שיעור מיט וועם זיי פארטראגן זיך נישט אמבעסטן... און אז ער האט געזען ווייסט שוין אטאמאטיש דער ראש ישיבה... און תיקף ווי נאר זיי טרעטן אריין צוריק אינעם בנין הישיבה, ערווארט זיי דער הויכראנגיגער משגיח מיט בייזע בליקן וואס שפראצן פונקען אזש ס'איז א פחד צו קוקן אויף אים... אבער ער ווארט נישט אויף קיין כבוד, נאר הייבט גלייך אן זיין פסק. "פארדעם האט דער ראש ישיבה אויפגעשטעלט א ישיבה? אז ענק זאלן קענען אינטערהאקן? פארדעם האט מען ענק אנגענומען? ענקער טאטע ווייסט וואס עטס טוטסט דא אפ א גאנצן טאג? איך דארף אים קאלן זאגן?!... גייטסט זעצטס ענק לערנען!!!..." און נאך פארשידענע טעגליכע צוזאם קראכן און אויסברוכן פון די בחורים און איינגעשטעלטע, קומט דער טאג צו א ענדע. און מ'גייט שעפן פרישע כוחות פאר די קומענדיגע טאג...


און יעצט וועט איר וויסן אביסל מער צו רעספעקטירן אייער זון'ס מגיד שיעור. ווייל אפילו אייער קינד איז נישט דער וואס דרייט אבער, איז זיכער דא איינעם אין זיין שיעור... און אז דער מגיד שיעור האלט נאך אן זיין פאזיציע, איז עס מסירות נפש ממש. און עס קומט אים די נויטיגע אנערקענונג...

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים.jpg
בא בימים.jpg (250.47 KiB) געזען 3789 מאל

בס"ד
סיפורי צדיקים
מומחה יוחס

ז' תמוז יארצייט הגה"ק רבי ברוך פרענקל מלייפניק זי"ע בעל ברוך טעם

דער ברוך טעם איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע הגאון רבי יהושע יחזקאל פייביש תאומים אבד"ק אוסטרובצה בשנת תק"ך, געווען רב אין ווישניצא אין שפעטער אין לייפניק, געווען פין די גרעסטע גדולי הדור, געהאט עטליכע קינדער פון דער מערסטע באוויסטע איז געוועהן זיין זוהן הרה"ק רבי יהושע העשל מקאמארנא אין זיין איידעם דער הייליגע צאנזער רב זי"ע נפטר געווען ביום ז' תמוז שנת תקפ"ח

הגה"צ רבי העניך פאדווא זצ"ל לאנדאנער רב האט דערציילט א שיינע מעשה:
הרה"צ רבי יהושע העשיל לאבין זצ"ל א זידיטשובער אייניקל איז געפארן אמאל קיין בעלזא צום פריעדיגע בעלזער רב הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע, זיך אדורך רעדן איבער א שידוך וואס מען האט אנגעטראגן פאר איינע פון זיינע קינדער.
האט איהם דער בעלזער רב זי"ע געזאגט ביזט דאך א אייניקל פון דער הייליגע ברוך טעם זי"ע, וועל איך דיר פארציילן א מעשה פון זיין זיידע.
האט דער בעלזער רב זי"ע פארציילט:
מיין זיידע הרה"ק רבי ישכר דוב רמר"ז דער רב פון שטאט סקאהל אין די שווער פין די ערשטע בעלזער רב זי"ע בעפאר ער האט געפירט ברבנות איז ער געוועהן א סוחר אין איז ארום געפארן אין די מרחקים פאר מסחר.
איינמאל איז איהם אויסגעקומען צו זיין אין די געגענד פין לייפניק ערב שבועות, האט ער מחליט געווען, אז ער גייט בשום אופן נישט גיין צו קיין צום מענטש עסן דורך דער יו''ט, ווייל ער קען זיך נישט פארלאזן אויף די כשרות פין קיינעם, נאר ער וויל זיין ביי די רב פין די שטאט דער הייליגע ברוך טעם – פארשטייט זיך אויב ער גייט איהם לאדענען..
יום טוב ביינאכט, נאכן דאווענען איז אריבער מיט יעדעם דעם רב זאגן גוט יום טוב, אין ער האט זיך פארשגעשטעלט פארן רב אז ער איז א סוחר וואס איז געקומען פונדעווייטענ'ס אין איז געבליבן אינטערוועגנ'ס יום טוב שבועות.. אין האט געוואלט געבן צו פארשטיין ברמז אז ער וואלט געקענט באשטיין צו זיין א גאסט ביי די רב...
דער רב האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, אין האט איהם נאר נאך געפרעגט ווי זיין סטאנציע איז, ווי ער שטייט איין..
האט דער רבי ישכר בער רמר"ז באשלאסן אז ער גייט טאקע צוריק צו די אכסניא, אין וועט שוין יוצא זיין די יו''ט סעודה מיט בלויז חלה.. איז ער אבער שטארק פארווינדערט געווארן אז גלייך ווען ער איז אנגעקומען צום אכסניא.. איז געקומען דער שמש פון דעם רב - דער הייליגע ברוך טעם, אין האט געברענט פין די רב שטוב פין אלעס גוט'נס לכבוד יום טוב, פיש פלייש אין אלע גוטע זאכן..
איז ער געשטאנען אין געשוינט, אויב האט די רב יא פארשטאנען איז פארוואס האט די רב מטריח געווען צו שיקן אלע עסן צו די אכסניא אין דען נישט גרינגער ווען ער רופט איהם צום רב אינדערהיים..
צו מארגענ'ס נאכן דאווענען האט די רב איהם שוין געלאנדענט צו קומען עסן ביי איהם אינדערהיים.
האט די הייליגע ברוך טעם געזאגט אזוי: זאל דיר נישט ווינדערן פארוואס איך האב דיר נעכטן נישט גערופען עסן ביי מיר, ווייל מיר זעהן אין חז"ל ווי זיי האבן מקפיד געוועהן נישט צו עסן ביי איינעם וואס האט נישט גענוג צו עסן, אין חז"ל ווערט דאס אנגערופן א סעודה שאינה מספקת לבעלי'ה, איז נעכטן נאכט האב איך געטראכט אפשר איז נישט גענוג צוגערגרייט אין דער היים, ווייל מען האט נישט געראכטן אויף נאך א גאסט, דערפאר האב איך דיר נישט גערופן, אבער יעצט האב איך שוין באפוילן אין שטוב אז מען זאל צוגערייטן גענוג דערפאר האב איך דיר שוין געקענט רופן...
האט דער בעלזער רב אויסגעפירט... אויב דיין זיידע דער ברוך טעם האט אזוי שטארק מדקדק געוועהן אויף זיינע מעשים אין ענינים אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן לויט די חז"ל, איז ממילא דו אלס אייניקל.. דארפסטו וויסן מיט וועמען ביזט זיך משדך...

מיין טאטע זז"ג האט געהערט פין הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע א שטארקע עובדא.
נאך ווען די הייליגע ברוך טעם איז אנגעקומען קיין לייפניק אנצונעמען די רבנות שטעלע, איז ער געזעצן דארט מיט די ראשי הקהילה, אין איהרע פארשטייער, בשעת די זיצונג האט די ברוך טעם געבעטן פון די גבאי אז ער זאל איהם זיי מוחל ברענגען די לולקע ציבעך...
דער לשון פון לילקע ציבעך איז געווען א פארצייטישע פוילישע ווארט, אין די מאדערנע מענטשן פין דייטשלאנד זענען נישט געוועהן געוואוינט צו אזעלכע שפראך... ביי זיי איז אלעס געווען די דויטשע שפרעכער...
האט די גבאי אדער איינער פין די אנוועזענדע מעורר געווען אז פאר אזעלכע מענטשן פאסט נישט נאך צו זאגן א פייף רעהר...
האט די הייליגע ברוך טעם געזאגט "א כפרה די גאנצע לייפניקער רבנות, אין איך וועל נישט משנה זיין פין די באבע'ס לשון"....
האט ר' יענקעלע פארציילט אז מען האט שפעטער דערציילט פארן הייליגע ראפשיצער רב דער עובדא, האט די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גרויסע קינדער אין שיינע דורות

זכותו יגן ועל כל ישראל

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים.jpg
בא בימים.jpg (250.47 KiB) געזען 3717 מאל



בס"ד
א תורה אויף די וואכעדיגע סדרה
אוראייניקל

עס איז באקאנט די קשיא, רש"י זאגט אנהייב פרשה, זאת חקת התורה, פרה אדומה איז א חק בלי טעם, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה. און דער מדרש דרשנ'ט פונעם ווארט ויקחו 'אליך', לך אני מגלה טעם פרה ולאחרים חוקה.
אבער ווייטער סוף פונעם פרשה ברענגט רש"י א טעם אויף יעדע פרט ופרט פון רבי משה הדרשן, פרה אדומה קומט מכפר זיין אויפן עגל, משל לבן שפחה שטינף פלטין של מלך, תבא אמו ותקנח, און אזוי ווייטער אלע הלכות פונעם פרה אדומה זענען מרמז אויף דעם חטא וואס עס קומט מכפר זיין אויף דעם, איז דאך שווער אויב אזוי איז עס דאך נישט קיין חוק וואס נאר משה רבינו ווייסט דער טעם.
נאך פרעגן די מפרשים, די מצוה פון פרה אדומה איז דאך שוין געגעבן געווארן פאר כלל ישראל אין מרה, נאך פאר זיי האבן בכלל געמאכט דעם עגל, אויב אזוי ווי אזוי קען זיין אז עס קומט מכפר זיין אויף דעם.

נאר אין אמת'ן אריין פארענטפערט איין קשיא די צווייטע, בהקדם וואס שטייט אין מדרש פרשת כי תשא, אויפ'ן טענה פון משה רבינו ע"ה, למה ה' יחרה אפך בעמך אשר הוצאת מארץ מצרים', זאגט דער מדרש אז משה רבינו האט גע'טענה'ט אז נאך פאר יציאת מצרים האט איהם שוין דער באשעפער מגלה געווען אז די אידן גייען מאכן אן עגל, און על דעת דעם האט הקב"ה זיי ארויסגענומען. איז אבער די שאלה ווי ליגט עס אין פסוק.
זאגט דער בית הלוי, ס'איז ידוע וואס שטייט אין די ספרים, אז כלל ישראל איז ארויס פון מצרים פאר די צייט, און דאס איז געווען על סמך אז די אנדערע גלויות וועלן משלים זיין די איבעריגע יארן. איז אבער שווער, חז"ל דרש'נען דאך 'חרות על הלוחות, אל תיקרי חרות אלא חירות', און לויט איין דעה מיינט עס 'חירות משיעבוד מלכויות', אז ווען נישט שבירת הלוחות וואלט קיין שום אומה ולשון נישט געקענט שולט זיין אויף כלל ישראל, איז ווי אזוי וועלן זיי משלים זיין די יארן וואס זיי האבן פארפעהלט פון גלות מצרים?
מוז זיין, אז וויבאלד עס איז געווען גלוי וידוע לפניו אז כלל ישראל גייט מאכן דעם עגל, און דאס וועט דאך צוברענגען אז משה רבינו זאל צוברעכן די ערשטע לוחות, מילא וועט בטל ווען דעם 'חירות משיעבוד מלכויות', און זיי וועלן קענען משלים זיין די גלות יארן שפעטער אויך.
זאגט דער בית הלוי, דערפאר האט דער באשעפער מגלה געווען פאר משה רבינו אין מצרים אז די אידן גייען נכשל ווערן מיטן עגל, כדי צו פארענטפערן די קשיא, ווי אזוי קען משה זיי ארויסנעמען שוין יעצט פאר די צייט, זיי גייען עס דאך נישט קענען משלים זיין נאכן באקומען די לוחות, דערפאר האט הקב"ה איהם מודיע געווען אז ס'גייט קומען אן עגל, און די הבטחה פון 'חירות משיעבוד מלכויות' גייט נישט בלייבן ביי זיי, מילא קען מען זיך פארלאזן אויף די שפעטערדיגע גלויות.
און דאס האט משה רבינו גע'טענה'ט, עס איז דאך געווען מוכרח אז כלל ישראל זאל מאכן דעם עגל, כדי די לוחות ראשונות זאל צובראכן ווערן, וויבאלד 'אשר הוצאת מארץ מצרים', דו האסט זיי ארויסגענומען פארן צייט, מיט תירוץ אז מ'גייט משלים זיין די יארן אין די אנדערע גלויות, וואס זיי קענען נאר צושטאנד קומען אויב די הבטחה פון 'חירות משיעובד מלכויות' ווערט בטל.

און ווי טרעפט מען אז דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מ'איז ארויס פאר די צייט, זאגט דער 'בנין אריאל' אין פרשת שמות, דער באשעפער האט געזאגט פאר משה רבינו 'אהי' אשר אהי' ', און ווי רש"י טייטשט 'אהיה עמם בצרה זאת, אשר אהיה עמם בשעבוד שאר מלכיות', איז דאס טאקע געווען די כוונה, אז דורך דעם וואס עס וועלן זיין נאך גלויות, וועלן זיי מיט דעם משלים זיין דעם ארבע מאות שנה.
אבער משה רבינו האט גע'טענה'ט, 'רבש"ע מה אני מזכיר להם צרה אחרת, דיים בצרה זו', האט איהם דער באשעפער געענטפערט 'כה תאמר לבני ישראל אהי' שלחני אליכם', און זאג זיי נישט אז עס קומען נאך גלות'ן.

מילא קומט אויס, משה רבינו האט דאך געוואוסט אז עס קומען נאך גלות'ן, מילא איז שוין פון יציאת מצרים אן געווען מוכרח אז כלל ישראל זאל מאכן דעם עגל, מילא איז נישט קיין קשיא אז די פרה אדומה איז שוין געגעבן געווארן פארן חטא.
אבער כלל ישראל האט נישט געקענט אננעמען דעם טעם אז פרה אדומה איז א כפרה אויפן חטא העגל, ווייל משה רבינו האט זיי נישט מגלה געווען בכלל אז עס גייען קומען נאך גלויות, ווייל 'דיה לצרה בשעתה', אויב אזוי אבן זיי נישט געקענט וויסן אז די עגל איז געווען מוכרח נאך פון פריער, מילא איז עס ביי זיי געבליבן א חוק בלי טעם.

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 3432 מאל

בס"ד
עראפלאנען
ניין דו

שלום עליכם אלע חברים,

קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פארן בעל האכסניא דא אינעם "בא בימים" אשכול, אונזער וואויל באקאנטער @הימלישער איד, יישר כח פארן אויפקומען און אויספירן די געדאנק מכח אל הפועל.

איך האף בעזר השם צו קענען מהנה זיין די עולם דא יעדע צווייטע זונטאג מיט שיינע ידיעות, און פון צייט צו צייט מיט א שיינע געדאנק וכו' וכדו', ווי די פעדער און קיבאורד וועט פירן...

די וואך וועלן מיר אנהייבן מיט אפאר אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות אויף עראפלאנען:

1. א דזשע"ט ערעפלאן וועט בד"כ קאסטן לכה"פ א מיליאן דאללער, אבער מ'קען אייביג טרעפן גענוצטע איין-מאטאר פראפעלער עראפלאן פאר אונטער $40,000.

2. די מערסט עפארדעבאל עראפלאן איז די "סעסנא 150" וואס קאסט בד"כ צווישן $14,000 און $16,000.

3. א עירבאס A320 האט 320 מייל פון קאבעלס.
א באואינג 747 האט 140 מייל פון קאבעלס.

4. די טעיסטבאדס אינמיטן א פלייט ארבעט מיט 30% שוואכער ווי אונטן אויף די ערד, מער אינטערעסאנט איז אז נאר זיסע און זאלציגע טעמים ווערט אפעקטירט.

5. עס איז דא צו יעדע צייט אן עוורידזש פון 9,728 עראפלאנען (1,270,406 פאסאזשירן) אין די לופט.

6. די שטאט'סטע וואס אן עראפלאן קען פארן און נאכאלס בלייבן אין די לופט איז 31 מייל פער שטונדע.

7. די וואג פון א באואינג 747 איז 347 טאן.

8. א באואינג 747 גאז טאנק קען האלטן אזוי סאך ווי 48,445 גאלאנען פון גאז.

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 3329 מאל

בס"ד
מיינד יור לענגוויטש...
יעקל פויער

מיין חבר פרעגט מיר איין טאג אזוי:
האלאו פארסט אין קאנטרי אויף שבת?

אויב איך פאר אין קאנטרי אויף שבת? שבת איז א בריק אויף וואס מ'שפאצירט? און אויב כ'פאר אין קאנטרי? מיינסט צו פרעגן אויב כ'פאר אריין אין קאנטרי מיט מיין קאר?

אקעי...... מאך דיר נישט נאריש פארסט די וואך שבת צו די קאנטרי?

חס ושלום!!! פארן שבת??? אהה מיינסט צו פרעגן אויב כ'פלאן צו זיין דעם שבת אין קאנטרי? יעצט רעדסטע! יא אי''ה,

אין וועלכע קאנטרי פלאנסטע צו זיין? אין דיין שוויגער'ס?

מיין שוויגער'ס?!?! מיין שוויגער האט א קאנטרי? אהה אויב כ'פאר צו די קאנטרי וואו מיין שוויגער איז? ניין כ'פאר צו מיין טאטע.


רבותי אזוי קוקט עס אויס ווען מ'טראכט נישט פארן רעדן,



נעכטן קומט א קליין בחור'ל צי צו מיר אין פרעגט מיר אויב כ'האב א סעלפאון צו בארגן, כ'קוק אים אזוי אן און כ'טראכט צו מיר, דער האט שכל? אויב כ'האב געקויפט א סעלפאון צו בארגן?

איך האב געקויפט א סעלפאון עס צו נוצן ווען כ'וויל רופן איינעם אדער אויב איינער וויל מיר רופן, כ'האב עס נישט געקויפט אויף צו פארבארגן אויב דו ווילסט וועל איך דיר עס גיבן צו נוצן פאר א מינוט צוויי.

די זעלביגע האבעך געהאט נישט לאנג צוריק, איינער א איד רופט מיר צו אין א זייט און פרעגט מיר אויב איך האב א מינוט פאר אים,

אויב איך האב א מינוט?!?! כ'טייל עפעס מינוטן? און אויב יא וויאזוי ארבעט עס? אויב כ'גיב דיר פינעף מינוט למשל גייט דיין נעקסטע שעה באשטיין פון פינעף און זעכציג מינוט און מיינס פון נאר פינעף און פופציג? אדער גייסטו יעצט פלעין האבן עפעס א מין א שעה פון פינעף מינוט און דיין נעקסטע שעה וועטצעך פשוט אנהייבן אין פינעף מינוט ארום,

איטערעסאנט וואס די צדיק האט געמיינט

אפי' זלמן ווידער ליידט פון די מחלה, אייגנטליך ס'א מחלה? שוין ווייסעך נישט,

רופעך מיר איין נאכט אין בעט קול מבשר און כ'גיי אריין צו 113 זאגט דארט זלמי בערך אזוי:

א פארשוין האט די וואך שבת ביינאכט געגיבן א שטויס פאר א יונגערמאן אויף בעדפארד קארנער ווייסעכוואס און ב''ה די אינגערמאן האט באוויזען צו אנטלויפן....בלא בלא בלא בלא....... די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג,

כ'ליג אזוי פארחלומט און כ'טראכט צו מיר ווער שרייבט די נייעס פאר זלמן'ן? וואס טראכט ער? וויאזוי עפענט מען אן אויספארשונג? א אויספארשונג איז עפעס א זיפ לאק בעג וואס מ'עפענט אויף? און וואס קומט ארויס פון די בעג? ס'טאנצט ארויס א ספיידער?

ס'ממש מיינדבארגלינג, מענטשן טראכטן נישט פאר זיי רעדן,

מ'האט פריער גערעדט פון פארן אויף שבת, די זעלבע איז מיט שרייבן אויף אייוועלט רעדן אויף א חבר לשון הרע פארן אויף ארץ ישראל גיין אויף א טשיל

מ'העטצעך זעהן אויף שמחות אי''ה


א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

מיינע טייערע פריינט,

ס'איז שוין ב"ה אריבער דריי וואכן וואס בא בימים גייט אן מיט א פולע שטארקייט א יעדן טאג מיט נאך א ארטיקל, צוטיילט און אויגעשטעלט א יעדן טאג א אנדערע נושא.
אונז האבן ב"ה גאר גוטע שרייבערס, אבער אזוי ווי איך וויל אז א יעדע ניק זאל נאר שרייבן איינמאל אין צוויי וואכן, פעלט מיר נאך "צוויי" שרייבערס.

פאר דינסטאג. (אינטרעסאנטע ידיעות), און פאר דאנערשטאג (א תורה).
ווי אויך דארף איך א "מגיה" צו פינטלען און פאררעכטן ספעלינג טעותים.

דערפאר וויל איך שטארק בעטן ווער עס קען ארויסהעלפן זאל מיר ביטע שיקן א אישי, און שרייבן אין די קעפל "בא בימים".

די זכות פון דערפרייען אידישע קינדער וועט אוודאי ביישטיין.
בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים.jpg
בא בימים.jpg (250.47 KiB) געזען 2908 מאל

בס"ד
מאסקיטאוס
נארמאליזעם

קורצע פאקטן

1. די נאמען "מאסקיטאו" איז א ספאנישע ווארט וואס מיינט קליינע פליער.

2. עס זענען דא ארום 3500 מינע מאסקיטאוס ארום די וועלט, וואס פון דעם זענען דא ארום 176 מינע וואס לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן. טעקסעס איז די מאסקיטאו הויפטשטאט אין אמעריקא, מיט אזויפיל ווי 85 מינע מאסקיטאוס וואס לעבן דארט. (יעצט פארשטיי איך פארוואס ס'וואוינען דארט אזויפיל משוגעים...)

3. מאסקיטאוס וואוינען אין נאסע געגענטער, און ווי אויך וועלן זיי לייגן זייערע אייער אין וואסער.

4. זיי וועלן געווענליך האבן ביז 300 קינדער אויף אמאל.

5. און כדי צו קענען לייגן זייער אייער גלייך נאכן נעמען בלוט, וועלן זיי אויפזיכן בלוט נאר אין די געגענט פון וואסער. (בערך אין די סקווער מייל)

6. זיי עסן געווענליך נאר פרוכט און גריצייג, אבער די נקבה וועט דארפן האבן בלוט כדי צו קענען לייגן אייער.

7. א נקבה וועט לעבן דאפעלט ווי א זכר, צווישן 1 און 2 חדשים.

8. זיי אטעמען און שוויצן פונקט ווי מענטשן.

צוגעבנדיג פאר אונזער וועלט

מיר זענען געוואוינט אז מאסקיטאוס זענען בייסיגע חיות און האבן די מערסטע מענטשליכע בלוט אויף זייער הענט. הא מענטשליכע בלוט אויף זייער הענט? נאכדערצו די מערסטע? נישט לייבן אדער בערן?
די תירוץ איז יא! זיי האבן די מערסטע בלוט אויף זייער הענט, ארום א מיליאן מענטשן שטארבן א יעדעס יאר נאכן ווערן באזיכט דורך א מאסקיטאו. זיי טראגן ארום פארשידענע טויטליכע מחלות א שטייגער ווי מאלאריע, זיקא, געלע פיבער, וועסט נייל וויירעס ועוד........
האטס נישט מורא, ווייל רוב טויטליכע וויירעסעס זענען אויסגעראטן געווארן. און מ'טרעפט זיי נאר אין דריטע וועלט לענדער. ווי אויך איז גוט צו וויסן אז נאר נקיבות צאפן בלוט און נאר 80 מינע נקיבות.

אויב זיי טראגן ארום מחלות צווישן מענטשן, פארוואס זענען זיי בכלל דא?
די תירוץ איז, אז זיי זענען זייער וויכטיג פארן איקאו סיסטעם. אין רוסלאנד און אין קאנאדא זענען דא ריזיגע שוואמען פון מאסקיטאוס, און זיי זענען א עסן פאר די טויזנטער פייגלעך וואס וואנדערן דעמאלטס ארום.
אזוי אויך ווערן זיי געגעסן דורך פיש, פרעש, סאלאמענדערס, און אויך דורך א קלאפ מיטן הענט...

סייענטיסטן האבן אנגעהויבן צו אויפזיכן די שעדליכע מאסקיטאוס, און הרגענען אפ די וויירעס נאך פאר זיי קענען אנשטעקן מענטשן אדער אנדערע בעלי חיים.
ס'ווערט געטוהן דורך צוויי מהלכים.
1. דורך אריינלייגן אייגן געמאכטע זשינס אין מאסקיטאוס וואס דרייען זיך אריין צוזאמען מיט די אנדערע דשינס, און דעי זשין הרגעט אפ די וויירעס.
2. דורכן אנשטעקן די מאסקיטאוס מיט א געוויסע באקטעריע וואס הרגעט אפ די וויירעסעס.

וויאזוי זיי צאפן בלוט

די נקבה האט אויף איר קאפ ריסעפטערס וואס כאפן אויף ווי ס'איז דא קארבאן דייאקסייד, זיי קענען עס אויפכאפן פון 75 פיס ווייט. א מענטש וועט ארויסבלאזן קארבאן דייאקסייד דורך זיין נאז בשעתן אטעמען, און אזוי ווערן אויפגעכאפט ביי מאסקיטאוס. (נישט דורכן עסן צוקער...)
גלייך וועט די מאסקיטאו קומען און זיך ארויפזעצן אויפן פלאץ ווי זי פילט אז סאיז דא דארטן א אדער, און וועט געבן א שפיי ארויף א געוויסע קעמיקעל וואס שלעפט איין די פלאץ אז מ'זאל נישט שפירן ווי זי שטעכט. איינמאל ס'שלאפט וועט זי אריינשטעכן מיט איר שטעכער (וואס הייסט פראבאסעס), וואס באשטייט פון 6 קלענערע שטעכערס (מ'רופט עס אן סטיילעטס), און וועט אויפזיכן ווי די אדער איז. זי קען אזוי שטעכן עטליכע מאל און בשעת מעשה וועט זי ארויסלאזן א קעמיקעל וואס הייסט "סלייווע" וואס האלט אפ די בלוט פון ווערן פארגליווערט, איינמאל זי האט די אדער וועט זי ניצן איינע פון די זעקס שטעכערס וואס איז עכט א פאמפ און ארויסנעמען בלוט. אסאך מאל וועט די אדער צוזאמפאלן פון האבן אזוי ווייניג בלוט. זי וועט צאפן בלוט ביז זי ווערט פיל אדער ביז זי באקומט א טויטליכן פאטש, ס'נעמט געווענליך דריי מינוט.

די סיבה פונעם באמפ וואס מ'באקומט איז נישט פון די שטעך, נאר איז א עלערדזשי ריעיקשן וואס די קערפער באקומט פונעם סלייווע קעמיקל. די אימיון סיסטעם וועט גלייך אהינשיקן וואסער און צעלס צו עס הרגענען, אבער בשעת מעשה וועט עס שטארק קראצן. מענטשן וואס די מאסקיטאו האט געדארפט זיכן און שטעכן מערערע מאל צו טרעפן די אדער, וועלן טאקע האבן גרעסערע באמפס ווייל די אימיון סיסטעם דארף זיך אן עצה געבן מיט מער סלייווע.

וויאזוי היט מען זיך אפ פון זייער שטעכער

אין דיזנילענד וואס געפינט זיך אינעם נאסן פלארידא, האט מען גענומען דריי מהלכים וויאזוי צו פארמינערן זייער אנוועזנהייט.

1. מבאשפריצט צוויי מאל א טאג די גאנצע פלאץ מיט געוויסע קעמיקלס.
2. מלייגט נעצן וואס לאזן ארויס קארבאן דייאקסייד וואס פארנערט זיי.
3. זיי האבן דארטן אסאך טשיקנס וואס זענען אמיונט צו מאסקיטאוס, און וועלן נישט ווערן צוקראצט אדער קראנק פון זיי.

ס'זענען דא נאך מהלכים:
1. אנצונדען א פען: זיי קענען נישט געהעריג פליען בשעת מעשה.
2. שפריצן שארפע זאכן: זיי אטעמען אזויווי מענטשן, און ווען מ'שפריצט זיך אן מיט שארפע זאכן וועלן זיי שטיין ווייט פון דיר.
3. דורכן זיי אוועקשטיפן: אין יאר 2018 איז ארויסגעקומען א סטאדי וואס זאגט אז מאסקיטאוס וועלן געדענקן פאר ביז 24 שעה אויב איינער האט זיך גערעגט אויף זיי און וועלן גיין זיכן אנדערע מענטשן.
4. דורכן אנצינדן לעכט: ווייל זיי גייען צו הייסע פלעצער.
5. ניצן א ספרעי וואס שפריצט קארבאן דייאקסייד. (ווי אין דיזני לענד)
6. ניצן געוויסע גראזן אדער אוילן: לעווענדער אויל/בעיזל/טי טרי אויל/ווענילע/שווארצע פעפער/עפל סיידער וויניגער/מינט/גארליק.

וויאזוי צו היילן א מאסקיטאו בייט

אויטמיעל, מ'מישט עס אויס צו ווערן ווי א קריעם.
אייז, האלטן אייז פאר אפאר מינוט אויפן ביס.
האניג.
בעקינג סאדע. (אזויווי ביי די אויטמיעל)
בעזיל.
טי טרי אויל.
אלע ווארע.
וויניגער.
צוויבעל זאפט.


אינטערסאנטע פאקטן

1. דורך זייער שארפע שטעכערס זענען סייענטיסטן אויפגעקומען וויאזוי צו מאכן נידלעך ווייניגער ווייטאגלעך.
2. מאסיקטאוס קענען גאר גוט פליען בשעת א רעגן, אפילו סאיז פןפציג מאל שווערער פון זייער קערפערליכע וואג, צוליב וואס זיי פליען גאר שטייט.

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 2584 מאל

בס"ד
המכין מצעדי גבר חלק ב
וועלוועלע

יענקל האט זיך נישט פארזוימט און נאך זעקס שעה פארן אויף די וועגן איז ער ענדליך אנגעקומען צו ר' משה אייזיקאוויטש. ער האט אים פארציילט די גאנצע מעשה אנגעפאנגן פונעם פריץ וואס איז פלוצלינג געווארן אזוי שטרענג, און נאכדעם ווען ער האט געמיינט אז די רבי האט געמאכט א טעות, און ווי דער רבי'ס זון האט אים איבערצייגט אז ער זאל יא פארן צו דעם ר' משה אייזיקאוויטש, ווייל דער רבי האט אפענע אויגן.

ר' משה האט אים געזאגט זייט מיר מוחל אבער איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזען דער פריץ פון רובנא, און חוץ פון א נדבה קען איך דיר גארנישט העלפן. יענקל האט געמיינט אז די דאך פאלט אים דא צוזאם. דא האט ער געמיינט אז די רבי האט געמאכט א טעות, זאגט אים די רבי'ס זון אז נישט, אבער ווי ס'זעט אויס האט דער רבי "יא" געמאכט א טעות?! ער האט געזאגט פאר ר' משה, לאז מיר ביטע איבערשלאפן די נאכט דא אינעם קרעטשמע, און לאמיר זען וואס דער מארגענדיגע טאג וועט אונז ברענגן.

אינמיטן די נאכט האט ר' משה געהערט שטארקע קלאפן אויפן טיר, ער איז שוין געווען געוואוינט צו אזאנע סיטואציעס ווען זיינע נעכט ווערן צושטערט דורך דורכגייער וואס זוכן א ווארימע בעט ווי צו איבערנעכטיגן. און ער איז גלייך אויפגעשטאנען פון בעט, געוואשן נעגל-וואסער, און נאך א האלבע מינוט איז ער שוין געווען ביים טיר גרייט צו עפענען און אויפנעמען די געסט. ווי נאר ער האט געעפענט דעם טיר, האבן אריינגעשטורעמט א גרופע באדינערס מיט א פריץ און זיי האבן פארלאנגט א ווארעמע נאכטמאל, און א בעט ווי צו איבערנעכטיגן. ר' משה האט זיך גלייך גענומען קאכן, און צוגרייטן ריינע צוכטיגע בעטן פאר זיינע חשובע געסט.

יענקל האט זיך ערוועקט פון די הויכע קולות וואס די גרופע האט געמאכט, ווען ער האט געהערט א קול, און ס'האט זיך אים געדאכט אז ס'איז אים קענטליך, נאכן צוהערן דעם קול פאר אפאר מינוט, איז ער געווען זיכער אז ער איז עס!
ער איז צוגעגאנגן צו ר' משה, און אים אריינגעמורמלט אין אויער אז דער גרופע מיטן פריץ, "איז גאר זיין פריץ!"

ר' משה איז געווארן שאקירט, ער האט יעצט דא קלאר געזען אז דער רבי האט אלעס פאראויס געזען, און געוויסט פונקטליך וואס ס'גייט דא פאסירן!
פאר יענקל האט ער געזאגט, איך ווייס שוין וואס איך גיי טוען דיר צו העלפן אי''ה.

די לעצטער און דריטער חלק וועט נאכפאלגן אי''ה

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 2525 מאל

בס"ד
א ווארט אויפן וואכעדיגע פרשה
אוראייניקל

אין די פרשה, ווען דער פסוק דערציילט אונז איבער די שלוחים וואס בלק האט געשיקט רופן בלעם, טרעפט מען צוויי אנדערע טיטלען אויף די שלוחים, און דער פסוק טוישט א גאנצע צייט די טיטלען, אמאל רופט זיי דער פסוק 'שרי מואב', און אמאל 'שרי בלק'.

קודם ווען בלעם זאגט זיי לינו פה הלילה שטייט 'וישבו שרי מואב עם בלעם', אבער אינדערפרי ווען בלעם גיבט איבער זיין תשובה אז ער קען נישט גיין מיט זיי, שטייט 'ויקם בלעם בבקר ויאמר אל שרי בלק', און גלייך דערנאך שטייט ' ויקומו שרי מואב ויבאו אל בלק'.
ווייטער ביי די צווייטע מאל וואס בלק האט געשיקט שלוחים, ווען דער באשעפער האט געזאגט בלעם'ן, 'אם לקרא לך באו האנשים קום לך אתם', שטייט 'ויקם בלעם בבקר וגו' וילך עם שרי מואב', אבער ווייטער נאך די גאנצע דין ודברים מיטן מלאך שטייט ווידער 'וילך בלעם עם שרי בלק'.

זאגט דער כלי יקר פשט אזוי, אין מואב זענען געווען שרים וואס זיי האבן געפירט דאס לאנד אלע יארן, אבער יעצט ווען עס האבן זיך אנגערוקט די אידן דא, האבן זיי מחמת זייער פחד געברענגט דעם בלק בן צפור פון די מלכי מדין, צו דינען אלץ מלך אויף זייער לאנד, און זיי ווערן אנגערופן שרי מואב. בלק פון זיין זייט האט אבער מיטגעברענגט מיט זיך זיינע שרים און באדינער זיי זאלן איהם העלפן מיט זיין נייעם פאסטן, און זיי ווערן אנגערופן שרי בלק.
דערפאר ווען ס'איז געקומען צו לייזן די פראבלעם פון די אידן, איז עס בעיקר אנגעגאנגען פאר די ערשטע קבוצה פון שרים, זיי איז געגאנגען אין לעבן צו באשיצן זייער היימלאנד, מה שאין כן די אנדערע קבוצה, זיי זענען נאר געווען דא צו העלפן בלק'ן, אז ער וועט נישט מצליח זיין, גייען אלע צוריק מיט איהם קיין מדין, און פטור אן עסק.
פון די אנדערע זייט זענען אבער דער מלך'ס פריוואטע שרים חשוב'ער פון די אנדערע פשוטע שרי המדינה, וויבאלד זיי זענען קעניגליכע מיניסטארן, און די כלל איז אז עבד מלך מלך.

ממילא קומט אויס, ווען בלעם האט זיי געבעטן צו ווארטן א נאכט אויף צו הערן אן ענטפער, זענען די 'שרי מואב', וואס זענען געקומען זיך אננעמען פאר זייער היימלאנד, זיי זענען געבליבן דארט ווארטן בכליון עינים, כדי צו באקומען אן ענטפער גלייך פון בלעם.
אבער בלעם וואס האט גענוצט דעם תירוץ אז די שלוחים זענען נישט לפי כבוד ער זאל גיין מיט זיי, האט ער איבערגעגעבן דעם תשובה פאר די 'שרי בלק', צו זאגן אז אפילו מיט זיי לאזט איהם דער באשעפער נישט גיין, און אודאי נישט מיט די שרי מואב וואס זענען נישט אזוי חשוב.
נו, אז בלעם וויל נישט קומען, זענען די 'שרי מואב', וואס עס איז בעיקר געווען זייער אינטערעס, צוריק געגאנגען מיט די תשובה צו בלק, ער זאל זעהן וואס מען טוט דא ווייטער.

די צווייטע מאל ווען דער באשעפער האט געגעבן רשות פאר בלעם צו גיין, האט איהם דער באשעפער געזאגט 'אם לקרא לך באו "האנשים" קום לך אתם', אנשים זענען די חשובע מענטשן, דער מלך'ס פריוואטע שרים, וואס זיי איז נישט אנגעגאנגען דאס גאנצע מעשה, מיט זיי האט איהם דער באשעפער געגעבן רשות צו גיין, און נישט מיט די מואב'ישע שרים וואס זוכן אונטער צו ברענגן כלל ישראל.
אבער דער בלעם, איינמאל ער האט באקומען רשות, וילך עם שרי מואב, און דאס האט צוגעברענגט צו דעם אז דער מלאך זאל איהם גיין אפהאלטן דעם וועג, ביז דער מלאך האט איהם געזאגט 'ויאמר מלאך ה' אל בלעם לך עם האנשים', האסט פארגעסן אז דו מעגסט נאר גיין מיט די חשובע שרים און נישט מיט די אנדערע, און יעצט האט בלעם שוין שיין געפאלגט, וילך עם שרי בלק.

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy.jpg
בא בימים copy.jpg (250.47 KiB) געזען 2341 מאל

בס"ד
אמעריקען עקספרעס
דער הימלישע איד

א גרויסע חלק פון המון עם, באניצן זיך מיט קרעדיט קארטלעך פון די גרויסע קאמפעני "אמעריקען עקספרעס". איז לאמיר זיך באקענען מיט אפאר אינטרעסאנטע פאקטן איבער דעם גרויסע ריז.

1. די קאמפעני האט זיך געגרינדעט אום מארטש 1850, אלץ אן עקספרעס פאוסטל סערוויס.
2. עס האט זיך געעפנט מיט דריי שותפים. דשאן באטערפילד, וויליאם פארגאו, און הענרי וועלס. (שפעטער זענען צוויי ארויס, און געגרינדעט וועלס פארגאו).
3. אום אקטאובער 1958, האבן זיי ארויסגעגעבן זייער ערשטן קרעדיט קארטל.
4. די ערשטע קרעדיט קארטל איז געווען געמאכט פון פאפיר.
5. אום מאי 1977 איז די קאמפעני געגאנגען פאבליק אויפן סטאק מארקעט.
6. די קאמפעני האט איבער 100 מיליאן באנוצערס.
7. עימעקס איז ווערט איבער 100 ביליאן דאלער.

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים copy (2).jpg
בא בימים copy (2).jpg (250.47 KiB) געזען 2216 מאל

בס"ד
מיין באזוך ביים דאקטער...
איל משולש


מאך אויף דיין מויל גרויס!... נאך גרעסער... נאך אביסל... אזוי... א באקאנטע צירקוס שפיל אין דאקטער'ס אפיס יעדע מאל מ'קומט אהין. אבער נישט אלעמאל קען מען באקומען אן אפוינטמענט אזוי גרינג... גיי ווייס פארוואס אזויפיל מענטשן קומען צום דאקטער, מ'קען מיינען ער טיילט גרויס געלט פאר די באטייליגטע ביי זיין טעגליכע שוואוילטאג פארטי אין צענטער פון זיין הערליך אוועקגעשטעלטן אפיס... אבער אז מענטשן קומען ווען מ'שטעכט, דען פארוואס טיילן הויפענעס קעש ווען מ'קען בעטן הויפענעס קעש זיך צו שטעלן אינטערן נאדל... נו, פארדעם האט דאך דער באשעפער באשאפן משוגעים אויף דער וועלט... אזוי אז יעדער האט פרנסה... ס'איז דא פארן דאקטער. ס'איז דא פארן ריכטער ס'איז דא פארן הענקער און פארן גנב... און אז דער דאקטער איז א לעגאלער טעראריסט וואס שטעכט די מענטשהייט אויף א טעגליכע פארנעם און מ'קומט נאך ווייטער, משוגע דארף ער זיין אויפצוגעבן אזא גוטע ביזנעס...

עכ"פ, לאמיר אריינגיין פון אנהויב און פארשטיין וואס אזאנס קומט פאר. מען באשליסט שוין ענדליך אז ס'איז צייט פאר אן אונטערזוכונג. און אז ס'איז צייט, הייבט מען אויף א טעלעפאן צום דאקטער'ס אפיס. הייבט אויף דער סעקרעטאר מיט די גרעסטע מאס העפליכקייט, און פרעגט מיט וואס קען איך אייך העלפן? געווענטליך האב איך ליב צו ענטפערן "צוויי סלייסעס סעלמאן, און א ראל געפילטע..." אויף וואס יענער ענטפערט, מיט וואס קען "איך" דיך העלפן? אה, דו קענסט העלפן ארויפלייגן די קינדער אויפן באס צופרי. זאגט יענער אז ווארשיינליך האב איך געמאכט א ראנג נאמבער... אבער דערויף ענטפער איך און וואס האסטו געמיינט, פארוואס קאל איך? אוודאי ווייל איך דארף אן אפוינטמענט... דו פרעגסט וואס דו קענסט מיך העלפן, איז דאס די תירוץ...
דער געטרייער סעקרעטאר זאגט מיר צו צי ווארטן א מינוט ווילאנג זי קוקט נאך, ווען ס'איז דא די נעקסט אוועילעבל אפוינטמענט. נאך נישט צו לאנג ווארטן אויפן אנדערן זייט טרייבל הערט זיך די שטימע פון די אנדערע זייט, אין דריי אהאלב חדשים איז גוט? כ'מיין א ברירה האב איך דען? זאג איך כן יהי רצון, און זאל זיין כפרת עונות ביז דעמאלט... גייט אזוי אריבער די צייט מיט א געמיטליכקייט, און ענדליך א וואך פאר די לאנג ערווארטעטן טרויעריג בארימטער אפוינטמענט באקום איך א קאל פון דאקטער'ס אפיס אז ס'איז געווען א דאבל בוקקינג, צו איך וויל אויפגעבן מיין אפוינטמענט אדער איך וויל מאכן א נייע... אוודאי וויל איך א אפוינטמענט זאג איך יענעם. אבער פארוואס דארף איך אויפגעבן אפשר זאל יענער דארפן ריבוקן? אבער מיינע טענות פאלן ווי אויף טויבע אויערן, און ס'איז נישטא ווער זאל זיך צוטון מאכן פון מיינע געוואלדעס. נו אז ס'איז נישט דא קיין אנדערע אפציע נעם איך אן צו ווארטן נאך א חודש צוויי ביז איך וועל זוכה זיין, זיך צו לייגן אינטערן רוצח'ס בלוטיגע הענט...

די קומענדיגע וואכן זענען אריבער אין גרויס אנגסט, אויף דעם באזוך וואס ערווארט מיר ביים דאקטער אין א קנאפע פאר טאג ארום. די פחד איז ארויף אויף נעקסט לעוועל שטאפלען יעדן פארבייגייענדן טאג... און כ'האב ממש נישט געקענט שלאפן ביי די נעכט אין יענע תקופה. די שטוב מיינע האט געפרעגט צו זי זאל אפשר קענסלען די אפוינטמענט, אבער איך האב קאטעגאריש אפגעווארפן דעם פארשלאג. כ'מיין פארדעם ציטער איך שוין א האלבע יאר? אז מ'זאל פון איין מינוט אויפן צווייטע עס קענסלען? נא וועי! נישט מיט מיר...

די לאנג אומערווארטעטע טאג איז ענדליך אנגעקומען אין די ריכטיגע מינוט. איך בין געווען זיכער ווען איך בין אויפגעשטאנען אז ס'איז א פארנעפלטע פארוואלקענטע רעגנדיגע טאג. אבער ווי נאר איך האב ארויס געטרויטן פון שטוב האט זיך מיר אנטפלעקט א הערליכע שיינער זוניגע טאג מיט פייגלעך וואס טשוויטשקענען און קארס וואס פארן כאילו לא היה. כ'בין געווען זיכער ביז יענער מינוט אז די וועלט גייט זיך אפשטעלן. וואס הייסט, איך גיי דאך צום דאקטער... אבער למעשה האט אויסגעזען אז די מענטשהייט וויל ווייטער אנגיין אפילו איך גיי צום דאקטער... נו, אז זיי ווילן, ווער בין איך מיך קעגן צו שטעלן... מען רופט א טעקסי און פארשטייט זיך מ'ווארט א האלבע שעה ער זאל אנקומען... ער האט דאך געזאגט אז ער איז דא ביז פינף מינוט... זעץ מיר זיך אריין אין די קאר, דאס הארץ צאפלט פאר שרעק וואס דער וויסטער ארכי מערדער וועט מיר אנווירטשאפטן…

איך קום מיר אן צום טוב שברופאים לגיהנם, און מ'האט זיך נישט גענארט. ער איז אין א ספעציעלע רציחה מאד היינט... פון דעם האב איך דאך מורא געהאט די גאנצע צייט. ס'הייבט אן צו קלאפן א צאן צו א צאן, די פיס האלטן נישט ביים שטיין/זיצן אויף איין פלאץ. כ'פיל ווי איך וויל שפרינגען ארויס פון די הויט. די סעקרעטערי פרעגט מיין נאמען, דעיט אף בירט, א מזל איך האב עס אפגעשריבן. ווען נישט וואלט געווען בושות. כ'מיין קאלן מיין רעבעצין פרעגן, ס'פאסט מיר פשוט נישט... אזוי שטעלט מען זיך אין די רייע אין וועיטינג רום. און ווען דער דאקטער וועט באשליסן זיך צו נעמען איבער מיר וועט מען מיר לאזן וויסן. גייט אזוי אריבער מינוט נאך מינוט... ס'קוקט אויס ווי זיי ווילן בשיטה אז מ'זאל זיין גוט אנגעצויגן... פארוואס דען לאזט מען ווארטן אזוי לאנג?... מיט יעדע פארבייגייענדן מינוט גייט די אנגעצויגנקייט ארויף אויף פרישע רעקארד ברעכנדע שטאפלען... ענדליך נאך א לאנגע דריי פערטל שעה ווארטן איז געקומען די צייט. מ'רופט מיך אריין פאר א פערזענליכע אויספארשונג. איך וואלט עס אפילו גערופן א קרייץ פארהער... יעדע סארט מאדנע שאלה וואס איז בייגעפאלן פאר יעדן אנטיסעמיט אין היסטאריע דארף מען מיך פרעגן... גיי ווייס פארוואס... און אז מ'פרעגט האט מען נישט קיין ברירה. מען דארף ענטפערן. און אזוי גייען די פערזענליכע שאלות אריין טיפער און טיפער אין פערזענליכן לעבן. שומו שמים. ווען איך בין געווען אזוי אלט ווי דיר איז דאס נישט געוועזן... אבער א ברירה האב איך דען?... גייט אריבער נאך אפאר מינוט פון ווען די אויספארשונג קומט צו א ענדע, און! דער דאקטער איז דא.

אזא עלטערער מיט די האר אויף די ערשטע האלב פונעם קאפ איז נישט צום געפינען... און די גלעזער וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט, מסתם איז א מוזיעם ערגעץ איבער די וועלט רייך געווארן פון דעם געשעפט... אזאנע גרויסע רינדעכיגע גלעזער אן קיין פרעים מיט דינע לאנגע הענטלעך געמאכט פון דראט וואס האט שוין געזען בעסערע צייטן... איי, וואס פארשטייט די היינטיגע יונגווארג צו אזוינע הויכע ענינים... שטיי מיר דארט ווי א יגמול שקדים, א בן אדם פארן ארכי טעראריסט, און ווי אברהם פאר עפרון החתי. ס'קוקט אויס ווי ער איז אין די גוסטע צו טרייבן קאטאוועס פון א ערליך אידיש קינד וואס רעדט נישט קיין ענגליש. ער פייניגט אויס די מענטשהייט גענצליך על לא דבר. און איך דארף נאך פארשטיין וואס ער וויל... ביז איך האב ענדליך פארשטאנען אז ער וויל איך זאל ארויפציען די ארבל ער זאל מיר קענען שטעכן מיט זיינע שוידערליכע געמוזעכץ וואס ער האט דארט אויסגעמישט. וואס פונקטליך זיינע געמיינע מאטיוון זענען האב איך נישט געקענט זיך דערגרונטעווען, אבער אזויפיל האב איך פארשטאנען אז ער מאכט געלט אויף יעדן שטאך וואס ער דערלאנגט אריין אין מיין האנט. צוערשט האט ער גענומען צוויי באטלעך און עס אנגעפילט מיט מענטשליך אידיש בלוט כאילו ס'וואלט געווען וואסער. און אזוי נישט מיר נישט דיר האט ער מיר מודה געווען אז ער פארשטייט נישט פארוואס מענטשן האבן מורא פון א מאסקיטא, ער שטעכט אסאך טיפער און ער נעמט ארויס פיל מער בלוט ווי דעם קליינעם מאסקיטא... און מענטשן קומען כסדר. וואס איז אזוי שרעקעדיג פון א קליינע שטאך פון א מאסקיטא?... עכ"פ, נאכן אויסצאפן מיין אידיש בלוט מיט די גרעסטע מאס אכזריות. קומט ער מיט א נייע המצאה. ער גייט אריינשטעכן אין מיין בלוט נייע באשטאנדטיילן אנשטאט די אלטע וואס ער האט נארוואס ארויסגעזויגן. ער האט א גאנצע לאנגע ליסט מיט וואקסינען וואס טייל זאל איך, טייל דארף איך, און טייל מוז איך נעמען, און אפילו א באנוס פון עטליכע וואס וואלטן נישט געשאדט צו נעמען... איך שטיי און וואונדער מיר דאס איז א דאקטער? א בלוט צאפער א אינטערוועלטניק און א באטריגער... אבער אז ער זאגט אזוי, זאל איך קליינער מענטשעלע זיך קעגן שטעלן?... כאפט ער אן דעם גרויסן נאדל און מיט אזא גלייכגילטיגקייט שטעכט אריין אין מיין ידו על התחתונה אזוי ביזן ריפ אריין אז ס'ווארפט זיך מיר...

די קולות וואס זענען געהערט געווארן ביז עטליכע גאסן אוועק, זענען ממש נישט צו באשרייבן. די נוירסעס, דאקטוירים, מעדיקל עקזעמינאר, און סעקיוריטי גארד, זענען אלע געקומען צו לויפן אין בהלה. נאכן רופן הצלה און פאליציי, וואס האבן תיקף אראפגערופן א סוואט טיעם זיך צו א עצה געבן מיט די קוריאזע, מאדנע, זעלטענע, סיטואציע, איז דער דאקטער ענדליך ארויסגעקומען פון צימער און די קולות זענען איינגעשטילט געווארן...
די באריכט פון די פאליציי גיבט אן, אז א אומגעלונגענע מארד פרואוו פון א פאציענט אויפן דאקטער איז אפגעהאלטן געווארן אין די לעצטע סעקונדע...


א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
אוועטאר
בא בימים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:20 pm

Re: בא בימים, קום "מיט" דיינע טעג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא בימים »

בא בימים.jpg
בא בימים.jpg (250.47 KiB) געזען 2035 מאל

בס"ד
ארטיפישעל אינטעלידשענס
פאליטישע עקספערט

ארטיפישעל אינטעלידשענס איז די היינטיגע מאדערנע מהלך וויאזוי קאמפיוטערס ארבעטן, א קאלקיולעיטאר איז נאך פון די געציילטע אלטמאדישע קאמפיוטער סיסטעמען וואס ארבעטן נישט מיט קיין קלוגע מהלך נאר איז פאראויס אריין פראגראמירט וואס צו ענטפערן, אבער היינט מיט דרייווערלאזע טעכנאלאגיע, און אפילו בלויז ראבאטישע מאשינען, טוען רוב דערפון ארבעטן מיט ארטיפישעל אינטעלידשענס און האלטן אין איין ווערן קלוגער.

עס זענען פארהאן צוויי סארטן ארטיפישעל אינטעלידשענס קאמפיוטערס

רעאקטיווע מאשינען

א רעאקטיווע מאשין האט בכלל נישט קיין זכרון, און ער האלט נישט קאפ אויפן גאנצן בילד, צ.ב.ש. די שאך ראבאטן וואס באזיגן די מענטשליכע שאך מייסטערס ארבעטן נישט ווי די מח פון א מענטש, זיי רעכענען נישט אויס פאראויס וואס דער קעגנער'ס נעקסטע מאוו וועט זיין, נאר יעדע טשענס קוקן זיי וואס איז יעצט די בעסטע מאוו?, איי וואס וועט יענער טון דערנאך? וואס א חילוק? זיי קוקן נאר אויף יעצט.

דאס זענען די פשוט'ע אלטמאדישע קאמפיוטערס, וואס מיר וואלטן היינט צוטאגס שוין ניטאמאל אנגערופן "קלוג" נאר זיי ווייסן בלויז וואס מען האט זיי פאראויס פראגראמירט, אבער זענען זייער פארלעסליך אין דעם ספעציפישן תחום פאר וועלכע זיי זענען פראגראמירט, מען דארף אריין לייגן אלע פרטים ופרטי פרטים, און די מאשין וועט עס אויספירן מיט א פונקטליכקייט.

אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז א דרייווערלאזע קאר קען נישט אזוי פארן, אויב וועט מען דארפן פאראויס פראגראמירן דעם קאר פאר יעדע סארט שטרויכלונג אדער פראבלעם וואס קען יא אדער נישט אונטערקומען, וועט די סטארידש מח פונעם קאר אליינס דארפן זיין גרעסער ווי די גאנצע קאר, און עס וועט אויפנעמען אסטראנאמישע סומעס ענערגיע, שוין אפגערעדט אז אזאנס איז פשוט במציאות נישט מעגליך, און לאזן אזא קאר דרייוון וואלט געווען א גרויסע סכנה.

אבער, דערפאר זענען שוין היינט צוטאג דא קלוגערע מאשינען, אזעלכע וואס מען דארף זיי בלויז אויסלערנען די כללים פונעם שפיל, און פון דארט קענען זיי אליינס די וועג, און סארטירן אלעס לויט די כללים וואס מען האט זיי געלערנט.

געצוימטע זכרון

די געצוימטע זכרון קלוגע קאמפיוטערס זענען אונזערע היינטיגע קלוגע קאמפיוטערס, מען לערנט אויס פארן קאמפיוטער עטליכע כללים, מען לערנט אים אויס וויאזוי עס צו געדענקן און אוועקלייגן אין זיין זכרון, און לויט דעם זאל ער אין צוקונפט אפוועגן אפציע א' אדער אפציע ב' און פאסן א ראציאנאלע באשלוס וועלכע איז ענדערש.

צ.ב.ש. א דרייווערלאזע קאר דארף מען פראגראמירן אויפצוכאפן סיי וועלכע שטרויכלונג, און דאן דארף ער פאסן א באשלוס, איז דאס א בלויזע שאפינג בעג וואס מען קען איבערעפארן (אדער גאר רופן די פאלושאן פאליציי..) אדער איז דאס א שאכטל וואס מען דארף אויסקרויזן?

די קאר וועט זיך האלטן אין איין לערנען און פארבעסערן זיינע מעגליכקייטן צו דערקענען א חילוק צווישן איינס און דעם צווייטן, און וועט אדורכפירן זיין ארבעט בנאמנות.

עס איז אבער זעלבסטפארשטענדליך אז אזא קאמפיוטער קען נישט זיין אזוי פארלעסליך, ווייל היות עס דארף מאכן אייגענע באשלוסן קען עס צומאל נעמען די נישט ריכטיגע באשלוס, נישט ווי א קאלקיולעיטאר וואס איז פאראויס פראגראמירט אלעס און קען נישט מאכן קיין טעות, דערפאר מאכן היינטיגע מאשינען אפטער טעותים, ווייל זיי לערנען זיך אויף די אייגענע בארד, און זיי קענען מאכן אייגענע באשלוסן.

צווישן די סארט קלוגע קאמפיטערס זענען דא דריי סארטן.
1) ריאינפאסמענט לערנינג. עס לערנט זיך אויף די אייגענע בארד, ער פראבירט אפציע 1, ער זעט אז עס גייט נישט פראבירט ער 2, א.א.וו. ביז ער ווייסט שוין אז פון היינט אן נוצט ער גראד מהלך 5.
2) לאנגע קורצע טערמין מעמארי. דאס פראבירט פאראויסצושאצן וואס עס "גייט" פאסירן, באזירט אויף די עבר (וועלכע סעזאן איז די בעסטע צו מאכן וועלכע סעיל, א.א.וו.)
3) די גאר קלוגע. וואס זוכן אלעמאל אן עטוואס נייערע מהלך אפילו די אלטע ארבעט, סתם אפירצוזוכן צי עס איז דא א בעסערע מהלך, און זיי האלטן אין איין ווערן קלוגער.

וויסנשאפטלער האלטן שוין אבער ביי ווייטערע שטאפלען אין עי איי (עי – ארטיפישעל, איי – אינטעלידשענס), און האבן שוין אין דמיון צו מאכן ראבאטן וועלכע זאלן קענען טראכטן ווי מענטשן, האבן געפילן, און אפילו אויפכאפן וואס יענעמס געפילן זענען בלויז דורכ'ן קוקן וויאזוי ער פירט זיך אויף (#ראבאטישע פעסיכעלאגן...)

***
א מענטשליכע זכרון ארבעט אויך נישט מיט א פונקטליכקייט, א מענטשנ'ס זכרונות זענען היבש פארנעפלט, און א מענטש קען אפט מאכן טעותים, קען זיך ווען דאכטן אז עס איז א שאד, און א מושלמ'דיגער מענטש וואלט געדארפט געדענקען אלעס, און אלעס קענען טון.
ווען מען זעט אבער ווי די היינטיגע (כופר'ישע) וויסנשאפטלער מאכן אלץ קלוגערע קאמפיוטערס, און ווי קלוגער אלץ ווייניגער פונקטליך, און ווייניגער פארלעסליך, און דאך פארנוצט די מעמארי אסאך גרעסערע קאמפיוטערס ווי די מח פון א מענטש שרייט זיך ארויס מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית...
די מח פון א מענטש סטארידשט אינפארמאציע אויף א גענצליך אייגנארטיגע פארנעם, צעטיילט אין עטליכע פאלדערס, און ביים זיך דערמאנען דערפון שטעלט עס צוזאם די אלע אינפארמאציע – און דאס איז פארוואס עס קען פארנעמען אזויפיל אינפארמאציע, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס קען מאכן טעותים, אבער ווי מען זעט פון די קאמפיוטערס, זענען די פארשער אלע ביי די מיינונג אז עס לוינט זיך אויפצוגעבן פון די פונקטליכקייט פאר די סאך מער נוצליכע פונקציעס פונעם מענטשליכער מח.

א גוטן טאג

בא בימים! לאמיר קומען "מיט" אונזערע טעג!
פאר הערות, געדאנקן, אדער מיינונגען, קומט אריין אינעם שמועסן און קאמענטארן אשכול.
אויב קענט איר שרייבן, ביטע שיקט אן אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”