טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

מערכות הקודש האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
מערכות הקודש האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
הנאה געהאט. יישר כחכם!

אוי יוי צאנז...... מיין שטעטעלע צאנז......

(כ'ווארט עמיצער זאל זיך אנרופן צו פרעגן וואס דער מנהג איז בנוגע שויערן... איך וועל עס נישט טוען מפני הכבוד..)
אז די מנהל האט עס אויסגערופן ברבים מיין איך מעג מען יא פרעגן
יא, פרעגן מעג מען...
אז ממעג פרעגן
נעם איך די ווארט בשם אלע וואס ווילן וויסן אין איך פרעג וואס דער מנהג איז ?
רמב"ם כמדומה נאר גיין איינמאל א וואך
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

דא האט איר א שטיקל רמז צום דרכו בקודש פון רבינו שליט''א
לכאורה האט געשריבן:
כאטש איך פיר מיך געווענליך צו גיין אין טוש אריין לכבוד שבת, האב איך מיך זייער געיאגט, און אויך האט מיר נישט געפאלן דער מצב ביי שאוערס [אגב, אין ישיבה אלס בחור איז מיר שטארק נישט געפאלן דער מצב הרוחני פון די שאוער געגנט, און אלס רעזולטאט האב איך דאס נישט באזוכט במשך די גאנצע צייט וואס איך האב דארט געלערנט! איר קענט אייך פארשטעלן וואס עס האט זיך אפגעטון אויף מיין קאפ... די אראבישע אויל קוועלער וואלטן זיך געקענט פארשטעקן דערפאר... נו שוין, אל תזכר לנו עונות ראשונים]. איך האב מיך גע'טובל'ט, אפגעווישט, און אנגעטון די שבת'דיגע בגדים, ווען אינמיטן באמערק איך א סורפרייז...
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, כ'האב געוואוסט אז איך האב שוין זיכער ערגעץ געשריבן דערוועגן... פארלאזט אייך אויף מיינע ביאגראפירער דאס אפירצוקראצן
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

בדרך אפשר האט געשריבן:
מערכות הקודש האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
מערכות הקודש האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
הנאה געהאט. יישר כחכם!

אוי יוי צאנז...... מיין שטעטעלע צאנז......

(כ'ווארט עמיצער זאל זיך אנרופן צו פרעגן וואס דער מנהג איז בנוגע שויערן... איך וועל עס נישט טוען מפני הכבוד..)
אז די מנהל האט עס אויסגערופן ברבים מיין איך מעג מען יא פרעגן
יא, פרעגן מעג מען...
אז ממעג פרעגן
נעם איך די ווארט בשם אלע וואס ווילן וויסן אין איך פרעג וואס דער מנהג איז ?
דא האט איר א שטיקל רמז צום דרכו בקודש פון רבינו שליט''א
לכאורה האט געשריבן:
כאטש איך פיר מיך געווענליך צו גיין אין טוש אריין לכבוד שבת, האב איך מיך זייער געיאגט, און אויך האט מיר נישט געפאלן דער מצב ביי שאוערס [אגב, אין ישיבה אלס בחור איז מיר שטארק נישט געפאלן דער מצב הרוחני פון די שאוער געגנט, און אלס רעזולטאט האב איך דאס נישט באזוכט במשך די גאנצע צייט וואס איך האב דארט געלערנט! איר קענט אייך פארשטעלן וואס עס האט זיך אפגעטון אויף מיין קאפ... די אראבישע אויל קוועלער וואלטן זיך געקענט פארשטעקן דערפאר... נו שוין, אל תזכר לנו עונות ראשונים]. איך האב מיך גע'טובל'ט, אפגעווישט, און אנגעטון די שבת'דיגע בגדים, ווען אינמיטן באמערק איך א סורפרייז...
שכח פארן ענטפערן
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

גייט נאך היינט נאכט קומען א פרישע קאפיטל?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

אפשר גאר היינט ?
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ס'שוין א וואך, מנהל!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
ס'שוין א וואך, מנהל!
מיט'ן קושי השיעבוד דעם וואך דאהינען.. איז עס שוין א יאר..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

מנהל מיר טוען לעכצן און ווארטן אויף נאך א שיינעם קאפיטל, און מיר טוען ארויסקוקן אויף אייער אנקום קיין א"י....
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

מנהל טייערע מיר בעטן שיין
ביטע.....
מיר ווארטן אויף נאך
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך ווארט נאך אויף אן אודיאו פייל פונעם תנועה, פארשטייט זיך פארגעזונגן דורך א מאנסביל (פרעפערעבלי דער רב אליין...).
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יאנאש, דו קענסט מיך צו יעדע צייט אנרופן און הערן די תנועה. כמובן קען איך נישט שטעלן דא קיין שטימענאטיץ. [אגב, לעצטנס געטראפן א איד אין וומ"ס וועלכער ליינט דעם טאגבוך מיט דארשט, און אים טאקע אפגעזינגען דעם תנועה אויף זיין פארלאנג...]

איך וויל יעצט אפשרייבן די קומענדיגע קאפיטל, אבער צוערשט 2 תיקונים אויף די פריערדיגע: מיין באגלייטער/מיטשלעפער האט מיר געשריבן אז דאס איז געווען זיין ערשטע באזוך אין צאנז, נישט ווי איך האב געשריבן אנהייב פון לעצטן קאפיטל. און אויך אז דער וועג צווישן דעם האטעל און די בית החיים געדויערט קארגע צוויי מינוט.

גייען מיר זיך זעצן צום שרייב טיש, קיין אנונג דערווייל ביז וואו מיר וועלן אנקומען און וואס דער נאמען פונעם קאפיטל וועט זיין!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

מיר ווארטן מיט שפאנונג.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ט"ו - רימנוב און דינוב
מיטוואך פרשת אמור (בחו"ל), צוואנציג מינוט צו פיר אזייגער נאכמיטאג, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט פון צאנז, אויפ'ן וועג צום שטאט רימנוב וואס געפינט זיך ארום צוויי שעה אוועק [-דאכט זיך אז 'אוועק' איז אריגינעל 'א-וועג', ניין?] פון דארט. דאס איז געווען אונזער ערשטע שטרעזל אין אייראפע זייענדיג פולקאם אויסגערוט, האלטנדיג נאך א כמעשה'דיגע נאכט-שלאף דורכאויס דעם פארמיטאג, און ווען דער באגלייטער האט מיר מכבד געווען מיט'ן פאדערשטן זיץ וואס האט א גראנדיעזן אויסקוק אויפ'ן גאנצן האריזאנט, האב איך זיך זייער שנעל צוגעכאפט דערצו מיט די האפענונג צו אריינכאפן ווי מער 'כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך' און 'מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית'. וכן הוה.

די ריכטיגע אויסדרוק אויף די הערליכע פאנאראמע וואס האט זיך אנטוויקלט פאר אונזערע אויגן ביים פארלאזן צאנז, איז ווארשיינליך 'פאסטוראליש'. עס לאזט זיך גארנישט שילדערן ווי געפלעפט איך בין געווען דורכאויס די גאנצע צייט וואס מיר זענען געפארן צווישן שטעט און דערפלעך, איך האב ממש געגלאצט [דער אויסדרוק האט דער הייליגער חוזה גענוצט אויף די מלאכים ביים סדר-נאכט בשעת אידן זאגן חד-גדיא, אז די מלאכים גלאצן אויף אונז מיט קנאה] און נישט געקענט אראפנעמען קיין אויג פון די גרינע פעלדער און וועלדער און די הערליכע בערג און טאלן וואס האבן אונז פארביישפאצירט.

איך האב אנגעשפיצט מיינע אויגן און פארטראכטערהייט געשפינט אין מח א געשיכטע פון אידן וואס האבן זיך פארוואלגערט אויף אט די אפענע שטחים מיט אכציג יאר צוריק, ווען דער דייטש ימח שמו האט באהערשט דאס פלאץ. דער איד האט נישט קיין דאך איבער'ן קאפ און נישט קיין רעכט צו לעבן, אבער ער לויפט און לויפט און באהאלט זיך אין פעלד און וואלד. צו זיין שלעכט מזל האט אים א פאללאק באמערקט און פאר'מסר'ט, השם יקום דמו. אבער ממש אזוי זענען געלאפן אלע מיינע מחשבות דורכאויס די גאנצע צייט, 'פארוואס האט מען זיך נישט געקענט באהאלטן אין דעם באדן? קלערסט אז דער דייטש האט געהאט א סאלדאט אויף יעדע אקער לאנד?... געב א קוק, דארט איז זייער טיף אראפ, כ'מיין אז דארט קען מען ווען מאכן עפעס א באהעלטעניש עד יעבור זעם'... ארץ ארץ אל תכסי דמם!

פוילן, וואו דאס לאנדשאפט איז שיין אבער די מענטשהייט געמיין - עכ"פ געווען, ווען עס האט דאס מערסטע אויסגעמאכט.

די שילדן אויף די ראודס [שמאלע איין-ליניע ראודס] האלטן אונז אונטער, מיר דערזעען זיך מיט אלע נעמען וואס גייען סינאנים מיט צאנז, נעמען וואס די הייליגע קינדער און אייניקלעך פונעם צאנזער זיידן האבן געקליבן פאר זיך און זייערע דורות, א שטייגער ווי גריבוב, גארליץ, זשמיגראד. פונעם שטראוז זעט מען אבער נישט די שטעט גופא, אויסער אויב די שטעט זענען מער דערפלעך ווי שטעט, וויבאלד פאר אונז האבן טייל פון זיי אויסגעקוקט ווי איין גרויסע געניץ. עס איז באקאנט די ווערטל אויף געוויסע שטעט אינדערהיים, אז ביים אויסטרעטן 'עושה שלום' האט מען געדארפט צייגן דעם פאספארט פאר'ן גרעניץ באאמטער... אנדערע שטעט זענען געווען אזוי קליין און נישטיג, אז ווען דער קאפ פון פערד איז שוין געווען אינדרויסן פון שטאט, איז נאך דער וויידל געווען אינעם פריערדיגן שטעטל. דאס אלעס האבן מיר אט מיטגעהאלטן לעבעדיג אויף די ראודס פון פוילן, ווען יעדע פאר בלאק איז געשטאנען א שילד מיט א נאמען פון א שטאט, און א קורצע וויילע דערויף איז געשטאנען די זעלבע שילד, דאסמאל מיט א שיפע שטרייך דערויף - וואס באדייט (לויט אונזער דרייווער) אז דער שטאט איז פארביי... ונפקא מינה לגבי דער ספיעד-לימיט, וואס איז העכער צווישן די שטעט און נידריגער אין שטעט גופא.

רעדנדיג פון מערקווירדיגע שילדן אויף די זייטן פונעם ראוד, האבן מיר באמערקט אז ביי יעדע וואסערפלוס וועט שטיין פון פאראויס וויאזוי דאס רופט זיך, א זאך וואס קען גוט צונוצקומען פאר'ן פאדערשטן זיץ אנאנסירער וואס האט זיך געשפירט מעכטיג צו קענען אויסרופן 'יעצט גייען מיר אדורכפארן דעם ווייסל'... וכדומה. מיין באגלייטער טענה'ט אז אויך אין ניו יארק וכדומה זעט מען אזעלכע שילדן, נאר מיר זענען אזוי צוגעוואוינט אז מיר באמערקן דאס שוין נישט.

דאס אלעס קומט אבער נישט צו צו די שילדן וואס ווארענען איבער חיות וואס קענען זיך דרייען אויפ'ן ראוד, וואס בעת מיר זענען געוואוינט צו זען בילדער פון הערשן - וואס מען זעט אויך דארט, קען מען דארט טרעפן פארשידענע מאדנע בעלי חיים אויפ'ן שילד, אן אנדייטונג אז זיי נעסטיגן אין יענע געגנטער און מען זאל אכט געבן וויאזוי מען פארט.

צווישן אויסרופן די שטעט נעמען און אנדערע צווישנרופן, האב איך פרובירט אויסצונוצן די צייט פאר לימוד התורה. איך האב ארויסגענומען מיין אויסלענדישע טעלעפאון, צוגעטשעפעט די עירפאונס דערצו, און אריינגערופן "תורה שבכתב" אדער "מפעל החק" טעלעפאון ליניעס פון אמעריקע (וועמענ'ס חומש-רש"י שיעורים איך הער כסדר זייענדיג אונטערוועגנס) און מיט'ן 'טיימער' אויפ'ן אנדערן טעלעפאון פרובירט קובע צו זיין עתים לתורה.

האלב זעקס מיטאג - נאך א שעה מיט פופציג מינוט פארן - זענען מיר אנגעקומען קיין רימנוב. יושע מנחם האט אנגערופן דעם שומר פון בית החיים, וועלכער איז תיכף אריבערגעקומען און אונז געעפנט דעם טויער מיט דעם אור אלטן אלטמאדישן גרויסן שליסל, און איך בין תיכף אריין צום ציון פונעם הייליגן רבי ר' מענדעלע זי"ע. א ציטער כאפט אן ביים אריינגיין אין דעם מקום קדוש, וויסנדיג אז אט דא ליגט איינער פון די גאר גרויסע תלמידי בעל שם, פון די פיר גרויסע תלמידים פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע, וואס אויב איך געדענק גוט האט ער אנגעבליך גע'ירש'נט דעם 'מח' פונעם הייליגן רבי'ן. דער הייליגער ר"ר מענדעלע זי"ע האט צוויי און צוואנציג יאר געזאגט תורה אויף "פרשת המן" און דאדורך משפיע געווען פרנסה פאר אידישע קינדער. איינער פון זיינע גרויסע תלמידים איז דער מראה יחזקאל פון קארלסבורג זי"ע (מיין טאטע'ס מאמע'ס טאטע'ס טאטע'ס טאטע'ס טאטע'ס טאטע) וועלכער האט אפגעשריבן א בריוו (סימן ק"ד אין שו"ת מראה יחזקאל) צו זיין חבר וועלכער האט געוואלט הערן פון אים עפעס חידושים ופלפולים פון זיין רבי'ן אין רימנוב, און ער שרייבט אים באריכות איבער די געוואלדיגע מדריגות פון דעם צדיק וקדוש, א בריוו וואס דער הייליגער דברי חיים פלעגט לערנען מיט טרערן אין דעם יארצייט טאג פון רמ"מ - ל"ד לעומר.

נאכ'ן צינדן ליכט [וואס צינדן ליכט פאר דעם צדיק - ר' מנחם מענדל ב"ר יוסף - איז פון דורות אנגענומען אלס א סגולה], זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים און פארליינען אלע הזכרות ביים רבי'ן ר' מענדעלע, בין איך ארויס פון הייליגן ציון און געמאכט מיין וועג איינער אליין צום דערנעבנדיגן אוהל פון זיין משמש און תלמיד רבי ר' הערש זי"ע. זייענדיג דארט אליינס, האב איך צוערשט געזינגען עטליכע פון די גאר בארימטע און הארציגע ניגונים פונעם הייליגן רבי'ן ר' הערש, א שטייגער ווי דער טל/גשם ניגון און אויך דער אהבה רבה ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר, און דאן האב איך אנגעהויבן מיט די עבודה פון צינדן ליכט, זאגן תהלים און מזכיר זיין אלע נעמען. ווען די גאנצע שיירא איז אריינגעקומען אינעם אוהל, האט מען נאכאמאל געזינגען די הייליגע ניגונים מיט גרויס התעוררות.

ארויסקומענדיג האבן מיר געגעבן שומר-געלט פאר'ן העפליכן שומר, וועלכער האט אונז צוגעוויזן הכנות שטיבלעך אין די זייט, ביי א קאנסטראקשאן פלאץ פאר א הכנסת אורחים. עס איז גראדע דא דארט אמפערייען און דיני תורה צווישן עטליכע וואס בויען הכנסת אורחים הייזער, ווען טייל טענה'ן אז די אנדערע בויען אויף קברים וכו', כ'האף אז עס איז נישט בלויז א פאליטיק פון מי בראש.

פינף און צוואנציג מינוט נאך זעקס, כמעט א שעה נאכ'ן אנקומען, זענען מיר אוועקגעפארן פון רימנוב מיט הויפענעס ישועות [שטייענדיג א קנאפע וואך בעפאר די יארצייט], און מיר זענען פון דארט געפארן קיין דינוב, א וועג וואס האט געדויערט פונקט א שעה אויפ'ן זייגער. די ערשטע זאך זענען מיר צוגעפארן צום ציון הקדוש פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, וואו מיר האבן געזאגט תהלים און פארגעליינט די קוויטלעך מיט גרויס התעוררות [מיר האבן גערופן צו א חבר אין ניו יארק וואס איז שטארק אדוק אין ספרי הבני יששכר, וועלכער האט געהאט א שטיקל קלער זיך מיטצוכאפן מיט אונזער נסיעה, און אים מיטגעטיילט וואו מיר זענען און אז מיר זענען מתפלל פאר אים. דאכט זיך אז ער איז שוין זינט דאן אליינס דארט געווען]. איבער דעם הייליגן בני יששכר דארפן מיר נישט מאריך זיין, ווער פון אונז האט נאכנישט געלערנט זיינע הייליגע ספרים, בפרט אין די ימי החנוכה. איך האב ב"ה דורכגעלערנט סיי דעם בני יששכר און סיי דעם דרך פיקודיך אין די יאר-צוויי נאך מיין חתונה נמ"ג, און אגרא דכלה ציילט זיך צווישן די ספרי חסידות וואס איך פלאניר נאך דורכצולערנען מדאשקע לדאשקע אי"ה.

נאכ'ן וויילן בערך א האלבע שעה ביי דעם ציון הקדוש, זענען מיר צוגעפארן צום בארימטן הכנסת אורחים אין שטאט, וואו מיין באגלייטער האט שוין פון פאראויס באשטעלט א וועטשערע פאר פיר. מיר האבן געהאט א קלער אז אפשר וועט מען דארט טרעפן נאך אידן און קענען דאווענען מנחה מיט מנין, אבער אנקומענדיג אהין און זעענדיג אז עס ווערט שפעט און קיין אנדערע אידעלעך דרייען זיך נישט דארט, האבן מיר זיך אריינגעשטעלט אינעם גראנדיעזן בית המדרש פונעם הכנסת אורחים קאמפלעקס און געדאוונט מנחה בבחינת 'ברכות זאגן פיר מענטשן'...

דער שול אין דינוב ברויך א געהעריגע שילדערונג... עס איז צוגעשטעלט פאר שבת התוועדות'ער פון קהילות קדושות און פארמאגט טישן און בענק לרחצה, ווי אויך איז דא דארט אלע סארט סידורים, חומשים און ספרי קודש, אבער ועל כולנה קענט איר דארט טרעפן יעדן סארט קאפ צודעק וואס אייער הארץ באגערט... כ'ווייס נישט צי זיי האבן ספעציעל א גמ"ח פאר די זאכן, אדער פשוט זאכן ווערן דארט איבערגעלאזט דורך געסט במשך די יארן, אבער מיר האבן דארט געפינען א זאמלונג פון יעדע סארט הוט און שטריימל, אריינגערעכנט ספאדיקעס - וואס די חברה האבן אנגעטון צו תפלת מנחה...

וויבאלד מיר האבן זיך געוואלט וואשן צו נאכטמאל [צו ווערן געהעריג אנגעזעטיגט], האב איך געזאגט אז מען זאל צוערשט דאווענען מנחה, און בערך אכט אזייגער פארנאכטס האט מען זיך געשטעלט דאווענען, און דאן האט מען זיך אראפגעזעצט צום שיין סערווירטן טיש וואו עס איז אריינגעברענגט געווארן פון קאך אלעס וואס מיר האבן באשטעלט. מיר האבן דארט פארברענגט בערך א שעה צייט, ביז צען מינוט נאך ניין (בערך דאן איז צו יענע צייט געווען דער זמן פון רבינו תם) ווען מיר האבן אפגערייזט פון דינוב אויפ'ן וועג קיין לאנצוט.

איין אנעקדאט איז כדאי צו פארצייכענען פון דעם הכנסת אורחים אין דינוב, אז בשעת מיר זענען דארט געווען האט דער פארוואלטער אונז געזאגט אז מיר וועלן מעגליך נישט קענען נוצן דעם וואסער לייטונג, וויבאלד מען פילט יעצט אן דעם מקוה פאר'ן מארגענדיגן טאג... כ'האב זיך געזארגט וואס עס וועט פאסירן אויב מיר גייען הכנות - וואס מיר האבן טאקע אויך אינזין געהאט דארט אויפ'ן ארט, הגם די שטיבלעך זענען נישט געווען די באקוועמסטע, מיט היבש פראוויזארישע האלבע-טירלעך... - אבער ב"ה מיר האבן נישט געהאט קיין פראבלעמען.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6214
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ישר כח מנהל!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פשי געוואלדיג! יישר כח הרב

--
נ.ב. מלאכים גלאצן איז דאכט זיך פון ראפשיצע רב לגבי מזונות אחרון של פסח
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ברכות זאגן פיר מענטשען....כא כא כא
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כחכם.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

א מעכטיגער קאפיטל! פול מיט געמישטע געפילן! יישר כח מנהל!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

יישר כח.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ישר כח פאר די לעצטע צוויי קאפיטלעך.. יעצט אנגעקומען צו ליינען.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח אלע באדאנקטער, עס שענקט מוט אנצוגיין [איך אנטשולדיג זיך אז די לעצטע וואך-צוויי בין איך ממש נישט אנגעקומען דערצו]
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

יישר כח מנהל שליט"א. ס'איז א געשמאק צו לעזן אייערע טאגבוכער.
לכאורה האט געשריבן:
[איך אנטשולדיג זיך אז די לעצטע וואך-צוויי בין איך ממש נישט אנגעקומען דערצו]
אבל אשמים אנחנו...
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

enjoy האט געשריבן:
ישר כח פאר די לעצטע צוויי קאפיטלעך.. יעצט אנגעקומען צו ליינען.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יישר כוח מנהל,

מהנה געווען גלייך אנפאנג וואך מיט א פרישן קאפיטל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”