זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

מען זאגט א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן וואס די געסט האבן אלץ געזעהן waiting to hear from you all 8.)
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס ווילט איר הערן?

א זעלטן שיינע ערליכע אידישע שטאט, מלא חן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

farshlufen האט געשריבן:וואס ווילט איר הערן?

א זעלטן שיינע ערליכע אידישע שטאט, מלא חן.

לאמיר זאגן למשל בתי מדרשים וואס איז עס אנדערש ווי אנדערע שטעט און מיט וואס איז די מענטאליטי אנדערש
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
אוועטאר
וועד הפועל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:06 pm
לאקאציע: עולם הביצים

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועד הפועל »

געווען פר' ויקהל מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
דברות קודש מוצאי שב"ק
Manchester.JPG
Manchester.JPG (61.52 KiB) געזען 3533 מאל
וועד הפועל איז נאר מיין ניק, מיין עכטע נאמען איז וועד הפוילע
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

געווען דארט כמ״פ פאר ביזנעס

מיין אבזערוואציע האט באהויפטעט צוויי זאכן.

א) די אחדות צווישען דו חסידישע און ישיבישע איז עפעס אויף גאר א שיינעם פארנעם. אפילו די צוויי סאטמערע קהילות זענען גאנץ באפריינדעט. קע״ה

ב) די איידעלקייט אויף די איגווארג איז עפעס גאר שיין. נוסח יוראפ מיט א שמוטץ אריבער.
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

blue moon האט געשריבן:געווען דארט כמ״פ פאר ביזנעס

איינער האט מיר אמאל אנגעמערקט אז א מאנטשעסטערער קינד וועט בעטן די טאטע ''איך וויל האבן א בייק'' און דער אמעריקאנער אינגל וועט זאגט ''טאטי איך דארף א בייק''
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

איי, מאנטשעסטער...
איך בין געווען אין מאנטשעסטער פון תענית אסתר ביז שושן פורים. און נישט סתם א יאר, נאר דער יאר וואס ר' קאוויד האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן זיינע לאפעס אויף דעם עולם.
אויב ווילסטו קען איך שרייבן מיין עקספיריענס פון דעמאלטס באריכות.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

איל משולש האט געשריבן:איי, מאנטשעסטער...

הייב אהן דערציילן קיינער האלט דיך נישט צוריק
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

וועד הפועל האט געשריבן:געווען פר' ויקהל מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
דברות קודש מוצאי שב"ק
Manchester.JPG

wow never saw this letter powerfull
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

Oh, I was yelled at a few times "free Palestine" from passing cars on the main Jewish street.

Place has a chein. Very unique. Not many places in Chutz laaretz where chassidim and litvaks really live completely mixed.
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

משהלע האט געשריבן:Oh, I was yelled at a few times "free Palestine" from passing cars on the main Jewish street.

Place has a chein. Very unique. Not many places in Chutz laaretz where chassidim and litvaks really live completely mixed.

recently you got yelled at?
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

שוין געווען אין די שכינות לאנדאן
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

a yiddish hartz האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:Oh, I was yelled at a few times "free Palestine" from passing cars on the main Jewish street.

Place has a chein. Very unique. Not many places in Chutz laaretz where chassidim and litvaks really live completely mixed.

recently you got yelled at?

Less than a year ago.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

צוויבל קוגעל האט געשריבן:שוין געווען אין די שכינות לאנדאן

גראדע נישט ממש בשכינות...
באלד אזוי ווייט ווי ניו העמפשיער פון ניו יארק...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

איל משולש האט געשריבן:
צוויבל קוגעל האט געשריבן:שוין געווען אין די שכינות לאנדאן

גראדע נישט ממש בשכינות...
באלד אזוי ווייט ווי ניו העמפשיער פון ניו יארק...

אפאר שעה פארן מיט א קאר ניין?
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

תגובה דורך עירוב תבשילין »

צוויבל קוגעל האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
צוויבל קוגעל האט געשריבן:שוין געווען אין די שכינות לאנדאן

גראדע נישט ממש בשכינות...
באלד אזוי ווייט ווי ניו העמפשיער פון ניו יארק...

אפאר שעה פארן מיט א קאר ניין?

4 צו 5 שעה.

מיט א באן איז עס 2 שעה
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

אהא, ווייל איך געדענק חברה וואס זענען געפארן מיט א קאר אהין, סמיינט נענטער ווי מאנטרעאל איז צו ניו יארק
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

צוויבל קוגעל האט געשריבן:אהא, ווייל איך געדענק חברה וואס זענען געפארן מיט א קאר אהין, סמיינט נענטער ווי מאנטרעאל איז צו ניו יארק

יא ס'איז נענטער.

מאנטרעאל קיין ניו יארק איז אזוי ווי לאנדאן קיין אנטווערפן
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אויב פארט מען אינמיטן טאג, נעמט עס בערך א פינף שעה, אויב פארט מען אינמיטן נאכט, קען מען עס מאכן אונטער פיר שעה.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

blue moon האט געשריבן:געווען דארט כמ״פ פאר ביזנעס

מיין אבזערוואציע האט באהויפטעט צוויי זאכן.

א) די אחדות צווישען דו חסידישע און ישיבישע איז עפעס אויף גאר א שיינעם פארנעם. אפילו די צוויי סאטמערע קהילות זענען גאנץ באפריינדעט. קע״ה

ב) די איידעלקייט אויף די איגווארג איז עפעס גאר שיין. נוסח יוראפ מיט א שמוטץ אריבער.

ווי נישט ווי , רוב חסידישע דארטן קומען בעצם פון ליטווישע שטובער.... :lol:

סתם א נערישע וויץ.... ווייל למעשה נעמט עס נישט אוועק פון די מציאות.
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

צ/ק

מען לעבט דא מער א באשיידענע און שפארזאמע לעבנס שטייגער

עס טוישן זיך נישט די סטיילסט דא יעדן טאג, און מען קען רואיג טראגן קליידער וואס זענען שוין יארן ארויס פון סטייל אין אנדערע היימישע געגענטער

דער עולם דרייווט נישט די נייסטע קארן און זענען על פי רוב כאטשיג 10 יאר אלט און ווערן געקויפט צומאל פאר אונטער א טויזענטער . אויך ווען עס קומט איינצוקויפן ווארפט מען זיך נישט מיט קיין געלט און מעסט די פרייזן ביי די פעני'ס. טייל געשעפטן ברויכן מאכן יעדע צווייטע וואך סעיל'ס ווייל דער עולם קויפט נאר ווען עס איז ביליג.

ווען מען מאכט חתונה די קינדער קויפט מען די ביליגסטע וואס שייך. די שאפעס און מעבל קויפט מען פאר שפאט ביליג ביי אייקיע, עס איז א נארמאלע ערשיינונג נישט צו באקומען א דרייער ביים חתונה האבן, און דער עולם האט געדילט צו ווארטן אפאר שעה ביז די קליידער ווערן טריקן, כדי זיך צו שפארן די עלעקטריק.

ווען א אינגערמאן האט חתונה, האט ער גאר א קליינע אויסוואל וואו צו גיין ארבעטן. אסאך ארבעטן אין די מוסדות התורה, אבער למשל שטיין אין א גראסערי ווערט שוין באטראכט אלס אן ארבעט פאר מער קילערע.

ווען מען קויפט א דירה ברויך נישט אלעס גלאנצן אויפ'ן טאג וואס מען מופט אריין. מען קען צו ווארטן ביז עס זאמלט זיך אן נאך אפאר פונט און איבערמאכן צימער ביי צימער.

א דירה פון 2 שלאף צימערן צו דינגען קאסט היינט ארום 700 פונט א חודש און דאס רוב ווערט באצאלט דורך די רעגירונג

רעסטוראנטן מיט היימישע הכשרים פארמאכן זיך נאך איידער עס עפענט זיך , ווייל עסן רעדט נישט אזוי דא צום עולם, און זעכער נישט ווען מען קען עס מאכן אינדעהיים פאר ביליגער. (אז מען וויל זיך נאכגעבן די תאוות וועט מען אריינשלאפן א שעה לענגער פאר בחינם)

דער איד וואס דרייט זיך אין ביהמ''ד מיט אן אלטע רעקל און אן אבגעריבענע הוט מיינט נישט אז ער איז א שנארער, געבט אים נישט קיין נדבה, עס קען גאר זיין אז ער האט פיל מער געלט פון דער געביגעלטער אמעריקאנער אינגערמאן מיט'ן גראדן רוקן וואס האט נארוואס ארויסגעטראטן פונעם סובערבן און גייט אנגעטון מיט די נייסטע דעזיין רעקל, גלאנציגע הוט, און שיינעדיגע שיך.

אסאך א קלענערע פראצענט ליידט פון איבערוואגיקייט, אנדערשט ווי יעדעס מאל ווען מען באזוכט אין אמעריקע קען מען קוים דערקענען די עולם וויבאלד אסאך טוישן די אויסזעהן פון טאג צו טאג צוליב וואס זיי גייען, אדער דארפן ווען גיין אויף דייעט.

אנצוקומען צו מאכן אן אפויטמענט ביי א דאקטער איז שווערער ווי אנצוקומען צום אמעריקאנעם פרעזידענט

צו זוכה זיין צו ווערן געזעהן ביים ציין שוסטער ברויך מען אסאך תפילת ישראל. און מען ברוך האפן אויפ'ן בעסטן אז מען זאל נישט ארויסגיין מיט מער ציין ווייטאג ווי בעפאר.

די געהעריגע מיסטן ווערן גענומען איינמאל אין 3 וואכן (די ריסייקלינג מיסטן ווערן יא גענומען אפטער) און אין יעדע דרייטע וואך ווען עס קומט די פרייליכע טאג ווען די איבערגעהויפענטע מיסט זעקלעך וועלן ענדליך ווערן גענומען קען מען אביסל לייכטער אפאטעמען און אויסרוימען פון שטוב די איבריגע מיסטן וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ אין די מיסט אינדערויסן.

דאס איז וואס איז מיר יעצט ארויפגעקומען אויפ'ן געדאנק אפשר וועט מען שפעטער מוסיף זיין

עס איז מיר אונטערעסאנט וואס אנדערע מאנטשעסטערע איינוואוינער וועלן האבן צו קאמענטירן אויף מיינע שורות
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

פויליש פארווע האט געשריבן:צ/ק

(אז מען וויל זיך נאכגעבן די תאוות וועט מען אריינשלאפן א שעה לענגער פאר בחינם)

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

קומט מיך נישט אויס צו זיין אזוי אפט און מאנטשעסטער, אבער די חילוק פון היינט און צען יאר צוריק איז הימל און ערד, דאונט געט מי ראנג, סאיז נאך אלץ אביסל א דערפישע שטעטל, אבער עס ווערט אביסל מער און מער פארגעשריטן.
לעצט פארראכטן דורך קארן אום מיטוואך מאי 25, 2022 6:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פויליש פארווע האט געשריבן:צ/ק

מען לעבט דא מער א באשיידענע און שפארזאמע לעבנס שטייגער

עס טוישן זיך נישט די סטיילסט דא יעדן טאג, און מען קען רואיג טראגן קליידער וואס זענען שוין יארן ארויס פון סטייל אין אנדערע היימישע געגענטער

דער עולם דרייווט נישט די נייסטע קארן און זענען על פי רוב כאטשיג 10 יאר אלט און ווערן געקויפט צומאל פאר אונטער א טויזענטער . אויך ווען עס קומט איינצוקויפן ווארפט מען זיך נישט מיט קיין געלט און מעסט די פרייזן ביי די פעני'ס. טייל געשעפטן ברויכן מאכן יעדע צווייטע וואך סעיל'ס ווייל דער עולם קויפט נאר ווען עס איז ביליג.

ווען מען מאכט חתונה די קינדער קויפט מען די ביליגסטע וואס שייך. די שאפעס און מעבל קויפט מען פאר שפאט ביליג ביי אייקיע, עס איז א נארמאלע ערשיינונג נישט צו באקומען א דרייער ביים חתונה האבן, און דער עולם האט געדילט צו ווארטן אפאר שעה ביז די קליידער ווערן טריקן, כדי זיך צו שפארן די עלעקטריק.

ווען א אינגערמאן האט חתונה, האט ער גאר א קליינע אויסוואל וואו צו גיין ארבעטן. אסאך ארבעטן אין די מוסדות התורה, אבער למשל שטיין אין א גראסערי ווערט שוין באטראכט אלס אן ארבעט פאר מער קילערע.

ווען מען קויפט א דירה ברויך נישט אלעס גלאנצן אויפ'ן טאג וואס מען מופט אריין. מען קען צו ווארטן ביז עס זאמלט זיך אן נאך אפאר פונט און איבערמאכן צימער ביי צימער.

א דירה פון 2 שלאף צימערן צו דינגען קאסט היינט ארום 700 פונט א חודש און דאס רוב ווערט באצאלט דורך די רעגירונג

רעסטוראנטן מיט היימישע הכשרים פארמאכן זיך נאך איידער עס עפענט זיך , ווייל עסן רעדט נישט אזוי דא צום עולם, און זעכער נישט ווען מען קען עס מאכן אינדעהיים פאר ביליגער. (אז מען וויל זיך נאכגעבן די תאוות וועט מען אריינשלאפן א שעה לענגער פאר בחינם)

דער איד וואס דרייט זיך אין ביהמ''ד מיט אן אלטע רעקל און אן אבגעריבענע הוט מיינט נישט אז ער איז א שנארער, געבט אים נישט קיין נדבה, עס קען גאר זיין אז ער האט פיל מער געלט פון דער געביגעלטער אמעריקאנער אינגערמאן מיט'ן גראדן רוקן וואס האט נארוואס ארויסגעטראטן פונעם סובערבן און גייט אנגעטון מיט די נייסטע דעזיין רעקל, גלאנציגע הוט, און שיינעדיגע שיך.

אסאך א קלענערע פראצענט ליידט פון איבערוואגיקייט, אנדערשט ווי יעדעס מאל ווען מען באזוכט אין אמעריקע קען מען קוים דערקענען די עולם וויבאלד אסאך טוישן די אויסזעהן פון טאג צו טאג צוליב וואס זיי גייען, אדער דארפן ווען גיין אויף דייעט.

אנצוקומען צו מאכן אן אפויטמענט ביי א דאקטער איז שווערער ווי אנצוקומען צום אמעריקאנעם פרעזידענט

צו זוכה זיין צו ווערן געזעהן ביים ציין שוסטער ברויך מען אסאך תפילת ישראל. און מען ברוך האפן אויפ'ן בעסטן אז מען זאל נישט ארויסגיין מיט מער ציין ווייטאג ווי בעפאר.

די געהעריגע מיסטן ווערן גענומען איינמאל אין 3 וואכן (די ריסייקלינג מיסטן ווערן יא גענומען אפטער) און אין יעדע דרייטע וואך ווען עס קומט די פרייליכע טאג ווען די איבערגעהויפענטע מיסט זעקלעך וועלן ענדליך ווערן גענומען קען מען אביסל לייכטער אפאטעמען און אויסרוימען פון שטוב די איבריגע מיסטן וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ אין די מיסט אינדערויסן.

דאס איז וואס איז מיר יעצט ארויפגעקומען אויפ'ן געדאנק אפשר וועט מען שפעטער מוסיף זיין

עס איז מיר אונטערעסאנט וואס אנדערע מאנטשעסטערע איינוואוינער וועלן האבן צו קאמענטירן אויף מיינע שורות

גענאגלט ;l;p-
אוועטאר
וועד הפועל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:06 pm
לאקאציע: עולם הביצים

Re: זענט איהר שוין געווען אין מאנטשעסטער? אויב יא טיילט מיט אייער עקספיריענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועד הפועל »

a yiddish hartz האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:איי, מאנטשעסטער...
איך בין געווען אין מאנטשעסטער פון תענית אסתר ביז שושן פורים. און נישט סתם א יאר, נאר דער יאר וואס ר' קאוויד האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן זיינע לאפעס אויף דעם עולם.
אויב ווילסטו קען איך שרייבן מיין עקספיריענס פון דעמאלטס באריכות.

הייב אהן דערציילן קיינער האלט דיך נישט צוריק

גא"מ
וועד הפועל איז נאר מיין ניק, מיין עכטע נאמען איז וועד הפוילע
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”