כתב רבנות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

כתב רבנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

כתב רבנות
כשבת המלך על כסא מלכותו
מאן מלכי רבנן
כבוד והדר תעטרהו
זה השער, לאיש כסיל וָבַעַר, כי מנהג ישראל תורה, לְמַנוֹת פורים רב מלא אורה, וְאָנוּ בני הקהלה, עשינו בידינו פעולה, וְדָלַקְנוּ על ההרים, לחפש כפרים, מי יורה לנו דיעה, ברתת וזיעה, וישב על כסא כבודו, מרום הודו, לא נַחְנוּ, ולא שקטנו, ואכילה ושתיה ושינה מעטנו, עד אשר מצאנו, אשר חשקה נפשינו, ה"ה מרן רבינו, בתורה יהגה יומם וליל, ובעירינו המעטירה יעשה חיל, כי הוא יודע יפה, כל הא"ב בעל פה, וכבר התחיל קמץ א' אָ, מנופה בי"ג נפה, על כן יעלה ויבא ויגיע, ומלך ביפיו עלינו יופיע, וישמש כרב בקהלתינו הק' "פסל מקשה היוצא מן התיבא"
ה"ה כמוהר"ר שור נגח הוא מתמול שליט"א
וכדי שיבינו גם הקטנים, מעלת רבינו דשנים ורעננים, על כן בשפה אידיש הברורה, נודע לכל בעל הצורה, אונזער רב איז א אלטער רב, א אייניקל פון די ניין טעג מיט תשעה באב, ער איז שוין א בן תשעים, און האט אלע חושים, איידער ער טוט עפעס הערן, דארף מען אים אריין קולות'ן אין די אויערן, ער איז געווארן ערצויגן, בלינד אויף ביידע אויגן, אבער דער חוש המישוש טאקע איז ביי אים געזונט, ער נעמט צו אלע וואס ער געפינט, האט לאנגע הענט און פארדרייטע פיס, ער קען אונז בא'גנב'ענען פון קאפ ביז פיס, ער איז זייער שטארק אין תורא, א מכה אשר לא כתובה בתורה, ער איז א חריף ובקי, אויף אים שטייט אין פסוק ובעל השור נקי, ער איז נישט קיין גרויסע בעל הוראה, און נישט קיין קליינער בעל הודאה, נישט פון די גרויסע חכמים, און אויך נישט פון די קליינע נערנים, ער איז נאך געווען מלמד ביי די ארבעה בנים, ס'איז שוין צייט צו זאגן אויף אים בני אדם, ווייל שוחד נעמט ער פון ביידע צדדים, זיין הוראה אויף איסור והיתר, קומט פון די צייטונגען און די בלעטער, און פון זיין רייכן פעטער, אין טורי זהב און פרי מגדים, קוקט ער אריין ווי א האן אין בני אדם, ער איז נישט אזוי שלעכט, ווייל ער גיט ביידע גערעכט, אז מען פרעגט אים וועגן א לעפל, וואס פאלט אריין אין א פליישיגע טעפל, פרעגט ער וואס איז די גרייס, און צו די יאך איז הייס, רופט ער בזמין, און נאך בחפזון, זיין נאז גייט ארויף ביזן צווייטן שטאק, ער קלינגט מיט א גלאק, ער איז יעדן מופיע, אז ער איז א צדיק ורשע, ער איז דער מחבר פון "דובר שקרים" און נאך ספרים יקרים, ה"ה מורה מורינו נהורא נפישא, מלא ברשה, חסידה ופרישה, מאור הגולה, קרבן עולה, מאדע תרשישים חוטר, נוקם ונוטר, סורר ומורה, מרה שחורה, שורש פורה, מלא חימה, איבעית אימא, מטיל אימה

ה"ה ויזתא לאנגער ווא"ו שליט"א
ומזה הדברים אשר נדבר בינינו, שהתחייב רבינו, לעשות למען קהלתינו
א) גיין צו תשליך מיט א קיטל, פארברענען די חמץ די נאכט פן ניטל
ב) יעדן ראש השנה, מאכן קידוש לבנה, מיט גרויס כוונה
ג) קלאפן הושענות ביי די מגילה, בלאזן שופר אין קענפ פאר די קהלה
ד) טאנצן הקפות נאך ספירה ציילן, זיצן אין סוכה אין טיפע היצן
ה) שבעה עשר בתמוז צינדן חנוכה לעכט, שאקלען לולב אין די ווינטער נעכט
ו) פוצן שניי וואשן אונזער פלאר, צאלן די עלעקטעריק בילס פארן גאנצן דור
ז) ווייזן א גרויסע קונץ, אריינרוקן און ארויסרוקן די בענקלעך אונטער אונז
ח) שלאגן כפרות ערב יום כפור, ביים קבר פון בלק בן ציפור
ועל זה באנו על החתום כולם יחד יענו ויאמרו מזל טוב ובכל מקום אשר דבר המלך הפ"ר מגיע אבל גדול שמחה ומשתה ויו"ט שק ואפר יצע לרבים, ויצאו כולם לקבל פרצופו בתופים ובקולות, ורבינו ידרוש דרשתו, און ער טאר נישט רעדן מער ווי 6 מיט א פערטל סעקונדע מיטן נייעם זייגער,
וד' יעזור שיאריך ימים על ממלאכתו הוא ואחיו בקרב וכרעיים אמן
ועל זה באנו על החתום באמצע השינה עמוקה
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: כתב רבנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אליינס געשריבן? איז דאס פאר'ן ראש הקהל ר' נארמאליזעם?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”