טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

זייער שיין, שכח!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הערליך! נאסטאלגיע!!

יישר כח גדול!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בדרך אפשר האט געשריבן:
יישר כח מנהל! א געשמאק צו ליינען.

איך בין נייגעריג וואס אייער מוסר שיעור איז.
צו יענע צייט האבן מיר געלערנט "אורחות צדיקים" (ווי געשריבן אינעם טאגבוך)

במשך תשפ"ב האבן מיר געלערנט: פלא יועץ, תומר דבורה, אורחות צדיקים און קב הישר
תשפ"ג האבן מיר דערווייל געלערנט שערי תשובה לרבינו יונה, און יעצט לערנט מען מסילת ישרים (גראדע געוואלט אנהייבן דעם יאר מיט ראשית חכמה, אבער די שול פארמאגט דאס נישט, און אינדערהיים האב איך דאס אויך נישט... כ'דארף אנקומען צו א ספרים געשעפט דערפאר)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

לכאורה האט געשריבן:

פאר ראשית חכמה דארף מען האבן כלים צו קענען פארנעמען.

נישט געראטן פאר די וועלכע ליידן פון די מידלייף קריזיס.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.

שלמה מולכו האט געשריבן:

איך האב עס שוין איינמאל אדורכגעלערנט, מיט יארן צוריק

כ'ווייס נישט פון וועלכע קריזיס דו רעדסט...

שכח מנהל פאר די הערליכע פארזעצונג.

ספעציעל האב איך הנאה געהאט אז דו האסט אזוי שיין אויסגעשמועסט די געפילן אין ליזענסק, אזוי גייט עס, אזעלכע זאכן קענען געשעהן אויף א נסיעה און מדארף זיין גרייט דערפאר.

צוויי הערות.

1- איך בין זייער נייגעריג אויב איינער ווייסט די מקור אז קומען צו רבי ר אלימלךס ציון שטארבט מען נישט אן תשובה.

2- איך בין נישט אזא בקי בהלכה, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז לכחחלה דארף מען דאווענען אונטער א דאך, שטימט?

און צום שלוס, מנהל אז מאיז שוין יא אין ליזענסק נו וואזשע האסטע נישט געזאגט די תפלה קודם התפלה?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

לכאורה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
יישר כח מנהל! א געשמאק צו ליינען.

איך בין נייגעריג וואס אייער מוסר שיעור איז.
צו יענע צייט האבן מיר געלערנט "אורחות צדיקים" (ווי געשריבן אינעם טאגבוך)

במשך תשפ"ב האבן מיר געלערנט: פלא יועץ, תומר דבורה, אורחות צדיקים און קב הישר
תשפ"ג האבן מיר דערווייל געלערנט שערי תשובה לרבינו יונה, און יעצט לערנט מען מסילת ישרים (גראדע געוואלט אנהייבן דעם יאר מיט ראשית חכמה, אבער די שול פארמאגט דאס נישט, און אינדערהיים האב איך דאס אויך נישט... כ'דארף אנקומען צו א ספרים געשעפט דערפאר)
פאר ראשית חכמה דארף מען האבן כלים צו קענען פארנעמען.

נישט געראטן פאר די וועלכע ליידן פון די מידלייף קריזיס.
איך האב עס שוין איינמאל אדורכגעלערנט, מיט יארן צוריק

כ'ווייס נישט פון וועלכע קריזיס דו רעדסט...
סדא אזא זאך וואס הייסט מידלייף קריזיס, מזאל נישט וויסן.

סהאט עפעס צו טוען מיט שושקענען אין ביהמד ודוק.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אנדערע האבן שוין געפרעגט וועגן די תפילה קודם התפילה. איך קוק עס נישט אן אלס א זאך פון זאגן "ביים ציון", נאר דאס קען מען זאגן יעדן טאג אדער ווען מען וויל. (אנדערש ווי די ספעציעלע תפילה וואס דער ישמח משה האט פארפאסט צו זאגן ביים קומען צו א צדיק'ס ציון, וואס דאס האבן מיר יא געזאגט אויף זיין ציון).

לגבי דאווענען אויפ'ן דאך - עס איז געווען א שטילע פריוואטע דאך, מען איז נישט געשטערט געווארן דורך פארבייגייער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלמה מולכו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
יישר כח מנהל! א געשמאק צו ליינען.

איך בין נייגעריג וואס אייער מוסר שיעור איז.
צו יענע צייט האבן מיר געלערנט "אורחות צדיקים" (ווי געשריבן אינעם טאגבוך)

במשך תשפ"ב האבן מיר געלערנט: פלא יועץ, תומר דבורה, אורחות צדיקים און קב הישר
תשפ"ג האבן מיר דערווייל געלערנט שערי תשובה לרבינו יונה, און יעצט לערנט מען מסילת ישרים (גראדע געוואלט אנהייבן דעם יאר מיט ראשית חכמה, אבער די שול פארמאגט דאס נישט, און אינדערהיים האב איך דאס אויך נישט... כ'דארף אנקומען צו א ספרים געשעפט דערפאר)
פאר ראשית חכמה דארף מען האבן כלים צו קענען פארנעמען.

נישט געראטן פאר די וועלכע ליידן פון די מידלייף קריזיס.
איך האב עס שוין איינמאל אדורכגעלערנט, מיט יארן צוריק

כ'ווייס נישט פון וועלכע קריזיס דו רעדסט...
סדא אזא זאך וואס הייסט מידלייף קריזיס, מזאל נישט וויסן.

סהאט עפעס צו טוען מיט שושקענען אין ביהמד ודוק.
נו, מידלייף מיינט לכאורה זעכציג יאר, האלב פון 120...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
יישר כח מנהל! א געשמאק צו ליינען.

איך בין נייגעריג וואס אייער מוסר שיעור איז.
צו יענע צייט האבן מיר געלערנט "אורחות צדיקים" (ווי געשריבן אינעם טאגבוך)

במשך תשפ"ב האבן מיר געלערנט: פלא יועץ, תומר דבורה, אורחות צדיקים און קב הישר
תשפ"ג האבן מיר דערווייל געלערנט שערי תשובה לרבינו יונה, און יעצט לערנט מען מסילת ישרים (גראדע געוואלט אנהייבן דעם יאר מיט ראשית חכמה, אבער די שול פארמאגט דאס נישט, און אינדערהיים האב איך דאס אויך נישט... כ'דארף אנקומען צו א ספרים געשעפט דערפאר)
פאר ראשית חכמה דארף מען האבן כלים צו קענען פארנעמען.

נישט געראטן פאר די וועלכע ליידן פון די מידלייף קריזיס.
איך האב עס שוין איינמאל אדורכגעלערנט, מיט יארן צוריק

כ'ווייס נישט פון וועלכע קריזיס דו רעדסט...
ווער ס'האט מורא, זאל לערנען שער האהבה פאר שער היראה.

אייגענטליך, ס'מער דא מורא צו האבן אויב מ'לערנט עס נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שלמה מולכו האט געשריבן:
2- איך בין נישט אזא בקי בהלכה, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז לכחחלה דארף מען דאווענען אונטער א דאך, שטימט?
א דאך האב איך נישט געהערט.. מוקף מחיצות דארף זיין..

דארף מען וויסן צו אויף א דאך זאגט מען גוד אסיק..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ס'געווען געהעריג מוקף מחיצות
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לכאורה האט געשריבן:
אנדערע האבן שוין געפרעגט וועגן די תפילה קודם התפילה. איך קוק עס נישט אן אלס א זאך פון זאגן "ביים ציון", נאר דאס קען מען זאגן יעדן טאג אדער ווען מען וויל.
שטארק הנאה פון דעם, כאטש איך וואלט יא געזאגט, און ווען איך בין אין בארדיטשוב וואלט איך געזאגט גאט פון אברהם אויך דינסטאג מיטאג.
אבער דאך ווייזט דאס אוף א מח שליט על הלב.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

איינס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
אנדערע האבן שוין געפרעגט וועגן די תפילה קודם התפילה. איך קוק עס נישט אן אלס א זאך פון זאגן "ביים ציון", נאר דאס קען מען זאגן יעדן טאג אדער ווען מען וויל.
שטארק הנאה פון דעם, כאטש איך וואלט יא געזאגט, און ווען איך בין אין בארדיטשוב וואלט איך געזאגט גאט פון אברהם אויך דינסטאג מיטאג.
אבער דאך ווייזט דאס אוף א מח שליט על הלב.
איך גלייב אז ווען איינער וואלט דערמאנט דעם עולם אויפן פלאץ צי זאגן דעם תפילה וואלט מען עס געזאגט, נאר אז מען האט פארגעסן פרובירט עס דער מנהל צי פארווישען.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דייווער האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
אנדערע האבן שוין געפרעגט וועגן די תפילה קודם התפילה. איך קוק עס נישט אן אלס א זאך פון זאגן "ביים ציון", נאר דאס קען מען זאגן יעדן טאג אדער ווען מען וויל.
שטארק הנאה פון דעם, כאטש איך וואלט יא געזאגט, און ווען איך בין אין בארדיטשוב וואלט איך געזאגט גאט פון אברהם אויך דינסטאג מיטאג.
אבער דאך ווייזט דאס אוף א מח שליט על הלב.
איך גלייב אז ווען איינער וואלט דערמאנט דעם עולם אויפן פלאץ צי זאגן דעם תפילה וואלט מען עס געזאגט, נאר אז מען האט פארגעסן פרובירט עס דער מנהל צי פארווישען.
עס הענגט א ריזיגע שילד אינעם אוהל הקדוש מיט די תפילה, נישט שייך צו פארגעסן דערפון...
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

זייער שיין מנהל. כ'ווארט שוין צו הערן איבער לובלין, וואס דארט בין איך נישט געווען דערווייל, כאטש זייענדיג דעם חוזה'ס אן אייניקל.

איבער דעם נישט זאגן די תפילה קודם התפילה, און איבער נישט שפירן קיין ספעציעלע התעוררות ביים ציון, איז איינס פארענטפערט דעם צווייטע.
איך בין געווען כמה פעמים אין ליזענסק, אהן קיין דרשות הכנה, און תהלים איז דאך תהלים, אבער ווען כ'האב דערנאך געזאגט די תפילה קודם התפילה, און אינזינען געהאט די פירוש המילות, זענען מיינע אויגן פייכט געווארן, נאכדעם מיינע באקן, און נאכדעם מיינע טישוס. [זייענדיג א גאליציאנע דורך און דורך, איז עס עפעס וואס אפילו ביי מיין חופה האב איך מיר נישט געקענט ברענגן דערצו].

פראבירט עס נעקסטע מאל, און וועט איר זען.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

תינוק האט געשריבן:
זייער שיין מנהל. כ'ווארט שוין צו הערן איבער לובלין, וואס דארט בין איך נישט געווען דערווייל, כאטש זייענדיג דעם חוזה'ס אן אייניקל.

איבער דעם נישט זאגן די תפילה קודם התפילה, און איבער נישט שפירן קיין ספעציעלע התעוררות ביים ציון, איז איינס פארענטפערט דעם צווייטע.
איך בין געווען כמה פעמים אין ליזענסק, אהן קיין דרשות הכנה, און תהלים איז דאך תהלים, אבער ווען כ'האב דערנאך געזאגט די תפילה קודם התפילה, און אינזינען געהאט די פירוש המילות, זענען מיינע אויגן פייכט געווארן, נאכדעם מיינע באקן, און נאכדעם מיינע טישוס. [זייענדיג א גאליציאנע דורך און דורך, איז עס עפעס וואס אפילו ביי מיין חופה האב איך מיר נישט געקענט ברענגן דערצו].

פראבירט עס נעקסטע מאל, און וועט איר זען.
התעוררות איז א זאך וואס ארבעט ביי יעדן אנדערש.
סאיז נישטא קיין רעסעפי, כאטש ווי דו שרייבסט מקען דאס טרייען אויפוועקן.

א אינגערמאן האט מיר אמאל פארציילט ער איז אמאל געפארן קיין ארץ ישראל צו מקומות הקדושים, דארפנדיג א ישועה האט ער געהאט ביי זיך אין קאפ אז מגייט גיין אין מירון און ביי רבי שמעון גייט מען איינרייסן.
למעשה האט ער דארט אויסגעזאגט תהלים, אבער סהאט זיך נישט געפילט עפעס ספעציעל. אנקומענדיג ביים בת עין האט אים געכאפט א התעוררות, און ער האט דארט שטארק איינגעריסן. עד כדי כך אז ער איז געווארן ממש א חסיד פון בת עין, אנגעהויבן לערנען זיין ספר און שיקט יעדן מאל א קוויטל אהין. (א מעשה פון צען יאר צוריק, נאך פאר סאיז געווען די געגייעכץ צום בת עין).
די נקודה איז אז יעדער האט זין שורש נשמה, און יעדער האט זיין צייט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

ממעג שוין בעטן פאר נאך ?
מיר זענען הונגעריג !
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מערכות הקודש האט געשריבן:
ממעג שוין בעטן פאר נאך ?
מיר זענען הונגעריג !
מ'האלט שוין לאנג ווייטער פון קערעסטיר..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

אוראייניקל האט געשריבן:
מערכות הקודש האט געשריבן:
ממעג שוין בעטן פאר נאך ?
מיר זענען הונגעריג !
מ'האלט שוין לאנג ווייטער פון קערעסטיר..
:lol:
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מען מעג און מען מוז בעטן, נאר אזוי וועל איך זיך נעמען דערצו...

----
בנוגע התעוררות, עס ווענדט זיך אין אזויפיל ארומיגע דעטאלן

ביי די אוקריינער נסיעה איז מיין הויכפונקט - ווי געשריבן באריכות - געווען ביים בעל שם טוב הקדוש, ווידעראום ביי די יעצטיגע נסיעה איז דער הויכפונקט געווען - ווי מיר וועלן אי"ה אנקומען דערצו - בשעת קבלת שבת אין די מערה.

איך האב שוין אונטערגעפירט עטליכע קינדער אונטער די חופה, און דערווייל נישט געשפירט אזא התעוררות ווי ביי די דערמאנטע צוויי ערטער.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל י"ט - לובלין

אויף א דאך אין לובלין, שיינע צוויי שטאק העכער די ערד פלאך, שטייט א יונגערמאן מיט א טלית בייטל און רעכט זיך צו שטעלן דאווענען. אונטן טוט זיך א הו-הא פון א געהעריגע שטאט, אינדוסטריאלע און רעזידענטליכע געביידעס פארפולן דעם האריזאנט, רויך שלענגעלט זיך אין די הייך פון קוימענעס, מענטשן שפאצירן אין די מאסן, אנדערע ביציקלירן אדער שפאצירן גאר מיט'ן הונט - א געווענליכע סצענע פון 'כל עיר על תילה בנויה'. אבער וויי געוואלד, אט דער עיר זעלבסט איז אמאל געווען דער 'עיר האלקים'! דא האט געוואוינט דער הייליגער לובלינער, דא האבן געוואוינט הונדערטער יארן פריער גדולי האחרונים ווי דער מהרש"ל, דער מהר"ם לובלין און נאך, און דא האט געוואוינט קנאפע הונדערט און עטליכע צוואנציג יאר צוריק דער כהן הגדול רבי צדוק; אט דא האט געווירבלט א ישיבת חכמי לובלין מיט לעבעדיגע ספרי תורה וואס איטליכער פון זיי האט זיך געדארפט פארהערן גאנצע סדרים אין ש"ס בעל פה צו ווערן אנגענומען, עס האבן דא געלערנט גדולי עולם וואס האבן אונז געקארמעט ביז לעצטנס. און אהה... יעצט איז זי מושפלת עד שאול תחתיה, ווען מען זעט באשיינפערליך דער שועלים הלכו בו רח"ל - ווי מיר וועלן באלד צוקומען.

איך טו זיך אן די טלית און תפילין און שטעל זיך דאווענען מיט א שטארקע קאנצענטראציע. ארום מיר איז פוסט און ליידיג, בלויז טישלעך און פאטעלן און אייניגע ליידיגע ביר פלעשער וואלגערן זיך אויפ'ן דאך, באגלייט מיט עטליכע פלאנצונגען. איך דאוון טאקע ביחידות, אבער איך בין מקשר מיינע מחשבות צו די הונדערטער טויזנטער אידן וואס האבן געלעבט און געשאפן אין דעם שטאט, די קדושים אשר בארץ המה וועלכע זענען פון דא אוועקגעפירט געווארן צו זייער לעצטן וועג, חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן געדינט השי"ת מיט א פולשטענדיגע תמימות זייענדיג אויסגעזעקלט פון סיי וועלכע מאטעריאליסטישע האב און גוטס. מיינע זיידעס האבן זיך נישט געדרייט אין לובלין - ווי ווייט איך ווייס, אבער מיין חסידות שלענגעלט זיך קיין אוהעל און צאנז, פלעצער וואס האבן געאטעמט און געשטרעבט לובלין, בין איך דאך נישט צו ווייט פונעם שורש.

איך הייב אן פון מה טובו און זאג אפ דעם גאנצן סידור ביז נאך עלינו לשבח, ווען צייטנווייז פאלט מיין אויג אויף די שטראסע פארנט פון מיר, דער וועלדל וואס דינט אלס שפאציר גארטן פאר די לאקאלע איינוואוינער, און א שטיקל וואסערל וואס שלענגעלט זיך דערנעבן. שוידערליך צו טראכטן וואס די ביימער אין וואלד זענען אלץ עדות אויף און וויפיל בלוט האט זיך שוין אויסגעמישט אין די קלארע ריינע וואסערן. ארץ ארץ אל תכסי דמם.

נאכ'ן דאווענען לערן איך אביסל חומש רש"י מיט די תפילין, טויש איבער צו די תפילין דרבינו תם און לערן ווייטער אפאר פסוקים, און דאן לייגט מען צוזאם די תשמישי קדושה ומצוה און מען שפאנט צוריק אריין אינעם האטעל גופא וואו מען גייט כאפן א בליק וואס דער עולם טוט, און צי מען איז שוין בכלל אויפגעשטאנען. איך גיי אריין אין מיין צימער, און עס דאכט זיך מיר אז דער צווייטער בעט איז ליידיג, א סימן אז מיין זוהן דרייט זיך שוין ערגעץ וואו ארום. איך גיי אריבער צום צווייטן צימער - וואו די אנדערע האלב פון די גרופע איז געשלאפן - און איך זע אז דארט איז ער נישט. איך הייב אן ווערן פאר'דאגה'ט. וואו געפינט זיך יעצט מיין חתן בחור? אויב נישט אין מיין צימער, נישט אין די אנדערע צימער, און זיכער נישט אויפ'ן דאך פון וואו איך קום אקורשט, בלייבט מיר בלויז איבער צו ציטערן וואו ער האט זיך אוועקגעכאפט... (איבערגעטריבענע פחד? פילייכט זענט איר נישט א טאטע צו א בחור היינטיגע טעג).

ממש א שפאן אוועק פון מיין צימער האט זיך געפינען די 'שוויץ', און עפעס האט מיר געזאגט אז מיין נייגעריגער צדיק האט זיך אהין אריינגעזען... מען קען זיך אריינבאקומען בלויז מיט א שליסל פונעם צימער, אבער יעדע צימער האט דאך צוויי שליסלעך און איינס ליגט ביי מיין זוהן; איך ווייס וואו ער איז!

א גוי שטייט ביים טיר פונעם שוויץ און וויל אריינגיין, אבער עס געלונגט אים נישט צו עפענען די טיר. איך פרוביר אים צו העלפן, ווען באמת מיין איך מיך... איך וויל אויך אריינגיין און טרעפן מיין פארלוירן קינד. דער טיר עפנט זיך און מיר גייען ביידע אריין. איך רוף אויס זיין נאמען, אבער קיינער רופט זיך נישט אן. איך גיי אריין אינעווייניג, און זע אז דער פלאץ איז איינגעטיילט אין צימערלעך וואו מען זעצט זיך אויס און מען ווערט אנגעשוויצט, און צו מזל זענען די טירעלעך פון די צימערלעך פארהויכט, אזוי אז איך האב נישט געזען די ערלים וואס האבן זיך געהאלטן אינמיטן שוואוילטאגן דארט.

איך גיי ארויס פון דארט אינגאנצן צעטומלט, וואו איז מיין בחור??? איך לויף נאכאמאל אריין צו מיר אין צימער, און אט דרייט ער זיך דארט ארום ווי ביים טאטן אין צימער... ער טענה'ט אז ער איז געהעריג דא געווען די גאנצע צייט, איך האב אים נאר נישט באמערקט זייענדיג איבערגעדעקט מיט'ן דאכענע... נו שוין, אפגעקומען מיט אביסל שרעק און החשדה בכשרים.

יעצט איז געווען דער צייט פון מיין זוהן צו דאווענען, און ער איז טאקע ארויס אויפ'ן זעלבן דאך און אראפגעלייגט א שחרית מיט'ן דאשיקל אנגעטון, ווי א ריכטיגער פארצייטישער לובלינער בחור'ל. ווען יעדער האט שוין געענדיגט דאווענען האט מען עטוואס טועם געווען פון די שיורי אוכלין וואס האבן זיך פארוואלגערט אין די רענצלעך, היימישע געבעקסן וואס האבן געקלעקט גאנץ לאנג לפי ערך.

עס איז שוין געווען ארום האלב צוועלף פארמיטאג ווען אונזער שיירא האט פארלאזט דעם ארטשי האטעל אויפ'ן וועג צו די געביידע פון ישיבת חכמי לובלין, וואו מען האט אונז געזאגט אז מען קען אפנעמען די שליסלעך צום אלטן און נייעם בית החיים פון לובלין וואו מיר האבן געוואלט באזוכן.

מיר קומען אן פארנט פון די מאיעסטעטישע פרעכטיגע געביידע וואס שטייט נאך מיט שטאלץ, ווען פונדרויסן שטייט אויפגעשריבן "ישיבת חכמי לובלין - למהר"ם שפירא זצ"ל" אויף לשון הקודש און דערונטער להבדיל אויף די פוילישע שפראך, און אונטערדעם שטייט "לכו בנים שמעו לי יראת ד' אלמדכם", און גלייך העכער'ן אריינגאנג געפינט זיך דער עמבלעם פונעם היינטיגן "אילן האטעל" וואס איז דארט קווארטירט.

מיין זוהן האט זיך אהערגעשטעלט ווי א בחור'ל פון לאמזשע צי וואו וואס איז געקומען זיך פארהערן ביי רבי מאיר שפירא... ער האט זיך אנגעטון דעם דאשיק און כאלעטל, און פארבארגן די שיינע געקרייזלטע פיאות אונטער'ן קאפל, לאזנדיג אינדרויסן א דינע מאסע פון צעפלויגענע העראלעך... אזוי קוקט מען אויס ווען מען פליט שוין ארום נאנט צו פיר מעת לעת...

מיר שפאנען אריין אין הויפט אריינגאנג און פארקירעווען זיך זייטיג צום אויפנאמס טישל. די אומהעפליכע סעקרעטארין וויל וויסן וואס מיר ווילן, און מיר פרובירן זאגן אויף אלע שפראכן אז מיר ווילן די שליסלעך צו די אידישע סעמעטעריס. ווען זי באגרייפט אונזער באגער, זאגט זי אונז מיט באדויער אז די שליסלעך ליגן יעצט נישט ביי איר, זינט אנדערע האבן דאס נישט לאנג צוריק איבערגענומען פון איר און זענען נאכנישט צוריקגעקומען דערמיט. ביים ארויסנעמען די שליסלעך דארף מען איינלייגן די פאספארטן, צו מאכן זיכער אז מען אנטלויפט נישט מיט די ווערדפולע מפתחות. מיר פרעגן אויב מיר קענען דערווייל כאפן א בליק אין די "ישיבה", אבער דאס קאסט שוין געלט... וויפיל קאסט עס? ארום צען דאלער א קאפ. קיין פראבלעם. מיר סווייפן קרעדיט קארטלעך און זי בעט דעם עלטערן שומר הפתח וואס קלאצט דארט די גאנצע צייט, ער זאל אונז באגלייטן און עפענען די פארריגלטע טויערן.

די קומענדיגע דריי-פערטל שעה זענען מיר געווען אין אן אנדערן פלאנעט.

מען האט אונז ערלויבט ארויפצוגיין די שטיגן צום היכל הישיבה, וואו מיר זענען אריין און שאקירט געווארן פון די אויטענטישע שיינקייט און נאכמער פון די פוסטקייט און הוילקייט וואס שפירט זיך דארט אינעם חלל. אט צווישן די פיר ווענט האבן געהארעוועט גורי האריות, גאונים אין פולן זין פון ווארט, במשך לאנגע יארן על התורה ועל העבודה. רבי שמעונ'לע זעליחובער האט דא פארגעלערנט זיינע קלארע און שארפע שיעורים, דא האט ער אריינגעגעבן אין די תלמידים א חשקות התורה און זיי אונטערגעצימבלט אז זיי קענען נאכנישט גענוג גוט און ווייסן נאך גארנישט - די תורה איז ריזיג גרויס!

די ערשטע זאך האבן מיר זיך ספאנטאן אונטערגעברימט פארשידענע חורבן ניגונים, א שטייגער ווי 'על זה הי' דוה לבנו על אלה חשכו עינינו, על הר ציון ששמם שועלים הלכו בו, אתה ה' לעולם תשב כסאך לדור ודור, למה לנצח תשכחנו תעזבנו לאורך ימים' [איך קען א פרחי ניגון אויף די ווערטער, און אויך א ניגון וואס ווערט געזינגען דורך מרדכי ווערדיגער אין זיין קומזיץ אויף א דאך אין ירושלים העתיקה], ווערטער וואס רעפלעקטירן שטארק דעם הוילן געפיל וואס פאטשט אין פנים אין דעם געוועזענעם ווירבלענדן מקום תורה וואס דינט היינט אלס מוזעאום.

מיר האבן באשלאסן צו כאפן א לערן אויף די טישן און בענק פונעם ארט לעילוי נשמת די קדושים וואס האבן זיך דא געדרייט. אריינגייענדיג אינעם אנגעבליכן אוצר הספרים, האבן מיר אבער געטראפן ליידיגע שענק, ווען בלויז עטליכע היינטיגע סידורים, חומשים און ש"ס'ן פארפילן דעם ארט פון די אמאליגע ספרי קודש. דא האבן מיר באמערקט אז דער ארט דינט אין די יעצטיגע שעת מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע אלס א שטיקל מקום מקלט פאר פליטי חרב, ווען אוקריינער פליטים האלטן זיך אויף צווישן אנדערע שטעט אויך אין לובלין, און די ישיבה איז אוועקגעשטעלט געווארן אלס א דעי קעיר צענטער פאר די יונגע פליכטלונגען. אינעם אוצר הספרים האבן מיר געטראפן בערעלעך און שפילצייג און ביכלעך מיט אוקריינישע בוכשטאבן.

איך האב צופרי אינעם האטעל געלערנט אפאר משניות אין מסכת יומא, האב איך יעצט אויפגעזוכט א גמרא יומא און אויפגעמישט צו דעם זעלבן משנה, און בחברותא מיט מיין חבר דאס דורכגעלערנט במשך אפאר מינוט, ווען אונזערע זיהן זיצן אויף אן אנדערן באנק און זענען פארטון אין זייערע אייגענע לימודים. דאן האבן מיר זיך אויפגעשטעלט, צוריקגעשטעלט די ספרים, און געכאפט א שפאציר איבער די לענג און ברייט פון דעם היכל. עטליכע פון אונז האבן זיך ארויפגעשטעלט אויף די הויכע שטיגן וואס פירן צום ארון הקודש און זיך אהערגעשטעלט ווי א בעל דרשן וואס איז גערופן געווארן אויפצוטרעטן פאר די חכמי לובלין... ערגעץ אין דעם געביידע איז דאך געווען א צימער - לויט די לעגענדע - וואו מען האט אויסגעלערנט די בחורים האלטן דרשות, איז דאך דער מקום גורם זיך צוצופאכענען אין דעם פאך.

אלע ווענט און שטיגן זענען באהאנגען מיט גרויסע בילדער און באשרייבונגען וואס שילדערן די היסטאריע פון דעם ארט, אנגעהויבן פון איר גרינדונג, דער לוי' פון מהר"ם שפירא, און מערערע הויכפונקטן פון דער ישיבה במשך די יארן. מען זעט אויך בילדער פון מערערע בחור'לעך וואס האבן דא געלערנט, בילדער פונעם אוצר הספרים, פונעם עס זאל און א "סדר הלימודים" צעטל. ביי איין צימער איז דא א ריזיגע פארטרעיט פונעם מייסד הגר"מ שפירא וואס צייגט אים שפאצירן מיט א שירעם אין א לעבנס-מאס בילד, און טייל פון אונזער גרופע האט זיך אהינגעשטעלט בילדערן כאילו זיי שפאצירן מיט'ן גאון און געבן אים שלום... [קרישקעלע: איך האב שטילערהייט צוגערופן מיין חבר און אים געצייגט אויף איינע פון די באשרייבונגען דארט, וואס רעדט פון די רביצין אשת ר' מאיר שפירא, וואו די ווארט 'ווייב' ווערט איבערגעטייטשט אויף פויליש אלס 'ZONA'... יעצט זע איך אויף גוגעל טראנסלאציע אז דאס באדייט טאקע א ווייב, און אויך א ריפ - שטימט גוט מיט ויקח אחת מצלעותיו וגו'. ויהי לפלא].

נאכ'ן ענדיגן דעם טור אינעם ישיבה [אנעם טורגייד, מיר האבן אים געשיקט קלאצן ביים טיר, זינט מיר קענען זיך בעסער אן עצה געבן אן זיין הילף], זענען מיר אראפ צום בעיסמענט פון די געביידע, וואו עס געפינט זיך טאקע א מקוה, אבער איז שוין געווען צוגעשפארט צו יענע צייט. אין איינע פון די צימערן אין קעלער האבן מיר באמערקט א כמו 'תומכי שבת' זאמלונג וואו גוטהארציגע מענטשן ברענגען פראדוקטן צו פארטיילן פאר די אוקריינער פליטים. געשטאנען זענען דארט עטליכע עלטערע אידענעס (אדער להבדיל פאלאקן) און מסדר געווען די עסנווארג, פעמפערס און אנדערע נויטבאדערפיגקייטן וואס מענטשן האבן מנדב געווען פאר די אוקריינער. מיר האבן זיי באגריסט און באדאנקט פאר'ן העלפן די פאריאגטע און פארפלאגטע אוקריינער, און מיין חבר האט איבערגעלאזט א נדבה אין פארעם פון קעש.

א פערטל נאך צוועלף מיטאג, ווען מיר זענען פארטיג געווען צו באטראכטן אויך דעם אונטערערדישן שטאק, זענען מיר צוריק ארויף צום אויפנאמע טישל וואו די סעקרעטארשע האט אונז געמאלדן אז די שליסלעך פון די בתי חיים זענען צוריק, און מיר האבן אריינגעגעבן אונזערע פאספארטן און באצאלט דעם אפצאל מיט א ק"ק און אפגענומען די צוויי שליסלעך. מיר זעצן זיך צוריק אריין אין קאר און יושע מנחם ליפערט אונז אפ צו די בתי חיים. צוערשט זענען מיר געגאנגען צום נייעם בית החיים, מקום מנוחת ר' לייבעלע איגר און ר' צדוק הכהן מלובלין זי"ע.

דער גאנצער בית החיים איז א שטיק פלוין, אן קיין זכר פון קיין מציבות. דער גדר ארום איז צוזאמגעשטעלט פון כמו מציבות און אייזערנע גראנדיעזע מנורות. ביים הויפט אריינגאנג מאכט מען א לינקס, מען שפאצירט אראפ דעם גאנצן ברייט פונעם באוואקסענעם פעלד, און אנקומענדיג ביים וואנט דרייט מען זיך מיט דערמיט און מען שפאצירט ווייטער דורך דעם גאנצן לענג דערפון, ביז ענדליך נאך א גאר לאנגע שפאציר דערגרייכט מען א פארשפארטן אוהל וואו עס ליגן די הייליגע צדיקים. מיר האבן פרובירט אויף אלע אופנים זיך אריינצובאקומען אינעם אוהל, אבער אן ערפאלג. מיר האבן זיך געמוטשעט אריינצוקוקן דורך די שפארעס פון די גראטעס, און באוויזן אפצוליינען די טעוועלעך אויף די ווענט וואס דערציילן ווער עס ליגט דארטן. מיר האבן געצינדן ליכט אויף די פענסטער אינדרויסן און געזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים, און דאן האבן מיר געמאכט דעם לאנגן וועג צוריק צום ארויסגאנג, וואו מיר האבן געטראפן א טאטע און זוהן - ערלים גמורים - אריינוואנדערן אינעם אידישן סעמעטערי. מיר האבן זיך פון איין זייט געפריידט אז נאך א פאלאק דערציילט פאר זיין זוהן איבער די היסטאריע פונעם אידישן פאלק און צייגט אים די חורבנות פונעם וועלט קריג, אבער מיר קענען דאך נישט אפן לאזן דאס פלאץ און מיר איילן זיך שוין צוריקצוגעבן די שליסלעך. מיר האבן זיך אנטשולדיגט פאר דעם גוי און געזאגט אז מיר דארפן שליסן דעם ארט, ער זאל מוחל זיין און ענדיגן זיין שפאצירל ערגעץ אנדערש.

פון דארט זענען מיר צוגעפארן צום אור אלטן בית החיים, וואו עס שטייען נאך געוויסע פון די אריגינעלע מציבות, און דארט האט אונז אנגעכאפט א גרעסערע שוידער, זעענדיג אויפ'ן טאוול אינדרויסן אז דא אויף דעם בית עלמין האבן די נאציס ימ"ש אויסגע'שחט'ן מאסן אידן הי"ד - ארץ ארץ אל תכסי דמם. אריינגייענדיג אין דעם בית החיים, גייט מען גלייך ארויף א שטאק מיט שטיגן צו א הויכע בארג וואו עס געפינט זיך באלד דער ערשטער אידישער מציבה אין גאנץ פוילן, עס איז ארומגענומען מיט א צוים. נישט ווייט דערפון ליגט דער בארימטער ר' שלום שכנא פון לובלין - דער שווער פונעם הייליגן רמ"א - וועלכער איז שוין נפטר געווארן מיט אזא פיר הונדערט און פופציג יאר צוריק. איין אלטע מציבה וואס שטייט נישט ווייט דערפון, האט א שיינע רינדעכיגע לאך אין צענטער דערפון, קענטיג פון א קאנאן וואס איז דורכגעפלויגן בשנות הזעם.

דארט אויפ'ן בארג ליגט דער הייליגער חוזה אין א פארצוימטע אהל, מיר האבן געצינדן ליכט און געזאגט תהלים, און אינצווישן באמערקט אז מיר זענען נישט אליין. א היימישע פארפאלק איז פונקט אנגעקומען אהין, און הערנדיג פון די שליסל פארוואלטער אז מיר האבן יעצט דעם שליסל, זענען זיי אהינגעקומען און טאקע געטראפן דעם בית החיים אפן.

פון דארט זענען מיר געגאנגען טיפער אינעם בערגיגן בית עלמין, ביז מיר האבן דערגרייכט די אור אלטע מצבה פונעם הייליגן מהרש"ל. א ציטער האט אונז באנומען צו שטיין ביים קבר פון אן אור עלטער זיידע פון עטליכע הונדערט יאר צוריק. דארט שטייט די שיריים פון די אריגינעלע מצבה אויף איין זייט, און אויף די אנדערע זייט א פרישע מצבה. זעענדיג אז עס איז נישטא וואו צו צינדן דארט ליכט, האט מיין באגלייטער פארגעשלאגן אז אלס אייניקל זאל איך זיך אונטערנעמען צוצושטעלן אזאנס... איך ציטער אבער פון אזעלכע סארט קבלות וואס איך ווייס נישט וויאזוי דורכצופירן, און איך האב זיך טאקע גארנישט פארגענומען... מיר האבן דארט געזאגט תהלים און זיך מזכיר געווען ביים זיידן מיט אלע נעמען אויף די קוויטלעך.

דאן האבן מיר ווייטער שפאצירט אין דעם חרוב'ן בית עלמין צווישן צעהאקטע רעשטלעך שטיינער פון אור אלטע מצבות, אראפגעפאלענע ביימער, און סתם הויכע גראזן וואס קיינער קימערט זיך נישט דערמיט. ביי איין פלאץ האבן מיר געטראפן א טיפע גרוב, מעגליך פון א גרויסע באמבע וואס האט דארט געלאנדעט, אדער האבן די נאציס גאר געצווינגען די אידן דאס צו גראבן בעפאר זיי זענען אהין אריינגעשאסן געווארן רח"ל. עס איז געווען גאר א שטארקע איבערלעבעניש צו קלעטערן צווישן די קברים דארט, צוריקטראכטנדיג וואס דא איז פארגעקומען מיט קנאפע אכציג יאר צוריק.

מיר האבן פארלאזט דעם בית החיים און צוריקגעטראגן די שליסלעך צום אילן האטעל, צוריקגענומען די פאספארטן און זיך ארויסגעלאזט ווייטער אין וועג. מיר האבן פארלאזט לובלין דאנערשטאג אמור אום האלב צוויי מיטאג, ווען אונזער קומענדיגע סטאנציע איז קאזניץ - א וועג פון אומגעפער אנדערטהאלבן שעה.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ט (לובלין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זייער שיין!! א דאנק פארן פארזעצן
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ט (לובלין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

עמאציאנעל!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ט (לובלין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

הערליך
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”