אריינגעשמיסן...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

עס שטייט אין די וואכ'יגע פרשה: "וְכִי יָמוּךְ אָחִיךָ וּמָטָה יָדוֹ עִמָּךְ וְהֶחֱזַקְתָּ בּוֹ".
איז שווער, וואס איז דער ווארט "עמך", עס זעט אויס ווי עס איבעריג.

*

"באדינער!" רופט דער קעניג אויס.
"צום באפעל", קומט דער באדינער צו לויפן, פרעגנדיג: "וואס קען איך טון פארן קעניג?".
"הער צו! רוף מיך אהער מיין קלוגסטע ראטגעבער, דער חכם קלארק, ער זאל זאפארט אהערקומען".

דער באדינער לויפט אריבער צום חכם אינדערהיים און גיבט אים איבער די פארלאנג פונעם קעניג ער זאל שוין קומען צום פאלאץ.

חכם קלארק קומט אן צום פאלאץ, פארנויגט זיך צום קעניג, און פרעגט מיט וואס ער קען העלפן. דער קעניג זאגט אים: "הער זיך צו מיין קלוגער ראטגעבער. דו ווייסט, איך ווער נישט יונגער און איך דארף מיר צוגרייטן א גוטע נאכפאלגער, וואס זאל קענען רעגירן אויפן לאנד ווי עס דארף צו זיין נאך מיין טויט. מיין איינציגסטע זון דער קרוינפרינץ ארטור, איז זייער א פארשטענדליכער און ער וועט זיין דער פאסיגער קאנדידאט מיך צו ערזעצן ווען איך וועל מיר געזעגענען, אבער ער האט דאך נאך קיינמאל קיין מלוכה נישט געפירט, וויל איך אז דו זאלסט קומען דא אין פאלאץ יעדן טאג, לערנען מיט מיין ארטור אלע דעטאלן פון א מלוכה, וויאזוי מען באגייט זיך אין א פאלאץ מיט אלע קעניגליכע צערעמאניעס, וויאזוי מען פירט א לאנד מיט סוקסעס, און דאס גלייכן, אזוי אז ווען דער צייט וועט קומען, זאל ער מיר קענען גלייך איבערנעמען און זיין א באליבטער און סוקסעספולע קעניג".
"צום באפעל" נויגט זיך דער חכם צום קעניג, "מארגן צופרי וועלן אונז אנהויבן".
"זייער גוט" זאגט דער קעניג צופרידן, "איך וועל דיך נישט שולדיג בלייבן. ווען דו ענדיגסט די גאנצע לערנונג, וועסטו שיין באלוינט ווערן פון'ם קעניגליכן קאסע".

צומארגנס, איז דער חכם געקומען אינ'ם פאלאץ און אנגעהויבן צו לערנען מיט פרינץ ארטור. אזוי האט עס אנגעהאלטן עטליכע חדשים נאכאנאנד, ביז ער האט זיך איבערצייגט אז פרינץ ארטור האט אלעס גוט אויפגעכאפט, און איז גרייט פאר דעם פארהער וואס דער קעניג גייט איבערגיין מיט אים, צו זיך איבערצייגן אליינס אין זיין גרייטקייט איבער צו נעמען די מלוכה, ווען דער צייט קומט.

פרינץ ארטור איז געקומען צום קעניג זיך פארהערן, דער קעניג האט אים גרונטליך אויסגעפרעגט אלע פראגעס, און דער קעניג איז געווען העכסט צופרידן.

דער קעניג לאזט רופן דעם חכם קלארק, און זאגט אים: "חכם קלארק, דו האזט געמאכט זייער א גוטע ארבעט, איך בין ממש איבערראשט. יעצט וועט מען דיר ברענגן דיין באצאלט".
"א גרויסן דאנק, הער קעניג", זאגט דער חכם, "אבער איין זאך דארף איך אים נאך אויסלערנען, אבער דאס דארף איך טון ביי מיר אינדערהיים".

דער קעניג שיקט זיין זון פרינץ ארטור צו דעם חכם'ס הויז. ווי נאר ארטור קומט אריין, האט זיך דער חכם ארויפגעווארפן אויף אים, צוגעבינדען די הענט און אים אראפגעלייגט אויפן ערד. ער האט גענומען א לעדערנעם קאנטשיק און אריינגעשמיסן אין אים צענדליגע פייערדיגע שמוץ אז עס איז געגאנגען א רויעך. ווען ער האט געענדיגט, האט ער אים אהיים געשיקט אינגאנצן פארוואונדעט און פארשעמט צום פאלאץ.

ווען דער קעניג האט געזען זיין פארוואונדעטע זון זיך אומקערן פונ'ם חכם'ס הויז, האט ער געברענט פון צארן, און באפוילן גלייך אהין צו ברענגען דעם חכם קלארק. "וואס האסטו געטון צו מיין זון?", האט דער קעניג געשריגן אויפגעברויזטערהייט.
"מיין געערטער קעניג", האט דער חכם געזאגט. "אויב וועט מיר דער קעניג ערלויבן, וועל איך פארשטיין געבן די גאנצע זאך. איך האב מיך טאקע איבערצייגט אז דער קעניג'ס זון האט זיך זייער גוט אויסגעלערנט אלע פרטים פון א מלוכה, אבער ווען ער וועט דארפן באשטימען אן אורטייל פון זיינע אונטערטאנען, און ער וועט וועלן צוטיילן א געוויסע סכום פון שלעק פאר א געוויסע געאורטיילטער, דארף ער צוערשט פארשטיין מיט וואספארא ליידן יעדער שמוץ איז ארומגענומען.
דיין זון האט נאך אין זיין לעבן נישט געליטן פון קיין שום שוועריגקייט, אלעס וואס ער האט געוואלט האט ער באקומען, און ניטאמאל א פאטש האט ער סיי ווען געכאפט, און ער וואלט נישט געהאט קיין שום וועג צו פארשטיין דעם ווייטאג פון די געאורטיילטע, אויסער אויב ער פילט דאס אויף זיינע אייגענע ביינער, פארדעם האב איך אים געגעבן דאס אנצולערנען, אזוי אז ווען עס וועט אויספעלן, וועט ער שוין זייער גוט וויסן וואס דאס מיינט".

דער קעניג'ס אויגן האבן אויפגעלאכטן, און ער האט באפוילן צו ברענגען נאך פרישע מתנות פארן חכם, פארן צושטעלן אזא וויכטיגע לעקציע פארן צוקונפטיגער קעניג.

*

זאגט דער הייליגער בן איש חי ז"ל: דער עושר בדרך כלל פילט נישט דעם הונגער פונ'ם ארימאן, ווייל אים איז אלעמאל גוט, און ער האט קיינמאל פון קיין הונגער נישט געוואוסט, ווען אומער ער איז הונגעריג, גייט ער זיך עפעס קויפן צוצובייסן. זאגט אונז דער הייליגער תורה: "ומטה ידו עמך", דו זאלסט דיך פארשטעלן און מאכן פילן כאילו דו ביזט דער ארימאן אליינס, און דעמאלס, ווען דו וועסט פילן ווי פאר'צער'ט דער ארימאן איז, וועסטו קענען צוהעלפן פאר די ארימעלייט מיט א ברייטע האנט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16945
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שיין שיין
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הערליך שכח!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דאס איז שוין גאר 'עפעס אנדערש'

זייער שיין געשריבן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דער האט אריינגעשמיסן אן האניג טריפענדע ארטיקל וואס קומט מיט א נמשל ’בילדט אין’ נאך אויך.

אה הא, א משל פון בן מלך וואס קען זיי בעסערס.

טענקס
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער שיין און בא’טעמ’ט (אהטש שטארקע פעטש געוועהן)
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

געשמאק און באלערנד!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

הערליכע ארבעט.
דאכט זיך מיר כ'האב שוין אמאל געהערט דעם משל, אבער אזוי גוט אויפגעלעבט איז נאכנישט געוועהן.
ס'איז שוין גאר נישט עפעס אנדערש...
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

דאכציך די משל איז מיר גאר היימיש... אבער אזוי גוט ווי דער יונגערמאן האט דאס אראפגעלייגט האביך נאכנישט געהערט, יישר כח!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-

א פיינע מלמד!

א קלארע הסברה.. און ער פארשטייט צו פעטש.. וואס דארף מען מער?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

זייער שיין. א דאנק אייך רב עפעס אנדערש.


ווער איז געווען דער צדיק וואס איז געגאנגען צאמנעמן געלט פאר ארימעלייט זאלן האבן האלץ צו הייצן...ארויסגערופן דעם גביר אין די קעלט...?
לעצט פארראכטן דורך עירמאנט'ער אום מוצ"ש מאי 21, 2022 9:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

זייער זייער שיין. און ליינט זיך פליסיג און געשמאק.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער שיין און גוט אראפגעלייגט..
ש'כח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

שיין, סימפל, קלאסיש, צו די זאך,
וואס איז די נעקסטע משל פון פריערדיגע ספרים וואס דו גייסט צולייגן? (מדרש רבה, דובנא מגיד, בן איש חי, ר' יאנקעלע גאלינסקי, ועוד)
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

גאוואלדיג!!
גא"מ לכל דברי העם הנאספים כל אחד בשמו הטוב יבורך, המספרים בשבח המאמר היקר הזה, בכל מיני שבח ותהילה, כפי פרי מחשבתם ועטם עמם, עד אשר לא השאירו לי מילה בפי, ממה שעלה ברעיוני להגיב על המאמר הזה, לכן והיה זה חלפתי, באמרי אמן וגם אני מצטרף...
יישר כח
פרידמאן פון לאנדאן
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 9:08 pm
לאקאציע: מאנסי

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידמאן פון לאנדאן »

עירמאנט'ער האט געשריבן:זייער שיין. א דאנק אייך רב עפעס אנדערש.


ווער איז געווען דער צדיק וואס איז געגאנגען צאמנעמן געלט פאר ארימעלייט זאלן האבן האלץ צו הייצן...ארויסגערופן דעם גביר אין די קעלט...?


דאכט זיך מיר
ר' אייזל חריף אין לאדזש

אין א דאנק עפעס אנדערש
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

זייער שיין. א דאנק
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

זייער שיין און געשמאק געשריבן
הנאה געהאט צו ליינען
יישר כח
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע: גלילות

Re: אריינגעשמיסן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

שיין שיין יישר כח
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי. קרעדיט יאנאש
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”