אושפיזין האט געשריבן:
אז 2000 יאר צוריק ווען כלל ישראל איז אויפגעשטאנען איין טאג אין שושן מיט קול קורא פלאקאטן אז די רבנים לאזן נישט גייען צו אחשורוש'ס סעודה זענען זיכער אויך געווען די אידן וואס האבן געהאט טענות ווייטער זענען די רבנים דא אונז אונטערדריקען און זיי טרעפן נאר פראבלעמען וכו וכו...........
און וועמענס אייניקלעך זענען מיר... פון די וואס זענען נאכגעגאנגען מיט א תמימות די פארקוועטשטע רבנים מיט זייערע איסורים.
וואס ביזטו מדמה מרדכי הצדיק וסייעתו צו סתם מנהלים? כאילו מיר אלע קענען נישט קיין מנהלים און מיר ווייסען נישט במה דברים אמורים...
מנהלים זענען איינפאכע מענטשען ווי מיר און דיר. איינער איז מער אויסגעהאלטען אין איין פרט און א צווייטער מער אויסגעארבעט אין אזא מדה. אבער אין אלגעמיין זענען זיי איינפאכע לייט וועלכע פירען א מוסד. זיי האבען נישט קיין דעת תורה, און זענען נישט קיין רבנים. סה"כ געלונגענע פירערס - און דאס זענען די גוטע מנהלים.
מילא ווען א תקנה קומט פון אן אדמו"ר, נו אן אדמו"ר איז דאך לכה"פ supposedly מורם מעם. אין זיין דזשאב דיסקריפשען שטייט אז מען דארף זיין אויסגעארבעט ביראת שמים ומדות. קען מען כאטש דערהערען דעם געדאנק פון יפתח בדורו, און אז די רבנים און גדולי ישראל מאכען א תקנה, איז עס מחייב כלל ישראל.
משא"כ ווען א מנהל מאכט א תקנה, אויב פארשטייט מען עס און עס מאכט סענס, מה טוב. און אויב נישט, איז ווילאנג דער קינד איז אינ'ם מוסד און מען דארף צוקומען צום מנהל'ס טובות, דארף ער פאלגען. אבער דעטס איט.
הייסט די ביסט מחולק מיט דעם וואס אונז ווייסן אז איינע פון די זכותים וואס די אידן האבן געהאט ארויסצוגיין פון מצרים איז געווען "נאר" וועגן זייער התנהגות כלפי חיצוניות? שם -לשון-מלבוש נישטא קיין ווארט וועגן זייער פנימיות
גדורים בעריות האסטו אויסגעלאזט. לא היו בהם דלטורין איז אויך נישט קיין חיצונית. און אפילו שם ולשון זענען אין א געוויסע בחינה פנימיות.
ס'נישט קיין שאלה אז אסאך תקנות און גזירות פון די חכמים איז געבויעט אויף חיצוניות
למשל וואס?
שבת קודש די צייט ווען אונז זענען די נאנטסטע צום אויבערשטען איז דא מער וואס, פון פאזיטיוו אדער נעגעטיוו ס'איז דא מער לא תעשה'ס אדער מער עשה'ס? אוודאי מער איסורים די גאנצע שבת איז פול מיט נעגעטיוו נישט דאס און נישט דאס און דאך פיל מיר אונז די נאנטסטע צום בורא
אז איינער פילט מיט די אלע איסורים פון די תורה און פון אונזערע מנהיגים אז עס אים פיינט האבן אידישקייט איז עס זיין פראבלעם אדער זיינע מחנכים אדער עלטערן נישט די פראבלעם פון דער וואס האט געמאכט דעם איסור
דער ערשטער איסור פונ'ם אייבערשטער איז געוועהן צו אדם הראשון. דו ווייסט וויאזוי דער איסור הייבט זיך אהן? מכל עץ הגן תאכל...
אזוי אויך מאכלות אסורות, זאת החיה אשר תאכלו מכל הבהמה אשר על הארץ.
פאר מנהלים איסור'ט זיך אסאך גרינגער ווי נישט.